שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

א גוטן,
איך לייג דא ארויף מיינע מאמרים ביז יעצט [ביז איינס פארן לעצטן]
א גרויסן יישר כח פאר כבוד הרב וואס האט מיך געהאלפן עס אויסשטעלן,
יהא שכרו כפול מן השמים
קלארע געדאנקען אויף שלום בית
לעצט פארראכטן דורך קלארערהייט אום דינסטאג יולי 04, 2023 7:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

איך וויל זיך דא באדאנקען בשער בת רבים פאר הרב @לעכטל פארן אזוי שיין אויסשטעלן די מאמרים.
עס האט אן אנדערע טעם ווען מען סערווירט א געשמאקע פארציע, אויף א שיינע טעלער שיין אנגעגרייט.
אויך, בשם אלע ליינער טוה איך זיך דא באדאנקען פאר כבוד הרב.

שאלה: וויאזוי קען איך אטעטשן די פייל, אז מען זאל עס קענען דירעקט דאונלאודן פונעם תגובה ארויס, אן דארפן גיין צום DRIVE,
איז דא אזא מעגליכקייט?
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

"רעדן שיין אין שטוב און געבן קאמפלימענטס"

איינס פון די יסודות צו מצליח זיין אין האבן א ליכטיגע שטוב, איז דער ענין פון רעדן שיין און געבן קאמפלימענטס.
אז מען רעדט שיין אין שטוב, דער מאן רעדט אויף א בא'טעמ'טע אופן איז עס א געשמאק ווען ער קומט אריין און ער ברענגט אריין א חיות, און אויב ח"ו פארקערט, ברענגט עס אריין אן אומגעשמאקע אטמאספערע…

דאס איז א פשוטע זאך, יעדע מענטש וואס רעדט מיט א געשמאק און געבט קאמפלימענטס וכדו' הייבט עס די חיות ארום אים, אבער נאך מער איז עס מיט די פרויען, א פרוי האט בטבע א נאטור פון זיך אליינס אראפקוקן, זיי האלטן נישט קיין סאך פון זיך, זיי זענען אומזיכער אין זייער געלונגענקייט וכדו',
וועגן דעם זענען זיי אסאך מער אנגעהאנגען אין דעם מאנס ווערטער, אויב זאגט ער א קאמפלימענט הייבט עס איר אויף, און זי געדענקט עס פאר א לאנגע צייט, עס געבט איר חיות אנצוגיין. די שטוב ווערט א לעכטיגע שטוב.

און איך רעד נישט נאר פון קלארע קאמפלימענטס, ווי ער זאגט ארויס קלאר "איך דאנק דיך אויף…" אדער "א יישר כח פאר…."
איך רעד אויך פון פשוט זיין אין א גוטע גיסטע אינדערהיים, ווען דו קומסט אהיים קומט מיט א פאזיטיווע מצב מיט דיך, נישט קיין רעגעניש נישט קיין אנגעצויגנקייט און נישט קיין טרויער, פארקערט א לייכטע געשמאקע מצב, א פאזיטיווע בליק און צוגאנג צו זאכן, דאס אז דו ביסט פאזיטיוו, געבט איר אריין א מורא'דיגע רואיגקייט און קאנפידענס אז אלעס איז גוט און אז דו וועסט איר אינגאנצן עקסעפטען [accept], זי קען רואיג אנגיין מיט די עבודת הקודש.

און בפרט ווי אונז האבן געשריבן אויבן, אז דער מאן איז דער וואס פירט די שטוב, און די פרוי פילט נאטורליך ווי איר מאן איז איר פירער און מלך, לויט דעם איז עס אסאך וויכטיגער דער נקודה, איר גאנצע מציאות און וועזן איז דאך תלוי אויף דיך, זי קוקט אויף דיך ווי אן אדמו"ר ביי זיינע חסידים, לויט דיין הנהגה אזוי ווערט זי אויטאמאטיש געפירט, זי האט בעצם אפילו נישט די מעגליכקייט צו טוישן די טאון אין שטוב, נישט קיין חילוק וויפיל זי זאל וועלן עס זאל זיין מער פאזיטיוו וועט זי עס נישט קענען אריינברענגען אן דיין גוטסהייסונג. [דער סטעיטמענט איז אביסל עקסטרעם, אבער עס האט אסאך אמת.]

במילא, אויב ווילסטו א בא'טעמ'טע געשמאקע שטוב מיט א געלונגענע ב"ב, א גוטע מאמע פאר דיינע קינדער, האסטו איין עצה! ברענג אריין א פאזיטיווע שטימונג אינדערהיים! געב א קאמפלימענט, רעד שיין, טענה נישט איין אויף שטותים, מאך נישט קיין עסק פון קלייניקייטן, ווייל דו ביסט דא דער פירער און וויאזוי דו שטעלסט די טאון אזוי וועט זי נאכזינגען.

זיי פאזיטיוו, וועט די שטוב זיין פאזיטיוו בעז"ה.

בס"ד
"א מאן טראכט מיט שכל, א פרוי טראכט מיט פילינגס FEELINGS. "

איינער פון די גרויסע חילוקים פון מאן און פרוי, איז אין די וועג וויאזוי זיי מאכן החלטות,
און וויאזוי זיי רעדן, וועלכע חלק המחשבה זיי געבן ארויס ווען זיי רעדן.

