ספורי צדיקים לחג הפסח

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

הצלחה רבה
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 28, 2013 12:37 pm

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלחה רבה »

now is the time maybe im not writing it in the proper place but i would appreciated if anyone can post a collection for the sider inyunim and chasides ect im sure pepole have collected alot during the years but im in need the help is big and so the chased
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע:נישט צו ווייט

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

הצלחה רבה האט געשריבן: now is the time maybe im not writing it in the proper place but i would appreciated if anyone can post a collection for the sider inyunim and chasides ect im sure pepole have collected alot during the years but im in need the help is big and so the chased

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p2147916
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אריכות ימים ושנים בזכות העלפען דעם צדיק
אין די שטאדט ראדאמסק האט געוואוינט א איד מיט'ן נאמען ר' יצחק אליניק, ווען ר' יצחק איז געווען א יונגערמאן איז דער רב פון שטאדט דאן געווען דער באוואוסטער צדיק רבי שלמה פון ראדאמסק זי"ע מחבר פון ספה"ק תפארת שלמה עה"ת ומועדים.
איינמאל פאר פסח איז דעם ר' יצחק איינגעפאלן א געדאנק אזוי ווי דער רב דער תפארת שלמה איז נישט קיין גרויסער עושר ער האט קוים אויף פרנסה זיכער איז ביי אים יעצט פאר פסח ענג אין שטוב און ווער ווייסט צו ער האט גענוג אויף די צרכי החג וועט ער אים אריינטראגן א ביסל קארטאפל מיט אנדערע פראדוקטען וואס מען דארף אויף יום טוב און וועט אים דערמיט מחיה זיין.
געטראכט און געטוהן ר' יצחק האט גענומען א האלבען זאק קארטאפל און עס ארויפגעלייגט אויף די פלייצעס און איין האנט האט ער געהאלטן א פעטן גאנז און מיט די צווייטע האנט האט ער גענומען א טעפל שמאלץ און איז אוועק געגאנגען דערמיט צום רב'ס הויז , אנקומענדיג אהין איז די טיר געווען פארמאכט אבער נישט צוגעשפארט האט ער מיט די פוס אויפגעשטויסן די טיר (די הענט זענען דאך אים געווען פארנומען מיט די קארטאפל און שמאלץ) און איז אריינגעפאלן צום רב אין צימער ווי נאר ער איז אריינגעקומען איז אים דער זאק אראפ געפאלען פון די פלייצעס ווייל ער האט שוין מער נישט געהאט קיין כח עס צו האלטן.
אויף די ערשטע מינוט האט דער תפארת שלמה אויפגעציטערט ער האט זיך דערשראקען פונעם שטויס אין די טיר און פון דעם פאל פון קארטאפל אבער באלד האט ער געזען וואס דא גייט פאר און האט פארשטאנען וואס ר' יצחק האט אים געברענגט האט ער א זאג געטוהן צו אים "זאלסט לעבען הונדערט יאר"! איך האב נאך נישט געהאט אין שטוב קיין שום זאך אויף יום טוב אויסער מצה און אזוי ווי דו האסט מיך מחיה געווען אזוי וועסטו לעבען הונדערט יאר.
די ברכה איז טאקע פולשטענדיג מקוים געווארן און ר' יצחק אליניק האט געלעבט גאנצע הונדערט יאר! הרב החסיד ר' נח וויינטרויב זצ"ל פון ראדאמסק (און שפעטער אין ירושלים) האט דערציילט אז ער האט געטראפן דעם ר' יצחק'ן ווען ער איז שוין אלט געווען אכט און ניינציג יאר און ר' יצחק האט דאן געזאגט אז ער האט נאך צו לעבן צוויי יאר פון דעם תפארת שלמה'ס ברכה אזוי איז טאקע געוועהן ר'יצחק האט ווייטער געלעבט נאך צוויי יאר און ערשט דאן איז ר' יצחק נפטר געווארן אין טיפען עלטער פון הונדערט יאר.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער שונא ישראל "הורבאן"
אין יאר תר"ח איז אויפגעשטאנען א שונא ישראל מיט'ן נאמען "הורבאן" ימ"ש , א גלח ער האט אנגערייצט א באנדע יונגען און האט זיך געשטעלט אין שפיץ פון זיי, און איז געגאנגען צוזאמען מיט זיי פון שטאדט צוט שטאדט און דורך געפירט פאגראמען אויף יודן הונדערטער יודן זענען דעמאלט אומגעקומען אויף קידוש השם דורך זייערע בלוטיגע הענט.
ס'איז געוועהן גלייך פאר פסח, ווען די שמועה איז אנגעקומען קין סעמניץ אז אין די נאכט פון סדר וועט דער שונא ישראל אנקומען קיין סעמניץ . אן אימה ופחד איז געפאלן אויף די יודען אין סעמניץ , און די הכנות צום היילגן יום טוב זענען געווארן צושעטרט, ווער האט געקענט קלערן פון יום טוב ווען ס'הענגט איבער'ן קאפ א שווערד?
ערב פסח האט דער – ר' יהודה אסאד, געלאזט מודיע זיין פאר אלע יודן פון שטאדט אז היינט נאכט וועלן אלע יודען פראווען דעם סדר צוזאמען אין די גרויסע שוהל,ס'איז געוועארן נאכט און די גאנצע שטאדט אנשים נשים וטף זענען געוועהן פארזאמלעט אין שוהל און מ'האט אנגעהויבען פראווען דעם סדר שפעט ביינאכט ביי. חצות האט דער רב צוגעפרופען א פאר בחורים פון זיינע תלמידים און זיי געזאגט "גייט'ס ארויס אויסער די שטאדט און ווארט'ס אפ די פיינט ווען עטס וועט'ס זעהן אז די רשעים קומען זאלט עטס שנעל קומען מיר מודיע זיין!"
די בחורים האבן אזוי געטוהן און ס'האט נישט לאנג גענומען ביז די בחורים זענען געקומען צו לויפען מיט שרעק "דער שונא ישראל "הורבאן" מיט א ריזיגע מחנה פון רשעים זענען שוין נאנט צום שטאדט , און מ'הערט דאס שארפן די שווערדן פון די רוצחים!" ווען די יודען וואס זענען געוועהן פארזאמעלט אין שול האבן געהערט די שרעקליכע בשורה, זענען זייערע הערצער צוגאנגען , א וויי געשריי האט זיך געטוהן דארט פון גרויס פחד, דער רב – ר' יהודה אסאד האט זיי אבער בארוהיגט ער האט אויסגערופען "האט'ס נישט קיין מורא! התיצבו וראו את ישועת ה' אשר יעשה עמנו היום"
ר' יהודה אסאד האט גענומען זיין טלית און זיך איינגעהילט דערין און דערנאך האט ער גענומען זיין שופר וואס ער נוצט פאר די תקיעות ראש השנה און איינער אליין האט ער זיך ארויס געלאזט פון שטאדט ווי נאר ער האט ארויס געטרויטען פון שטאדט קומט אים אנטקעגען דער שונא ישראל אליין ריייטענדיג אויף זיין פערד מיט אן אויסגעשטרעקטער שווערד אין זיין האנד ווען אונטער אים גייט נאך א גאנצע מחנה מיט רשעים ר' יהודה אסאד האט זיך אוועק געשטעלט גלייך אנטקעגען זיין פנים און גענומען
אופ'ן ארט איז באפאלן א גרויסע פחד אויף די גאנצע מחנה און זיי האבען זיך אלע אויסגעדרייט צו אנטלויפן זיי זענען געלאפן מיט א בהלה אן קיין סדר און זיי האבען זיך צוטרויטען איינער דעם אנדערען און ביז א קורצע צייט איז נישט געליבען קיין אייינער פון זיי נעבען די שטאדט.
אינדעפרי ווען ס'איז לעכטיג געווארן האט מען געטרפאן דארט אויפ'ן פלאץ ליגן הונדערטער פגרים טויט פון די רשעים וואס זענען צוטרויטן געווארן דורך זייערע חברים ביים אנטלויפן. דער שונא ישראל דער גלח האט שפעטער דערציילט אז די סיבה פון זייין שרעק איז געוועהן ווייל ער האט געזעהן ווי ס'שטייט א מענטש וואס זיין הייעך דערגרייכט ביז צום הימעל.
אזוי איז די גאנצע שטאדט מיט יודן ניצול געווארן אינ'ם זכות פון זייער הייליגן רב דער צדיק – ר' יהודה אסאד.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די ישועה ביי די ערב פסח'דיגע מַצוֹת
