שחרורו של רובאשקין - וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די נייעס?

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
חשובע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 6:24 am
לאקאציע:ים הגדול

Re: שחרורו של רובאשקין - וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די נייעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חשובע יוד »

כלל ישראל גרייט זיך צום 6טע יאר טאג פון די באפרייאונג
פאר נייעס בחצר הקודש סאטמאר אויף טעקסט, שיקט די ווערטער SATMARTIME@ אדער SATMAR365@ צו 81010

נייע אימעל סיסטעם דורך קיט"ל וומסב"ג "קהילתינו"
מערכת סאטמאר אימעל
קרית יואל וואכנשריפט
קרית יטב לב אימעל
קהל'ס בלעטל ק"י
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: שחרורו של רובאשקין - וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די נייעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

צ/ק

אויפן פליגער און דאלאס טעקסעס
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: שחרורו של רובאשקין - וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די נייעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

אה, כ׳וועל קיינמאל נישט פארגעסן דעם גרויסן טאג בל״נ.

אנגעהויבען האב איך דעם טאג מיט א ווארימע שחרית און הלל לכבוד זאת חנוכה, ביי די עליות זיך געלאזט קאסטן א שיינעם סכום אויסצוקויפן די אנדערע וואס האבן אויכעט געצויגן לכבוד היום ביז זיי האבן אויפגעגעבן אויף מיר… מ׳האמיר ב״ה עולה געווען די עלי׳ פון ״זאת חנוכת המזבח״ וואס מיר האבן זיך איינגעקויפט בכסף מלא מיט די האפענונג צו זיין א כלי מוכשר לקבל פאר די פילע השפעות טובות וואס דער גרויסער טאג איז מסוגל.

דעמאלט איז נאך א מארטגעדזש געווען א מארטגעדזש… טרענספערן ס׳געלט פון דאנעט ביז אהין און מאכן עוועיליבל ס׳גאנצע נויטיגע 200 אלפים איז געווען טרענסעקשאנס… (ס׳איז נאך געווען 2 יאר פאר קאוויד, אקעי?)

אונזער ״קלאוזינג״ איז געווען געסקעדזשולט גענוי יענעם זאת חנוכה תשע״ח אין פלעטבוש אויף 2 אזייגער מיט מיין חבר דשמא קגרים - נ.ב. פאר די וואס געדענקען נאך… אמאל פלעגט א קלאוזינג זיין א געהעריגע קלאוזינג… דער מוכר ופמליתו מיט זיין אטוירני מצד אחד און די באנק קלאויזער / טייטל קלאויזער און קונה׳ס אטוירני מצד השני מ׳האט נאטירט די נעמען און איידיס פון אלע אנוועזנדע ווער אלס ס׳איז געזיצן ביים קלאוזינג, מאיז געזיצן מיט רעספעקט אבער פעסט געשטאנען אויף די רעכטן… עס האט געקענט געהעריג געדויערן 2-3 שעה מיט אלע חשבונות רעכענען אהין און צוריק… ביז יעדער איז ארויס צופרידן און אלע געלטער זענען געווארן אויסגעגראד…

- היינט א קלאוזינג? אלעס איז שוין פון פריער געסיינט, אלע נומבערס צוגעגרייט, מ׳טרעפט זיך ניטאמאל, מ׳סיינט אפאר פאפירן און ס׳איז ויקן את חלקת השדה… דער ויקם שדה עפרון שפירט זיך שוין נישט אזוי שטארק…

עניוועי - מ׳האמיר נארוואס געענדיגט דעם לאנגן קלאויזינג ס׳איז שוין געווען באלד 5 אזייגער מ׳האמיר געמאכט א פלאן ווי ס׳איז די נאנטסטע פלאץ צוצוגיין דאווענען מנחה מ׳האמיר ארויסגעוואקט פון דעם שיינעם אפיס בנין אין פלעטבוש צוזאמען מיט מיין חבר… אונזער שמחה איז געווען שטארק אז מיר האלטן שוין בס״ד דא… און ספאנטאן ארויסגייענדיג האט אריינגעבליצט די אומגלויבליכע פריידיגע נייעס - - -

״רובאשקין איז באפרייט!!״

שיכור פון פרייד איז נישט דאס ווארט… דיזי פון שמחה איז אפשר א משל פון א אויסדרוק… נאכדעם געדענק איך שוין גארנישט… ניטאמאל ווי כ׳האב למעשה געדאוונט מנחה… כ׳בין טאקע נישט געגאנגען טאנצן ביינאכט אין ערגעץ כאטשיג כ׳האב געטראכט דערפון… כ׳האב מיטגעהאלטן ווי עסקנים זענען ספאנטאן ארויסגעפארן קיין אוטאסוויל… די נייעס האט אומאויפהערליך געטוהן שטורמען עד אשמורת הבוקר…
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”