שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

סך הכל פון פריערדיגע תגובה.
נעם אן דיין ב"ב אזוי ווי זי איז, זיי צופרידן מיט איר, און זיי נישט פארנומען צו טראכטן "אויב ןןאלט מיין ב"ב נאר געווען מער אזוי ווי מיך..."
אדער "ווען מיין ב"ב זאל ווען נאר האבן בעסערע מידות וכדו'...."
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

"המשך, זיין צופרידן מיט וואס מ'האט באקומען"
די גאנצע שאלה און נושא פון שיין צופרידן מיט די ב"ב כמו שהיא, וואלט געדארפט זיין איבריג, איז עס דען שייך צו טוישן? דו קענסט איבער דרייען די מציאות? דו קענסט דא עפעס טון בכלל? וויפיל דו האסט פרובירט צו זאגן אז זי זאל זיך אנדערש פירן האט עס געהאלפן א רעטאך....
נו, איז וואס גיייט דא פאר?
זייער אסאך מענטשן לעבן אין דמיון, און רצונות'ע וואס ער וואלט געוואלט עס זאל זיין.
די מחשבות שטערן גאר אסאך!

אויך, א מענטש דארף וויסן, די אחריות אז עס זאל מיר גיין גוט און אלעס ארום מיר זאל זיין מסודר, פרנסה, הויז, לערנען, ביהמ"ד, שמחחת החיים, בא'טעמ'ט אין שטוב,
אלע זאכן ליגט אויף מיך, איך דארף טראגן די אחריות אויף מיין לעבן.
זיין פארנומען ציט וואס יענער דארף טון אדער וואלט געדארפט טון ברענגט נישט גארנישט.
איך וועל אין ערגעץ נישט אנקומען מיטן ווארטן אז אנדערע זאלן אריינקומען ראטעווען די מצב.

איינער וואס לעבט אזוי, ער נעמט אחריות פאר זיין לעבן און וואוילזיין, וועט אויטאמאטיש נישט זיין פארנומען מיט "ווען דאס און דאס וואלט אנדערש געווען וואלט איך א גליקליך לעבן געהאט",
הלמאי, וואס זאל איך זיין פארנומען מיט אויב'ס און טאמער'ס, מיין לעבן איז נישט אין יענעמס הענט, איך נעם טשארדש און קעיר פון מיין לעבן, בסייעתא דשמיא,
איך טראכט נישט אויב וואלט אזוי געווען, אויב וואלט יענער אנדערש געטון, און אזוי אויך טראכט איך נישט אויב וואלט "איך" ווען אנדערש געטון...,
ווייל המעשה אשר נעשה אין להשיב,
נאר... איך נעם פולע פולע אחריות אויף מיין לעבן און איך ווארף נישט אוועק די עול וואס לעבן ברענגט מיט זיך,
און איך וועל זען אי"ה אז עס זאל זיין דאס בעסטע וואס שייך מיט די יעצטיגע אומשטענדן און די יעצטיגע מענטשן און מציאות ארום מיך.

מיט דעם קענט איר פארשטיין וויאזוי עס האבן געקענט זיין פון אונזערע זיידעס [נישט אלע כמובן ] וואס נאך אזויפיל אדורכגיין זענען זיי אנגעגאנגען מיט א חשק, א חיות און א שמחת החיים.
זיי זענען נישט געווען פארנומען צו טראכטן וואס "יענער" דארף מיך טון ,אדער וואס ער וואלט ווען געדארפט טון, זיי האבן געלעבט מיט וואס זיי האבן און מיט די פולע אחריות אויף זייערע מצב און זייער לעבן.

הנאה געהאט? דרוק דעם הענטל קעסטל אויבן.
לעצט פארראכטן דורך קלארערהייט אום מאנטאג יוני 26, 2023 12:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
אייגענארטיקע טעאריע
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 8:44 am
לאקאציע:במקום שמחשבתו של אדם שם הוא

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגענארטיקע טעאריע »

עס זענען דא בחורים וואס שלאפן אין א דאמעטארי און זיי קומען זיך גוט אויס מיט זייערע ראמ מעיטס, זיי האבן גוטע שלום בית מיט דו אנדערער בחורים אין צימער, אבער ווען זיי האבן חתונה פלוצלינג האבן זיי פראבלעמען וויאזוי קען דאס זיין?
די ענפער איז אז א מענטש קען האבן אינערליכע ווייטאגען אריינגעפרעסט אין זיין נפש און אזוי אנגיין אפי' פאר יאהרן לאנג, אבער ברגע איינער טריגערט עס, דעמאלס קומט עס ארויס שטערקער, און עס טוט וויי.
ווען איינער האט חתונה, לעבט ער צוזאמען מיט זיין ווייב אויף א נאנטע אויפן, מ'איז אפען איינער צו דער צווייטער, אלע געפילן ווערן ארויסגעלייגט אויפן טיש, און אויב א מענטש איז נישט עכט אויסגעהיילט אינערליך, דעמאלס קען עס ווייטוהן ווען דער ווייב טריגערט.
וויאזוי טריגערט זי?
דאס קען זיין ווען זי קאנפראנט איהם מיט עפעס א חולשה וואס ער האט, אדער מיט דעם אליינס וואס מ'איז אזוי אפען שפירט ער זירע געפילן אויך, און דאס צומאל וועקט אויף זיינע פארשטיגטע געפילן וואס ער איז אנטלאפען פון די אלע בחורישע יאהרן...
דאס איז נישט נאר אין מאן אין ווייב רילעשאנשיפ , סתם מענטשען קענען אמאל פיינט האבן איינער פאר גארנישט ער וויסט נישט עכט פארוואס אבער זיין סאבקאנשעס ווייסט יא און דאס איז ווייל יענער טריגעט אין דיר עפעס א געפיל וואס דו ביסט נישט באקוועם דערמיט, און דו ביסט פארנומען צו אנטלויפן פונדעם, און יענער ברענגט דיך עס אין פנים אריין.

"אין קורצען שלום בית מיינט קודם שלום אינעם אייגענע אינערליכע בית"
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

צייט היילט
ווען עפעס נישט אזוי בא'טעמ'ט געשעט אין שטוב ווערט מען אסאך מאל אנגעצויגן, און עס הייבן אן לויפן די מחשבות, "אוי, איך וועל דאס שוין אלעמאל האבן אזוי..., איך מוז עס אפשטעלן, און פאררעכטן וואס דא איז געשען" ,
די עצם זאך גייט מיך נישט אן אזוי שטארק, איך וואלט שוין מוותר געווען, אבער איך וויל נישט בלייבן א גאנץ לעבן מיט אזא מצב,
למשל, די ווייב מאכט קולות אויף דיך, מען האט זיך שטארק ארומגע'טענה'ט אויף עפעס מיט שטעכעדיגע דיבורים, ביסט פארשעמט געווארן, וכדו'
אבער עס איז נישט ריכטיג, צייט היילט, ווען עס גייט אדורך אפאר טעג, און אמאל אפאר מינוט אפילו, ווערט די מצב אסאך רואיגער, מען הייבט אן פארגעסן וואס איז געווען און זאכן גייען צוריק צו נארמאל.
דעריבער ווען מען זעט זיך אין א געפערליכע מאמענט, איז אלעמאל גוט צו געדענקען, "געב עס אפאר מינוט, אפאר שעה, עס וועט זיך בארואיגן, די מצב וועט זיך טוישן".

