אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

וואס עפעס? האט געשריבן: וויפיל שעה איז די הייליגע יו״ט שבועות סידי ?
וואס איז די פרייז אין געשעפט - מיט די ביכל ?

ער בעט 19, מיט די אייוועלט קאוד איז עס 14, די פסח cd האט געקאסט נאך די קאוד 9.99. סא איי געס אז ער יעצט בעט ער, די סעם פרייז ווי די סטאר.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3697
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

אסדר לסעודתא האט געשריבן: איך האב געקויפט אנליין ביי קרן שמואל ישעי' פון דוד ח. ווייס אויף לג בעומר און שבועות. פאר 15 דאלער באקומט מען אזא שיינע פאר שעה פון סחורה. דאס ציט קינדער עפעס משוגע צו ווערן. איך ווייס נישט וואס זיין חוש איז, אבער מיינע קינדער וואס זיצן קיינמאל נישט איין, זיצן צוגענאגלט צו אים.


פאר וועלכע עלטער רעדסטו?

איז עס אינטערעסאנט פאר א כיתה ד' יונגל?
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

איך האב געשריבן 50 חידות פאר מיינע קינדער, א חלק באקאנט אין א חלק נישט
אויב די עולם איז אינטערסירט וועל איך עס דא ארויפלייגן.
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

כתמר יפרח האט געשריבן: איך האב געשריבן 50 חידות פאר מיינע קינדער, א חלק באקאנט אין א חלק נישט
אויב די עולם איז אינטערסירט וועל איך עס דא ארויפלייגן.

געגאנגען
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

1. מיין קאפ איז רויט אבער ווען די קראצט מיך ווער איך שווארץ, וואס בין איך?

2. א אינגל האט געשטויסן א באלי צען פיס אוועק, וויאזוי קען זיין אז די באלי איז אליין צוריקגעפלויגן צו די אינגל אן אריינהאקן אין עפעס?

3. זעמל'ס מאמע האט 5 קינדער מיטן נאמען עלעף, צוועלעף, דרייצן, פערצן, וויאזוי הייסט די פיפטע קינד?

4. מענטשן קויפן מיר פאר עסן אבער עסן מיר קיינמאל נישט, וואס בין איך?

5. מען האט גע'משפט א מענטש צו טויט, ער קען זיך אויסוועלן אדער אין א צימער וואס איז פיל מיט וואסער, אדער א צימער וואס ברענט א ריזן פייער, אדער א צימער מיט לייבן וואס האבן שוין נישט געגעסן פאר דריי יאר, וואס איז די בעסטע אויסוואל פאר אים?

6. וואס איז שווערער צו כאפן ווי שנעלער איך לויף?

7. וואס דארף מען ענפערען, אבער פרעגט קיינמאל קיין קשיות?

8. ווען די זוכסט עפעס פארוואס טרעפסטו אלעמאל פינקט ביי די לעצטע פלאץ ווי די זיכסט?

9. וואס איז העכער אן א קאפ אין ווערט נידעריגער מיט א קאפ אין די קענסט עס טרעפן אין דיין צימער?

10. וועלעכע אויסטרעף לאזט א מענטש דורך קוקן א וואנט?

11. ווי סאך זאמט איז דא אין א לאך וואס איז 3 פיס ברייט אין 6 פיס טיף?

12. וואס האט שטעט אן קיין הייזער, וועלדער אן קיין ביימער, ים'ם אן קיין וואסער?

13. צוויי טאטעס אין צוויי זוהן זענען געגאנגן קויפן א סענוועטש, יעדער האט געקויפט איין אין עס דערנאך אויפגעגעסן, וויאזוי קען זיין אז נאר דריי סענוועטשס זענען געווארן אויפגעגעסן?

14. קענסטו טרעפן די די טעות? 1,2,3,4,5,6,7,8,9

15. ווען קיינער רעהט בין איך דא, ווי נאר די רופסט מיין נאמען ווער איך נעלם, וואס בין איך?

16. שייל מיין הויט אין איך וויין נישט, אבער די וויינסט יא, וואס בין איך?

17. איך האב הענט אבער נישט קיין פיס, איך קען זעהן אבער האב נישט קיין אויגן, איך קען מיך בייגן אין נישט אויפהייבן, וואס בין איך?

