קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

העלאו האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן: הצעיר,
במחילת הכבוד,
איז מעגלעך אז אנדערע דיינים מעגן אויך האבן א מיינונג אין דיזער טעג אויף פראוועזארישע מקואות?

דערווייל אלעס וואס איך האב געזאגט איז דעדעקט מיט מראי מקומות ! (קוק צוריק אויף די הודעות מיינע), אויב וואס זיי האלטען איז אויכעט אויסגעבויט מיט מקורות אין עס שטימט, דעמאלסט יא ! אויב נישט, דעמאלסט ניין ! אין עס איז מיר נישט אינטערסאנט זיין קאמפעני נאמען ווי ער איז איינגעשטעלט וכדו' וכו' די זאך מיז שטימען מיט שו''ע ונו''כ וספרי השו''ת והאחרונים וכו'.... כדרכה של תורה.

וואס זאגט איר הרב הצעיר אויף די סברא פון מורם מעם אז א פלעסטיק פול הייסט נישט קיין כלי וייל עס איז דאך קיינמאל נישט געוועהן קיין כלי איז אויב מען איז עס מחבר גלייך צו די ערד דארף עס לכאורה זיין כשר אהן קיין לעכער ? יישר כח

אויב עס איז געמאכט מיט א בית קיבול איז עס א כלי !
מחבר זיין לקרקע טוט נאר אויף אז איך האב יעצט א כלי מחובר לקרקע, אבער אויב מען מאכט א לאך כמוציא רימון, דעמאלטס איז ער נישט א כלי, אין ווען מען אחז עס מחבר לקרקע ווערט ער ''בטל לקרקע'' נישט ''מחובר לקרקע'' ! דאס איז דער אויפטיה פין די לאך וכו'....
געטראכט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

תגובה דורך געטראכט »

באריכט האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
nuwilli האט געשריבן: מיר האט א דיין גענפערט א 12 אינטשעס שטיקל האלץ מחובר לקרקע איז גוט פאר המשכה

במחכ''ת זאל ער איבערלערנען הלכות מקוואות !
אדער בעסער געזאגט: ער זאל עס לערנען !

(עס איז נישט קיין מקצוע וואס איז גאר באקאנט, אפילו ביי רבנים, תלי''ת איך האב עס גלערנט בעיון רב אין כולל, יעצט קומט מיר עס שטארק צוניץ)

לכבוד בקי בהלכות מקוואות שליט"א

א אנדערע בקי בהלכות מקוואות אמר לי, אז א וואנע אין שטוב וואס האט מ' סאה, איז גאר בעסער פון די פראפזאשיער מקוואות, אין יתכן דאינו מים שאובין. אמר ולא פירש..
וואס זאגסטו? וואס זאגט די עולם?

במחילת כ''ת אבער איך זאג אז ער זאל גיין לערנען הלכות מקוואות מיט די פוסקים.
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

תגובה דורך ביללער »

און גלו הייסט נישט קיין געהעריגע סתימה?
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

באריכט האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
nuwilli האט געשריבן: מיר האט א דיין גענפערט א 12 אינטשעס שטיקל האלץ מחובר לקרקע איז גוט פאר המשכה

במחכ''ת זאל ער איבערלערנען הלכות מקוואות !
אדער בעסער געזאגט: ער זאל עס לערנען !

(עס איז נישט קיין מקצוע וואס איז גאר באקאנט, אפילו ביי רבנים, תלי''ת איך האב עס גלערנט בעיון רב אין כולל, יעצט קומט מיר עס שטארק צוניץ)

לכבוד בקי בהלכות מקוואות שליט"א

א אנדערע בקי בהלכות מקוואות אמר לי, אז א וואנע אין שטוב וואס האט מ' סאה, איז גאר בעסער פון די פראפזאשיער מקוואות, אין יתכן דאינו מים שאובין. אמר ולא פירש..
וואס זאגסטו? וואס זאגט די עולם?