ערב פסח אין בלאזשוב פלעגט מען באקן מצוֹת אין ביהמ"ד געקנעט אין געוועלגערט האט מען אין ביהמ"ד און פון די זייט זענען געוועהן דארט צוויי אויוונעס אין וואס מ'האט אפגעבאקן די מצוֹת מצוה.
דער בלאזשובער רב פלעגט זיך פירן אביסל צו קנעטן און וועלגערן און דאן פלעגט ער גיין אהין און צוריק זאגנדיג "הלל" מיט א געוואלדיגען התרגשות וואס האט געברענגט טרערן ביי אלע אנוועזענדע, אזוי ווייט אז ס'האט זיך אמאל געמאכט א שאלה אויף א מצה אויף וואס עס זענען ארויפגערינען טרערן פון איינעם פון די וועלגערער אבער דער בלוזשובער רב האט גע'פסקנט אז עס איז גארנישט, ווייל דאס ארבעט גאר אויס דעם טייג.
נאכן באקן פלעגן שטענדיג קומען צום רב די דארף'ס אידן פון ארום בלאזשוב און ער פלעגט זיי טיילן מצוֹת, האט אמאל אבער פאסירט נאך בשעת'ן מצוֹת באקן צווישען איין מיירע און די צווייטע, אז ס'איז אריינגעקומען א געוויסער דארף'ס איד, וואס אנשטאט בעהטן מצוֹת און זיך גיין, האט ער עפעס אריינגערוימט פארן רב שטיל אין די אויערן און גלייך האט דער רבי אויפגעהערט עוסק צו זיין אין די מצוֹת נאר איז אריין מיט דעם איד צו זיך און שטוב און נאך א געוויסע צייט איז דער איד ארויס פון רבינ'ס שטוב מיט ליידיגע הענט, אהן דעם וואס ער זאל אפילו נעמען מצוֹת, וואס האט ארויסגערופען וואונדער ביי יעדען וואס דער איד האט געוואלט פון רבי'ן אז דער רבי האט געשפירט פאר וויכטיג אפצושטעלן דאס מצוֹת באקן.
הגאון הצדיק רבי מאטעלע שפאלטער (סאניקער דיין) זצ"ל איז יענעם יאר דארט געוועהן אויף פסח, און זייענדיג גאר שטארק פארוואונדערט האט ער זיך נאכגעפרעגט וואו דער דארפ'ס-מאן וואוינט, און נאך פסח ווען ער איז אהיים געפארן, איז ער דורכגעפארן יענעם דארף וואו ער האט אויפגעזוכט דעם איד, און ער האט אים געפרעגט וואס די מעשה איז געוועהן.
האט דער איד דערציילט אזוי:
אין יענעם יאר איז געוועהן א גרויסע פארפלייצונג אין מערב גאליציע וואס האט פארפלייצט אלע תבואות און דעריבער האט מען געמוזט ברענגען תבואות פון מזרח גאליציע, בדרך כלל פלעגן די פויערן קאסטומערס בשעת'ן קויפן תבואה זעהר שטארק נאכקוקן אויף די וואג, צו זיי באקומען די ריכטיגע מאס תבואה, און ווילאנג זיי האבן נישט זיכער געמאכט אז דער וואג שטימט הונדערט פראצענט, האבן זיי נישט געהאלטען ביים באצאלן, היי-יאר אבער אזוי ווי זיי זענען געוועהן זעהר בהול צו קויפען תבואה, האט ער באמערקט ווי קיינעם אינטערעסירט נישט דעם פונקטליכקיייט פון די וואג, האט ער זיך געלאזט איבעררעדן פון פיתת היצר און ער האט אריינגברענגט א פאלשן וואגשאל צו זיך אין געשעפט, וואס ווי פארשטענדליך האט ער פיהל פאכיג מער פארדינט.
סוף גנב לתלי' צום סוף האט מען אים אבער געכאפט ביי די מעשה, און מען האט האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין געריכט הויז אויף וואס דער שטראף איז געוועהן זעהר גרויס און מ'האט באשטימט די צייט פאר'ן פראצעס אויף חוה"מ פסח, און דעריבער איז ער געקומען צום רבי'ן און זיך מזכיר געוועהן אויף זיין צרה.
האט דער דארף'ס איד דערציילט וואס ס'איז פארגעגאנגען ביים רבי'ן אין שטוב, נאכדעם וואס ער האט איבערגעלאזט דאס מצוֹת באקן, דער רבי האט אים שטארק פארגעהאלטען אויף זיין אומרעכט פארוואס ער האט זיך באנוצט מיט א פאלשן וואגשאל און האט אים געזאגט אז כאטש 5 יאר תפיסה קומט אים דערפאר אפצוקומען די עבירה, האט דער איד זיך אנגעהויבן בעהטן ברחמים ביים רבי'ן "רבי כ'וועל שוין מער נישט טוהן אזוי", האט אים דער רבי געענפערט "אויב אזוי וועסטו האבן נאר 2 יאר תפיסה".
האט זיך דער איד אראפגעווארפן אויף דער ערד און געוויינט "רבי ס'איז מיר נישט מעגליך אזא שטראף כ'האב אנגעבארגט פון אלע פויערן כדי צו באצאלן נאכדעם וואס דער סעזאן וועט אריבערגיין און איצט אז זיי וועלן זעהן ווי מ'האט מיך איינגעזעצט אין תפיסה וועלן זיי מיך מער נישט געטרויען", איז דער רבי שוין נאך ווייכער געווארן און געזאגט "נו דעמאלסט וועסטו זיין איינגעשפארט אויף נאר 3 מאנאטען "דער איד האט אבער ווייטער געשריגען "רבי, ניין ניין, אפילו איין טאג נישט!" האט דער רבי צום סוף מסכים געוועהן און געזאגט "נו וועסט באפרייט ווערן".
דערציילט דער איד אז ממש אזוי איז טאקע געוועהן חוה"מ פסח ווען ער איז געקומען צום פראצעס האט דער ריכטער געזאגט "באמת קומט דיר פאר דיין אקט 5 יאר תפיסה אבער ס'וועט גענוג זיין מיט 2 יאר" דאן האט זיך דער ריכטער בארעכנט און געזאגט "ווייסטו וואס, נישט 2 יאר נאר 3 מאנאטען" ביז צום סוף האט ער געזאגט "דו ביזט אינגאגצן באפרייט".
האט דער איד אויסגעפירט פאר דעם רבי מאטעלע: "אזוי האט דער הייליגער רבי אריינגעלייגט די ווערטער אינעם מויל פונעם שופט" הפלא ופלא.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פסח איז נאר אכט טאג
הרה"ק רבי נפתלי מליזענסק (בן הרה"ק ר' אלעזר בן הרבי רבי אלימלך מליזענסק זי"ע) איז אמאהל אנגעקומען אין א שאטדט (נארייאיש) איז צו אים צוגעגאנגען א איד או געבעטן ער זאל ביי אים איינשטיין,יענער איד האט נישט געוואוסט ווער רבי נפתלי איז און האט אים נישט געקענט ער האט אים געהאלטען פאר סתם אן ארימאן און האט אים פשוט איינגעלאדענט איינצושטיין ביי זיך מקיים צו זיין מצות הכנסת אורחים.
רבי נפתלי האט אים געזאגט אז ער איז מסכים איינצושטיין ביי אים אין שטוב, אבער ער נעמט זיך מיט אים אויס צוויי תנאים –איינס, אז ער זאל אים צושטעלין א מנין פאר קידוש לבנה, און צווייטענס ער זאל אים צו שטעלין פיש פאר א סעודה נאך קידוש לבנה.
האט דער איד אים געענטפערט , אז דער ערשטען תנאי קען ער האלטען , ער וועט אים קענען צוזאמענשטעלין א מנין מחדש צו זיין די לבנה, אבער דעם צווייטען תנאי קען ער נישט האלטען, ווייל אין דעם שטעטל לויפט אינגאנצען נישט דורך קיין טייך פון וואו צו פאנגען פיש, און צו די שפעטע צייט וועט קיינער נישט ברענגן קיין פיש צום פארקויפען. האט רבי נפתלי מסכים געוועהן און איז געגאנגען צו יענעם אין שטוב.
עס גייט נישט א דורך קיין לאנגע צייט, און עס קלאפט ביי די טיר אן אוקריינער גוי מיט א פיש אין זאק, און טראגט אהן דעם בעל אכסניא אפצוקויפען דעם פיש!
דער בעל אכסניא זעענדיג דעם וואונדער ווי מען האט פון הימעל צוגעשיקט פיש פאר דעם גאסט, האט ער פארשטאנען אז ער איז אן אורח הגון און א צדיק נסתר, האט ער זיך אפגעשריבען א קוויטעל און עס אראפגעלייט פאר אים, אן ער האט זיך דערביי מזכיר געועוהן : אז ביז יעצט האט ער געהאט פרנסה פון די קרעטשמע וואס ער האט געהאט אפגעדינגען פונעם פריץ , אבער יעצט האט זיך אריינגעמישט א פרעמדער איד און האט אים משיג גבול געוועהן, און האט אויסגעדינגען די קרעטשמע פון פריץ , און ער איז ל"ע געבליבען אהן פרנסה.
האט רבי נפתלי אים געפרעגט ווי אזוי הייסט יענער איד , האט אים דער בעל אכסניא געענטפערט אז יענער הייסט פסח , האט רבי נפתלי זיך אנגערופען ! עה ! "פסח" איז אכט טאג!
רבי נפתלי איז ווייטער געפארען זיין וועג און דער בעל אכסניא איז ארויס פון שטאדט , און דערציילט אז דער ארעמאן וואס האט זיך ביי אים אויפגעהאלטען איז געוועהן א פארבארגענער צדיק, און ער האט געזאגט אויף דעם משיג גבול אז "פסח" איז אכט טאג , וואס דאס מיינט אז ביז אכט