איך וויל מקדים זיין מיט צוויי נקודות. 1. איך האב נישט קיין 100% קלארקייט אין דעם נושא, עס איז געשריבן מיט א בערך'דיגע בליק.
2. א גרויס חלק פון דעם איז בעיקר נאכן חתונה, נישט ווען זיי זענען אליינס, כמבואר להלן.

מענער טראכטן און מאכן החלטות מיט לאגיק און שכל, זיי טוען אדורך דער נושא, קוקן אויף די פאקטן, און לויט דעם מאכט ער זיין החלטה.
למשל, זיין ב"ב וויל פארן ערגעץ וועט דער מאן עס דורכטראכן מיט שכל און לאגיק, צו עס לוינט זיך אדער נישט, און ווען דער מאן געבט זיין הסכמה, ווען ער זאגט פאר זיין ב"ב "איך לאז דיך פארן" קומט דאס ווייל ער "פארשטייט" אזוי,
פארשטיין, מיינט וואס עס מאכט אים סענס אין שכל,
דאס ווערט אנגערופן "לאגיק", LOGIC, עס ארבעט אז מען נעמט די "פאקטן" און מיט דעם ארבעט מען אויס צו מ'זאל לאזן פארן אדער נישט.
וויפיל גייט עס קאסטן, ווי שווער וועט עס זיין, וואס גייט מען פארדינען וכו'.
עס קומען אויך אריין ביי די מענער געפילן און EMOTIONS אבער נישט אויפן זעלבן אופן ווי ביי די פרויען.
די עיקר וואס מען ניצט איז שכל און לאגיק, און אויך די געפילן טוט מען אניליזירן מיט שכל, ווי שטארק מאכט עס סענס זיך צו רעכענען מיט דעם וכדו'.

ביי די פרויען ווידער, זיי גייען צו מיט געפיל און EMOTIONS, זיי וועלן מאכן החלטות לויט וויאזוי זיי פילן, נישט נאר לויט וואס עס מאכט סענס.
איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס מיינט ווייל איך בין דאך נישט קיין פרוי,
איך וועלקיינמאל נישט קענען עכט באגרייפן וויאזוי א פרוי טראכט, א מאן קען נישט באגרייפן מיט א 100% קלארקייט וויאזוי א פרוי טראכט, אבער אזויפיל ווייסט מען אז זיי ניצן אסאך מער זייערע געפילן.
אודאי ניצן זיי אויך זייער שכל, זיי טראכטן אריין מיט לאגיק, זיי קוקן אויך אויף די פאקטן, וכו' וכו',
אבער א גרויס חלק פון זייער DECISIONS זענען געבויט אויף פילינגס וויאזוי זיי פילן איבער די זאך, אויב פילן זיי גוט הרי טוב, אויב נישט דאן קענען זיי נישט מסכים זיין.
נאך מער, אפילו ווען זי זעט אז באמת איז ריכטיג דא אז מען זאל יא טון דער פעולה, ווי למשל מופן, קויפן, וכדו', מיט דעם אלעם, אויב זי פילט נישט גוט איבער דעם, דאן וועט זי נישט קענען מסכים זיין.

פון דעם קןמט ארויס נאך א נפקא מינא, איינמאל וואס מען האט שוין געמאכט די DECISION, וויאזוי רעדט מען איבער דעם, און וויאזוי גייט מען צו צו דעם.
מענער, איינמאל זיי מאכן א DECISION וועלן זיי בדרך כלל נישט צוריקציען, מחמת צוויי טעמים, איינס, געווענליך, טוישן זיך נישט די פאקטן .
והשנית, דאס אליינס אז ער האט געגעבן זיין הסכמה, פאר דעם אליינס, טוישט מען נישט, עס איז נישט מענטשליך. מען קען נישט אזוי פירן א ווירטשאפט.
די ביידע אויבנדערמאנטע סיבות זענען לאגישע, שכל'דיגע סיבות, אויב אזוי קענט איר אליינס פארשטיין אז ביי די פרויען ארבעט דאס נישט אזוי….
א פרוי, נאכדעם וואס זי האט שוין געמאכט א DECISION, למשל, זי געבט די הסכמה אז איר מאן זאל פארן ערגעצוואו, מיינט דאס נאכנישט אז זי קען נישט צוריקציען, אדער עכ"פ זיך אנרופן מיט טענות און הערות אויפן DECISION.
פארוואס? ווייל איר החלטה איז געווען געבויט אויף דעם וואס זי האט דעמאלטס געהאט א פאזיטיווטע געפיל צו דעם זאך, דער נסיעה,
אבער אויב יעצט צוויי טעג שפעטער פילט זי אנדערש, וועט דאס וואס זי האט געגעבן די הסכמה צוויי טעג צוריק נישט זיין קיין אפהאלט פאר איר צו טוישן די החלטה, אדער רעדן און ווייטאגן קעגן די זאך.
איי, עס איז נישט מענטשליך, איה"נ, אבער וויבאלד איר עיקר וועג פון טראכטן איז געפילן, העלפט נישט דאס וואס עס איז נישט מענטשליך, איר אפצוהאלטן פון ארויסגעבן אירע מחשבות, ווייל דער עיקר איז פילינגס, און דער אוממענטשליכקייט איז נישט קיין פילינג וואס זי פילט יעצט, אויב אזוי וועט זי זיך אנרופן מיט א סתירה'דיגע געדאנק צו וואס זי האט געזאגט א טאג צוויי צוריק!!!!! פארוואס? ווייל יעצט פילט זי דעם געפיל פון אומצופרידנקייט, און זי וויל זיך עס אויסשמועסן און ארויסגעבן.