כונתו אז עס זענען דא וואס האלטען אז די וואסערלייטונג איז נישט בגדר שאובין.
כידוע הרבה תולין עצמם בדברי הערוך השלחן בסויגא זו, וכבר האריך בשו''ת דברי יואל להפריך דבריהם, וכן בעוד כמה גדולי הפוסקים....
געטראכט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראכט »

ביללער האט געשריבן: מ'דארף געדענקען איין זאך, אז הל' מקואות איז געווענליך נוגע לדאורייתא און מ'איז ספעציעל מחמיר בכל השיטות, משא"כ דא [וואס ע"פ הלכה איז גענוג אפי' כלי לכמה פוסקים און אויך מיט מ' סאה שאובים] ס'איז נישטא קיין סיבה דערפאר, און מ'קען פסק'נן כפי הכללים בכל התורה כולו, איז דאס בפשטות די סיבה פון די פסקים וואס איז אנדערש. [צריך בכל אופן זהירות שלא יבאו להקל גם וכו']

אין הכי נמי לויט דעם אז 40 סאה שאובים איז געניג קען עס דאך זיין א וואנע, אבער דא רעדט מען אז מענשען ווילען א מקוה, זענען מיר דן לפחות אין די מינימאלע כללים פין א מקוה וואס איז אנגענימען לרוב הפוסקים.
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

א גוטן יונה האט געשריבן:
געטראכט האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן: וויפל גאלאנען איז 40 סאה?
ס'איז דא באקסעס קען פון ארום 200 גאלאן וואס איז אפשר פאסיג פאר א מקוה
וואס האלט דער עולם?

https://smile.amazon.com/s?k=200+gallon ... _ss_i_3_11

לויט הגר''ח נאה איז 40 סאה 332 ליטר= 87.8 גלון

לויט די חזון איש איז עס לפחות 576 ליטר = 151.2 גלון אדער לחומרה 648 ליטר =171.2 גלון

אבער מדארף געדענקען אז מדארף א כלי היפש גרעסער פין די שיעור היות אז מ'דארף עס זאל בלייבען אין די כלי געניק פלאץ אז ווען מטויבלט זיך זאל עס נישט איבעררינען אפילו א טראפ ווייל דעמאלס ווערט עס זוחליןאין אויס מקוה בשעת'ן טבילה.

כמדומה לי פון א טראפ ווערט נאכנישט קיין זוחלין..
אדרבה, אונז האבן מיר דאך דעם יונגען בקי בהל' מקוואות הרב צעיר.. זאל ער אונז דאס פארענפערן

אויב מען זעהט עס ארויסטראפען מיט די אויגען הייסט דאס א זחילה הניכרת וואס איז פסול לכו''ע, אפילו עס איז נאר א טראפ, נאר ווען מען מען זעהט עס נישט ארויסטראפען, כגון ווען עס מאכט זיך א קליינע לאך, אין עס רינט ארויס גאר שטייט, אין מען דארף זיכען די לאך, דעמאלטס איז שי' המחבר אז עס איז כשר, די רשב''א איז חולק והגר''א בביאורו מביא דבריו, אין די דברי חיים ואתו עמו רוב גדולי אחרונים זענען מחמיר כהגר''א, אבער ביי טבילת עזרא איז די הוראה להקל כהשו''ע.
(כהאב נישט די שו''ע אפען יעצט, ולכן שרייב איך אהן די סימנים וסעיפים, נאר מזכרון, ואתכם הסליחה)
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

ברענט ארויס אפאר נקודות
מקואות פלסטיק - הרב שניידר.pdf
(40.35 KiB) געווארן דאונלאודעד 223 מאל
געטראכט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראכט »

קראכטס אלע האט געשריבן: בס"ד

דאס זענען בילדער פון א פראוואזערישע מקווה וואס עטליכע אידן אין ק"י האט געמאכט אויף זייער פארטשעס, דאס איז זייער פראקטיש און אויך זייער געשמאק.

וזאת למודעי, אז אלע פרטים זענען געווארן אויסגעשמועסט מיט כמה דיינים וואס זענען שטארק באהוואנט מיט הלכות מקוואות בעפאר עס איז געמאכט געווארן כדי עס זאל זיין די מערסטע מהודר וואס איז שייך לאור המצב.

אצינד לאמיר אויסשמועסן די חלק המציאות וחלק ההלכה מיט אלע דעטאלן.

א. דאס איז א אויפגעבלאזענע פול הנקרא "אינפלעיטעבל האט טאב" בלע"ז וואס נעמט אריין אין זיך איבער 200 גאלאן וואסער, וואס דאס איז מ' סאה אפי' לשיטת החזו"א. און עס פילטער'ט די וואסער און האלט עס ווארעם ביז 104 דעגרי.