טאג וועט יענער פארלירען די קרעטשמע. די איינוואוינער פון שטאדט האבען אבער געלאכט פון דעם איד וועלכער האט זיך אנגעטשעפעט אין אט דעם ארימאן און געגלייבט אין אים ווי א רבי.
עס איז געקומען דער אכטער טאג און דער איד האט זיך געשעמט ארויסצוגיין פון שטוב, ווייל מען וועט אים אויסלאכען אז עס איז א דורך די צייט און דער פסח האלט נאך די קרעטשמע , אבער אזוי זיצענדיג אין שטוב קלאפט מען אויפ'ן טיר און עס קומען אריין עטליכע מענטשען און דערציילען אים די בשורה טובה , אז דער פריץ האט פלוצים ארויסגעווארפען פסח'ן פון די קרעטשמע . דער בעל אכסניא האט געמיינט אז זיי מאכען פון אים א שפאס (ליצנות), אבער זיי האבען אים צוגעפירט צום פענסטער און געוויזען ווי פסח'ס חפצים זענען שוין איינגעפאקט אויף א וואגען גרייט אוועק צופארן ווייל ער מוז פארלאזען די קרעטשמע !
עס געדוירט נישט לאנג און עס קומען שליחים צו אים אין שטוב אז דער פריץ רופט אים ער זאל תיכף אריבערקומען , ווען דער בעל אכסניא איז אריבער געגאגען צו אים , האט דער פריץ אים געפרעגט: זאג נאר, ביסט נישט געועוהן ביי א ראבין?
האט ער אים געענפערט ,אז ער איז נישט געועוהן ביי קיין רבי האט אים דער פריץ דערציילט שוין אכט טאג וואס עפעס א ראבין קומט צו מיר און באפעלט מיר אז איך זאל דיך צוריקנעמען צו די קרעטשמע , איך האב געמיינט אז דאס איז א פוסטער חלום , אבער היינט מיטאג צייט בין איך אנטשלאפען געווארען הגם דאס איז נישט מיין סדר, און איך האב מיר גע'חלומ'ט ווי דער ראבין קומט צו מיר און שרייט אויף מיר מיט קולי קולות און ער האט מיך געשלאגן מכות רצח, און געווארענט אז איך בין איינגשטעלט מיט'ן לעבן אויב איך ווארף נישט שוין ארויס פסח'ן פון די קרעטשמע און איך נעם דיך נישט צוריק . דערביי האט דער פריץ אים געוויזען ווי ער האט געהאט צייכענס אויף זיין לייב פון די שלעק וואס ער האט באקומען!
דעריבער, האט דער פריץ אויסגעפירט האב איך שוין היינט ארויסגעווארפען פסח'ן פון די קרענטשמע און אצינד בעהט איך דיך אז דו זאלסט ווייטער האלטען די קרעטשמע ווי פריער ווייל איך ציטער פאר מיין לעבן!

די מעשה האט הרה"ק רבי איציקיל פשעווארסקער געהערט פון הרה"צ רבי אלימלך ווייסבלום מליזענסק (אייניקעל פון רבי נפתלי זצ"ל) וואס זיין פעטער הרה"ק רבי איציקיל זידיטשובער האט דאס אים דערציילט.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

עלילת דם אין שטאט דאבזשין
ווער האט דען געהערט פון דער שטאט דאבזשין אין פולין וואס געפונט זיך אין דער פלאצקער גובערניע, און נאך דערצו ווער האט געהערט פון אן עלילת דם בלבול וואס איז פאר געקומען אין דער שטאט אין יאר תרפ"ו, מיט קרוב צו 100 יאר צוריק. לייג צו אן אויער און הערט ווי אזוי מיר זענען געוואויר געווארן פון די מעשה, און ווי אזוי מיר האבן געהערט די מעשה במקור ראשון ממש, פון א איד וואס איז געווען דארט אין יענע יאר, און מיט זיין פאטער האט פאסירט די מעשה.
וועגן פארשידענע סיבות האב איך געמוזט זיין לעצטענס אין דער שטאט לואיוויל וואס געפונט זיך אין דער שטאט קענטאקי איינע פון די 50 שטאטן פון אמעריקע. איך בין דארט געווען שבת. געווען דארט א שיינע מנין פון קרוב צו 100 אידן, מיט א ווארעמע מקוה א.ד.ג. נאכ'ן דאוונען זעה איך אן אלטען פוילישן איד. נו! אז מ'זעהט אן אלטען איד, דארף מען דאך צוגיין און רעדן מיט איהם און הערן וואס ער האט נאך צו דערציילן, וואס ער געדענקט נאך פון זיין יונגע יארן.
ווי איך שמועס מיט דעם אלטען איד, ווער איך געוואויר אז ער איז שוין אלט 89 יאר, און איז געבוירן אין דער שטאט דאבזשין אין פולין. דער אלטער איד גייט אין שוהל יעדן טאג און דאוונט אלע תפילות במנין. איך פרעג איהם וועלכע יאר ער איז געקומען קיין אמעריקע? זאגט ער מיר אין יארע 1929 [תרפ"ט]. פרעג איך איהם, וואס האט איהם געברענגט צו קומען אזוי פרי קיין אמעריקע? ענטפערט ער מיר אז זיין טאטע האט געמוזט אנטלויפן פון פוילין וועגן אן עלילת דם וואס מ'האט ארויף געלייגט אויף איהם. ווי איך הער די ווערטער, האב איך מחליט געווען אז דא מוז ליגן א גאנצע מעשה פון אן עלילת דם וואס איז נאך נישט פארשריבן געווארן, און מ'מוז דאס פארשרייבן למען ידעו פאר די קומענדיגע דורות.

מיר האבן מחליט געווען אז זונטאג וועל איך ארויף גיין צו זיין דירה און ער וועט מיר דארט דערציילן בפרטי פרטיות די גאנצע מעשה. ווי איך קום ארויף צו זיין שטוב, האט ער גלייך ארויס גענומען א קאפי פון אן אלטע צייטונג "פארווערטס" פון יאר 1926 וואס פלעגט ארויס קומען דא אין אמעריקע און ער ווייזט דאס מיר, צו ווייזן אז די מעשה וואס ער גייט מיר דערציילן איז אמת און נישט עפעס א פאנטאזיע. איך וועל דא איבער געבן די עטליכע שורות וואס איז געשטאנען אין דער צייטונג, און דערנאך וועלן מיר שרייבן באריכות די גאנצע מעשה וואס איז פאר געגאגנען מיט דער עלילת דם.
דאבזשינער אידן נאך אלץ אין טויט-שרעק איבער ציגיינערשען בלוט-בלבול
מעלדונגען פון ווארשא קומען אן, אז די אידען פון דער שטעטעל דאבזשין האבן זיך נאך אלץ ניט בארוהיגט צוליעב דעם עלילת דם בלבול וואס איז פארשפרייט געווארן דורך ציגיינער. קיין פאגראם איז ניט פארגעקומען, פונדעסטוועגן זיינען עטליכע אידען אטאקירט געווארן פון דעם און פון יענעם. דורכגעהנדיג די גאסען. פון אוונד האבון אידן מורא ארויס צוגעהן אין גאס.
אנגעהויבן האט זיך דאס, ווען מען האט אן 18 יאהריגע ציגיינערשע מיידעל געפונען אויף'ן אידישן בית עולם אין א שטערבענדן צושטאנד. מיט א וויילע שפעטער איז זי געשטארבן. פאר'ן טויט, זאגט מען, האט זי געמורמעלט, "אז עפעס א לאנגע בארד" האט זי געטשעפעט און געשלאגען. די ציגיינער האבען גלייך געמאכט א גוואלד, אז אידען האבען דער מיידעל געטויט און ארויסגעצאפט פון איהר בלוט אויף מצות. אנטיסעמיטען האבען דעם געשריי אונטערגעכאפט, דערווייל האט זיך שוין געפונען אנאנדער ציגיינערשע מיידעל וואס האט געזאגט אז זי האט געזעהן, ווי א איד מיט דעם נאמען פלאזבערג, האט געגעבען דער מיידל געלט, און האט איהר אוועקגעפירט צום בית עולם.
די אלע מעשיות זיינען אבער פאלש, דאס זאגט אויך די פאליציי. דאגענען ווייס מען, אז איהר אייגענער טאטע האט ביינאכט זיך געיאגט נאך איהר מיט אן אייזן אין האנד, צוליעב דעם וואס זי האט צוריסען א וועקסעל אויף דריי הונדערט זלאטעס.

ביז דא שטייט אין דער צייטונג. וואס איז געשריבן געוואורן בשעת מעשה, און זעהט אויס אז דער צייטונג האבן נישט באקומען די אלע ריכטיגע איינצעלהייטן פון די מעשה. דעריבער וועלן מיר אנפאנגען צו דערציילן די מעשה פונקטליך ווי אזוי דא איז געשעהן.
דער איד וואס מיר האבן געטראפן און געהערט די גאנצע מעשה הייסט איז מר. פלאסבערג, א זוהן פון ר' אברהם פלאסבערג וואס מ'האט חושד געווען מיט דעם עלילת דם.

