Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים
דער אבן עזרא ברענגט אין זיין ספר 'ראשית חכמה' אויף בתולה (ער מיינט מן הסתם חמה אין בתולה) והנולד בו מבני אדם... יודע ומבין... סופר ויודע חשבון. און ווייטער ברענגט ער נאכאמאל: ובחלקו מבני האדם, הסופרים החכמים בעלי החשבון והמדות והוא בית 'כוכב חמה', ובית שנאת צדק.
די באלבאס פון מזל בתולה איז כוכב. און אויף כוכב (וואס ער רופט:כוכב חמה) שרייבט ער: ובחלקו נשמת האדם וכח הבינה. ומבני האדם הפילוסופים, והחכמים, והרופאים, והסופרים, והחשבנים, וחכמי המדות, והסוחרים, ובעלי אומנות כל פתוח וציור.
און שפעטער שרייבט ער נאך: ובחלקו מתולדת האדם הדבור והמחשבה, והמוסר, והחכמה, וחכמת הכוכבים, והנחוש, וכל מיני כשוף, ודבר צחות ודקדוק הלשון. ומהירות הדיבור, ודעת ההגדות, ועשות חרוזים, ודעת הסודות הנסתרות, והנבואה, והרחמנות, והיקר, וסור מרע, ודעת הניגונים, ואהבת כל דבר קטון, (דהיינו: ליב האבן דיטאלן און דקות'דיגע ענינים און זאכן) ומשא ומתן, ומריבות בדברים בלא מעשה יד, וכל מיני ערמה ומרמה, ומכתב שטרים פסולים, וידו נכונה בכל אומנות, ורב תאוה לכל מעשה, וקבוץ ממון ופזורו.
דער אבן עזרא ברענגט פון די חכמי המזלות די ענין פון 'גבולים', אז יעדע שטיקל פון א מזל איז משפיע א געוויסע טבע פון די פלאנעטן.
דהיינו: אז א מזל ווערט צעטיילט אויף דרייסיג מעלות, און – צום ביישפיהל – די ערשטע זיבן מעלות פון מזל דליאיז משפיע די השפעה פון 'כוכב', דאס הייסט אז אויב די זוהן איז געווען אין די ערשטע זיבן מעלות, באקומט דער מענטש אין זיין טבע די השפעה פון 'כוכב'. די קומענדיגע זעקס מעלות גייט פאר פלאנעט 'נוגה'. דאס הייסט אז א מענטש וואס ווערט געבוירן ערגעץ דארט, באקומט אין זיין טבע די השפעה פון נוגה. די קומענדיגע זיבן גייט פאר צדק. און די קומענדיגע פינף פאר 'מאדים', און די איבעריגע פינף פאר 'שבתאי'.
איך וואונדער מיך צי היינט זאגן זיי נאך אלץ אזוי. ווייל דער אבן עזרא הייבט אן זיין ספר: והנה אחל לפרש חקות שמים בדרך המשפטים כאשר נסו הקדמונים דור אחר דור. דאס מיינט אז די חכמה פון די מזלות קומט פון אבזערוואציע. קען זיין אז עפעס האט אדם הראשון איבערגעגעבן וכו'. אבער אסאך פון די חכמה קומט פון קוקן אויף די פאקטישע געשעענישן, און קוקן וויאזוי די פלאנעטן זענען געווען אין הימל. יעדער האט זיך געהאט זיינע אבזערוואציעס. די באשעפער האט זיכער געמאכט אז מענטשן זאלן האבן וואס צו טון מיט זייער טאג און נישט טראכטן פון די קשיא פון 'בחירה וידיעה' וכו'. ער ברענגט עס פיל מאל, 'כי כן נסו'. אזוי האבן זיי פרובירט און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט.
עס איז שווער צו זאגן אז זיי זאלן זיך איינרעדן זאכן, און גלייבן דערין, אפילו ווען עס צייגט זיך איבער אז ס'איז נישט אזוי. איך וואונדער מיך וויפיל זיי האבן דאן געוואוסט.