דאס איז א וויכטיגע נקודה, ווייל איינער פון די שטארקע סיבות פארוואס מענטשן ווערן איבערגענומען, און קומען צו צו כעס ומחלוקת, איז, ווייל ער וויל טוישן די מצב, ער וויל נישט אז דער אומבא'טעמ'טער מצב .קולות. באזידלונגען, זאל זיין די וועג וויאזוי זיין שטוב פירט זיך,
וועגן דעם ווען מען האלט פאר זיך די געדאנק אז "דער יעצטיגע מצב איז צייטווייליג", וועט עס אי"ה שטארק בארואיגן.
הצלחה

הנאה געהאט? לאז וויסן.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

הוספה צו "צייט היילט"
איך וויל דא שרייבן א געדאנק וואס קען העלפן צו דערמאנען דעם מענטש אז מיט צייט טוען זיך זאכן פארבעסערן, פארגעסן ווערן וכדו' "צייט היילט"
טראכט אריין און דערמאן זיך, וויפיל זאכן זענען געשען אין די פארגאנגענע יארן, וואס בשעת מעשה האסטו געמיינט אז עס איז עק וועלט!, מיט אזא מעשה קען מען שוין ווייטער נישט גיין, נאך אזא פאסירונג וועט שוין קיין פרייליכקייט אין דעם שטוב נישט זיין ח"ו,
און יעצט אפאר יאר שפעטער.... מען האט שוין לאנג פארגעסן, עס זענען שוין געווען אסאך בא'טעמ'טע צייטן זייט דעמאלטס, מ'האט שוין פיין געשמועסט און פארברענגט צוזאמען זינט יענעם שווערן נאכט.
יא, בשעת מעשה איז עס שווער געווען, איך בין געווען גוט גוט אנגעווייטאגט, איך האב געמיינט אז עס איז עק וועלט,
אבער יעצט זעה איך אז מיט די צייט איז די זאך מסודר געווארן.
געוויסע קאנפליקטן האט גענומען פינף מינוט און די אויר איז שוין געווארן אויסגעקלארט און אנדערע א טאג צוויי, און אנדערע א לענגערע צייט,
אבער הצד השוה, די שווערע מצב, האט נישט אנגעהאלטן לעולם ועד.

יעצט צוריק צום יעצטיגן רוגזה'לע, אויב מען קען יעצט בשעת די שווערע מינוטן האלטן פאר די אויגן אז "גם זה יעבור", מארגן, נעקסטע וואך, וועלן מיר שוין האלב פארגעסן, וועט דאס פיל פיל העלפן,
עס וועט אראפ נעמען אסאך פון דעם פרעשור צו, "שוין" ענטפערן/פאררעכטן/מסדר זיין/אויפווייזן.
מען קען טייטשן, רגז"ו ואל תחטא"ו, אז עס איז דא א רוגזע'לע, זינדיג נישט [מיט דיינע שארפע רייד], אמרו בלבבכם, זאג פאר דיר אין הארץ, על משכבכם, לאמיר עס איבערשלאפן אויפן געלעגער [עס וועט פון זיך אליינס בעסער ווערן] , ודומו סלה, מיט דעם וועסטו קענען שווייגן.
מיט אביסל יישוב הדעת קומט מען ווייט אן.

א גוט שבת
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

"לאז אפ אלע אגענדעס און פלענער,
אנשטאט, לעב מיט די הוה, מיט וואס עס טוט זיך יעצט אפ."

זייער אסאך מענטשן האבן פלענער און א בליק "וויאזוי" ער וויל די זאך זאל אויסזען.
אין שלום בית וועט עס אויסקוקן בערך אזוי,
א יונגערמאן נאך די חתונה,ווען ער טראכט איבער זיין שטוב, לויפן אים די מחשבות בערך אזוי,
איך וויל א שטוב ווי עס הערשט אהבה אחוה שלום ורעות,
איך וויל א שטוב ווי מען איז מיך מכבד,
איך וויל א שטוב וואס מען איז מוותר פארן מאן,
איך וויל א לייכטע שטוב, וואס מען פייניגט נישט.
וען ער קומט מיט א פלאן, למשל, "לאמיר פארן אויף שבת קיין מאנסי, האט ער א בליק און מחשבות, וויאזוי ער וויל זי זאל ענטפערן,
"יא, קיין פראבלעם" וכדומה

די אלע מחשבות האט ער סיי אינדרויסן פון שטוב,ווען ער טראכט איבערן מצב בכלליות, און ער פלאנט אויס וואס ער וויל זאגן וכדומה,
און אויך בשעת ער איז אנדערהיים, בשעת ער רעדט מיט די ב"ב, בשעת ער לייגט פאר די פלענער, האט ער די מחשבות אין קאפ, "איך וויל אזוי און אזוי"

וואס איך וויל דא מציע זיין איז,די אלע מחשבות שניידן אריין אינעם שלום בית, עס איז זייער שווער צו האבן א גוטע שלום בית ווען מען קומט אריין מיט EXPECTATIONS.
עס איז דא שפריך ווארט. עקספעקטעישענס ברענגט פראסטרעישענס Expectation brings frustration
דהיינו, ווען דו ווילסט עפעס און עס געשעט נישט, דאן און נאר דאן, קען מען אנקומען צו ווייטאג.
אויב האסטו נישט קיין שום פלענער, קיין שום עקספעקטעישען אויף וויאזוי די זאך "מוז" אויסזען, דאן האסטו נישט אויף וואס זיך צו רעגן.

שטעלט זיך די שאלה, וויאזוי קומט מען אריין אן קיין עקספעקטעישען, איך מוז דאך האבן רצונות, פלענער וכדומה,
טו... וואס טוט מען דא????

דריק דעם קנעפל. א דאנק.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6511
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

עקספעקטעישאנס איז נישט א זאך וואס מען קען געבן א וויש אוועק מיט'ן ארבעל,
א מענטש האפט יארן לאנג אויף א זאך און פלוצלינג באקומט ער א מעסעדזש אז ער גייט עס נישט האבן פאר די רעשט פון זיין לעבן,
עס איז א שאק, אסאך מאל דארף מען אדורכגיין די 5 סטעידזשעס אף גריעף צו קענען משלים זיין מיט די מציאות.

בכלל איז וויכטיג צו פאנאנדערשיידן צווישן זאכן וואס איז א מהות פונעם מענטש און מ'קען נישט טוישן, צווישן זאכן וואס איז א מדה וואס מען קען ארבעטן דערויף, נאר פשוט איינער פון די פארפאלק האט נישט קיין געדולד דערצו, אבער אויב וועט זיין שטארקע ליבשאפט וועט מען יא וועלן טון פאר יענעם. ביי אזעלכע פלעצער דארף מען נישט אויפגעבן קיין עקספעקטעישאנס. נעוואדע זאל מען נישט קלאפן מיטן פויסט אין טיש, אבער מען קען זיך אדורכשמועסן מיט פארשטענדעניש. יעדער מוז רעספעקטירן יענעמ'ס יסודות און פרינציפן, אבער אויך די אייגענע.