המשך יבוא אי"ה
ושם אבאר כמה נקודות בעז"ה
א. למעשה, וואס ווילן זיי פונעם מאן. [זיי ווילן זיין סאלידע צוגאנג, מיט ווארימקייט כמובן, זיי דארפן אים ווייל ער איז עמאציאנאל סטאביל, EMOTIONALLY STABLE ]
ב. און פארוואס דאס קומט ארויס נאכן חתונה שטערקער. [ווייל דעמאלטס האבן זיי שוין א מאן אויף וועם זיך אנצולאנען, משא"כ פאר דעם מוזן זיי זיך אויפ פירן נארמאל מיט זייערע חבר'טעס]
3. וויאזוי דארף א מאן צוגיין צו אזא טויש אין דיבורים פון זיין ב"ב. [ א. איר טויש איז כמעט נישט נוגע צום עצם ההחלטה. ב. אויסהערן? פארוואס דען נישט, אוהבה כגופו. ג. ארונטעררייסן? חס וחלילה! מכבדה יותר מגופו. ד. זיך רעגן? ניין און ניין, "ולא יהיה רוגז" און אויך, עס איז בכלל נישטא אויף וואס. ה. בארואיגן און איבערזאגן די פריערדיגע החלטה מיט רואיגקייט אויף א אופן וואס בארואיגט איר, און איר מחזק זיין אז עס וועט אי"ה זיין גוט, אלעס וועט זיך מסדר זיין וכו' ]

וכל ערום יעשה בדעת. ניץ דיין שכל! נישט טון נערישקייטן, ווייל איינער אויפן וועלטל האט אזוי געשריבן…

הצלחה

נהנית? לאז וויסן.
אטעטשמענטס
_א מאן טראכט מיט שכל, א פרוי טראכט מיט פילינגס FEELINGS. _ חלק א .pdf
(47.7 KiB) געווארן דאונלאודעד 66 מאל
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6511
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

עס איז נישט אייביג אזוי.
עס איז באקאנט אז זייער אסאך עצה געבערס זאגן פאר די מענער וואס ווילן אינוועסטירן אין ריזיקאלישע געשעפטן אז מען זאל זיך אדורכרעדן מיט די בני בית, זיי וועלן גוט דערשמעקן צו דאס געשעפט איז געאייגענט אדער קען זיין א דורכפאל.

וואס איז פשט? דער שכל'דיגער מאן גייט זיך אדורכרעדן מיט די עמאשענעל פרוי, און מקיים זיין דעם "איזיל ואימליך בדביתהו"?
נאר ווען א מענטש האט א נגיעה צו א זאך נעמען די עמאשענס איבער די לאגיק, עס איז שווער צו זיין א מוח שליט על הלב. דאן דארף מען זיך ווענדן צו איינעם וואס האט נישט די נגיעות און עמאציעס.

בקיצור -- הכל לפי המצב.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6511
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

האט איינער א עצה פאר א קאפל וואס דער מאן און די פרוי האבן ממש נישט קיין געמיינזאמע שפראך? זיי קענען נישט טרעפן וואס צו שמועסן אינאיינעם.
איך ווייס אסאך מענטשן ליידן דערפון.
דער מאן למשל וויל נאר רעדן פון פאליטיק, חסידישע און אלגעמיינע, ער האט ליב צו רעדן פון אנדערע עניני גשמיים ווי הייזער (און ריעל עסטעיט) און קארס וכדו'. ער האט אויך ליב טיפע דעבאטעס.
די פרוי האט נישט קיין ברעקל געדולד פאר די נושאים. זי וויל שמועסן פון באגעבוס און קליידונג, באטיס און צומיס מיט פעמפערס (נמביגד"פ), צו וואס דער מאן האט נישט קיין אונץ געדולד.
ווי אזוי קומט די קאץ איבער'ן וואסער?
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

וואס מיינט (נמביגד"פ) ?
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7559
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

אני-הק' האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:13 am
וואס מיינט (נמביגד"פ) ?
נישט ממש באט יו געט די פוינט
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
האט איינער א עצה פאר א קאפל וואס דער מאן און די פרוי האבן ממש נישט קיין געמיינזאמע שפראך? זיי קענען נישט טרעפן וואס צו שמועסן אינאיינעם.
איך ווייס אסאך מענטשן ליידן דערפון.
דער מאן למשל וויל נאר רעדן פון פאליטיק, חסידישע און אלגעמיינע, ער האט ליב צו רעדן פון אנדערע עניני גשמיים ווי הייזער (און ריעל עסטעיט) און קארס וכדו'. ער האט אויך ליב טיפע דעבאטעס.
די פרוי האט נישט קיין ברעקל געדולד פאר די נושאים. זי וויל שמועסן פון באגעבוס און קליידונג, באטיס און צומיס מיט פעמפערס (נמביגד"פ), צו וואס דער מאן האט נישט קיין אונץ געדולד.
ווי אזוי קומט די קאץ איבער'ן וואסער?
האסט געשריבן דעם ענטפער אין דיין שאלה
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
דער מאן למשל וויל נאר רעדן פון

די פרוי האט נישט קיין ברעקל געדולד
רילעישנשיפ הייבט זיך אן ווען מ'ענדיגט וועלן
הצלחה
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6511
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

