וויאזוי ארבייט א ספיקער?

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

גליקליכע ברודער האט געשריבן: יישר כח
מיר האט עס אויך געשטערט

כ'האב עס אראפגענומען. ואתכם הסליחה.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

לאזט וויסן וויאזוי די עקספעריענס איז געווען
אטעטשמענטס
רעדי
רעדי
2CCD7D90-B604-42E6-B50C-28261F0ECEA3.jpeg (110.66 KiB) געזען 3476 מאל
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: וויאזוי ארבייט א ספיקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

א גוטן טאג. גיימער אריינגיין אין עטוואס דיטעילס פון לאדשיסטיקס און פארוואס ס׳איז אזוי וויכטיג אז ס׳זאל זיין אויסגעהאלטן מיט הלכות סאונד כדי דער עולם זאל האבן די עכטע גוטע עקספיריענס.

לאמיר קודם אנהייבן מיט א וויכטיגע נקודה. ס׳איז נישט מעגליך בדרך הטבע צו מאכן אלעס קלאפן אויף 200 פראצענט. ווארשיינליך אין בית המקדש האט עס יא געקלאפט יעדע איינציגע פרט. אבער אונז דא אין גלות גייט יעדע זאך האבן עפעס א סעקרעפייס, און די חכמה איז צו פיקן אין טשאָזן וואס וועט זיין די בעסטע פארן דשאב וואס פעלט זיך אויס.

טאם דענלי זאגט עס און שרייבט עס אלץ, אז מ׳דארף גיין און מ׳קען נאר גיין לויט די רולס און די רולס זענען די געזעצן פין פיזיקס. אויף יעדע פון זיינע מאדעלס וואס ער בויעט וועט ער אייביג זייער קלאר מסביר זיין ווי אזא סארט מאדל ספיקער פיט אריין און אלע פראו׳ס און קאַן׳ס פינעם מאדעל, און ווי ער האט געפאוקעסט און די סעקרעפייס וואס ער האט געדארף מאכן צוליב זיין ציל אז די מאדעל זאל דעליווערן א געוויסע ציל.

מיט דעם אין מיינד פארשטייט מען נאך וויכטיגער אז ס׳איז נישטא אזא זאך ווי א פרי קעיק... נאר מען דארפן טאן דאס בעסטע לויט די אומשטענדן און פאקט באווייזט אז מיט צולייגן קאפ קען מען דעליווערן גאר גאר הויעכע קוואליטי סאונד.

לאמיר זיך נעמען דערצו.
וועלמיר ניצן א רבי׳שע חתונה פאר א משל, ווייל דארט איז דא זייער אסאך טשעלענדשעס וואס א געווענליכע קאנטינענטל חתונה האט נישט. און איך ניץ אויך א חתונה, וויי דאס איז עפעס וואס דער עולם קען זייער גוט רילעיטן. באמת איז א קאנצערט אויך א דשייגענטיק טשעלענדש, אבער דארטן ווילעך נישט האבן קיין עקספיריענס.

די רגע מען לייגט אריין ״עני״ סאונד סאָרס אין א פארמאכטע פלאץ, קומען אריין א ים מיט וועריעבּלס וואס האט א השפעה וויאזוי די סאונד גייט אויסווירקן, און א מענטש וואס שטייט דערין וועט נישט באקומען די סאונד ווי ער באקומט עס און א ריזן ליידיגע אפענע מדבר.
יעדע רום נישט קיין חיליק די סייז וועט טוישן די מציאות. היות די רום קען מען נישט טוישן, עס בלייבט נאך אלץ א רום, וועט מען דארפן ״דילן דערמיט״, דאס מיינט ״סעקריפייזן״.

אן אריינגיין אין טיפע ענינים לאמיר גיין סימפל צו לאדשיסטיקס. ס׳איז דא א גרויסע שוהל. מ׳קען עס אויסשטעלן וויאזוי מען וויל נאר. ווי זאל מען לייגן די סאונד סטעידש? ווי גייען די ספיקערס? און ווי גייען די זינגערס און שפילערס?

קאמען סענס זאגט, אז דארט ווי דער עולם שטייט, דארט זאל דארף מען דעליווערן די סאונד. און די סאונדש סטעידש זאל גיין ווי עס שמעקט זיי. הו קערס? דער עיקר אז די ״ספיקערס״ זענען די בעסטע וואס איז שייך, און די בעסטע מאדעל וואס איז די בעסטע פאר ״די איצטיגע״ איווענט, און דער עולם זאל הערן קלאר ס׳זאל זיין א מחיה.

ס׳איז אבער נישט אזוי פשוט... לאמיר געבן א ביישפיל.
לאמיר אויסשטעלן דעם שוהל.
די אויבן אן מיט די רבנים זענען ביי מזרח.
דרום און צפון האבן פארענטשעס
מעריב שטייט א שיינער ציבור וואס ווילן מיטהאלטן און הנאה האבן פונקט ווי יעדן איינעם.

אקעי, האמיר שוין אן אויסשטעל. ווי לייגט מען ספיקערס?!
די בעסטע פלאץ איז אויף מזרח הענגען העכער דעם אויבן אן. א מאדעל ספיקער וואס האט א 90 דעגרי האריזאנטל קאווערעדש עננגל אויף די רעכטע זיין נעבן די פארענטשעס, און א צווייטע זעלבע מאדל אויף די לינקע זייט נעבן די פארענטשעס.