18. איך קען נישט גיין רעכטס אדער לינקס, אין בין פארכאפט אין הויכע בילדינגס, וואס בין איך?

19. וועלעכע רום האט נישט קיין טיר אדער פענסטערס?

20. וואס לויפט ארום א הויז, אבער רוקט זיך נישט?

21. עס איז דא זעקס עפלעך, די נעמסט אוועק פיר, וויפיל האסטו?

22. וואס באלאנגט צו דיר אין אנדערע נוצן עס מער ווי דיר?

23 וואס האבן רוב מענטשן ליב צו געבן אין נישט צו נעמען אבער יעדער דארף עס האבן?

24. וויאזוי קען זיין, איך בין אונטער מיין טאטע, אין מיין טאטע איז אונטער מיך?

25. א פענסטער קלינער האט געהאלטן אינמיטן קלינען די פענסטערס פין די 45'סטע שטאק, ווען פלוצלינג האט ער זיך געגעבן א גליטש אויס אין א טראסק אראפ, ער איז נישט געווען צוגעבינדן אדער געהאט א פערעשאט אבער ער האט זיך נישט צוקלאפט, וויאזוי קען דאס זיין?
לעצט פארראכטן דורך כתמר יפרח אום מיטוואך אפריל 29, 2020 8:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

לאמיר הערן תירוצים,
שפעטער וועל איך לייגן די איבעריגע 25
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10252
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

כתמר יפרח האט געשריבן: 1. מיין קאפ איז רויט אבער ווען די קראצט מיך ווער איך שווארץ, וואס בין איך?
א שוועבעלע
2. א אינגל האט געשטויסן א באלי צען פיס אוועק, וויאזוי קען זיין אז די באלי איז אליין צוריקגעפלויגן צו די אינגל אן אריינהאקן אין עפעס?
געווארפן אויף ארויף
3. זעמל'ס מאמע האט 5 קינדער מיטן נאמען עלעף, צוועלעף, דרייצן, פערצן, וויאזוי הייסט די פיפטע קינד?
זעמל
4. מענטשן קויפן מיר פאר עסן אבער עסן מיר קיינמאל נישט, וואס בין איך?
טעלער/לעפל
5. מען האט גע'משפט א מענטש צו טויט, ער קען זיך אויסוועלן אדער אין א צימער וואס איז פיל מיט וואסער, אדער א צימער וואס ברענט א ריזן פייער, אדער א צימער מיט לייבן וואס האבן שוין נישט געגעסן פאר דריי יאר, וואס איז די בעסטע אויסוואל פאר אים?
לייבן וואס האבן שוין נישט געגעסן דריי יאר זענען טויט
6. וואס איז שווערער צו כאפן ווי שנעלער איך לויף?
דעם אטעם
7. וואס דארף מען ענפערען, אבער פרעגט קיינמאל קיין קשיות?

8. ווען די זוכסט עפעס פארוואס טרעפסטו אלעמאל פינקט ביי די לעצטע פלאץ ווי די זיכסט?
ווייל נאכדעם זוכסטו עס שוין נישט
9. וואס איז העכער אן א קאפ אין ווערט נידעריגער מיט א קאפ אין די קענסט עס טרעפן אין דיין צימער?

10. וועלעכע אויסטרעף לאזט א מענטש דורך קוקן א וואנט?

11. ווי סאך זאמט איז דא אין א לאך וואס איז 3 פיס ברייט אין 6 פיס טיף?
גארנישט
12. וואס האט שטעט אן קיין הייזער, וועלדער אן קיין ביימער, ים'ם אן קיין וואסער?
א מאפע
13. צוויי טאטעס אין צוויי זוהן זענען געגאנגן קויפן א סענוועטש, יעדער האט געקויפט איין אין עס דערנאך אויפגעגעסן, וויאזוי קען זיין אז נאר דריי סענוועטשס זענען געווארן אויפגעגעסן?
טאטע, זון, אייניקל
14. קענסטו טרעפן די די טעות? 1,2,3,4,5,6,7,8,9

15. ווען קיינער רעהט בין איך דא, ווי נאר די רופסט מיין נאמען ווער איך נעלם, וואס בין איך?
שטילקייט
16. שייל מיין הויט אין איך וויין נישט, אבער די וויינסט יא, וואס בין איך?
צוויבל
17. איך האב הענט אבער נישט קיין פיס, איך קען זעהן אבער האב נישט קיין אויגן, איך קען מיך בייגן אין נישט אויפהייבן, וואס בין איך?

