רבי יוסף לייפער מווערדאן זצ"ל - ו’ ניסן תש”פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

הבעש''ט האט געשריבן: בילדער פונעם בעל הילולא זצ"ל
https://ahblicklive.com/zatzal.php?id=200

מען קען נישט קוקן די בילדער
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4234
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

שיינע בילדער פון א נסיעה פוקד צו זיין קברי אבותיו הק' אין אייראפע
https://www.jdn.co.il/gallery/1016281/
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4234
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

יוראפ האט געשריבן:
פליטה גדולה האט געשריבן: געווען א איידעם בזיוו"ר ביי האדמו"ר רבי יצחק אייזיק מזוטשקא זצ"ל, און בזיוו"ש ביי הרה"ח ר' יוסף קויפמאן ז"ל.
זיינע איידעמער מזיוו"ר: הגה"צ ר' שמואל דוד קרויז שליט"א שליט"א אב"ד אודווארי, הגה"צ ר' יושע כ"ץ שליט"א אב"ד מאגרוב, הגה"צ רבי ישראל יעקב לייפער שליט"א אדמו"ר מחוסט.
זיינע קינדער מזיוו"ש: הרה"ג ר' חיים מרדכי שליט"א (מארה"ק), הרה"ג ר' שמואל זאנוויל שליט"א, הרה"ג ר' דוד אלי' שליט"א, הרה"ג ר' ישראל שליט"א, און א איידעם הרה"ג ר' לוי יצחק גרינבערג שליט"א.

וואו ליגט די ערשטע רביצין? די צווייטע רביצין לעבט נאך?

בבית החיים וועלוואד
viewtopic.php?p=1199272#p1199272
4040.jpg
4040.jpg (186.93 KiB) געזען 2380 מאל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4234
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

די מיטה הק' -פאריאר אין אזא צייט- בליל הפטירה
המיטה.jpg
המיטה.jpg (104.32 KiB) געזען 2360 מאל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4234
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

עניני דיומא, עבודת הק' בימי חודש ניסן וחג הפסח.

פסח1.jpg
פסח1.jpg (54.5 KiB) געזען 2358 מאל

פסח2.jpg
פסח2.jpg (52.31 KiB) געזען 2358 מאל

פסח3.jpg
פסח3.jpg (61.2 KiB) געזען 2358 מאל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4234
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

פסח4.jpg
פסח4.jpg (81.88 KiB) געזען 2357 מאל

פסח5.jpg
פסח5.jpg (76.22 KiB) געזען 2357 מאל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4234
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

#3.jpg
#3.jpg (111.01 KiB) געזען 2350 מאל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4234
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

הצדיק אבד.jpg
הצדיק אבד.jpg (89.53 KiB) געזען 2255 מאל
פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליטה גדולה »

גלייבט זיך נישט אז עס איז שוין פאלאפן א יאר זינט דאס הסתלקות.
זאל ער מעתיר זיין ביים שוכן מרומים אז מיר זאלן שוין פטור ווערן פון די ביטערע מגיפה וואס האט זיך דאן אנגעפאנגען און מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה בקרוב.
להשכילך בינה
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 24, 2021 12:30 pm

Re: ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להשכילך בינה »

שישא האט געשריבן: נעכטן געשטעלט די מציבה על מקום קבורתו, בנוסח הראוי לאותו צדיק וקדוש

א קלארע בילד
verdan10241.jpg
verdan10241.jpg (164.93 KiB) געזען 2171 מאל
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

הבעש''ט האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
פליטה גדולה האט געשריבן: געווען א איידעם בזיוו"ר ביי האדמו"ר רבי יצחק אייזיק מזוטשקא זצ"ל, און בזיוו"ש ביי הרה"ח ר' יוסף קויפמאן ז"ל.
זיינע איידעמער מזיוו"ר: הגה"צ ר' שמואל דוד קרויז שליט"א שליט"א אב"ד אודווארי, הגה"צ ר' יושע כ"ץ שליט"א אב"ד מאגרוב, הגה"צ רבי ישראל יעקב לייפער שליט"א אדמו"ר מחוסט.
זיינע קינדער מזיוו"ש: הרה"ג ר' חיים מרדכי שליט"א (מארה"ק), הרה"ג ר' שמואל זאנוויל שליט"א, הרה"ג ר' דוד אלי' שליט"א, הרה"ג ר' ישראל שליט"א, און א איידעם הרה"ג ר' לוי יצחק גרינבערג שליט"א.

וואו ליגט די ערשטע רביצין? די צווייטע רביצין לעבט נאך?

בבית החיים וועלוואד
viewtopic.php?p=1199272#p1199272
4040.jpg

אן אינטערעסאנטע אויפן פון שרייבן א מציבה. שטייט נישט וועמענס רעבעצין זי איז געווען. און בכלל שטייט איר טאטע׳ס נאמען שוין נאכן ת.נ.צ.ב.ה.
להשכילך בינה
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 24, 2021 12:30 pm

Re: ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להשכילך בינה »

איצל פיצל האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
פליטה גדולה האט געשריבן: געווען א איידעם בזיוו"ר ביי האדמו"ר רבי יצחק אייזיק מזוטשקא זצ"ל, און בזיוו"ש ביי הרה"ח ר' יוסף קויפמאן ז"ל.
זיינע איידעמער מזיוו"ר: הגה"צ ר' שמואל דוד קרויז שליט"א שליט"א אב"ד אודווארי, הגה"צ ר' יושע כ"ץ שליט"א אב"ד מאגרוב, הגה"צ רבי ישראל יעקב לייפער שליט"א אדמו"ר מחוסט.
זיינע קינדער מזיוו"ש: הרה"ג ר' חיים מרדכי שליט"א (מארה"ק), הרה"ג ר' שמואל זאנוויל שליט"א, הרה"ג ר' דוד אלי' שליט"א, הרה"ג ר' ישראל שליט"א, און א איידעם הרה"ג ר' לוי יצחק גרינבערג שליט"א.