מיט אזא סעט אפ וועלן די פארענטשעס זיין פיין געקאווארט און היות די ענגל ווערט ברייטער ווי ווייטער עס איז פינעם ספיקער, וועט זיך עס צוזאמקומען ביי דעם צווייטן זייט אז דער עולם אויף מעריב זייט וועלן האבן פיינע קאווערעדש.

די טשעלענדשעס זענען, אז מ׳וויל נישט אז די קאווערעדש פון ביידע ספיקערס זאלן זיך אווערלעפּן איינער דעם צווייטן, ווייל אויב יא וועט זיין געוויסע פריווענסיס וואס וועלן ווערן שטערקער און געוויסע וואס וועלן זיך קענסלען. סאו דא קומט אריין סעקרעפייז.
און די פראפעשאנעל וועלט ווען געלט שפילט נישט קיין ראלע, וועט מען בויען א ספיקער קאסטאם מעיד אז ס׳זאל זיך נישט אווערלעפּן און ס׳זאל ממש זיין מערקבאר ווי די רעכטע ספיקער ענדיגט און די לינקע נעמט איבער. אבער אין א שוהל איז נישטא די סארט אפשן אנלעס מען וויל אינסטאלירן ספיקערס און זיך לאזן קאסטן, און דאן ״אייביג״ אויסשטעלם די שוהל אויפן אינטש די זעלבע וועג.

היות די ספיקערס איז העכער מזרח, וועט ממש אינטערן ספיקער נישט זיין קיין קאווערעדש, וועט מען דארפן צולייגן א Fill ספיקער. א קליינע ספיקער דשאסט צו קאווערן דעם אויבן אן. און די קליינע ספיקער׳ס קאווערעדש איז געדרייט צו מזרח, סאו דאס וועט נישט אריינקרעשן אין די קאווערעדש פון די מעין ספיקערס.

ווי זאלן די זינגערס און שפילערס גיין?
נו.... טראכט אליין... ווי מאכט די מערסטע סענס?
לאמיר טראכטן צוזאמען.
סאונד טרעוולט זייער שטייט... איר כאפט שוין?! זאלן מען לייגן דעם סטעידש ערגעץ אויף מעריב זייט, וועלן זיי שפירן ווי ס׳איז דא א געפּ פון ווען זיי זינגען ביז זיי הערן עס פינעם מעין ספיקער... דאס מאכט שוידערליך נערוועז און מ׳קען אזוי נישט זינגען און שפילן. סאו יעדער פארשטייט אז די ״סטעידש״ וואס פראדוצירט סאונד זאל זיין אויפן זעלבן זייט פינען ספיקער אויף מזרח. ניטאמאל טריי פון זיי לייגן אינדערמיט ווייל א מענטש איז זייער סענסעטיוו צו הערן זייער קול ארויסקומען שפעטער אפילו מיט עטליכע מילי סקונדעס. סאו סיי באלאנגען אויף מזרח. בעסער געזאגט, זיי באלאנגען דארט ווי די מעין ספיקער הענגט.

מ׳קען זיי אויך נישט לייגן גלייך ״פארנט״ פינעם ספיקער ווייל די מייקס וועלן פייפן. סאו מ׳לייגט זיי גלייך ביהיינד דעם ספיקער. אזוי ווי מ׳זעהט ביי יעדע חתונה.

שטייענדיג ביהיינד א ספיקער קען מען אויך נישט זינגען ווייל מ׳הערט דאך נישט... סאו זיי באקומען א עקסטרע ספיקער. א מאניטאר. אויב זענען זיי אין אזא ספאט ווי די אויבן אן קליינע ספיקערל קאווערט זיי, דאן זענען זיי מסודר. אבער אויב נישט דארפן זיי זייער אייגענע מאניטאר.

וואס ווילן די זינגערס און שפילערס ״הערן״ אויפן מאניטאר? יעדער וויל הערן זיך, און מיט רעכט. אבער ס׳איז נישט נאר דאס. זיי ווילן אז זייערע לעוועלס זאלן זיין העכער ווי מ׳הערט זיי פינעם גרויסן ספיקער. זיי מון זיך הערן גאר גוט. סאו די ״מיקס״ וואס די זינגערס באקומען איז אינגאנצן אנדערש ווי די מיקס וואס מען פיטערט אריין אין די מעין ספיקערס וואס דארט באלאנגט די מיקס אז יעדער זאל זיין שיין באלאנסירט און נישט הערן צופיל העכער די וואקעלס. דארף מען האבן א מיקסער מיט אן אינדשעניר וואס טוט נאר דאס! זיין אויפגאבע איז צו מיקסן די זינגערס און זיי מאכן די מערסטע קאמפטערבל וואס נאר שייך. און דעם דשאב איז אויך אריינגערעכנט די In ear monitors - די פיצעלע ער פאונס וואס די זינגערס שטיפן אריין אין איין אויער וואס דארטן קענען זיי זיך הערן ״נאר זיין קול״ עקסטער און נישט די גאנצע קווייער אויפאמאל, אזוי קען ער די בעסטע זינגען אין טאן ווייל ער ״הערט זיך אליין״. און מיטן צווייטן אויער הערט ער די ספיקער מאניטארס ווי ער הערט יעדן איינעם, אזוי קען ער אויך מאכן זיכער אז ער זינגט ״צוזאמען״ מיט יעדן.
ס׳איז נישט גרינג. עס נעמט צייט צו ווערן קאמפטערבל. אבער מיט אזא סעט אפ האט מען די בעסטע טשאנסעס אז מ׳זאל קענען זינגען גוט, און דער עולם זאל הנאה האבן.

