קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

השם רענד
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 1:23 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השם רענד »

וואס איך האב געטוהן - געמאכט א פרעים פון 3/4 פלייוואד און 2x4 ארונגס און ארום אויבן און אינטן , 3x3 און הויעך 4 פיס, אריין געלייגט 3 פלאסטיק איינס 10 מיל שלאק פלאסטיק 12x16 דערנאך 3.5 מיל קאנסטראקשן פלאסטיק און נאך איין 10 מיל שלאק, געמאכט א לאך אין אלע 3 פלאסטיק צו די קאנקרוט פלאר פון 2x2 אינטשעס, צוגעקלעבט איינס ביי איינס באזונדער מיט סיליקאן גלא, טרוקענען 24 שעה, געלייגט 2 בעק יארד טיילס שיף אויבן צוגעקלעבט א שלויך פונעם סינק

That's it
השם רענד
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 1:23 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השם רענד »

IMG_20200419_201932 (1)_2.jpg
IMG_20200419_201932 (1)_2.jpg (538.72 KiB) געזען 3445 מאל
השם רענד האט געשריבן: וואס איך האב געטוהן - געמאכט א פרעים פון 3/4 פלייוואד און 2x4 ארונגס און ארום אויבן און אינטן , 3x3 און הויעך 4 פיס, אריין געלייגט 3 פלאסטיק איינס 10 מיל שלאק פלאסטיק 12x16 דערנאך 3.5 מיל קאנסטראקשן פלאסטיק און נאך איין 10 מיל שלאק, געמאכט א לאך אין אלע 3 פלאסטיק צו די קאנקרוט פלאר פון 2x2 אינטשעס, צוגעקלעבט איינס ביי איינס באזונדער מיט סיליקאן גלא, טרוקענען 24 שעה, געלייגט 2 בעק יארד טיילס שיף אויבן צוגעקלעבט א שלויך פונעם סינק

That's it
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

nuwilli האט געשריבן: מיר האט א דיין גענפערט א 12 אינטשעס שטיקל האלץ מחובר לקרקע איז גוט פאר המשכה

במחכ''ת זאל ער איבערלערנען הלכות מקוואות !
אדער בעסער געזאגט: ער זאל עס לערנען !

(עס איז נישט קיין מקצוע וואס איז גאר באקאנט, אפילו ביי רבנים, תלי''ת איך האב עס גלערנט בעיון רב אין כולל, יעצט קומט מיר עס שטארק צוניץ)
אוועטאר
פויגל מילך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am

תגובה דורך פויגל מילך »

לענ"ד פעהלט נישט אויס צו מאכן א לאך אינם פלאסטיק און מען דארף עס אויך נישט מחבר זיין לקרקע, היות די פלסטיק איז נישט קיין כלי, אזוי אויך ווערט עס נישט קיין כלי דורך עס אריין לייגן, הגע בעצמך אויב מען וועט נעמען א פלאסטיק און אריין לייגן אין א געהעריג געבויעטע מקוה וועט איינער דען זאגן אז מ'האט זיך גע'טובלט אין א כלי?

הצעיר באלפי האט געשריבן:
nuwilli האט געשריבן: מיר האט א דיין גענפערט א 12 אינטשעס שטיקל האלץ מחובר לקרקע איז גוט פאר המשכה

במחכ''ת זאל ער איבערלערנען הלכות מקוואות !
אדער בעסער געזאגט: ער זאל עס לערנען !

(עס איז נישט קיין מקצוע וואס איז גאר באקאנט, אפילו ביי רבנים, תלי''ת איך האב עס גלערנט בעיון רב אין כולל, יעצט קומט מיר עס שטארק צוניץ)

מאן דאיהו זעיר איהו רב, דער צעיר באלפיהאט עקספלאודעד.

איר קענט זיך מסביר זיין?

א שטיקל פלייוואוד איז לכאורה פונקט אזוי גוט ווי א שטיין, אין שו"ע שטייט קרקע או נסרים, ס'איז ראוי לבלוע און אז מ'איז עס מחבר לקרקע דרך בנין האט עס לכאורה אלע מעלות.