עס איז א לאנגע שמועס (שוין געהערט עטליכע דרשות דערויף סיי אויף תורה עניטיים און נאך) אבער איך זאג נאר די שפיץ.
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

כבוד הרב @דניאל אויערבאך גוט געשריבן.
עס זענען דא צוויי חלקים אין יעדע עקספעקטעישען, איינס קאנשעס/ באוויסטזיניג , צוויי, סאב-קאנשעס.
עס איז אפשר נישט די ריכטיגע הגדרה, אבער שוין, זאל זיין,
עכ"פ, ווען איינער האט אן עקספעקטעישען, א גוטע און ריכטיגע רצון צו א גוטע זאך, ווי למשל, מיין ווייב זאל רעדן שיין צו מיך,
אויב, ווען ער רעדט צו איר, בשעת מעשה, האלט ער דעם עקספעקטעישען אין זיין קאנשעס, ער טוט אקטיוו טראכטן פון דעם און פרובירט עס צו באקומען, דאן איז ער אויסגעשטעלט צו ווייטאג,
משא"כ, ווען ער לייגט עס אין די בעק, אין די סאב-קאנשעס, דהיינו, בשעת ער שמועסט, טוט ער נישט "אקטיוו" טראכטן און אנאליזירן וויאזוי זי רעאגירט, יעצט שמועט ער און ער איז קאנצעטרירט נאר אויף זיין זייט פון די שמועס, ער פרובירט אז ער זאל רעדן בא'טעמ'ט און שיין,
וויאזוי זי רעאגירט האט מיט איר , ער איז נישט יעצט פארנומען מיט דעם.
אזא איינער וועט האבן אסאך ווייניגער ווייטאג בעז"ה.

איך האב יעצט נאכגעקוקט די טייטש פון EXPECTATIONS, דא האט איר,
ex·pec·ta·tion
a strong belief that something will happen or be the case in the future.
אויף אידיש [פון גוגל....]
דערוואַרטונג
אַ "שטאַרק גלויבן" אַז עפּעס וועט פּאַסירן אָדער זיין דער פאַל אין דער צוקונפֿט.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

"מאן און פרוי זענען אנדערש בטבע"
איינער פון די וויכטיגע זאכן וואס מען דארף וויסן אין א אידישע שטוב איז, אז מאן און פרוי זענען זייער אנדערש.
פארוואס איז עס וויכטיג? ווייל גאר אסאך זאכן וואס באדערן און מאכן אויפגערעגט, קומט עס פשוט ווייל דו מיינסט אז זי איז ממש פארדרייט, הלמאי??? אזוי זיך אזוי אויפצופירן??????!!!!!
ווידער, ווען עס ווערט קלאר אז זיי זענען "בעצם" אנדערש, ווערט מען אסאך רואיגער בעז"ה.
מען דארף נישט ווערן קיין וועלטס מומחה אויף טבעיות בני אדם, אבער עס איז גוט צו וויסן אפאר כללים אין די חילוקים פון מאן און פרוי.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

"ווען מען לעבט ערליך און אריגינעל, פירט מען זיך אויטאמאטיש מיט די גרעסטע מאס חכמה!"

וועט איינער פרעגן, איך פארשטיי נישט, יעדע האט חתונה, נו, וויאזוי ערווארט מען אז א יונגע בחור'ל זאל וויסן און פארשטיין די חילוקים פון מאן און פרוי,
דא קומט אריין א גרויסע באמבע!
טאמער וואלט מען צוגעגאנגען צום חתונה האבן מיטן ריכטגן נאטורליכן צוגאנג, און מיט גוטע מידות, וואלט ער אויטאמאטיש געוויסט און געפילט דער נקודה!!!

ווען ער וואלט צוגעגאנגען צום חתונה וויסנדיג,
אז ער איז דער מאן אין שטוב, ער איז ווי א שר ומלך אין אירע אויגן,
ער וואלט נישט געווען פארנומען א גאנצע צייט נאר צו געפעלן געפעלן געפעלן,
אויך וואלט ער נישט געהאט קיין "אגענדעס" , וואס דער באשעפער שיקט נעם איך,
ער וואלט זיך געפירט צו איר מיט רואיגקייט און כבוד, אוהבה כגופו, מכבדה יותר מגופו,
אויטאמאטיש ווען ער וואלט געזען אז זי רעדט אביסל אנדערש, זי דארף מער אויסשמועסן, מער ספיקות, וכו' וכו', אלע חילוקים למיניהם,
וואלט ער געכאפט, אה, אזוי איז זייער נאטור, נו גוט, געגאנגען ווייטער....
ואכמ"ל ועוד חזון אי"ה
לעצט פארראכטן דורך קלארערהייט אום מאנטאג יוני 26, 2023 12:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

"חילוקים בין איש לאשה"
לאמיר אריינגיין אביסל אין די חילוקים פון א מאן און פרוי.
קודם וועל איך אויסשרייבן עטליכע מקומות ווי מ'זעט אז זיי זענען אנדערש.
  • די וועג פון רעדן.
  • ווען זיי זאגן עפעס, מיינען זיי די עצם ווערטער, אדער איז עס א געפיל וואס זיי טיילן מיט, אפילו אויב די פאקטן זענען נישט אזוי.
  • גיין SHOPPING, האט מען הנאה פון די עצם גיין SHOPPING אדער גייט מען נאר ווען ס'איז דא עפעס "תכלית" ווען מען דארף בפועל איינקויפן.
  • שמועסן סתם צו שמועסן, ט' קבין שיחה.
  • ווען מען מאכט א מסיבה, ביי אונז איז די עיקר, תכלית! גוטע עסן גוטע דרשה וכדו'. ביי זיי איז דא א גאנצע Theme די טישטיכער נעפקינס , אלעס דארף זיין MATCHING
  • זיי האבן ליב צו וואטשן קינדער, אונז ווייסן קוים וויאזוי...
  • זיי שפילן מיט דאליס, אונז מיט קארס און טראקס!
  • די חילוק ביי געימס פון יונגלעך און מיידלעך איז הימל און ערד.
  • די וועג פון לערנען, ביי אונז לערנט מען און מ'חזר'ט און געגאנגען ווייטער, ביי זיי איז אלעס מיט א ניגון, א פראגראם.
  • קאכן און באקן, זיי לעבן דערינען, אונז?????
  • אויפקלינען. ביי זיי איז עס א נאטורליכע זאך. ביי אונז? גיי אריין אין א בחורים דירה.
  • ועוד רבות חילוקים.