לאמיר נישט פארגעסן אז די זינגערס האבן זיך יעדער איינער זיין אייגענארטיגע שטומע, און דאס טוישט זיך אויך אביסל, יעדעס מאל געוואנדן ווי מיד אדער אויסגעריסן מען איז. סאו זיי ווילן אייביג אביסעלע איקוועלייזערס וואס די סטעידש אינדשעניר זאל אים אנשטעלן אז ער זאל זיך הערן מער שארף, אדער מער וויאזוי אים שמעקט אים צו מאכן שפירן קאמפטערבל און קער גענומען.

פארשטיט זיך אז זיי ווילן און מוזן הערן די מוזיק אויך, אנדערש וועט דאך עס האבן יענס פנים, מ׳קעניש זינגען אן הערן די מוזיק געהעריג. אבער נישט צו הויעך ווייל זיי דארפן זיך אליין הערן און די מוזיק לעוועלס דארף זיין דשאסט עבאוט רייט וואס זאל העלפן די זינגערס אבער נישט שטערן. ווידער אים די שפילער אליינס, האט זיך א קליינע מאניטאר פאר זיך ווי ער באקומט די מוזיק לעוועלס לויט זיין געשמאק אןן לויט ווי ער דארף אויף צו קענען גוט שפילן, און ער וויל הערן די זינגערס אויך אוודאי, אבער נאר ממש אביסל ווייל די עיקר מיז ער הערן וואס זיינע פינגערס שפילן און ער מיז קענען הערן קלאר יעדע איינצע ריר. סאו די סטעידש אינדשעניר האט א אויפגאבע צו מאכן דעם שפילער אדער שפילערס העפי און דאס מערסטע קאמפטערבל כדי די מוזיק זאל האבן די בעסטע טשענס צו דעליווערן שיינע מוזיק און נישט ווערן געשטערט פון די זינגערס.

די סטעידש אינדשעניר האט א שווערע און וויכטיגע אויפגאבע! אויב וועט די סטעידש נישט זיין מסודר, איזעס ווי א קאך אן א קעכער! און ער דארף ניצן א דיטישעל מיקסער וואס איז קעיפּעבל צו געבן באזינדערע מיקסעס און לעוועלס פאר די מאניטארס, זינגערס, און שפילערס. ס׳איז נישט קיין לייכטע אויפגאבע. ס׳זעהט אפשר אויס איזי, אבער ס׳איז נישט!

שטעלט זיך די פראגע: אויב וועט די סטעידש אינדשעניר זיין ביזי מיטן סטעידש, וויאזוי קען ער אויך נעמען אויף זיך צו מיקסן און לעוועלען די מעין ספיקערס? ועוד, ער זיצט דאך ״ביהייד״ די ספיקערס, האט ער דאך נישט קיין השגה וואס דער עולם אינדערמיט הערט!

אה... וועגן דעם טאקע איז די סדר העולם אז ביי די סארטן גרויסע דשאבס איז דא אן עקסטרע אינדשעניר וואס זיצט ערגעץ אינדערמיט, ער האט זיין עקסטרע מיקסער, און זיין אויפגאבע איז צו מאכן זיכער אז דער ״עולם״ הערט דאס בעסטע וואס נאר שייך. די פאזיציע הייסט FOH דאס מיינט Front of house. אים שטערט נישט אז ער איז 30 פיס אוועק פינעם מעין ספיקער, אדרבה ער מוז זיין דארט אינדערמיט אויף צו קענען טוהן זיין דשאב געהעריג.

רעגט זיך די פראגע: אויב איז דא צוויי באזינדערע אינדשענירן מיט צוויי באזינדערע מיקסערס. ווי פלאגט מען איין די מייקס?! ביים סטעידש? ביים פראנט אפ האוז אינדשעניר אינמיטן זאל? מ׳קען דאך נישט איינפלאגן אויף צוויי פלעצער אויפאמאל...

פארדעם איז וויכטיג אז ביידע מיקסערס זאלן האבן ״דאַנטאַ״ דאס איז א נעטווארק צעווישן צוויי מיקסערס, אוו לכתחילה זאלן ביידע מיקסערס זיין פינעם זעלבן פירמע און זעלבן סטייל מיקסערס כדי די נעטווארק זאל זיין טראבל פרי. עס קען ארבייטן מיט צוויי אנדערע פירמע מיקסערס אויך, אבער עס מאכט עס פיל מער קאמפליצירט און נאך א פלאץ ווי זאכן קענען גיין ראנג.

די סטעידש אינדשעניר קען, און דארף ארויסשיקן צום נעטווארק יעדע טשענעל באזינדער ״נאך פאר״ די סיגנאל אין זיין מיקסער ווערט גערירט פון לעוועלס אדער עני אנדערע פּראסעסינג. יעדע מייק, יעדע אינסטרומענט וואס ער פלאגט אריין, דארף ער ארויסשיקן א ״רויע״ קאפּי צום פראנט אף האוז און דארטן וועט עס די צווייטע אינדשעניר מיקסן, פּראסעסן, לעוולען לויט ווי עס פעלט אויס פארן שוהל און פארן עולם. צומאל וועט א געוויסע פריקווענסי זיך הערן העכער אדער שטילער צוליב די געבוי פינעם שוהל אדער ווייל ס׳איז דא געוויסע קענסעלעישאנס, דארף ער דאס נעמען אין חשבון, ניצן זיינע אויערן און קענטעניש און עס מסדר זיין צו געבן פארן עולם א סמוד און דעלישעס עקספיריענס וואס זאל בלייבן אין די ביינער. און דאס דארף מען קענען! דאס איז א סיריעס סקיל צו קענען דעליווערן.