דא האט איר א לינק צו זען פון וואס מ'רעדט
https://www.amazon.com/Intex-28425E-77i ... B07SRVTV6X

ב. מ'האט דן געווען צו א צווייטע שטאק האלצערנע פארטש הייסט מחובר לקרקע, און אלע דיינים וואס מ'האט אנגעפרעגט האבן געזאגט אז ס'איז נישט קיין שום שאלה.

ג. קודם כל דארף מען עס מאכן אויס כלי, און כדי דאס צו טון, מאכט מען א לאך אויף די פלאר פון אונטן גרויס לכה"פ 2 ביי 2 אינטשעס ביז אזויפיל ווי 4 ביי 4 אינטשעס (דאס איז ממש די גרעסטע שיטה).
אויף די בילד אונטן קענט איר באמערקן די לאך אינדערמיט.

ד. דאן פילט מען אן די גאנצע לאך מיט שטארקע "גארילע גלו" און אזוי ווערט עס מחובר לקרקע. ווען דאס טרוקנט זיך אויס איז דאס א כשר פאר א מקווה.

https://www.homedepot.com/p/Gorilla-9-o ... /308772268

ה. אצינד אז מ'האט שוין א כשר'ע מקווה, דארף מען זען אז אז די וואסער זאל אויך זיין כשר, אין אמת'ן אריין איינמאל דאס איז שוין אויס כלי און עס איז מחובר לקרקע איז עס שוין כשר לתוספות טהרה און אפי' פאר טב"ע, און דאס איז מער לכתחילה ווי ט' קבין, אבער מ'קען עס אויך מאכן אויס מים שאובים צו זיין נאך מער מהודר מיט צוויי אופנים.

אופן א: מיטן מאכן 'המשכה' פאר 3 טפחים ע"ג קרקע הראוי לבלוע, און דעס צו טון קען מען נעמען א גרויסע סערעמיק טייל (לכתחילה גרויס 18 אינטשעס), וואס אויף די צווייטע זייט איז עס געווענליך 'סעמענט' און דאס קען איינזאפן וואסער אין דעם, און מען איז דאס מחבר מיט גלו צו א האלץ, און דער האלץ איז מען מחבר מיט א סטעידש צו די ערד אז ס'זאל זיין גענוג הויך, און ווען דער וואסער רינט אויף דעם פאר 12 אינטשעס ווערט עס אויס 'מים שאובים' און עס איז א שיינע מהודר'דיגע מקווה. אבער זייער וויכטיג צו מאכן זיכער אז די וואסער רינט נישט אראפ אויף די וואנט פון די מקווה, נאר ס'גייט גראד פון די שטיין אראפ צו דער ערד, ווייל אויב נישט האט מען גארנישט אויפגעטון.

אופן ב: ברענגען מ' סאה אייז (אפי' געמאכטע) און ווען דאס לאזט זיך אויף אינעם מקווה אן צולייגן קיין שום אנדערע וואסער, איז עס לויטן שו"ע וכמה פוסקים כשר ממש אזויווי מי גשמים. מ'קען נוצן א היטער עס צו צולאזן.

עס איז א מחלוקת הפוסקים וועלכע אופן איז מער מהודר, ממילא איז בעסער ווען מ'פרעגט אליינס א מורה הוראה וואס איז באהאווענט אין די הלכות.
[align=center]"מקוה ה' מושיעו בעת צרה"[/align]

די טייל וואס די האסט געניצט פאר די המשכה איז גאר פרובלומטיש, עס טיט זיך אין די פוסקים לגבי די grooves אין דיע סארט טיילס צי עס הייסט א כלי קיבול צי נישט אין צי מ'מעג עס ניצן אויף די ערד פין די מקווה, די טשעבינע רב אין נאך ווילן מתיר זיין היות אז מען לייגט עס מיט די גרובס אראפ איז עס נישט קיין כלי מקבל אויף אזא אויפן, ולמרות זאת איז אין תשובת דברי יואל איז ער נוטה אז מ'זאל לכתחילה נישט ניצען אזעלכע טיילס אין א מקוה נא טיילס וואס זענען גלאט פין אינטען, אבער אויף א אויפן ווי די האסט עס געלייגט פארקערט איז עס לכל הדעות לכאורה א כלי ומקבל טמאה.

ווידער אין די סטעדש וואס די האסט געמאכט זעט אויס אז די האסט מחבר געווען מיט סקרוז, אין מ'גייט אריין אין די שאלה פין מעמיד ע''י דבר המקבל טמאה, וואלט געווען בעסער צי ציקלעבען מיט גלו.

