בלאט 1פון 14

Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 1:07 am
דורך אביגעזונט
Dave Ramsey
זיין ביכל

די צוויי עיקר סטראטעגיעס וואס ער שטעלט אוועק איז קודם אז מ'טאר נישט האבן קיין שום חובות, און דערנאך אז די שטערקסטע wealth building tool וואס מ'האט איז די income און וואס מ'זאל טוהן מיט דעם. (emergency fund, retirement, kids college etc.)

וואס איך וויל וויסן, קודם כל פלעין אויב עס זענען פארהאן היימישע אידן וואס האבן מצליח געווען מיט דעם.
צווייטנ'ס, לויט איהם ווערט מען א מיליאנער ערשט אין צוואנציג יאר ארום (דורך growth mutual funds), בעת וואס אונז היימישע אידן מיט גרויסע משפחות און חתונות (גמליאל?) דארפמער זיין מיליאנערן נעכטן.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 10:19 am
דורך מטעמים
איך האב באקומען די נויטיגע נאולידזש וויאזוי צו פירען מיין אייגענע באדזשעט.

נ.ב. איך האב אים געפאלאוט 60% בערך

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 10:52 am
דורך ישוב הדעת
איך זעה נישט די מהלך זאל זיין מעגליך פאר א קינדער געבענטשטע משפחה... אין טייערע געגענטער מיט טייערע שכר לימוד, אדרבה קאל אים אריין און לאז מיר וויסן פארדעם איך זאל קענען מיטהאלטן:wink:

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:20 am
דורך פער בריסטאו
Better Than I Deserve

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 12:09 pm
דורך דברים אלו
זייער א גיטע מהלך

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 12:45 pm
דורך אליעזר קרויס
ישוב הדעת האט געשריבן: איך זעה נישט די מהלך זאל זיין מעגליך פאר א קינדער געבענטשטע משפחה... אין טייערע געגענטער מיט טייערע שכר לימוד, אדרבה קאל אים אריין און לאז מיר וויסן פארדעם איך זאל קענען מיטהאלטן:wink:

אוודאי איז זיין מהלך פאר דעם אויך.

1) באזעץ זיך אין א געגענט פאר וויפיל דו קענסט זיך ערלויבן.

2) קאנסידער זיך צו ציען צו א פלאץ וואס שטעלט צו פרייע שכ"ל פאר פריוואטע סקולס.

עס איז אזוי וואו א מענטש וואס דרייווט א פערארי און עסט יעדע נאכט אין טייערע רעסטעראנטן זאגט. "איך גלייב נישט אז זיין מהלך זאל מעגליך זיין פאר מענטשן וואס דרייוון פעראריס און עסן יעדע נאכט אין טייערע רעסטעראנטן." (ביטע נישט נעמען פערזענליך)

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 1:15 pm
דורך דברים אלו
אליעזר קרויס האט געשריבן:

גיט געזאגט

ער זאגט אלץ לעיב אויף רייז און בונדליך ווי איידער באגאשענען מענטשן

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 1:30 pm
דורך פערפלוואל
אביגעזונט האט געשריבן: וואס איך וויל וויסן, קודם כל פלעין אויב עס זענען פארהאן היימישע אידן וואס האבן מצליח געווען מיט דעם.

אלי שמעון, ער האט געגעבן אן אינטערוויו פאר קול מבשר א צייט צוריק

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 1:30 pm
דורך פערפלוואל
פער בריסטאו האט געשריבן: Better Than I Deserve

;l;p-;l;p-

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 2:31 pm
דורך ישוב הדעת
אליעזר קרויס האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן: איך זעה נישט די מהלך זאל זיין מעגליך פאר א קינדער געבענטשטע משפחה... אין טייערע געגענטער מיט טייערע שכר לימוד, אדרבה קאל אים אריין און לאז מיר וויסן פארדעם איך זאל קענען מיטהאלטן:wink:

אוודאי איז זיין מהלך פאר דעם אויך.

1) באזעץ זיך אין א געגענט פאר וויפיל דו קענסט זיך ערלויבן.

2) קאנסידער זיך צו ציען צו א פלאץ וואס שטעלט צו פרייע שכ"ל פאר פריוואטע סקולס.

עס איז אזוי וואו א מענטש וואס דרייווט א פערארי און עסט יעדע נאכט אין טייערע רעסטעראנטן זאגט. "איך גלייב נישט אז זיין מהלך זאל מעגליך זיין פאר מענטשן וואס דרייוון פעראריס און עסן יעדע נאכט אין טייערע רעסטעראנטן." (ביטע נישט נעמען פערזענליך)

איך האב געזאגט די זעלבע פון די אנדערע זייט מטבע.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 2:44 pm
דורך צולייגער
אליעזר קרויס האט געשריבן: אוודאי איז זיין מהלך פאר דעם אויך.