וואס הערט זיך מיט ריקארדינג?
איז אזוי, אויב ריקארד מען סתם אויף סטעריאו די גאנצע מיקס, קענען עס ביידע טוהן, אבער פראקטיש פארן ריקארדינג קען מען געבן די מיקס וואס די מעין ספיקערס באקומען, וועט עס די פראנט אף האוז אינדשעניר טאן.
אויב אבער וויל מען ריקארדן אויף ״טרעקס״ יעדע מייק באזונדער צו קענען שפעטער איבערמיקסן אין א סטודיאו, דאס פארלאנגט שוין בעיביסיטינג און קער. און מ׳וועט נעמען א דריטן מענטש וואס זאל נאר אבאכט געבן אויף דעם. מאכן זיכער אז אלע לעוועלס קומען אריין גוט, און מיטארבייטן מיטן סטעידש אינדשעניר צו באקומען א רויע קאפי פון יעדע טשענעל כדי די סטודיאו זאל קענען געהעריג מיקסן אויף רויע סחורה און אליין צולייגן זיינע עפעקטס אינעם מיקס. מען דארף נישט זיין ווייסעך ווער צו בעיביסיטן דעם טרעק ריקארדינג אבער עטוואס נאלעדש דארף מען האבן.

לאמיר אביסל אנרירן דעם פאקט אז א ליידיגע שטוב/זאל/ביהמ״ד וועט אייביג אפעקטירן די סאונד גאר אנדערש ווי ווען ס׳איז דא מענטשן דערין.

יעדע געגענשטאט ווען די סאונד קלאפט זיך אן, האט זיך עס.... אנגעקלאפט! פשוט איינער האט עס געשטערט! ווען די געגענשטאט איז א הארטע זאך, וועט די חלק קול וואס האט אריינגעזעצט דערין צוריק באונסן. אויב איז עס א מענטש, וועט עס ווערן איינגעזאפט. נישט ממש אינגאנצן אבער זייער א גרויס חלק. דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס ספיקערס זענען אין דער הייעך און נישט אויפן ערד. מ׳צילט אז די סאונד זאל אראפרעגענען פון אויבן צו די מענטשן׳ס אויערן.

ווי אויך וועט היץ האבן אן אפעקט אויף די סאונד. ווען ס׳איז דא א געשטאפטע פארענטשעס אנגעפאקט מיט מענטשן, וועט מען דארפן אהין דעליווערן פיל מער סאונד. ווייל די אלע מענטשן זענען ווי סאונד עבּזאָרבּערס וואס זאפן איין די ענערדשי, אטן די היץ וואס דערהייבט זיך פון אלע הייסע צעשוויצטע בחורים וועט עקטן ווי א אינוויזעבל וואנט פאר די סאונד וואס וועט שטערן די סאונד אנצוקומען צו די אויערן, סאו מ׳וועט דארפן ניצן פיל מער ענערדשי צו דעליווערן די זעלבע עמאונט סאונד צו די אויערן אויף די געפאקטע פארענטשעס. די זעלבע איז אויל אמת פאר א גאס איווענט למשל א ל״ג בעומר ווי אסאך מענטשן זענען צוזאם וועט מען דארפן ממש דאבל די פּאוער צו דעליווערן די וואליום לעוועל וואס מ׳וויל דעליווערן.

ווען מ׳פרעגט די דענלי אינדשענירן ״וועלכע מאדעל ספיקער צו ניצן״ וועלן זיי אייביג צוריק פרעגן די אלע פראגעס.
ווי איז עס, אינדסייד אדער אינדרויסן.
אויב אינדרויסן, זומער אדער ווינטער?
אויב אינסייד ווי גרויס איז די רום?
ווי הויעך איז די דאך?
וועלכע מאטריאל ס׳איז געבויעט?
איז דא אסאך ביעמם אינדערמיט?
וואס ליגט אויפן פלאר, קארפעט אדער טיילס?
וועלכע נומער סאונד פרעשער לעוועל (ווי הויעכע וואליום) וויל מען זאל זיין ביים ווייטסן עק?
וויפיל מענטשן גייען דארט זיין?
וועלן די מענטשן זיצן פאסיוו ווי ביי א דרשה אדער וועלן זיי זיין אקטיוו און מיטזינגגען אדער מיטשרייען?
וואס גייט מען געבן צו הערן פאר די מענטשן, וועלכע סארט מוזיק?
וועלכע סטייל מוזיק?
ווילאנג וועט די איווענט אנהאלטן?

נאכן באקומען אן ענטפער אויף די אלע פראגעס וועלן זיי דאן רעקאמענדירן א מאדעל, אדער מעדעלס, ספיקערס וואס זאל אקאמאנדירן די אלע ספּעסיפיקעישאנס.

ווי לענגער א מענטש איז ביי איווענט מיט הויעכע מוזיק, וועלן זיינע אויערן צעביסלעך זיך איינציען און ס׳וועט אריינלאזן ווייניגער סאונד פרעשער לעוועלס זיך צו פראטעקטן. אבער בשעת א חתונה ווען מ׳וויל ״שפירן״ די וואליום און וועלן עקספיריענסן צו זיין שיכור פון די מוזיק וואס נעמט אים ארום, וועט מען דארפן צעביסלעך ארויפריקן די וואליום נאך און נאך...