הצעיר באלפי האט געשריבן: ברענט ארויס אפאר נקודות
מקואות פלסטיק - הרב שניידר.pdf

אהן צי מזלזל זיין אין זיינע ווערטער דארף מען אבער געדענקען אז ביי די ליטווישע איז ט''ע בכלל נישט אזוי הארב ווי ביי חסידים, וממילא איז אים גרינגער צי קימען צי זיין מסקנה.
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

די פשוטסטע מקוה און וואס אמאל האט געהייסן א מקוה, פשוט גראבן א גרוב בקרקע ס'זאל אריינרעגענען, היינט קען מען שוין ציען עלעקטרישע ווייערס אנצוהייצן. א שטיקל מחיצה פון פלייוואדס ארום.
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

געטראכט האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן: ברענט ארויס אפאר נקודות
מקואות פלסטיק - הרב שניידר.pdf

אהן צי מזלזל זיין אין זיינע ווערטער דארף מען אבער געדענקען אז ביי די ליטווישע איז ט''ע בכלל נישט אזוי הארב ווי ביי חסידים, וממילא איז אים גרינגער צי קימען צי זיין מסקנה.

מסכים !
אבער כידוע ביי הרב שטינמן זצ''ל איז דאס געווען זייער חמור, אלע זיינע פריוואטע הנהגות זענען געווען על פי קבלה כידוע, אין ער האט שטארק מקפיד געווען אויף דעים
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

ביללער האט געשריבן: די פשוטסטע מקוה און וואס אמאל האט געהייסן א מקוה, פשוט גראבן א גרוב בקרקע ס'זאל אריינרעגענען, היינט קען מען שוין ציען עלעקטרישע ווייערס אנצוהייצן. א שטיקל מחיצה פון פלייוואדס ארום.

יא יא !
דאס איז א ריכטיגע מקוה !
באריכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:41 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באריכט »

ביללער האט געשריבן:
באריכט האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
nuwilli האט געשריבן: מיר האט א דיין גענפערט א 12 אינטשעס שטיקל האלץ מחובר לקרקע איז גוט פאר המשכה

במחכ''ת זאל ער איבערלערנען הלכות מקוואות !
אדער בעסער געזאגט: ער זאל עס לערנען !

(עס איז נישט קיין מקצוע וואס איז גאר באקאנט, אפילו ביי רבנים, תלי''ת איך האב עס גלערנט בעיון רב אין כולל, יעצט קומט מיר עס שטארק צוניץ)

לכבוד בקי בהלכות מקוואות שליט"א

א אנדערע בקי בהלכות מקוואות אמר לי, אז א וואנע אין שטוב וואס האט מ' סאה, איז גאר בעסער פון די פראפזאשיער מקוואות, אין יתכן דאינו מים שאובין. אמר ולא פירש..
וואס זאגסטו? וואס זאגט די עולם?

אונזערע וואנעס איז בכלל נישט שייך נישט קיין מ' סאה, און אוודאי נישט קיין געהעריגע טבילה דערין.
אינו שאובין איז געווען א אלטע שערורי' ווען איינער האט געוואלט יארן צוריק מתיר זיין די שטאטישע וואסערן ווייל ס'קומט פון רעזערווארן.

מרעדט דאך אויב סהאט יא....למשל דזשקאזי size
באריכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:41 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באריכט »

געטראכט האט געשריבן:
באריכט האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
nuwilli האט געשריבן: מיר האט א דיין גענפערט א 12 אינטשעס שטיקל האלץ מחובר לקרקע איז גוט פאר המשכה

במחכ''ת זאל ער איבערלערנען הלכות מקוואות !
אדער בעסער געזאגט: ער זאל עס לערנען !

(עס איז נישט קיין מקצוע וואס איז גאר באקאנט, אפילו ביי רבנים, תלי''ת איך האב עס גלערנט בעיון רב אין כולל, יעצט קומט מיר עס שטארק צוניץ)

לכבוד בקי בהלכות מקוואות שליט"א

א אנדערע בקי בהלכות מקוואות אמר לי, אז א וואנע אין שטוב וואס האט מ' סאה, איז גאר בעסער פון די פראפזאשיער מקוואות, אין יתכן דאינו מים שאובין. אמר ולא פירש..
וואס זאגסטו? וואס זאגט די עולם?

במחילת כ''ת אבער איך זאג אז ער זאל גיין לערנען הלכות מקוואות מיט די פוסקים.

קום אריין קלאהר און ביטע זיין מסביר.
אוועטאר
ראש חדשים
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש חדשים »

במחילת כבוד הניקים הנאספים כאן לדון בהילכתא דמקוואות, אויב פרעגט איר אפ א מו"ץ נאר ווייל נישט אלע מוצי"ם קענען הל' מקוואות, זאלען במחילת כ"ת פאוסטן דא לכל עם ועדה זייער כתב הוראה אז זיי קענען פסק'נען בהילכתא חמירה הדין.

ביטע צוריק גיין צו דעם שיינעם שמועס בעניני מקוואות און ברענגען מראי מקומות וסברות כדרכה של תורה שאחד בונה ואחד סותר...
לעצט פארראכטן דורך ראש חדשים אום מיטוואך אפריל 22, 2020 11:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
החדש הזה לכם ראש חדשים
קראכטס אלע
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 9:49 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראכטס אלע »

געטראכט האט געשריבן:
קראכטס אלע האט געשריבן: בס"ד

דאס זענען בילדער פון א פראוואזערישע מקווה וואס עטליכע אידן אין ק"י האט געמאכט אויף זייער פארטשעס, דאס איז זייער פראקטיש און אויך זייער געשמאק.

וזאת למודעי, אז אלע פרטים זענען געווארן אויסגעשמועסט מיט כמה דיינים וואס זענען שטארק באהוואנט מיט הלכות מקוואות בעפאר עס איז געמאכט געווארן כדי עס זאל זיין די מערסטע מהודר וואס איז שייך לאור המצב.

אצינד לאמיר אויסשמועסן די חלק המציאות וחלק ההלכה מיט אלע דעטאלן.

א. דאס איז א אויפגעבלאזענע פול הנקרא "אינפלעיטעבל האט טאב" בלע"ז וואס נעמט אריין אין זיך איבער 200 גאלאן וואסער, וואס דאס איז מ' סאה אפי' לשיטת החזו"א. און עס פילטער'ט די וואסער און האלט עס ווארעם ביז 104 דעגרי.

דא האט איר א לינק צו זען פון וואס מ'רעדט
https://www.amazon.com/Intex-28425E-77i ... B07SRVTV6X

ב. מ'האט דן געווען צו א צווייטע שטאק האלצערנע פארטש הייסט מחובר לקרקע, און אלע דיינים וואס מ'האט אנגעפרעגט האבן געזאגט אז ס'איז נישט קיין שום שאלה.

ג. קודם כל דארף מען עס מאכן אויס כלי, און כדי דאס צו טון, מאכט מען א לאך אויף די פלאר פון אונטן גרויס לכה"פ 2 ביי 2 אינטשעס ביז אזויפיל ווי 4 ביי 4 אינטשעס (דאס איז ממש די גרעסטע שיטה).
אויף די בילד אונטן קענט איר באמערקן די לאך אינדערמיט.

ד. דאן פילט מען אן די גאנצע לאך מיט שטארקע "גארילע גלו" און אזוי ווערט עס מחובר לקרקע. ווען דאס טרוקנט זיך אויס איז דאס א כשר פאר א מקווה.

דא האט איר א לינק צו זען פון וואס מ'רעדט
https://www.homedepot.com/p/Gorilla-9-o ... /308772268

ה. אצינד אז מ'האט שוין א כשר'ע מקווה, דארף מען זען אז אז די וואסער זאל אויך זיין כשר, אין אמת'ן אריין איינמאל דאס איז שוין אויס כלי און עס איז מחובר לקרקע איז עס שוין כשר לתוספות טהרה און אפי' פאר טב"ע, און דאס איז מער לכתחילה ווי ט' קבין, אבער מ'קען עס אויך מאכן אויס מים שאובים צו זיין נאך מער מהודר מיט צוויי אופנים.

אופן א: מיטן מאכן 'המשכה' פאר 3 טפחים ע"ג קרקע הראוי לבלוע, און דעס צו טון קען מען נעמען א גרויסע סערעמיק טייל (לכתחילה גרויס 18 אינטשעס), וואס אויף די צווייטע זייט איז עס געווענליך 'סעמענט' און דאס קען איינזאפן וואסער אין דעם, און מען איז דאס מחבר מיט גלו צו א האלץ, און דער האלץ איז מען מחבר מיט א סטעידש צו די ערד אז ס'זאל זיין גענוג הויך, און ווען דער וואסער רינט אויף דעם פאר 12 אינטשעס ווערט עס אויס 'מים שאובים' און עס איז א שיינע מהודר'דיגע מקווה. אבער זייער וויכטיג צו מאכן זיכער אז די וואסער רינט נישט אראפ אויף די וואנט פון די מקווה, נאר ס'גייט גראד פון די שטיין אראפ צו דער ערד, ווייל אויב נישט האט מען גארנישט אויפגעטון.

אופן ב: ברענגען מ' סאה אייז (אפי' געמאכטע) און ווען דאס לאזט זיך אויף אינעם מקווה אן צולייגן קיין שום אנדערע וואסער, איז עס לויטן שו"ע וכמה פוסקים כשר ממש אזויווי מי גשמים. מ'קען נוצן א היטער עס צו צולאזן.

עס איז א מחלוקת הפוסקים וועלכע אופן איז מער מהודר, ממילא איז בעסער ווען מ'פרעגט אליינס א מורה הוראה וואס איז באהאווענט אין די הלכות.
[align=center]"מקוה ה' מושיעו בעת צרה"[/align]

די טייל וואס די האסט געניצט פאר די המשכה איז גאר פרובלומטיש, עס טיט זיך אין די פוסקים לגבי די grooves אין דיע סארט טיילס צי עס הייסט א כלי קיבול צי נישט אין צי מ'מעג עס ניצן אויף די ערד פין די מקווה, די טשעבינע רב אין נאך ווילן מתיר זיין היות אז מען לייגט עס מיט די גרובס אראפ איז עס נישט קיין כלי מקבל אויף אזא אויפן, ולמרות זאת איז אין תשובת דברי יואל איז ער נוטה אז מ'זאל לכתחילה נישט ניצען אזעלכע טיילס אין א מקוה נא טיילס וואס זענען גלאט פין אינטען, אבער אויף א אויפן ווי די האסט עס געלייגט פארקערט איז עס לכל הדעות לכאורה א כלי ומקבל טמאה.

ווידער אין די סטעדש וואס די האסט געמאכט זעט אויס אז די האסט מחבר געווען מיט סקרוז, אין מ'גייט אריין אין די שאלה פין מעמיד ע''י דבר המקבל טמאה, וואלט געווען בעסער צי ציקלעבען מיט גלו.

א חבר מיינער האט זיך נישט געפוילט און אויפגעהויבן א טעלעפאן צו הג''ר חיים קלמן קליין (אב''ד סעליש קרית יואל) און ער איז ב"ה געווען זייער צופרידן מיט אלע פרטים ווי אזוי דאס איז געמאכט געווארן !
זעט אויס אז ס'איז יא דא דיינים וואס קענען לערנען.....
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2112
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

אין תושבת מנחת יצחק ח''ג סי' ס''ד סרענגט ער אז מים שאובים איז זיכער כשר פאר טבילת עזרא
און ער ברענגט א שיטת נח''א אז אפילו אין א כלי איז אויכעט גוט
למעשה איז ער חולק אז עס פעלט אויס קבעו ולבסוף חקקו אבער אולי בשעת הדחק קען מען זיך פארלאזען אויפן נח''א אז עס איז גענוג מים שאובים אין א כלי
איך רעד בדיעבד פאר ווער עס האט נישט בעסער אבער אז מען וויל מחמיר זיין אשריך
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

קראכטס אלע האט געשריבן: בס"ד

דאס זענען בילדער פון א פראוואזערישע מקווה וואס עטליכע אידן אין ק"י האט געמאכט אויף זייער פארטשעס, דאס איז זייער פראקטיש און אויך זייער געשמאק.

ה. אצינד אז מ'האט שוין א כשר'ע מקווה, דארף מען זען אז אז די וואסער זאל אויך זיין כשר, אין אמת'ן אריין איינמאל דאס איז שוין אויס כלי און עס איז מחובר לקרקע איז עס שוין כשר לתוספות טהרה און אפי' פאר טב"ע, און דאס איז מער לכתחילה ווי ט' קבין, אבער מ'קען עס אויך מאכן אויס מים שאובים צו זיין נאך מער מהודר מיט צוויי אופנים.

