דער רמב"ם שרייבט (הל' שמיטה פרק ד') מן התורה איז נישט אסור צו עסן פירות וואס וואקסן שמיטה פון זיך אליינס (ספיחין). עס איז נאר אסור זיי צו שניידן כדרך הקוצרין, ווצב"ש אפשניידן די גאנצע פעלד אויף איינמאל וכדומה..
מדברי סופרים האט מען ג'אסרט צו עסן ספיחים. פארוואס? ווייל חז"ל הקדושים האבן נישט געוואלט אז עוברי עבירה וועלן גיין און איינזייען תבואה אדער קטניות אדער אנדערע זאכן אין זיין פעלד באהאלטענערהייט, און ווען ס'וועט וואקסן וועט ער עס עסן און זאגן "ס'איז ספיחים". איבערדעם האבן חז"ל ג'אסר'ט אלע ספיחים וועלכע וואקסן שמיטה. (הלכה ב') חז"ל האבן ג'אסרט די ספיחין אפילו אויב זיי זענען צוגעוואקסן נאך שמיטה. (הלכה ה')
ביז ווען האבן חז"ל ג'אסרט די ספיחין די יאר נאך שמיטה? ביז חנוכה. פון חנוכה און שפעטער מעג מען שוין עסן די ספיחים. הלכה ו')
קומט אויס, אז איינער מאכט לאטקעס פון ספיחי שביעית, און עס ווערט חנוכה ביינאכט איצט מעג ער עס שוין עסן!
אייר - א'ני י"י רופאך
כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
פארציילט מרן הגר"ח קניבסקי שליט"א אז דער חזון איש זצ"ל האט זיך איינמאל בשנה שמינית אויסגעדרייט צו זיין שוועסטער (-די מאמע פון הגרח"ק) נאכן צינדן די מנורה "פון יעצט מעגסטו שוין קויפן אין אלע ירקות געשעפטן, ווייל עס איז שוין נישטא מער דער איסור פון ספיחין". ועלהו לא יבול!
אייר - א'ני י"י רופאך
כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
אלטן דור האט געשריבן:
איינער וואס די דאקטוירם האבן איהם געגעבן 1 טאג צום לעבן?
אזוי שטייט אין ספר שפתי צדיק (חנוכה אות מב), אז איינער וואס ווייסט אז ער וועט נישט קענען זיין א מוסיף והולך, זאל ער שוין צינדן כנגד הימים.
שטייט דארט אויב א דאקטאר האט געזאגט?
לכאורה רעדט ער מער פון איינער וואס איז אויפן וועג וכדו' אבער א דקטאר האט געזאגט איז לכאורה נישט קיין גענוג סיבה צו "וויסן" אז ער גייט נישט קענען, הנתנה רשות לרופא לרפאות און ער האט נשט קיין סמכות צו זאגן ווען דער יום המיתה וועט זיין.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!