18. איך קען נישט גיין רעכטס אדער לינקס, אין בין פארכאפט אין הויכע בילדינגס, וואס בין איך?

19. וועלעכע רום האט נישט קיין טיר אדער פענסטערס?

20. וואס לויפט ארום א הויז, אבער רוקט זיך נישט?

21. עס איז דא זעקס עפלעך, די נעמסט אוועק פיר, וויפיל האסטו?
פיר
22. וואס באלאנגט צו דיר אין אנדערע נוצן עס מער ווי דיר?
מיין נאמען
23 וואס האבן רוב מענטשן ליב צו געבן אין נישט צו נעמען אבער יעדער דארף עס האבן?

24. וויאזוי קען זיין, איך בין אונטער מיין טאטע, אין מיין טאטע איז אונטער מיך?
ביידע זענען אויסגעדרייט מיט'ן רוקן צום אנדערן
25. א פענסטער קלינער האט געהאלטן אינמיטן קלינען די פענסטערס פין די 45'סטע שטאק, ווען פלוצלינג האט ער זיך געגעבן א גליטש אויס אין א טראסק אראפ, ער איז נישט געווען צוגעבינדן אדער געהאט א פערעשאט אבער ער האט זיך נישט צוקלאפט, וויאזוי קען דאס זיין?
פון אינעווייניג


דערמאנט "נארישע שאלות" פון יפה בעתו...

געענטפערט די וואס כ'האב געוואוסט אן צופיל טראכטן.
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

26. אויף וועלעכע שאלה קען מען קיינמאל נישט ענטפערן יא?

27. וועלעכע ווארט באלאנגט נישט דא? כאפ, קלאפ, פלאפ, אדער טאפ.

28. א' איז א טאטע פין ב', אבער ב' איז נישט קיין זוהן פין א', וויאזוי קען דאס זיין?

29. וואס קענסטו נאר האלטן אין דיין רעכטע האנט אין נישט מיט דיין לינקע האנט?

30. איך לעב נישט אבער איך וואקס, איך האב נישט קיין לונגן אבער דארף לופט, איך עס אבער טאר נישט טרינקן, וואס בין איך?

31. וואס גייט נאר ארויף אין קיינמאל אראפ?

32. וואס ווערט גרעסער ווי מער די נעמסט אוועק פין דעם?

33. וואס איז אזוי גרויס ווי א מענטש אבער וועגט גארנישט?

34. א שנארערס ברודער איז געשטארבן אבער די געשטארבענע האט נישט געהאט קיין ברודערס, וויאזוי קען דאס זיין?

35. וואס איז דא איין מאל א חודש, צוויי מאל א וואך, אין קיין איין מאל נישט אין א יאר?

36. א ליידיגע באס איז אנגעקומען צו א סטאפ אין דריי מענטשן זענען ארויף, די נעקסטע סטאפ זענען צוויי אראפ אין פיר ארויף, וויפיל מענטשן זענען דא אויפן באס?

37. חיים איז קוים דריי טעג אלט ווען זיין מאמע האט געזעהן אז ער הוסט שטארק, זי האט אים געגעבן צו טרינקן בארן זאפט, אין חיים האט זיך אויסגעהיילט, וואס שטימט נישט אין די מעשה?

38. א טראק דרייווער איז אראפ די פארקערטע וועג אויף א 1 way גאס, א פאליס האט דאס געזען אין אים נישט געגעבן א טיקעט, פארוואס נישט?

39. וואס איז טינקל אבער געמאכט מיט לעכטיקייט?

40. טראכט אז די ביסט אין א טינקעלע צימער אן קיין שום פענסטער אדער טיר, וויאזוי קענסטו ארויסגיין?

41. א טאטע האט געלאזט צוואה פאר זיינע צוויי קינדער אז זיי זאלן מאכן א רעיס, וועמענסט קאר קומט אן די שטייסטע ער באקומט די גאנצע געלט, ביידע ברודערס זענען געזיצן טעג אין זייערע קארס אין זיך נישט געריקט, ביז עס איז געקומען א פעטער אין זיי געגעבן אן עצה וויאזוי זיי קענען וויסן ווער איז די געווינער זייער שנעל, וואס איז געווען די עצה?