לערנען אין כולל איז איין זאך, פראקטיש איז א צווייטע זאך.
השם רענד
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 1:23 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השם רענד »

פויגל מילך האט געשריבן:
השם רענד האט געשריבן: וואס איך האב געטוהן - געמאכט א פרעים פון 3/4 פלייוואד און 2x4 ארונגס און ארום אויבן און אינטן , 3x3 און הויעך 4 פיס, אריין געלייגט 3 פלאסטיק איינס 10 מיל שלאק פלאסטיק 12x16 דערנאך 3.5 מיל קאנסטראקשן פלאסטיק און נאך איין 10 מיל שלאק, געמאכט א לאך אין אלע 3 פלאסטיק צו די קאנקרוט פלאר פון 2x2 אינטשעס, צוגעקלעבט איינס ביי איינס באזונדער מיט סיליקאן גלא, טרוקענען 24 שעה, געלייגט 2 בעק יארד טיילס שיף אויבן צוגעקלעבט א שלויך פונעם סינק
That's it

לענ"ד פעהלט נישט אויס צו מאכן א לאך אינם פלאסטיק און מען דארף עס אויך נישט מחבר זיין לקרקע, היות די פלסטיק איז נישט קיין כלי, אזוי אויך ווערט עס נישט קיין כלי דורך עס אריין לייגן, הגע בעצמך אויב מען וועט נעמען א פלאסטיק און אריין לייגן אין א געהעריג געבויעטע מקוה וועט איינער דען זאגן אז מ'האט זיך גע'טובלט אין א כלי?

פארדעם האב איך געפרעגט א רב וואס איז נארוואס ביזי מיט בויען א מקווה אין דאס איז וואס ער האט געזאגט
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

פויגל מילך האט געשריבן:
השם רענד האט געשריבן: וואס איך האב געטוהן - געמאכט א פרעים פון 3/4 פלייוואד און 2x4 ארונגס און ארום אויבן און אינטן , 3x3 און הויעך 4 פיס, אריין געלייגט 3 פלאסטיק איינס 10 מיל שלאק פלאסטיק 12x16 דערנאך 3.5 מיל קאנסטראקשן פלאסטיק און נאך איין 10 מיל שלאק, געמאכט א לאך אין אלע 3 פלאסטיק צו די קאנקרוט פלאר פון 2x2 אינטשעס, צוגעקלעבט איינס ביי איינס באזונדער מיט סיליקאן גלא, טרוקענען 24 שעה, געלייגט 2 בעק יארד טיילס שיף אויבן צוגעקלעבט א שלויך פונעם סינק
That's it

לענ"ד פעהלט נישט אויס צו מאכן א לאך אינם פלאסטיק און מען דארף עס אויך נישט מחבר זיין לקרקע, היות די פלסטיק איז נישט קיין כלי, אזוי אויך ווערט עס נישט קיין כלי דורך עס אריין לייגן, הגע בעצמך אויב מען וועט נעמען א פלאסטיק און אריין לייגן אין א געהעריג געבויעטע מקוה וועט איינער דען זאגן אז מ'האט זיך גע'טובלט אין א כלי?

יא יא !
בפירושער תשובה אין צמח צדק (יו''ד סי' קעב) וואס איז דן אפילו אויף סעמענט וואס מען האט געגאסען, באופן וואס די חקיקה אין קביעה בקרקע באו כאחד, אין ממילא לא היה עליו תורת כלי כלל, אעפ''כ איז דער צמח צדק (ועוד פוסקים) מפקפק אז וויבאלד נאכען אויסטריקענען ''יכול לינטל כאחת'', דהיינו מען קען עס ארויסשלעפען פונעם ערד, אין עס זעהט אויס ווי א געהעריגע כלי, על כן איז עס א פראבלעם !
למעשה וואס איז די היתר צו דעים ?! וויבאלד עס איז ''דרך בנין'', הייסט עס נישט קיין כלי אפילו בכה''ג !
דוק מינה ואוקי אבתראי !
ראה בענין זה בשו''ת עמק שאלה (יו''ד סי' מז), מהרש''ם (ח''ב סי' קב), שו''ת לבושי מרדכי (יו''ד תניינא סי' קה וק''ו), אמרי יושר (ח''א סי' צט), דובב מישרים (ח''ג סי' פ''ז), דברי יואל (יו''ד סי' ע''ז אות ז'), חשב האפוד (ח''א סי' ק''נ) ועוד.........
גענוג פוסקים ?
לעצט פארראכטן דורך הצעיר באלפי אום מאנטאג אפריל 20, 2020 8:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

פויגל מילך האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
nuwilli האט געשריבן: מיר האט א דיין גענפערט א 12 אינטשעס שטיקל האלץ מחובר לקרקע איז גוט פאר המשכה

במחכ''ת זאל ער איבערלערנען הלכות מקוואות !
אדער בעסער געזאגט: ער זאל עס לערנען !

