אויב וויל איך געבען צדקה סתם איך עפען אמאל אויף The Chesed fund די האר פון קאף קען זיך אויפשטעלען. זיי פלעגען האבען א זאל פון וועריפייד קעמפעינס וואס האט פאסירט?
איך האב קינדער אין עטליכע מוסדות. נישט לאנג צוריק האט מיין זוהן'ס ישיבה גדולה געמאכט א online קאמפיין, און זיי האבן מיר געצווינגן צו נעמען א page, און האבן מיר געצווינגן צו בעטן אלע מיינע נאנטע צו מנדב זיין אויף מיין page. 2 וואכן שפעטער האט מיין זוהן'ס חדר געמאכט א online קאמפיין, און זיי האבן מיר געצווינגן צו נעמען א page, וכו'. ס'איז מיר געוועהן זייער שווער, און האט געקאסט אסאך צייט.
דעהר וואך איז דא א קאמפיין פאר די 'מיידל סקול' ווי מיין 3 יעריגע טאכטער לערנט לעצטענס. זיי טענה'ן איך מוז קלינגען אלע מיינע באקאנטע ארום די וועלט, און זיי זאלן מנדב זיין פאר די סקול. איך קען נישט גיין יעצט נאכאמאל קלינגען דעהר אלע מענטשן.
-
אבער איך בין אויפגעקומען מיט א געדאנק. איך האב געבעטן מיין חבר זאל ארומשיקן אויף וואטסעפפ די דאזיגע מעסעדזש: ''די ווייסט אפשר ווער דאס איז הר''ר משולם נחמן בארנפרוינד? אויב יא, זיי אים מודיע אז זיין טלית ותפילין ליגט ביי די Lost & Found פון Bronx Zoo''. ביז א שעה צוויי האב איך שוין באקומען טעלעפון קאללס פון מיינע באקאנטע איבער די גארער וועלט, צו מודיע זיין אז מיין טלית ותפילין ליגט אין Bronx Zoo. אויך האב איך באקומען א phone call פון מיין חברותא פון ישיבה קטנה, א מענטש מיט וועם איך האב שוין 25 יאר נישט גערעדט. ער וואוינט היינט אין צפת.
איך האב זיי אלע געענטפערט אזוי: ''איך האב שוין מיין טלית ותפילין. אבער אז מ'רעדט שוין, ביטע זיי מנדב געלט אויף מיין page, ביי א קאמפיין פאר מיין טאכטערס סקול....''
.
לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545#קהלֵב

איך ווענד זיך יעצט צו דיר וועגן א געוואלדיגע דבר מצוה, א חשובע געשמאקע חסידישע בחור וואס האט געלערענט צוזאמען מיט מיר אין ישיבה אלע יארן. אין יעצט ווען רוב חברים מאכן שוין ב"ה חומש סעודות אדער אפשערן'ס פון זייערע קינדער, איז ער בס"ד א חתן געווארן, און ער וויל זיך שוין ענדליך גרייטן צו די גרויסע שמחת החתונה וואס גייט אי"ה פארקומען אין צוויי דריי וואכן ארום אין ארץ ישראל, אבער...
!!אבער
אבער דערוויל זיצט ער אינדערהיים, ווייל וויאזוי קען מען זיך גרייטן צו א חתונה ווען עס איז אין בידו לפורטה אפילו שווה פרוטה ממש!!
א הערליכע בית ה', א בית המדרש ווי הונדערטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן דאווענען און לערנען יעדן טאג מן הבוקר עד הערב, א געשמאקער ווינקל מיט א ווארעמער אידישער טעם, איז ליידער פארטיליגט געווארן אין א שרעקליכן פייער.
בית המדרש 'קהל חסידים אין נארט מיאמי ביעטש' איז ברייט באקאנט איבער די גאנצע וועלט צוליב די טויזענטער באזוכער פון איבער דער גארער וועלט וועלכע פארברענגען זייער אפרוה טעג אין דעם בית המדרש, ווי זיי קענען דאווענען אין לערנען מיט הרחבת הדעת און זיך דערקוויקן די כוחות.
דער בית המדרש איז אין די פארגאנגענע חדשים דורכגעגאנגען א ריזיגן איבערבוי פראיעקט, שווערע הונדערטער טויזענטער דאלאר זענען אינוועסטירט געווארן צו פארשענערן און פארבעסערן דעם בית המקדש מעט.
אבער דעם פארגאנגענעם מיטוואך פר' ויגש, זענען די צוויי געטרייע עסקנים ר' חיים מייזעלס און ר' ארי לענעראוויטש אריינגעקומען אין ביהמ"ד אינמיטן טאג, און האבן דערזען א שוידערליכע סצענע... "דער ביהמ"ד פלאקערט!"
א שוידערליכער עלעקטרישער פייער האט דורכגעריסן דעם בית המדרש, און אנגעזייעט שווערע חורבנות, וועלכע וועט קאסטן אסטראנאמישע סכומים צו פאררעכטן, און צום באדויערן זענען די שאדנס פיל גרעסער ווי די דעקונג פון די אינשורענס פאליסי.
די לאקאלע איינוואוינער זענען שוין אויסגעזעקלט פון דעם בוי פראיעקט וואס זיי האבן נארוואס פארענדיגט, און האבן פשוט נישט די געלט צוריק צושטעלן דעם הייליגן ביהמ"ד על מכונה ועל תלה.
ובאש אתה עתיד לבנותה!
טייערע אידן!
לאמיר זיך אנגארטלען מיט פייערדיגע שטיצע צוריק צו בויען דעם הייליגן ביהמ"ד נאך שענער פון פריער.
זייט זיך משתתף מיט הערליכע סכומים, כדי דער הייליגער מקום זאל נישט בלייבן שבור ורצוץ.
מיין הארץ איז צוריסן געווארן מיטהאלטענדיג די לויה פון מיין נאנטער ידיד ר' ישראל ליעבער ע"ה, מיר האבן אזויפיל מתפלל געווען און געהאפט אז ר' ישראל זאל זיך שנעל ערהוילן פון זיינע יסורים קשים ומרים וואס ער האט ליידער מיטגעמאכט מיט די ביטערע מחלה ל"ע,
אבער ליידער ליידער, איז ער נתבקש געווארן לישיבה של מעלה דעם דינסטאג פ' תצוה איבערלאזנדיג זיין ערשיטערטע יונגע אלמנה תחי', און זיינע 6 פארלוירענע יתומים ויתומות אין שטוב.
איך האב גענומען אחריות נישט צו לאזן זיינע קינדער אליין, א טאטע טאקע קענען מיר זיי נישט צוריק ברענגן, אבער מיר קענען זיי פארלייכטערן די מצב דורכ'ן זיי פארזיכערן אז געלט וועט נישט פעלן, און עניות וועט לכה"פ נישט הערשן.
איך בעט דיר העלף מיר העלפן די ליכטיגע יתומים, און דער אבי היתומים וועט אייך באצאלן מידו הרחבה והמלאה https://www.charidy.com/Yl/98173