לידיעת הציבור! פעיד פאמיליע ליעוו!

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3568
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

לידיעת הציבור! פעיד פאמיליע ליעוו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איר קענט מאכן אפאר טויזנט דאללאר אין פאל פון געבוירט פון א קינד בשטומ"צ דורכן בילן אייער אינשורענס פון פעיד פעמיליע ליעוו. איך האב לעצטנס דאס געזאגט פאר עטליכע בעלי שמחה, און קיינער האט נישט געהאט די מינדעסטע ידיעה דערפון בעפאר.

אז איך וועל האבן צייט וועל איך אי"ה אראפגעבן אין קורצן די רעגולאציעס און פראצעדורן פון די אפליקאציע, און די ארומיגע דעטאלן.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4944
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

רעדנדיג גראד, קען מען נישט "מאכן" קיין געלט דערפון, נאר מ'קען באקומען באצאלט אפילו מען ארבייט נישט.

איז דא עפעס וואס איך ווייס נישט?

(איך האב שוין גענוצט PFL)
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

ר' יום טוב האט געשריבן: איר קענט מאכן אפאר טויזנט דאללאר אין פאל פון געבוירט פון א קינד בשטומ"צ דורכן בילן אייער אינשורענס פון פעיד פעמיליע ליעוו. איך האב לעצטנס דאס געזאגט פאר עטליכע בעלי שמחה, און קיינער האט נישט געהאט די מינדעסטע ידיעה דערפון בעפאר.

אז איך וועל האבן צייט וועל איך אי"ה אראפגעבן אין קורצן די רעגולאציעס און פראצעדורן פון די אפליקאציע, און די ארומיגע דעטאלן.

אפשר זאגסטו מיר איך ברויך וויסן זייער וויכטיג
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:

מזל טוב... שמחה ונחת געזונטערהייט...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

nmi האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן: איר קענט מאכן אפאר טויזנט דאללאר אין פאל פון געבוירט פון א קינד בשטומ"צ דורכן בילן אייער אינשורענס פון פעיד פעמיליע ליעוו. איך האב לעצטנס דאס געזאגט פאר עטליכע בעלי שמחה, און קיינער האט נישט געהאט די מינדעסטע ידיעה דערפון בעפאר.

אז איך וועל האבן צייט וועל איך אי"ה אראפגעבן אין קורצן די רעגולאציעס און פראצעדורן פון די אפליקאציע, און די ארומיגע דעטאלן.

אפשר זאגסטו מיר איך ברויך וויסן זייער וויכטיג

מזל טוב... שמחה ונחת געזונטערהייט...

אמן
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3568
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די ערשטע זאך לאמיר זאגן אין איין פאראגראף וואס איז דאס paid family leave.

דאס איז א מאנדאדירטע פעיראל טאקסירטע אינשורענס איינגעשטעלט אין נ.י. סטעיט אין 2018, א בחינה ווי אנעפלוימענט אדער דיסעביליטי אינשורענס, וועלכע צאלט א מאקסימום $124 פער טאג, פאר יעדע טאג וואס מען פעלט פון די ארבייט פאר די גאנצע יאר פון נאכן געבורט פון א קינד, אדער פאר יעדע טאג וואס מען פעלט פון די ארבייט צוליב פארוויילן אין שפיטאל מיט א חולה אין די משפחה ח"ו, ביז א מאקסימום פון 10 וואכן א יאר.
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6056
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

מיינט דאס אז מען ברויך נישט ממשיך זיין מיט די וועיזשעס אין יענע תקופה און יענע קען נעמען פון די פעיד פעמילי ליעוו?
וועט די פרימיום פארן עמפלויער ארויפגיין לכבוד דעם?
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע:הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

ר' יום טוב האט געשריבן: איר קענט מאכן אפאר טויזנט דאללאר אין פאל פון געבוירט פון א קינד בשטומ"צ דורכן בילן אייער אינשורענס פון פעיד פעמיליע ליעוו. איך האב לעצטנס דאס געזאגט פאר עטליכע בעלי שמחה, און קיינער האט נישט געהאט די מינדעסטע ידיעה דערפון בעפאר.

אז איך וועל האבן צייט וועל איך אי"ה אראפגעבן אין קורצן די רעגולאציעס און פראצעדורן פון די אפליקאציע, און די ארומיגע דעטאלן.

