קליינע אוצרות

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

חחחחחחחחח....... דאס איז א גוטס פאר די ביכער.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ס'דערמאנט מיך א מעשה.
דער ייטב לב האט געהאט אסאך שונאים אין די שטאט. איינמאל האבן די שונאים אריינגעווארפן א שטיין אינעם פענסטער, און ס'איז געפאלן ממש אביסל אוועק פונעם ייטב לב'ס קאפ. ווען מ'האט באטראכט דעם לאך אינעם פענסטער, האט מען געזען אז די לאך איז קלענער פונעם שטיין.
מ'האט זיך זייער געוואונדערט דערויף.
האט זיי דער ייטב לב מסביר געווען, אז באמת האבן די שונאים געשאסן קליינע שטיינדלעך, און וועגן דעם איז דאס דורכגעגאנגען דעם פענסטער, אבער די שטיינער האבן זיך נאכדעם געשלאגן: עלי יניח צדיק את ראשי, האבן זיי געמאכט שלום און געווארן איין גרויסן שטיין...
(די אמת'ע תירוץ איז, אז ווען א שטיין ווערט געווארפן מיט א שטארקע קראפט, בייגט עס אביסל דעם גלאז פון די פענסטער און ס'מאכט נישט א לאך אזוי גרויס ווי דעם שטיין זעלבסט).
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

די מעשה האט עפעס א המשך

ווען מען האט שפעטער גערעדט פון די חברה וואס האבן געווארפן דעם שטיין
האט זיך דער יטב לב אנגערופן, איר מיינט איך האב עס פארשוויגן? איך האב גערופן דעם גלעזער אין ער האט אריינגעשטעלט א נייעם פענסטער!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דאס געדענק איך נישט איך זאל האבן געהערט. שכוח פאר די השלמה.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב געהערט א מעשה וואס א גלאחזירער האט דערציילט, איינמאל ארום 2 אזייגער ביינאכט באקומט ער א רוף פון א איד וועלכער געט זיך אן אלס "שלמה הלברשטאם" דער באבובער רב (זצ"ל), און ער בעט זיך ביי אים אריבערצוקומען און פארריכטן זיין פענסטער. דער איד האט געקלערט אז איינער טרייבט פון אים קאטאוועס, און האט אים געזאגט "לאזט אייך אפ פון מיר" און האט זיך איבערגעדרייט אויף די אנדערע זייט און צוריק איינגעשלאפן.

עס זענען נישט אדורכגעלאפן קיין פאר מינוט און דער זעלבער "שלמה הלברשטאם" רופט אים ווידער אן, און בעט זיך ביי אים ברחמים ובתחנונים שוין אריבערצוקומען פארריכטן די צובראכענע פענסטער.

ער האט געזען אז שלאפן וועט ער שוין נישט קענען, האט ער זיך אנגעטאן די ארבעטס קליידער, אריבערגעפארן צום הויז פונעם באבובער רב מיט זיינע גלאז און כלים, וואו ער האט טאקע געפונען א צובראכענע שויב פון א פענסטער, און האט דאס פארראכטן.

ביים פארענדיגן דעם דזשאב, פרעגט ער דעם רבי'ן: פארוואס האט איר מיר געדארפט אויפוועקן אינמיטן די נאכט צוליב א צובראכענע שויב אינעם דיינונג רום? וואלט דאס דען נישט געקענט ווארטן ביז אינדערפרי?

האט אים דער באבובער רב זצ"ל - דער באקאנטער אוהב שלום ורודף שלום - געענטפערט: וויסן זאלסטו, אז די דאזיגע שויב איז אויסגעבראכן געווארן דורך א גרופע צעהיצטע חסידים פון א צווייטן רבי'ן, וועמען עס האט נישט געשמעקט אז איך האב היינט אויפגענומען ביי מיר אין שטוב א געוויסן אדמו"ר וואס איז נישט לפי רוחם. אויב וואלט איך געלאזט דעם שויב אויסגעבראכן ביז אינדערפרי, וואלטן דאס מיינע מענטשן באמערקט, און א מחלוקה פייער וואלט גענומען ברענען, ותוצאותיו מי ישורנה, על כן האב איך געשפירט אז עס איז גענוג וויכטיג אייך אראפצורופן באלד יעצט אינמיטן די נאכט, כדי צו פארדעקן אויף די עוולה וואס איז דא געטאן געווארן, און צו פארמיידן א מחלוקה רח"ל ביי אידן!