דאבזשיןאיז א קליינע שטעטיל אין דער פלאצקער גובערניע. דארט האבן געוואוינט בערך 5,000 מענטשן, וואס האלב פון זיי זענען געווען אידן. אין דער שטאט איז געווען א גרויסער בית המדרש, דערנאך איז געווען א שוהל, און נאך דריי חסידישע שטיבלעך. א גערער שטיבעל, א ראדאמסקער שטיבעל און א אטוואצקער שטיבעל. ר' אברהם האט געדאוונט אין דער גערער שטיבעל און איז געוען א גערער חסיד. ער איז אויך געווען א שיינע בעל תפילה האט ער געדאוונט אין די הייליגע טעג אין דעם גרויסן בית המדרש פון שטאט. איין תפילה, און די אנדערע תפילה אין דעם גערער שטיבעל.
ר' אברהם פאלסבערג איז געווען א ריכטיגע פוילישע חסידישע איד, א גערער חסיד, זיך נישט גערירט און געטאן קיין שום זאך אן פרעגן דעם גערער רבי'ן וואס צו טאן. נאך עטליכע יאר בעפאר די מעשה איז פארגעקומען האט ער געהאט משפחה אין אמעריקע וואס האבן איהם געוואלט שיקען קארטלעך פאר איהם און זיין משפחה זייזאלן קומען וואוינען אין אמעריקע, און דארט וועט ער האבן פרנסה בריווח. פארשטייט זיך אז א חסיד גייט פרעגן דעם רבי'ן, דער ענטפער פון דעם רבי'ן איז געווען נאר די 4 ווערטער "וואס! אין דער טמע'נע אמעריקע!" דאס איז שוין געווען גענוג צו נישט פארן קיין אמעריקע.
דערווייל האט דער ר' אברהם זיך אריינגעלאזט אין מסחר, און האט זייער שיין פארדינט און געהייסן אפילו א קליינער גביר. ער האט געוואוינט צוויי געסלעך ווייט פון דער אידישער בית עולם וואס איז געווען אינדרויסן פון דער שטאט דאבזשין. און א האלבע בלאק ווייט פון דער בית עולם האט ר' אברהם אויך געהאט א שיינער שטיקל פעלד, וואס ער פלעגט דארט איינפאלנצן פארשידענע ירקות און נאך זאכן און דאס פארקויפן. פון זיין פעלד האט מען געקענט זעהן דעם בית החיים.
מאכט זיך איין טאג א פרייטאג א וואך בעפאר ראש השנה אין יאר תרפ"ו איז אנגעקומען א מחנה פון ציגיינער אין דער שטאט. [פאר די וואס ווייסן נישט וואס ציגיינערס זענען, וועלן מיר בקיצור שרייבן וואס זיי זענען. ציגיינערס זענען א גאר נידריג פאלג, וואס האבן נישט קיין אייגענעם לאנד, זיי זענען כסדר נע ונד, און וואוינען אין אפענע פעלדער, האבן עטליכע וואגאנען, און גייען פון שטאט צו שטאט, פארקויפן קליינע זאכן ווי נאדלען ,קנעפ, און נאך אזעלכע זאכן. נארמאל איז א באנדע פון ציגיינערס בערך צווישן 20 און 30 מענטשן. עטליכע משפחות צוזאמען] דער געזעץ איז דעמאלט געווען אין פוילין פאר די ציגיינערס, אז אין וועלכע שטאט זיי קומען אן, מעגען זיי נישט זיין אין דער שטאט לענגער ווי 24 שעה. און אויך מוזן זיי זיין אינדרויסן פון שטאט נעבן דער בית החיים. ווייל אפילו די גוים פלעגען ליידן פון די ציגיינערס.
אזוי איז אנגעקומען א מחנה פון די ציגיינערס אין פרייטאג צו דער שטאט דאבזשין און האבן זיך באזעצט אינדרויסן פון שטאט נעבן דעם אידישן בית עולם. געווען א ציגיינער וואס האט געהאט א פאפירנע געלט וואס איז ווערט געווען 300 זלאטעס, וואס איז בערך 20$ אמעריקאנער דאלער, און די טאכטער א מיידל האט דאס צוריסן. איר פאטער פאר גרויס כעס האט איר גענומען און צוזאם געהאקט אירע ביינער, און איר איבער געווארפן דעם גדר פון דעם אידישן בית החיים, און זי איז דארט געבליבן א פאר'חלש'טע.
עס קומט שבת די מוטער פון די מיידל זוכט איר קינד און קען איר נישט געפונען. די ערשטע זאך איז זי געגאנגען צו די פאליציי און געבעטן רשות צו פארלענגערן דעם טערמין פון זיין דארט מער ווי 24 שעה. פארשטייט זיך אז אין אזא מצב פון א פארלוירן קינד האט די פאליציי איר נאכגעגעבן. די מוטער איז אריין אין שטאט און זיך גענועמן שרייען מיט קולות "וואו איז מיין קינד?" פארשטייט זיך אז אלע מענטשן האבן אנגעפאנגען איר צו זוכן, און קיינער האט נישט געהאט דעם קלענסטן פארדאכט אז דא קען ארויס קומען א מעשה פון א עלילת דם.
אזוי האט זי געזוכט דעם קינד ביז זונטאג אינדערפריא. אזוי ווי עס איז געווען דעמאלט חודש אלול, האט זיך געמאכט ווי א געוויסע איד איז געגאנגען זונטאג אין בית החיים צו מתפלל זיין אויף קבר אבות. און ער האט דארט געזעהן ווי עס ליגט א פאר'חלש'טע גוי'שע מיידעל. פארשטייט זיך אז ער האט איר נישט צוגערירט, פאר פחד מ'זאל איהם נישט חושד זיין. אבער אויפן וועג צוריק גייענדיג אין שטאט, האט ער געטראפן ר' אברהם פלאסבערג ארבייטען אין זיין פעלד און האט איהם דערציילט אז עס געפונט זיך א גוי'שע מיידל אין דער בית החיים דארט און דארט נישט ווייט פון דעם גדר. ווי ר' אברהם האט דאס געהערט, האט ער אפגעלאזט זיין ארבעט, און גלייך געלאפן צום גבאי פון בית המדרש און צוזאמען זענען זיי געגאנגען צו די צוגיינערס דערציילן אז די מיידל געפונט זיך אין דער בית החיים.
ווי דער טאטע פון די מיידל האט דאס געהערט האט ער גלייך געשריגן צו ר' אברהם אז ער האט איר דארט באהאלטען. ר' אברהם איז געווארן דערציטערט און געזאגט ווי אזוי קען דאס זיין, אז איך האב דאס געטאן, און איך זעלבס בין געקומען דיר דערציילן אז זי געפונט זיך דארט! רופט זיך אן דער גוי און ווייזט מיט די פינגער אויף דעם גבאי און זאגט אז ער האט דאס געטאן.
דערווייל זענען ביידע ר' אברהן מיט דעם גבאי אריין אין א שרעק ווער ווייסט צו מ'וויל נישט מאכן א בלוט בלבול דא אויף זיי. דערווייל איז דער גוי געגאגנען אין בית החיין און דארט געטראפן זיין טאכטער ווי זי איז זייער פאר'חלש'ט, מ'האט שנעל גענומען די מיידעל צום דאקטער פון שטאט. און נאך א וויילע איז ארויס געקומען די נערס פון דעם דאקטער [זעהט אויס א גרויסע אנטיסעמטישע פרוי] און געזאגט אז ס'איז דא ציייכענס אויף איר קערפער אז מ'האט איר געעשטאכן מיט מעסערס, און ארויס געצאפט בלוט פון איר.

עס האט מער נישט געפעלט, ר' אברהם האט זייער מורא געהאט און איז גלייך געלאפן צו די פאליציי פון שטאט, און דערציילט אז מ'איז איהם חושד מיט אן עלילת דם. די פאליציי וואס זענען נישט געווען אזוי אנטעסעמיטישע, און האבן געקענט זייער גוט די ציגיינער וואס זייערע קינדער זענען געווען ממש ווי הפקר באזיי, האט גלייך פארשטאנען אז די מעשה איז נישט אמת, אוון האט בארואיגט ר' אברהם און געזאגט אז ער גלייבט איהם אז ער איז נישט שולדיג אין דעם, אבער צו זיין מער פארזיכטיק זאל ער זיין געווארנט און נישט שלאפן אין זיין אייגענע הויז די קומענדיגע נעכט.
ווי די ידיעה האט זיך פארשפרייט אז מ'האט כאילו געטראפן צייכענעס אויף די קערפער פון ארויס צאפען בלוט, האט געמאכט א געטומעל צווישן די גוים אין שטאט, און די גוים אין שטאט האבן זיך געגרייט צו מאכן א פאגראם און אטאקירן די אידישע קווארטל. זיי זענען אנגעקומען אין דעם אידישן קווארטל מיט גרויסע קולות און געשרייען און גענומען ווארפן שטיינער און ברעכן די פענצטער פון די אידישע געשעפטן.
אבער די פאליציי פון דאבזשין האט נישט געקענט צוריק האלטען דעם צוהיצטען עולם, וויייל, זיי זענען געווען נישט מער ווי געציילטע פאליציי. האבן זיי שנעל געקלונגען טעלעפאניש צו דער פאליציי פון דעם קומענדיגן שטאט וואס איז געווען נישט מער ווי עטליכע מייל אוועק פון דארט, אז מ'זאל צושיקען פאלציאנטן, ווייל אין דער שטאט דאבזשין גייט פארקומען א פאגראם.
עס האט נישט גענומען מער ווי 15 מינוט און עס איז אנגעקומען 2 קארס פיל מיט פאליציי קיין דאבזשין, פון יעדע קאר איז ארויס געקומען 6 פאליציאנטן און האבן געזעהן ווי דער צוהיצטער עולם איז גרייט אויף א פאגראם. האבן זיי זיך גענומען שיסן מיט זייערע רעוואלווערס אין דער לופט, האבן זיך אלע צושפרייט און זיך אוועק געגאגנען. און אזוי זענען די אידן פון דאבזשין געראטעוועט געווארן פון א פאגראם.
אבער אלץ שרעק איז ר' אברהם נישט געשלאפן אין זיין הויז.
די מיידל האט נאך געלעבט. און אין דעם קומענדיגן טאג האבן די גרופע פון די ציגיינערס מיטגענומען דעם קראנקן מיידל און האבן פארלאזט דעם שטאט. אבער מיט עטליכע טעג שפעטער איז די מיידל געשטארבן, דעמאלט זענען זיי די ציגיינערס צוריק געקומען אין א שטעטיל וואס איז גלייך נעבן דאבזשין און געפאדערט פון דער פאליצי צו מאכן א ריכטיגע אויס פארשונג וועגן די מיידל.
ביי די צייגינערס איז שוין אפילו געווען א אנדערע מיידל וואס האט עדות געזאגט, אז זי האט געזעהן מיט אירע אייגענע אויגן ווי ר' אברהם פלאסבערג האט גענומען די מיידל צום בית עולם. כדי צו זעהן אויב אירע ווערטער זענען אמת. האבן די פאליציי גענומען עטליכע אידן וואס האבן געהאט לאנגע בערג אזוי ווי ר' אברהם פלאסבערג, און זי האט געמוזט באווייזן ווער איז דער באשולדיגער. פארשטייט זיך אז זי האט געוויזן אויף א געוויסע מענשטען זעהטן בכלל נישט אויס ווי ר' אברהם פלאסבערג, נישט מער וואס ער האט געהאט א לאנגע בארד. די פאליציי האט דאס געזעהן, האבן זיי גלייך איינגעזעהן אז די מעשה אזי א אויסגעטראכט וועגן די אידן, און זיי האבן גלייך באפרייט ר' אברהם פלאסבערג, מיט נאך עטליכע אידן וואס מ'האט חושד געווען.
די פאליציי האט גענומען גוט אויספארשן די עלטערן ביז זיי זענען ארויף געקומען אויף דעם אמת, אז דער פאטער אליין איז דער שולדיגער אין די גאנצע מעשה, מ'האט ארויף געלייגט אויף איהם א גרויסע קנס פון א געלט שטראף. און די ציגיינערס האבן זיך אפגעעטראגן פון דארט.
מ'קען מיינען אז דארט האט זיך געענדיגט די גאנצע מעשה, אבער זעהט אויס אז דער שרעק פון די מעשה האט נאך געדארפט איבער בלייבן דארט. ווי די מעשה איז געווארן באוואוסט אינדרויסן פון דעם שטעטיל זענען אנגעקומען די גוי'שע צייטונג שרייבערס, און האבן גענומען בילדער פון די אידן אין דער שטאט דאבזשין, און האבן געשריבן אין דער צייטונג פאלשע זאכן, זיי האבן דארט געשריבן מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות אז די אידן פון דאבזשין האבן ערמארדעט א ציגיינישער מיידל פאר זייערע רעליגיעזע צוועקן. און זיי האבן אראפ געברענגט עטליכע נעמען פון אידן וואס מ'האט חושד געווען און דער הויפט מענטש וואס מ'איז חושד איז ר' אברהם פלאסבערג. אויך האבן זיי געבערנגט א בילד ווי די אידן שטייען ביים טייך און זאגן תשליך.
צום באמערקן: אז זאגן תשליך ביים טייך, און אזוי אויך נעמען מים שלנו ביים טייך בעפאר פסח האט כסדר געווארפן א פארדעכטיגע אויג ביי די גויים, אז עפעס א בהאלטענישע זאך ווערט געטאן נעבן דעם טייך דורך די אידן. און בפרט בעפאר פסח, ווען זיי האבן געזעהן, ווי מ'פירט עפעס א קריגעל פארדעקט קיינער זאל דאס נישט זעהן. און שפעטער ביים באקען די מצות האט מען באדעכקט אלע פענצטער מיט לייליכער מ'זאל נישט קענען אריינקוקן – און דער אמת'ע טעם ווייסן מיר אז די פענצטער האט מען באדעקט כדי דער זון זאל נישט אריינשיינען דארט וואו מ'קנעט די מצות, ווייל אויב יא איז דאס א שאלה פון חמץ.
דעמאלט איז נישט געווען ווי היינט. א צייטונג האט געקענט שרייבן וואס ער וויל. ווי לאנג ס'איז געווען אקעגן אידן האט דאס קיינעם נישט געשטערט. קיינער האט נישט נאך געפארשט אויב די מעשה איז טאקע אמת אדער נישט. און אלע גוים האבן גענומען גלייבן אויף זיכער, אז אין דער שטאט דאבזשין האבן אידן גע'הרג'ט א גוי'שע מיידל און ר' אברהם פלאסבערג איז דער הויפט מערדער.
פארשטייט זיך אז פון דעמאלט אן איז פאר גרויס פחד ר' אברהם פלאסבערג מער נישט געשלאפן אין זיין הויז, כסדר ביי אנדערע מענטשן. און נישט נאר דאס, די פרנסה וואס ער האט געהאט, האט גענומען גיין אויף בארג אראפ, קיין גוי האט מער נישט געוואלט האנדלן מיט מסחר מיט ר' אברהם, אלץ חשד פון זיין דער מערדער. אזוי ביז צוויי יאר איז ר' אברהם געווארן ליידיג פון זיין גאנץ פארמעגן און איז געבליבן בעירום ובחוסר כל. און וואו ער האט זיך געדרייט האבן גויים כסדר געוויזן מיטן פינגער אז דער איד איז דער מערדער. ער האט נישט געהאט קיין ברירה, ביז ער איז נאכאמאל געגאנגען צום גערער רבי'ן זצ"ל פרעגן וואס ער זאל טאן, אויב ער זאל גיין קיין אמעריקע. דא האט שוין דער רבי איהם געענטעפרט אז יא, און זאל מצליח זיין אין אמעריקע.
אזוי איז ר' אברהם פלאסבערג אנגעקומען קיין אמעריקע אין יאר תרפ"ט צוזאמען מיט זייע קינדער. זיינע קינדער האט ער געשיקט אין ישיבה תורה ודעת. און אין נאך מוסדות. זיינע קינדער אליין ב"ה זענען אלע געבליבן שומרי תורה ומצוות. ער אליין ר' אברהם איז געווען א טיפ פון א אלטע חסידישע פוילישער איד. ער איז געווען דער בעל תפילה אין דער גערער שטיבעל אין בארא פארק ביז סוף ימיו. ער איז געשטארבן אין א טיפע עלטער פון 90 יאר אין יאר תש"ל און פיהל מענטשן געדענקן איהם נאך, אבער קיינער האט נישט געוואוסט צו זאגן אז דער ר' אברהם איז אריבער א גרויסער חשד פון אן עלילת דם, וואס צוליעב דעם האט ער געמוזט אנטלויפן קיין אמעריקע.
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3436
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

פדף נאר פון די אידיש'ע

אן אוצר, יישר כח פאר די שרייבערס!
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