איינמאל מען ווייסט אז אונז זענען אנדערש קען מען אסאך קלארער ארויסהאבן וואס דא גייט פאר און די ריכטיגע צוגאנג צום ענין.
לעצט פארראכטן דורך קלארערהייט אום מאנטאג יוני 26, 2023 12:31 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

די סיבה פארוואס מען האט חתונה
יעצט וועלן מיר צוגיין צו נאך "איין" חילוק פון מענער און פרויען, די עצם סיבה פארוואס מען האט חתונה.
גאר אסאך מענטשן מיינען אז סיי מענער און סיי די פרויען, זיכן בעצם די זעלבע זאך ווען זיי האבן חתונה, און מען דארף טריטן איינער דעם צווייטן די זעלבע,
און אפילו די וואס זאגן שוין אז מאן און פרוי זענען אנדערש, וועלן אבער אסאך נאך אלס זאגן אז בכלליות דארפן ביידע די זעלבע סארט התנהגות פונעם מאן/פרוי.
איז דאס ריכטיג אדער נישט?
ווי איך האב אויבן געשריבן זענען דא א געוואלד מיט חילוקים פון מענער און פרויען בכלליות ובפרטיות אויף יעדע טריט און שריט, אויב אזוי שטעלט זיך די שאלה אפשר דארפן די פרויען גאר עפעס אנדערש ווי די מענער,
און אזוי ווי אונז זענען מיר מענער, ווייסן איז נאר וואס א מאן וויל באקומען, און אונז געבן זיי וואס אונז ווילן באקומען פון זיי...
נאך מער, און הנהגת הבית, וויאזוי וויל א פרוי אז דער מאן זאל אויסהערן איר מיינונג?
ווען עס קומט צו קוועטשן, האט שוין יעדע געהערט אז זיי דארפן עפעס אנדערש ווי אונז, אבער מיין שאלה באציט זיך יעצט דוקא אויף'ן נקודה פון א מיינונג אין שטוב.
ווילן די פרויען אז מען זאל הערן זייער מיינונג, אזוי ווי אונז ווילן מען זאל הערן ווען אוז זאגן אונזער מיינונג,
דהיינו, ווען זיי רעדן "מיינט" דאס זי זעלבע ווי ווען אונז רעדן?
זיי ניצן די זעלבע "שפראך" אידיש, אבער מיינען זייערע ווערטער די זעלבע ווי ביי אונז?????

עכ"פ לאמיר צוריקגיין צום קעפל שאלה,
פארוואס האט א מאן חתונה, וואס זיכט ער?
און פארוואס האט א פרוי חתונה וואס זיכט זי?
זיכן זיי די זעלביגע זאך? אדער צוויי גאר אנדערע ענינים?

הנאה געהאט? לאז וויסן.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

"מלך, מלך, מלך!!!"
לאמיר צוגיין צום ענין.
פארוואס האט א מאן חתונה? און פארוואס האט א פרוי חתונה?
א מאן האט חתונה, ווייל ער וויל א פרוי, דעריבער נעמט ער א פרוי אין שטוב אריין, מיט דעם באקומט ער וואס ער האט געזיכט....
ווידער א פרוי האט חתונה, ווייל זי וויל האבן א מאן, וועגן דעם קומט זי אריין צום מאן אין שטוב!
דורכדעם וואס זי האט חתונה, האט זי יעצט א מאן, און דאס איז ווי זי האט געזיכט, MISION ACCOMPLISHED !!!!!!!

שטעלט זיך די פראגע וואס מיינט דאס א "מאן"
אויך, פארוואס טאקע דארפן זיי א "מאן"

דער באשעפער האט אויסגעשטעלט אן אינטערעסאנטע וועלטל, און ער האט ברוב חכמתו געמאכט אז א מאן זאל דארפן אן עזר'ל, עזר כנגדו,
נו, וואס טוט מען? ווער וועט דען מסכים זיין דיך צו באדינען? דיין חבר? פארוואס עפעס? אפשר באדין דו מיר?
האט דער אייבעשטער באשאפן א בריאה! דער בריאה הייסט א פרוי!
דעם פרוי האט דער באשעפער אריינגעלייגט אין איר טבע אז זי זאל הנאה האבן צו באקומען א "מאן",
זי האט הנאה ווען זי ווערט גענומען, געקויפט, כי יקח, צו איר מאן.
זי האט הנאה אים צו באדינען, עזר כנגדו!
זי קוקט ארויף אויף אים, זי וויל אים געפעלן אין די אויגן.
אזוי קען די סיסטעם גוט פארן, זי וויל דאך א מאן, זי וויל אים געפעלן, זי האט הנאה אים צו באדינען, נו, וועט ער אזוי ארום באקומען א גוטע עזר'ל.
[ווערטס נאכנישט אזוי עקסייטעד, מען דארף נאך אלס מכבד זיין, אוהבה כגופו, לא יהיה עצב ולא רוגז, רעדן בנחת, געבן געלט בהרחבה כפי יכולתו..... עיין רמב"ם אישות פרק טו הלכה יט]

עכ"פ זיי טוען "נאטורליך" אנקוקן דעם מאן ווי זייער מלך!
עס ווערט געווענליך באדעקט מיט א שיכט פון שטויב וואס קומט הויפזעכטליך פון נישט-וויסן, אבער א מאן וואס ווייסט אז ער איז ווי א מלך, וועט דאס גופא אז ער פירט זיך בגינוני מלכות גורם זיין אז זי זאל פילן די געפיל ווי צו א מלך. און זי וועט זיך מחי' זיין....
זייער חיות קומט פון איר מאן, זי פילט ווי איר גאנצע מציאות איז תלוי אין אים! ווען ער איז אין א גוטע גיסטע איז איר גוט אויפן הארץ, און פארקערט, פארקערט.
אויב איז זי געשעצט אין זיינע אויגן, האט זי הנאה און עס געבט איר כח און מוט אנצוגיין.

נאך מער, זיי האבן הנאה צו זיין אנגעהאנגען אין זייער מאן, אזויווי א חסיד האט הנאה צו זיין בטל צו זיי רבי.
זיי שעפן חיות און עס איז א שטאלץ פאר זיי אז זיי גייען נאך זייער מאן!
בכלל איז א רבי/ אדמו"ר די פאסיגע משל צו א מאן, זיי קוקן ארויף אויפן מאן, אזוי ווי אונז קוקן ארויף אונזער רבי'ס צדיקים!!!!
א ווארט וואס דער מאן האט געזאגט בלייבט איינגעקריצט, למשל, ער רופט זיך אן מיט א פשטות, דער געוויסע ארגענעזאציע איז גאר גאר חשוב און הייליג,
אפילו אויב זי דינגט זיך און מאכט עס אוועק, וועט עס מאכן א קליינע קריץ אין איר מחשבה, "מיין גרויסע מאן, האלט פון דעם ארגעניזאציע"
בפרט, אויב ער וועט נישט ווערן OFFENDED, וויי געטון, ער גייט זיך ווייטער און לאזט זיינע ווערטער ליגן דארטן, וועט עס נישט ארויסגיין פון איר סיסטעם,
אויף וויפיל פראצענט זי וועט עס אננעמען איז א שמועס פאר זיךואכ"מ.
מיט דעם קען מען שוין זייער גוט פארשטיין פארוואס זיי זאגן אלס ביי זייערע קיפקעס [קאנטרי…] "מיין מאן האט געזאגט…, מיין מאן האלט…"
אונז זאגן נישט אלס נאך בשמם שיטות און רעיונות, הלמאי, זיי זאגן יא נאך פון אונז?
נאר, אזוי ווי דו האסט הנאה צו קענען זאגן פאר דיינע חברים "איך האב געהערט פון רבי'ן זאל זיין געזונט כך וכך" און אפילו פאר חסידים פון אנדערע רבי'ס איז א שטאלץ ווען דו קענסט זאגן, "איך האב אליינס געהערט פון מיין רבי'ן..."
פונקט אזוי, איז עס פאר זיי א כבוד און חשיבות נאכצוזאגן עפעס פון זייער רבי'ן און רוקנביין [מאן] .