איך גלייב אז עס איז נאר פאר די ווייבל /מאמע וואס ארבעט נישט פאר די טאטע ווען ער האט א קינד. ריכטיג?
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

ביז ווען נאך מ'האט א קינד קען מען זיך ווענדן צו דעם פראגראם?
אוועטאר
האש שלי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:15 pm
לאקאציע:אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האש שלי »

בבל האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן: איר קענט מאכן אפאר טויזנט דאללאר אין פאל פון געבוירט פון א קינד בשטומ"צ דורכן בילן אייער אינשורענס פון פעיד פעמיליע ליעוו. איך האב לעצטנס דאס געזאגט פאר עטליכע בעלי שמחה, און קיינער האט נישט געהאט די מינדעסטע ידיעה דערפון בעפאר.

אז איך וועל האבן צייט וועל איך אי"ה אראפגעבן אין קורצן די רעגולאציעס און פראצעדורן פון די אפליקאציע, און די ארומיגע דעטאלן.

איך גלייב אז עס איז נאר פאר די ווייבל /מאמע וואס ארבעט נישט פאר די טאטע ווען ער האט א קינד. ריכטיג?

ניין. די טאטע קען אויך באקומען, איך מיין צוויי טעג.
בא לחזק ונמצא חוזק
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7058
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

אילו זכינו האט געשריבן: ביז ווען נאך מ'האט א קינד קען מען זיך ווענדן צו דעם פראגראם?

ר' יום טוב האט געשריבן: פאר יעדע טאג וואס מען פעלט פון די ארבייט פאר די גאנצע יאר פון נאכן געבורט פון א קינד.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4944
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

נישט קיין חילוק טאטע מאמע, PFL באקומט יעדער די זעלבע 6 וואכן ביז א יאר נאכן האבן א קינד.

אויסער דעם איז דא מעטערניטי ליעוו, אז די מאמע קען נעמען אףף "און נישט באקומען באצאלט" פאר איך מיין נאך צוויי וואכן (אויסער די 6 וואכן PFL).

מבאקומט נאר באצאלט א חלק פון די געהאלט. 2018 איז געווען 50 פראצענט, און ס'גייט ארויף פאר די קומענדיגע פאר יאר.

נישט די בעה"ב אין נישט די ארבעטער גייט אויסמאכן צו מ'נעמט אףף צו נישט וויבאלד יעדער צאלט עניוועי א פרימיום פון יעדע אינקאם. אין אנדערע ווערטער ס'א שאד עס נישט צו נעמען וויבאלד דו צאלסט עס עניוועי איין.

ביי די ענדע יאר באקומט מען א 1099 און מ'דארף געהעריג באצאלן טעקס אויף די PFL פארדינטע געלט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3568
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

לאמיר שנעל פארענטפערן אפאר הערות.

- אין 2019 איז עס ארויף צו 10 וואכן. אזוי אויך איז עס ארויף צו %55 פון די אינקאם.
- עס גייט אן ביז איין יאר נאכן האבן א קינד, אבער מען מוז דאס אריינגעבן די אפליקאציע ביז 18 טעג נאכן נעמען די ערשטע טאג off צו קענען צוריקבאקומען בענעפיטן אויף למפריע.
- צו קענען געניסן פון די מאקסימום בענעפיטן, איז ריכטיג צו פארדינען א 13 מיאות א וואך אדער מער, (בעפארן אראפרעכענען טעקס)
- מען מוז נישט ארויסנעמען די וואקאציע טעג אין איין צו. מען קען עס נעמען periodic. יעצט 2 טעג. ימים טובים צייט נאך אפאר. וואקאציע נאך אפאר. אריינווארפן א קורצע ווינטער פרייטאג. א.א.וו. אבער אויב איז פאראן אינמיטן א "לאך" פון 3 חדשים, מוז מען דאן פונדאסניי אריינגעבן אן אפליקאציע.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3568
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

בנוגע רעכענען טעג וואס מען ארבייט במילא נישט ווי שבת און זונטאג:

די אינשורענס פירמע באזירט זייער באשלוס לויט וועלכע טעג אין די וואך מען האט געארבייט די לעצטע 8 וואכן. איר וועט אפילו טרעפן אינשורענס פירמעס וועלכע האבן דאס אלס א באזונדערע פראגע אויפן אפליקאציע. דעריבער איז נישט ערווארטעט אז זיי וועלן באצאלן דערפאר. נאר וואזסע דען.

- עס איז דאך וויכטיג אריינצוווארפן אין די טעג אויפן אפליקאציע עטליכע דאטומען פון זונטאגס וכדו', אלס טאקטיק, וויבאלד די אינשורענס פירמע אגענטן זאלן זיך האבן אויף וואס אנצוכאפן און נישט זוכן אנדערע זאכן פון וואס אראפצורעכענען. וכך נהגתי צום גרויס פרייד פון די אינשורענס אגענט.

- אין אזא פאל אז מען ארבעט בלויז 5 טעג א וואך, באקומט מען באצאלט מער, ווייל דאן ווערט 5 באזונדערע טעג גערעכנט ווי א גאנצע וואך off

- ימים טובים און חוה"מ באצאלן זיי געהעריג אזוי לאנג ווי עס וועט נישט קומען א חכם און זיי אויפקלערן דערוועגן. (איך ווייס נישט צו ס'איז מעגליך פאראן אן הלכה שאלה דערביי, זאלן די תלמידי חכמים אריינקומען)
אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע:אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Horizontal »

למעשה וואס טוה איך יעצט? צו וועם דארף איך רעדן? ווי באקומט מען אן אפליקאציע... וכו'
יישר כח
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3568
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

Horizontal האט געשריבן: למעשה וואס טוה איך יעצט? צו וועם דארף איך רעדן? ווי באקומט מען אן אפליקאציע... וכו'
יישר כח

פאלגענד איז די אפליקאציע.

http://www.wcb.ny.gov/content/main/forms/PFL2.pdf

א חלק פילט דער ארבייטער אויס און גיט עס פארן בעה"ב, דאן מוז דער בעה"ב אויספילן זיין חלק און עס צוריקגעבן פארן ארבייטער ביז 3 טאג. (במאמר המוסגר: ווארט נישט אויף קיין כבוד, פילט עס אליינס אויס, און גיט עס פארן בעה"ב צו אינטערסיינען.)

דערנאך שיקט אלעס אריין פארן אינשורענס פירמע, צוזאמען מיט די נויטיגע דאקומענטן דארט אויסגערעכנט.
אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע:אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Horizontal »

א גרויסן יישר כח

ר' יום טוב האט געשריבן:
Horizontal האט געשריבן: למעשה וואס טוה איך יעצט? צו וועם דארף איך רעדן? ווי באקומט מען אן אפליקאציע... וכו'
יישר כח

פאלגענד איז די אפליקאציע.

http://www.wcb.ny.gov/content/main/forms/PFL2.pdf

א חלק פילט דער ארבייטער אויס און גיט עס פארן בעה"ב, דאן מוז דער בעה"ב אויספילן זיין חלק און עס צוריקגעבן פארן ארבייטער ביז 3 טאג. (במאמר המוסגר: ווארט נישט אויף קיין כבוד, פילט עס אליינס אויס, און גיט עס פארן בעה"ב צו אינטערסיינען.)

דערנאך שיקט אלעס אריין פארן אינשורענס פירמע, צוזאמען מיט די נויטיגע דאקומענטן דארט אויסגערעכנט.

זאג מיר נאך עפעס, איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז איך ברויך האבן עפעס א אינשורענס פון פארדעם??
יישר כח
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3568
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

Horizontal האט געשריבן: זאג מיר נאך עפעס, איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז איך ברויך האבן עפעס א אינשורענס פון פארדעם??
יישר כח

נישט דו ברויכסט, דו האסט! (כ'האף אזוי) גענוי ווי סאשעל סעקיוריטי א.ד.ג. ברויכסט נאר געוואויר ווערן פון דיין באס וועלכע פירמע דאס איז,
אדער קענסטו רופן די סטעיט אגענטור פרעגן אויף 844-337-6303
בארד אין פיאות
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארד אין פיאות »

Shelter point is very good and fast, for the boss and the worker
לעצט פארראכטן דורך בארד אין פיאות אום מיטוואך פעברואר 06, 2019 7:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5685
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יא, די היימישע ביזנעסער גייען פיין ליידן פון דעם, ביי אונז האט מען קינדער מער ווי די גוים, מיינט עס אפיציעל אז מיט דער צייט גייט דער עולם נאר ארבעטן איין טאג ווייניגער יעדער וואך.

