שניידן נעגל דאנערשטאג ווען פרייטאג איז ראש חודש
אויך וועט מען נישט קענען שערין די האר דעם פרייטיג איז ווער ס'וויל זיך שערין לכבוד שבת איז היינט דער טאג
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
פיקח האט געשריבן: קוקטס נאר ווי ער רעגט זיך אזוי
פיקח האט געשריבן: גיב א קוק אין טו"ז או"ח סי' ר"ס סק"א, וז"ל:
ובנטילת צפרנים יש טעם בדבר על מה שאין נוטלין ביום ה' עכ"ל המהרש"ל,
ושמעתי הטעם דדרך השערות והצפרנים המגולחים להתחיל לצמוח ביום ג' שאחר הנטילה, ע"כ אין לעשות שיהיה זה בשבת וע"כ גם בגילוח שערות אין לעשות ביום ה'.
לויט דעם איז יאבעסער צו שניידן היינט ווי מארגן.
דארפסט דעך נישט פילען געטראפן... עס איז א וועלט טעות! אבער א טעות בלייבט א טעותאיזאק האט געשריבן: אינטערעסאנט, איך האב אלץ געוואוסט אז דער פשט אין ט"ז איז אזוי ווי פקח זאגט, אבער פארשלאפן האט א גוטע פוינט.
farshlufen האט געשריבן:פיקח האט געשריבן: דיין תירוץ אויף "שיהיה זה בשבת" איז א מעשה דוחק.
דאכצעך אז דער פשט אז ס'טאר נישט אנהייבןצו וואקסן שבת איז אסאך א גרעסערער דוחק.
פיקח האט געשריבן: סאיז נישט אן איסור, אבער עס איז נישט א כבוד אז עס הייבט אהן צו וואקסן אין שבת אזוי שטייט קלאר ליין די ווערטער
דדרך הצפרנים להתחיל לצמוח ביום ג' שאחר הנטילה ע"כ אין לעשות שיהיה זה בשבת.