פארשטייט זיך אז דער רב זצ"ל האט אים באצאלט זיין פולע פרייז, און נאך צוגעגעבן א שיינעם טיפ פארן אריבערקומען אזוי שפעט, נישט אין די ארבעטס שעות.

און... דעם רב'ס פעולות האבן זיך אויסגעצאלט... קיינער האט נישט געוואוסט פונעם צובראכענעם שויב צו זאגן, ביז נאך די פטירה פונעם באבוב'ער רב זצ"ל, ווען דער שויבן-פארריכטער האט דאס דערציילט פאר די קינדער ביים שבעה זיצן.
לעצט פארראכטן דורך קרעמער אום דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2006 12:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע:חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

זכותו יגן עלינו.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע:בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

און איך האב א אנדערע שיינע מעשה פון רבי ר' שלמה'לע, אז אמאל זענען געקומען א קאפל איבער שלום בית, רופט ער אריין די מאן און פרעגט וואס גייט פאר? זאגט ער אז אלעמאל ווען ער וויל זיך אראפזעצן, שלעפט זי אוועק די בענקל אז ער זאל אומפאלען. פרעג ער די אידענע, וואס זאגט ער דערצו? פארציילט זי, אז יעדעס מאל ער וואשט זיך די הענט שפריצט ער איר אן כמו שכתוב! הייסט רבי שלמה'לע ז"ל זיי ביידע ווארטן, ער גייט אריין אין צימער און ברענגט ארויס... ... ... צוויי לאליס, א פוירפיל מיט א גרינע, ער זאגט איינס פאר דיר און איינס פאר דיר, וועלכע קאליר ווילסטו??? ע"כ שמעתי.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מיין קליינע האט געמיטשעט איר מאמע זאל איר געבן א נאש בעפאר סאפפער אבער די מאמע האט איר איגנארירט.

רופט זי זיך אן שטייף: מאמי ביסט א עבודה זרה!
-וואס עפעס? פרעגט די מאמע
-דו הערסט נישט! האט זי געענטפערט טריקן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

קרעמער
כ'האב הנאה געהאט פין דיין מעשה
שקויעך
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מיין יונגל האט זיך אפגערעדט פאר זיין מאמע.(ווען די מאמע איז צוריק געקומען נאכן נישט זיין אינדערהיים, און דער יונגל יא.)

מאמי כאדעך געקאלט און דו האסט נישט אויפגעהויבן.

מאמע: וועלכע נאמבער האסטו געקאלט.

יונגל: וואס הייסט וועכע? אונזער נאמבער, און זאגט ארויס אלע זיבן נאמבער'ס במילואם. (פאר ווער ס'כאפט נישט, ער האט געקאלט פונדערהיים, צו די היים נאמבער.)
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

חחחחח
איך הער
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

חחח שוועמל און איך-הער.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע:אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

מיין 2 יעריגס זז"ג קען זייער גוט דער ניגון "א גאנץ יאר פרייליך". נעכטן האט ס'רעביצין געפרעגט "וויפיל יאר ביזטו?"

"פרייליך!!!" האטעס אויסגערופן הויעך.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מיין קליינער פיר יעריגס קומט היינט אריין צו לויפן אין הויז:
"כ'אב געהערט א קול מבשר" !

... א קול מבשר ?! וואו האסט עס געהערט? פרעג איך.
ענטפערט ער, ס'יז שוין אוועקגעפארן! ס'האט עפעס געזאגט.
ס'האט מיר גענומען א האלבע מינוט צו כאפן אז ער האט געהערט א קאר ארומפארן אויסרופן עפעס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

שוועמל האט געשריבן: די מעשה האט עפעס א המשך

ווען מען האט שפעטער גערעדט פון די חברה וואס האבן געווארפן דעם שטיין
האט זיך דער יטב לב אנגערופן, איר מיינט איך האב עס פארשוויגן? איך האב גערופן דעם גלעזער אין ער האט אריינגעשטעלט א נייעם פענסטער!