יעך אליין האב דריי חברים און איין פלאץ וואס פעלן אפיציעל פרייטאג אויף דעם חשבון. ( פרייטאג איז דער חשבון אז זיי צאלן ווי א געהעריגע טאג, ממילא לוינט זיך עס מער )
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3568
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די פאר שעה פרייטאג באקומט מען באצאלט אווערטיים ביי אסאך ביזנעסער. אבער א וואך וואס דו ריעטשד במילא נישט די אווערטיים שעות, ווי .צ.ב.ש. ימים טובים סעזאנען אדער סיי וועלכע אנדערע וואך ווען עס קומט נישט אויס אווערטיים אפילו מיטן פרייטאג, לוינט זיך טאקע נישט אריינצוקומען צו די ארבייט יענעם פרייטאג.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

shimon7323 האט געשריבן: יא, די היימישע ביזנעסער גייען פיין ליידן פון דעם, ביי אונז האט מען קינדער מער ווי די גוים, מיינט עס אפיציעל אז מיט דער צייט גייט דער עולם נאר ארבעטן איין טאג ווייניגער יעדער וואך.

יעך אליין האב דריי חברים און איין פלאץ וואס פעלן אפיציעל פרייטאג אויף דעם חשבון. ( פרייטאג איז דער חשבון אז זיי צאלן ווי א געהעריגע טאג, ממילא לוינט זיך עס מער )

כ'האב געפרעגט אמאל א בעה"ב פון א קאמפעני פארוואס ער צאלט אזוי ווייניג פאר זיינע יודישע ארבעטער? ענטפערט ער מיר זיי זאלן זיך פרייען אז כ'געב זיי ארבעט. מיט דעי געלט קען איך ווען האבן אסאך מער גוים...

דער יוד איז 100% גערעכט. ס'איז נישט קיין סוד אז אנצוקומען צו א גוטע קאמפעני וואס זאל דיר אויפנעמען אלץ ארבעטער איז ביטער ביטער שווער. און דעי אנדערע קאמפעניס וואס נעמען אן גרינג קען מען פליען די זעלבע שנעל ווי ער האט דיר אויפגענומען און מ'האט נישט דעי אלע בענעפיטס.

ע"כ טייערע יודן האטס שכל און מאכטס נישט אז ענקערע בעלי בתים זאלן פארגיין דעם אפעטיט פון אויפנעמען יודישע ארבעטער'ס. פון עביוזן א סיסטעם קומט קיינמאל נישט ארויס קיין גוטס און רוב מאל האט מען ביטער חרטה.

און פאר דיר #שמעון. אשריך אז דו ביזט נישט פון יענע חברה און האלט עס אן. ס'איז אום אחריות'דיג. אום מענטשליך און אום נארמאל אזוי אויסצוניצן א בעה"ב וואס טוט דיר די גרעסטע טובה אין דיין לעבן און איז די גוטע שליח פונעם אייבישטער דיר צו געבן פרנסה
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

shimon7323 האט געשריבן: יא, די היימישע ביזנעסער גייען פיין ליידן פון דעם, ביי אונז האט מען קינדער מער ווי די גוים, מיינט עס אפיציעל אז מיט דער צייט גייט דער עולם נאר ארבעטן איין טאג ווייניגער יעדער וואך.

יעך אליין האב דריי חברים און איין פלאץ וואס פעלן אפיציעל פרייטאג אויף דעם חשבון. ( פרייטאג איז דער חשבון אז זיי צאלן ווי א געהעריגע טאג, ממילא לוינט זיך עס מער )

פארשטייט זיך אז די בעה"ב וועט קענען אראפרעכענען פון דיין וועידזש פאר די טאג וואס דו קומסט נישט אריין און פון PML באקומסטו נאר האלב, סא פארדינסט נישט קיין געלט, די איינציגסטע פארדינסט וואס דו האסט איז, אז אויב ביסטו פויל אריינצוקומען קענסטו לעגאל פארפעלן אריינצוקומען.

און די פארלוסט פאר היימישע ביזנעסער איז אז מען קען נישט פירן קיין ביזנעס ווען יעדן צווייטן טאג וועט א צווייטער פעלן.

אבער ארבייטער, זייט געווארענט! אביוז נישט די סיסטעם ווייל דיין בעה"ב וועט שנעל פטור ווערן פון דיר!
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6056
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

אז אן ארבייטער נעמט די PFL וועט עס אויסמאכן פארן בעה"ב לגבי די פרימיום?
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”