וואו ליגט די ערשטע רביצין? די צווייטע רביצין לעבט נאך?

בבית החיים וועלוואד
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p1199272
4040.jpg

אן אינטערעסאנטע אויפן פון שרייבן א מציבה. שטייט נישט וועמענס רעבעצין זי איז געווען. און בכלל שטייט איר טאטע׳ס נאמען שוין נאכן ת.נ.צ.ב.ה.

און פארוואס שטייט הרבנית ד'וועדרדאן און נישט ווערדאן נאדבורנא אזוי ווי עס שטייט ביי איר מאן, און ביי איר פאטער שטייט יא צוגעלייגט א נאמען זוטשקא וואשקאוויץ וואס איז דאס?
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5522
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

בין איך געווען ביי אים אמאל א מוצשב"ק דער עולם איז ארויס פאר קידוש לבנה אבער סאיז למעשה נישט געווען א לבנה, האט די רבי זצ"ל פארציילט אז איינמאל רופט איינער אן אויב ער קען זיין מסדר קידושין ביי זיינס א קינדס חתנה, די רבי האט יענעם נישט געקענט, און יענער יוד הערט נישט אויף בעטן אויב די רבי קען קומען, די רבי פארציילט מיט א שמייכל אז איך פרעג יענעם יוד פארוואס ווילסטו מיר אזוי שטארק האבן אלץ מסדר קידושין, האט דער יוד גענטפערט די רבי קען מיר טאקע נישט, אבער איך בין אמאל געווען מיטן רבין ביי קידוש לבנה אין די לבנה האט זיך נישט באוויזן האט די רבי אנגעהויבן פארציילן א מעשה פון רבי מרדכילע נאדווערנער וויאזוי ער האט אמאל נישט געהאט א לבנה האט ער ארויסגענימען א טאש טיכעל און געפאכעט, און די רבי האט דאס נאכגעמאכט און תיכף דערנאך איז די לבנה ארויס... אזא יוד דארף איך פאר מיין קינדס מסדר קידושין האט דער יוד אויסגעפירט.... די רבי האט דעמאלט אויסגעפירט איך ווייס נישט וואס דער יוד האט געמיינט אויב עפעס איז דאס נאר געווען אינעם זכות פון רבי מרדכילע... זי"ע
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

ווארקער חסיד
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 8:00 pm

Re: כ"ק אדמו"ר רבי יוסף לייפער מווערדאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארקער חסיד »

ביי א חתונה פון א אייניקל מיט אמשינאווער רבי’ס טאכטער, ביידע נסתלק געווארען אין דעם זעלבע וואך
אטעטשמענטס
Amshinov_Shloshim_19.jpg
Amshinov_Shloshim_19.jpg (43.61 KiB) געזען 1686 מאל
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: כ"ק אדמו"ר רבי יוסף לייפער מווערדאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

לרגל די חתונה היינט נאכט (ה' פ' ויצא תשפ"ב) פון אן אייניקל פון רבי'ן זצ"ל ערשיינט לאור עולם אט די ספר:
אטעטשמענטס
לקראת השמחה (2).jpg
לקראת השמחה (2).jpg (281.85 KiB) געזען 1320 מאל
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַספון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

Re: רבי יוסף לייפער - אדמו״ר מווערדאן זצ״ל - ו׳ ניסן תש״פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

הגה"ח ר' משה יעקב קאנער שליט"א, 'אגרת לידיד', המודיע תורני פרשת יתרו תשפ"ב:
וכעת יקירי, אעלה נא לפניך זכרון צדיק בדורנו. רשמתי לך זאת פעם ולא הזכרתי את שמו. לפני כמה שנים שהיתי באיזור ניו יורק לרגל שבת שבע ברכות של קרובי משפחה, ב"ה. את תפילות השבת בפרשת יתרו, התפללנו בשטיבל בפלעטבוש, באיזור שלא הכרתי כלל.

ה'מרא דאתרא' של בית מדרש זה היה אדמו"ר ישיש משיירי כנסת הגדולה, גדול בתורה ובעל הוראה מופלא, שריד אש וחרב, שכל ימיו ברח מן הפרסום לפינה זו, להגות בתורה בצינעא ובשקידה עזה. כשלמד בישיבת "תורה ודעת", היה בין הבחורים הנבחרים, שעמם הכין הגאון הנודע ר' ראובן גרוזובסקי זצ"ל, את שיעוריו. ומאז הלך וגדל בתורה ובעבודת ה' עד כי גדל מאד.

בשעתו לא הזכרתי את שמו. זה היה האדמו"ר מווערדאן, הגה"צ ר' יוסף לייפער זצוק"ל נין ונכד לצדיקי בית נאדבורנה, שנסתלק לגנזי מרום לפני כשנתיים.

דמות זוך וזוהר היה מן הדורות הקודמים. נכנסתי לשטיבל הצנוע לתפילת המנחה ולקבלת שבת. יהודים בעלי בתים יקרים התאספו שם. לא צפיתי למראה שיתגלה בעוד רגעים אחדים.

הנה נכנס הרבי בעל צורה ופנים מאירות ומסבירות, לקבל את השבת. השמש עמדה לשקוע ואז הופיעה מציאות של אור. כולו אומר הוד, נועם ורצון. א העכערע זאך. הוא הקרין סביביו אהבה ואחווה ושָפע חיים חן וחסד, חום וחיוביוּת לכל מי שהיה שם וכך הרעיף מברכותיו לכל מי שפגש.

בימים אלה לחצו על הלב דברים שונים. עם זאת הגעתי להשתתף בשמחת חתן. ידעתי שתפקידי הוא לשמוח ולשמח באותו ליל שבת ולא הרגשתי אז שהנני מסוגל לכך. אחרי תפילת ערבית ניגשתי אל הרבי לומר "גוט שבת". גיליתי לו את לבבי בתמצית ובקשתי ממנו ברכה, שאזכה להשפיע שמחה ולמלאות את חובתי אז.

הרבי מווערדאן החדיר בי מבט מלא תבונה ואהבת ישראל ואמר לי אז המלים הבאות: "הקב"ה ברא את העולם בשביל ישראל, שנקראו ראשית. [בר"ר א' וברש"י] הכל! הכל נברא בשבילנו, לכל אחד מאתנו ללא יוצא מן הכלל! כמה צריך לשמוח על זה!".

*

והדברים שיצאו מפיו אז במלוא הכרַת האמת שבהם, במאור פנים זוהרות, בחום ובהרגשה עמוקה, הזרימו בי אז רוח חדשה, רוח של מנוחה ושמחה אור ליהודים. מבטו ליווה אותי, ברכתו עטפה את לבי ודבריו חיזקו את רוחי מאד.

וכך זכיתי בפינת יקרת זו, באותו ליל שבת לשמוח, לשיר בכל עוז, לשמח ולהעלות חיוכים. איש לא העלה על הדעת שזה בא מאש קודש, "מכח אחר מעורב בו", תבערת הנפש של צדיק שהדליק בי את הנר...

מבלי משים העביר אותו צדיק והפריח את מה שלחץ עלי אז. הוא כיוון אותי להרים את ההשגה, להרחיב את האופקים ולהסתכל כלפי מעלה, להבין ולדעת שכל העולם כולו נברא בעבורינו, ומתוך כך כמה יש לשמוח בה' הטוב והמיטיב, ומה עוד בשמחת השבת ובשמחת חתן...

*

למחרת, לפני התפילה מצאתי באותו שטיבל חביב, בהשגחה פרטית, ספר ובו ידיעה נפלאה שהיתה נחוצה לי מאד לצורך איגרת שכתבתי אליך בשעתו בעניני אמונה...

אחרי תפילת שחרית ניגש הרבי מווערדאן לפני התיבה ואמר 'אתה הראת לדעת' בקול רם ונרגש ובנעימה קדושה, פסוק בפסוק. בשעת קריאת התורה נגש לקרוא את עשרת הדברות בהתלהבות עצומה. כשאמר "אנכי ה' אלקיך" הביעו כל עצמותיו את המלים באש קודש מתלקחת. הבחנתי באמונה החושית בה נאמרו הדברים. אוד מוצל מאש היה הרבי שעברו עליו זוועות שאין לנו מושג בהן. וכעת נקלטה קריאת ה"אנכי ה' אלקיך" שלו משמעות מופלאה ביותר. אש האמונה התלקחה בו מאז והוא תמיד חי את הדברים במלוא עוזם ותפארתם...

אתה הראת לדעת כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו! על הפסוק הזה [דברים ו'] אומר רש"י שבמעמד הר סיני נבקע ונתגלה הכל בשמים ממעל ועל הארץ מתחת. אז נקרעו רקיעי רקיעים ותהומי תהומות וראו הכל שה' אחד, ועל זה נאמר: "אין עוד מלבדו".

נראה היה בעליל, שהרבי מווערדאן היה מקושר להקב"ה, בעצם ובטבעיות. גברא רבא זה גדל בשחר ימיו בבית צדיקים ושם קיבל את מסורת הקדושה, אמונת הטוהר ואת ההשגה העילאית. משם, לדאבון הלב, עבר אל עמק הבכא במיטב שנות נעוריו. וגם שם ביַרכתֵי תהום, זכה לראות ולהכיר ב'אמת ואמונה ערבית', שאין עוד מלבדו. הוא ראה שם את הקב"ה, את מנהיג העולם בבירה הדולקת.

במכתב שכתב אחרי המלחמה כששרד בודד מיותם, מעונה ומיוסר; הביע בלהט קודש, שמעתה ברצונו להקדיש את חייו לתורה ועבודת ה' בלבד. הוא אינו רוצה להתעכב באדמת גרמניה הטמאה, אלא מבקש להיכנס לישיבה וללמוד. מכל מה שעבר עליו ראה שאין עולם הזה שוה כלום. בשעתו חשב שיזכה להצטרף אל קהל מקדשי השם, ועכשיו שנשאר בחיים, אך ורק הרוחניות לנגד עיניו. את הכל חמסו ממנו הרוצחים ימ"ש, אמנם ה"אתה בחרתנו" נשאר קבוע בלבו בכל מצב... כך כתב בהיותו בן ט"ז וכך חי עד אחרון ימיו, באמונה לוהטת, בחיות דקדושה, ובאהבת ישראל עזה וגוברת...

כל ימיו היה הרבי מווערדאן זי"ע מפרש את לקח ה"נעשה ונשמע" על פי דרכי חייו. שמיעה פירושה הבנה. "מען דארף טון, אפילו מען פארשטייט נישט". יהודי עושה ועובד את בוראו יתברך באמונה שלימה, אף כשאיננו מבין את דרכי ההנהגה העליונה. כי לא מחשבותי מחשבותיכם ולא דרכיכם דרכי... חובת האדם בעולמו, להאמין, לפעול ולתקן מתוך תמימות שבאמונה.

דמעת זכרון צורבת. זכיתי לפגוש את הרבי מווערדאן רק במשך שבת אחת. לא אשכח את הזוך ואת הזוהר שהשפיע. את האמונה העזה, את השמחה שבקדושה, את חן האהבה שהקרין סביבותיו. זכה דורנו ששמונים שנה מאז חורבן אירופה, עוד יבער לפיד אש מן הדורות הקודמים. יהי זכרו ברוך ומבורך ומאיר לעד.
עמיקא וטמירא
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 1:57 pm

Re: כ"ק אדמו"ר רבי יוסף לייפער מווערדאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמיקא וטמירא »

מקץ שנתיים ימים!!
און די יעצטיגע טעג נעמט ארום צומישטע הרגשים ביי אנשי שלומני תלמידים וחסידים פון רבינו הקדוש מווערדאן זי"ע, ווען ווייניגער פון קוים צוויי וואכן טיילט אונז אפ פון די צווייטע יארצייט וואס מיט דעם ווערט פאר סטעמפלט גאנצע צוויי יאר, צוויי יאר פון השתוקקות של אהבה וכיסופין!! צוויי יאר פון בענקניש און גליסטניש צו די לעכטיגע זמנים בהלו נרו על ראשינו!! צוויי יאר פון די יום המר והנמהר ו' ניסן תש"פ וואס ס'איז אפגעטון געווארן די קרוין פון אונזער קאפ אשר אמרנו בצלו נחיה ונראה!! אבער מצד שני - צוויי יאר פון התקשרות און פרובירען זיך צו אנכאפען אויף זיינע הייליגע וועגן בהדרכתו,,, שני שנים פון זיך ווייקען בתורתו,,, צוויי יאר פון מנצח זיין שם ושארית לזכר נשמתו!!!
א יארצייט וועט ווי אייביג ביי חסידים אפגעראכטן ווערן מיט א העכער'ען באדייט בהכנה דרבה בלימוד התורה און דורכען זיך אנכאפען בדרכיו הטהורים, אונז פון אונזער זייט דא אויפען וועלטל וועלן פרובירן צו האלטן די עולם געשפאנט, סיי מיטן אינפארמירן די טעכנישע פרטים, און בעיקר מיט זכרונות עובדות וסיפורים און אזוי ווייטער,און אויך פרישע היסטארישע בילדער פונעם בעל ההילולא, מבעט פון ווער ס'קען ארויסהעלפן אויף סיי וואס פאר א אופן., און בפרט מיטן ארויפקומען פארשרייבען זכרונות, זאל זיך ביטע אנגארטל'ן וזכות הרבים תלוי בו,
זכיתו יגן עלינו ועל כל ישראל
עמיקא וטמירא
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 1:57 pm

Re: כ"ק אדמו"ר רבי יוסף לייפער מווערדאן זצ"ל - ו’ ניסן תש”פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמיקא וטמירא »

בס"ד
לכבוד די יארצייט פון כ"ק מרן הרה"ק אדמו"ר מווערדאן זצללה"ה
מיר שטייען מיר יעצט הארט בעפאר די יומא דהילולא קדישא תנינא פון כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זצוקללה"ה, ביום ו' לחודש ניסן, ווען עס לאזט זיך נישט גלייבן אז עס איז שוין א דורך גאנצע צוויי יאר פונעם הסתלקות דמר, יום ו' ניסן תש"פ לפ"ק ווען דער רבי זצ"ל האט פלוצים צוריקגעגעבן נשמתו לגנזי מרומים, שטייענדיג ביי די מזוזה.
דער רבי זצ"ל האט יומם ולילה ממש גערעדט פון הייליגן זיידן ר"ר מרדכי'לע מנאדבורנא זי"ע וועלכער איז געווען פון די לעצטע איבערגעליבענע רעכטע 'אור אייניקל' פון הייליגן ר"ר מרדכי'לע זי"ע. זייענדיג א זון פון הרה"ק רבי אהרן משה מווערדאן זצ"ל הי"ד בעל ויקהל משה, בן הרה"ק ר"ר בערצי מסאטמאר זי"ע בנו השני מהרה"ק ר"ר מרדכי'לע מנאדבורנא זי"ע.
ווער עס איז נאר אריין אפילו איינמאל צום רבין, האט געהערט עטליכע ענינים, מיט עובדות פון הייליגן ר"ר מרדכי'לע זי"ע, ווי ער האט דאס גע'אטעמט' און גע'חזרט שטענדיג, אז מען זאל נישט פארגעסן דעם אפשטאם פון הייליגן ר"ר מרדכי'לע זי"ע.
אויסער דעם ביי יעדע שווערע קוויטל פלעגט ער אנווינטשן בזכות דעם הייליגן זיידן ר"ר מרדכי'לע און דערביי דערציילן א עובדא אדער א סיפור פון הייליגן זיידן ר"ר מרדכי'לע בענין די בקשה, און האט דערביי אויסגעפועלט ישועות ורפואות פארן כלל און פרט.
ווער רעדט נאך ביים ציון פון הייליגן זיידן ר"ר מרדכי'לע וואו ער איז געשטאנען במקום אדמת קודש שעות לאנג און זיך אויסגעוויינט פארן באשעפער, ער האט דערביי מיטגענומען אלע קוויטלעך, דערצו שווערע בקשות פונעם ציבור, און מיט אומענטשליכע כוחות, למעלה מכוח אנישי געשטאנען און מתפלל בזכות דעם הייליגן זיידן, הצדיק אשר שוכן כאן.
אויך דערציילן די זקני חסידים, אז אלס בחור איז דער רבי געפארן אמאל צום פעטער האדמו"ר מפיטסבורג זצ"ל דארט איז געווען זקני חסידים וועלכע זענען אפשטאמיגע פון בישטינא, און האבן נאך געקענט דעם הייליגן זיידן ר"ר מרדכי'לע זי"ע, זיי פלעגט עדות זאגן, אז דער רבי זצ"ל ענדעלט די צורה שטארק צום הייליגן זיידן, און האט די שטריכן וואס איז געווען גאר שטארק דומה צום הייליגן זיידן ר"ר מרדכי'לע זי"ע.
ע"כ לכבוד די יומא דהילולא וועלן מיר מעתיק זיין וואס דער רבי זצ"ל האט דערציילט עטליכע מאל ענינים פון הייליגן ר"ר מרדכי'לע מנאדבורנא זי"ע. בפרט אינעם יו"ט סוכות (יומא דהילולא פון הייליגן ר"ר מרדכי'לע, און ביי די נסיעות פון די מקומות הקדושים קיין בישטינא ושם מנו"כ פון הייליגן ר"רמרדכי'לע זי"ע) מיטן לשון וויאזוי דער רבי זצ"ל האט דאס אראפגלייט, ודבריהם הן הן זכרונם.
זכר צדיק לברכה. וראו ותחי נפשכם!.
נ.ב. וועלמיר פרובירן ארויפצולייגן יעדען טאג נאך אביסעל בעז"ה
עמיקא וטמירא
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 1:57 pm

Re: כ"ק אדמו"ר רבי יוסף לייפער מווערדאן זצ"ל - ו’ ניסן תש”פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמיקא וטמירא »

בעניני אהבת ישראל.
איך האב ליב צו דערציילן די אהבת ישראל פון הייליגן זיידן ר"ר מרדכי'לע, זאלן אידן זיך אויסלערנען וואס הייסט אהבת ישראל, ער האט דאך געזאגט 'ער האט מורא ער זאל נישט ברענען אין גהנום פאר די גרויסע תענוג ונחת וואס ער האט צו זעהן ווי אידן עסן און טרינקן', ער האט חושש געווען עס איז זיין אייגענעם תענוג!.
איך האב געהערט אמאל פון טאהש'ער רבין (זצ"ל) וואס ער האט געקענט די בעלי העובדא, וואס איז געווען דערביי, תלמידים וועלכע זענען געווען אינטערוועגנס ווינטער צייט, עס איז געווען א גרויסע קעלט, און זיי זענען געבליבן שטעקן אינטערוועגנס, זיי זענען געווען קאלט און הונגעריג, מיד, זיי האבן נישט געוויסט וואס צו טוהן, האבן זיי זיך דערמאנט אז בישטנא איז נישט ווייט, זענען זיי אנגעקומען קיין בישטינא אינמיטן די נאכט, זיי זענען געווען זעכציג בחורים תלמידים פון הייליגן ייטב לב זי"ע ווען זיי זענען אריינגעקומען צו ר"ר מרדכי'לע האבן זיי געטראפן אנגעגרייט אויפן טיש בילקעס אין הייסע זופ פונקט ווי אזויפיל תלמידים זיי זענען געווען, זיי האבן געמיינט די נשמה גייט זיי ארויס הפלא ופלא, אזויפיל מענטשן אין אזויפיל עסן איז צוגעשטעלט געווארן.
ער האט געזאגט אז צו אלע מדרגות איז ער צוגעקומען דורך זיין אהבת ישראל פון חסד פארן כלל ישראל וואס ער פלעגט געבן, אפילו ער האט דאך אלס געהאט, וואס האט ער דען נישט געהאט רבי מאיר'ל פרימשלאנער האט שוין געלייגט אויף אים דעם חותם ווען ער איז געווען א קינד, ביי די דרייצן יאר האט ער אים אויפגערופן ביים ספר תורה האט רבי מאיר'ל געזאגט 'מרדכי איז צו ווייניג, מורה מורינו ער איז דאך נאך א קינד, איז געבליבן 'איש יהודי היה בשושן הבירה ושמו מרדכי'.
עמיקא וטמירא
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 1:57 pm

Re: כ"ק אדמו"ר רבי יוסף לייפער מווערדאן זצ"ל - ו’ ניסן תש”פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמיקא וטמירא »

א גיט וואך!
ב"ה באקומען באישי געוואלדיגע גיטע אפגעלאנגען בהודאה על העבר ובקשה על העתיד, וועלמיר פרובירן ממשיך זיין עד כמה שידינו מגעת,,,
ווער ס'קען מיט עפעס מוסיף זיין מיט סיי וואס וואלט אוודאי אסאך צוגעגעבן,,,
מיטן שינאווא רב זי"ע[align=center][/align]
עס איז געווען א איד ר' מרדכי פייערווערקער ע"ה ער האט געוויסט אסאך סיפורים פון רבי ר' מרדכי'לע, ער פלעגט פארן סיי צום שינאווע רב און סיי צו רבי ר' מרדכי'לע, אסאך זאכן פלעגט ער אויס באהאלטן ער האט נישט געוואלט דערציילן פאר רבי ר' מרדכי'לע, ר' מרדכי'לע האט אים געזאגט, 'מרדכי ווייסט מרדכי ווייסט אין כאטש וואס ער איז מחולק אויף מיר, זאגט מען פון ר"ר הערש פון רומינוב זי"ע אז ווען ער איז ארויף אין הימל האט ער מיטגענומען מיט זיך א גרויס לופטא, "אזוי אויך שינאווע רב ווען ער גייט ארויף אין הימל נעמט ער מיט מיט זיך א גרויס לופטא, און כאטש ער איז מחולק אויף מירפון דעם קען איך נישט אראפגיין".
אויפן ציון פון הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע
ר"ר מרדכי'לע איז אמאל געווען אין זשילין, פון זשילין צו ליזענסק איז דריי מייל, איז ער נישט צוגעגאנגען צום ציון פון הייליגן ר"ר אלימלך, און דער עולם איז געווען פארווינדערט, פארשטייט זיך האט ער דאס גלייך מרגיש געווען, האט ער געזאגט, 'איך ווייס רבותי, מ'איז מהרהר אויף מרדכי פארוואס ער פארט נישט צום ציון פון ר"ר מיילעך, גלייבטס מיר, שוין יארן לאנג וואס מרדכי גרייט זיך אין מרדכי איז נאך אלס נישט גרייט צום ציון'.
עמיקא וטמירא
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 1:57 pm

Re: כ"ק אדמו"ר רבי יוסף לייפער מווערדאן זצ"ל - ו’ ניסן תש”פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמיקא וטמירא »

וועלמיר בעז"ה צולייגען נאך מעשיות אין א צווייטע געלעגנהייט,
איצטער וועלמיר שטאפלווייז ארויפלייגען זכרונות און באשרייבונגען פון אינטער די פענע פונעם באקאנטען ספרא רבא ר' אלחנן זאב פריעדמאן,
וואס די ארטיקעל האבן בשעתו זיך גאר ווייט געטראגן, הן מצד די תוכן און אויך צוליב די שטארק הויכע איכות השרייבעריי מיט וואס ר' חנא איז באשאנקען:
עמיקא וטמירא
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 1:57 pm

Re: כ"ק אדמו"ר רבי יוסף לייפער מווערדאן זצ"ל - ו’ ניסן תש”פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמיקא וטמירא »

הָדוּר נָאֶה זִיו הָעוֹלָם, נַפְשִׁי חוֹלַת אַהֲבָתָךְ...

עראינערונגען נאכ'ן הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק מווערדאן זצוק"ל

א.ז.י. פריעדמאן

דינסטאג פּ' צו, א וואך פאר פּסח, האלטנדיג אין די צווייטע וואך זינט דער קאראנא-וויירוס איז דאהי פארוואנדעלט געווארן אלס אן ערנסטער קריזיס ר"ל, האב איך, ווי פיל אנדערע וואס ס'איז זיי מעגליך געווען, אויסגעזוכט אן אייגענעם שטילן ווינקל פון וואו אנצוגיין מיט די ארבייט.
זיצענדיג אינעם וויליאמסבורגער אפיס פון מיינ'ס א שוואגער, וואס איז אפיציעל געשלאסן געווארן עטליכע טעג פריער צוליב דעם קריזיס, האב איך פּרובירט צו כאפּן דעם צייטונג "דעדליין" פון יענע נאכט.
אינמיטן תפלת מנחה, וואס מען האט געדאווענט ביי די פענסטער פון ארומיגע בנינים, האט דער טעלעפאן אנגעהויבן קלינגען איינמאל און נאכאמאל. ווען כ'האב ענדליך אויפגעהויבן דעם טרייבל, איז עס געווען מיינ'ס א ידיד וועלכער האט גערעדט אין א האסטיגע שטימע, איבער א קריטישן מצב ביים ווערדאנער רבי'ן!...
אין די פריערדיגע טעג האבן מיר געהערט אז דער רבי איז איזאלירט ביי זיך אין שטוב אין א גוטן מצב. מען האט געקלערט פון אים ארויספירן צו א דירה מחוץ לעיר ביז דער קריזיס וועט אריבערגיין, אבער אויפ'ן ראט פון דאקטוירים האט מען אים גוט באשוצט בביתו נאוה קודש, און ער האט אפילו מיטגעהאלטן די תפלות פון אן ענגען מנין וואס איז פארגעקומען אונטן בבית מדרשו.
נאך פאר כ'קען זיך אריענטירן, רופט איינער, וואס האט פארבינדונגען מיט "הצלה", און ער זאגט מיט האלבע ווערטער, אז דער מצב איז זייער ערנסט אדער נאך ערגער חלילה!...
פון דא און ווייטער איז נישט פארהאן די ווערטער צו שילדערן קיין פאקטן און הרגשים. נאך לאנגע מינוטן פון א סארט געפיל און געוויין פון אבלות ויתמות, האב איך געקענט אויפהייבן דעם טרייבל צו טעלעפאנירן ידידינו מוה"ר אהרן זעליג גרין הי"ו, וואס מיר זענען צוזאמען געפארן צום רבי'ן קיין פלעטבוש צום ערשטן מאל מיט אסאך יארן צוריק, און זינט דאן האבן מיר צענדליגער מאל געמאכט דעם וועג צוזאמען.
נאכ'ן מיטטיילן די אומאפיציעלע שמועה כי באה, ונמס כל לב, בין איך געפארן אים אפּנעמען, צו פארן צוזאמען צום איינגעבאקענעם אדרעס, 822 עוועניו ען, צו זיין במחיצתו פון רבי'ן נאך איינמאל…
"קול דממה דקה ישמע" במשך דעם וועג, וואס ווערט איבערגעריסן דורך א רירענדן טעלעפאן רוף פונעם לאנג-יעריגן משב"ק הב' יודל בינדער נ"י, וועמענ'ס געוויין באשטעטיגט אלעס. עס פליסן טרערן און עס לויפן דורך אין די מחשבות אומאויפהערליכע זכרונות פון די לעכטיגע צייטן בצל קורתו פון די לויטערע הייליגע נשמה כללית וואס איז יעצט ארויף לישיבה של מעלה.
עמיקא וטמירא
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 1:57 pm