1) באזעץ זיך אין א געגענט פאר וויפיל דו קענסט זיך ערלויבן.

2) קאנסידער זיך צו ציען צו א פלאץ וואס שטעלט צו פרייע שכ"ל פאר פריוואטע סקולס.

עס איז אזוי וואו א מענטש וואס דרייווט א פערארי און עסט יעדע נאכט אין טייערע רעסטעראנטן זאגט. "איך גלייב נישט אז זיין מהלך זאל מעגליך זיין פאר מענטשן וואס דרייוון פעראריס און עסן יעדע נאכט אין טייערע רעסטעראנטן." (ביטע נישט נעמען פערזענליך)

ביליגע געגנטער? איי געט איט.

נאר איין פראגע, איז דא א געגנט וואו עס איז דא א מנין חסיד'ישע אידן, כשר למהדרין צו עסן, האט האוזינג וואס "מען קען זיך ערלויבן", פרייע שכר לימוד אויך פאר איינער וועלכער פארדינט זיבעצן הונדערט טאלער א וואך גראוס? (בעסער אויב עס האט גענוג ארבעט אפארטוניטיס פאר אפאר טויזנט פרישע אריינוואנדערער, נישט אריינגערעכנט פעסט פוד / זינגער / שפילער / גרעפיקער וכו' און אלע ביזנעסער וועלכע זענען באזירט אויף א לוקסוריעזע לעבנסשטייגער, אבער דאס איז שוין נאר א באנוס)

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 5:02 pm
דורך yankyperl
איך קען אפאר היימישע אידן וואס האבן אפגעצאלט שווערע חובות און געווארן פינענשעלי סטעיבל מיט זיין מהלך

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 5:02 pm
דורך yankyperl

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 5:10 pm
דורך אביונה
אליעזר קרויס האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן: איך זעה נישט די מהלך זאל זיין מעגליך פאר א קינדער געבענטשטע משפחה... אין טייערע געגענטער מיט טייערע שכר לימוד, אדרבה קאל אים אריין און לאז מיר וויסן פארדעם איך זאל קענען מיטהאלטן:wink:

אוודאי איז זיין מהלך פאר דעם אויך.

1) באזעץ זיך אין א געגענט פאר וויפיל דו קענסט זיך ערלויבן.

2) קאנסידער זיך צו ציען צו א פלאץ וואס שטעלט צו פרייע שכ"ל פאר פריוואטע סקולס.

עס איז אזוי וואו א מענטש וואס דרייווט א פערארי און עסט יעדע נאכט אין טייערע רעסטעראנטן זאגט. "איך גלייב נישט אז זיין מהלך זאל מעגליך זיין פאר מענטשן וואס דרייוון פעראריס און עסן יעדע נאכט אין טייערע רעסטעראנטן." (ביטע נישט נעמען פערזענליך)

פרייע שכ"ל פאר פריוואטע סקול'ס???? וועלכע קאנטינענט געפינט מען אזוינס??
אין דעם גלגול זעהט נישט אויס......
אבער
עניוועי, מ'העט לאזן צוואה, וואס מ'זאל אריינווארפן א צעטל אין קבר, אזוי, צום נעקסטן גלגול געבוירן ווערן, מעיד ביי קאסטום ארדער...
געבוירן ווערן אין א גוף וואס איז א שטרענגער 'קאנטראלער' אויף די ווייב אין קינדער
פערציג טאג בעפאר זאל מען מכריז זיין א זיווג וואס קען נישט געבוירן צופיל קינדער.....
א אויסגערעכנטער קארגער רוח....
און מען זאל אראפווארפן די נשמה אויף דעם עולם השפל, ערגעץ ווי מען קען זיין א יו פי עס דרייווער און נישט ארבייטן אין די קורצע פרייטיג'ס.....
וואס נאך...?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 5:16 pm
דורך ישוב הדעת
זשערסי סיטי? לינדען?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 5:21 pm
דורך פערפלוואל
אביונה האט געשריבן: פרייע שכ"ל פאר פריוואטע סקול'ס???? וועלכע קאנטינענט געפינט מען אזוינס??
אין דעם גלגול זעהט נישט אויס......

אסאך סטעיט'ס, ווי למשל פלארידע געט איבער $600 פער קינד פער חודש

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 5:31 pm
דורך היימישער הייקער
דער עיקר שבו, אז געלט וואס מען פארדינט נישט האט מען נישט (כ'ווייס, חידוש נפלא...), קרעדיט קארדס זענען סם, און ווען מען האט נישט דארף מען שפארן (אויך א חידוש נפלא...) איז עפעס וואס פשוט, און אסאך פון די היימישער עולם איז שטארק געשלאגן דערמיט.