42. די האסט א שיסל פין 5 גאלאן אין פין 3 גאלאן, וואזוי קענסטו אנפילן די פינף גאלאן שיסל פינקט מיט פיר גאלאן וואסער?

43. עס איז דא א שעלף מיט ספרים, איין ספר איז די פערדע פין די לינקע זייט אין די זעקסטע פין די רעכטע זייט, וויפיל ספרים איז דא אויפן שעלף?

44. די האסט א 11 מינוט זאמט זייגער אין א 13 מינוט זאמט זייגער, וויאזוי קענסטו וויסן פינקלעך ווען איז 15 מינוט?

45. וויאזוי רופט מען דיין טאטע'ס שוועסטער'ס שוועגערין?

46. וועלעכע פערד קען איבערטאנצן טורעמעס אין ווען ער קומט אן צו א מענטש וועט די פערד אים הארגענען?

47. א טאטע זאגט פאר איינעם, אלע מייגע קינדער האבן בלוי אויגן חוץ צוויי, אלא האבן גרינע אויגן חוץ צוויי, אלא האבן ברוינע אויגן חוץ צוויי, וויפיל קינדער האט ער?

48. איינער האט געהאט א לייב מיט א שעפעלע אין א פעקל גראז, ער וויל אריבערגיין די וואסער מיט זיין שיף אבער די שיף קען נאר צוויי זאכן אויף אמאל, ער מוז אויכט אכטונג געבן אז די לייב קען נישט זיין מיטן שעפעלע וויל ער וועט אים אויפעסן אין די שעפעלע טאר נישט זיין מיטן פעקל גראז, וויאזוי קען ער די אלע דריי אריבערטראגן די וואסער?

49. עס איז דא צוויי טירן ביי יעדע טיר שטייט א שומר, איין טיר פירט צו גארנישט אין די אנדערע טיר צו א מיליאן דאלער, די קענסט נאר פרעגן איין קשיא פין איין שומר, אבער איין שומר זאגט אלעמאל אמת אין אנדערע זאגט אלעמאל ליגענט, וואס קענסטו פרעגן צו וויסן ווי ליגט די געלט?

50. א אינגל האט פינקט אזוי פיל שוועסטערס ווי ברודערס, אבער זיינע שוועסטערס האבן פינקט האלב די שוועסטעס ווי ברודערס, וויפיל קינדער איז דא אין די משפחה?
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2087
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

ALBANY — The state Education Department will convene a statewide task force, made up of superintendents, principals, teachers, parents, school board members, and other stakeholders, to devise a guide for reopening schools after the coronavirus pandemic, state officials said Wednesday.
“The COVID-19 Pandemic has placed a tremendous amount of stress and uncertainty on New Yorkers in every corner of the state," Board of Regents Chancellor Betty A. Rosa and Interim Education Commissioner Shannon Tahoe said in a statement. "Despite the challenges we are all facing every day, it is time we begin to look at how we can successfully and appropriately reopen our schools."
The announcement comes after President Donald Trump recommended Monday in a call with governors that states consider reopening school before the end of the school year. Gov. Andrew M. Cuomo said he will announce by Friday whether schools in New York will remain closed past May 15.
Schools in the state have been closed since mid-March.
The governor this week outlined benchmarks New York regions must meet in order to reopen businesses and schools, which include adhering to federal guidelines, ensuring that hospitalizations for COVID-19 do not exceed 70 percent of available beds, and keeping rates of transmission low.
“Throughout the pandemic, we have seen many examples of how schools across the state serve as the cornerstone of our communities, which is why it is imperative that they are included in any reopening strategy," Rosa and Tahoe said.
The Education Department will work with the Department of Health and share recommendations with Cuomo’s New York Forward Re-Opening Advisory Board
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

נא רבותי ברענגטס תשובות
10 א פענסטער
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

7. א טעלעפון
9. א קושן
לאמיר הערן פין עולם
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

כתמר יפרח האט געשריבן: 7. א טעלעפון
9. א קושן
לאמיר הערן פין עולם

האלא: דא איז אן אשכול "אינטערהאלטונג פאר די קינדער"
נישט: אינטערהאלטונג פאר די טאטעס.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3033
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

חומש טייטש אויף פ' אמור איז דא?
עני גמרא/ מיט טייטש?
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

פונקט יעצט געזוכט און געטראפן אין דעם רייכן גוגל דרייוו פאלדער געשעירט אויפן צווייטן פעיזש פון דעם אשכול
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8864
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

שאץ מאץ האט געשריבן: חומש טייטש אויף פ' אמור איז דא?
עני גמרא/ מיט טייטש?

דא איז דא חומש מיט טייטש
https://drive.google.com/drive/folders/ ... HP8KMDMPlg
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע:אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

כתמר יפרח האט געשריבן: 27. וועלעכע ווארט באלאנגט נישט דא? כאפ, קלאפ, פלאפ, אדער טאפ.

אדער
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

17 - גלעזער
14 די
18 עלעוועטער
19 מאשרום
20 א געיט
23 בלוט
25 פון אינסייד די הויז
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

כתמר יפרח האט געשריבן: 26. אויף וועלעכע שאלה קען מען קיינמאל נישט ענטפערן יא?
דו שלאפסט?
27. וועלעכע ווארט באלאנגט נישט דא? כאפ, קלאפ, פלאפ, אדער טאפ.
אדער
28. א' איז א טאטע פין ב', אבער ב' איז נישט קיין זוהן פין א', וויאזוי קען דאס זיין?
טאכטער
29. וואס קענסטו נאר האלטן אין דיין רעכטע האנט אין נישט מיט דיין לינקע האנט?
דיין לינקע האנט
30. איך לעב נישט אבער איך וואקס, איך האב נישט קיין לונגן אבער דארף לופט, איך עס אבער טאר נישט טרינקן, וואס בין איך?
פייער
31. וואס גייט נאר ארויף אין קיינמאל אראפ?
די AGE
32. וואס ווערט גרעסער ווי מער די נעמסט אוועק פין דעם?
א לאך
33. וואס איז אזוי גרויס ווי א מענטש אבער וועגט גארנישט?
די שאטן
34. א שנארערס ברודער איז געשטארבן אבער די געשטארבענע האט נישט געהאט קיין ברודערס, וויאזוי קען דאס זיין?
א שנארערטע
35. וואס איז דא איין מאל א חודש, צוויי מאל א וואך, אין קיין איין מאל נישט אין א יאר?
א ו'
36. א ליידיגע באס איז אנגעקומען צו א סטאפ אין דריי מענטשן זענען ארויף, די נעקסטע סטאפ זענען צוויי אראפ אין פיר ארויף, וויפיל מענטשן זענען דא אויפן באס?
7
37. חיים איז קוים דריי טעג אלט ווען זיין מאמע האט געזעהן אז ער הוסט שטארק, זי האט אים געגעבן צו טרינקן בארן זאפט, אין חיים האט זיך אויסגעהיילט, וואס שטימט נישט אין די מעשה?
ווען האט ער באקומען זיין נאמען?
38. א טראק דרייווער איז אראפ די פארקערטע וועג אויף א 1 way גאס, א פאליס האט דאס געזען אין אים נישט געגעבן א טיקעט, פארוואס נישט?
אן די טראק
39. וואס איז טינקל אבער געמאכט מיט לעכטיקייט?
שאטן?
40. טראכט אז די ביסט אין א טינקעלע צימער אן קיין שום פענסטער אדער טיר, וויאזוי קענסטו ארויסגיין?
הער אויף טראכטן
41. א טאטע האט געלאזט צוואה פאר זיינע צוויי קינדער אז זיי זאלן מאכן א רעיס, וועמענסט קאר קומט אן די שטייסטע ער באקומט די גאנצע געלט, ביידע ברודערס זענען געזיצן טעג אין זייערע קארס אין זיך נישט געריקט, ביז עס איז געקומען א פעטער אין זיי געגעבן אן עצה וויאזוי זיי קענען וויסן ווער איז די געווינער זייער שנעל, וואס איז געווען די עצה?
טוישן קארן

42. די האסט א שיסל פין 5 גאלאן אין פין 3 גאלאן, וואזוי קענסטו אנפילן די פינף גאלאן שיסל פינקט מיט פיר גאלאן וואסער?