(עס איז נישט קיין מקצוע וואס איז גאר באקאנט, אפילו ביי רבנים, תלי''ת איך האב עס גלערנט בעיון רב אין כולל, יעצט קומט מיר עס שטארק צוניץ)

מאן דאיהו זעיר איהו רב, דער צעיר באלפיהאט עקספלאודעד.

איר קענט זיך מסביר זיין?

א שטיקל פלייוואוד איז לכאורה פונקט אזוי גוט ווי א שטיין, אין שו"ע שטייט קרקע או נסרים, ס'איז ראוי לבלוע און אז מ'איז עס מחבר לקרקע דרך בנין האט עס לכאורה אלע מעלות.

לערנען אין כולל איז איין זאך, פראקטיש איז א צווייטע זאך.

רמ''א זאגט דוקא קרקע הראוי לבלוע !
אין די חת''ס, אמרי יושר, מהרש''ם, ישועות יעקב ועוד זאגען אז ביי א מקוה וואס איז ''כולו שאוב'' איז עס מעכב צו זיין ראוי לבלוע !
(קוק צוריק, איך האב געברענגט די מראי מקומות צו מעיין זיין, דו''ק ותשכח)
קראכטס אלע
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 9:49 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראכטס אלע »

בס"ד

דאס זענען בילדער פון א פראוואזערישע מקווה וואס עטליכע אידן אין ק"י האט געמאכט אויף זייער פארטשעס, דאס איז זייער פראקטיש און אויך זייער געשמאק.

וזאת למודעי, אז אלע פרטים זענען געווארן אויסגעשמועסט מיט כמה דיינים וואס זענען שטארק באהוואנט מיט הלכות מקוואות בעפאר עס איז געמאכט געווארן כדי עס זאל זיין די מערסטע מהודר וואס איז שייך לאור המצב.

אצינד לאמיר אויסשמועסן די חלק המציאות וחלק ההלכה מיט אלע דעטאלן.

א. דאס איז א אויפגעבלאזענע פול הנקרא "אינפלעיטעבל האט טאב" בלע"ז וואס נעמט אריין אין זיך איבער 200 גאלאן וואסער, וואס דאס איז מ' סאה אפי' לשיטת החזו"א. און עס פילטער'ט די וואסער און האלט עס ווארעם ביז 104 דעגרי.

דא האט איר א לינק צו זען פון וואס מ'רעדט
https://www.amazon.com/Intex-28425E-77i ... B07SRVTV6X

ב. מ'האט דן געווען צו א צווייטע שטאק האלצערנע פארטש הייסט מחובר לקרקע, און אלע דיינים וואס מ'האט אנגעפרעגט האבן געזאגט אז ס'איז נישט קיין שום שאלה.

ג. קודם כל דארף מען עס מאכן אויס כלי, און כדי דאס צו טון, מאכט מען א לאך אויף די פלאר פון אונטן גרויס לכה"פ 2 ביי 2 אינטשעס ביז אזויפיל ווי 4 ביי 4 אינטשעס (דאס איז ממש די גרעסטע שיטה).
אויף די בילד אונטן קענט איר באמערקן די לאך אינדערמיט.

ד. דאן פילט מען אן די גאנצע לאך מיט שטארקע "גארילע גלו" און אזוי ווערט עס מחובר לקרקע. ווען דאס טרוקנט זיך אויס איז דאס א כשר פאר א מקווה.

דא האט איר א לינק צו זען פון וואס מ'רעדט
https://www.homedepot.com/p/Gorilla-9-o ... /308772268

ה. אצינד אז מ'האט שוין א כשר'ע מקווה, דארף מען זען אז אז די וואסער זאל אויך זיין כשר, אין אמת'ן אריין איינמאל דאס איז שוין אויס כלי און עס איז מחובר לקרקע איז עס שוין כשר לתוספות טהרה און אפי' פאר טב"ע, און דאס איז מער לכתחילה ווי ט' קבין, אבער מ'קען עס אויך מאכן אויס מים שאובים צו זיין נאך מער מהודר מיט צוויי אופנים.

אופן א: מיטן מאכן 'המשכה' פאר 3 טפחים ע"ג קרקע הראוי לבלוע, און דעס צו טון קען מען נעמען א גרויסע סערעמיק טייל (לכתחילה גרויס 18 אינטשעס), וואס אויף די צווייטע זייט איז עס געווענליך 'סעמענט' און דאס קען איינזאפן וואסער אין דעם, און מען איז דאס מחבר מיט גלו צו א האלץ, און דער האלץ איז מען מחבר מיט א סטעידש צו די ערד אז ס'זאל זיין גענוג הויך, און ווען דער וואסער רינט אויף דעם פאר 12 אינטשעס ווערט עס אויס 'מים שאובים' און עס איז א שיינע מהודר'דיגע מקווה. אבער זייער וויכטיג צו מאכן זיכער אז די וואסער רינט נישט אראפ אויף די וואנט פון די מקווה, נאר ס'גייט גראד פון די שטיין אראפ צו דער ערד, ווייל אויב נישט האט מען גארנישט אויפגעטון.

אופן ב: ברענגען מ' סאה אייז (אפי' געמאכטע) און ווען דאס לאזט זיך אויף אינעם מקווה אן צולייגן קיין שום אנדערע וואסער, איז עס לויטן שו"ע וכמה פוסקים כשר ממש אזויווי מי גשמים. מ'קען נוצן א היטער עס צו צולאזן.

עס איז א מחלוקת הפוסקים וועלכע אופן איז מער מהודר, ממילא איז בעסער ווען מ'פרעגט אליינס א מורה הוראה וואס איז באהאווענט אין די הלכות.
[align=center]"מקוה ה' מושיעו בעת צרה"[/align]
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (27.04 KiB) געזען 3161 מאל
0419201655 (1).jpg
0419201655 (1).jpg (165.42 KiB) געזען 3161 מאל
0407200649 (1).jpg
0407200649 (1).jpg (170.3 KiB) געזען 3161 מאל
אוועטאר
ראש חדשים
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש חדשים »

[quote="קראכטס אלע"]בס"ד
WoW!!!
החדש הזה לכם ראש חדשים
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

קראכטס אלע האט געשריבן: בס"ד

דאס זענען בילדער פון א פראוואזערישע מקווה וואס עטליכע אידן אין ק"י האט געמאכט אויף זייער פארטשעס, דאס איז זייער פראקטיש און אויך זייער געשמאק.

וזאת למודעי, אז אלע פרטים זענען געווארן אויסגעשמועסט מיט כמה דיינים וואס זענען שטארק באהוואנט מיט הלכות מקוואות בעפאר עס איז געמאכט געווארן כדי עס זאל זיין די מערסטע מהודר וואס איז שייך לאור המצב.

אצינד לאמיר אויסשמועסן די חלק המציאות וחלק ההלכה מיט אלע דעטאלן.

א. דאס איז א אויפגעבלאזענע פול הנקרא "אינפלעיטעבל האט טאב" בלע"ז וואס נעמט אריין אין זיך איבער 200 גאלאן וואסער, וואס דאס איז מ' סאה אפי' לשיטת החזו"א. און עס פילטער'ט די וואסער און האלט עס ווארעם ביז 104 דעגרי.

דא האט איר א לינק צו זען פון וואס מ'רעדט
https://www.amazon.com/s?k=inflatable+h ... b_ss_i_3_2

ב. מ'האט דן געווען צו א צווייטע שטאק האלצערנע פארטש הייסט מחובר לקרקע, און אלע דיינים וואס מ'האט אנגעפרעגט האבן געזאגט אז ס'איז נישט קיין שום שאלה.

ג. קודם כל דארף מען עס מאכן אויס כלי, און כדי דאס צו טון, מאכט מען א לאך אויף די פלאר פון אונטן גרויס לכה"פ 2 ביי 2 אינטשעס ביז אזויפיל ווי 4 ביי 4 אינטשעס (דאס איז ממש די גרעסטע שיטה).
אויף די בילד אונטן קענט איר באמערקן די לאך אינדערמיט.

ד. דאן פילט מען אן די גאנצע לאך מיט שטארקע "גארילע גלו" און אזוי ווערט עס מחובר לקרקע. ווען דאס טרוקנט זיך אויס איז דאס א כשר פאר א מקווה.

דא האט איר א לינק צו זען פון וואס מ'רעדט
https://www.homedepot.com/p/Gorilla-9-o ... /308772268

ה. אצינד אז מ'האט שוין א כשר'ע מקווה, דארף מען זען אז אז די וואסער זאל אויך זיין כשר, אין אמת'ן אריין איינמאל דאס איז שוין אויס כלי און עס איז מחובר לקרקע איז עס שוין כשר לתוספות טהרה און אפי' פאר טב"ע, און דאס איז מער לכתחילה ווי ט' קבין, אבער מ'קען עס אויך מאכן אויס מים שאובים צו זיין נאך מער מהודר מיט צוויי אופנים.

אופן א: מיטן מאכן 'המשכה' פאר 3 טפחים ע"ג קרקע הראוי לבלוע, און דעס צו טון קען מען נעמען א גרויסע סערעמיק טייל (לכתחילה גרויס 18 אינטשעס), וואס אויף די צווייטע זייט איז עס געווענליך 'סעמענט' און דאס קען איינזאפן וואסער אין דעם, און מען איז דאס מחבר מיט גלו צו א האלץ, און דער האלץ איז מען מחבר מיט א סטעידש צו די ערד אז ס'זאל זיין גענוג הויך, און ווען דער וואסער רינט אויף דעם פאר 12 אינטשעס ווערט עס אויס 'מים שאובים' און עס איז א שיינע מהודר'דיגע מקווה. אבער זייער וויכטיג צו מאכן זיכער אז די וואסער רינט נישט אראפ אויף די וואנט פון די מקווה, נאר ס'גייט גראד פון די שטיין אראפ צו דער ערד, ווייל אויב נישט האט מען גארנישט אויפגעטון.

אופן ב: ברענגען מ' סאה אייז (אפי' געמאכטע) און ווען דאס לאזט זיך אויף אינעם מקווה אן צולייגן קיין שום אנדערע וואסער, איז עס לויטן שו"ע וכמה פוסקים כשר ממש אזויווי מי גשמים. מ'קען נוצן א היטער עס צו צולאזן.

עס איז א מחלוקת הפוסקים וועלכע אופן איז מער מהודר, ממילא איז בעסער ווען מ'פרעגט אליינס א מורה הוראה וואס איז באהאווענט אין די הלכות.
[align=center]"מקוה ה' מושיעו בעת צרה"[/align]

במחילת כבודו פון אלע דיינים וכו'
איך וואלט געקענט באשטיין אז מען זאל אנרופען איינער פון די דריי מומחים בבניית המקוואות דאהי אין נוי יארק אין פרעגען וואס זיי זאגען צו דעי סארט מקוה
1. הג''ר חיים קלמן קליין (אב''ד סעליש קרית יואל)
2. הג'ר ירמי' כ''ץ (מח''ס 'מקוה מים')
3. הג''ר איטשע טריגער (בארא פארק)
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8855
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

הצעיר,
במחילת הכבוד,
איז מעגלעך אז אנדערע דיינים מעגן אויך האבן א מיינונג אין דיזער טעג אויף פראוועזארישע מקואות?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

ניס קראכער האט געשריבן: הצעיר,
במחילת הכבוד,
איז מעגלעך אז אנדערע דיינים מעגן אויך האבן א מיינונג אין דיזער טעג אויף פראוועזארישע מקואות?

דערווייל אלעס וואס איך האב געזאגט איז דעדעקט מיט מראי מקומות ! (קוק צוריק אויף די הודעות מיינע), אויב וואס זיי האלטען איז אויכעט אויסגעבויט מיט מקורות אין עס שטימט, דעמאלסט יא ! אויב נישט, דעמאלסט ניין ! אין עס איז מיר נישט אינטערסאנט זיין קאמפעני נאמען ווי ער איז איינגעשטעלט וכדו' וכו' די זאך מיז שטימען מיט שו''ע ונו''כ וספרי השו''ת והאחרונים וכו'.... כדרכה של תורה.
קראכטס אלע
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 9:49 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראכטס אלע »

שוין, יעצט איז א יעדער אפגעפרעגט.....
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1302
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

וויפל גאלאנען איז 40 סאה?
ס'איז דא באקסעס קען פון ארום 200 גאלאן וואס איז אפשר פאסיג פאר א מקוה
וואס האלט דער עולם?

https://smile.amazon.com/s?k=200+gallon ... _ss_i_3_11
לעצט פארראכטן דורך כל טוב אום מאנטאג אפריל 20, 2020 2:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1302
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

זעה איך יעצט אז 2x2x4 דהיינו 24 קיוביק פיס איז כמעט 180 גאלאנען וואס מ' סאה איז ארום די נאמבער און ווען מ'טובל'ט זיך קומט נאך די וואסער ארויף דאס מיינט מ'דארף א קאסטן פון לפחות ארום 200-Gallon

קען איינער אריינקומען מיט די פונקטיליכע מאס פאר 40 סאה
אוועטאר
יסוד ארי
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע:אין וואלד

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסוד ארי »

כמה זה 40 סאה ? https://g.kipa.co.il/704117/e/

as per this, its 750 Liter, which is 198 Gallons
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

הצעיר באלפי האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן: הצעיר,
במחילת הכבוד,
איז מעגלעך אז אנדערע דיינים מעגן אויך האבן א מיינונג אין דיזער טעג אויף פראוועזארישע מקואות?

דערווייל אלעס וואס איך האב געזאגט איז דעדעקט מיט מראי מקומות ! (קוק צוריק אויף די הודעות מיינע), אויב וואס זיי האלטען איז אויכעט אויסגעבויט מיט מקורות אין עס שטימט, דעמאלסט יא ! אויב נישט, דעמאלסט ניין ! אין עס איז מיר נישט אינטערסאנט זיין קאמפעני נאמען ווי ער איז איינגעשטעלט וכדו' וכו' די זאך מיז שטימען מיט שו''ע ונו''כ וספרי השו''ת והאחרונים וכו'.... כדרכה של תורה.

וואס זאגט איר הרב הצעיר אויף די סברא פון מורם מעם אז א פלעסטיק פול הייסט נישט קיין כלי וייל עס איז דאך קיינמאל נישט געוועהן קיין כלי איז אויב מען איז עס מחבר גלייך צו די ערד דארף עס לכאורה זיין כשר אהן קיין לעכער ? יישר כח
געטראכט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראכט »

כל טוב האט געשריבן: וויפל גאלאנען איז 40 סאה?
ס'איז דא באקסעס קען פון ארום 200 גאלאן וואס איז אפשר פאסיג פאר א מקוה
וואס האלט דער עולם?

https://smile.amazon.com/s?k=200+gallon ... _ss_i_3_11

לויט הגר''ח נאה איז 40 סאה 332 ליטר= 87.8 גלון

לויט די חזון איש איז עס לפחות 576 ליטר = 151.2 גלון אדער לחומרה 648 ליטר =171.2 גלון

אבער מדארף געדענקען אז מדארף א כלי היפש גרעסער פין די שיעור היות אז מ'דארף עס זאל בלייבען אין די כלי געניק פלאץ אז ווען מטויבלט זיך זאל עס נישט איבעררינען אפילו א טראפ ווייל דעמאלס ווערט עס זוחלין אין אויס מקוה בשעת'ן טבילה.
א גוטן יונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן יונה »

געטראכט האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן: וויפל גאלאנען איז 40 סאה?
ס'איז דא באקסעס קען פון ארום 200 גאלאן וואס איז אפשר פאסיג פאר א מקוה
וואס האלט דער עולם?

https://smile.amazon.com/s?k=200+gallon ... _ss_i_3_11

לויט הגר''ח נאה איז 40 סאה 332 ליטר= 87.8 גלון

לויט די חזון איש איז עס לפחות 576 ליטר = 151.2 גלון אדער לחומרה 648 ליטר =171.2 גלון

אבער מדארף געדענקען אז מדארף א כלי היפש גרעסער פין די שיעור היות אז מ'דארף עס זאל בלייבען אין די כלי געניק פלאץ אז ווען מטויבלט זיך זאל עס נישט איבעררינען אפילו א טראפ ווייל דעמאלס ווערט עס זוחליןאין אויס מקוה בשעת'ן טבילה.

כמדומה לי פון א טראפ ווערט נאכנישט קיין זוחלין..
אדרבה, אונז האבן מיר דאך דעם יונגען בקי בהל' מקוואות הרב צעיר.. זאל ער אונז דאס פארענפערן
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)
באריכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:41 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באריכט »

הצעיר באלפי האט געשריבן:
nuwilli האט געשריבן: מיר האט א דיין גענפערט א 12 אינטשעס שטיקל האלץ מחובר לקרקע איז גוט פאר המשכה

במחכ''ת זאל ער איבערלערנען הלכות מקוואות !
אדער בעסער געזאגט: ער זאל עס לערנען !

(עס איז נישט קיין מקצוע וואס איז גאר באקאנט, אפילו ביי רבנים, תלי''ת איך האב עס גלערנט בעיון רב אין כולל, יעצט קומט מיר עס שטארק צוניץ)

לכבוד בקי בהלכות מקוואות שליט"א

א אנדערע בקי בהלכות מקוואות אמר לי, אז א וואנע אין שטוב וואס האט מ' סאה, איז גאר בעסער פון די פראפזאשיער מקוואות, אין יתכן דאינו מים שאובין. אמר ולא פירש..
וואס זאגסטו? וואס זאגט די עולם?
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

מ'דארף געדענקען איין זאך, אז הל' מקואות איז געווענליך נוגע לדאורייתא און מ'איז ספעציעל מחמיר בכל השיטות, משא"כ דא [וואס ע"פ הלכה איז גענוג אפי' כלי לכמה פוסקים און אויך מיט מ' סאה שאובים] ס'איז נישטא קיין סיבה דערפאר, און מ'קען פסק'נן כפי הכללים בכל התורה כולו, איז דאס בפשטות די סיבה פון די פסקים וואס איז אנדערש. [צריך בכל אופן זהירות שלא יבאו להקל גם וכו']
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

באריכט האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
nuwilli האט געשריבן: מיר האט א דיין גענפערט א 12 אינטשעס שטיקל האלץ מחובר לקרקע איז גוט פאר המשכה

במחכ''ת זאל ער איבערלערנען הלכות מקוואות !
אדער בעסער געזאגט: ער זאל עס לערנען !

(עס איז נישט קיין מקצוע וואס איז גאר באקאנט, אפילו ביי רבנים, תלי''ת איך האב עס גלערנט בעיון רב אין כולל, יעצט קומט מיר עס שטארק צוניץ)

לכבוד בקי בהלכות מקוואות שליט"א

א אנדערע בקי בהלכות מקוואות אמר לי, אז א וואנע אין שטוב וואס האט מ' סאה, איז גאר בעסער פון די פראפזאשיער מקוואות, אין יתכן דאינו מים שאובין. אמר ולא פירש..
וואס זאגסטו? וואס זאגט די עולם?

אונזערע וואנעס איז בכלל נישט שייך נישט קיין מ' סאה, און אוודאי נישט קיין געהעריגע טבילה דערין.
אינו שאובין איז געווען א אלטע שערורי' ווען איינער האט געוואלט יארן צוריק מתיר זיין די שטאטישע וואסערן ווייל ס'קומט פון רעזערווארן.
געטראכט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

Re: קאראנע וויירוס - פראוואזארישע מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראכט »

א גוטן יונה האט געשריבן:
געטראכט האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן: וויפל גאלאנען איז 40 סאה?
ס'איז דא באקסעס קען פון ארום 200 גאלאן וואס איז אפשר פאסיג פאר א מקוה
וואס האלט דער עולם?

https://smile.amazon.com/s?k=200+gallon ... _ss_i_3_11

לויט הגר''ח נאה איז 40 סאה 332 ליטר= 87.8 גלון

לויט די חזון איש איז עס לפחות 576 ליטר = 151.2 גלון אדער לחומרה 648 ליטר =171.2 גלון

אבער מדארף געדענקען אז מדארף א כלי היפש גרעסער פין די שיעור היות אז מ'דארף עס זאל בלייבען אין די כלי געניק פלאץ אז ווען מטויבלט זיך זאל עס נישט איבעררינען אפילו א טראפ ווייל דעמאלס ווערט עס זוחליןאין אויס מקוה בשעת'ן טבילה.

כמדומה לי פון א טראפ ווערט נאכנישט קיין זוחלין..
אדרבה, אונז האבן מיר דאך דעם יונגען בקי בהל' מקוואות הרב צעיר.. זאל ער אונז דאס פארענפערן

די מחבר האלט אז אויב ס'איז דא מער פין 40 סאה אין עס רינט ארויס ביים טויבל'ן הייסט עס נישט זוחלין, אבער די רמ''א קריגט זיך אז אויב רינט ארויס אפי' א משהו איז עס זוחלין, אין רוב אחרונים פסקנען אזוי זיכער אויף לכתחילה.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”