טאהשער רבי זצ"ל פלעגט אסאך נאכזאגן פון זיין גרויסן טאטע, ר' מרדכי דעמעטשער, 'אז מען באגייט זיך, איז האלב פרנסה.' און דאס איז נאך געווען פאר די צייט פון פרעס און לוקסוס. היינט איז עס דריי פערטעל פרנסה.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 5:34 pm
דורך אביונה
פערפלוואל האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן: פרייע שכ"ל פאר פריוואטע סקול'ס???? וועלכע קאנטינענט געפינט מען אזוינס??
אין דעם גלגול זעהט נישט אויס......

אסאך סטעיט'ס, ווי למשל פלארידע געט איבער $600 פער קינד פער חודש

צאלט מען פאר עפעס אנדערש ארויף..., עס איז א גלגל החוזר, ווצב"ש טעקסעס, און קיינער גיבט נישט בחינם..., והבן היטב

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 5:50 pm
דורך Kosher Travel
אליעזר קרויס (דא) איז עכט?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 5:53 pm
דורך רודף שלום
אויב האסטו שכל אין קאפ, דעמאלטס קענסטו זיך ארומשפילן און עפלייען זיין מהלך וואו ס'איז יא שייך. ס'איז אלץ בעסער צו זיין אין א מינוס פון 10 טויזענט דאללער ווי איידער 50 טויזענט.
און אויב האסטו חלילה נישט קיין שכל, וועט דיר א ביכל סייווי נישט קענען העלפן, ווייל דו וועסט אייביג זיך קענען טרעפן אין א מצב וואס ווערט נישט אויסגעשמועסט אינעם בוך.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 6:00 pm
דורך אליעזר קרויס
אביונה האט געשריבן:
פערפלוואל האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן: פרייע שכ"ל פאר פריוואטע סקול'ס???? וועלכע קאנטינענט געפינט מען אזוינס??
אין דעם גלגול זעהט נישט אויס......

אסאך סטעיט'ס, ווי למשל פלארידע געט איבער $600 פער קינד פער חודש

צאלט מען פאר עפעס אנדערש ארויף..., עס איז א גלגל החוזר, ווצב"ש טעקסעס, און קיינער גיבט נישט בחינם..., והבן היטב

עס איז נישט אמת. אינקאם טעקס אין פלארידא איז 0% ווס. 8% פון נ.י. + 4% אין די סיטי.

פראפערטי טעקס רעיט איז בערך האלב פון די רעיט אין נ.י.

סעילס טעקס איז נ.י. אויך אביסל טייערער.

וואו אזוי קען עס זיין. אן אריכות אבער אסאך ווענד זיך וואס די סטעיט זעט פאר וויכטיג צו ספענדן צו און שטיצע פון רעליגיעזע ווירדן וואו צבש פריוואטע סקולס אדער צו העלפן א מושגענע זיך טוישן זיין גענדער.

פאקט די סיטי איז די טייערסטע קאסט אף ליווינג אין אמעריקע - און די 7'טע איבער די וועלט.

עס איז דא א סיבה פארוואס פלארידא באקומט צו מיליאנען איינוואוינער אין נ.י. פארלירט

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 6:02 pm
דורך אליעזר קרויס
Kosher Travel האט געשריבן: אליעזר קרויס (דא) איז עכט?

יא - מיין סאושעל איז **** ** ***

געשריבן: מיטוואך יאנואר 08, 2020 6:43 pm
דורך Kosher Travel
אליעזר קרויס האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן: אליעזר קרויס (דא) איז עכט?

יא - מיין סאושעל איז **** ** ***

ישר כח פארן שיקן אייער סאושעל, אבער מיין פילטער בלאקט עס, אזוי ווי א פעסווארד, איך זעה נאר שטערנס.
איך דארף נישט אייער סאושעל.
איך האב פשוט געהערט איבער אייך, און איך גלייך אייער שיטה.
האב איך געוואלט וויסן מיט וועם מען האנדעלט דא.
The Real דאנאלד אדער די fake.
זענען מיהר גיט?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:27 pm
דורך פערפלוואל
Kosher Travel האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן: אליעזר קרויס (דא) איז עכט?

יא - מיין סאושעל איז **** ** ***

ישר כח פארן שיקן אייער סאושעל, אבער מיין פילטער בלאקט עס, אזוי ווי א פעסווארד, איך זעה נאר שטערנס.
איך דארף נישט אייער סאושעל.
איך האב פשוט געהערט איבער אייך, און איך גלייך אייער שיטה.
האב איך געוואלט וויסן מיט וועם מען האנדעלט דא.
The Real דאנאלד אדער די fake.
זענען מיהר גיט?

;l;p-;l;p-

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:30 pm
דורך פערפלוואל
Kosher Travel האט געשריבן: אליעזר קרויס (דא) איז עכט?

אונז קענען אים טעסטן: זאג ביי די נעקסטע שיעור [...]

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: