Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לאמיר גיין צו א 'לבנה בסרטן'. ווען מ'וויל אנגרייטן דעם "מח" צו דילן מיט א 'לבנה בסרטן', דארף מען טראכטן די ווארט 'קערינג געפיל'. לבנה איז דאך א נקבה, א מקבל, קר ולח, סאו א 'לבנה בסרטן', זיין נפש ווערט נתעורר פון קערינג געפיל וואס מ'האט אים געגעבן זייט ער איז געבוירן, און איז געבויט ארום קערינג געפיל. ס'איז ארום דאס ענין פון קבלת הגעפיל פון די וועלט. ווען א לבנה בסרטן רעדט צו דיר מיט קערינג געפיל, און ער ווייזט צופיל קער, אדער בעהט צופיל קער, איז עס פשוט א אויסדרוק פון זיין נפש. א לבנה בסרטן מיינט נישט: געבן פאר יענעם, עס מיינט 'פיהלן פאר יענעם' אדער 'נעמען פון יענעם געפילן', אמנם ס'קען האבן השפעה אויף די מעשים. 'לבנה' איז נישט 'מאדים'. לבנה איז נישט פועל די מעשים פון א מענטש. מאדים איז פועל די מעשים פון א מענטש. 'לבנה בסרטן' איז דשאסט דאס ענין פון געפיל.

יעצט, במשך די יארן קען עס ווערן פארדרייט ביז עס קומט אויס אז א לבנה בסרטן זאל זיך נישט ווייזן אזוי קערינג און אזוי געפיליש. און די סיבה איז ווייל ער איז איבערגעפולט מיט געפילן, אדער די יעצטיגע מציאות האט אים וויי געטון. און ער קען עס נישט מער האנדלן, ס'ווערט אזא שבירת הכלים, וואס דאס קומט פונקט אזוי פון געפיל. אבער אלעמאל ווען דו זעהסט א 'לבנה בסרטן', דארף מען צוריקגיין צום מקור פון פשוט'ע געפילן, א נפש וואס איז געבויט פון געפילן. אלעס וואס איז נאכדעם איז סתם קניפן. לאמיר זאגן: איך האב נישט באקומען די ריכטיגע געפיל. אדער: עס רעדט נישט צו מיין געפיל. סאו, מ'דארף אים נאר אויסלערנען וויאזוי צו דילן מיט געפיל און וויאזוי געפיל זאל נישט אזוי איבערנעמען.

וועט יעדע 'לבנה בסרטן' זיין די זעלבע סארט געפילישע מענטש? ניין. ווייל 'טאמעטע' וואס ליגט אין א פיטא ברויט, איז אנדערש ווי 'טאמעטע' וואס ליגט צווישן צוויי קרעקערס. די זעלבע טאמעטע אבער ווען עס קומט צו א קאמבינאציע איז עס דאך אנדערש. דער זעלבער 'לבנה בסרטן' ווען עס איז ביי א חמה וכוכב בבתולה, האט א אנדערע טעם ווי חמה במאזניםוכוכב בבתולה.

דער זעלבער 'קערינג געפיל' איז ביי דעם 'סיון' [חמה בתאומים], אנדערש ווי ביים חמה בשור. דער 'חמה בשור', זיין 'לבנה בסרטן' מאכט אים נישט אזוי געפיליש ביז עס וועט אים ארויסנעמען פון פראקטישקייט, און ביי דעם 'סיון' מאכט עס מער רעדן.

דער זעלבע 'לבנה בסרטן' האט אנדערע אויסדרוקן ביי אנדערע 'מזלות-פלאנעטן'. און אזוי איז איך ביי יעדע 'לבנה', און אזוי איז ביי אלע מזלות און פלאנעטן, אז עס ווענד זיך אין די קומבינאציע, און עס ווענד זיך אויך אין וועלכע הויז דער פלאנעט עס געפינט זיך.

ווען דו זעהסט א הארטע מענטש, און דו ווייסט אז זיין לבנה איז אין סרטן, ווייסטו אז ער איז עכט א געפילישער, און אז דו וועסט אפעלירן צו זיין געפיל, וועסטו זעהן אז זיין נפש צינד זיך פיין אן. אפשר ווייזט ער ארויס הארטקייט, ווייל ער וויל פארדעקן די זאך וואס שטערט אים פון אנגיין געהעריג. לאמיר זאגן א דרייער אפשר.

מזל סרטן איז געפיליש, איבערגעגעבן, וויל העלפן, פיהלט פאר יענעם, ווערט איבערגענומען ביז די טיפסטע נקודה, זוכט פארזיכערונג אין זיין אייגענעם היים, זוכט פארזיכערונג אין משפחה, פארשטייט זיך נאר אויב די משפחה געט אים ווארעמקייט. און משפחה מיינט נישט דוקא משפחה, עס מיינט יעדער וואס געט אים די משפחה'דיגער געפיל. אמאל איז עס משפחה, אמאל איז עס סיי ווער ס'האט אים געגעבן די גוטע קערינג געפיל.

(פארזיכערונג מיין איך צו זאגן אז אומהיימליכקייט מאכט אים פיהלן ווי שלאפן אין ביהמ"ד. וואס איז שלעכט צו שלאפן אין ביהמ"ד? די סיבה איז ווייל ס'איז נישט א פערזענליכע היים. דאס מיין איך צו זאגן מיט די ווארט: פארזיכערונג. דער אבן עזרא שרייבט אויף לבנה די באלבאס פון מזל סרטן: ואהבת הניצוח. דאס קען מיינען 'סעקיוריטי'. די געפיל וואס א קינד פיהלט זייענדיג ביי די מאמע" כִּי אַתָּה גֹחִי מִבָּטֶן מַבְטִיחִי עַל שְׁדֵי אִמִּי) אז ס'איז נישט משפחה מאכט אים פיהלן ווי "גיין אויפן גאס מיט'ן נאכט העמד". די סיבה איז, ווייל זיין השפעה, זיין איך, זיין נפש, ווערט אנגעצינדן, און ווערט געבויט, ארום 'היים'. אינדרויסן פיהלט זיך: אומהיימליך.

הרה"צ ר' משה בער בעק זצ"ל איז געווען א 'לבנה בסרטן'. זיין 'חמה' איז געווען אין שור, און זיין לבנה אין סרטן. יעדער ווייסט אז ער איז געווען זייער זייער א געפילישער ווארימער קערינג געטרייער גוטער מענטש. אסאך געגאנגען נאך געלט. און אסאך געטון אויפצוקלערן און צו העלפן זיינע יודישע ברודערס, זיינע ספרים זענען פול מיט געפיל פאר יודישקייט און געפיל פאר די מענטשהייט זיי צו מאכן אז עס זאל זיי גוט זיין בעולם הזה ובעולם הבא. (חוץ פאר די ציונים ימ"ש) דאס איז 'לבנה בסרטן'. אויב עס האט זיך דיר אמאל פאר'גנב'ט א אפשריות אז ר' משה בער זצ"ל האט געהאט אין זיך אביסל "פירערישקייט" איז עס דער 'לבנה בסרטן' וואס האט געגעבן דעם סארט שיין. ס'דא אסאך לבנה בסרטנ'ס וואס קלערן אויף זיך אז זיי זענען פירערס, און טאקע צוליב דעם, ווייל ס'איז זייער א געפילישע פלאנעט-מזל. די גאנצע אניאגראם איז דאך נאר א געדאנק, ס'זאגט נישט ממש א פאקט ביז די אינעווייניגסטע מארעך פון די ביינער. דהיינו: זעקסערס, איז דא כמה מינים זעקסערס. וכו'. ס'איז אלעס 'מזלות'. ר' חיים קנייאבסקי זצ"ל איז דאכט זיך אויך געווען א לבנה בסרטן.

'סרטן' איז געפיל, קערינג געפיל. און 'לבנה בסרטן' איז נאך מער קערינג געפיל.

'סרטן' האט אין זיך די ענין פון 'נאסטאלגיע'.

די באלבאס פון סרטן איז 'לבנה', און דא רעדט מען פון 'סרטן אין לבנה'. לבנה געפינט זיך אין איר היים! וואס איז 'לבנה'? לבנה איז געפיל. די נפש הגעפילן. 'רב המחשבת ושיחת הנפש עם חסרון הדעת... ורוב פחד ותמימות הלב וגילוי הסוד. 'חסרון הדעת' מיינט: די געפילישע נפש וואס ארבעט נישט מיט שכל.

א 'לבנה בסרטן' ווערט זייער איבערגענומען עד דכדוכי נפשו פון קערינג געפיל. אזוי ווי ביי אלע 'לבנות', וועט 'לבנה בסרטן' ווערן אנגעצינדן פון זאכן וואס שיקן די מעסעדש פון "איך קער פאר דיר, און האב געפיל פאר דיר, איך וויל דיך מאכן פיהלן היימיש". איך בין א לבנה בסרטן.

די אויפוואקסונג יארן פון א 'לבנה בסרטן' איז פול מיט טיפער געפיל צו אלעם ארום. ווייל 'לבנה' איז אינדערהיים. סאו, לבנה לבנה'ט. נישט יעדע 'לבנה בסרטן' איז די זעלבע זאך. אבער פאר א 'לבנה בסרטן' וועט זיין אביסל שווער צו גיין אין א ישיבה אוועק פון דערהיים. ער בענקט שטארק! דאס אליין קען מאכן אז ער זאל יא זיך מאכן טאף. פשוט צו פארדעקן זיינע געפילן.

אסאך עמאוציאנאלע שוועריקייטן וואס א 'לבנה בסרטן' האט קומט פון די געפיל פון ווערן אוועקגעריסן פון דערהיים. בעסער געזאגט: א לבנה בסרטן איז א קאנדידאט פאר טערעפיסטן. פשוט פון אזויפיל אומבאהאנדלטע געפילן. און צעריסן ווערן פון טשעפערייען.

וויאזוי ארבעט 'לבנה' און ביי אונזער פאל, לבנה בסרטן? אז זייט מ'געפינט זיך אויף דער וועלט, ווערט מען נתרגש נאר פון זאכן וואס געבן "איך קער פאר דיר" דאס צינד אן די געפילן. דאס צינד אן די מציאות פון זיך פיהלן אין די וועלט. קומט אויס אז די גאנצע נפש איז געבויט ארום געפיל.

און דער הייליגער באשעפער זאל שוין העלפן אז מ'זאל אים קענען דינען בנחת ובשמחה בזכות הצדיקים
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לאמיר דא נאכאמאל איבערשרייבן דעם מזל 'ארי', און אויך פרובירן צוצולייגן מקורות, און אויך פרובירן עס צו שרייבן אויף למעשה. אבער מער אות ביי אות און דער הייליגער באשעפער זאל מיר העלפן אז עס זאל ארויסקומען פון אונטער מיינע הענט נאר גוטס.

1) די שפיץ פון א ארי' איז די ענין פון 'להראות', זיך צו ווייזן. זיך ארויסצוברענגען. אזא סארט 'גאווה' פון ארויסברענגען דעם אייגענעם שבח. אזא סארט 'תפארת שבמלכות'. די באלבאס פון מזל ארי' איז 'חמה'. דער אבן עזרא שרייבט אויף 'חמה' ' ההדר והיופי'. דו קומסט אריין אין א ביהמ"ד און דו זעהסט אז אלעס צוזאמעןברענגט ארויס א געוואלדיגע שיינקייט, גארנישט איז צופיל און נישט צו ווייניג, די מידה פון 'תפארת'. עס ברענגט זיך ארויס אין הארמאניע, די מידה פון תפארת שבמלכות. דאס צייגעניש, און אויך די מעשים זייערע זענען אזוי. און אויך זוכן זיי דאס ארום זיי. זייער הויז, זייערע קינדער, זייערע בגדים, זייער שריפט, דאס רעדן. ההדר והיופי.

מזל 'ארי' האט די נאטור אדער די קענטעניס ארויסצוברענגען פון זיך 'א טיפע יראת כבוד אין דעם וואס זעט אים'. דאס איז דער 'זוהן'. ההדר והיופי.

2) מזל 'ארי' האט א שטארקע זעלבסט-זיכערקייט. דער אבן עזרא שרייבט אויף חמה ' והגבורה'. ער האט די זעלבסט-זיכערקייט. פעסט מיט זיך. פארשטייט זיך אז ס'ווענט זיך וויפיל קאמפלימענטן מ'באקומט. ווייל ווי מער קאמפלימענטן אלץ מער בויט זיך די נפש הארי' וואס ווערט נתעורר פון פארציילן די שבח. און קאמפלימענטן מיינט נישט דוקא "ווי שיין מ'איז" נאר ווי שטארק מ'האט א חלק אלוק ממעל. ווי שטארק מ'איז חשוב אלץ יודיש קינד. דאס וועקט אויף זייער נפש.

3) דער אבן עזרא שרייבט אויף 'חמה', הדעת והבינה... ובקש מעלות גבוהות. מזל ארי' האט ליב ארויסצוברענגען פון זיך 'ערוואקסנקייט', אפילו ווען עס איז נאך יונג. דאס איז אויך די זעלבע ענין פון 'התראות'. זיך ווייזן, זיך ארויסברענגען. און ער וועט ארבעטן אנצוקומען צו שלימות. און דאס איז ווייטער די ענין פון 'התראות'. זיך ארויסצוברענגען מיט א שלימות. און ער וועט זיך זייער איבערגעבן פאר זיין ארבעט, און דאס איז די זעלבע סיבה: בקש מעלות גבוהות. די ענין פון הצלחה איז די ענין פון 'התראות'. ער דערליידט נישט קיין דורכפאל, אפילו אויב ער איז נישט שולדיג.

4) דער ענין פון ' הדעת והבינה ובקש מעלות גבוהות' איז מסובב דעם ענין פון ארייננעמען מער 'חשבונות' ווען ס'קומט אויסצורעכענען וואס צו טון. ווייל זיי ווילן אז וואס זיי טוען זאל זיין אין א העכערע לעוועל ווי סתם.

5) דער אבן עזרא שרייבט אויף 'חמה': גם יורה על התורות והחוקים וחיבור הקהל, אז עס ווייזט אויף זאגן וואס צו טון. און צאמנעמען דעם ציבור. ע"כ. אין מלך בלא עם. מזל ארי' איז משפיע אז מ'זאל צוציען צו זיך אנדערע, מ'זאל זיך שאפן חסידים וואס פאר זיי קען מען זיך ווייזן.

6) מזל ארי' האט א השפעה אז ארומיגע מענטשן זאלן אים אננעמען אלץ איינער וואס האט א דיעה, א בר סמכא. דאס הייסט אז די אופן פון 'התראות' איז אויך אלץ איינער וואס האט די ווארט. דער אבן עזרא שרייבט אויף חמה: גם יורה על התורות והחוקים וחיבור הקהל. ס'איז נישט נאר די ענין פון סתם זיך ווייזן ווי קריעטיוו מ'איז, נאר אויך אלץ דער פוסק אחרון. דער וואס מאכט אפ. אויף חמה שרייבט דער אבן עזרא: ומבני האדם, המלכים, והשרים, והיועצים.

7) מזל ארי' האט אין זיך עקשנות. אז איינמאל ער איז מחליט וועט ער נישט טוישן דערפון. דער אבן עזרא שרייבט אויף מזל ארי' עומד בדיבורו. און פון דעם קומט דאס ליב האבן זיך מווכח זיין אויף זיינע יסודות. ווייל עומד בדיבורו + התראות + בר סמכא = וויכוח. און פון דעם קומט דאס האלטן אז מ'טוט גוט, און אז אזוי פונקטליך דארף מען טון. דאס איז אויך אין די כלל פון ' התראות'. און א גוטע ארבעט פאר זיי איז דארט וואו עס פעלט אויס צו זאגן א דיעה, א הכרעה. המלכים והשרים והיועצים. זיין די מענעדשער אויף א קאמפעני. די מנהל אין א ישיבה.

8) מזל ארי' איז א מזל אש. ער האט אין זיך ענערגיע. מזל ארי' איז א זכר. א שטארקע רצון. אש. לעבעדיגקייט. שטרעבונגען. אין איין ווארט: חמה. דער זוהן.

9) מזל ארי האט אין זיך די ענין פון 'כעס'. אזוי שרייבט דער אבן עזרא אויף מזל ארי'. און ער רעגט זיך ווען איינער האלט אנדערש ווי זיין דיעה. אבער בדרך כלל איז ער נוח לבריות. דאס קומט אלעס פון די שפיץ פון: התראות. אדער פון גם יורה על התורות והחוקים. "איך זאג וואס צו טון און דו פאלגסט נישט".

10) עס גייט זיי נישט אזוי אן אז דו זאגסט זיי וואס זיי זאלן יא טון. ווייל זיי פיהלן סייווי גוט מיט זיך

11) דער ענין פון 'חמה', דער ענין פון 'התראות', דער ענין פון ומבני האדם, המלכים, והשרים, מאכט אז זיי זאלן קוקן אויף זיך אליין וואס זיי ווילן טון אין זייער לעבן. ווייל די התראות איז נישט פון נאכמאכן אנדערע, נאר זיך אליין ארויסצוברענגען, סאו, דארף מען זיין זיך אליין. אזוי ווי דער זוהן וואס האט איר אייגענעם ליכטיגקייט.