קאזאבלאנקא האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:46 am
רילעישנשיפ הייבט זיך אן ווען מ'ענדיגט וועלן
הצלחה
🤨😐
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
האט איינער א עצה פאר א קאפל וואס דער מאן און די פרוי האבן ממש נישט קיין געמיינזאמע שפראך? זיי קענען נישט טרעפן וואס צו שמועסן אינאיינעם.
איך ווייס אסאך מענטשן ליידן דערפון.
דער מאן למשל וויל נאר רעדן פון פאליטיק, חסידישע און אלגעמיינע, ער האט ליב צו רעדן פון אנדערע עניני גשמיים ווי הייזער (און ריעל עסטעיט) און קארס וכדו'. ער האט אויך ליב טיפע דעבאטעס.
די פרוי האט נישט קיין ברעקל געדולד פאר די נושאים. זי וויל שמועסן פון באגעבוס און קליידונג, באטיס און צומיס מיט פעמפערס (נמביגד"פ), צו וואס דער מאן האט נישט קיין אונץ געדולד.
ווי אזוי קומט די קאץ איבער'ן וואסער?
אענה בקיצור.
1. ער זאל זיך צולערנען אז דאס איז די ריכטיגע וועג, מענער ווילן רעדן מענערישע זאכן און פרויען פרויערישע זאכן, און ווען זיי טרעפן זיך צאם, רעדט מען עפעס אינדערמיט.
2. ער זאל אויפגעבן זיינע עקספעקטעישענס.
3. אויך, געב אויף דיין איגא EGO.
מיט זיין מאמע האט דער יונגערמאן אויך דעם פראבלעם? מיט איר קען מען אויך נישט רעדן וועגן ריעל עסטעיט, נאר, דער שמחה און יענעמס מעשה'לע וכו' די אלע פרויערישע ענינים.
פארוואס מיט איר רעדט ער פאר לאנגע שעות? און אזוי אויך מיט זיינע שוועסטער?
ווייל דארט ווייסט ער אז עס "קומט" אזוי,
איז ביטע, זאל ער זיך צולערנען, אז מיט די ב"ב "קומט" עס אויך אזוי.
ווער עס קען זאל מרחיב זיין ביטע.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

נישט נאר עס קומט אזוי, נאר נאך מער.
נאר די מאן איז די שטארקער, און די פרוי איז די וואנרעבל (איך האף איך זאג עס גוט)
און די מאן דארף זיכער מאכן אז זיין ווייב קען זיך אנלאנען אויף אים.
ווען זי רעדט זיך אויס, ווען זי שרייט, ווען זי האט טענות... און אפי' די טענות ומענות און רעגענישן זענען טאקע אויף דיר...
זיי וויסן, זי מיינט נישט דיר... זי רעדט פשוט פרויעניש, וועסט גארנישט האבן מיטן ענטפערן צוריק מענעריש, זי רעדט פון געפיל, און הער איר אויס פון געפיל, אפי' דו האסט שכל'דיגע סברות אנדערש...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

קלארערהייט האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:57 pm

מיט זיין מאמע האט דער יונגערמאן אויך דעם פראבלעם? מיט איר קען מען אויך נישט רעדן וועגן ריעל עסטעיט, נאר, דער שמחה און יענעמס מעשה'לע וכו' די אלע פרויערישע ענינים.
פארוואס מיט איר רעדט ער פאר לאנגע שעות? און אזוי אויך מיט זיינע שוועסטער?
איז דא אן אשכול פון עצות וואס מען קען שמועסן מיט די מאמע זז"ג? אסאך האבן ביי דעם א גרעסערע פראבלעם.
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

מה יקר האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:20 pm
קלארערהייט האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:57 pm

מיט זיין מאמע האט דער יונגערמאן אויך דעם פראבלעם? מיט איר קען מען אויך נישט רעדן וועגן ריעל עסטעיט, נאר, דער שמחה און יענעמס מעשה'לע וכו' די אלע פרויערישע ענינים.
פארוואס מיט איר רעדט ער פאר לאנגע שעות? און אזוי אויך מיט זיינע שוועסטער?
איז דא אן אשכול פון עצות וואס מען קען שמועסן מיט די מאמע זז"ג? אסאך האבן ביי דעם א גרעסערע פראבלעם.
מען זאל איר בעטן פארציילן מעשיות פון די באבע
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

SO מקען אויך בעטן די ווייב צו דערציילן מעשיות פון די שוויגער....
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

מה יקר האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:22 pm
SO מקען אויך בעטן די ווייב צו דערציילן מעשיות פון די שוויגער....
דערציילן פועם עלטערן דור איז נאר אינטערעסאנט פאר איינעם וואס איז עלטער פון דיר

איינער וואס איז דיין עידזש איז מער אינטערעסאנט טעגליכע נייעס און אקטיוויטעיטן, און דאס איז שוין מער קאמפליצירט. לענ"ד
ביימער
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 4:50 pm

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביימער »

איך ליין דא די מאמרים פון @קלארערהייט און איך שטוין סע'איז דא דא זאכן וואס מען הערט נישט אין די אלגעמיינע גאס. דער גאנצע צוגאנג וואס א פרוי זיכט און וויאזוי דער מאן זאל זיין רואיג ועוד.
מיין שאלה איז איז דאס אויך נוגע פאר פרויען מיט בארדערליין BPD? קוק דא viewtopic.php?t=63802 הילף פאר שלום בית מיט א בארדערליין פרוי.
די פרויען זענען עטוואס אנדערש ווי די אלגעמיינע.
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