עכ"פ דער כוכב אין בתולה, זייער קאפ ארבעט צו דורכגיין יעדע דיטאל וואס זיי הערן. ר' אביגדור מילער זצ"ל איז א סימבאל פון מזל בתולה, און הגה"צ ר' יחזקאל ראטה זצ"ל אויך.
א בתולה בכללאיז די ענין פון מסדר זיין, לסדר! ס'נעמט אריין אין זיך אלע דאטא פון די וועלט און עס שטעלט עס אין סדר, ער איז עס מסדר. זיי קענען זעהן די וועלט אלץ אומ'מסודר'דיגע זאך וואס מ'דארף פון דעם מאכן סדר. דאס באלאנגט דא, און דאס באלאנגט דא.
כוכב אין בתולה איז די השפעה פון כוכב נעמט אריין אין זיך און עס מאכט עס אין א סדר. דאס באלאנגט דא, און דאס באלאנגט דא. אז דו וועסט הערן א שיעור פון ר' אביגדור מילער זצ"ל וועסטו פארשטיין וואס איך מיין צו זאגן. דאס איז דאס, און דאס איז דאס!
וויבאלד בתולה בכלל איז 'יסוד העפר', איז אלעס ארום 'פראקטישקייט'. פראקטיש מיינט: עס מאכן די מערסטע נוצבאר.
יעדע זאך וואס א מענטש ווייסט אז ס'עקזיסטירט קומט פון די השפעה פון 'כוכב'. און ווען א 'כוכב אין בתולה' ווייסט זיין הויז וואו ער וואוינט, און זיינע זאכן ארום, דארף דאס האבן א סדר. ער וויל וויסן זיינע זאכן מתוך סדר. אבער נישט יעדע כוכב אין בתולה איז אזוי מסודר, ווייל עס קען זיין אז אנדערע מזלות, און אנדערע אספעקטן, זאלן אים שטערן.
א 'כוכב אין בתולה' וויל פארשטיין יעדעס אות וויאזוי עס קומט דא אריין. אלעס דארף זיין מסודר. און דאס איז די סיבה פארוואס זיי האבן ליב אויסצורעכענען זאכן. ווי דער אבן עזרא שרייבט: בעלי חשבון ומידות" ווייל אזוי ווערט עס מסודר. אזאך וואס האט נישט קיין חשבון, איז ארויס פון קאנטראל, און ווען עס האט א חשבון, ווערט עס מסודר. "די זוהן איז הונדערט ניין מאל גרעסער ווי אונזער וועלטל" ס'ווערט ערגעץ מסודר.
דאס ענין פון זוכן טעמים פאר זאכן, קען קומען פון כוכב אין בתולה. נישט יעדער וואס זוכט טעמים פאר זאכן מיינט אז ער איז א כוכב אין בתולה, אבער א כוכב אין בתולה קען מען פארשטיין פארוואס ער זאל זוכן טעמים פאר זאכן. ווייל אלעס דארף זיין מסודר.
ס'דא אסך מאל ווען מענטשן וואלטן געווען צעפלויגענע מענטשן, אבער דאך זעהט מען אז עפעס האלט זיי אין די ראמען, אז סוף סוף איז ער עפעס מסודר, און דאס קען זיין פון א כוכב בבתולה. אדער 'מאדים בבתולה'. אדער עפעס אנדערש. עפעס האלט אים דארט אין פלאץ.
די ענין פון אוועקשטעלן א כראנאלאגיע איז אויך 'כוכב אין בתולה'. אזוי ווי אין מתיבתא הייבט אן מסכת פסחים: וואס איז די מקור פון איסור 'בל יראה' ו'בל ימצא'.
א 'כוכב בבתולה' האט ליב צו לערנען ווען אלעס ארום איז אוועקגעשטעלט. אזא פינעווערישע פלעווער די 'כוכב בבתולה'. און נאכדעם איז אים גרינג צו לערנען. זיי האבן ליב 'טבלאות'. אין איין ווארט: סדר.