אויך איז דא געוויסע סייקעלאדשיקל עפעקטס וואס שפילט ארום מיטן מוח און א גיטע אינדשעניר דארף עס וויסן.
נעם עני ספיקער, אדער א העדטפאון וואס שפילט פול רעינדש מוזיק. מ׳הערט אלעס, די לאו רעינדש פריקווענסי, די מיד רעינדש, און די היי רעינדש. ( אפשר וועלעך ארויפשטעלן א סעמפל פייל, ווייל סתם א מענטש קען עס נישט טאן. )
מאך די וואליום פיין הויעך אז ס׳זאל זעצן, אבער נישט צו הויעך. מאך ס׳זאל זיין קאמפטערבל הויעך.

יעצט לעש אויס די לאו רעינדש און די מיד רעינדש, און לאז נאר ארבייטן די היי רעינדש... ווייסט וואס וועט געשעה?! וועסט זיך אינסטינקטיוו אנכאפן און פארשטאפן ביידע אויער מיט די האנט און שרייען ״אַהההההההההה״ לעש עס אויס!!!

וואס איז דא געשעהן??! די היי רעינדש איז נישט געווארן מיט קיין איין פראצענט העכער ווי פריער, סאו פארוואס פריער ביסטו געווען אזוי קאמפטערבל און יעצט איז עס אזוי ענויאינג?!

די ענטפער איז פשוט.... ״בּאלאנס״. ווען די מוח הערט פול רעינדש, קען מען פארטראגן פיל מער וואליום ווי ווען מ׳הערט נאר איין פריקווענסי רעינדש! און די זעלבע איז אויך אמת אויב מ׳הערט נאר די מיד רעינדש אדער די בעיס. הגם בעיס, קען מען יא מער דערליידן ווען ס׳איז נאר בעיס, אבער נאר פאר עטליכע סקונדעס, ווייל נאכדעם גייט עס גלייך אין קאפ אריין.


יעצט לאמיר אריינגיין צו א לייוו איווענט...
מ׳האלט יעצט ממש פארן טאנצן, די מוזיק פאנגט אן עוד ישמע און אלע נויז מעיקערס - סתם א וויץ.. - אלע זינגערס און שפעלערס גייען אריין און פול גיער, די זאל איז שוין געפאקט און די ענדשיניר נאר ״נאר ארויפריקן די וואליום...״ איר האלט אז דאס איזעס? כ׳מיין אז איר זעהט שוין ווי מ׳גיימער דא...ארויפריקן די וואליום איז אויסדריקלעך נישט די ענדע... יעצט הייבט זיך עס הערשט אן... די מעין וואליום fader איז שוין ארויף.

מ׳הערט עפעס נישט געניג בעיס... אקעי ארויף אביסל מיט די בעיס.

הםםם.... די זינגער שנייד נישט געניג אדורך די מיקס, די מוזיק קאווערט אים צופיל... אקעי מער ארויף מיט די וואליום פינען סאלאו זינגער.

די מוזיק.... די דראמס... עפעס איז צו שארף, אקעי ווי איז די איקוועלייזער, לאמיר אויפזוכן די פריקווענסי וואס פייניגט (ס׳איז א סקיל פאר זיך אליין) און עטוואס אראפקאָטן פין די ״ציפּ.

מ׳הערט..... מ׳טראכט.... מ׳קוקט איבער אלע לעוועלס אויפן מיקסער, אָפּססס, איין קווייער מייק קומט אריין צו שטארק אינעם טשענעל און עס קליפּט, דאס מיינט די ״gain” וואס מאכט דעם מייק סענסעטיוו איז צו שטארק און די מיקסער בּלינגט דעם רויטן ״קליפּ״ לייט. אקעי, לאמיר אים עדשאסטן.
אקעי די גאנצע קווייער איז צו הויעך און די מוזיק דארף זיין העכער, אבער מ׳קען נישט האלטן און איין ריקן אלעס העכער, ווייל די טשענעלס אווערלאודן שוין, אקעי מ׳דארף ״יעדן״ אראפריקן מיט די זעלבע עטליכע נומבערס, און אנשטאט העכער מאכן די מעין וואליום טשענעל. אראפ מיט יעדן בערך די זעלבע און אביסל ארויף מיטם מעין וואליום. איין מינוט לאמיר זעהן די עמפּליפייערס! מ׳דארף זיך ארונטערבייגן און זעהן צו דארט איז גארנישט רויט...אקעי ס׳איז גרין, ס׳קען נאך גיין העכער אויב פעלט אויס. אףףף ווי מען וויל יעצט האבן די בעסטע עמפליפייער און די בעסטע ספיקערס! מ׳קעניש גענוג זיך אנזעטיגן ווען מ׳זעהט אז מ׳האט נאך געניג ״געזאלין״ צו בלעסטן, ווייל אין עטליכע מינוט ווען אלע אויערן גייען זיך צוגעואוינען וועט מען אלעס דארפן מאכן נאך העכער, און ווען די וואליום ווערט העכער, וועט די פאקטארן אינעם שוהל זיך טוישן, און די ״באלאנס״ וועט דארפן ווערן ווידער ענדשאסטעד, וחוזר חליחה דעם גאנצן פאראגראף....

דאס איז א שווערע ארבייט, און איז נארמאל צו נעמען א גוטע 15 אדער 20 מינוט ווילאנג אלעס איז געסעטעלט.

