צליית פסחים דוחה יו"ט?

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

צליית פסחים דוחה יו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

אין די משנה אין פסחים ווערט גארנישט דערמאנט ווען מ'האט אפגעבראטן דעם קרבן פסח, נאר אזויפיל ווערט דערמאנט אז ווען ער"פ געפאלט שבת בלייבט דער עולם אויפ'ן הר הבית ביז ביינאכט און הערשט דאן גייט מען אהיים מיט'ן שעפסל און מ'בראט אפ דעם קרבן, ווייל צליית פסחים איז נישט דוחה שבת.
איז די שאלה, וואס טוט זיך יו"ט? ווערט דערמאנט ערגעץ אז ווען ער"פ געפאלט אינמיטן וואך מעג מען אפבראטן דעם קרבן ביינאכט, אפשר דארף מען עס אפבראטן מבעו"י?

תוס' אין ביצה כז: וויל זאגן אז דעריבער אין שורפים תרומה ביו"ט, הגם מ'מעג נהנה זיין דערפון בשעת שריפה, וויבאלד ס'איז בעצם נשרף לגבוה, נאר מ'לאזט דעם מענטש הנאה האבן דערפון, בבחי' משולחן גבוה קזכי. פרעגט אויף דעם תוס', אויב אזוי פארוואס "צליית פסחים דוחה יו"ט", דער תכלית איז דאך צורך גבוה, אלא מאי איז נישט דאס דער טעם, און תוס' קומט צו צו אן אנדערן טעם פארוואס אין שורפין תרומה טמאה יו"ט.

וויל איך טאקע פארשטיין, וואו זעט מען אז צליית פסחים איז דוחה יו"ט? אין משנה פסחים זע איך נישט דערוועגן, נישט אין רמב"ם, נישט אין חינוך, און נישט אין סדר הקרבת הפסח בדרך פיקודיך. פארקערט גאר, די גמרא זאגט, וכ"פ הרמב"ם, אכל ממנו כזית צלי מבעוד יום עבר על עשה וכו', זעט מען א שטיקל הוכחה אז ס'איז שוין געווען אפגעבראטן מבעו"י.

קען זיין - און לכאורה - רעדט איך דא גרויסע עם הארצות, מסתמא איז ערגעץ מבואר א בפירוש'ע משנה אדער גמרא אז די צלי' הפסח איז ביו"ט, אבער דערווייל טאפ איך כעור באפילה, ובמטותא מינייכון חברים הקוראים צו אנצייגן א מראה מקום, ותודה למפרע ברב תודות.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: צליית פסחים דוחה יו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

פון די גמרא פסחים נח ע"א, [וברש"י שם ד"ה בחול דעלמא] איז משמע עפעס אז מען האט עס געבראטן לכתחילה מבעוד יום שלא יתחמם בשר הפסח ויסריח, עיי"ש.
אבער לכאורה מעג מען עס בראטן אויך ביינאכט, עס איז דעך אוכל נפש שהותר ביו"ט
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: צליית פסחים דוחה יו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

אביונה האט געשריבן: פון די גמרא פסחים נח ע"א, [וברש"י שם ד"ה בחול דעלמא] איז משמע עפעס אז מען האט עס געבראטן לכתחילה מבעוד יום שלא יתחמם בשר הפסח ויסריח, עיי"ש.
אבער לכאורה מעג מען עס בראטן אויך ביינאכט, עס איז דעך אוכל נפש שהותר ביו"ט

כ'פארשטיי ס'איז אוכל נפש, כ'רעד אבער לתירוץ ר"י אז דעריבער טאר מען נישט פארברענען תרומה טמאה אום יו"ט, הגם די תורה לאזט הנאה האבן דערפון בשעת'ן פארברענען און ס'איז אוכל נפש, וויבאלד ס'איז עיקרה לצורך גבוה און די הנאה איז נאר משולחן גבוה קזכי. אויף דעם ארויף קומט תוס' מיט א באמבע קושיא פון צליית פסחים שדוחה יו"ט וזל"ק:
וקשה לפי זה דא"כ צליית פסחים היכי דחיא י"ט הא אית ביה צורך גבוה כי אם צלי אש ואמאי לא בטיל ליה אצל מצות גבוה את מה שיש להדיוט אלא ודאי י"ל וכו'

איז מיין תמי' אצינדער, מאן יימר, וואו זעט מען טאקע אז צליית פסחים איז דוחה יו"ט? לשיטת הר"י אפשר טאקע מוז דאס זיין מבעו"י ווייל דער חלק הדיוט ווערט בטל לחלק גבוה (ווי הרב אביונה האט טאקע געברענגט סמוכין דערצו מריש פרק תמיד נשחט), כשיטתו בתרומה טמאה כלש"ק:
ותירץ רבינו יצחק דתחת תבשילו הואיל ואית ביה נמי צורך גבוה בטל ליה צורך הדיוט אצל צורך גבוה והוי כאילו כולו של גבוה וכו'

ועדיין לא נושענו, ווער ס'קען ביטע אנווייזן כאטש א מ"מ וואו מ'רעדט פונעם חלק הצלי' מתי היתה, נא אל תמנע טוב מחסרי בינה. מיר האבן אמאל געהאט דא א סיני ועוקר הרים אש-דת למו הרב "פייערמאן", וועקט אייך אויף תחיית המתים ועשה ציונים לתורה.
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”