א סדר אין וואלד
צווישן די ווייט פארשטופטע וועלדער אין ווהלין - אוקראינע, דרייט זיך ארום אונזער ר' הערשל, נאך אידן געפונען זיך דא, וואס זענען אפגעראטעוועט געווארן פון טויט צום לעבן דורך די גרופע מסירות נפש'דיגע פראטיזאנער, און די צייט וואס מ'האט גאנצע קהילות פארניכטעט ל"ע, האבן די אידישע קריג'ס פירער מלחמה געהאלטן מיט די דייטשע נעגל וועלכע האבן געזוכט צו פארציקן און אויסצלעשן יעדן אידישן אטעם, און דארט אין די טיפע וועלדער האט מען פרובירט צו ראטעווען די מערסטע וואס נאר מעגליך.
פון צווישן אלע מענטשן אינעם פארטיזאנען-לאגער איז ארויסגעשטאנען דער געשטאלט פון ר' הערשל, אן עלטערער איד וואס האט שוין נישט געהאלטן ווייט פון די אכטציגער יארן, אן אנטלאפענער פון א דערבייאיגער שטעטל וואס איז ליידער קיין זכר נישט פארבליבן, מיט זיין געשטאלט רופט ער ארויס פארעררונג און רעספעקט איבער אלע איינוואוינער אינעם לאגער, זיין קליידונג, דעם אלטן טיפישן וואהלינער טראגע, די לאנגע קאפאטע, די הויכע שטיוועל, דער קאפ באדעקט מיטן אלטן רוסישן היט, זיין שניי ווייסער בארד וואס האט אים ווי באדעקט, זיינע ברייט באוואקסענע אויגן ברעמען וועלכע האבן עטוואס באדעקט זיינע שווארצע גליענדע אויגן וואס האט ווי עדות געזאגט אויף זיין פקחות אין שארפקייט, און אן די זעלבע צייט אויף זיין ווארימקייט און צוגעלאזנקייט, דער איינציגער איז ר' הערשל געווען אין לאגער וואס זיינע ציצית האבן זיך ארויסגעשטעקט פון הונטער זיין קאפאטע, אויך פון די נישט אידישע פארטיזאנער וועלכע האבן פון צייט צו צייט באזוכט דעם לאגער, האט ר' הערשל גענאסן פון זייער רעספעקט זייענדיג פאר זיך אן ערליכער ליבליכער מאן.
אין דעם לאגער האט ר' הערשל געדינט פאר יעדן ווי א טאטע, זייענדיג דער איינציגע איבערגעבליבענער עלטערער איד, די איבעריגע עלטערע מענטשן זיינען ליידער אריינגעשליידערט געווארן אין גרובער וואו מ'האט זיי לעבעדיגערהייט באדעקט, דעריבער איז ר' הערשל פארבליבן אלס דער טאטע פונעם לאגער. ער האט טאקע אויסגעפירט זיין פליכט, אין געטרייסט מיט גוטע זוסע רייד די צובראכענע מענטשן וועלכע האבן די טייערסטע פארלוירן אין די פארגאנגענע פאר וואכן, ר' הערשל'ס ליבליכע גלעט איז זיי געווען ווי פרישע קאלטע וואסער וואס האט זיי עטוואס בארואיגט.
צו שפייזן אזא גרויסן לאגער, וועלכע האט אנטהאלטן איבער 150 פערזאנען, איז אויך נישט געווען און יענע קריטישע צייטן פון די לייכטע אקציעס, געווען זענען אזעלכע פארטיזאנער וועלכע האבן זיך יעדע פאר טעג באקליידעט מיט שווערע כלי זין, און ארויס און די באהעלטעניש זוכן שפייז פאר זייערע אומגליקליכע אידישע ברידער, נישט איינמאל האט געטראפן אז דאס האט אפגעקאסט א אידיש נפש, פיל מאל זענען די אידישע פארטיזאנער באפאלן געווארן דורך רוסישע פארטיזאנער וועלכע האבן זיי צוגערויבט די עסנווארג ווי אויך צומאל די געווער וועלכע זיי האבן געהאט מיט זיך.
די געטריישאפט פון אט די פארטיזאנישע זעלנער איז איבערגעשטיגן די סכנה וואס האט געשטעקט הונטער דעם, און האבן געזאגט פארן וואויזיין פון די איינוואוינער פונעם לאגער, און זיך אנגעשטרעגט צו ברענגן די מינימאלסטע שפייז וואס האט זיך אויסגעפלט, אונזער ר' הערשל האט דאס נישט אויסגעפעלט, ער האט זיך באגנוגט מיט אביסל קארטאפל וואס ער האט אפגעקאכט, און געגעסן צו די זעט, א ווערטל פלעגט ארומגיין אין לאגער, אז ר' הערשל עסט דאס ווייניגסטע און ער איז דאס מערסטע זאט.
  
אייגנטליך פון וואו, און וויאזוי איז דער ר' הערשל אנגקומען אין דעם טיפן וואלד-לאגער, אט הערט, אין דעם באשטימטער טאג וואס די אידן זענן ארויסגעטריבן געווארן פון זייערע היימען, האט ר' הערשל נישט איבערגעלאזט זיין שטוב, ער איז פארבליבן אינדערהיים, דערמיט האט ער ווידערגעשפעניגט אין דעם באפעהל פון די דייטשן וועלכע האבן מיט זייערע הויך-הילכער'ס געשטורעמט אז דער וואס וועט פארלעצן זייער באפעל, און וועט זיך נישט באווייזן אינמיטן שטאט וועט דערשאסן ווערן אויפן ארט.
זיין קליין הייזקעלע איז געשטאנען ביים עק פון שטעטעל, יענעם צופרי האט זיך ר' הערשל ארייגעזעצט אין די אינעווייניגסטע צימער, אין זיך פארטיפט אין א טיפע סוגיא גמרא, מיט'ן גאנצן קראפט איז ער געווען צוגעשמידט צו די גמרא, נישט באמערקענדיג ווי די דייטשע געסטאפא איז אדורך זיין וואוינוג, גלויבנדיג אז קיינער איז שוין נישט דארט זייענדיג דעם טור ברייט אויפגעפראלט, וואס אין אמת'ן איז דאס שטענדיג געווען אפען, שטענדיג גרייט פאר די דורכגייער וועלכע לעכצן נאך א ווארימע טרינק.
פארנאכט'ס, ווען די שטילקייט איז דאס מאל געווען מער ווי געווענטליך, נמליך ס'איז שוין ליידער נישט געווען ווער ס'זאל מאכן א גערודער, איז ר' הערשל שטילערהייט ארויס פון זיין שטוב, ווען אויף זיין פלייציע שלעפט ער ארויף א שווערן זאק אנגעפילט מיט אפאר ספרים, טלית ותפילין, אין לאזט זיך אין וועג אריין, מגליך אז די אוקראינער האבן אים באמערקט, אבער זיין דירה האט אנגעווארפן א פחד אויף ווער ס'האט אים בלויז אנגעקוקט, זיין פראטפולע געזיכט האט געמאכט דעם איינדרוק ווי איינער וואס באלאנגט נישט צו דעם פלאנעט.
נאך עטליכע מינוט שפרייזן איז שוין ר' הערשל געווען אויסער די שטאט, מיט געמאסטענע טריט איז ר' הערשל אריין אין וואלד, איבערלאזנדיג די שטעטעלע וואו ער אליין איז אויפגעוואקסן אלע יארן, און האט אויך ערצויגן זיין הויז געזונד און זיין משפחה, אנקומענדיג טיפער אין וואלד האט ר' הערשל מיט זיין שטעקן אויסגעגראבן א קליינעם הייל, צו די שיין פון די לבנה האט ער אפגעדאווענט מעריב, דערנאך האט ער אפגריסן עטליכע ווילדע עפליך פון א דערנעבנדיגן בוים, און אריין אינעם הייל, אזוי איז ער דארט געזעסן עטליכע טעג, ביז די עפל איז שוין אויסגעגאנגען, האט ער באשלאסן אז ביינאכט וועט ער ווידער ארויסגיין זוכן שפייז, אזוי האט ר' הערשל איינגעפירט, דאס ביינאכט פלעגט ער שטילערהייט ארויסקריכן פון זיין באהעלטעניש, און דרכאויס דעם טאג איז ער געזעסן אין געלערנט אין הייל ווי גארנישט שלעכט וואלט מיט אים געטראפן.
עטליכע וואכן איז ר' הערשל אזוי אנגעגאנגען מיט'ן סדר היום, ביז איין פארנאכטס, ווען די אידישע פארטיזאנען, האבן זיך דאן צוריקגעקערט פון א דערפאלגרייכע אקציע אין שטעטעל, אויף זייער מארשירן האט זיך דערקערט אז דאס זענען טריט פון זעלנער וועלכע טרומפירן זייער זיג, מיטאמאל האבן זי באמערקט א מענטשליכע געשטאלט שאקעלט זיך צווישן די ביימער, זיין העל ווייסע בארד האט געווארפן א שאטן פון די לבנה שיין, די פארטיזאנער האבן זיך דערנענטערט צו אים ווען פלוצים האט איינער פון זיי דערקענט, אז דאס גאר אן אנטלאפענער איד פון זיין שטעטל.
ר' הערשל! ר' הערשל! האט ער אויסגעשריען מיט גרויס איבערראשונג. איר לעבט טאקע.
נו! נו! האט ר' הערשל געוויזן מיט דיפינגער, אנצודייטן אז ער קען איצט נישט ענטפערן, די גרופע האט געמוזט ווארטן ביז ווילאנג אונזער ר' הערשל האט פארענדיגט דאס דאווענען, הערשט דאן האט ער פארפירט מיט זיי א שמועס.
ר’ הערשל איר קומט מיט אונז, האט אויסגערופן איינער פון די גרופע, איך בין דא אויך פון אייער שטעטל, איר דערקענט מיר נישט? איך בין דער זון פון יודל דער בעקער.
ר’ הערשל האט באוויליגט מיטצוגיין מיט די גרופע, ער האט אבער געבעטן אז זיי זאלן אביסל צואווארטן ביז ווילאנג ער נעמט ארויס זיינע חפיצים פון זיין דירה - הייל -, דערנאך איז ער מיטגעגאנגען מיט זיי.
גרויס איז געווען די איבערראשונג אין לאגער ווען מען האט אים דערזען, און אז ער איז געבליבן לעבן. אלעס וואס איך האב געטאן איז געווען באגלייט מיט השגחה עליונה, האט ר' הערשל געענטפערט צו די אלע פראגעס וואס די לאגער איינוואוינער האבן אים באווארפן. וויאזוי האט איר ניט מורא געהאט פון די רוצחים און זיך נישט פארזאמלט צוזאמען מיט די אלע שטעטלישע אידן, וויאזוי האט איר אויסגעהאלטן אין דעם וואלד היל, און נאך ענליכע פראגעס.
ר’ הערשל האט זיך גאנץ שנעל איינגעגלידערט אין לאגער, זיין טאג טעגליכער סדר היום איז געווען אנגעפילט, גאנץ פרי ווען די זון האט אנגעהויבן אוועק צו ווארפן די נאכט-טונקלקייט - איז שוין אונזער ר' הערשל געווען אנגעטאן מיט טלית און תפילין, נאכן דאווענען איז ער ארויס געגאנגען אין לאגער זאנדגי פאר יעדן א גוט ווארט, ווער האט דען נישט געקענט נטוצן א גוט ווארט? ר' הערשל מיט זיין ליבליכן שמייכל האט יעדן געגעבן מוט און כח ווייטער אויסצוהאלטן, און אנגיין מיט דעם טאג טעגליכן, אזוי האט זיך ר' הערשל געפירט ביז צום באפרייאונג פון לאגער.
  