43. עס איז דא א שעלף מיט ספרים, איין ספר איז די פערדע פין די לינקע זייט אין די זעקסטע פין די רעכטע זייט, וויפיל ספרים איז דא אויפן שעלף?

44. די האסט א 11 מינוט זאמט זייגער אין א 13 מינוט זאמט זייגער, וויאזוי קענסטו וויסן פינקלעך ווען איז 15 מינוט?

45. וויאזוי רופט מען דיין טאטע'ס שוועסטער'ס שוועגערין?

46. וועלעכע פערד קען איבערטאנצן טורעמעס אין ווען ער קומט אן צו א מענטש וועט די פערד אים הארגענען?

47. א טאטע זאגט פאר איינעם, אלע מייגע קינדער האבן בלוי אויגן חוץ צוויי, אלא האבן גרינע אויגן חוץ צוויי, אלא האבן ברוינע אויגן חוץ צוויי, וויפיל קינדער האט ער?

48. איינער האט געהאט א לייב מיט א שעפעלע אין א פעקל גראז, ער וויל אריבערגיין די וואסער מיט זיין שיף אבער די שיף קען נאר צוויי זאכן אויף אמאל, ער מוז אויכט אכטונג געבן אז די לייב קען נישט זיין מיטן שעפעלע וויל ער וועט אים אויפעסן אין די שעפעלע טאר נישט זיין מיטן פעקל גראז, וויאזוי קען ער די אלע דריי אריבערטראגן די וואסער?

49. עס איז דא צוויי טירן ביי יעדע טיר שטייט א שומר, איין טיר פירט צו גארנישט אין די אנדערע טיר צו א מיליאן דאלער, די קענסט נאר פרעגן איין קשיא פין איין שומר, אבער איין שומר זאגט אלעמאל אמת אין אנדערע זאגט אלעמאל ליגענט, וואס קענסטו פרעגן צו וויסן ווי ליגט די געלט?

50. א אינגל האט פינקט אזוי פיל שוועסטערס ווי ברודערס, אבער זיינע שוועסטערס האבן פינקט האלב די שוועסטעס ווי ברודערס, וויפיל קינדער איז דא אין די משפחה?
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

שאץ מאץ האט געשריבן: חומש טייטש אויף פ' אמור איז דא?
עני גמרא/ מיט טייטש?


חומש טייטש פרשת אמור צו לערנען מיט די קינדער:
לא אמור.pdf
(90.64 KiB) געווארן דאונלאודעד 144 מאל
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
האק א לעבן
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 8:52 am

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האק א לעבן »

הערליך שטיקל פון מלכות קווייער
עוד ישבי - זאנוויל - מלכות
אטעטשמענטס
vlcsnap-error957.png
vlcsnap-error957.png (339.6 KiB) געזען 4002 מאל
אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכטונג אכטונג »

ווי קען מען הערן שיעורים אין גמרא אויפן טעלאפאן פאר קינדער

אויף קול הלשון איז דא אזוינע שיעורים פון הרב אביש אקער מלמד תשב''ר בעיה''ק ירושלים ת''ו לערנט פאר גאר געשמאק א נחת מיטצוהאלטן

ביטע ווער עס ווייסט פון נאך אזעלכע שיעורים אויפן טעלפאן ביטע מעלדן

יישר כח
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

שיכור האט געשריבן: you can use this coupon by checkout for a %20 off
afikoman20

Coupon code "afikoman20" is not valid
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20320
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

מאך דיין אייגענע ''ספירת העומר לוח''

https://drive.google.com/open?id=16xypi ... Qjf-yt_a43

.

craft.JPG
craft.JPG (62.28 KiB) געזען 3716 מאל
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3099
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

יישר כח כתמר'ל

אויב איינער קען א פדף פון די חידות ביטע
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אמאל געווען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 11, 2019 2:47 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמאל געווען »

פראהביטש האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן: די טאנץ פון בער (כ'מיין ס'איז אויף העברעאיש)

https://wetransfer.com/downloads/5ceb58 ... 018/37637e

ישר כח
איז עס שייך צו באקומען און א אנדערע פארמעט?

Can someone reload it?
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”