נאך מער, אסאך מאל ברענגט עס אפילו לידי שחוק, ווען א פרוי וואס טרעט אויף איר מאן ווי גרויס ער זאל נישט זיין, און ביי די קיפקעס זאגט זי אבער מיט א סטרעיט פעיס, מיין מאן האט געזאגט/האלט וכו' וכו'.
און אמאל איז עס ווייטאגליך צו זען, ווי א קאפל וואס פלעגן זיך רייסן אויף קולי קולות, און ווען דער מאן גייט אוועק, און די צובראכענע אלמנה הערט נישט אויף צו רעדן, ווי "טאטי פלעגט…" און "טאטי האט…" און, "טו נישט דאס, טאטי פלעגט זאגן אויף דעם…."
און די קינדער וויינען, אוי, אויב שוין יא, פארוואס האבן ענק נישט הנאה געהאט איינער פון צווייטן בחיים חיותו……? אוי וויי,
נעבעך, דער אלטע טאטע ז"ל האט נישט זוכה געווען צו ליינען דעם תגובה…

הנאה? לאז וויסן, א דאנק.
לעצט פארראכטן דורך קלארערהייט אום מאנטאג יוני 26, 2023 12:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

"מלכות קומט מיט אן אחריות!!"

דאס וואס איך האב געשריבן אז דער מאן איז ווי א מלך און שר פאר זיין פרוי, איז א מורא'דיגע געשמאקע זאך פאר מענער צו הערן, זיי האבן הנאה און עס מאכט זיי פילן ווי א פרייע פויגל,
הא! איך בין א מלך'ל אויף מיין צוויי צימערדיגע אפארטמענט וכל מה שיש בה….ממש א מחי'!
אבער…. פון דער אנדערע זייט איז עס א געוואלדיגע מחייב!
עס ברענגט ארויס, אויף ווי ווייט דער מאן מוז זיך אויפפירן ווי א נארמאלע מענטש.
בנוגע אלע ענינים, געלט, פירערשאפט ברוחניות, א שבת'דיגע סעודה, א תורה'דיגע טאון אין שטוב, פירערשאפט בגשמיות, אחריות, מענטשליכקייט, רואיגקייט אין שטוב, וכו' וכו'
אויב ביסטו דער מלך, דאן קוקן דיינע אונטערטאנען ארויף אויף דיך, און לויט דיין מהלך,וועט זיך דאס לאנד פירן, לויט דיין גיסטע וועט זיין די גיסטע פון די איינוואוינער!
שטעלט זיך פאר א פרעזידענט וואס איז דעפרעסט, ער נעמט נישט קעיר, ער לאזט זיינע ארומיגע פירן, די גאנצע לאנד וועט דאס שפירן!
און שטעל זיך פאר אז ער זאגט, "וואס האט עס מיט מיר? זאל יעדער איינער זיך אליינס מסדר זיין און זיין אין א גוטע גיסטע, און זען אז זיין אייגענע פרנסה זאל קלאפן, וכו',"
וואס ענטפערט מען פאר אזא בטלן?
רבי איד! ווער האט אייך געהייסן לויפן פאר פרעזידענט? דאס איז דיין דזשאב! צו הייבן דעם עולם און פירן דאס לאנד, נישט לאזן דיינע SECRETARY OF….. מאכן אלע החלטות! דו דארפסט נעמען אחריות אויף די פירערשאפט!
נישט יעדע קלייניגקייט זאלסטו זיין פארנומען, לאז לעבן! אבער פירערשאפט? שוין איינמאל!

נו, יונגעלייט, זענט עטס גרייט פאר דעם עול און פרייהייט אינאיינעם?

הנאה געהאט, זיי מודיע, יישר כח.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

נו, יונגעלייט, זענט עטס גרייט פאר דעם עול און פרייהייט אינאיינעם?

הנאה געהאט, זיי מודיע, יישר כח.


גרייט? נאך וואו גרייט...!

איך נאך אינמיטן אראפשלינגען, יעצט וועל איך עס פארדייען, און איך האף אז איך וועל עס קענען אויספירן, ווייל יותר ממה שקריתי כתוב כאן...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

" איך שפיר זיך דערווייטערט, געב מיר אן עצה"

א שאלה וואס איז אריינגעקומען [בשינוי לשון קצת]. ותשובתי בצידו.
א חלק פון די נקודות זענען שוין אויסגעשריבען געווארן פריער, אבער אין תגובה בלא חידוש, און חזרה איז אלעמאל גוט, מען דארף די יסודות אריינבאקן אין די ביינער…


א גוטן, איך זעה איר שרייבט איבער שלום בית, איך האב א ווייטאגליכע שאלה, איך ווייס אפילו נישט צו עס איז א שאלה, עס איז מער א מצב וואס פארט שוין אזוי פאר לאנגע יארן, איך מצידי האב איך שוין שלום געמאכט מיטן מצב, זה חלקי ונחלתי, אבער יעצט טראכט איך אולי ואולי איז אפשר יא דא א וועג בעסער צו ווערן. מי יודע.


איך האב שוין חתונה געהאט מער ווי צען יאר, די שלום בית פארט גאנץ כמעשה, עס איז אזא לוילעכער מצב, ד.מ. עס איז נישט דא קיין סאך קריגערייען (כ'מיין לאו דוקא עפעס עקסטער מער ווי ביי אנדערע).
מצד שני איז נישט דא קיין שום נאנטשאפט, אונז זענען זיך נישט מחשיב איינער דעם צווייטן, אומצאליגע מאל שפירט זיך דאס ווי צוויי פרעמדע מענטשן וואס וואוינען אין איין הויז, (כאן בוכין...).


תשובה:
א גוטן, איך האב ערהאלטן דיין שאלה/ מעשה, און יא, עס איז דא גאר גאר אסאך וואס קען בעסער ווערן, מיט אביסל קאפ וועט אי"ה בעסער ווערן, יעדן טאג אביסל.
לאמיר אביסל אריינגיין וואס ברענגט אהבה אין א אידישע שטוב, וואס שטערט פאר אהבה, און וויאזוי נעמט מען אוועק די שטערונגען.
הנני מוכן ומזומן להגיד השיעור, ביטע זיך זעצן.
וואס איז נאנטשאפט, וואס ברענגט נאנטשאפט צווישן מאן און פרוי?
ווען מאן און פרוי פילן ווייט איינער פון צווייטן וואס איז די עצה?

יעדע מאל וואס צוויי מענטשן לעבן אינאיינעם, און זיי האבן נישט קיין שום ווייטאג איינער אויפן צווייטן, וועלן זיי אויטאמאטיש האבן אן אהבה איינער צום צווייטן.
נעם א משל, אין דיין ביהמ"ד, די אלע אידן וואס דו האסט גארנישט מיט זיי, און גארנישט קעגן זיי, דער מענטש מאכט דיך נישט נערוועז, ער איז סתם א איד, ער קומט אריין, דו רעדסט נישט מיט אים קיין סאך, אמאל בעט ער דיר א ספר וכו', וזהו.
יעצט, ווען דו טרעפסט אים ביי מקומות הקדושים, וויאזוי גייסטו צו צו אים?
[מיט א פריינטליכן שמייכל] "אה, א גוטן! די ביסט אויך דא?" און ער [ג"כ בצהלת פנים] פרעגט דיך, "ביסט מסודר?" אויב נישט וועט ער זיין דער וואס וועט פרובירן צו שתד'לען פאר דיך, אדער דו פאר אים.
פארוואס? סתם ווייל דו "קענסט" אים? ,
ניין! עס ליגט דא א משהו ליבשאפט אדער רוף עס נאנטשאפט, ווייל דו זעסט אים און קענסט אים האט זיך אנטוויקלט א גוטע געפיל פון דיר צו אים.
און וואס איז אהבה בעצם, א גוטע געפיל פון איין מענטש צו א צווייטן.
במילא וועגן דעם, איז יעדע מענטש אין ביהמ"ד האסטו א משהו אהבה צו אים.
און אזוי איז עס אויך מיט דיינע אלטע חברים פון ישיבה וואס דו האסט קוים געקענט, און יעצט קומט מען צו דיך פאר זייערט וועגן, עס איז דא אן אויטאמאטישע "אהבה" ביי צוויי מענטשן וואס לעבן אינאיינעם!
אויב אזוי צוריק צו דאס ב"ב אינדערהיים.
נאטורליך, אן קיין שום פעולות און השתדלות'ע וועט זיין אן אהבה צווישן זיי.

איי מען זעט דאך נישט אזוי…. אויף דעם וועלן מיר אי"ה באלד שרייבן.

ווילסט נאך? לאז וויסן.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

" איך שפיר זיך דערווייטערט, געב מיר אן עצה. חלק ב'"

יעצט, לאמיר גיין ווייטער.

איך האב געשריבן אויבן,
אויב אזוי צוריק צו דאס ב"ב אינדערהיים.
נאטורליך, אן קיין שום פעולות און השתדלות'ע וועט זיין אן אהבה צווישן זיי. ע"כ.

אבער דא קומט אריין א שטארקע נקודה/פראבלעם,
והוא, אונז זענען נישט צוויי פרעמדע מענטשן אין ביהמ"ד, וואס מער ווי א שאקל און א גרוס קומט נישט אריין, און אשר ע"כ איז אויטאמאטיש אז עס זענען נאר דא פאזיטיווע געפילן צווישו זיי און עס קומט אריין א שטיקל אהבה,
משא"כ איש ואשה, זיי האבן צענדליגע צענדליגע פרטים וכללים, וואס זיי ערווארטן איינער פונעם צווייטן, א געוויסע אויפפירונג אדער געטריישאפט וכו' און ווען עס געשעט נישט האט מען אויטאמאטיש א שווער הארץ.
נעם א משל פון צוויי חברים, יענקל און משה זענען זייער נאנטע חברים, איין טאג זענען זיי מחליט, אונז גיימיר עפענען בשותפות א גראסערי.
ווילאנג דארף נעמען, אז עס זאל [קענען] ווערן צווישן זיי אן אנגעצויגנקייט???
ביז אפאר טאג קענען זיי ווערן טיף אנגעוויטאגט איינער אויפן צווייטן, אפילו אויב זיי זענען די ארנטליכסטע! מענטשן אויפן וועלט!
פארוואס?
עס זענען דא צענדליגע זאכן וואס געשען אין א געשעפט, באשטעלן, איינקויפן, פרייזן, דינגען ארבעטער, אויסשטעלן די געשעפט, שעלווס, רעדזישטער, קאסטומער סערוויס, וכו' וכו',
און אויף יעדע זאך איז דא צוויי צדדים וויאזוי צוצוגיין דערצו,
נו, אויב איז איינער איין נאטור און דער צווייטע אביסל אנדערש, האסטו א גוטע פלאץ פאר רייבערייען.
למשל,
זאל מען אריינברענגען פון דער קאמפעני, און דער, און דער, ........
זאל מען בלייבן אפן ביז 11 אדער 12?
ווער זאל אריינקומען אינדערפרי, ווער זאל בלייבן שפעט ביינאכט?
אדווערטייזען, אסאך? ווייניג? ווי?
זאל מען דינגען א טייערע מענעדזשער אדער א סטארטע"ר?
זאל מען טזשארזשען פאר דעליווערי?
וכו' וכו' וכו'
נאכדעם האסטו ווען עס קומען אריין די געלטער......

אויך ווען עס קומט צו אויספילן געוויסע שיעבודים וואס איינער איז משועבד צום צווייטן צו ערלעדיגן פארן געשעפט, דהיינו אסאך מאל איז דא וואס מען האט אויסגערעדט [בערך'דיג] אז איינער וועט דאס טון פארן ביזנעס, און אנדערע זאכן וועט דער צווייטע טון, למשל, אקאונטינג , בילינג, באצאלן בילס, וכו' , איז אויב איינער איז פארנאכלעסיגט, טוט דאס ברענגן נאך מער ווייטאג.
פארשטייסטו שוין וויאזוי, ווען מען האט א געשעפט אינאיינעם קענען די נאנסטע חברים ווערן צוריבן.

אויב אזוי, הדרן לדביתהו,
וואס איז טייערער און חשוב'ער פאר א מענטש, ווי זיין לעבן, זיין שטוב, זיינע קינדערלעך בעז"ה, זיין סדר היום, זיין צורת החיים, וכו',
דאס איז דאך די גאנצע מציאות האדם, דאס איז דער גרעסטע געשעפט וואס א מענטש קען נאר האבן.
און, ביי די אלע זאכן, האט ער א שותף וואס רעדט אריין אין דעם, נישט סתם א שותף, נאר זיין נאנסטע מענטש, די טייערע ב"ב, פון איין זייט איז ער איר א גוטע ידיד, אוהבה כגופו, אבער.... דער ביזנעס וואס אונז האבן אינאיינעם, ברענגט אנגעצויגנקייט, אסאך אנגעצויגנקייט.
במילא איז עס זייער נאטורליך, אז עס איז נישטא קיין אהבה אין שטוב…, און עס קען זייער לייכט קומען דערצו אז עס זאל אפילו זיין א שטיקל שנאה!!!! [ווי א גרויסע שטיקל????]
נאכדערצו, אז עס זענען דא ערווארטונגען און שיעבודים פון איינעם צום צווייטן אינעם פערזענליכע לעבן, דהיינו,, מען ערווארטעט פון די ב"ב א רעספעקט און ווערן ארויפגעקוקט, געקאכטע עסן…, שטוב ווירטשאפט, רואיגקייט אין שטוב וכו'
און די ב"ב ערווארטעט פון דער מאן ער זאל צושטעלן אויפן בעסטן אופן, וואס א מאן דארף צושטעלן, פרנסה, רואיגקייט, וכו'
ווי אויך ער זאל איר געבן די פילינג פון פראטעקש"ן און פארזיכערונג, ער זאל זיין א בא'טעמ'טע פירער, אויך זאל ער האבן א שטארקע אהבה צו איר כגופו, און איר וואוילזיין זאל זיין ביי אים נומבער איינס [נאך אים...]
און די זאכן, דאס רירט שוין אן די עצם הנפש, ווען מען ווערט געשעצט וכו' פילט מען גוט און מען גייט אן פעסטער, און פארקערט, פארקערט.
אשר ע"כ, איז דאס נאך אסאך אסאך מער און אסאך שטארקער, די פילינגס דא, ווי ביים משל פריער פון די צוויי שותפים.