איך האב אויך קיינמאל נישט געהערט די צווייטע העלפט מעשה אויפן ייטב לב (אפילו אויף די ערשטע העלפט איז דא מער א מדוקדוק'דיגע נוסח) אבער איך האב שוין לאנג געהערט די מעשה אויף איינע פון די גדולים, און אין די גליון וואס קומט ארויס פון תולדות אהרן יעדע וואך, איז דאס געשטאנען די פארגאנגענע וואך אויף הגה"ק רבי שמואל סאלאנט זצ"ל אז נאכדעם וואס איינער האט ביי אים פארלוירן די דין תורה האט יענער אויסגעשריגן "איך וועל אייך צוברעכן די פענסטער" האט זיך דער רב גלייך אנגערופן "און די מיינסט נאך אז איך וועל דאס אזוי פשוט צולאזן?" האט זיך יענע מענטש דערשראקן און איז אוועקגעגאנגען, ווען זיינע מקורבים האבן אים געפרעגט וואס וואלט ער געטון אויב ער ברעכט אויס די שויבן? האט ער געזאגט "וואס הייסט איך וואלט גערופן דער גלעזער און ער וואלט דאס פארראכטן" ודפח"ח

אבער לאמיר נישט פארגעסן אז מיר זענען אין די קליינע אוצרות אשכול
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32721
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כאנישט געוויסט אז אזא אשכול עקזיסטירט, כאגעוואלט עפענען אזא אשכול, אזוי רעדענדיג מיט מאשקע זאגטער מיר אז ער מיינט אז ס'איז שוין דא אזא אשכול, האבעכמעך תיכף פארבינדען מיט אונזער געטרייע מנהל ערעב טריאו, און ביז סקונדעס האטער מירעס דערליווערט.

איז אבער געווארן א פראבלעם, וואס טוט מען מיט די הקדמה? ס'איז טאקע נישט קיין איכער הקדמה, אבער ס'דאך עפעס, איז טריאו, מיט זיין פיין קעפל אויפגעקומען, אז כ'זאל שרייבן דאס וואס איך שרייב יעצט, און דערעכדעים נישט נאר די אלטע הקדמה גייט נישט פארלוירן גיין, נאר ס'גייט גאר ווערן לענגער.

יישר כח טריאו.

אטטא דא האט איר וואס איך האב געשריבן:

אוי די קליינווארג, ווי זיס זיי זענען, זייער תמימות, איז עד אין לשער, ס'פאסירט אפט, אין א אנגעצוגענע מוד, מ'רעגצעך מ'שרייט אז ס'גייט א רויעך, און דער קליינער גיבט א שיס ארויס א תמימות'דיגע סטעיטמענט, און די גאנצע אנגעצויגנקייט, איז א פארגאנגענהייט, מ'קען זיך שוין נישט רעגן אפילו מ'וויל, ס'גייט נישט, די קליינווארג, מיט זייער אויסטערלישען חן, ברענגען אריין אזא מין רואיגקייט, און פון צייט צו צייט א שמייכל, זיי קומען אויף מיט אזאנע בייפעלער, וואס צו די ווילסט צו נישט, מוז'טע שמייכלען, נישט קיין חילוק ווי שלעכט ס'איז געגאנגען די טאג, די שמייכל קומט פון זיך אליין.

אויב אזוי, וואלט געווען נישט מער ווי יושר, צו ווידמען א אשכול פאר זיי, יא אין דעם אשכול קען מען פארציילן מעשיות פון אט די קליינווארג, און האפענטליך וועטעס ארויפברענגען א שמייכל אויף די לעפצן, נאך א טאג שווערע ארבעט.

אין איך וועל אנהייבן.

מז"ט, ס'איז ב"ה געבוירן געווארן א יונגל בעיבי צו משפחת... א שוואגער מיט די מאכער משפחה, ווי די סדר איז, צוטיילט מען די קינדער, נפתלי איז געגאנגען צו די מאכער פאמילי, און יודל איז געגאנגען צו א צווייטן שוואגער א.א.וו., דעם צווייטן טאג ביי נאכטמאהל, (וועלענדיג אז ער זאל אויפעסן) זאגעך פאר דעם קליינעם נפתלי, לאמער זעהן, וויזוי גייט הייסן דיין נייע ברודער?

ער הייבט גראד אן, ראובן? ניין! כאניש ליב דעי נאמען.

שמעון? אפשר טאקע שמעון.

לוי, נע! קיינער הייסט נישט אזוי!

יהודה? אונז האמער שוין א יודל.

יששכר? חחחחחחח אזא פאני נאמען!

זבולון? חחחח נאך סאך מער פאני.

דן? (נישטא פון וואס צו רעדן) אלע פאני נעמען?

נפתלי? איך הייס שוין אזוי!

גד? וואס? מיין רבי לאזט נישט! דיין רבי לאזט נישט? יא! ער זאגט אז ס'איז דא נאר איין ג-ט! חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32721
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אין א אנדערע מעשה, האבעך געקויפט פאר מיין קליינעם א מנורה, ווען כ'האבעסעם אהין געגעבן האבעכמעך אויסגענומען מיט'ן, אז גאנץ חנוכה מוז ער זיין זייער וואויל, זייענדיג אזוי עקסיידעט, האטער אלעס צוגעזאגט, און געאנגען, מ'גייט שוין באלד דאווענען מעריב, און צונדען.

ניין!.................. כ'וויל נישט.................... וואס גייט פאר? ווער פאלגט נישט? משה'לע, מ'האמערדעך עפעס אפגעשמיעסט? דו גייסט זיין וואויל גאנץ חנוכה.

טאטי ס'נאכנישט חנוכה.............................................
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

דער רעביצין זז"ג האט אמאל פארלאנגט אז סאל בעיביסיטן די קינדער, איך האב אנגענומען זייער גערן דעם אנבאט, כ'אזיך אריינגעזעצט אין קאוטש מיט לייען מאטריאל און זיך פארטיפט, נאך א שעה צוויי כאפ איך זיך אויף און איך הער ווי מיין רביצין מאכט קולות די גאנצע טוילעט האט מען פארפלייצט? שעפעלע זאגט פאר מיין רעבעצין, מאמי נעקסטע מאל וואס טאטי גייט אונז בעיביסיטן גיי מיר נאכאמאל מאכן אזא לעבן.
שוין אריבער באלד א יאר דערזייט די נעקסטע מאל איז נאכנישט אנגעקומען
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: אין א אנדערע מעשה, האבעך געקויפט פאר מיין קליינעם א מנורה, ווען כ'האבעסעם אהין געגעבן האבעכמעך אויסגענומען מיט'ן, אז גאנץ חנוכה מוז ער זיין זייער וואויל, זייענדיג אזוי עקסיידעט, האטער אלעס צוגעזאגט, און געאנגען, מ'גייט שוין באלד דאווענען מעריב, און צונדען.

ניין!.................. כ'וויל נישט.................... וואס גייט פאר? ווער פאלגט נישט? משה'לע, מ'האמערדעך עפעס אפגעשמיעסט? דו גייסט זיין וואויל גאנץ חנוכה.

טאטי ס'נאכנישט חנוכה.............................................

חחחחחחח ס'איז א גוטס... דאס דערמאנט מיר פון א מעשה וואס איך האב געליינט אמאל אז א קינד איז אהיימגעקומען פרשת יתרו פון חדר און איז נהפך געווארן לאיש אחר, ער האט זיך גענומען פאלגן אלעס מיטן ערשטן מאל הייסן, צום וואנדער פון די עלטערן, זעענדיג זייער גרויס וואונדער האט ער געזאגט עס שטייט די וואך אין די סדרה כבד את אביך ואת אמך, ס'איז אריבער די וואך, און איז צוריק געווארן דער זעלבער נישט פאלגעדיג קינד, וואס גייט פאר פרעגן די עלטערן? ס'גייט שוין נישט פרשת יתרו!
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

קודם כל וויכי טענק יא פארן דערפרישן דעם אשכול, האסט מיר מהנה געווען, נאכדערצי מיט די שיינע הקדמה פון פאראויס, און מיט די נאכגעפאלגאכטס פון צוויי צענע רענע ערציילונגן.

איך ווייס נישט אויב עס איז מותר, אבער היות די פארום דא האט נישט אזעלכע שטרענגע אחראים ווי...וועל איך דערציילן א פאסירונג מענין לענין אן קיין געלעכטער, אפשר גאר א ביטער געלעכטער.

די שכן מיינער פארמאגט דריי קינדער קע"ה, די אינגסטע 16 חדשים, אינדערפרי ווען די חברה שטייען אויף מיט די הינער, מאכט זי צי די טיר פון אינדרויסן, אז די חברה זאלן נישט ארויס קומען איבער דרייען.

אבער וואס זאל מען טון אז מ'וואוינט אין וומ"ס, מוז דאך זיין א פענסטערל פונעם קינדער צימער צום דיינינג צימער.

הקיצור המעשה זי שלאפט א מחיה, מיטן רואיגן געוויסן אז אלעס איז אנדער קאנטראל, פלוצלינג וועקט זי זיך אויף, און הערט א קול פון וואסער גערינאכטס, מיט איין בהלה לויפט מען קוקן וואס קומט פאר, און שטעלט אייך פאר! אלע קינדער פון גרויס ביז קליין זיצן אין וואנע, אויסגעטון ווי אדם הראשון פארן חטא, און די שאוער איז אנגעצינדן אז ס'רינט א מחיה, דאס פאר זיך וואלט מען נאך געקענט אראפ שלינגן, אבער די עלטערע האבן געוואלט מהנה זיין די 16 חדשים'דיגה, און איר אויך אויסגעטון, און אריין געברענגט דזשוינען די קלאב!