Re: כ"ק אדמו"ר רבי יוסף לייפער מווערדאן זצ"ל - ו’ ניסן תש”פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמיקא וטמירא »

כי קרן אור פּניו

דער מוח בלייבט טאקע שטיין, אבער אין זכרון שווימט אויף ווען מיר זענען דאס ערשטע מאל צוגעצויגן געווארן צום ווערדאנער רבי'ן, האי סבא קדישא, עמיקא וטמירא, הרה"ק רבי יוסף לייפער זי"ע הכ"מ, לאנג פאר ער איז געווארן אזוי מפורסם און איז אין די לעצטע יארן געווען משיירי כנסת הגדולה, מזקני צדיקי הדור וזקן האדמורי"ם לבית נאדווערנא.
דאס איז געווען מיט בערך 25 יאר צוריק, ווען ס'איז געפּראוועט געווארן אין וויליאמסבורג א גרויסע רבי'שע חתונה, אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף זצ"ל פון ירושלים. הרה"צ ר' מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א, זון פון היינטיגן קרעטשניפער רבי שליט"א פון ירושלים, איז געווארן אן איידעם ביים היינטיגן אודוואריער רב שליט"א.

די חתונה איז פארגעקומען ברוב פּאר והדר אין די קאנטינענטאל זאלן. ס'איז פארשטענדליך געווען א מסיבה שצדיקי הדור מסובין בה, ובראשם דער סאטמארער רבי, כ"ק מרן בעל ברך משה זי"ע. מיר זענען געווען צווישן א גרופּע יונגעלייט וואס זענען געגאנגען בייוואוינען דעם מחול לצדיקים, און אונזערע אויגן זענען געפאלן אויף דעם זיידן מצד הכלה, דער ווערדאנער רבי, וואס זיין לעכטיגע צורה האט אזוי ארויסגעשיינט, כאטש מען האט געזען ווי ער פּרובירט זיך צו באהאלטן אין א ווינקל, כאילו ער איז אויך א בלויזער ביישויער אין די רבי'שע שמחה.

פון דאן און ווייטער, האב איך געזוכט געלעגנהייטן צו קענען זען די דאזיגע לעכטיגע צורה. א צייט שפּעטער איז פארגעקומען א רבי'שע חתונה לבית נאדווערנא אין וויליאמסבורג, אין די ויואל משה זאלן, וואו עס זענען אנוועזנד געווען מערערע אדמורי"ם לבית נאדווערנא. אויך דארט האב איך געזען די זעלבע ערשיינונג; דער ווערדאנער רבי מיט זיין הייליגע לעכטיגע צורה זיצט דארט ווי א ביישויער, נישט אז ער פּרובירט זיך צו באהאלטן און נישט ארויסשטיין, נאר ס'זעט אויס ווי ער ווייסט ווירקליך נישט אז ער איז עפּעס.
אזוי איז דורכגעגאנגען נאך עטליכע יאר, ווען אינצווישן הערט מען פון דא און דארט פון אידן מבינים איבער דעם "צדיק נסתר", דער ווערדאנער רבי וואס זיצט זיך אין זיין הייליג ווינקל אין פלעטבוש און דינט דעם בורא עולם אויפ'ן פארצייטישן שטייגער, כי גדול וגבוה מאוד ממרחק יידע.
אין די תש"ס יארן, האט ידידינו הנ"ל אונז דערציילט, אז זיינ'ס א נאענטער מענטש האט אים געזאגט, אז זייענדיג ביי א חתונה אין בארא פּארק איז דארט געווען עפּעס א אומבאקאנטער רבי, און זעענדיג זיין לעכטיגע צורה, איז ער צוגעגאנגען צום אויבנאן און געבעטן א ברכה. ער איז ערשטוינט געווארן, אז יענער רבי האט אים באלד אנגעוואונטשן א גוטן שידוך פאר זיין זון, וואס אט דאס האט ער אינזינען געהאט!
ר' אהרן זעליג האט זיך ביי מיר אינטערעסירט וועלכער רבי דאס קען זיין; איינער וואס איז אומבאקאנט און האט אזא תפיסת מחשבה... כ'האב אים געזאגט, אז דאס מוז זיין דער ווערדאנער רבי! ווייל ביז דעמאלט האב איך שוין גענוג געהערט פון אנשים נאמנים איבער זיין געוואלדיגן גדלות.
ווען ר' אהרן זעליג האט גערופן זיין באקאנטן און געפרעגט אויף דעם נאמען, האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז יא, אט דאס איז דער רבי וועמען ער האט באגעגענט.
דערנאך זענען מיר טאקע צוזאמען אראפּגעפארן צום ערשטן מאל צום ווערדאנער רבי'ן, וויסענדיג אז מען קען צום אים "אלעמאל" צוקומען. מיר האבן שוין געוואוסט אזויפיל, אז דער דאזיגער רבי זיצט יומם ולילה אין זיין (דעמאלט'דיגן) קליינעם ספרים-צימער ביים עק פון זיין בית המדרש. פון תפלת שחרית ביז תפלת מנחה איז ער מעוטר בטלית ותפילין, און אויך די אנדערע זמנים איז ער עוסק בתורה ובעבודה אויפ'ן העכסטן אופן למעלה מהשגותינו.
פון דא און ווייטער וועלן מיר נישט שילדערן קיין פּרטי פּרטים פון אונזער ערשטע און צאללאזע נאכפאלגענדע באזוכן ביים רבי'ן, ווייל עס איז אוממעגליך דאס פארצושטעלן און פיל זאכן זענען צו פּערזענליך און וועלן זיך הערן אפילו אומגלויבליך. מיר וועלן בלויז בארירן ראשי פּרקים, ואין מוקדם ומאוחר.
עמיקא וטמירא
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 1:57 pm