מ׳האלט שוין 20 מינוט אריין אין טאנצן. די זאל זעצט, דער עולם איז די לופטן. יעצט קען מען זיך נעמען מאכן ״קלענערע״ עדשאסטמענטס וואס האט שוין געפּייניגט דעם אינדשעניר פריער, אבער פריער איז געווען וויגטיגער׳ס צו עקאפּלישן. די אישו איז אז די גאנצע קווייער איז נישט צוזאמען אויף איין לעוול. נאטירלעך האט יעדע מענטש א אנדערע שטומע און א אנדערע לעוועל, איינער מער שארף, איינער מער דיק, איינער איז איבערגעדעקט, און איינער הערט מען בכלל נישט ארויס ער ווערט פארוואסערט צעווישן אלע אנדערע זינגערס.

צייט ארויפצולייגן די טייערע העדטפאונס און דריקן ״סאלאו״ צו הערן נאר איינעם אויפאמאל אינעם העדטפאון, אנאלאזירן, און ניצן די טולס עס מסדר צו זיין. איינער דארף אביסל איקוועלייזער צו מאכן מער קריספּי, א צווייטער דארף מען ארויסשניידן נאר ביי 3 קילעהערץ ווייל דארט שנייד ער אינעם אויער, א דריטן דארף מען געבן 250 הערץ וואס געבט מער בּאדי פאר זיין שטומע, און אזוי איז מען יעדן מסדר. און נאך איין זאך פעלט נאך, א גוטע ״גלו״ וואס זאל צוזאמנעמען דעם גאנצן קווייער און עס האלטן אין בערך די זעלבע לעוועל עס זאל זיך הערן צוזאמגענומען נישט צעווארפן אינעם מיקס.
און פארדעם דארף מען ניצן א טול וואס הייסט ״קאמפּרעסאר״.

א קאמפרעסאר איז די אַרט פון א ענדשיניר, וויאזוי מען ניצט עס וועט זייער שטארק אווסווירקן אויפן גאנצן מיקס. א מענטש קען זיך נישט האלטן אויפן זעלבן לעוועל, איבערהויפט ווען די ניגון אליינס האט א נידריגע און הויעכע פאל. לאמיר זאגן א מענטש קען זיין צעווישן 3 און 15 (לסבר את האוזן) סאו מ׳שטעלט אן דעם טרעשׁהאָלד אויפן קאמפרעסאר צו נומער 8. יעדעס מאל די וואליום גייט אריבער 8, וועט די קאמפרעסאר עס אראפקלאפן ביז נומער 5 (ס׳איז מער ווי דעם, סאיז אויך וויכטיג צו איינשטעלן ווי שנעל עס אטאקירט און ווי שנעל עס לאזט נאך attack and release אבער איך וויל עס לאזן סימפל)

סאו קודם האט מען גענומען אלע peaks און געשטעלט דעם קאמפרעסאר זאל אים האלטן און די ראמען. אבער ביי נומער 5 איז אויך צו שטיל, סאו ניצט מען די Compressor make up gain צו העכער מאכן די ״גאנצע״ וואליום ארויף צוריק צו 10.
סאו אנשטאט וואס פריער האט די וואליום געטאנצן פון 3 ביז 15, איז עס יעצט און א מסגרת פון 8 ביז 10. פארוואס פון 8? פארוואס נישט פון 3? ווייל די מעיק אפּ געין האט דאך ״אלעס״ ארויפגעריקט מיט 5 נומבערס, איז פון די 3 געווארן 8. סאו די שטילסטע וואליום איז געווארן ארויפגעברענגט זייער נאנט צו די העכסטע וואליום און די דיפערענס רעינדש איז נאר 3 נומבערס וואס איז אקעי. און אט אזוי לייגט מען ״גלו״ אויף א צופראסקעטע קווייער וואס די אינדעווידשולע לעוולס זענען אלל אווער די פלעיס. און יעצט קען מען בעסער מיקסן די צוזאמגענומען קווייער אריין אין די גאנצע מיקס.


יעצט נעמט מען א גלעזל וואסער, און מ׳נעמט זיך צו די מוזיק... זיינע דראמס רייסן אריין, די בעיס שפירט זיך לויז, מ׳דארף עס טייטענען אביסל... ווען ער שפילט מעלאדי שלאגט ער זיך מיטן זינגער פאר ספּעיס אינעם פריקווענסי, זיי ביידע זיצן זייער שטארק ביי 3 טויזנט הערץ און ס׳איז נישט קיין תחלית אזוי... (איינער געדענקט נאך וואלף בער גאלדבערגער פלעגט האבן אזא וואסערדיגע ברעסס סאונד צו אינטערשפילן דעם זינגער? דאס איז געווען די סיבה! זיין ברעסס סאונד זאל נישט זיין אינעם זעלבן רעינדש ווי די זינגער. היינט ניצט דער עולם זייער אסאך אזא סינטעסייז סאונד וואס זיי רופן ״מאטיוו״, ס׳איז אזא איידיע ווי וואלף בער פלעגט ניצן. מ׳קען האקן דערמיט בשעת וואס זינגער זינגט און ס׳קלעשט נישט)

צוריק צום אישו, די דראמס רייסן שארף און די בעיס איז צעפארן ווי א וואש מאשין. זאל מען ניצן א קאמפרעסאר? אוודאי! אבער.... וועלכע סעטינג מ׳זאל נאר נישט ניצן וועט עס זיין גוט אדער פאר די שארפע דראמס, אדער פאר די בעיס... וואס טוט מען דא?! די דראמס מיט די בעיס מיט די גאנצע מעלאדי קומט פון איין קיבארד אריין צו איין טשענעל אריין צו איין קאמפרעסאר!