רח"ל וואס וואלט געקענט פאסירן מיט די קליינעם, האט מיין מומע פון א"י אויסגעפירט נאכן דערציילן די מעשה אין א טעלעפאנישע געשפרעך.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

איי איז דאס גוט, אבער גוט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע:מיין קאפ, אין באנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

אויף דעם זאגט מיין שוואגער, ווען ער קומט אהיים שב"ק אינדערפרי נאכ'ן דאווענען, און וויל וויסן ווילאנג זיין ב"ב איז געשלאפן, קוקט ער אין מיסט קאסטן, וויפיל פלעסטיקס פון פַאקסי-פַּאפּס עס איז דא דערין.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

צוזאמעגעשטעלט געווארן: קליינע אוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ווי באקאנט האט די מעלות אן אפטיילונג מיטן נאמען "קליינע אוצרות", וואו דארט ווערט יעדע חודש באשריבן זיסע ווערטליך פון קליינע קינדער... ווי יעדער פארשטייט האט דאס א באזונדערע חן צו זען די ארגינעלקייט און די תמימות וואס ליגט אין קליינע ריינע נשמה'לעך.

דער אמת איז אז כמעט יעדער הערט פון מאל צו מאל זיינע קליינע באווייזן זייערע חכמה'לעך, אבער ווייניג קומען אן זיך צו נעמען די מיה און עס אפשרייבן און עס שיקן פאר די מעלות... אפילו מען קלערט אמאל אז מען וועט עס יא אריינשיקן אבער עס בלייבט נאר ביים וועלען...

איך עפן דא דעריבער א נייעם אשכול, וואו דא וועט יעדער קענען מיטטיילן די חכמה'לעך פון זיינע קליינע אוצרות... און אפשר ווען ס'וועט זיך אנזאמלען גענוג א גרויסן אוצר, וועט מען מיט די רשות פון די שרייבער, אריינשיקן אלע זאכן פאר די מעלות; ווער ווייסט, אפשר וועלן זיי צושרייבן "קרעדיט/היימישע קרעטשמע"... אדער וועלן זיי אונטערשרייבן אויף יעדע ווערטל פון וועמען ס'קומט, למשל: "משפחת וויכטיג-מאכער", אדער "די קרעמערס"... דאס וועט מען שוין אויסגעפינען שפעטער, אבער דערווייל לאמיר אנהויבן...
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

מיין ברודער איז פונקט געווען ביי מיר אין שטוב, ווען מיין קליינער 3 יעריגער האט זיך אים געדרייט אונטער די פיס, זאגט מיר מיין ברודער אז איך זאל אים אוועקנעמען "ווייל ער שטייט מיר אויפן קאפ"... מיין קליינער, וועלכער האט נישט פארשטאנען על מה יצא הקצף הזה, האט זיך אנגערופן מיט וואונדער: "איך שטיי נישט אויף דיין קאפ?"...

פארגאנגענעם פסח, ווען כ'האב זיך אנגעטאן דאס קיטל צום סדר, זאגט מיר מיין 5 יעריגע טאכטער: "טאטי, יעצט זעסטו אויס ווי א ווייסער מלאך", גיב איך איר א פרעג: "אזוי; ווי אזוי קוק איך אויס א גאנץ יאר?", ענטפערט זיך מיר: "ווי א שווארצער מלאך"...

דער זעלבער טאכטער פרעגט מיר יענעם פסח, היתכן אז מען זאגט אז ס'איז דא 4 קשיות, זי האט געפינען א פינפטער! "וועלכער?" פרעג איך איר, "קאשה" זכינו לסדר אותו, ענטפערט זי מיר, דאס איז אויך א קושיה...
לעצט פארראכטן דורך זיס אום מאנטאג יולי 27, 2009 12:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ארט און מוזיק
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 9:28 pm
לאקאציע:טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן

חכמות פון קליינע קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארט און מוזיק »

איך האב געקלערט אז מען דארף ווען מאכן אשכול פאר "חכמות פון קליינע קינדער". (אזוי ווי די מעלות)
איך מיין אז גרעפיקסאון מוזיקזענען פירסט קאזענס...
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”