סדר איז אלץ א גוטע זאך. די גמ' זאגט אין מסכת תענית דף ח. ריש לקיש אמר אם ראית תלמיד שלמודו קשה עליו כברזל בשביל משנתו שאינה סדורה עליו שנאמר והוא לא פנים קלקל מאי תקנתיה ירבה בישיבה שנאמר וחילים יגבר, ויתרון הכשיר חכמה, כל שכן אם משנתו סדורה לו מעיקרא.
דער רבש"ע האט באשאפן דעם 'כוכב בבתולה', און אויך צום ביישפיהל דעם 'כוכב בסרטן'. יעדער האט זיך זיינע מעלות.
דער 'כוכב בבתולה' איז מסדר וואס ער הערט אז אלעס זאל שטומען, אבער דער 'כוכב בסרטן' שמעקט די מעסעדש וואס ליגט אונטער די ווערטער, אדער צווישן די ווערטער. א 'כוכב בבתולה' איז מער 'טראכטן', און א כוכב בסרטן איז מער 'אינטואישן'. אמאל דארף מען נוצן 'אינטואישן' צו שמעקן וואס ס'שטייט. און נישט נאר די לאגישע אפטייטש פון די ווערטער.
דער בורא הכל האט באשאפן דעם סרטן, און דעם כוכב בסרטן, אזוי, אז ער זאל דערהערן וואס עס ליגט אונטער די ווערטער פון איינעם. איינער קומט אים פארשלאגן א געשעפט, אבער ער דערהערט פון די אופן וויאזוי יענער עקט, אז יענער מיינט נישט זיין טובה. סרטן איז דאכט זיך די ענין פון זיכערקייט. פון היים. אפשר די ענין פון יסוד.
וואס מ'קען זיך לערנען פון א כוכב בבתולה איז די ענין פון 'זעהן די ווארט וואס שטייט' און עס אפלערנען, אז יעדע ווארט מאכט סענס. (איך דערמאן מיך יעצט פון די אור החיים הקדוש אנהייב די וואכעדיגע סדרה פון לנפש לא יטמא בעמיו וואו ער פארענטפערט דעם רמב"ם.)
ר' יצחק קנפנטון זצ"ל אין זיין ספר דרכי התלמוד שרייבט ער אין סימן א'
כלל גדול בעיון שתדקדק הלשון היטב, ותשתדל לראות אם יש בו ייתור לשון, או כפל ענין, ואם יש חידוש בענין ההוא, או במאמר ההוא, או לאו. ובכל שיניי לשון, ושינוי דין, או ענין שבין נושא לנושא, למה. ודרשת וחקרת ושאלת היטב, ותשתדל להוציא כל הלשון בענין שכל מלה ומלה בכל חלק ממנו יורה על דבר חדש שלא היה מובן מכל הקודם. ותדע ותשכיל הדבר ההוא בשרש ובעצם והגבלת אותו סביב בגבוליו, בענין שתדע מה הוא הנושא ומה הוא משפטו
ותדע ותשכיל הדבר ההוא בשרש ובעצם, בענין שתדע מה הוא הנושא ומה הוא משפטו.
, דאס איז די ענין פון 'כוכב בבתולה' צו וויסן וואס איז די שורש פון יעדע זאך און די עצם פון יעדע זאך. דאס איז סדר! א 'עקרב' האט אויך ליב זיך צו דערגרינטעווען אינעם שורש. אבער דא רעדט מען נישט פון זיך דערגרינטעווען אינעם שורש, נאר ער רעדט דא פון האבן פאר זיך 'די שורש פון וואס מרעדט דא'
והגבלת אותו סביב בגבוליו, מיינט אז דו זאלסט עס מסדר אין זיין פלאץ. אין זיין לאגישן פלאץ.
איך שטעל מיך פאר אז ווען מ'לערנט מיט א 'כוכב בבתולה', זאל מען פשוט אלעס מסדר זיין קלאר.
והשם הטוב יעזור אז איך זאל דאך זוכה זיין צו זיין ערליך, להטות לבבינו אליו ללכת בכלדרכיו