דא קומט אריין די טול וואס הייסט
Multi band compressor
כשמו כן הוא, אזוי ווי א איקוועלייזער, וועט די מולטי בּענד קאמפּרעסאר האבן עטליכע באזונדערע קאמפרעסערס אין זיך איינגעטיילט לויט די פריקווענסי בענדס. און פארשטייצעך אז מ׳קען עס עדשאסטן פון ווי ביז ווי פריקווענסע רעינדש זאל זיין, און אזוי קען מען קודם מסדר זיין די בעיס. די פּאנטש פינעם בעיס איז בערך ביי 80 הערץ, און די קיצל אינעם קישקע איז ביי 55 הערץ. אזוי ווי די אלע קווייער זינגערס, איז די בעיס פינעם קיבארד נישט פּערפעקט, און געוויסע בעיס פריקווענסיס זענען העכער און געוויסע זענען שטילער, סאו מיט א קאמפרעסאר, ברענגט מען ארויף די שטילערע נענעטער צו די וואליום פון די הויעכע און צוזאמען ריקט מען די וואליום וויאזוי מען דארף אדער מען איקוועלייזט עס ״נאכן״ ווערן קאמפרעסט.
דאן נעמט מען זיך צו די לאו מיד רעינדש, ווי די ראמבל דשאמבל באמבל מאכט נויז, און דארט נעמט מען אויך אלעס צוזאם מיט די צווייטע בענד קאמפרעסאר און יענץ מאכט מען עטוואס שטילער וואס קלינט אויס די מיקס און מאכט עס מער קריספּי.
דאן נעמט מען זיך צו די מיד רעינדש דארט ווי די עיקר מוזיק זיצט, און דארט ווי עס קאמפּיט מיט די זינגערס און מ׳איז יענץ אויך מסדר. נאכדעם נעמט מען די פערטע בענד קאמפרעסאר (געווענליך מוליטי בענדס קומען מיט 4 בענדס) און יענץ ניצט מען פאר די היי פריקווענסי רעינדש, די שארפע קרעש סימבלס וואס קרעשן יעדע רגע אין די דראם google crash cymbal וועסטו וויסן וואס כ׳מיין, און מנעמט יענץ צוזאם און מ׳ריקט די וואליום וויאזוי מען דארף, און ענדליך האט מען א הערליכע שיינע מיקס! דעלישעס צו הערן!

דאס איז אלעס ״אויב״ מ׳האט א קוואליטי מיקסער וואס קען דאס אלעס טאן.... משע״כ מיט א ביליגע דשאנק מיקסער (וואס מאסטלי שפילערס האבן) וועט יעדע דריי אויפן איקוועלייזער אדער גארנישט אויפטאן וואס מ׳וויל עקאמפלישן אדער מאכן ערגער. ס׳טוט נישט וואס מ׳הייסט אים, און וואס עס טוט שוין יא פאר׳הרג׳עט עס די איבריגע פריקווענסיס ארום דעם פריקווענסי וואס מ׳טרייט צו עדשאסטן. און נאך וויכטיגער פון אלעם איז די קאמפרעסאר! א דשאנק קאמפרעסאר וועט ״דערשטיקן״ די סאונד אנשטאט ״סמאָדלי קאנטראלירן״ די סאונד.

די וויכטיגסטע טייל וואס א מיקסער דארף האבן איז היי קוואליטי מייק פּרי עמפּס.

מער איבער מייק פּריעמפּס און אויך וועגן עפעקטס ווי ריווערבּ און דילעי בעזר השם נעקסטע מאל.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: וויאזוי ארבייט א ספיקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

יישר כח שיין אינפארמאטיוו, נייעס [פאר מיר].
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: וויאזוי ארבייט א ספיקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

יישר כח! זייער שיין.

סא! די סאונד וואס איך הער ביי יונגערליך לייוו, קומט פון א גוטע קאמפרעסאר הייסט? אינטערעסאנט!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: וויאזוי ארבייט א ספיקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

No idea what they used and what you heard
אוועטאר
מארבלס
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2019 11:24 am

Re: וויאזוי ארבייט א ספיקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארבלס »

wow נישט געוויסט ווי קאמפלעצירט עס קען זיין
יישר כח
אהה ההה הייייי געשמאק צו זיין א איד געשאמק צו זיין א איד טירריליי טירריליי געמשאק צו זיין א איד.
אוועטאר
אריינגעטון
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 22, 2020 11:21 pm

Re: וויאזוי ארבייט א ספיקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריינגעטון »

הרב יואל, דו האסט א אהנונג וויפיל ס'קאסט א j-7? און וואו אויך פארוואס דענלי שרייבט נישט קיין פרייזן אויף זייער געוועבל?
זיין אריינגעטון אין דיין מיםטעיק איז נישט קיין תחלית


עפענט איר א Chase ביזנעס אקאונט? ניצט דעם לינק ביטע
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: וויאזוי ארבייט א ספיקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

