מיט וועלכע עירליין לוינט זיך צו פליען ?
די לעצטע שטיק צייט קומט פאר א רעוועלוציע אין די עירליין אונדוסטריע, נייע גזירות יעדן טאג,
ס׳קוקט אויס ווי א קאנטעסט צווישן די עירליין׳ס ווער ס׳קען אויפקומען מיט מער קוריאזע רעגולאציעס.
ס׳קען איינער מסביר פשט פון פארקויפן א טיקעט, בתנאי אז אויב ווילט איר מיטנעמען א פרישע פאר אונטערוועש מיז מען באצאלן 120 דאללער פאר א ראונד טריפ?
זייענדיג אביסל באקאנט אין די נושא, וועלן מיר פרובירן אביסל אויסשמועסן אפאר נקידות ווי,
וועלכע עירליין זאל איך נעמען?
קען מען איינטשעקן א רענצל?
א הענד לאגעדזש?
קען מען נעמען זיצן?
אא״וו.
כ׳על פרובירן אדורך צוגיין צוביסלעך עירליין ביי עירליין און זעהן די מעלות און חסרונות פון יעדע עירליין,
לויט די אינפארמאציע וואס איך ווייס, ווער ס׳האט עפעס צו צולייגן אדער פארעכטן איז וועלקאם.
(אויב די אשכול באלאנגט נישט דא, ביטע אריבערפירן)
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.