12) מזל ארי' איז משפיע די ליבשאפט צו געוועלטיגן. המלכים, והשרים. און דערפאר האבן זיי ליב ארויסצוהאבן די פאליטיק פון אזאך, ווער עס איז דער וועם מ'דארף מכניע זיין. און זיי האבן נישט ליב קיין חוצפה אדער זלזול. האט נישט ליב אז איינער געוועלטיגט אויף אים. דאס איז אלעס די ענין פון 'זיך ארויסברענגען'.

13) דער אבן עזרא שרייבט אויף חמה: ורב התאווה. א חלק פון מזל ארי איז דאס ענין פון 'ענדשויען לעבן'. האבן ליב צו מאכן א לעבן. דאס קומט פון 'חמה', חמה איז וואס איז "משפיע" לעבן. אויף מזל ארי' שרייבט ער: אוכל הרבה, ומתאווה לכל מאכל. האט ליב צו עסן און גלוסט צו עסעריי, אזוי שרייבט ער. די נקודה דערפון איז נישט דוקא עסן, די נקודה דערפון איז די ענין פון 'תענוג'. להתענג על ה'.

14) זיין 'לב' איז וואס איז טיילט אים איין וואס צו טון.

15) מזל ארי' האט אין זיך די ענין פון 'אחריות'. נישט אומזיסט שרייבט דער אבן עזרא אז עס ווייזט אויף שלוחים. זעהט אויס אז מ'ווייסט וועם צו קלויבן. שלוחים דארפן זיין אחריות'דיג.

16) מזל ארי' און זיין באלבאס חמה זענען משפיע די ענין פון קריעטיוויטעט. דער אבן עזרא שרייבט: ומן האומנות - צורפי הזהב והכסף ומעשה הנזר. עכ"פ, מזל ארי ווייזט אלעמאל אויף קריעטיוויטי. חמה ווייזט דאך אויף קריעטיוויטי. די נפש ווערט ארויסגעברענגט ביי זיי דורך קריעטיוויטעט.

17) מזל ארי' ווייזט אויך אויף משפחה, וואס דערפאר איז דאס ביי זיי אזא שטארקער עיקר. די בית החמישי, די פיפטע הויז, איז אקעגן מזל ארי', און עס ווייזט אויף קינדער. דער אבן עזרא שרייבט אויף הבית החמישי: יורה על הבן, והמזל, והמאכל, והמשקה, והמלבוש, והתענוג, והדורונות, והשליח, והתבואות, ואוצרות האב. עס ווייזט אויף קינדער, מזל, עסן, טרונקען, קליידונג, תענוג, מתנות, שליח, תבואות, און אוצרות פון טאטן.

איז מזל ארי' ווייזט אויך אז עס זאל זיך ארויסברענגען די משפחה אויף א גוטע אופן. זיי וועלן אינוועסטן עד עומק הלב מיט'ן גאנצן ערענסטקייט און געטריישאפט אז אלעס זאל ראנען גוט אין די משפחה. (און זיי ערווארטן אז זייער שותף זאל אויך אזוי טון) און דא קומט אויך אריין ' ובקש מעלות גבוהות'. לאמיר געדענקען: אויב קיינער געט זיי נישט קיין קאמפלימענט, וועלן זיי דען פיהלן אז זיי ברענגען זיך ארויס? זיכער נישט. עס איז די "wow, הערליך, אזאנס קען זיך באווייזן פון דיר", וואס זיי דארפן כסדר. און אויב זיי באקומען עס נישט, פיהלן זיי טאקע ווי זייער נפש גייט איין. זיי קענען ווערן גאנץ שטארק אראפגעקלאפט פון דעם אז מ'זאגט זיי נישט דאס, ארויסצוברענגען זייער נפש. אין מלך בלא עם.

18) מזל ארי' ברענגט נישט אזוי ארויס די געפילישע זייט פון זיך. פארוואס? ווייל געפילן איז עפעס וואס מאכט שוואך, מאכט ווייניגער מלך, ווייניגער שר. איז נישט אזוי 'מעלות גבוהות'. הגם דאס איז נישט אזוי ווייט ביי 'לבנה בארי'. ווייל סוף סוף איז עס דאך 'לבנה'.

19) מזל ארי' קען האבן אין זיך 'גאווה'. זיך צו הויעך שאצן. נאכיאגן כבוד און שררה. און א איגו. דאס קומט פון צופיל 'זיך ארויסברענגען'. צופיל 'התראות'.

20) מזל ארי איז משפיע אז מ'זאל וועלן זיין אין צענטער פון זאכן. אזוי ווי דער זוהן וואס איז אין צענטער. וחיבור הקהל. איך מאך א אסיפה, איך גיי זיין דער אנפירער דערפון, יעדער גייט הערן מיין דיעה. אזוי ווי דער זוהן וואס איז מאציל מאורו. (דבק מא"ח)

21) זיי קענען שטארק משפיע זיין. לאמיר געדענקען: ארי' איז א זכר. חמה איז אויך א זכר. משפיעים. און חוץ מזה וואס מזל ארי' בכלל איז די רצון צו משפיע זיין. ג ם יורה על התורות והחוקים וחיבור הקהל.

22) מזל ארי' האבן מער ווי געווענליכע אומץ הלב. "פעסטע הארץ". שטארקייט. דער אבן עזרא שרייבט אויף חמה: אז ס'האט אין זיך די ענין פון ' גבורה'.

23) דער אבן עזרא שרייבט אויף 'חמה', הדעת והבינהזיי האבן אין זיך אזא פארשטאנד צו וויסן וואס צו טון.

יעצט, מ'קען צעטיילן מזל ארי' אין עטליכע שפיצן. און מ'דארף דאס גוט געדענקען ווען ס'קומט צו מזל ארי'. ס'דא די השפעה פון וועלן געוועלטיגן וואס דערפאר האט עס אזא סארט זיכערקייט אין זיך, און אחריות אין זיך. און אין די זעלבע רגע די השפעה פון פשוט זיין קריעטיוו. און אין די זעלבע השפעה די ענין פון תאוות, ותענוג, און עס ווייזט אויף אויף די קינדער. און אין די זעלבע השפעה די ענין פון וועלן באקומען קאמפלימענטן. אלעס קומט זיך צאם צו די ענין פון 'מלכות'. תפארת שבמלכות. די ענין פון 'זיך ווייזן דעם נפש פאר ארומיגע און אויך פאר זיך אליין'.

איך מאך א מסיבה, וואו איך וועל זאגן מיין דיעה, און יעדער גייט עס אויסהערן אלץ די לעצטע ווארט, איך וועל דארט געבן גוטע עסן און גוטע געטראנקען, איך וועל דארט ווייזן פאר יעדעם מיינע מאלערייען, און אויך מיינע גוטע מחונך'דיגע קינדער.

ס'איז נישט אז מ'רעדט דא פון א הארטע מענטש וואס זוכט שליטה. נאר ס'איז עפעס אזא סארט בחינה פון די זוהן.

יעצט, ווען עס קומט צו 'לבנה בארי' האט עס אין זיך די השפעה פון מזל ארי', די השפעה פון חמה, און אויך די השפעה פון לבנה. די שפיץ פון 'לבנה בארי' איז אז די נפש הלבנה, דהיינו: דאס וואס מ'רופט געווענליך: נפש, דהיינו: די מידת המלכות אינעם מענטש, די מידת המקבל. דאס איז געבויט ארום דעם ענין פון 'חמה'. מיין איך. מיין נפש. מידת תפארת שבמלכות.

וואס האט אויפגעוועקט די 'לבנה בארי' צו פיהלן אז ס'עקזיסטירט? די ווערטער: wow, קוק ווי גוט דו קענסט, קוק ווי גוט דו ביסט. יעדע אזא קאמפלימענט, האט דאס אויפגעבויט. וואס נאך האט דאס אויפגעבויט? יעדע געלעגנהייט צו פיהלן אז 'איך טייל איין'. האט עס געמאכט פיהלן אז איך עקזיסטיר. קומט אויס אז די נפש פון א 'לבנה בארי' איז געבויט ארום דאס ענין פון: מיינע קענטעניסן וואס מאכן מיר פיהלן אז איך עקזיסטיר.

ווען מיר ווילן דילן מיט א לבנה בארי' דארף מען אכטונג געבן נישט אראפצוקלאפן דעם עצם נפש, נאר רעדן מיט כבוד. אנדערע נפשות מוזן נישט באשטיין פון דעם ענין פון 'ההדר והיופי וביקוש מעלות גבוהות'.

פאר א 'לבנה בארי' און פאר חמה בארי' אויך קען מען מסביר זיין אז די נפש פון א מענטש באשטייט נישט דוקא פון הצלחות, נאר די עצם אז איך האב א חלק אלוק ממעל, און אז איך בין א יודיש קינד, דאס אליין איז 'ההדר והיופי'. דאס אליין איז 'מעלות גבוהות', דאס אליין איז 'עושר', דאס אליין איז 'מלכות'.

אדער: טרעף א וועג וויאזוי מ'קען זיין א מושל ושליט, אבער מיט גוטסקייט. "יענער וועט דיך סך מער וועלן ווען דו וועסט זיין גוט צו אים, ווי סתם געוועלטיגן אויף אים". און מ'דארף אויך וויסן אז א בת מזל ארי' איז אנדערש ווי א בן מזל ארי'. ווייל א בת מזל ארי האט אין זיך די ענין פון וועלן אז דער מאן זאל זיין דער מלך, ווייל איך בין דאך דער מלכה.

איך קלער אז ארבעטן אויף עניוות, און אראפקלאפן גאווה, דארף מען אכטונג געבן ווען עס קומט צו מזל ארי', סיי וואו מזל ארי' איז אין די פלאנעטן. ווייל די עצם ארי' איז געבויט ארום די ענין פון גאווה. מ'דארף עס אפשר בעסער אויפבויען, דהיינו, אז מיר זענען אשת חבר כחבר, א בן מלך, אבער די געפיל פון מלך ושר, די געפיל פון 'ההדר והיופי והמעלות גבוהות', דאס דארף בלייבן.

ס'איז א טעות פון א מענטש צו אראפקלאפן כדי צו בויען. ביי א מזל ארי' דארף מען דייקא טרעפן די נקודות טובות.

והשם הטוב יעזור

לאמיר דא נאכמאל דורכגיין דעם מזל בתולה, ווייל איך וויל שרייבן וועגן ' לבנהבבתולה', און דער הייליגער באשעפער זאל העלפן אז עס זאל דאך נאר ארויסקומען פון מיינע ווערטער א גוטסקייט.

לאמיר דא אראפשרייבן וואס דער אבן עזרא שרייבט אויף ' כוכב' וואס איז די ממונה אויף מזל בתולה, און וואס ער שרייבט אויף מזל בתולה.

אויף כוכב שרייבט ער אזוי. ובחלקו נשמת האדם וכוח הבינה. אז די נשמה פון א מענטש און די כוח פון פארשטיין קומט פון די השפעה פון כוכב. און ער שרייבט ווייטער: ומבני האדם: הפילוסופים, והחכמים, והרופאים = דאקטורים, והסופרים = שרייבערס, והחשבנים = און מענטשן וואס רעכענען חשבונות, וחכמי המידות, והסוחרים, ובעלי אומנות כל פתוח וציור = און מענטשן וואס ארבעטן אויסצוקריצן און אויסצומאלן.

נאכדעם שרייבט ער: ובחלקו מתולדת האדם - הדבור, והמחשבה, והמוסר, והחכמה, וחכמת הכוכבים, והנחוש, וכל מיני כשוף, ודבר צחות ודקדוק הלשון, ומהירות הדיבור, ודעת ההגדות, ועשות חרוזים, ודעת הסודות הנסתרות, והנבואה, והרחמנות, והיקר וסור מרע, ודעת הניגונים, ואהבת כל דבר קטן, ומשא ומתן, ומריבות בדברים בלא מעשה יד, וכל מיני ערמה ומרמה, ומכתב שטרות פסולים, וידו נכונה בכל אומנות, ורב תאוה לכל מעשה, וקבוץ ממון ופזורו.

און אויף מזל בתולה שרייבט ער: והנולד בו מבני אדם... והוא יודע ומבין... והוא אוהב צדק... ונפשו טובה... והוא סופר ויודע חשבון. און שפעטער שרייבט ער: ובחלקו מבני אדם, המצעיים, והסופרים, והחכמים, ובעלי החשבון והמידות, והנשים והסריסים, ובעל כל אומנות המביאה לידי שחוק.

און אויף די הבית השישי שרייבט דער אבן עזרא: הבית הששי יורא על כל חולי שהוא עומד... והעבדים, והשפחות, והמקנה הדק, ובית הסוהר, והכזב, והרכילות.

1) יעדע זאך וואס קומט זיי אנטקעגן אין זייער לעבן, זוכן זיי צו פארשטיין די לאגיק וואס האט דער זאך אוועקגעשטעלט, ווייל זיי פארשטייען אז יעדע זאך האט א לאגיק. א בתולה קען דיר פרעגן "וואס האסטו געטראכט?". יעדע זאך גייט ביי זיי צו פארשטיין די שכל דערפון. אז אזאך מוז האבן א לאגישע סיבה פארוואס עס איז דא. דער אבן עזרא שרייבט אויף 'כוכב' וואס איז דער באלבאס פון 'בתולה' " ובחלקו... כוח הבינה". און אויף מזל בתולה שרייבט דער אבן עזרא: והסופרים, והחכמים, ובעלי החשבון והמידות. דאס מאכט זיי קענען געבן גוטע עצות, און מענטשן האבן הנאה פון זייערע עצות.

2) זיי האבן א נאטורליכע נייגעריגקייט, דער אבן עזרא שרייבט אויף כוכב: ודעתההגדות, ודעתהסודות הנסתרות = צו וויסן די באהאלטענע סודות. און וויסן מיינט: וויסן די פרטי פרטים פון אזאך. פונקטליך.

3) מזל בתולה איז משפיע אז מ'זאל זיין גרינטליך. וואס מיינט 'גרינטליך'? וואס מאכט אז א זאך זאל זיין 'גרונטליך'? גרונטליך מיינט אז א זאך זאל שטומען מיט די פרינציפ פון דער זאך. "אזוי און אזוי דארף מעןעס טון". "איינזעריש". 'גרונטליך' מיינט אז מ'נעמט נישט הרגשים, לופטיגע דמיונות, און שפאקולאציעס, אריין אינעם חשבון. 'גרינטליך' מיינט די חכמה פון די זאך. די שורש דערפון איז צו טון די חכמה פון די זאך.

4) זיי זענען גאר שטארק מבחין און זיי קריטיקירן גאר שטארק, זיך און אנדערע. 'קריטיקירן מיינט, ווען מ'קריטיקירט צי אזאך איז לויט די אידיאל וויאזוי עס קומט. קריטיקירן מיינט נישט דוקא ווען מ'זאגט עס ארויס. דער אבן עזרא שרייבט אויף כוכב: דקדוק הלשון. אז מ'וועט אריינטראכטן וועט מען פארשטיין אז 'דקדוק' איז אזא 'בתולה'אישע' זאך. וויאזוי א ווארט קומט, און וויאזוי די נקודות קומען.

5) זיי קענען זיך קאנצענטרירן גאר שטארק אין גאר קליינע פרטים. דער אבן עזרא שרייבט: ואהבת כל דבר קטן. דאס איז אויך אזא סארט 'דקדוק'. המדקדקים. די אלע זאכן איז משפיע אז זיי זאלן קענען ארבעטן מיט זאכן וואס פאדערט צו צעשניידן, קריטיקירן, און פארשטיין. מזל בתולה איז דאך יסוד העפר, און יסוד העפר + כוכב = צו טון מעשים (עפר) אויף די קלוגסטע וועג (כוכב). זענען גוט אין פראקטיש בויען.

6) די אלע זאכן ביז אהער מאכט זיי זוכן שלימות. קיין שום זאך נעמען זיי נישט לייכט. און דאס איז איינע פון די זאכן פון א מזל בתולה, די ענין פון 'שלימות', אז ס'זאל שטומען מיט די יסוד פון די זאך. "וויאזוי מ'דארף עס עכט טון". דאס מאכט אז זיי זאלן וועלן זיין גערעכט אין יעדע זאך, אז מ'זאל צו זיי נישט קומען מיט טענות חלילה. (אויב מ'נוצט עס נישט ריכטיג, קען עס מאכן פאר זיי אז זיי זאלן אלעמאל האלטן אז זיי זענען גערעכט, און ווען זיי טשעפען איינעם האבן זיי די גאווה נישט איבערצובעטן)

7) מזל בתולה איז משפיע די ענין פון קענען טון פאר אנדערע. די זעקסטע הויז איז אקעגן בתולה. און אויף הבית הששי שרייבט דער אבן עזרא אז ס'ווייזט אויף ' עבדים'. דאס מיינט נישט אז זיי זענען 'עבדים' אדער 'משרתים', נאר מ'האט גענומען 'עבדים' אדער 'משרתים' פון די וואס זייער פלאנעט איז געווען אין די זעקסטע הויז. ווייל זיי קענען גוט און פערפעקט צושטעלן. זיי האבן אזא 'עבד'יגער' נאטור. דעליווערן סערוויסעס. און געבן זיך אסאך אוועק צו טון אזאך לויט די בעסטע אידיאליסטישע וועג, אדער כדי צו אנקומען צום ציהל. האבן עס ליב, און פיהלן זיך שטאלץ דערמיט. און קען טון אפילו די זעלבע זאך יעדן טאג, אן באקומען צופיל דערפאר, זענען פאלגעדיג, און שלאגן זיך נישט מיט'ן באלבאס. שמחים בחלקם, און דערווייטערן זיך פון גזל. עבדי ה'! צומאל ווערן זיי בא'עולה'ט אבער זיי שווייגן. און דערפאר ווייזט עס אויף עבדים ומשרתים.