אופן א: מיטן מאכן 'המשכה' פאר 3 טפחים ע"ג קרקע הראוי לבלוע, און דעס צו טון קען מען נעמען א גרויסע סערעמיק טייל (לכתחילה גרויס 18 אינטשעס), וואס אויף די צווייטע זייט איז עס געווענליך 'סעמענט' און דאס קען איינזאפן וואסער אין דעם, און מען איז דאס מחבר מיט גלו צו א האלץ, און דער האלץ איז מען מחבר מיט א סטעידש צו די ערד אז ס'זאל זיין גענוג הויך, און ווען דער וואסער רינט אויף דעם פאר 12 אינטשעס ווערט עס אויס 'מים שאובים' ''און עס איז א שיינע מהודר'דיגע מקווה''.אבער זייער וויכטיג צו מאכן זיכער אז די וואסער רינט נישט אראפ אויף די וואנט פון די מקווה, נאר ס'גייט גראד פון די שטיין אראפ צו דער ערד, ווייל אויב נישט האט מען גארנישט אויפגעטון.

אופן ב: ברענגען מ' סאה אייז (אפי' געמאכטע) און ווען דאס לאזט זיך אויף אינעם מקווה אן צולייגן קיין שום אנדערע וואסער, איז עס לויטן שו"ע וכמה פוסקים כשר ממש אזויווי מי גשמים. מ'קען נוצן א היטער עס צו צולאזן.

עס איז א מחלוקת הפוסקים וועלכע אופן איז מער מהודר, ממילא איז בעסער ווען מ'פרעגט אליינס א מורה הוראה וואס איז באהאווענט אין די הלכות.
[align=center]"מקוה ה' מושיעו בעת צרה"[/align]

איך בין נישט צו קיין שטארקער בקי אין הל' מקוואות, אבער בפשטות איז מיר א גרויסער פלא אויף אופן א' דאס אנצורופן א ''מהודר'דיגע מקווה'' והענין הוא כדלהלן.

אין מסכת תמורה (י''ב ע''א) איז דא א מחלוקת צווישן ר' אליעזר בן יעקב און די חכמים. ראב''י האלט אז נאר אויב רוב מקווה דאס הייסט כ''א סאה, איז מי גשמים, דעמאלטס קען מען נעמען די איבריגע י''ט סאים אפילו שאובין, און עס ממשיך זיין על גבי קרקע ג' טפחים און די מקווה איז כשר. און דאס ווערט אנגערופן ''רבייה והמשכה''. דאס הייסט ס'דארף זיין צוויי זאכן, איינס ''רבייה'', אז רוב מקווה איז פון מי גשמים. און צווייטנ'ס ''המשכה'', אז די איבריגע מים שאובים ווערט געכשר'ט דורך המשכה ע''ג קרקע, וואס דורך די המשכה ווערט נתבטל פון דעם תורת שאובין און ס'ווערט בטל אגב קרקע.
אבער די חכמים קריגן מיט ראב''י און זיי האלטן אז אפילו שאובה שהמשיכוה כולה טהורה.

יעצט אויסער דעם וואס רוב ראשונים פסקענען ווי ראב''י, ווייל די משנה אין מסכת מקוואות פ''ד מ''ד איז סותם אזוי ווי ראב''י. האלט דער רמב''ם אין פיהמ''ש און אין ספר היד, אז אפילו די חכמים האבן אויך נישט מכשיר געווען שאובה שהמשיכוה כולה, נאר אויב רוב איז מי גשמים. און די חילוק צווישן ראב''י מיט די חכמים איז, אז די חכמים זענען מכשיר אפילו אויב ס'האט זיך אויסגעמישט מיט די מי גשמים איידער די מי גשמים איז אנגעקומען אין די מקווה, אבער וויבאלד מ'האט עס נאכדעם ממשיך געווען ע''ג קרקע ווערט אלעס כשר, און דאס מיינען די חכמים שהמשיכוה כולה. אבער אויב איז די גאנצע מקווה מים שאובין בהמשכה, איז עס פסול אפילו לויט די חכמים.
און אזוי ווי שיטת הרמב''ם און רוב ראשונים, ווערט געפסקנ'ט אין שו''ע סימן ר''א סי' מ''ד בלי שום חולק, אז ס'מוז זיין ביידע ''רבייה והמשכה''. 

און נאכמער, אסאך פוסקים ברענגען א תשובות הרדב''ז, אז אפילו מ'פסקענט טאקע להלכה ווי ראב''י אז מ'מעג מאכן א מקווה כשר דורך רבייה והמשכה, פונדעסטוועגן זאל מען נישט מאכן לכתחילה אזא סארט מקווה, ווייל סאיז דא כמה פרטי דינים בדיני המשכה, און לכתחילה זאל מען מהדר זיין צו מאכן גאנצע מ' סאה מי גשמים כשרים.