Re: כ"ק אדמו"ר רבי יוסף לייפער מווערדאן זצ"ל - ו’ ניסן תש”פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמיקא וטמירא »

אריינקומענדיג אין רבינ'ס קליינער צימער, וואס איז געווען אנגעלייגט מיט אומצאליגע קענטיג-אויסגענוצטע ספרים אויף אלע פּאליצעס און אויפ'ן טיש זעלבסט, האבן מיר טאקע געזען דאס בילד וואס האט זיך אונז איבערגעשפּילט אזויפיל מאל שפּעטער: דער צדיק זיצט מעוטר בטו"ת, און זיין צורה טוט באלייכטן דעם צימער מער ווי דאס קליין לעמפּל.
דער רבי האט אויפגעהויבן זיינע אויגן פון די גמרא, און באלד האט זיין אויסטערלישע צוגעלאזנקייט און זיין אומגלויבליכע אהבת ישראל אונז געמאכט שפּירן ווי מיר זענען דא צום טויזנטסטן מאל.
אונזער ערשטער שמועס האט זיך אביסל באצויגען צום רבינ'ס אבות הק', און צו די ביטערע מלחמה וואס דער רבי האט מיטגעמאכט בתוך כלל ישראל, ווען יעדע שטיק צייט ווארפט דער רבי אריין ווערטער וועלכע איבערצייגן זיין הייליגן דביקות בא-ל חי בלי שום היסח הדעת.
"בצר לך ומצאוך, אפילו ווען ס'איז ענג, ווי די היינטיגע תקופה וואס איז אזוי ענג, ס'איז נישט אזוי פּשוט, דאך טרעפט מען דעם הייליגן באשעפער", האט דער רבי געזאגט בתוך הדברים, דערמאנענדיג די משנה אין ברכות "אל תעש תפלתך קבע אלא רחמים ותחנונים לפני המקום", באגלייט מיט ציטאטן פון ראשונים ואחרונים, ווי אזוי מען קען שפּירן קירבות אלוקים אויך אין ענגע זמנים.
ווי "יעדעס" מאל וואס א איד האט זיך געפינען בצל קורתו, האט נישט לאנג געדויערט און דער רבי רעדט שוין מיט א פלאם פייער פון "דער רבי ר' מרדכי'לע און רבי מאיר'ל פּרעמישלאנער", ווען בשעת ער דערמאנט זייערע הייליגע נעמען ווערט ער אינגאנצן איבערגענומען, ער גיבט זיך א הייב אונטער פון ארט, און זיינע אויגן גלאנצן. - און דאס איז געווען מיליאנען מאל במשך זיין לעבן!
אגב, ביי איין געלעגענהייט וואס דער רבי האט צו אונז גערעדט פונעם גדלות פון זיינע עלטערן, האט דער רבי זיך פּשוט צעוויינט, זאגענדיג, "עס איז מיר שווער צו רעדן פון מיינע הייליגע אבות, ס'טרייסלט מיך אויף… אוי וויי, איך קוק זיך אן"…
דערביי האט דער צדיק זיך ווירקליך געקלאפּט "על חטא" מיט די האנט, און פארגעזעצט מיט גרויס שפלות, "באמת האב איך געוואלט לערנען, כ'האב אבער נישט געהאט קיין חברותא דאס איז אבער נישט קיין תירוץ, אויבן קען מען נישט אפּנארן"… און דער רבי בלייבט שטום, קענטיג צעבראכן אויף שברי שברים.
און דאס איז א צדיק וואס האט ביי יענעם פּונקט שוין געהאט געלערנט 80 יאר תורה לשמה, האט געווידמעט כמעט דעם גאנצן מעת-לעת אויף תורה ועבודה, און איז געווען נישט בלויז בקי בכל התורה כולו, נאר ווי מבינים האבן געוואוסט קען מען אים פרעגן וויפיל מאל דער נאמען פון א תנא ווערט דערמאנט אין סיי וועלכע מסכת!
זיין צדקות ותמימות האט ווי באהאלטן זיין גאונות וחריפות. זיין עבודה פון אויסזאגן גאנץ תהלים מדי יום ביומו האט פארשלייערט זיינע סדרי הלימוד בנגלה ובנסתר, בעיון ובעמקות, און זיינע מורא'דיגע מדות נשגבות וענוות חן האט פארדעקט זיין חכמה ופּקחות.
המשך וועט בעז"ה נאכפאלגן
עמיקא וטמירא
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 1:57 pm

Re: כ"ק אדמו"ר רבי יוסף לייפער מווערדאן זצ"ל - ו’ ניסן תש”פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמיקא וטמירא »

נסיעה פון רביהק זי"ע לארצה"ק קיץ תשע"ג
אטעטשמענטס
IMG_0083.JPG
IMG_0083.JPG (196.45 KiB) געזען 630 מאל
IMG_0197.JPG
IMG_0197.JPG (280.33 KiB) געזען 630 מאל
IMG_1134.JPG
IMG_1134.JPG (184.56 KiB) געזען 630 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”