דענלי שרייבט נישט קיין פרייז. נאר פאר דילערס.
אויב ברויכסטו איינס קלינג מיר אן.. כ׳ווייס ווער עס איז א דילער וואס איז זייער ריזנעבל אן בעטן די געפעפערטע פרייזן וואס א גוי׳אישע דילער לייגט ארויף.
שטייצעך נאר אויב ביסטו סיריעס…
א דשעי 7 גייט נישט אליין… ברויכסט האבן אן עמפליפייער
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: וויאזוי ארבייט א ספיקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יוני 23, 2021 9:49 pm
דענלי שרייבט נישט קיין פרייז. נאר פאר דילערס.
אויב ברויכסטו איינס קלינג מיר אן.. כ׳ווייס ווער עס איז א דילער וואס איז זייער ריזנעבל אן בעטן די געפעפערטע פרייזן וואס א גוי׳אישע דילער לייגט ארויף.
שטייצעך נאר אויב ביסטו סיריעס…
א דשעי 7 גייט נישט אליין… ברויכסט האבן אן עמפליפייער
הרב נ"י
אפשר זענט איר מסביר וואס איז דאס subwoofer און tweeter און וואס מאכט עס אויס ווי גרויס עס איז אין א ספיקער.
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: וויאזוי ארבייט א ספיקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יוני 23, 2021 9:49 pm
דענלי שרייבט נישט קיין פרייז. נאר פאר דילערס.
אויב ברויכסטו איינס קלינג מיר אן.. כ׳ווייס ווער עס איז א דילער וואס איז זייער ריזנעבל אן בעטן די געפעפערטע פרייזן וואס א גוי׳אישע דילער לייגט ארויף.
שטייצעך נאר אויב ביסטו סיריעס…
א דשעי 7 גייט נישט אליין… ברויכסט האבן אן עמפליפייער
זיי האבן powered?
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד


קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: וויאזוי ארבייט א ספיקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

איך זיך שוין דעם אשכול א לאנגע צייט! יישר כח פארן ארויפברענגען.
כ׳האב נישט היינט צייט צו ענטפערן. ביטע דערמאן נאך שבת.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: וויאזוי ארבייט א ספיקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

הרב יואל קליין האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 4:37 pm
איך זיך שוין דעם אשכול א לאנגע צייט! יישר כח פארן ארויפברענגען.
כ׳האב נישט היינט צייט צו ענטפערן. ביטע דערמאן נאך שבת.
קום אריין
אינאיינוועגס ביטע רעקאמענדירן א פשוט'ער ספיקער פאר א אידיש הויז
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: וויאזוי ארבייט א ספיקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

loyodea האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 02, 2024 11:25 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 4:37 pm
איך זיך שוין דעם אשכול א לאנגע צייט! יישר כח פארן ארויפברענגען.
כ׳האב נישט היינט צייט צו ענטפערן. ביטע דערמאן נאך שבת.
קום אריין
אינאיינוועגס ביטע רעקאמענדירן א פשוט'ער ספיקער פאר א אידיש הויז
ספיקער פאר וועלכע צוועק?
איך בין נישט באקאנט מיט יעדע נייע ספיקער׳ל וואס די מארקעט האט.

פאר פורים זעה דעם לינק.

https://www.bhphotovideo.com/c/product/1080597-REG
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: וויאזוי ארבייט א ספיקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 12:22 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יוני 23, 2021 9:49 pm
דענלי שרייבט נישט קיין פרייז. נאר פאר דילערס.
אויב ברויכסטו איינס קלינג מיר אן.. כ׳ווייס ווער עס איז א דילער וואס איז זייער ריזנעבל אן בעטן די געפעפערטע פרייזן וואס א גוי׳אישע דילער לייגט ארויף.
שטייצעך נאר אויב ביסטו סיריעס…
א דשעי 7 גייט נישט אליין… ברויכסט האבן אן עמפליפייער
זיי האבן powered?
ווענד זיך וועלכע מאדל. מ׳בויעט יעדע ספיקער לויטן ארדער. אויב איז עס געניג גרויס אז ס׳איז דא פלאץ קען מען באשטעלן מיט א עמפּליפייער דערין.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: וויאזוי ארבייט א ספיקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

loyodea האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 12:10 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יוני 23, 2021 9:49 pm
דענלי שרייבט נישט קיין פרייז. נאר פאר דילערס.
אויב ברויכסטו איינס קלינג מיר אן.. כ׳ווייס ווער עס איז א דילער וואס איז זייער ריזנעבל אן בעטן די געפעפערטע פרייזן וואס א גוי׳אישע דילער לייגט ארויף.
שטייצעך נאר אויב ביסטו סיריעס…
א דשעי 7 גייט נישט אליין… ברויכסט האבן אן עמפליפייער
הרב נ"י
אפשר זענט איר מסביר וואס איז דאס subwoofer און tweeter און וואס מאכט עס אויס ווי גרויס עס איז אין א ספיקער.
סובוואפער איז דעזיינט צו געבן די נידריגע ״בּעיס״
א טוויטער געבט די שארפע חלקים.

א חלק פונעם אויפגאבע צו ארויסגעבן די ריכטיגע פריקווענסי, פעלט אויס אז די סייז פונעם ספיקער זאל זיין פיזיש געניג גרויס עס זאל עס קענען אקאמאנדירן אויף די לעוועלס וואס ס׳איז דעזיינט.

בעיס, איז לאנג 20+ פיס יעדע wave
שארפע חלקים איז ממש אינטשעס.
א סובוואפער איז די באקס איז חלק פונעם דעזיין צו קענען ארויסגעבן די גרויסע פיזישע waves
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”