8) אויף 'כוכב', די באלבאס פון 'מזל בתולה' שרייבט דער דבק מא"ח 'ויש לו המון בני אדם מכוח שבטי ישראל הבאים אליו. אז דאס מאכט אז מ'זאל זיין ארומגענומען מיט מענטשן.

9) דער אבן עזרא שרייבט אויף 'כוכב' והיקר וסור מרע. דאס מאכט א מזל בתולה צו זיין א נאמן. און ער רעגט זיך נישט גרינג אויף. און דאס געט אזא קלארע מחשבה און טוהר הנפש. און די שוועריקייטן פון זייער לעבן איז געווענליך פארבינדן אז זאכן זענען נישט אזוי פערפעקט און ריין, און געשמאק. מזל בתולה איז משפיע די ענין פון זיין א מפונק

10) דער אבן עזרא שרייבט אויף מזל בתולה: אוהב צדק... ונפשו טובה. האבן ליב צו טון א טובה.

11) דער דבק מא"ח שרייבט אויף 'כוכב': לפי שיש לו צינור מצד הגבורה יש לו כח מריבות. א מזל בתולה, אויב איינער האט עס געטשעפט און געטון שלא כהוגן, קען עס אפהיטן א 'טינה בלב' א לאנגע צייט. אבער אז מ'בעהט עס איבער איז עס מוחל

12) דער אבן עזרא שרייבט אויף 'כוכב' וואס איז די באלבאס פון מזל בתולה אז ס'איז משפיע די ענין פון 'רחמנות' האבן. זיי שוינען.

13) זיי פארשטייען אז ס'איז בעסער צו מאכן א פשרה

14) ער שרייבט אז זיי דארפן פרובירן צו זיין נאטורליך און מיט דעם וועלן זיי פארבעסערן זייער לעבן.

15) כוכב איז משפיע דאס ליבשאפט צו נגינה. אבן עזרא שרייבט: ודעת הניגונים

16) האבן ליב צו ארבעטן שטיל פאר זיך.

17) האבן נישט ליב ארויסצושטארן, זיי האבן ליב אריינצובלענדן, און זיין פון מיטעלע. דער אבן עזרא שרייבט אויף מזל בתולה: והאמצעיים.

18ׂ) מזל בתולה איז משפיע אז מ'זאל זיך זארגן אז מ'זאל האבן געלט, און בדרך כלל זענען זיי געווארנט אין געלט זאכן. און ער זוכט וועגן וויאזוי צו ווערן רייך. דער אבן עזרא שרייבט אויף ' כוכב' וואס איז ממונה אויף מזל בתולה אז ס'ווייזט אויף משא ומתן, און אויף קיבוץ ממון ופזורו. און פאר דעם שרייבט ער אז ס'ווייזט אויף סוחרים

19) די מזל בתולה איז משפיע אז מ'זאל מער אויסגעבן געלט אויף וואס מ'דארף ווי איידער פאר מותרות. פון וואו קומט דאס אז זיי זוכן ענדערש צו אויסגעבן דארט ווי מ'דארף און נישט מותרות? עס קומט ווארשיינליך פון 'כוכב' וואס איז ממונה אויף 'מוסר'. און עס קען קומען פון לעבן מיט א גרינטליכקייט.

20) זיי האבן נישט ליב צו לעבן אין צעקלאפטע אוויר. (איך קען נישט כאפן די מקור דערפון אין אונזערע ספרים)

21) זיי קלויבן זיך נישט סיי וועם, און נאר מיט וועם מ'קען שמועסן זייערע זאכן. דאס קען קומען פון 'כוכב'. און זיי זוכן עצות וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט דאס צאמלעבן מיט חברים. זיי האבן נאר ליב זאכן וואס שטומט מיט זייערע יסודות. דאס קען אויך קומען פון גרינטליכקייט.

22) מזל בתולה איז משפיע אז מ'זאל האבן אין זיך די מידת הבושה, צנועות, און איידלקייט. קען זיין ווייל בושה איז שכל. און בכלל איז בתולה קר ויבש. זיי האבן אין זיך אזא פארמאכטקייט און איינגעהאלטנקייט ווען עס קומט צו מיטטיילן געפילן. זיי שעמען זיך דערמיט. דאס קומט פון כוכב. זיי שאפן זיך נישט אזוי שנעל פריינד. מזל בתולה האט נישט ליב ווען איינער גריבלט אין זייער פריוואטע לעבן, און טיילט כמעט נישט מיט. אזא סארט שפע קומט אראפ. אבער בעומק קענען זיי גאר שטארק ליב האבן די לעבנס-שותף.

23) מיט דעם אלעם האבן זיי נישט ליב צו זיין אליין. מזל בתולה איז משפיע אז מ'זאל וועלן זיין ארומגענומען מיט חברים, און דאס קען קומען ווייל בתולה איז א שטארקע נקבה, א מקבל. און דאס קען אויך קומען פון 'כוכב', וואס זוכט צו רעדן מיט אנדערע. זיי ווילן אז מ'זאל אין זיין אנערקענען. און זיי ווילן אז איינער זאל זיך פאר זיי זארגן און זיך אפגעבן מיט זיי. און זיי זענען וותרנים, וואס דאס קען אויך קומען ווייל מזל בתולה איז נקבה'דיג.

24) די השפעה פון מזל בתולה קען גענוצט ווערן אז מ'זאל זאגן צו קאלטע שארפע שניידנדע קריטיק. דער אבן עזרא שרייבט אויף 'כוכב': ומריבות בדברים בלא מעשה יד. גוט אריינזאגן. א שארף צינגל. דאס קומט פון 'כוכב', זיי האבן אבער נישט ליב ווען מ'שרייט צוריק. (אז עס ווערט גענוצט נעגעטיוו: קען עס זיי מאכן אז זיי זאלן זוכן צו רעדן רכילות)

25) מזל בתולה איז משפיע אז מ'זאל ווערן פארנומען צו שטארק צו מסדר זיין גאר קליינע אומוויכטיגע זאכן. און קען צוליב דעם פארגעסן צו מסדר זיין וואס עס איז באמת חשוב.

26) יעדע ווייטאג מיינט עפעס. דאס קומט פון כוכב.

27) דער אבן עזרא שרייבט אויף כוכב: וכל מיני ערמה ומרמה. מזל בתולה קען אויך די פאך. דאס קומט פון כוכב.

28) דער אבן עזרא שרייבט אויף כוכב: והרופאים. זיי קענען זיך אויס אין די ענין פון רפואה.

די שפיצן פון א מזל בתולה איז אזוי. איינער קומט און העלפט דיך בויען א וואנט פון שטיינער, וואס מ'דארף דורכגיין יעדעס שטיינדל צו וויסן (כוכב) צי עס באלאנגט, און וואו עס באלאנגט, און מ'דארף עס בויען (יסוד העפר) מיט א שלימות. ס'האט אין זיך די ענין פון 'צושטעלן ארבעט', און די ענין פון וויסן צי זאכן באלאנגן, און וואו זיי באלאנגען. אזא איינזער מיט א צווייער פליגל. איך זאג נישט אז דאס זענען זיי, אבער ס'איז אזא 'תולדה'. (תולדה מיינט נאטור, ווייל עס ווערט געבוירן פון די מזלות וואס זענען משפיע נאטור)

יעצט, לאמיר פארשטיין א 'לבנה בבתולה'. לבנה ווייזט דאך אויף וואס מיר רופן נפש. די געפילישע נפש. די פלאץ וואו מ'זוכט זיכערקייט.

לאמיר עס אזוי אוועקשטעלן: דער 'לבנה בבתולה' זיין נפש איז געווארן אנגעצינדן יעדעס מאל ווען ס'האט באקומען די געפיל פון 'זאכן זענען אוועקגעשטעלט אויפן פלאץ מיט א לאגישע סדר'. דאס הייסט אז זייער נפש לויפט ארום די ענין פון לאגישע סדר אויפן בעסטן אופן. און נאכדעם אויך די ענין פון צושטעלן סערוויס. זייער נפש איז פון אנהייב אן נישט געבויט ארום "פירערישע" וואסעריגע געפילן.

א 'לבנה בבתולה' וועט ליב האבן צו זיין גערעכט און אויסגעהאלטן, אזוי "איינזעריש", אזוי ווי ביי 'לבנה בתאומים' איז נישט דא געהעריג קיין לויזע געפילן. אזוי איז אויך ביי 'לבנה בבתולה' דא לאגישע סדר און שלימות, און גערעכטיגקייט. עס האט אזא לויטערקייט אין זיך.

ווען מ'האנדלט מיט א 'לבנה בבתולה' דארף מען געדענקען אז דער עיקר איז 'לאגישקייט', און 'איבערגעגעבנקייט'. זוך נישט צו טרעפן די ווייעכע חלק וואס דו גייסט קענען לייכט אויפפאנטשן און ס'גייט זיך גיסן געפילן, ווייל אלעס לויפט ארום 'לאגישקייט' און 'איבערגעגעבנקייט'. אוודאי וויל עס פיהלן די געפיל אז מ'נעמט קער, און מ'טוט פאר עס, און מ'זארגט זיך פאר עס, און בעיקר אז מ'אנערקענט אין עס, אבער ס'האט נישט אין זיך די "פירערישע" סארט געפילישקייט. זייער נפש לויפט ארום לאגישקייט. אפשר איז עס א Te און Si קאמבינאציע. אזא איינזערישע מיט אזא צווייערישע פליגל סארט.

והשם הטוב יעזור ברוב רחמיו וחסדיו על כל בריותיו
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לאמיר פרובירן צו פארשטיין וויאזוי עס ווירקט זיך א לבנה במאזנים.

לאמיר נאכאמאל אראפברענגען וואס דער אבן עזרא שרייבט אויף נוגהאון אויף מאזנים.

אויף נוגהשרייבט ער: מתקן הנפש המתאוה, ופרי' ורבי'. קומט אויס אז די נפש פון א לבנה במאזנים, דאס וואס אונז רוף מיר נפש, די ליבליכע אונטערנבאוואוסטזיניגע פיהלינגס, דאס ווערט געבויט ארום ענינים המתאווה. דאס איז "זיבענעריש". נוגה איז אזא סארט "זיבענערישקייט".

דער אבן עזרא שרייבט: ובחלקו מהארץ - הגנות, והפרדסים ומקום ההדסים וציצים, ומקום הנשים והמשתה והמטות. די איידיע פון נוגהאיז גערטנער.

ובתולדת האדם הנקיות = עלעגאנט, אזא סארט ריינקייט וואס קומט פון די נפש המתאווה. א שיינע פענסי זאל. אומריינקייט, דערווייטערט דאס ענין פון נפש המתאווה.

והאהבה, ליבשאפט. דאס איז אזא סארט התחברותוואס געשעט פון נפש המתאווה. והלעג, מאכן א ווערטעל. והשחוק, ארומלאכן. והשמחה, זיין און מאכן פרייליך. והרקוד, טאנצן. ודיבור יפה, רעדן אויף אזא אופן אויסצונעמען. והאהבה, והזנות, ולשחוק בקוביא, והנדיבות, זיך מיטטיילן מיט א צווייטן וואס קומט פון די נפש המתאווה. ורוב התאווה לכל דבר, ולהשבע בשקר = דאס מיינט אזא סארט גערעדאכץ וואס קומט פון אויבערפלעכליכקייט, קערלעס, ואהבת השכרות, ורוב המשגל שהוא כדרך התולדת וחוץ התולדת, ואהבת הבנים, ליבשאפט צו די קינדער. ואהבת השוקים, והכלל אהבת הצדק, ליב האבן אז ס'זאל זיין גערעכטיגקייט. ובתי עבודת השם, תענוג פון התחברות צום אייבערשטן.

מאזנים מיינט באלאנסירן. א מאזנים איז א זכר, א משפיע, א אנטרייבער, מאזנים איז חם ולח.

אויף מזל מאזניםשרייבט דער אבן עזרא: ודברו נאה, דאס מיינט אז ער פאלישט וואס ער רעדט, זיין גאנצע באנעמונג איז נאה, והוא איש דעת ומוסר, און ער איז א מענטש וואס רעכנט אויס זיינע מעשים. וידיו נכונות לעשות כל אומנות, און ער איז פארשידנארטיג. ווערסעטייל. ויודע נגן, קען זינגען, ופייטן, האט ליב צו מאכן פאעטן, ואוהב הנשים, אוהב לצוד, תמים לב, נדיב לב, וגופו יותר זך מפניו.

ובחלקו מבני אדם אנשי השוק, די וואס קויפן און פארקויפן, והשופטים, ובעלי החשבון, דאס מיינט אז זיי האבן ליב צו משפט'ן צי אזאך איז לויט א געוויסע אמת. קומט אויס אז א לבנה במאזניםזיינע געפילן ווערן מער אנגעצינדן ווען ער זעהט אז א זאך איז לויט'ן משפט וואס זיי האלטן אז ס'קומט, און ער וועט ווערן טרויעריג און איינגעצוימט ווען ער זעהט אז אזאך איז נישט לויטן משפט. און דאס קען אים מאכן קריטיקירן. ובעלי החשבון. והמנגנין, והסוחרים המתעסקים באכילה ובשתי', און דאס קען קומען פון נוגה.

די נפש פון א לבנה במאזניםצינד זיך אן פון נוגה'דיגעזאכן, און פון מאזנימ'דיגעזאכן. דאס הייסט אז יעדע זאך וואס איז אין הארמאניע און אין צדק, צינד אן די נפש, עס געט אזא לויף. און אויך געט עס אזא לויף פון נוגה'דיגעאנרייץ. קומט אויס אז די נפש איז געבויט ארום הארמאניע, דאס איז אזא סארט "ניינערישער" נפש. אריינגעמישט זיבן

קומט אויס פון דעם אז זאכן וואס שטערן פאר א לבנה במאזניםאיז זאכן וואס זענען אנדערש ווי זיי האלטן אז ס'קומט. נישט אלעמאל ווען מ'רעדט צו א לבנה במאזניםאון מ'פיהלט אז ער איז גוט מיט דיר, מיינט עס אז ער איז עכט גוט מיט דיר, זיי קענען זיך אהערשטעלן אויך. זיי זענען גוטע דיפלאמאטן. זייער געפיל לויפט דיפלאמאטיש. זיי קענען אהער שטעלן זייער געפיל אז ס'זאל פיהלן גוט ווען מ'דארף אזוי פיהלן. זיי קענען פארגעסן פון זייערע עכטע אייגענע משפטים אויף א מצב.

א לבנה במאזניםקען זיך טרעפן מיט זיך אליין? מיט וועם זאל ער זיך טרעפן? מיט זיינע געפילן צי א געוויסע זאך איז יא באלאנסירט אדער נישט באלאנסירט, יא צדק, אדער נישט צדק. דאס איז ער אליין. אדער קען ער זיין אזוי צוגעוואוינט צו פיהלן די געפילן וואס ארומיגע פיהלן און נישט פיהלן וואס ער פיהלט. אבער וואס פונקטליך פיהלט ער אליין? נוגה'דיגע זאכן.

עכ"פ, לבנה במאזניםאיז אזא סארט "ניינערישקייט" מיט אזא "איינזער" פליגל. אבער דאך אריינגעמישט אזא "זיבענערישקייט". און איי וואס טוט מען מיט דאס ביסל נוגהוואס מ'זעהט? די תירוץ איז אז יעדער האט אביסל פון אלעם. האט ער זיבענערישקייט אין זיך, ער איז אבער נישט קיין זיבענער.

א לבנה במאזניםמוז נישט זיין א ניינער מיט א איינזער פליגל. איך זאג "ניינעריש". און איך געב נאר אזא קאליר פון וואס איך רעד דא. גיי פיגר אויס די נומער אינעם אניאגראם. ס'איז אלעס מזלות. וואס דאס ווארפט אריין א מענטש אין א געוויסע איגו.

התחברות מיט א מצב? לבנה במאזנים. ס'קוקט מיר אויס צומאל אז ס'איז זיי אלעמאל גוט. זיי זענען אזעלכע קלעי וואס פיט אריין אין כמעט יעדע מצב.

והשם הטוב יעזור
אבי מען שׁמייכלט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 07, 2022 12:13 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי מען שׁמייכלט »

אליעזר ווייס האט געשריבן:
וואלט געווען שייך ארויף צו לייגען א pdf פין אלע ארטיקלען ביז דא פין @נשמה ?
ווייסט עפשער צו עס איז שוין ארויס געקומען?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4925
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אבי מען שׁמייכלט האט געשריבן:
אליעזר ווייס האט געשריבן:
וואלט געווען שייך ארויף צו לייגען א pdf פין אלע ארטיקלען ביז דא פין @נשמה ?
ווייסט עפשער צו עס איז שוין ארויס געקומען?
נאכנישט.
איך האב געהאט אנגעהויבן צו ארבעטן אויף איינס, אבער ס'איז אויף האלד עז אף נאו. בעז''ה בקרוב גיימיר זיך צירוק נעמען דערצו. (חוץ אויב איינער וועט אויסכאפן...)
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)

איל משולש האט געשריבן:

איך האב באקומען פון איינעם געפרינטע צעטל'ך מיט די אלע חדשים איך האב מיר עס אריין געסקענט און קאמפויטער און אויך זיך געמאכט א קאפי, נאכן זיך צוזאם פלאגן מיט'ן מאכן די קאפיס זאגט מיר יענער אז ער האט עס באקומען פון איינער וואס האט עס גענמען פון אייוועלט. בין איך עסגעקומען זיכ'ן דא,
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לאמיר פרובירן צו פארשטיין א לבנה בעקרב, וויאזוי עס לויפט דער סארט נפש. פון וואס ווערט עס אנגעצינדן, און ארום וואס עס איז געבויט, ווען ווערט עס פרייליך, און ווען פיהלט עס געצוימט.

