א טרער אויפן פרישן קבר פון הב' משה ארי' יוסט ע"ה - י' אייר תש"פ
אבער מיט א ווייטע דעסטינאציע
ואלה מסעות משה
פארברענגט געשמאק
געענדיגט מיט שאק
למה הריעות ויאמר משה
נייע פלעצער באקוקט
און פון דארט ארויפגעשיקט
ויקרא ה' אל משה
אויסצולופטערן געמיינט
געענדיגט און מען וויינט
ויבכו העם את משה
אוועקגעגאנגען פאר אויספלוגן
יעצט נאך דיר מיר אלע קלאגן
ויגידו למשה
גיי ארויף און בלאקיר מיט צארן
די וועג ווי מען פירט די טויטע די קארידארן
ויט את ידו משה
אונזערע צרות דערצייל
פארן אייבערשטן מיטטייל
ויספר משה
נאך דיר מיר וועלן זאגן תהלים
אבער עליה השלם כל הקרבנות כולם
עלה למרום משה