איז ווי מ'האלט יעצט האבן מיר דא אביסל א קאמפליצירטע בילד אויפן מצב, טו, וואס טוט מען דא?

המשך יבוא אי"ה
ואז אבאר
איך מסירין ווייטאגליכע געפילן? כשמסירין כל הרצונות של אויספירן ו'מיין וועג .
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

"טיפ נו' 1. פארמינערן גאוה הטבעית"

לאמיר יעצט אביסל אריינגיין אינעם נושא, וויאזוי נאכצולאזן פון די לעוועל וויפיל עס באדערט ווען זי איז אנדערש, טוט אנדערש, טוט זאכן שלא לפי כבודך, אפאר טיפס און געדאנקען.
די ערשטע עצה, וואלט איך געזאט, איז דער ענין פון די נאטורליכע גאוה, עס איז אביסל א סענסיטיוו נקודה אבער איך האף אז מען וועט עס פארשטיין,
אני הק' האב איך עס געלערנט פון ר' שרגא פליישמאן- מאנסי, און עס שטימט זייער גוט מיט די חסידישע ספרים און זייער מהלך.
עס איז זייער וויכטיג פאר א מענטש, פאר זיין רואיגקייט און הנאה אין לעבן, אויפצוגעבן אביסל פון די אייגענע גאוה/EGO, איינער פון די גרעסטע עיכובים, וואס לאזן נישט א מענטש ENJOYEN דעם הוה און מוותר זיין, ווען זאכן גייען נישט ווי ער וויל, איז די גאוה, און איך רעד דא פון די נאטורליכע גאוה וואס יעדע האט, ווען זי קאכט נישט אזוי גוט, למשל, וועט עס אים באדערן אסאך מער ווי ווען די ישיבה קעכער האט אונטערגעפאנפעוועט, ריכטיג??? פארוואס??? עס איז דאך די זעלבע אומגעלונגענע טשיקען??
דער תירוץ איז, דא איז עס מיין טשיקען, אין מיין הויז, געקאכט דורך מיין ב"ב, און אזא [נישט] טעם האט עס!!!!!
קומט אויס, אז נישט די אומגעלונגענע געקעכטס, און נישט די עצם פארשלעפטקייט באדערט, נאר דאס אז "איך" "מיין..." "ביי אונזער..." איז אומגעלונגען, דאס איז וואס קוועטשט.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

" נאך אפאר טיפס"

בס"ד
לאמיר ממשיך זיין.
מ'האלט דא ביי איינער וואס האט נישט קיין שום געפילן צו זיין ב"ב.
כ'האב געשריבן, אז מען דארף גארנישט טון צו "בויען" גוטע געפילן, די עיקר איז אז מען זאל זען אז עס זאל נישט זיין קיין "אומגינסטיגע" געפילן, און אויטאמאטיש וועלן די גוטע געפילן אנקומען.
אויף צו אוועקנעמען נישט גוטע געפילן האב איך געשריבן די ערשטע טיפ, אז ער זאל אוועקנעמען זיין EGO/גאוה הטבעית, אזוי ארום וועט אים נישט אזוי באדערן זייערע דיפערענסן, וועט ער קענען לעבן רואיג אינדערהיים.

יעצט לאמיר ממשיך זיין מיט נאך אפאר קליינע טיפס.

נאך א עצה איז, אז מען זאל נאכלאזן פון די עקספעקטעישענס/ערווארטונגען, מען זאל נעמען וואס פארא גוטס מען באקומט, אן קיין חשבונות, ווי, עה, ס'איז נישט אזוי חשוב, זי וואלט געדארפט טון אזוי און אזוי, די סארט מחשבות שטערן פון קענען עפרישיעטן די גוטס וואס פארן ארום אין שטוב.
כדי אנצוקומען דערצו, איז דא אן עצה, צו לעבן מער אין די הוה - די יעצט, און נישט טראכטן ביי יעדע זאך וואס גייט נישט 100% ווי דו וואלסט געוואלט "אוי... הלואי וואלט געווען אזוי און אזוי" וכדו'.
וואס דו האטסט נישט האסטו נישט, לעב אריין מיט וואס דו האסט יא.

אויך, טו וואס איז ריכטיג, וואס דו ביסט מחשיב, אויב זעסטו אז עס איז בעסער נישט מעורר צו זיין יעצט אויף עפעס, דאן בלייב שטיל. זאג גארנישט, לאז די צייט אריינקומען און פארוואסערן דעם ענין, מיט דעם וועט ער כאטש נישט קאליע מאכן מיט טענות און שרייען וכדומה, און שפעטער ווען יעדע איז רואיג וועט ער קענען הנאה האבן פון זיין ב"ב'ס מעלות.
און דא קומט ווידער אריין דעם ענין פון "איך וואלט געוואלט", ווייל אפילו ער זעט אז עס איז בעסער צו שווייגן, אבער וויבאלד אז ער וואלט געוואלט אז עס זאל זיין אנדערש, און עס איז אים שווער צו אנערקענען אז ער האט עס נישט 100% אויפן בעסטן אופן, וועגן דעם רעדט ער אפילו כשאינו מועיל, אזוי קען ער זיך איינרעדן, אז בעצם קען ער האבן יענע געוויסע זאך וואס ער פאדערט, משא"כ אויב שווייגט ער, איז ער מיט דעם "מודה" אז ער האט נישט קיין עצה אנצוקומען צו יענע געוויסע זאך.
דאס האט ריין מיט דמיון!!!!

אויך, האב נישט מורא, "אוי, עס וועט שוין קיינמאל נישט גוט זיין" ניין, יעצט טאקע איז זי נישט אינגאנצן צוגעשטעלט, אבער מיט די צייט וועט זי נאכקומען, בפרט אויב דו וועסט נישט מאכן א גאנצע באלון.

אין סך הכל, לאז נאך פון אלע עקספעקטעישענס, טענות ותביעות. לעב אריין מיט דאס וואס דו האסט, עפרישיעיט די גוטס, זאג עס ארויס, און דער באשעפער זאל דיר באגליקן מיט אלעם גוטס. אמן.