מזל עקרב איז מים, געפילן. מזל עקרב איז קר ולח. דאס מיינט געפיליש פאר זיך. זייערע געפילן זענען באהאלטן אינעווייניג, פון דרויסן ווייזן זיי ארויס א גלאטער שטארקער פנים.

היינט ווילן זיי זאגן אז דער וואס טרייבט עקרב איז אויך פלוטו. פלוטו איז אזוי ווי 'עש', עס עסט אויף וואס עס איז געווען ביז יעצט און אזוי ארום דרינגט מען אריין טיפער. עס מאכט חרוב גוטע זאכן, אדער פראבלעמאטישע זאכן.

קודם לאמיר דורכגיין וואס דער אבן עזרא שרייבט אויף מאדים און אויף מזל עקרב, און לאמיר זעהן וויאזוי עס שפיהלט זיך פאקטיש אויס.

מאדים איז חם יבש שורף מזיק ומשחית. ע"כ.

דאס הייסט אז דער ממונה אויף עקרב איז חם יבש שורף מזיק ומשחית. מזל עקרב איז משפיע אויף א מענטש כוחות צו קענען דורכברעכן וואס עס פעלט זיך אויס. מזל עקרב איז משפיע די ענין פון זיך קענען דערגריבלן. פאקטיש זעהט מען נישט אזוי ווייט אז מזל עקרב זאל זיין אזוי מזיק ומשחית. נאר לאמיר פארשטיין וואס ס'מיינט מזיק ומשחית. ווען מיר גייען אין די שניי, זענען מיר אלע מזיק ומשחית די ווייסע שניי, מיר צעטרעטן עס. מיר צעטרעטן עס טאקע אבער נאר אזוי קענען מיר גיין צו וויכטיגע גוטע פלעצער. ווען מיר ווילן בויען א הויז, דארפן מיר מזיק'ן און משחית'ן דעם גאנצן פלאץ, כדי אויפצובויען. די כוח פון מזיק ומשחיתזעט זיך נישט אן - נאך אלעם - אלץ א שלעכטע זאך, נאר עס נוצט אלץ א דרך צו קענען דערגרייכן. א זעג וואס שנייד אויס די האלץ צו א שיינע פורניטשור שטיקל איז אויך מזיק ומשחית. קומט אויס אז נישט יעדע זאך וואס מזיק ומשחיתאיז דוקא א שלעכטע זאך. א בלענדער וואס צעמאלט פרוכט איז אויך מזיק ומשחיתדי פרוכט ביז עס ווערט וואסער.

מזיק ומשחיתמיינט די כוח צו שניידן געבויטע זאכן. אזוי ווי א עראפלאן וואס שנייד דורך די לופט. דאס איז די מידת הגבורהוואס איז צוריק מצמצם די השפעה פון חסד און מאכט זיך דארט איר זאך וואס זי וויל.

עכ"פ דער אבן עזרא שרייבט אויף מאדים: אז עס ווייזט אויף חורבן, אנגעצינדענע פייערן, ווידערשפעניגונג, בלוט, הריגה, מלחמה, קריגערייען, מכות, זיך אפשיידן. די כלל איז אז ס'ווייזט אויף יעדע זאך וואס איז נישט אויף זיין שטעלע און וויאזוי עס קומט צו זיין. [די מידה פון גבורה]. ע"כ

פשט פון דעם איז אז א מענטש וואס טוט נישט, איז פארקערט ווי מאדים. א בלעטעל וואס פליהט מיט'ן ווינט האט נישט אין זיך קיין מאדים, ווייל עס גייט מיט מיט די השפעה וואס טרייבט עס, עס האט נישט א אייגענע כח זיך אקעגן צו שטעלן און מאכן אייגענע בחירות. מאדים און אויך זיין מיטרייזנדער א עקרב האט דעם צוריקשטאנד, די כח פון גיין קעגן די ווינט.

מזל עקרב איז נישט אזוי ווייט משפיע כעס, ווי מזל טלה וואס איז אויך אונטער די פירערשאפט פון מאדים. די כעס איז מער אזא וואס מאכט דעם מענטש שטעלן א ווידערשטאנד, א קעגנשטאנד. אבער איך ווייס נישט צי מ'זעהט אזא כעס אויף מזל עקרב. זיי זענען דאך מים, און קר ולח. א טלה איז אש און חם ויבש.

ער שרייבט ווייטער אויף מאדים אז אין זיין האנט געפינט זיך כל אנשי המלחמה והפקידים עליה, יעדער וואס פירט מלחמה. און רויבערס. און די וואס האנדלן מיט אייזן. בלוזערס. און די וואס מאכן שווערדן און שפיזן. און די וואס זענען מקיז דם, נעמען ארויס בלוט. און די וואס באדינען בהמות. ע"כ.

עס מוז נישט זיין אז מזל עקרב זאל משפיע זיין אז מ'זאל ממש זיין אזוי. נאר צומאל שטעלט דאס אוועק א מענטש מיט אזא עזות אז ער זאל נישט זיין אזא לעמעלע. אמנם ער רעדט דרך ארצ'דיג. אבער אינערליך איז ער נישט ממש בטל ומבוטל.

דער אבן עזרא שרייבט אויף מאדים: אז א פעסטונג און טורעם זענען אין זיין חלק. און יעדע בוים וואס איז פעפעריג, רעטעכדיג, קנאבלדיג. הייס, שארף, און נישט זיס.

דער אבן עזרא שרייבט אויף מאדים אז ס'איז מאכט שנעלקייט. שטארקייט. באזיגן. זיך שטארקן. קריגעריי. רויב. כעס. רעדן שאנדע. קללות. ליגנגט. מלשינות. זנות. עזות פנים. האלט זיך נישט ביי א אפמאך צווישן א אנדערער וואס מ'האט באשלאסן. שווערן פאלש. (ס'דא שווערן פאלש וואס קומט פון Power, און ס'דא וואס קומט פון נוגה, תאווה.) און צו מתיר זיין יעדע זאך וואס מ'טאר נישט על פי תורה. גניבה. און יעדע שלעכטע טאט. אכזריות. ע"כ.

פאקטיש מוז מען נישט זעהן די אלע זאכן אויף א עקרב. קען מען דען זעהן אויף יעדע מזל עקרב אדער אויף יעדע מאדים מעשה רע ואכזריות? נאר איך קלער אז ס'איז די פאטענציאל. א לבנה בעקרבאיז נאר אזויפיל אז ס'שרעקט זיך נישט אזוי. ווייל ס'האט אין זיך די מידה פון קעגן שטעלן

און ער שרייבט ווייטער אז מאדים איז משפיע די ענין אז מ'זאל זיך אסאך וועלן פלאגן, גיין ממקום למקום, (דהיינו: נישט איינרוען. מאדים איז דער וואס שטופט א מענטש זיך צו רירן). זיך אריינצולאזן אין סכנות, פייניגן מענטשן, שלאגן, איינשפארן, פאנגען, צונעמען געלט.

גריבלן ווענט, עפענען טירן, און צו אנטפלעקן יעדע באהאלטענע זאך. ע"כ. פון דעם קומט - ווארשיינליך - וואס מזל עקרב שטופט זיך צו וויסן זאכן, צו וויסן אלעס.

דער דבק מא"ח אויף מאדים, שרייבט צווישן אנדערע אזוי ווי דער אבן עזרא אז ס'ווייזט אויף א פעסטע הארץ, הארטן גענאק, אכזריות, צארן, כעס, רציחה, מלחמות. אויף צעשטערן חפצים. און עס ווייזט אויף אלע מינע פחדים. אויף קנאה, שנאה, און עס ווייזט אויף די בלוט פונעם מענטש וואס דאס איז דאס חיות פונעם מענטש. בקיצור: די ענערגיע פונעם מענטש. אבער ס'ווייזט אויך אויף רפואות, און אויף רופא של נגעים ובעלי הכוויות. און בעלי השגעון זענען אדאנק מאדים, מכח פארלירן דאס דעת.

אויף די אכטע הויז וואס איז אקעגן עקרב שרייבט דער אבן עזרא אז ס'ווייזט אויף מוות, ירושה, פקדון, פרידה, יראה, עיצבון, אבידה.

און אויף עקרב שרייבט דער אבן עזרא: משחית, בוגד, כעסן, כזבן, רכיל, בעל עצבון, נדיב = א גוט הארץ, בעל מוסר = פיהרט זיך אויף מיט שכל, ומרמה וערמה = קען דרייען.

אין פאקט זעט מען נישט אויף מזל עקרב אזעלכע שרעקליכע זאכן. נאר ס'איז מער די פאטענציאל אויף וועלכע מידות צו ארבעטן.

א לבנה בעקרבאיז אזא "אכטערישע" סארט נפש.

אין פאקט זעט מען נישט אז א לבנה בעקרבזאל זיין נאר מאדימ'דיג. יא, מ'זעהט עפעס מאדים, אדער מ'זעהט אויך שטארקע געפילן. די געפילן קענען האבן אין זיך עפעס אזא סארט הארטנעגיגקייט, אבער עס איז דאך געפילן. א עקרב איז מים, א עקרב איז א מזל נקבה, קר ולח. מיר קוקט נישט אויס אז די נפש פון א לבנה בעקרבווערט געבויט נאר פון מאדימ'דיגע זאכן אדער עקרב'דיגע זאכן. די מערסטע וואס איך וואלט געזאגט אז עס האט אין זיך די הארטנעקיגקייט, די ווידערשטאנד צו שוועריגקייטן. יא, עס האט עפעס מאדים אין זיך, אבער נאר א טאטש.

היינט ווילן זיי זאגן אז פלוטו זאל אויך זיין די ממונה דערויף. גראדע, אויף די אכטע הויז שרייבט דער אבן עזרא אז ס'ווייזט אויף טויט, א ירושה, א באהאלטענע זאך וואס מ'טרעפט אדער פארלירן, זיך פלוצלינג שיידן, פחד, טרויער. היינט זאגן זיי - דאס ביסל וואס איך האב אויפגעכאפט - אז דאס א פלוטו זאך.

למעשה גריבלן ווענט, עפענען טירן, און צו אנטפלעקן יעדע באהאלטענע זאךוואס קען האבן מיט מאדים. קען מען זעהן אויף א לבנה בעקרבאבער אויף א לבנה'אישעאופן. דהיינו? דהיינו: אז זייערע געפילן ווערן אנגעצינדן פון עמקות'דיגע געפילישע נקודות.

זיי זאגן היינט אז עקרב זאל האבן מיט פלוטו און פלוטו איז א ענין פון התחדשות. צעברעכן די אלטע און מאכן נייע. אזוי צי אזוי, איז די שפיץ פון לבנה בעקרבצוויי הויפט זאכן. איינס אז ס'צינד זיך אן פון טיפע געפילן, און צוויי אז ס'וויל זיין שטארק. דער אבן עזרא שרייבט אויף מאדים אז ס'איז מאכט שנעלקייט. שטארקייט. באזיגן. זיך שטארקן. קריגעריי. רויב. וכו', (ווי איך האב שוין געברענגט אויבן)

איך קלער אז די שפיצן פון לבנה בעקרב זענען צוויי מהלכים, די ערשטע איז גריבלן ווענט, עפענען טירן, און צו אנטפלעקן יעדע באהאלטענע זאך. דאס מיינט אז טיפע געפילישע נקודות אין זייער סביבה מאכט ארבעטן זייער נפש. וואס וועגן דעם ווערט זייער נפש אויך טיפער, און די צווייטע שפיץ איז די ריאקציע פון עפעס טון דערוועגן.

ס'דא געפילן, און ס'דא די ריאקציע וואס מ'רעאגירט וועגן די געפילן. ס'דא פחד, און ס'דא די אנטלויפן פון פחד. ס'דא פיהלן די גרונט וואס ס'גייט דא עכט פאר, און ס'דא די ריאקציע "די ארומיגע זאלן עס נישט אויפכאפן אויף מיין פנים".

מאדים איז די מידה פון גבורה. אויב געפילן לויפן נישט מיט די מידה פון ריאקציע, איז עס דשאסט פיהלן און גארנישט טון דערוועגן. און עס האט נאר די השפעה וואס מ'באקומט. אבער מיט די מידה פון גבורה, נעמליך מאדים עקרב, איז עס די אינערליכע ריאקציע וואס דער מענטש טוט דערוועגן.

לבנה בעקרב האבן מורא אז מ'וועט זיי אפלאזן, זיי האבן ליב ווען מ'געט זיך אוועק פאר זיי. איך קלער אז דאס קען קומען פון דעם ווייל די מידה פון גבורה, די מאדים, רוקט אוועק די השפעה פון חיבור. דערפאר וויל ער אז ס'זאל זיין פארזיכערט.

עכ"פ לבנה בעקרב איז צוויי שפיצן: 1) טיפע געפילישע נקודות אין א מצב איז מעורר דעם נפש, און 2) דאס זיך שטארקן. יעדע מידה קען און דארף מען נוצן צום גוטן.

לבנה בעקרב איז מער אזא אכטערישע סארט.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך וועל פרובירן צו שרייבן איינעמ'ס נאטורן לויט א צייט ווען ער איז געבוירן און דער הייליגער באשעפער זאל העלפן איך זאל זוכה זיין צו תשובה טון.

חמה איז אין מזל דלי, כוכב איז אויך אין מזל דלי, און ביידע זענען אין די אכטע הויז. לבנה איז אין תאומים. און צווישן לבנה און חמה-כוכב איז דא א מבט שלישית.

איך שטעל מיך פאר אז דער נולד פון וועם מ'רעדט דא האט ליב חכמה. ווייל דער באלבאס פון מזל דלי איז שבתאי, און אויף שבתאי שרייבט דער אבן עזרא: ובחלקו כח המחשבת. און זיין לבנה איז אין תאומים וואס דער ממונה אויף תאומים איז כוכב, און צדק איז אין מזל בתולה וואס דער פלאנעט דערפון איז כוכב, און צדק איז אין די דריטע הויז וואס איז אקעגן תאומים. און חמה, כוכב, און שבתאי איז אין די אכטע הויז וואס איז אקעגן עקרב וואס ווייזט אויף די ענין פון זיך דערגרינטעווען.

און איך קלער אז ער וואלט געווען גוט פאר א שרייבער, אדער א מגיד שיעור, אדער א רבי, וואס יעדע ארטיקל וואס ער שרייבט, אדער יעדע שיעור וואס ער געט, איז א סך הכל פון נייע אנדעקונגען וואס ער האט אנדעקט דורך שטיין און טראכטן פריוואט אין זיין שטיבל, במשך די שטיקל צייט פון פאריגע ארטיקל, אדער שיעור, וואס טוט אויפקלערן אז אנדערש ווי "עולם גולם" מיינט, איז די מציאות הדברים.

עכ"פ - יא שרייבער אדער נישט שרייבער - זיינע אנדעקונגען זענען אויך ארום די וואוילזיין פון די תורת הנפש פון מענטשהייט, וויאזוי מ'קען דאס בעסער מאכן, מזל דלי איז חם ולח, געפיליש פאר אנדערע. ער האט אין זיך א שטארקע פינעווערישקייט פון אבזערווירן און אבזערווירן. האט ליב אלטע היסטארישע זאכן. יעדע שטיקל צייט טוישט ער זיך לויט זיינע נייע אנדעקונגען.

דער באלבאס פון מזל דלי איז שבתאי. וואס דער אבן עזרא שרייבט דערויף: ובחלקו כח המחשבת. די כח פון טראכטן. ער קען ווערן אבסעסד מיט די רצון זיך צו דערגרינטעווען צו א ענין.

די רעדע דא איז פון גאנץ א ווארימער מענטש מיט איבערגעגעבענע געפילן פאר ארומיגע וואס קומען אין זיין שייכות, ובפרט פאר בני משפחתו. און האט גאנץ ליב צו קאמיוניקירן. אבער ער האט אויך זייער ליב דאס ענין פון התבודדות. און האט ליב צו דינען השי"ת. די זאכן וואס ער ווייסט האט זיך געבויט פון שרעקעדיגע פחדים און שטארקע דאגות וואס דאס האט אים געטריבן יא צו וויסן און יא צו פארשטיין.

זיין מאדים און זיין נוגה זענען אין מזל גדי. דאס מיינט אז כאטש דער מענטש איז א דלי, וואס א דלי האט ליב טויש, מיט דעם אלעם איז ער גאנץ מסודר. ער איז נישט צו א טאנצעדיגער דלי וואס טוישט זיך יעדע מאנטאג און דאנערשטאג. נאר ער האט א פלאן און ארבעט מיט א פלאן פון מצליח זיין. ער וויל מצליח זיין און דערגרייכן. אמנם ער טוישט זיך היפש.

