Re: אנליין קאמפיינס
- אטעטשמענטס
-
- 0acb0e2e-f645-4724-b093-ec09d2da5edc.jpeg (101.54 KiB) געזען 4690 מאל
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
וואס עפעס? האט געשריבן: https://www.charityextra.com/unmatchableusa
[/align]כלל ישראל איז אויפגעשוידערט געווארן דעם פארגאנגענעם שבת פרשת ויקרא, ווען א טייערע מאמע פון א שטוב מיט קינדערלעך איז ליידער נישט אויפגעשטאנען אינדערפרי... איבערלאזנדיג זיבן זיפצענדיגע יתומימ'לעך וועמען עס איז באפאלן א שוידערליכן בראך
ליידער זאגט מען שוין
עליה השלום
כלל ישראל וועט אראפשטעלן א שטאנדהאפטיגן יסוד פאר די טייערע יתומים נאך די פריצייטיגע פטירה פון זייער טייערע מאמע עליה השלום
מיר וועלן זיי נישט לאזן אליינס
די אויגן זענען נאך פארוויינט, יעדער איז צעבראכן און ערשיטערט פון דער שרעקליכער טראגעדיע מיט די פריצייטיגע פטירה פון דעם טייערער אידישע מאמע עליה שלום, וואס איז אוועקגעריסן געווארן אין אירע בליענדע יארן זייענדיג בלויז 40 יאר אלט, איבערלאזנדיג איר צובראכענעם מאן, און זיבן יתומימ'ליך!
און אין די איצטיגע צייט, ווען די הערצער זענען אזוי פארקלעמט און פארטרויערט, האבן די חשוב'ע רבנים, חברי וועד העסקנים, באשלאסן אז "לא עת לחשות", יעצט איז די פאסיגסטע צייט צו טוען "למעשה".
מען שטייט דא ביי א מצב ווען אזא חשוב'ע משפחה איז געבליבן בלי משען ומשענה, אָן קיין ברויט אין שטוב במלוא מובן המלה. ווער רעדט נאך פון פרנסה בהרחבה, און אוודאי אוודאי איז נישטא קיין מקור אויף צום קלערן פון חתונה מאכן קינדער, ווען מען גרייט זיך בקרוב צו פירן צו די חופה איינס פון נארוואס געווארענע יתומים!
דערפאר האבן זיך צוזאמענגענומען א קבוצה פון אנשים חשובים, עסקנים יקרים, ובראשם פון רבנים הגאוה"צ שליט"א, און האבן מחליט געווען אז דאס ריכטיגע שריט יעצט צו טוען - כדי צו שטעלן די משפחה אויף די פיס - איז צו גרינדן א שטאנדהאפטיגער "קרן יתומים" און צו שאפן די פאנטאסטישע סומע פון א מילליאן דאללאר, כדי אז די משפחה זאל זיך קענען צוזאמענקלויבן, און אז איר חשוב'ע מאן זאל ווייטער קענען מחנך זיין די קינדער לתורה ויראת שמים חסידות ומדות טובות, במסורת האבות, וברוח ישראל סבא, לויט ווי עס איז געווען דער רצון פון די חשובע נפטרת עליה השלום, יהא זכרה ברוך.
farshlufen האט געשריבן: https://www.dryveup.com/yesomim/
כלל ישראל איז אויפגעשוידערט געווארן דעם פארגאנגענעם שבת פרשת ויקרא, ווען א טייערע מאמע פון א שטוב מיט קינדערלעך איז ליידער נישט אויפגעשטאנען אינדערפרי... איבערלאזנדיג זיבן זיפצענדיגע יתומימ'לעך וועמען עס איז באפאלן א שוידערליכן בראך
ליידער זאגט מען שוין עליה השלום
כלל ישראל וועט אראפשטעלן א שטאנדהאפטיגן יסוד פאר די טייערע יתומים נאך די פריצייטיגע פטירה פון זייער טייערע מאמע עליה השלום
מיר וועלן זיי נישט לאזן אליינס
די אויגן זענען נאך פארוויינט, יעדער איז צעבראכן און ערשיטערט פון דער שרעקליכער טראגעדיע מיט די פריצייטיגע פטירה פון דעם טייערער אידישע מאמע עליה שלום, וואס איז אוועקגעריסן געווארן אין אירע בליענדע יארן זייענדיג בלויז 40 יאר אלט, איבערלאזנדיג איר צובראכענעם מאן, און זיבן יתומימ'ליך!
און אין די איצטיגע צייט, ווען די הערצער זענען אזוי פארקלעמט און פארטרויערט, האבן די חשוב'ע רבנים, חברי וועד העסקנים, באשלאסן אז "לא עת לחשות", יעצט איז די פאסיגסטע צייט צו טוען "למעשה".
מען שטייט דא ביי א מצב ווען אזא חשוב'ע משפחה איז געבליבן בלי משען ומשענה, אָן קיין ברויט אין שטוב במלוא מובן המלה. ווער רעדט נאך פון פרנסה בהרחבה, און אוודאי אוודאי איז נישטא קיין מקור אויף צום קלערן פון חתונה מאכן קינדער, ווען מען גרייט זיך בקרוב צו פירן צו די חופה איינס פון נארוואס געווארענע יתומים!
דערפאר האבן זיך צוזאמענגענומען א קבוצה פון אנשים חשובים, עסקנים יקרים, ובראשם פון רבנים הגאוה"צ שליט"א, און האבן מחליט געווען אז דאס ריכטיגע שריט יעצט צו טוען - כדי צו שטעלן די משפחה אויף די פיס - איז צו גרינדן א שטאנדהאפטיגער "קרן יתומים" און צו שאפן די פאנטאסטישע סומע פון א מילליאן דאללאר, כדי אז די משפחה זאל זיך קענען צוזאמענקלויבן, און אז איר חשוב'ע מאן זאל ווייטער קענען מחנך זיין די קינדער לתורה ויראת שמים חסידות ומדות טובות, במסורת האבות, וברוח ישראל סבא, לויט ווי עס איז געווען דער רצון פון די חשובע נפטרת עליה השלום, יהא זכרה ברוך.
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
יא, באקומען פון א חבר אין אימעיל. ס'איז א וויכטיגע צוועק, און די עולם ווערט געבעטן זיך אנצורופן ווארעם.