המשך יבוא אי"ה
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ווי אזוי פרינט איך ארויס די אלע תגובות צו ליינען אויף פאפיר?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

פאקט: דער מאן איז דער אבסאלוט בעה”ב אין דערהיים! אבער נאר אויף ווי ווייט זיין ווייב לאזט אים... אין מלך בלא עם, זי איז בעה”ב אויף ווי ווייט דו זאלסט זיין בעה”ב.

די מאקסימום וואס א מאן קען טון איז ”זאגן” (נישט אויסמישן מיט אריינזאגן..). דו קענסט זייער שטארק און קלאר זאגן וואס דו האלטסט אדער וואלסט ווען געוואלט, סאיז פערפעקטלי אקעי.. אבער ”אויספירן” דאס ליגט נישט אין דיינע הענט סייווי, און עקשן דיך ניטאמאל איין דערויף! מאדנע איז נאר אז ווען א מאן איז קלאר און קאמיוניקעטיוו דאן ”וויל” די ווייב רוב מאל טון וואס די מאן זאגט. פארוואס נישט? האלטסט אז זי איז אנטי דברים של טעם?

בקיצור, רעדן ( שיין ) איז די מאקסימום בעלות וואס א מאן האט.
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום זונטאג יולי 02, 2023 12:08 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דיעותיהם שוות.. יעדעס מענטש איז אנדערש און איז א וועלט פאר זיך. דאס איז א דבר פשוט ביי אונז אלע.

א זיווג איז בס”ה א זיווג פון צוויי פרצופין/דיעות.. סאו סאיז דאך א כ”ו בן בנו של כ”ו אז אין מערידזש איז נישטא אזא זאך פון: אזוי באלאנגט עס! אזוי איז נארמאל!

ווארף ארויס נארמאל פון פענסטער און קוק וואס און וויאזוי סארבעט ביי דיר..

א צוזאמענלעבן אן קיין פריער באשטימטע בוך פון חיובים מיט נארמאלס איז אסאך אסאך לייכטער. דו דארפסט נישט! דו מוזט נישט! מאך נאר זיכער אז דו מיטן רעבעצין האבן א געמיינזאמע שפראך און סהערשט א רואיגקייט און נישט קיין אנגעצויגנקייט חלילה.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

לעכטל האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 11:37 am
ווי אזוי פרינט איך ארויס די אלע תגובות צו ליינען אויף פאפיר?
איך האף אי"ה בקרוב ארויפצולייגן די ביז יעצטיגע שרייבערייען אויף א PDF.
שאלה: וויאזוי זאל איך עס SAVE'N אלס א PDF? אדער א WORD FILE.
איך ווייס ניטאמאל געהעריג די חילוק, וואס איז בעסער פאר די ליינער?
מען קען ענטפערן אין אישי אדער דא.
א דאנק
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 11:58 am
פאקט: דער מאן איז דער אבסאלוט בעה”ב אין דערהיים! אבער נאר אויף ווי ווייט זיין ווייב לאזט אים... אין מלך בלא עם, זי איז בעה”ב אויף ווי ווייט דו זאלסט זיין בעה”ב.

די מאקסימום וואס א מאן קען טון איז ”זאגן” (נישט אויסמישן מיט אריינזאגן..). דו קענסט זייער שטארק און קלאר זאגן וואס דו האלטסט אדער וואלסט ווען געוואלט, סאיז פערפעקטלי אקעי.. אבער ”אויספירן” דאס ליגט נישט אין דיינע הענט סייווי, און עקשן דיך ניטאמאל איין דערויף! מאדנע איז נאר אז ווען א מאן איז קלאר און קאמיוניקעטיוו דאן ”וויל” די ווייב רוב מאל טון וואס די מאן זאגט. פארוואס נישט? האלטסט אז זי איז אנטי דברים של טעם?

בקיצור, רעדן ( שיין ) איז די מאקסימום בעלות וואס א מאן האט.
זאגסט דאך אזוי גוט, מען קען אסאך שרייבן איבער דעם.
אפשר ביסטו מער מאריך?
הצלחה
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

"דיין אשת חיל, וויל אויך האבן א גוטע שלום בית!!"

דיין טייערע אשת חיל וויל אויך האבן א גוטע שלום בית!
יעדע מענטש וויל א זיס לעבן!
יעדע פרוי וויל האבן א געשמאקע בא'טעמ'טע שטוב, א שטוב ווי מען לעבט זיך רואיג און געשמאק, עס גייען נישט קיין קולות און קיין ווייטאג, איר מאן געבט איר נישט אריין הארץ ווייטאג אין לעבן, און זי געבט נישט קיין ווייטאגן אין זיין לעבן.

אסאך יונגעלייט מיינען אז די ב"ב האט שוין פארגעסן פון שלום בית, זי איז שוין נישט אינטערעסירט אין דעם.
בפרט, אז פרויען קענען זיך שנעלער אויסדריקן מיט לשונות , ווי, "אונז וועלן שוין קיין שלום בית נישט האבן", "איך אינוועסט מער נישט קיין איין פעני אין דער שלום בית" "אונזער חתונה איז אין די גארבעדזש" "איך בין נישט חתונה געהאט צו דיך" וכו' וכו',
יעדע לויט וואס ער האט געהערט פון זיין טייערע אשת חיל, מיט איר בינה יתירה.

עס איז זייער וויכטיג צו געדענקען, אז ניין!, די אלע דיבורים זענען סתם גערעדעכטסער, איר בלאזן איז נאר לויט דעם יעצטיגן מצב, אבער אינעווייניג אין הארצן ווארט זי נאך און לעכצעט, ווען וועט שוין מיין מאן צוריק אויפוועקן דעם שלום בית.
אזוי ווי זי האט עס געוואלט דעם טאג פונעם חתונה, האט זי דען חתונה געהאט מיטן דעת פון נישט האבן שלום בית? אודאי און אודאי נישט!
יעדע האט חתונה מיט די שענסטע חלומות....
נו, ווי איז דער זיסע פלאן אוועקגעפלויגן? די מחשבות זענען נאך אלס דא!

איי זי רעדט כאילו זי איז נישט אינטערעסירט מער?
א פרוי רעדט געפילן, מאאדס, נישט פאקטן און לאגיק!!!! , יעצט אין "דער " מינוט "פילט" זי נישט ווי זי איז אינטערעסירט, זי "פילט" ווי מען קען מער גארנישט טון. יעצט אין "דער" מינוט האט זי אויפגעגעבן. עס מיינט גארנישט אויף למעשה.

איינמאל מען וויסט מיט א קלארקייט אז באמת לעכטצט זי פאר א גוטע שלום בית, במסתרים תבכה נפשה, איז עס אסאך לליכטער צו זיכן און פרובירן צו שטעלן דעם שטוב אויף די גוטע רעלסן, ווייל מען ווייסט אז טיף אין הארצן איז דא דא א שותף לדבר מצוה.

דו, ביסט דער פירער, און דו וועסט אי"ה אריינברענגען אהבה אחוה שלום ורעות.
דו קענסט טון אלעס אין דער וועלט צוריקצושטעלן די זאך אין פלאץ.
לעצט פארראכטן דורך קלארערהייט אום דינסטאג יולי 04, 2023 12:33 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”