און ביידע - מאדים און נוגה - זענען אין די זיבעטע הויז. וואס די זיבעטע הויז אין אקעגן מזל מאזנים. דער אבן עזרא שרייבט אויף די זיבעטע הויז: יורה על הנשים, והמשגל, והקטטה, והמלחמה, ולעמוד לדין, והלסטים, והשותפות, והתגרות. לויט דעם קומט אויס אז אזא מענטש קען פיהלן מצד מאדים ווי כאילו ער וויל זיך קריגן, טענה'ן, האלטן מלחמה, אדער זיך רייצן. וואס האט דאס מיט מזל מאזנים? קען זיין אז ס'פיהלט ווי דער שותף איז נישט גערעכט, אדער גייט נישט לויט'ן אמת, מיט פארשידענע זאכן. אבער נוגה איז אויך אין די זיבעטע הויז וואס דאס מאכט שטערקער שותפות. רילעשאנשיפס. דאס מאכט אז מ'זאל פרובירן די רילעשאנשיפ מיט אהבה.

דער מענטש האט אבער א מבט דיבוק צווישן מאדים און נוגה, דאס מיינט - ווארשיינליך (איך שטעל מיך פאר) - אז דער מענטש איז באלאנסירט צווישן גבורה און אהבה. יעדעס מאל ווען ער וויל זיך שלאגן מיט איינעם, מיט א שותף, כדי צו מצליח זיין, וועט ער עס דאך פרובירן צו טון מתוך אהבה, מתוך א ווערטל, מתוך שמחה, מתוך רעדן דיפלאמאטיש. און יעדע מאל ווען ער וועט פרובירן מתוך אהבה וכו', וועט ער אויך פרובירן מתוך נצחון, מתוך התגברות, מתוך מלחמה, מתוך כעס, דאס קוקט אויס צו זיין א באלאנסירטע וועג וויאזוי צו מצליח זיין אין די ענין פון רילעשאנשיפס.

צדק איז אין די דריטע הויז. די דריטע הויז איז דאך אקעגן תאומים. דאס מיינט אז די וועג וויאזוי דער מענטש וויל מאכן געלט און מצליח זיין איז דורך רעדן עניני חכמה. עניני עצה.

נוגה איז במבט נוכח צו מזל הצומח סרטן. אזא מענטש האט א אינערליכע קאנפליקט צווישן זיין איבערגעגעבן צו זיינע נאנטע, און צו מסורה, און צווישן ווערן פארשלעפט פון נוגה'דיגע "זיבענערישע" זאכן. כך נראה לי.

איך ווייס נישט וויפיל מ'מעג רעדן פון פלוטו, יורנס און נפטון. מ'זעהט דאך אז דער אבן עזרא שרייבט אז חכמת המזלות איז חכמת הנסיון. אבער עס איז כדאי צו געדענקען אז חז"ל רעדן נישט דערפון.

איך וואלט געזאגט אז אזא מענטש פיהלט אינערליך ווי ער האט צוויי דיעות אויף איין נושא. אדער זיך צו האלטן עקשנות צו וואס ער פארשטייט, אדער זיך טוישן צו א נייע מהלך און אננעמען א נייע מיינונג. דאס מיינט אז אזא מענטש איז אביסל עקשנות'דיג צו לערנען פשט אזוי ווי ער פארשטייט, זיך האלטן צו די אלטע מהלכים וואס ער האט זיך דערגרינטעוועט, און די אנדערע "דיין" האלט אז ער זאל יא ארויסקומען מיט א נייע מהלך. אבער מיט דעם אלעם, ווען עס קומט צו טון טוישט ער זיך יא צו נייע מהלכים.

אונטערשטע שורה איז אז אזא מענטש האט א אינערליכע קריג צווישן זיך טוישן צו נייע איידיעס, און צווישן זיין תמידיות'דיג און זיך האלטן אין איין מהלך כדי צו מצליח זיין.

איך האב קיינמאל נישט געזעהן דעם מענטש. אבער איך שטעל מיך פאר אז ווען איך וועל אים טרעפן וועל איך זעהן פאר מיר אביסל א צוריקגעצויגענער, אריינגעצויגן אין זיין וועלטל, גאנץ געפיליש און איבערגעגעבן פאר מיר, אויגן ברעמען איינגעקנייטש פון מעמיק זיין אין עמקות'דיגע ענינים. אביסל מיטגעפיל פאר מיר, אבער דאך א שכל'דיגער נפש. אבער האט ליב צו קאמיוניקירן און שמועסן פון טיפע איידיעס וואס ער האט אנדעקט. און בשעת ער וועט רעדן צו מיר וועט ער זיך שאקלן צווישן מאדים און נוגה כדי אנצוהאלטן אדער אוועקצושטופן אונזער רילעשאנשיפ. און דאס אלעס וועט האבן צו זיך אזא גדי'אישן יסודית'דיגער צוגאנג פון וועלן מצליח זיין. און נאר טון זאכן וואס האבן א פאטענציאל פאר הצלחה.

לכאורה א פינעווער מיט א זעקסער פליגל. דאס ביסל זיבענערישקייט קען מען צושטעלן צו פינף. די גוטסקייט פון דער מענטש איז אזא צווייערישקייט מיין איך, אבער דאס מיינט דאך אז יעדער האט פון אלעם. ער האט אין זיך אביסל פירערישקייט אויך, אבער דאס מיינט דאך ווייטער אז יעדער האט דאך פון אלעם

הייליגער באשעפער העלף מיר אז ס'זאל נישט ארויסקומען א מכשול פון מיינע הענט, רבש"ע.

והשם הטוב יעזור.
אבי מען שׁמייכלט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 07, 2022 12:13 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי מען שׁמייכלט »

איל משולש האט געשריבן:
אבי מען שׁמייכלט האט געשריבן:
אליעזר ווייס האט געשריבן:
וואלט געווען שייך ארויף צו לייגען א pdf פין אלע ארטיקלען ביז דא פין @נשמה ?
ווייסט עפשער צו עס איז שוין ארויס געקומען?
נאכנישט.
איך האב געהאט אנגעהויבן צו ארבעטן אויף איינס, אבער ס'איז אויף האלד עז אף נאו. בעז''ה בקרוב גיימיר זיך צירוק נעמען דערצו. (חוץ אויב איינער וועט אויסכאפן...)

איך האב געטרייט צו לייגן א pdf אבער עס קומט ארויף "ערראר די פייל איז צו גרויס", איך וועל מסתם לייגן א google drive לינק
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5648
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נשמה האט געשריבן:
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לאמיר דא נאכאמאל איבערשרייבן דעם מזל 'ארי', און אויך פרובירן צוצולייגן מקורות, און אויך פרובירן עס צו שרייבן אויף למעשה. אבער מער אות ביי אות און דער הייליגער באשעפער זאל מיר העלפן אז עס זאל ארויסקומען פון אונטער מיינע הענט נאר גוטס.

1) די שפיץ פון א ארי' איז די ענין פון 'להראות', זיך צו ווייזן. זיך ארויסצוברענגען. אזא סארט 'גאווה' פון ארויסברענגען דעם אייגענעם שבח. אזא סארט 'תפארת שבמלכות'. די באלבאס פון מזל ארי' איז 'חמה'. דער אבן עזרא שרייבט אויף 'חמה' ' ההדר והיופי'. דו קומסט אריין אין א ביהמ"ד און דו זעהסט אז אלעס צוזאמעןברענגט ארויס א געוואלדיגע שיינקייט, גארנישט איז צופיל און נישט צו ווייניג, די מידה פון 'תפארת'. עס ברענגט זיך ארויס אין הארמאניע, די מידה פון תפארת שבמלכות. דאס צייגעניש, און אויך די מעשים זייערע זענען אזוי. און אויך זוכן זיי דאס ארום זיי. זייער הויז, זייערע קינדער, זייערע בגדים, זייער שריפט, דאס רעדן. ההדר והיופי.

מזל 'ארי' האט די נאטור אדער די קענטעניס ארויסצוברענגען פון זיך 'א טיפע יראת כבוד אין דעם וואס זעט אים'. דאס איז דער 'זוהן'. ההדר והיופי.

2) מזל 'ארי' האט א שטארקע זעלבסט-זיכערקייט. דער אבן עזרא שרייבט אויף חמה ' והגבורה'. ער האט די זעלבסט-זיכערקייט. פעסט מיט זיך. פארשטייט זיך אז ס'ווענט זיך וויפיל קאמפלימענטן מ'באקומט. ווייל ווי מער קאמפלימענטן אלץ מער בויט זיך די נפש הארי' וואס ווערט נתעורר פון פארציילן די שבח. און קאמפלימענטן מיינט נישט דוקא "ווי שיין מ'איז" נאר ווי שטארק מ'האט א חלק אלוק ממעל. ווי שטארק מ'איז חשוב אלץ יודיש קינד. דאס וועקט אויף זייער נפש.

3) דער אבן עזרא שרייבט אויף 'חמה', הדעת והבינה... ובקש מעלות גבוהות. מזל ארי' האט ליב ארויסצוברענגען פון זיך 'ערוואקסנקייט', אפילו ווען עס איז נאך יונג. דאס איז אויך די זעלבע ענין פון 'התראות'. זיך ווייזן, זיך ארויסברענגען. און ער וועט ארבעטן אנצוקומען צו שלימות. און דאס איז ווייטער די ענין פון 'התראות'. זיך ארויסצוברענגען מיט א שלימות. און ער וועט זיך זייער איבערגעבן פאר זיין ארבעט, און דאס איז די זעלבע סיבה: בקש מעלות גבוהות. די ענין פון הצלחה איז די ענין פון 'התראות'. ער דערליידט נישט קיין דורכפאל, אפילו אויב ער איז נישט שולדיג.

4) דער ענין פון ' הדעת והבינה ובקש מעלות גבוהות' איז מסובב דעם ענין פון ארייננעמען מער 'חשבונות' ווען ס'קומט אויסצורעכענען וואס צו טון. ווייל זיי ווילן אז וואס זיי טוען זאל זיין אין א העכערע לעוועל ווי סתם.

5) דער אבן עזרא שרייבט אויף 'חמה': גם יורה על התורות והחוקים וחיבור הקהל, אז עס ווייזט אויף זאגן וואס צו טון. און צאמנעמען דעם ציבור. ע"כ. אין מלך בלא עם. מזל ארי' איז משפיע אז מ'זאל צוציען צו זיך אנדערע, מ'זאל זיך שאפן חסידים וואס פאר זיי קען מען זיך ווייזן.

6) מזל ארי' האט א השפעה אז ארומיגע מענטשן זאלן אים אננעמען אלץ איינער וואס האט א דיעה, א בר סמכא. דאס הייסט אז די אופן פון 'התראות' איז אויך אלץ איינער וואס האט די ווארט. דער אבן עזרא שרייבט אויף חמה: גם יורה על התורות והחוקים וחיבור הקהל. ס'איז נישט נאר די ענין פון סתם זיך ווייזן ווי קריעטיוו מ'איז, נאר אויך אלץ דער פוסק אחרון. דער וואס מאכט אפ. אויף חמה שרייבט דער אבן עזרא: ומבני האדם, המלכים, והשרים, והיועצים.

7) מזל ארי' האט אין זיך עקשנות. אז איינמאל ער איז מחליט וועט ער נישט טוישן דערפון. דער אבן עזרא שרייבט אויף מזל ארי' עומד בדיבורו. און פון דעם קומט דאס ליב האבן זיך מווכח זיין אויף זיינע יסודות. ווייל עומד בדיבורו + התראות + בר סמכא = וויכוח. און פון דעם קומט דאס האלטן אז מ'טוט גוט, און אז אזוי פונקטליך דארף מען טון. דאס איז אויך אין די כלל פון ' התראות'. און א גוטע ארבעט פאר זיי איז דארט וואו עס פעלט אויס צו זאגן א דיעה, א הכרעה. המלכים והשרים והיועצים. זיין די מענעדשער אויף א קאמפעני. די מנהל אין א ישיבה.

8) מזל ארי' איז א מזל אש. ער האט אין זיך ענערגיע. מזל ארי' איז א זכר. א שטארקע רצון. אש. לעבעדיגקייט. שטרעבונגען. אין איין ווארט: חמה. דער זוהן.

9) מזל ארי האט אין זיך די ענין פון 'כעס'. אזוי שרייבט דער אבן עזרא אויף מזל ארי'. און ער רעגט זיך ווען איינער האלט אנדערש ווי זיין דיעה. אבער בדרך כלל איז ער נוח לבריות. דאס קומט אלעס פון די שפיץ פון: התראות. אדער פון גם יורה על התורות והחוקים. "איך זאג וואס צו טון און דו פאלגסט נישט".

10) עס גייט זיי נישט אזוי אן אז דו זאגסט זיי וואס זיי זאלן יא טון. ווייל זיי פיהלן סייווי גוט מיט זיך

11) דער ענין פון 'חמה', דער ענין פון 'התראות', דער ענין פון ומבני האדם, המלכים, והשרים, מאכט אז זיי זאלן קוקן אויף זיך אליין וואס זיי ווילן טון אין זייער לעבן. ווייל די התראות איז נישט פון נאכמאכן אנדערע, נאר זיך אליין ארויסצוברענגען, סאו, דארף מען זיין זיך אליין. אזוי ווי דער זוהן וואס האט איר אייגענעם ליכטיגקייט.

12) מזל ארי' איז משפיע די ליבשאפט צו געוועלטיגן. המלכים, והשרים. און דערפאר האבן זיי ליב ארויסצוהאבן די פאליטיק פון אזאך, ווער עס איז דער וועם מ'דארף מכניע זיין. און זיי האבן נישט ליב קיין חוצפה אדער זלזול. האט נישט ליב אז איינער געוועלטיגט אויף אים. דאס איז אלעס די ענין פון 'זיך ארויסברענגען'.

13) דער אבן עזרא שרייבט אויף חמה: ורב התאווה. א חלק פון מזל ארי איז דאס ענין פון 'ענדשויען לעבן'. האבן ליב צו מאכן א לעבן. דאס קומט פון 'חמה', חמה איז וואס איז "משפיע" לעבן. אויף מזל ארי' שרייבט ער: אוכל הרבה, ומתאווה לכל מאכל. האט ליב צו עסן און גלוסט צו עסעריי, אזוי שרייבט ער. די נקודה דערפון איז נישט דוקא עסן, די נקודה דערפון איז די ענין פון 'תענוג'. להתענג על ה'.

14) זיין 'לב' איז וואס איז טיילט אים איין וואס צו טון.

15) מזל ארי' האט אין זיך די ענין פון 'אחריות'. נישט אומזיסט שרייבט דער אבן עזרא אז עס ווייזט אויף שלוחים. זעהט אויס אז מ'ווייסט וועם צו קלויבן. שלוחים דארפן זיין אחריות'דיג.

16) מזל ארי' און זיין באלבאס חמה זענען משפיע די ענין פון קריעטיוויטעט. דער אבן עזרא שרייבט: ומן האומנות - צורפי הזהב והכסף ומעשה הנזר. עכ"פ, מזל ארי ווייזט אלעמאל אויף קריעטיוויטי. חמה ווייזט דאך אויף קריעטיוויטי. די נפש ווערט ארויסגעברענגט ביי זיי דורך קריעטיוויטעט.

17) מזל ארי' ווייזט אויך אויף משפחה, וואס דערפאר איז דאס ביי זיי אזא שטארקער עיקר. די בית החמישי, די פיפטע הויז, איז אקעגן מזל ארי', און עס ווייזט אויף קינדער. דער אבן עזרא שרייבט אויף הבית החמישי: יורה על הבן, והמזל, והמאכל, והמשקה, והמלבוש, והתענוג, והדורונות, והשליח, והתבואות, ואוצרות האב. עס ווייזט אויף קינדער, מזל, עסן, טרונקען, קליידונג, תענוג, מתנות, שליח, תבואות, און אוצרות פון טאטן.

איז מזל ארי' ווייזט אויך אז עס זאל זיך ארויסברענגען די משפחה אויף א גוטע אופן. זיי וועלן אינוועסטן עד עומק הלב מיט'ן גאנצן ערענסטקייט און געטריישאפט אז אלעס זאל ראנען גוט אין די משפחה. (און זיי ערווארטן אז זייער שותף זאל אויך אזוי טון) און דא קומט אויך אריין ' ובקש מעלות גבוהות'. לאמיר געדענקען: אויב קיינער געט זיי נישט קיין קאמפלימענט, וועלן זיי דען פיהלן אז זיי ברענגען זיך ארויס? זיכער נישט. עס איז די "wow, הערליך, אזאנס קען זיך באווייזן פון דיר", וואס זיי דארפן כסדר. און אויב זיי באקומען עס נישט, פיהלן זיי טאקע ווי זייער נפש גייט איין. זיי קענען ווערן גאנץ שטארק אראפגעקלאפט פון דעם אז מ'זאגט זיי נישט דאס, ארויסצוברענגען זייער נפש. אין מלך בלא עם.

18) מזל ארי' ברענגט נישט אזוי ארויס די געפילישע זייט פון זיך. פארוואס? ווייל געפילן איז עפעס וואס מאכט שוואך, מאכט ווייניגער מלך, ווייניגער שר. איז נישט אזוי 'מעלות גבוהות'. הגם דאס איז נישט אזוי ווייט ביי 'לבנה בארי'. ווייל סוף סוף איז עס דאך 'לבנה'.

19) מזל ארי' קען האבן אין זיך 'גאווה'. זיך צו הויעך שאצן. נאכיאגן כבוד און שררה. און א איגו. דאס קומט פון צופיל 'זיך ארויסברענגען'. צופיל 'התראות'.