איז אוודאי לגבי ט''ע איז דאס זייער פיין. בפרט וואס לויט די מקצת חכמי המערב וואס דער רמב''ם ברעגט צו, איז לויט די חכמים כשר אפילו ממש די גאנצע מקווה איז שאובין בהמשכה, און זיי פסקנע'ן ווי די חכמים.
אבער ווי געזאגט דער רמב''ם און רוב ראשונים זענען מחולק מיט זיי, און אזוי ווערט געפסקנ'ט אין שו''ע, ממילא פארשטיי איך נישט דעם אויסדריק ''מהודר'דיגע מקווה'' סיידן אז ער רעדט טאקע נאר לגבי ט''ע.

אדרבא ווער ס'פארשטייט אנדערש זאל מוחל זיין און מסביר זיין, יישר כח פון פאראויס.

אופן ב': אוודאי דאס יא, די הלכה איז אזוי ווי די עדותן של אנשי מידבא בשם ר' ישמעאל אז אפילו די גאנצע מקווה איז פון שלג אדער ברד איז כשר.

וזה לשון המחבר בסימן ר''א ס''ל . אין שאיבה פוסלת אלא במים אבל השלג והברד והכפור והמלח והטיט שהוא עב קצת אפי' יש בו רכות שיכולין להריקו מכלי אל כלי אין שאיבה פוסלת בהן שאם שאב מאלו למקוה החסר לא פסלוהו ''ולא עוד אלא אפילו עשה כל המקוה משלג או כפור או ברד שהביאו בכלי ועשה מהן מקוה כשר''.
לעצט פארראכטן דורך קושטא אום זונטאג מאי 03, 2020 7:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נותן התורה
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 02, 2020 5:20 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נותן התורה »

אודות רבי' והמשכה, בשו"ת מנחת יצחק בתשובה לרב אחד שהי' נהוג אצלם לעשות המקוה כן [הי' מקומות שנהגו כן כיון שבזה ליכא חשש נתן סאה ונטל סאה] מביא שלא לעשות כן לכתחלה, משום כמה טעמים, השיטה שרבי' והמשכה מהני רק כשיש רוב מי גשמים משיעור הנמצא במקוה בפועל ולא מהני כ"א סאה כשיש יותר ממ' סאה, וכמה חומרות בדיני המשכה, כמו מה נקרא קרקע הראוי לבלוע [שנחלקו בצעמענט], וכן השיטה שההמשכה צריך להיות אחר שנפסק הכח הראשון, [לא בשיפוע] ובעיקר חשש ג' לוגין מים שאובים בתחלה שפוסל. על כן מיעץ לעשות גם בור קטן להשקה. שכחתי המראה מקום.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

אין דער בלאט איז געווען אן ארטיקל דערוועגן, בייגעלייגט מיט בילדער און הכרעות פון גדולי המורים בעניני מקוואות.
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1676
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע:אויפן טיש

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

א טענצל! האט געשריבן: אין דער בלאט איז געווען אן ארטיקל דערוועגן, בייגעלייגט מיט בילדער און הכרעות פון גדולי המורים בעניני מקוואות.

אויב איינער קען עס ביטע אהערברענגען?
מיין לופי'לע........
65th
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 10, 2019 2:39 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 65th »

אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2741
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

אין מאנסי איז דעם שבת נאכמיטאג צאמגעפאלן א פארטש (איינער מיט לייכטע וואונדן).
די פארטש האט געהאט א אויפגעשטעלטע סוכה מיט א סווימינג פול אנגעפילט מיט וואסער.

מען דארף זעהן צו אבאכט געבן אויף די וואג פון די מקוה.
אטעטשמענטס
wc2.jpg
wc2.jpg (65.19 KiB) געזען 2445 מאל
wc1.jpg
wc1.jpg (69.21 KiB) געזען 2445 מאל
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע:אין פליגער

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

פעטער שמואל האט געשריבן: אין מאנסי איז דעם שבת נאכמיטאג צאמגעפאלן א פארטש (איינער מיט לייכטע וואונדן).
די פארטש האט געהאט א אויפגעשטעלטע סוכה מיט א סווימינג פול אנגעפילט מיט וואסער.

מען דארף זעהן צו אבאכט געבן אויף די וואג פון די מקוה.

א גאלאן וואסער וועגט 8 פונט.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2996
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

א וואונדער אז דאס הייזקעלע איז נישט מיטגעפלויגן..
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”