ביימער האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 1:46 pm

יעדע איינער דארף האבן די כללים מסודר.
די פרטים וואס און וויאזוי מען טוט, דאס איז שוין ביי "יעדן איינעם" אנדערש, אריינגערעכנט איינער וואס האט וואס מ'רופט א bpd ב"ב.
און ביי BPD זענען די יסודות נאך וויכטיגער ווי ביי סתם מענטשן, די גאנצע BPD קומט פון נישט פילן מסודר אין די ענינם פון אהבה סעקיוריטי וכדו'
וזה לשון GOOGLE
People with borderline personality disorder have a deep fear of abandonment. They compete for social acceptance, are terrified of rejection and often feel lonely even in the context of a relationship. Therefore, it is more difficult for them to manage the normal ups and downs of a partnership
דאס הייסט אזוי, אז די BPD האט א פחד פון ווערן פארלאזט. זיי זענען דערשראקן פון רישעקשאן, און זיי פילן אפט עלנד אפילו מיט זייערע נאנטע.
וועגן דעם איז עס מער שווער פאר זיי צו זיך אן עצה געבן מיט די אפס און דאונס וואס מאכט זיך אין א שטוב.

אם כן, ווי וויכטיג עס איז אין א געווענליכע שטוב, צו זיין א רואיגע פרייליכע בא'טעמ'טע מאן, א מאן וואס איז א מאן און נישט קיין ווישי וואשי וואס וויסט נישט וואס ער וויל אויף דעם וועלט.
איז כ"ש וכ"ש ק"ו בן בנו של ק"ו, איז דאס 1000 מאל מער וויכטיג ווען מען האט איינעם וואס זיי רופן BPD.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

מענער טראכטן מיט שכל פרויען מיט פילינג חלק ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

א גוטן, איך בין שולדיג א המשך אויף מיין מאמר איבער מענער טראכטן מיט שכל פרויען מיט געפיל, דא האט איר עס, הצלחה.
חלק א איז בערך 15 תגובות ארויף.

מענער טראכטן מיט שכל פרויען מיט פילינג חלק ב
בס"ד
לאמיר ממשיך זיין מיט דער ענין איבער וויאזוי מענער און פרויען טראכטן און רעדן אנדערש,
מענער מער סאלידע שכל און פרויען געפילן.

אפאר הוספות, איינס, אפילו ביי א מאן וואס רעדט און טראכט קרום, מיט דעם אלעם, וועט עס זיין מער פון די לאגישע זייט, שיינע שטותים וועלן קומען פון פארקרומטע שכל נישט אזוי ווייט פרויערישע סטייל געפילן.

צוויי, איך האב געהערט א גוטע הגדרה איבער די פרויען, עס איז נישט אז זיי האבן נישט קיין לאגיק, זיי האבן שוין איינמאל, נאר זיי ווערן dominated פון זייער געפיל,
ווען מען פרעגט זיי איבער א צווייטן וואס האט אזא מעשה, דאן ווייסן זיי שוין גוט וויאזוי צוצוגיין דערצו, און מיט שכל, נישט אזוי פיל געפילן, ווייל די עיקר געפילן קומען אריין ווען עס איז זיך נוגע.

יעצט לאמיר אריבער גיין בעז"ה צום צווייטן חלק, מסביר זיין אפאר נקודות ארום דעם נושא.

א. וואס ווילן זיי פונעם מאן? איך פארשטיי אז זי ווערט מער פארלוירן אין זי איז מער געפיליש, אבער פארוואס קומט זי צו מיך? זאל זי גיין צו אירע חבר'טעס!
נאך מער, צום מאן קומט זי מיט אזעלכע לשונות פון טענות, זיי רעדן כאילו זיי האבן טענות אויף אים, פארוואס?
תשובה: זיי קומען צום מאן, ווייל זיי זענען אנגעהאנגען אויף אים. ער איז זייער מלך זייער מנהיג, דו ביסט דער איינציגסטע צו וועם זי קען קומען, און בפרט ביסטו דער איינציגסטע צו ווען זי קען קומען אן קיין חשבונות, זי געבט זיך אזא ווארף ארויף אויף דיך מיט די גאנצע געפיל אירע, זי לאזט נאך איר גאנצע לאגיק און זי פרויערט ארום, זי רעדט יעצט ווי א פרוי און טראכט ווי א פרוי, זי דארף יעצט נישט אפגעבן קיין שום דין וחשבון אויף אירע ווערטער, עס איז אזוי ווי א קינד וואס עס טוט אים עפעס וויי לויפט ער צום מאמע'ן און לייגט זיך אריין אין איר שויס, ער האלט זיך גארנישט אויף זיינע פיס יעצט, ער איז אינגאנצן אנגעלאנט אויפן מאמע'ן, אויך ווען עס מאכט זיך א שוועריגקייט פאר קינדער און זיי רעדן זיך אויס צו די עלטערן, אדער ווען מען רעדט זיך אויס צו א מורה דרך, אויב איז יענער א שטארקע כאראקטער, וועט דער וואס האט די שוועריגקייט, זיך קענען אינגאנצן ארויפווארפן, עכ"פ בשעת'ן רעדן, אויף די טאטע/מאמע אדער משפיע [פארשטייט זיך אז נאכדעם דארף ער נעמען די זאך אין די אייגענע הענט].
די זעלביגע דא, דו ביסט געמאכט פון שטארקע סחורה, זי איז אסאך שוואכער געבויט, יעצט ווען זי איז פארלוירן קומט זי צו לויפן און ווארפט זיך ארויף אויף דיך זי וויל ס"ה זאלסט בלייבן רואיג און זיין דא פאר איר און איר געבן די ריכטיגע מענערישע הדרכה, מיט ליבשאפט און געפיל, מאך נישט קיין ליצנות פון איר, מאך איר נישט אוועק, זי איז נישט געקומען פרעגן צו עס מאכט סענס, זי איז געקומען זיך אמלאנען און פילן סעקיוריטי.