20) מזל ארי איז משפיע אז מ'זאל וועלן זיין אין צענטער פון זאכן. אזוי ווי דער זוהן וואס איז אין צענטער. וחיבור הקהל. איך מאך א אסיפה, איך גיי זיין דער אנפירער דערפון, יעדער גייט הערן מיין דיעה. אזוי ווי דער זוהן וואס איז מאציל מאורו. (דבק מא"ח)

21) זיי קענען שטארק משפיע זיין. לאמיר געדענקען: ארי' איז א זכר. חמה איז אויך א זכר. משפיעים. און חוץ מזה וואס מזל ארי' בכלל איז די רצון צו משפיע זיין. ג ם יורה על התורות והחוקים וחיבור הקהל.

22) מזל ארי' האבן מער ווי געווענליכע אומץ הלב. "פעסטע הארץ". שטארקייט. דער אבן עזרא שרייבט אויף חמה: אז ס'האט אין זיך די ענין פון ' גבורה'.

23) דער אבן עזרא שרייבט אויף 'חמה', הדעת והבינהזיי האבן אין זיך אזא פארשטאנד צו וויסן וואס צו טון.

יעצט, מ'קען צעטיילן מזל ארי' אין עטליכע שפיצן. און מ'דארף דאס גוט געדענקען ווען ס'קומט צו מזל ארי'. ס'דא די השפעה פון וועלן געוועלטיגן וואס דערפאר האט עס אזא סארט זיכערקייט אין זיך, און אחריות אין זיך. און אין די זעלבע רגע די השפעה פון פשוט זיין קריעטיוו. און אין די זעלבע השפעה די ענין פון תאוות, ותענוג, און עס ווייזט אויף אויף די קינדער. און אין די זעלבע השפעה די ענין פון וועלן באקומען קאמפלימענטן. אלעס קומט זיך צאם צו די ענין פון 'מלכות'. תפארת שבמלכות. די ענין פון 'זיך ווייזן דעם נפש פאר ארומיגע און אויך פאר זיך אליין'.

איך מאך א מסיבה, וואו איך וועל זאגן מיין דיעה, און יעדער גייט עס אויסהערן אלץ די לעצטע ווארט, איך וועל דארט געבן גוטע עסן און גוטע געטראנקען, איך וועל דארט ווייזן פאר יעדעם מיינע מאלערייען, און אויך מיינע גוטע מחונך'דיגע קינדער.

ס'איז נישט אז מ'רעדט דא פון א הארטע מענטש וואס זוכט שליטה. נאר ס'איז עפעס אזא סארט בחינה פון די זוהן.

יעצט, ווען עס קומט צו 'לבנה בארי' האט עס אין זיך די השפעה פון מזל ארי', די השפעה פון חמה, און אויך די השפעה פון לבנה. די שפיץ פון 'לבנה בארי' איז אז די נפש הלבנה, דהיינו: דאס וואס מ'רופט געווענליך: נפש, דהיינו: די מידת המלכות אינעם מענטש, די מידת המקבל. דאס איז געבויט ארום דעם ענין פון 'חמה'. מיין איך. מיין נפש. מידת תפארת שבמלכות.

וואס האט אויפגעוועקט די 'לבנה בארי' צו פיהלן אז ס'עקזיסטירט? די ווערטער: wow, קוק ווי גוט דו קענסט, קוק ווי גוט דו ביסט. יעדע אזא קאמפלימענט, האט דאס אויפגעבויט. וואס נאך האט דאס אויפגעבויט? יעדע געלעגנהייט צו פיהלן אז 'איך טייל איין'. האט עס געמאכט פיהלן אז איך עקזיסטיר. קומט אויס אז די נפש פון א 'לבנה בארי' איז געבויט ארום דאס ענין פון: מיינע קענטעניסן וואס מאכן מיר פיהלן אז איך עקזיסטיר.

ווען מיר ווילן דילן מיט א לבנה בארי' דארף מען אכטונג געבן נישט אראפצוקלאפן דעם עצם נפש, נאר רעדן מיט כבוד. אנדערע נפשות מוזן נישט באשטיין פון דעם ענין פון 'ההדר והיופי וביקוש מעלות גבוהות'.

פאר א 'לבנה בארי' און פאר חמה בארי' אויך קען מען מסביר זיין אז די נפש פון א מענטש באשטייט נישט דוקא פון הצלחות, נאר די עצם אז איך האב א חלק אלוק ממעל, און אז איך בין א יודיש קינד, דאס אליין איז 'ההדר והיופי'. דאס אליין איז 'מעלות גבוהות', דאס אליין איז 'עושר', דאס אליין איז 'מלכות'.

אדער: טרעף א וועג וויאזוי מ'קען זיין א מושל ושליט, אבער מיט גוטסקייט. "יענער וועט דיך סך מער וועלן ווען דו וועסט זיין גוט צו אים, ווי סתם געוועלטיגן אויף אים". און מ'דארף אויך וויסן אז א בת מזל ארי' איז אנדערש ווי א בן מזל ארי'. ווייל א בת מזל ארי האט אין זיך די ענין פון וועלן אז דער מאן זאל זיין דער מלך, ווייל איך בין דאך דער מלכה.

איך קלער אז ארבעטן אויף עניוות, און אראפקלאפן גאווה, דארף מען אכטונג געבן ווען עס קומט צו מזל ארי', סיי וואו מזל ארי' איז אין די פלאנעטן. ווייל די עצם ארי' איז געבויט ארום די ענין פון גאווה. מ'דארף עס אפשר בעסער אויפבויען, דהיינו, אז מיר זענען אשת חבר כחבר, א בן מלך, אבער די געפיל פון מלך ושר, די געפיל פון 'ההדר והיופי והמעלות גבוהות', דאס דארף בלייבן.

ס'איז א טעות פון א מענטש צו אראפקלאפן כדי צו בויען. ביי א מזל ארי' דארף מען דייקא טרעפן די נקודות טובות.

והשם הטוב יעזור
דערפאר קענען זיי דעוועלעפן נארסעסיסים
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4925
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אבי מען שׁמייכלט האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:
אבי מען שׁמייכלט האט געשריבן:
אליעזר ווייס האט געשריבן:
וואלט געווען שייך ארויף צו לייגען א pdf פין אלע ארטיקלען ביז דא פין @נשמה ?
ווייסט עפשער צו עס איז שוין ארויס געקומען?
נאכנישט.
איך האב געהאט אנגעהויבן צו ארבעטן אויף איינס, אבער ס'איז אויף האלד עז אף נאו. בעז''ה בקרוב גיימיר זיך צירוק נעמען דערצו. (חוץ אויב איינער וועט אויסכאפן...)

איך האב געטרייט צו לייגן א pdf אבער עס קומט ארויף "ערראר די פייל איז צו גרויס", איך וועל מסתם לייגן א google drive לינק
ש'כח פארן אויסכאפן. א דרייוו לינק איז אויך גוט. מ'ווארט מיר.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
פארפאסונג
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 06, 2022 11:42 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפאסונג »

נשמה האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
עס איז דא די וועבזייטל My Natal Chart זיי האבן גאר אסאך אינטערסאנטע אינפארמאציע איבער דעם ענין.

הרב נשמה, קען איך ביטע בעטן א אפשאצונג אויף א חודש אייר?
בעזרת השי"ת וועל איך דא אראפשרייבן א אייר, שור, יסוד העפר.

איך שרייב נאך פארשטייט זיך דעם ספר. און איך שרייב לויט וויאזוי איך זעה אז ס'שטומט צו זאגן אויף א אייר.

אוי חדשים חדשים, דו האסט אן השפעה אויפן מענטש? אויף די אופן וויאזוי דער מענטש ווירקט מיט זיין גוף. דו האסט אן השפעה אויפן מענטש. כך ברא הקב"ה. אזוי האט ער געוואלט.

די ערשטע זאך וואס ער שרייבט דא איז א אייר איז א שטארקער טייפ. שטארק און שטיל. איך זעה פאר מיר אלץ סימבאל א זויל פון א ביהמ"ד. בכלל א בים. שטארק, אבער שטיל. א בים וואס האלט אונטער. ער איז דאהי. ער שטייט מיט ביידע פיס אויף דער ערד. א אייר ווייסט קלאר וואו ער וויל אנקומען. אלעס איז ביי אים מיט א קלארע גוט דורכגעטראכטער פלאן פון פאראויס. וואס מיינט ער ווייסט קלאר? ער האט נישט קיין ספיקות? ס'מיינט אז רעלאטיוו צו אנדערע טייפס איז ער מער אז ער ווייסט וואס ער וויל. טראכט פון א - צום ביישפיהל - סאודע באטל וואס דו זעהסט שווימען מיט די כוואליעס, ער איז נישט אזוי. ער איז ערגעץ אהינגעשטעלט.

יעצט וועלן מיר אריבערגיין צו די צווייטע זאך וואס ער שילדערט דעם אייר. פון אלע טיפן איז ער דער טייפ וואס האט דאס מערסטע געדולד. וואס מיינט עס? ס'מיינט אז פון אלע קארן וואס זיצן אין "טרעפיק" און ווארטן אז מ'זאל שוין אנקומען, זיצט ער די רואיגסטע און ער ווארט ווילאנג עס דערגרייכט זיין רייע. ער קען זיין אומגעדולדיג, דהיינו ער וויל שוין. יא, אבער ער דערליידט אסאך. און דער אייבערשטער זאל העלפן נאר דערליידן גוטע זאכן.

א אייר איז זייער תמידיות'דיג. איינמאל ער האלט אז אזוי און אזוי דארף מען טון כדי אנצוקומען צו א זאך, גייט ער אנהאלטן, און אנהאלטן, (לייג צו נאך אפאר מאל) ביז ער דערגרייכט עס. א אייר איז נישט א עקשן פאר יענעם, ער איז אריינגעשטעלט אין עקשנות, עס עקשנ'ט זיך אים אנצוקומען און דערגרייכן. נישט דוקא א עקשניות'דיגער טיפ. ער ווערט נישט שוואך פון קריטיק. ער לאכט זיך אויס פון קריטיק. קריטיק צעברעכט אים נישט. יא, קריטיק טוט אים וויי, יא. אבער עס צעברעכט אים נישט. עס שטעלט נישט א שטיין אין זיין וועג. איך טראכט פון די קליינטשיגער בעל חי וואס גרובט און גרובט און אפילו ס'פאדערט כוחות, און אפילו אויב מיט יעדע מאל קומט ארויס נאר א קליין ביסל זאמד וואס ווערט אוועקגענומען פון די לעכל, מיט דעם אלעם...

א אייר איז קיינמאל נישט דער סארט טייפ וואס איז אנגעצויגן און נערוועז. איך רעד אלץ טייפ אויס. ס'איז אזא עקשנות'דיגע קארעלע וואס קומט עווענטואל אן. זיינע קינדער קענען אים גיין - וואס ביי מיר וואלט געווען - נערווען. ממש נערווען. אבער ער גארנישט. ער דערליידט. ער דערליידט זאכן וואס א צווייטער וואלט ממש געשפרינגען פון די הויט. אבער ער דערליידט. און דערליידט, און דערליידט. ער איז נישט דוקא א שטאטער, ער רוקט זיך פאראויס אפילו ווען ס'שטאט.

א אייר האט זיך ליב זיין אויפגעסעטע סיסטעם, קום נישט אריין צו א אייר און טויש די אופן וויאזוי ער האט עס אוועקגעשטעלט. אלעס האט ער מסדר געווען מיט זיין פערזענליכע געפיל. ער האט נישט ליב אז מ'זאל אים טוישן וואס ער האט זיך שוין צוגעוואוינט. און אויב דו גייסט אים ארויסנעמען פון די כלים מיט א כוונה אים אויפצורעגן, גייט ער ווערן גאנץ ווילד. ווילאנג מ'געט זיך אונטער און מ'טרעט צוריק פון אים.

א מזל אייר איז געווענליך קען מען לעבן מיט אים. אבער פארשטייט זיך ווי פריער געשמועסט: ער האט זיך זיינע... וויאזוי ער וויל.

א אייר איז א ביישן בטבע. אפילו אויב ער וועט דאס דורכברעכן און ארויסקומען ברבים, איז ער אבער אינערליך צוריקגעצויגן און שעמעדיג. און דערפאר קען ער אנטוויקלן לאו סעלף עסטים. אבער ווען מ'הייבט אים זאגן, און ער אנערקענט, אז ער האט א שטארקע כאראקטער קומט ער ארויס פון זיין לאך.

א אייר האט ליב זיך אויפצובויען זיין פארמעגן. כדי מ'זאל אים מער ארויפקוקן. ער האט ליב צו זיין פאפולער.

א אייר האט נישט ליב ארעמקייט. ער דערליידט נישט אז ס'פעלט פון אים. ער גליסט און וויל.

א אייר איז נישט קאמפליצירט. ער איז זייער אפן. איך וואלט געזאגט זייער זייעראפן. ער ווייסט נישט וויאזוי זיך צו באהאלטן. אלעס איז ביי אים אויפן טיש. ער קומט ארויס מיט זיין גאנצע אינערליכקייט און לייגט עס אראפ אויפן טיש. דו שפירסט ווי דו רעדסט מיט זיין נפש.

א אייר האט ליב צו זעהן זאכן מיט א געוואלדיגע קלארקייט. און ער זעהט זאכן מיט א געוואלדיגע קלארקייט. פונקטליך, דעם גאנצן בוים ביז די קלענסטע צווייגעלעך. און צווייג-צווייגעלעך.

א אייר קען צומאל צו שנעל מאכן אן החלטה וואס קאסט אים א פיינעם פרייז.

א אייר איז זיך קיינמאל נישט מייחס צו א מענטש לויט וויאזוי דער מענטש ערשיינט מיט זיין פערסאונע. צום ביישפיהל, ער גייט נישט פאלן דעם דיין צו די פיס, דשאסט ווייל ער איז אזא פערסאנע פון א דיין, אדער א רב. ער קען זיך מייחס זיין צו א - ווער עס קוקט אויס - אפגעריסענער, מיט א געוואלדיגע הערצה. און ווייטער צו א - וואס קוקט אויס - חשוב, מיט א סתם געווענליכן יחס. ער ווערט גאר ווייניג נתפעל פון א פערסאנע.

א אייר איז געווענליך א ברייט ביינערדיגער מענטש. און היפש א בעל כח. ער איז קיינמאל נישט איינגעבראכן, איינגעמאכט. ניין, ער האט א פיזישקייט אין זיך. ער קען טון יעדעס מין ארבעט, כמעט.

א אייר האט ליב סדר.

א אייר האט ליב צו העלפן מענטשן מיט צדקה. פון זיין אייגן געלט.

א אייר האט הנאה פון אויסגעבן זיינע שווער פארדינטע געלט. בטבע איז ער גאר א ברייט הארץ. ער פארגינט גאר שטארק. די בעסטע זאך פאר א אייר איז צו מאכן א "מלווה מלכה" וואו מ'קומט עסן. און ער זיצט צוזאמען מיט'ן עולם און האט הנאה אז דער עולם האט הנאה. דאס איז צוויי? לאו דוקא. דאס קען אויך זיין אייר. א אייר האט זייער ליב די הארמאניע וואס שפירט זיך ווען ער רופט צאם אסאך מענטשן און מ'עסט צוזאמען. בכלל ער האט ליב הארמאניע.

און ער ווייסט וויאזוי צו היטן אויף זיין פארמעגן.

א אייר וויל זייער שטארק פילן דעם 'אני לדודי ודודי לי'. ער גייט אלעס טון אויף דער וועלט אז דער 'אני לדודי ודודי לי' דער געפיל אז איך באלאנג צו דיר און דו צו מיר זאל ביי אים זיין. ער גייט אויס צו טרעפן א געוויסע באהאלטענע נקודה אין זיין בן זוג, וואס דאס גייט אים געבן א געוויסע טיפע געפיל פון ליבשאפט און נאנטשאפט, ווארעמקייט, און גוטע געפילן. ער גייט אלעס טון אז דאס זאל זיין. דער 'אני לדודי ודודי לי'. איך בין פאר דיר, און דו פאר מיר.

א אייר קוקט זייער ארויף זיינע קינדער, און ער טוט אלעס פאר זיי אז ס'זאל זיי זיין גוט. ער געט ארויס פון זיך צו זיינע קינדער אזא ליכטיגע ליבליכע ענערגיע. אבער צומאל קומט ער ארויס מיט זיין פעסטקייט, און זאגט "ניין, טאטי לאזט נישט, טאטי קען שלאגן אויך אויב ס'פעלט אויס". ס'איז אזא סארט צאמשטעל פון אויסטערלישע ליבליכקייט מיט פעסטקייט. אזא סארט ניינער מיט א אכטער פליגל. איין מינוט. פשוט, נישט ניין, נישט אכט, אייר.

אפילו אויב א אייר וועט מוזן זיין אין א פאזיציע פון נוצן מאכט, געוועלטיגן, וועט ער אבער זיין גאר געשמאק. ווייל ער גייט נישט סתם אזוי נוצן 'געוועלטיגונג', דשאסט פאר די זאך אליין.