נו, אויב אזוי פארוואס באדערט עס פאר די מענער?
פארוואס הערט מען אזויפיל מענער זיך באקלאגן "איך האב נישט קיין כח פאר מיין ווייב'ס קוועטשענישן"?
זי מיינט דאך נישט דעם מאן, זי מיינט דאך ס"ה זיך אמצולאנען און כאפן דעם אטעם?
תשובה: זייער אסאך מענער היינט קוקן זיך נישט אן ווי זייער פרוי'ס באשיצער און פעסטונג, זיי קוקן זיך אן שוה בשוה, נאך מער אסאך קוקן אן די פרויען ווי מער געלונגען און פעסט, בפרט וואס בדורינו, טוען אסאך פרויען ארויסגיין צום ארבעט וואס דאס ברענגט ארויס זייער מאסקולינישע [מענערישע] זייט מער, און אויך וואס פרויען האבן צו זיך אזא שטרענגע וועג פון רעדן, נישט פלעקסיבל, [געדענקסט ווי די מאמע פלעגט זיך איינ'עקשה'קנען מיט די קינדער אויף א נקודה. דער טאטע פלעגט זיין אסאך מער פלעקסיבל ] ,
דעריבער ווען זי קומט צו לויפן מיט טענות פארשטייט ער נישט וואס דא גייט פאר, ער מיינט אז עס איז אזוי ווי זיין חבר זאל קומען טענה'ן צו אים, און דאן מיינט עס געווענליך, אז ער האט א טענה "אויף אים" נישט אז ער קומט זיך אנלאנען.
[עס איז אזוי ווי איינער א מורה דרך וואס יונגעלייט האבן ליב זיך אויסצורעדן זייער הארץ צו אים, אבער ער קוקט זיך אן ווי א פשוט'ע איד, נישט ווי קיין משפיע, און א יונגערמאן קומט צו לויפן זיך אויסרעדן זיינע פראבלעמען, ער וויל זיך לייכטער מאכן אויפן הארצן, וויאזוי וועט דער משפיע רעאגירן?
אזוי ווי א פשוטע יונגערמאן אין ביהמ"ד וואס א צוויייטע קומט זיך אים אויסרעדן.
ער פארשטייט נישט וואס דער אויסרעדער וויל פון אים, הייבט ער אן טראכטן, אה, מן הסתם האלט ער אז איך מוז אים "העלפן", ער הייבט אן טראכטן וואס ער קען "טון" דא,
עס פאלט אים נישט איין אז בסך הכל וויל ער הדרכה ועצה און אביסל חיזוק.
און אויב האט דער ענין עפעס שייכות מיטן מורה דרך קען ער שנעל צוקומען צו טראכטן אז דער יונגערמאן האט דא טענות אויף אים,
און אלעס, ווייל ער קוקט זיך נישט אן ווי א משפיע צו וועם מען קומט זיך אויסרעדן סתם כדי ס'זאל לייכטער ווערן.
דער משל איז נישט 100 פראצעטיג, אבער משנה לא זזה ממקומה…]

די זעלבע מיט די ב"ב, זי דארף דיין שמיעת האוזן, אביסל הדרכה וכדומה, דו ווייל דו קוקסט זיך נישט אן ווי איר מעכטיגע באשיצער, דו קוקסט זיך אן ווי סתם א שותף, דו קוקסט איר אן שוה בשוה, אויב אזוי איז זי סתם אזוי ווי א חבר וואס רעדט זיך אויס, און דא קומט זי מיט אזא קראפט…. שטעל זיך פאר אז א חבר קומט מט אזא שטורעם, אודאי וואלט איך געמייינט אז ער האט טענות "אויף מיך" און נישט סתם אז ער וויל זיך "אויסשמועסן" ,

בפרט נאך, אז די וועג וויאזוי פרויען געבן זיך ארויס און פרובירן צו ערוועקן זייער מאנס געפילן צו איר איז דורך רעדן מיט א טאון פון טענות כלעיל. ואכ"מ.

ווי גייען מיר ווייטער???
מענער טראכטן מיט שכל פרויען געפיל חלק ב.pdf
(31.83 KiB) געווארן דאונלאודעד 44 מאל
דא האט איר אויך חלק א
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
סאטמערע שוואנץ
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 18, 2023 6:29 pm

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמערע שוואנץ »

קלארערהייט האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 5:09 pm
"רעדן שיין אין שטוב און געבן קאמפלימענטס"

איינס פון די יסודות צו מצליח זיין אין האבן א ליכטיגע שטוב, איז דער ענין פון רעדן שיין און געבן קאמפלימענטס.
אז מען רעדט שיין אין שטוב, דער מאן רעדט אויף א בא'טעמ'טע אופן איז עס א געשמאק ווען ער קומט אריין און ער ברענגט אריין א חיות, און אויב ח"ו פארקערט, ברענגט עס אריין אן אומגעשמאקע אטמאספערע…

דאס איז א פשוטע זאך, יעדע מענטש וואס רעדט מיט א געשמאק און געבט קאמפלימענטס וכדו' הייבט עס די חיות ארום אים, אבער נאך מער איז עס מיט די פרויען, א פרוי האט בטבע א נאטור פון זיך אליינס אראפקוקן, זיי האלטן נישט קיין סאך פון זיך, זיי זענען אומזיכער אין זייער געלונגענקייט וכדו',
וועגן דעם זענען זיי אסאך מער אנגעהאנגען אין דעם מאנס ווערטער, אויב זאגט ער א קאמפלימענט הייבט עס איר אויף, און זי געדענקט עס פאר א לאנגע צייט, עס געבט איר חיות אנצוגיין. די שטוב ווערט א לעכטיגע שטוב.