א אייר פארשטייט וויאוי צו פירן געלט. דאס הייסט ער האט א געפיל צו די גאנצע ענין פון 'הוצאות והכנסות'. געלט ענינים. נישט פשט אז ער קען נישט אויסגעבן צופיל געלט. פשט איז, אז ער האט א געפיל צו געלט ענינים. עס קומט אריין אזויפיל, און עס גייט ארויס. טשעיס עפפ וכו'.

איין זאך נאר, א אייר האט נישט ליב קריטיק. און ער ווערט זייער שטארק געטשעפעט אויב עס געלונגט אים צו טשעפענען. עס פעלט נישט אויס צו מסביר זיין וואס איך האב געזאגט. זייער פשוט: ער האט נישט ליב קריטיק. דארף מען אכטונג געבן וויאזוי מ'זאגט עס. הגם ער קען זיך פיין אויסארבעטן די מידות, ווייל ער האט זייער אסאך געדולד.

א אייר קען נישט אנגיין אויב האט ער נישט פון וואו צו נעמען געלט. ער ווערט מורא'דיג צעקלאפט אויב האט ער נישט פון וואו צו נעמען געלט. פון וואו צו האבן געלט. פארשטייט זיך אז דאס מאכט אים ארבעטן נישט קיין חילוק מיט וואס, קודם ארבעטן, נאכדעם עט מען זעהן צו מ'קען טרעפן עפעס בעסער. אבער קודם דארף זיין געלט.

ווילסט אפקויפן א אייר, א גוטן פרישטיג וועט עס מאכן.

א אייר רעדט שנעל. ווייל ער כאפט שנעל. אבער דאס מיינט נישט אז ער טעטיגט שנעל. עס קען אויסקוקן אז ער טוט זאכן שנעל. אבער ס'איז נישט אזוי. אויף למעשה טוט ער גאנץ שטאט. הגם ער רעדט שנעל.

א אייר האט ליב 'פראקטישקייט'. אפילו אויב ער האט אויך ליב עסטעטיש, שיין, בא'טעמ'ט, מיט דעם אלעם איז ער קודם געשטעלט אויף פראקטישקייט.

א אייר איז זייער א נייגעריגער.

א אייר האט ליב רואיגקייט. מיט דעם אלעם וואס ער האט געדולד. מיט דעם אלעם האט ער ליב רואיגקייט. נאר וואס דען, זאכן שטערן אים נישט אזוי. אבער ער האט נישט ליב שטורמישקייטן. אפילו א שטורמישע דרשה וועט ער אויך נישט אזוי ליב האבן. ער האט ליב א שטילע איינגענעמע דרשה.

א אייר קען מורא'דיג שנעל צוריקענטפערן, מורא'דיג שנעל, און גאנץ שארף. ווען מ'רעגט אים אויף. ביז ווי וואס ווען, און דו ביסט אנגעטרעטן. פארשטייט זיך נאר אויב מ'האט באוויזן אים אויפצורעגן, אזאך וואס גייט נישט אזוי שנעל. ווייל זיי זענען שטארקע מוותרים. און אפילו ווען זיי זענען אויפגערעגט, האלט עס נישט אן צו לאנג.

א אייר האט זייער ליב צו שענקען פאר מענטשן זיין שמייכל.

והשם הטוב יעזור.
הערשט יעצט אריינגעטוהן אין דעם געהענגל, וואר און גראדזעצליך געשריבן, מיר זייענדיג גוט אויסגעקאכט דעראין.

א אייר קען אויכט זיין א עקסטרעמע אומפארגינער קעגן נאנטע פאמיליע מיטגלידער, און קען קאָסטן א טייער פרייז פון צוגרונדלייגן נאנטע ביזן טויט. דאס איז דייקא א ״אייר״, וואס כאטש אנדערע זענען אומפארגינער וועלן זיי נישט לייגן געוויכט פון אפּווישן א צווייטן זיך צו בויען.

ברוך שאמר. הכל מעשה בראשית העושה גדולות עד אין חקר. והשם הטוב יעזור
אבי מען שׁמייכלט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 07, 2022 12:13 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי מען שׁמייכלט »

איל משולש האט געשריבן:
אבי מען שׁמייכלט האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:
אבי מען שׁמייכלט האט געשריבן:
אליעזר ווייס האט געשריבן:
וואלט געווען שייך ארויף צו לייגען א pdf פין אלע ארטיקלען ביז דא פין @נשמה ?
ווייסט עפשער צו עס איז שוין ארויס געקומען?
נאכנישט.
איך האב געהאט אנגעהויבן צו ארבעטן אויף איינס, אבער ס'איז אויף האלד עז אף נאו. בעז''ה בקרוב גיימיר זיך צירוק נעמען דערצו. (חוץ אויב איינער וועט אויסכאפן...)

איך האב געטרייט צו לייגן א pdf אבער עס קומט ארויף "ערראר די פייל איז צו גרויס", איך וועל מסתם לייגן א google drive לינק
ש'כח פארן אויסכאפן. א דרייוו לינק איז אויך גוט. מ'ווארט מיר.
https://drive.google.com/file/d/1-XAbga ... sp=sharing
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4925
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אבי מען שׁמייכלט האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:
אבי מען שׁמייכלט האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:
אבי מען שׁמייכלט האט געשריבן:

ווייסט עפשער צו עס איז שוין ארויס געקומען?
נאכנישט.
איך האב געהאט אנגעהויבן צו ארבעטן אויף איינס, אבער ס'איז אויף האלד עז אף נאו. בעז''ה בקרוב גיימיר זיך צירוק נעמען דערצו. (חוץ אויב איינער וועט אויסכאפן...)

איך האב געטרייט צו לייגן א pdf אבער עס קומט ארויף "ערראר די פייל איז צו גרויס", איך וועל מסתם לייגן א google drive לינק
ש'כח פארן אויסכאפן. א דרייוו לינק איז אויך גוט. מ'ווארט מיר.
https://drive.google.com/file/d/1-XAbga ... sp=sharing
ש'כח.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

תשרי האט מען שוין באשריבן?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פארפאסונג האט געשריבן:
הערשט יעצט אריינגעטוהן אין דעם געהענגל, וואר און גראדזעצליך געשריבן, מיר זייענדיג גוט אויסגעקאכט דעראין.

א אייר קען אויכט זיין א עקסטרעמע אומפארגינער קעגן נאנטע פאמיליע מיטגלידער, און קען קאָסטן א טייער פרייז פון צוגרונדלייגן נאנטע ביזן טויט. דאס איז דייקא א ״אייר״, וואס כאטש אנדערע זענען אומפארגינער וועלן זיי נישט לייגן געוויכט פון אפּווישן א צווייטן זיך צו בויען.

ברוך שאמר. הכל מעשה בראשית העושה גדולות עד אין חקר. והשם הטוב יעזור
די אומפארגינערישקייט קומט פון אומריכטיגן נוגה באנוץ. דער באלבאס פון שור איז נוגה, דער אבן עזרא זאגט: מתקן נפש המתאווה. די תאווה צו זיין פארזיכערט מיט תאווה, קען דאס ברענגען.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אין פרשת בא שטייט אז פרעה האט געזאגט פאר משה און אהרן, ויאמר אלהם יהי כן ה' עמכם, כאשר אשלח אתכם ואת טפכם ראו כי רעה נגד פניכם.

רש"י זאגט ומדרש אגדה שמעתי, כוכב אחד יש ששמו רעה. אמר להם פרעה, רואה אני באיצטגנינות שלי, אותו כוכב עולה לקראתכם במדבר, והוא סימן דם והריגה.

וכשחטאו ישראל בעגל ובקש הקב"ה להרגם אמר משה בתפלתו (שמות לב) למה יאמרו מצרים לאמר ברעה הוציאם זו היא שאמר להם ראו כי רעה נגד פניכם מיד וינחם ה' על הרעה והפך את הדם לדם מילה שמל יהושוע אותם וזהו שנאמר (יהושע ה) היום גלותי את חרפת מצרים מעליכם שהיו אומרים לכם דם אנו רואין עליכם במדבר

דער אבן עזרא אין זיין ספר ראשית חכמה שרייבט אז שבתאי איז די מזל וואס איז ממונה אויף יודן. און אין נאך ספרים שטייט אזוי.

יעצט, דער בעל הטורים ברענגט פונעם רוקח אז דער 'רעה' מיינט די פלאנעט מאדים. וואס איז סימן דם והריגה. יעצט, האב איך געוואלט זעהן די אויסשטעל פון די מזלות שנת ב' אלפים תמ"ח לבריאת העולם, יענע צייט וואס די יודן זענען ארויס פון מצרים, און יא, מ'זעט א מבט נוכח צווישן מאדים, און שבתאי. דאס הייסט אז מאדים רוקט זיך מער און מער כנגד שבתאי. די אנהייב פון מזל מאדים אקען שבתאי אין יאר 1313 BC, איז אויסגעקומען אין מצרים געגנט, די נאכט פון שביעי של פסח. א מבט נוכח מיינט ' כנגד'.

דאס קען זיין האט ער געזאגט: ראו כי רעה, דהיינו: מאדים, איז נגד פניכם.

אינטערעסאנט

נאך איז אינטערעסאנט אז יז בתמוז תמח ווערט א מבט שלישית צווישן מאדים און שבתאי. יז בתמוז איז געווען די מעשה פון צעברעכן די לוחות.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4925
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

נישט אז אונז דארף מיר צוקומען צו חשבונות, אבער פארט אן אינטערעסאנטע אנמערקונג.

שכח!
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2058
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

נשמה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:24 pm
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ס'דא א "ספר" וואס רעדט פון די חדשים, פון איינעם מרדכי מזרחי.

איך וויל שרייבן וואס ער שרייבט וועגן א כסליו, א קשת.

ער שרייבט אז א כסליו - קשת, ווילן זיין באפרייט פון שיעבודים, און פון צוימונגען. אפילו אויב א כסליו וועט טון אלע שיעבודים, און ליב האבן א אויסגערעכנטע סדר, און ער איז אנגעצויגן צום תכלית, גייט עס אבער צו אזוי: איך האב נישט קיין געדולד יעדע מאל צו באצאלן די ביל, מ'קען נישט מאכן אז ס'זאל לויפן אטאמאטיש יעדע חודש? באצאלן די ביל, יא. אבער וויל ווערן באפרייט פון די שיעבוד פון דארפן צאלן יעדע חודש. געדענק, א מענטש קען אסאך מאל ארבעטן שווער אבי נישט צו האבן שפעטער קיין שיעבודים, און אחריות, אבי זיך נישט צו דארפן אנשטרענגען שפעטער. "עס לוינט צו האבן א אייגענע הויז, אבי נישט צו זיין אונטער יענעם" עס לוינט זיך יעצט צו יאגן, אבי שפעטער צו קענען זיין פויל, פריי, פרייליך און גוטמוטיג.

די מיינד פון א כסליו איז אז א עוולה טאר נישט געטון ווערן. "וואס הייסט דו האסט אים בא'עוולה'ט? ער האט נישט מורא זיך צו שלאגן דערפאר "ס'קומט זיך מיר די געלט, וואס הייסט ביסט מיר שולדיג"

זיי ווערן זיי זייער שנעל און טיף געטשעפעט און גייען עס נישט פארגעסן.

זיי האבן נישט ליב אויסצואווארטן די ענדע פון טאנעל. "שולדיג? וויאזוי גייט מען עס באצאלן?"

זענען אפטימיסטיש. פונקט ווי מ'קען טראכטן אז ס'גייט זיין נעגעטיוו, קען מען טראכטן אז ס'גייט זיין גוט. פארוואס דארף מען טראכטן אז ס'גייט זיין נעגעטיוו, ס'מאכט סתם בעצבות. מ'דארף האפן צו השי"ת. אפטימיסטיש. מאכן פרייליך זיך, מאכן פרייליך די ארומיגע. און דאס איז מיט די גאנצע אנגעצויגנקייט נישט צו דארפן שפעטער האבן שיעבודים.

אויב דו ווילסט משפיע זיין אויף א כסליו, דארפסטו רעדן מיט א געפיל, און אויב דו ווילסט איבערצייגן צו דיין זייט, דארפסטו זאגן דיין קוק ווינקל און פארוואס.

זענען סימפאטיש

זיי זענען נוטה זיך צו האלטן גערעכט. און די סיבה דערצו איז ווייל זיי זענען זייער אטאנד צו יושר וצדק. מיט די גאנצע אנגייענדיגער אימפולסיווקייט, זענען זיי אבער על פי יושר. און דאס איז די סיבה פארוואס זיי טראכטן זיך נישט דורך. זיי שפירן אז זיי האבן שוין געטראכט בשעת מעשה. מער ווייניגער, זיי ליידן נישט פון או סי די.

זיי האבן ליב זייערע ליב-האבערס, און האבן פיינט זייערע שונאים.

ווערן זייער שנעל און טיף געטשעפעט און גייען עס נישט פארגעסן.

עס איז נישטא אזא זאך ביי זיי ווי זיצן סתם פארברענגען און שוין. אלעס איז ביי זיי א גאנצע מעשה מיט א גאנצע געשיכטע. יעדע מינוט פון זייער לעבן איז כאילו דו ביסט א פראגרעמער וואס ארבעט מיט גאר א קאמפליצירטער פראגרעם. ווי איידער א פשוט'ע געים.

זיי האבן ליב צו גיין וויקאציע. אבער, אן האבן די אחריות פון די זאך. אן ווערן משועבד צו עפעס.

אזוי ווי א פייל וואס האט ליב פרייהייט, און האט נישט ליב צו זיצן אינעם בויגן, אזוי איז א כסליו, האט נישט ליב צו דערליידן, וויל זיין פריי פון צוימונגען. אבער ווידעראום, אזוי ווי א פייל מוז האבן צוימונגען, און מוז האבן א שטייפן בויגן, כדי צו האבן פרייהייט, אזוי וועט א כסליו אננעמען די שיעבודים, און האבן סדר, כדי צו דערגרייכן נאכדעם פרייהייט.

אזוי ווי א פייל שלאגט זיך צו באקומען אירע רעכטן מיט א זעלבסט זיכערקייט, אזוי שלאגט זיך א כסליו פאר זיינע רעכטן. מיט זעלבסט זיכערקייט.

אזוי ווי א פייל איז אימפולסיוו, עס פליהט שנעל מיט איין גוטן ציה, און מ'קען שוין נישט צוריקטראכטן, אזוי איז א כסליו. מ'טוט שנעל צום זאך.

אזוי ווי א פייל האלט אז ער וועט עס מאכן, אזוי אויך א כסליו שפירט אז ס'גייט זיין גוט אי"ה.

אזוי א פייל וועט שיסן אויב עס פעלט אויס, אזוי וועט א כסליו אריינזאגן איינעם אויב ס'פעלט זיך אויס.

אזוי ווי פייל מוז קוקן וואו נישט צו שיסן, אזוי וועט א כסליו האבן סימפאטיע מיט זיינע נאנטע. און פיינט האבן זיינע שונאים.

אזוי ווי א פייל וואס טרעפט א ציהל וועט עס באלד שיסן, אזוי וועט א כסליו נישט זוימען, נאר גלייך טון צום זאך.

אזוי ווי א שיסער מוז ארויסהאבן די מציאות ארום און ארום, וועט א כסליו גוט פארשטיין וואס ס'טוט זיך ארום און ארום.

אזוי ווי א פייל קען נישט שיסן סתם אזוי אן א ציהל נאר ער מוז גוט אפשאצן און זיין זייער אויסגערעכנט, אזוי וועט א כסליו זיין. ס'עקזיסטירט נישט סתם א מצב.

אזוי ווי א פייל לאזט זיך הערן אויף די ארומיגע, אזוי וועט א כסליו זאגן זיין דיעה ארום און ארום.

אזוי ווי א פייל וויל פליען ווייט, אבער די רגע ס'פליהט זאל עס זיין אן קיין שיעבודים, אזוי וויל א כסליו גיין וויקאציע אבער אן קיין שיעבודים.

אזוי ווי א פייל האב ליב אז מ'זאל עס זאגן וואו עס איז יושר ס'זאל פליען, אזוי האט א כסליו ליב אז מ'זאל עס זאגן וואס צו טון.

און ווידעראום אזוי ווי א פייל ווען ס'פליהט שוין האט עס נישט ליב אז מ'זאל עס זאגן וואו צו פליען, אזוי וויל א כסליו אז מ'זאל עס נישט זאגן וואס צו טון, ווען מ'האט עס שוין אפגעטון.

אזוי ווי א פייל פליהט פון א אנגעצויגענעם בויגן צום תכלית, אזוי ווירקט א כסליו פון א אנגעצוינקייט צום תכלית.

און ווידעראום, אזוי ווי א פייל ווען ס'איז שוין פריי, איז עס מער נישט אנגעצויגן, אזוי אויך א כסליו, איינמאל מ'האלט שוין ביים תכלית איז עס רואיג און פריי, און פרייליך.

אזוי ווי א פייל איז ענדערש דער וואס פליקט, אזוי אויך א כסליו וויל נישט אז מ'זאל שיסן אויף אים.

אזוי ווי א פייל קען שוין נישט טראכטן ווען ס'פליהט שוין, אזוי אויך א כסליו נאכן טון.

אזוי ווי א פייל האט נישט ליב א בלורי טארגעט, אזוי האט א כסליו נישט ליב צו האבן מיט איינעם וואס איז נישט קלוג.

אזוי ווי א פייל וועט שנעל פליען צום ציהל מיט איין גוטן ציה, אזוי אויך וועט א כסליו שנעל ווערן געטשעפעט און שנעל צוריקזאגן.