און איך רעד נישט נאר פון קלארע קאמפלימענטס, ווי ער זאגט ארויס קלאר "איך דאנק דיך אויף…" אדער "א יישר כח פאר…."
איך רעד אויך פון פשוט זיין אין א גוטע גיסטע אינדערהיים, ווען דו קומסט אהיים קומט מיט א פאזיטיווע מצב מיט דיך, נישט קיין רעגעניש נישט קיין אנגעצויגנקייט און נישט קיין טרויער, פארקערט א לייכטע געשמאקע מצב, א פאזיטיווע בליק און צוגאנג צו זאכן, דאס אז דו ביסט פאזיטיוו, געבט איר אריין א מורא'דיגע רואיגקייט און קאנפידענס אז אלעס איז גוט און אז דו וועסט איר אינגאנצן עקסעפטען [accept], זי קען רואיג אנגיין מיט די עבודת הקודש.

און בפרט ווי אונז האבן געשריבן אויבן, אז דער מאן איז דער וואס פירט די שטוב, און די פרוי פילט נאטורליך ווי איר מאן איז איר פירער און מלך, לויט דעם איז עס אסאך וויכטיגער דער נקודה, איר גאנצע מציאות און וועזן איז דאך תלוי אויף דיך, זי קוקט אויף דיך ווי אן אדמו"ר ביי זיינע חסידים, לויט דיין הנהגה אזוי ווערט זי אויטאמאטיש געפירט, זי האט בעצם אפילו נישט די מעגליכקייט צו טוישן די טאון אין שטוב, נישט קיין חילוק וויפיל זי זאל וועלן עס זאל זיין מער פאזיטיוו וועט זי עס נישט קענען אריינברענגען אן דיין גוטסהייסונג. [דער סטעיטמענט איז אביסל עקסטרעם, אבער עס האט אסאך אמת.]

במילא, אויב ווילסטו א בא'טעמ'טע געשמאקע שטוב מיט א געלונגענע ב"ב, א גוטע מאמע פאר דיינע קינדער, האסטו איין עצה! ברענג אריין א פאזיטיווע שטימונג אינדערהיים! געב א קאמפלימענט, רעד שיין, טענה נישט איין אויף שטותים, מאך נישט קיין עסק פון קלייניקייטן, ווייל דו ביסט דא דער פירער און וויאזוי דו שטעלסט די טאון אזוי וועט זי נאכזינגען.

זיי פאזיטיוו, וועט די שטוב זיין פאזיטיוו בעז"ה.
סאטמערע שוואנץ
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 18, 2023 6:29 pm

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמערע שוואנץ »

אנטשולדיג א טעות
ביימער
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 4:50 pm

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביימער »

קלארערהייט האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 11:05 am
ביימער האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 1:46 pm
איך ליין דא די מאמרים פון @קלארערהייט און איך שטוין סע'איז דא דא זאכן וואס מען הערט נישט אין די אלגעמיינע גאס. דער גאנצע צוגאנג וואס א פרוי זיכט און וויאזוי דער מאן זאל זיין רואיג ועוד.
מיין שאלה איז איז דאס אויך נוגע פאר פרויען מיט בארדערליין BPD? קוק דא viewtopic.php?t=63802 הילף פאר שלום בית מיט א בארדערליין פרוי.
די פרויען זענען עטוואס אנדערש ווי די אלגעמיינע.
יעדע איינער דארף האבן די כללים מסודר.
די פרטים וואס און וויאזוי מען טוט, דאס איז שוין ביי "יעדן איינעם" אנדערש, אריינגערעכנט איינער וואס האט וואס מ'רופט א bpd ב"ב.
און ביי BPD זענען די יסודות נאך וויכטיגער ווי ביי סתם מענטשן, די גאנצע BPD קומט פון נישט פילן מסודר אין די ענינם פון אהבה סעקיוריטי וכדו'
וזה לשון GOOGLE
People with borderline personality disorder have a deep fear of abandonment. They compete for social acceptance, are terrified of rejection and often feel lonely even in the context of a relationship. Therefore, it is more difficult for them to manage the normal ups and downs of a partnership
דאס הייסט אזוי, אז די BPD האט א פחד פון ווערן פארלאזט. זיי זענען דערשראקן פון רישעקשאן, און זיי פילן אפט עלנד אפילו מיט זייערע נאנטע.
וועגן דעם איז עס מער שווער פאר זיי צו זיך אן עצה געבן מיט די אפס און דאונס וואס מאכט זיך אין א שטוב.

אם כן, ווי וויכטיג עס איז אין א געווענליכע שטוב, צו זיין א רואיגע פרייליכע בא'טעמ'טע מאן, א מאן וואס איז א מאן און נישט קיין ווישי וואשי וואס וויסט נישט וואס ער וויל אויף דעם וועלט.
איז כ"ש וכ"ש ק"ו בן בנו של ק"ו, איז דאס 1000 מאל מער וויכטיג ווען מען האט איינעם וואס זיי רופן BPD.
אבער וואס קען מען טון אז זי לאזט נישט רעדן קיין גיט ווארט וואס מע'זאגט האקט זי גלייך אריין אויב זאגט מען יא שרייט זי ניין ווען מען טוישט צו ניין פרעגט זי האסט דאך פריער געזאגט יא? ווי מען דרייט זיך קומט א אטאקע איינמאל איז עס ביסט נישט דא פאר מיך. און ווען מען טוט עפעס פאר איר שרייט זי טוסט עס נישט פאר מיך!!! סא וואס קען דעיס העלפן ווען מע'האט צו טון מיט BPD?
ביימער
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 4:50 pm

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביימער »

אפשר ווילט איר @קלארערהייט אריינקימען צו מיין אשכול און מזביר זיין דיין שיטה וויאזוי סע'ארבעט מיט בארדערליין?
דא viewtopic.php?t=63802 ?
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

אי"ה
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
האט איינער א עצה פאר א קאפל וואס דער מאן און די פרוי האבן ממש נישט קיין געמיינזאמע שפראך? זיי קענען נישט טרעפן וואס צו שמועסן אינאיינעם.
איך ווייס אסאך מענטשן ליידן דערפון.
דער מאן למשל וויל נאר רעדן פון פאליטיק, חסידישע און אלגעמיינע, ער האט ליב צו רעדן פון אנדערע עניני גשמיים ווי הייזער (און ריעל עסטעיט) און קארס וכדו'. ער האט אויך ליב טיפע דעבאטעס.
די פרוי האט נישט קיין ברעקל געדולד פאר די נושאים. זי וויל שמועסן פון באגעבוס און קליידונג, באטיס און צומיס מיט פעמפערס (נמביגד"פ), צו וואס דער מאן האט נישט קיין אונץ געדולד.
ווי אזוי קומט די קאץ איבער'ן וואסער?
עס איז דא א מדה פון נתינה, און א מדה פון נטילה

נתינה מיינט געבן פון זיך פאר יענעם אן די חשבון פון א בענעפיט אויף צוריק.

נטילה מיינט, נעמען פון יענעם צו זיך.

די נאטורליכע נטויה פונעם מענטש איז נטילה, די שורש דערפון איז סעלפישנעס. Ego centered

אידישע קינדער האבן אבער אויך א מדה פון גומלי חסדים בירושה פון אברהם אבינו ע"ה

דעריבער האבן זיי די מעגליכקייט צו טוען גוטס פאר א צווייטן, בלב שלם, נישט ווי די אומות העולם וואס כל טיבן דעבדין לגרמיהו עבדין, וחסד לאומים חטאת.

די מדה פון נתינה איז פון די גרעסטע גורמים צו אהבה.

ווען א מענטש קומט אהיים נאך א טאג ארבעט, און קוקט ארויס צו א שמועס מיט זיין לעבענס באגלייטער, אביסל צו פארציילן זיינע טשעלענדזשעס, אדער סתם זיך ליפטערן פארציילן זאכן וועלכע אינטערסירן "אים"

אבער אנשטאט דעם קריכט ער ארויס פון זיך, ער איז זיך מנתק פון זיין אנכי, און ער שענקט אוועק זיין צייט, זיין געדולד, זיין נערווען, פאר "יענעם" ער הערט זאכן וואס אינטערסירן יענעם, ער האט נישט קיין אונץ געדולד, פשוט מיטן חשבון צו געבן, ער ווערט סעלף לעסס

דעמאלט, עפענט זיך אים א נייע וועלט אין לעבן, א לעבן פון באגרופן פון הנאה וואס איז העכער פון די וואס מען קען זיך פארשטעלן פאר די חתונה.

פארגעסט נישט ברודערניא, דיין שטוב איז אנגעוויזן אויף דיר. דו ביסט דער בעל הבית אין דיין שטוב, דו דארפסט זיין דער טאטע, דער מלך, דער מנהיג, דער ליעדר, דער וועג ווייזער.

א מלך איז א פראוויידער, א חומל, א נותן, א פראטעקטער.

ווי מער זיי וועלן באקומען פון דיר די סעקיוריטי אז דו ביסט דער פראוויידער, און דו קערסט באמת פאר זיי, דו ביסט זיך מטריח פאר זיי, דו גייסט ארויס פון וועג פאר זיי, אלץ שטערקער ווערט זייער קשר מיט דיר, צוביסליך פארגעסט מען פון די מאמע, מיט די שוועסטער, (נמביגד"פ) און מען איז זיך סומך אויף דיין דעה, מען באפארצוגט דיר איבער אלעם (פארשטייט זיך אז מען ווערט אויך אביסל מער אינטערסירט צו שמועסן פון דיינע ענינים)

דאס אז די שטוב פילט זיך אנגעוויזן אויף דיר, דאס ברענגט די שטערקסטע הנאה פון קירוב בין איש לאשתו, דאס ברענגט די אמת'ע צופרידענהייט און סעטיספעקשאן וואס א מאן קען באקומען פון א פרוי.

אם קטן אתה בעיניך, ראש שבטי ישראל אתה.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”