אזוי ווי א פייל האט אין זיך א חוצפה און א עקשנות און א נצחון, אזוי אויך א כסליו ווען ס'דארף א ציהל.

די אלע זאכן וואס איך האב געשריבן איז נאר אין נטי'ה. דאס מיינט אז זיי זענען נוטה צו זיין אזוי. אבער אויף למעשה קען זיך ארויסשטעלן אז ס'איז נישט אזוי שארף. פשוט פון עבודת המידות.

והשם הטוב יעזור.
Wow!!!

אלץ א כסלו'ער קען איך מעיד זיין אז רוב זאכן זענען ריכטיג אדער קרוב לאמת
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

ווען משה רבינו איז געבוירן, איז די ערשטע דיעה וואס דער סדר הדורות שטעלט אראפ איז שנת ב' אלפים שס"ח. ז' באדר. אויב אזוי קומט מיר אויס אז משה רבינו איז געבוירן אין מזל דלי. מזל דלי איז די מזל פון די יודן. איך האב געזען אין עפעס א ספר 'מראה האופנים' וואס רעדט ארום פון מולד משה רבינו. קען זיין אז דאס מיינט דער פסוק כי דלה דלה לנו האיש.

והשם הטוב עוזר ויעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ס'דא פלאנעטן וואס ווייזן אויף א דור. ווייל וויבאלד די פלאנעטן פארברענגען אין איין געוויסע מזל פאר א לענגערע צייט אפשניט, קומט אויס אז אלע קינדער וואס ווערן געבוירן אין דעם געוויסן מזל, זענען שוין אנדערע סארט נאטורן, ווי די פאריגע צייט אפשניט.

די פלאנעטן יורנס נפטון און פלוטו האבן אויך א השפעה אויף די מענטשהייט. איך גיי מיט דעם אז מ'נעמט אן אז ס'איז פאקטיש וואס זיי זאגן. ווי דער אבן עזרא ברענגט, אז חוץ פון די זיבן פלאנעטן, האט יעדע שטערן, שטערנ'ס וואס רוקן זיך נישט, א געוויסע השפעה. א געוויסע שטערן האט אזא סארט השפעה ווי איך זאל ווען צאמשטעלן צדק ונוגה, א ממסך פון צדק ונוגה. א אנדערע א ממסך פון מאדים ונוגה. א אנדערע איז משפיע א השפעה וואס ענדלט צו צדק ושבתאי, ממסך צדק ושבתאי. און אזוי ווייטער ביי יעדע פון די שטערנס. אלע כוכבים האבן עפעס השפעה.

די זעלבע אויף די פלאנעטן פון יורנס, נפטון, פלוטו, האבן אויך געוויסע השפעות אויף די מענטשהייט. אויף די וועלט.

ס'קומט אויס אז ווען מיר זאגן אז דער דור טוישט זיך, איז עס טאקע אזוי. ווייל די מזלות טוישן זיך. און השי"ת פירט די וועלט, בעסער געזאגט, ער ווייזט זיין הנהגה מיט די כוכבים ומזלות. ווי עס ווערט געברענגט אין אונזערע ספרים.

ז' אלול תשט"ו, יורנס גייט אריין אין מזל ארי'

צום ביישפיהל: ז' אלול תשט"ו זענען געבוירן די ערשטע קינדער פונעם נייעם דור. ניי ביחס צו תש"י, צו נאך די מלחמה. ווייל דאן איז יורנס אריין אין מזל ארי', ארויסגייענדיג פון מזל סרטן. אבער נישט ממש, ווייל עס איז צוריק אריין אין סרטן: פרשת בשלח שבת שירה תשט"ז. ט"ו בשבט. סאו, פון שבת שירה תשט"ז ביז ראש חודש תמוז דעם יאר, האט מען נאך אריינגעכאפט קינדער פונעם אלטן דור. אזוי צו זאגן. אבער פון ראש חודש תמוז תשט"ז איז געבוירן מער א נייע דור - ביחס צו תש"י יודן.

ראש חודש תמוז תשט"ז, יורנס ציהט זיך אריבער צו מזל ארי'. כ"ב סיון תשי"ח, פלוטו גייט אריין אין מזל בתולה

די אלע וואס זענען געבוירן ה' אלפים תש"י, זייער פלוטו איז געווען אין מזל ארי'. און ערשט אינמיטן סיון תשי"ח, כ"ב סיון תשי"ח, דינסטאג שלח, איז פלוטו אריין אין מזל בתולה. דאס מיינט אז ביז דאן איז א אנדערע דור, ווי פון דאן און ווייטער. און דורות טוישן זיך צוביסלעך. ווייל ראש חודש תמוז תשט"ז איז יורנס אריבער פון מזל סרטן צו מזל ארי'.

אבער דאן סיון תשי"ח איז שוין געבוירן געווארן מער א נייערע דור.

איך וואלט געזאגט אז תשט"ז זענען געבוירן די קינדער וואס האבן נאך געהאט די זכי' צו הערן די הייליגע שובבי"ם תורה פון סאטמאר רבי זצ"ל. די רבי ז"ל דור. די "רבי ז"ל דור" איז געבוירן פון בערך ראש חודש תמוז תשט"ז

י' אב תשי"ז, נפטון גייט אריין אין עקרב

אינמיטן סיון תשי"ח, ווי געשמועסט, ווערט שוין געבוירן א דור וואס זייער פלוטו איז אין מזל בתולה, און זייער נפטון איז שוין אין מזל עקרב. אנדערש ווי די וואס זענען געבוירן פאר י אב תשי"ז. וואס זייער נפטון איז נאך געווען אין מזל מאזנים. ווייל י' אב תשי"ז, איז נפטון אריין אין עקרב.

דאס מיינט אז א געוויסע חלק אינעם דור האט זיך שוין געטוישט י אב תשי"ז. און יעצט אינמיטן סיון תשי"ח ווערט עס נאך מער געטוישט. מיט דעם וואס אויך פלוטו האט געטוישט מזל און איז אריין אין מזל בתולה

דאס מיינט אז פון תשט"ו בערך ביז תשכ"ב איז א אנדערע דור, ווי פון אינמיטן תשכ"ב און ווייטער. אבער נאך אלץ זענען אפילו די תשכ"ב יודן אנדערש ווי די תשל"ב יודן. ווי פאלגנד.

י' אב תשכ"ב, יורנס גייט אריין אין מזל בתולה

אינמיטן אב, תשכ"ב לפ"ק, נאך די ניין טעג, ווערט שוין געבוירן נאך א נייערע דור, ווייל דאן איז יורנס אריין אין מזל בתולה. די דור וואס זענען געבוירן תשכ"ב זענען שוין געווען היפש אנדערש ווי די וואס זענען געבוירן פאר י אב תשי"ז.

ח' תמוז תשכ"ט: יורנס גייט אריין אין מזל מאזנים. ז' חשון תשל"א, נפטון גייט אריין אין מזל קשת.

און פרייטאג פרשת לך לך תשל"א ז חשון, ערב שב"ק, הייבט אן צו געבוירן ווערן נאך מער א נייערע דור, ווייל דאן איז שוין יורנס היבש אין מזל מאזנים, און נפטון גייט אריין אין מזל קשת. די דור האט זיך שוין אביסל אנגעהויבן טוישן בערך ח תמוז תשכ"ט, ווייל דאן איז יורנס אריין אין מזל מאזנים. אבער נאכנישט אינגאנצן, ווייל נפטון איז נאך נישט אריין אין מזל קשת.

י"ט אב תשל"ב. פלוטו גייט אריין מזל מאזנים

אבער י"ט אב תשל"ב, זונטאג פרשת ראה, האט זיך שוין דער דור מער געטוישט, ווייל דאן איז שוין פלוטו אויך אריין אין א נייע מזל, און איז אריין אין מזל מאזנים. די קינדער וואס זענען געבוירן פון יענעם טאג און ווייטער, זענען שוין געווען מער נייער.

פאר א פאר יאר זענען געבוירן געווארן קינדער וואס האבן באלאנגט צו דעם דור. די דור פון יורנס און פלוטו אין מזל מאזנים, און נפטון אין קשת. די צוואנציג יעריגע אין שנת תשנ"ג, נ"ד, נ"ה, די זענען אלע זענען פון דעם דור. לאורך ימים ושנים. איך מיין אז נישט זיי זענען די וואס מ'רופט אן די רבי ז"ל יודן. אבער די פאר יאר איז א געוויסע דור.

סאו, י"ט אב תשל"ב הייבט זיך שוין אן די דור צו טוישן. ווייל פלוטו פארלאזט בתולה און גייט אריין אין מזל מאזנים. און די דור ווערט מער געטוישט ח' כסליו תשל"ה ווי פאלגנד:

ח' כסליו תשל"ה. יורנס גייט אריין אין מזל עקרב

ח כסליו תשל"ה, פרייטאג פרשת ויצא, הייבט זיך אן די דור צו טוישן ווען יורנס גייט אריין אין מזל עקרב. ביז פרייטאג פרשת בהר בחוקותי ווערן שוין געבוירן די מער נייערע קינדער, און פון פרייטאג פרשת בהר בחוקותי, כאפט מען צוריק פונעם אלטן דור, אזוי צו זאגן, ווייל יורנס איז חוזר אחורנית אין מזל מאזנים, און דאס גייט אן ביז צום גדלי' תשל"ו, וואס דאן הייבן אן ווייטער אראפצוקומען די מער נייערע נשמות.

פורים קטון תשמ"א. יורנס גייט אריין אין קשת

דאס גייט אן ביז פורים קטן תשמ"א. וואס דאן רוקט זיך יורנס אריין אין מזל קשת. עס קריכט ארויס פון מזל עקרב און גייט אריין אין מזל קשת.

קומט אויס אז פון י"א אב תשל"ב ביז פורים קטן תשמ"א איז א געוויסע אנדערע דור ווי פון פורים קטן תשמ"א און ווייטער. ווייל מ'באקומט אנדערע סארט השפעות. און דאס האלט אן ביז בערך ל"א בעומר טז אייר תשמ"א, און פון דאן איז מען נאכאמאל זוכה אראפצוברענגען די אלטע דור, ווייל יורנס גייט צוריק צו מזל עקרב, און דאס גייט אן ביז י"ט חשון תשמ"ב וואס דאן קומען ווייטער אראפ די נייע. ווייל דאן איז שוין יורנס צוריק פון זיין חוזר אחורנית, ער איז שוין צוריק אין מזל קשת.

א דראש חודש כסליו תשמ"ד, פלוטו גייט אריין אין מזל עקרב. כו חשון תשמ"ה גייט נפטון אריין אין מזל גדי און גייט נישט צוריק

דער דור טוישט זיך מער, א דראש חודש כסליו תשמ"ד, ווען פלוטו גייט אריין אין מזל עקרב. און נאך מער ט"ו בשבט דעם יאר, ווען נפטון גייט אריין אין מזל גדי. ווי שפעטער דערמאנט. ביז ב פסח א בעומר דעם יאר תשמ"ד ווערן געבוירן די נייערע דור, און זייט דעם טאג, ב' פסח, טז ניסן, קומט נאך צוריק אראפ פונעם אלטן דור, ווייל פלוטו גייט דאן צוריק אין מזל מאזנים.

ט"ו בשבט תשמ"ד, תשד"ם, ווי שוין דערמאנט, גייט נפטון אריין אין מזל גדי. און דאס האלט אן ביז פרייטאג פרשת קורח תשמ"ד, וואס דאן גייט נפטון צוריק אריין אין מזל קשת. און דאס גייט אן ביז כ"ו חשון תשמ"ה, וואס דאן איז שוין נפטון צוריק אין מזל גדי.

קומט אויס אז פון ערב שבת פרשת קורח תשמ"ד, איז נאך צוריק געבוירן געווארן די אמאליגע מ"ב מ"ג דור. ווייל דאן איז סיי נפטון און סיי פלוטו צוריק צו די מ"ב מ"ג מזלות, נעמליך, נפטון איז צוריק אין קשת, און פלוטו איז צוריק אין מאזנים. קומט אויס אז די מ"ב מ"ג דור, וועט זיך מער אויסקומען מיט איינעם וואס איז געבוירן יענע תקופה פון ערב שבת פרשת קורח ביז כ"ט אב דעם יאר, תשמ"ד. ווייל דאן אום ראש חודש אלול, א דראש חודש אלול, גייט פלוטו צוריק אריין אין מזל עקרב. הגם נפטון און יורנס זענען נאך אין מזל קשת.

נפטון אין מזל גדי

דאס גייט אן ביז כ"ו חשון תשמ"ה, ווי איך האב עס שוין געזאגט, וואס דאן איז נפטון צוריק אין מזל גדי, און עס ווערט צוריק געבוירן דער נייער דור, אשר לא ידע את נפטון ויורנס בקשת.

כ"ז שבט שנת תשמ"ח ווערט שוין ממש א נייער דור. דהיינו די דור וואס איז געבוירן נאך די רבי ז"ל פארשטייט זיך גארנישט מיט'ן דור וואס איז געבוירן כ"ז שבט תשמ"ח. דאס איז קאמפלעט א נייע צורה. יא, מ'פלאגט זיך צו פארשטיין דעם נייעם דור, אבער דאך, מ'זעט אז מ'פארשטייט זיך נישט.

די תשמ"ח דור, דאס איז גאר אנדערש ווי דער מ"א מ"ב מ"ג דור. אנדערע סארט מענטשן. אנדערע סארט נשמות.

און די תשמ"ח דור האט זיך אינגאצן געטוישט בערך ב' שבט תשנח. וואס די תשמ"ח יודן, מיט די נ"ח יודן זענען אנדערע סארט מענטשן. אנדערע סארט אויפפירונגען.

שבתאי, צדק, און מאדים, האבן אויך א השפעה אויף דור. ווייל ווי לענגער א פלאנעט איז משפיע, אלץ מער פארמירט עס א דור. ווייל מער מענטשן זענען די זעלבע סארט.

דאס וואס די רביס און די מגידי שיעורים, און די ראשי ישיבות, זאגן יעדעס יאר. דעם יאר האב מיר אזא און אזא כיתה, אזא און אזא ישיבה, דאס איז אזוי. ווייל דורות טוישן זיך. מ'זעט עס בחוש.

ב' אלפים א' אייר תכט אין מצרים, גושן

יעצט ב' אלפים א' אייר תמט האט מען געציילט די יודן מבן עשרים שנה ומעלה. און אויף די אלע יודן איז ליידער נגזר געווארן די גזירה צו שטארבן אין מדבר. לויט ווי איך רעכן אויס, קומט אויס אז צוואנציג יאר פאר דעם טוישן זיך אפאר מזלות און ס'ווערט ווארשיינליך א נייע דור. איך וויל זאגן אזויפיל אז יענע יאר תכט האט זיך געטוישט דור.

צוואנציג יאר פאר דעם איז שנת ב' אלפים תכט. יענע יאר כט תשרי, איז נפטוןאריין אין מזל מאזנים. כה אייר איז עס צוריק אריין אין מזל בתולה. ז' אלול דעם יאר תכט איז עס צוריק אריין אין מזל מאזנים. עכ"פ, מ'קען זאגן אז יענע יאר תכט האט זיך געטוישט דור. לגבי נפטוןוואס איז אריין אין מזל מאזנים.

יענע יאר כ'ה ניסן תכט גייט יורנסאריין אין מזל שור. קען מען ווייטער זאגן אז די דור האט זיך געטוישט יענעם יאר.

און שבתאי גייט אריין אין מזל דגים יענע יאר ז' אדר תכט. און שבתאי האט אויך א השעפה אויפן דור. ווייל שבתאי איז אריין אין מזל דלי יט טבת תכז. עכ"פ, מ'קען זאגן אז יענע יאר האט זיך געטוישט א נייע דור.

און בערך א טאג פאר א ראש חודש אייר שנת תכט גייט צדק אריין אין מזל תאומים. קען מען ווייטער זאגן אז ס'טוישט זיך דור. ווייל צדק איז ארייין אין מזל שור יב ניסן תכח, אמת טאקע אז עס איז שוין אריין אין מזל תאומים כט אב תכח, אבער עס גייט צוריק גיין אין מזל שור, און עס איז צוריק אין מזל שור ז' חשון תכט, און נאכדעם צוריק אין מזל תאומים א טאג פאר א' ראש חודש אייר תכט, קען מען ווייטער זאגן אז דאס דער עיקר ווען די דור טוישט זיך.

די דור וואס איז געווען יונגער פון צוואנציג איז געווען א נייערע דור.

שוין דער אייבערשטער זאל העלפן, דער רבי ז"ל פלעגט אייביג זאגן אז ווען משיח וועט קומען וועט דער דור המדבר אויפשטיין צו תחיית המתים, מיט משה רבינו און אהרן הכהן, און זיי וועלן אונז צוהעלפן צו די גאולה בב"א

והשם הטוב יעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג אפריל 21, 2023 3:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4925
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

זייער שיין.
איין בין איך נישט קלאר, וואס הייסט ער גייט צוריק (חוזר אחורנית)?
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איל משולש האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 1:07 am
זייער שיין.
איין בין איך נישט קלאר, וואס הייסט ער גייט צוריק (חוזר אחורנית)?
דא רעדט איך דערפון. איז מיין הסבר גענוג פארשטענליך פאר דיר?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4925
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אין אסטראנאמיע האב איך עס קיינמאל אינאכט גענומען.
האב איך דארט עפעס פארזעהן?
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”