די נאכט פון פסח האט דערגרייכט אויך אינעם וואלד...
אין דעם גאנצן לאגער איז ניטאמאל געווען א געהעריגן טיש, אפילו ענליכעס צו דעם איז אויך נישט געווען צו געפונען, מ'האט דעריבער צוזאמען גענומען עטליכע ברעטער וואס האט געדינט אלס א טיש, אויסגעשפרייט דערויף עטליכע ווייסע ליילכער וואס מ'האט לעצטנס דעראבירט פון א פויער, וויסענדיג אז מ'דארף דאס האבן פאר פסח.
ווי נאטירליך איז ר' הערשל געזעסן ביים אויבנאן פונעם "סדר טיש", נישט מיט קיטל אדער אן אנדערע יום טוב'דיגע מלבוש, זיין ווייסע בארד האט יעדן בארואיגט, דערמאנענדיג ביי די אנוועזענדע די שיינע סדרים וואס מ'האט מיטגעלעבט מיט די עלטערן אינדערהיים "אין די גוטע צייטן".
אומגלויבליך אבער פאקטיש איז געווען מצות אויפ'ן טיש, דורכאויס די ווינטער חדשים האט מען באהאלטן מעל, מ'האט צוביסלעך אנגעזאמעלט עטליכע זעק מעל, זי אפגעהיטן פון רעגן און פאכטיקייט, פאר פסח האט מען איינגעשפאנט די פרויען, וועלכע האבן מיט גרויס חשק אפגעבאקן די מצות, וואס ר' הערשל האט טאקע געדינט אלס דער משגיח, מיט פארזיכטיקייט האט מען ווי ווייט מעגליך אפגעהיטן אלע נויטיגע דינים, אין חומרות וואס איז געווען דורכפירבאר אין וואלד, אין אזוי ארום האט יעדער זוכה געוען צו עסן איין כזית לשם מצות אכילת מצה.
ר’ הערשל האט געזאגט די הגדה, צוליב די שוואכע ליכטיקייט פון לבנה, איז ער געווען געצווינגען צו זאגן פון אויסנווייניג, פון צייט צו צייט האט מען איבערגעהאקט מיט א ניגון, וואס איז טיילווייז געוען באגלייט מיט טרערן געמישטע פון צער און פרייד.
אפילו די וואס האבן ביז איצט געמיינט אז זיי "קענען" דעם ר' הערשל, האבן זיך איבערגעצייט אז זיי האבן געגרייזט, זעהנדיג פאר זיך אן אמת'ער הערליכער איד פון די פארצייטישן דור, וואס די אלע צרות לעשן נישט אויס זיין אידישע פינק, און האפענונג, ר' הערשל האט געמוטיגט דעם עולם, אויספירענדיג והיא שעמדה .... שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו... והקב"ה מצינו מידם... ווערטער וואס זענען געווען ווי צוגעפאסט צו זייער נעבעכדיגער מצב.
איינער פון די אנוועזענדע האבן זיך אנגערופן, אויב מיר קענען דא זיצן אין וואלד אין פראווען דעם סדר, האט דער רשע היטלער ימ"ש נישט געזיגט די מלחמה, זיין טונקעלער פאלן פון "יודן-ריין" איז נישט געלונגען, דאס אידיש פאלק קען מען נישט פארלענדן, מיר האבן אן הבטחה פונעם אויבערשטן, אז ער וועט אונז קיימאל נישט פארלאזן...
  
דעם אפיקומן האט מען געענדיגט צו עסן אסך פאר חצות...
דאך האט זיך קיינער נישט אויפגעשטעלט פון זיין ארט, אלע זיינען געבליבן צוגעשמידט צי די ערטער, זייערס אויגן געווענדט צו ר' הערשל, וועלכע האט זיי מהנה געווען מיט זיינע זיסע חיזוק רייד, אלע האבן זיך געשפירט ווי מ'זיצט ביים סדר טיש אין דערהיים.
די ליכטיקייט פונעם פרי מארגן האט זיי איבערגעהאקט, ר' הערשל האט זיך אויפגעשטלט פונען אויבנאן, געווינטשן פאר יעדן א פרייליכן יו"ט, זאגנדיג, מיר דארפן זיך שוין גרייטן צום יום טובדיגען דאווענען...
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

הרה"ק ר' חנוך העניך פון אלכסנדר פלעגט יעדן ערב פסח פאר'ן מַצוֹת באקן דערציילן די פאלגענדע מעשה.
ס'איז אמאל געווען א איד ר' נחמי', וועלכער האט זייער שווער געארבעט אין פעלד, אבער קיין גרויסע געלטער האט ער נישט פארדינט, און האט אוודאי נישט געהאט צו באצאלן צייטליך רענט פאר'ן פריץ, און אזוי ווי דער סדר איז דעמאלט געווען, אז ווען איינער האט נישט באצאלט פאר'ן פריץ, האט מען אים אריינגעווארפן זיין גאנצע משפחה אין א טונקעלן קעלער, פארשטייט זיך אז ר' נחמי' און זיין פאמיליע זענען געווארן זייער צובראכן.
ווען די באדינערס פונעם פריץ האבן געזען אז נאך די אלע ווארענונגען האבן זיי גארנישט אויפגעטאן, ר' נחמי' האט נאך אלץ נישט באצאלט, איז דער פריץ אליינס געקומען צו ר' נחמי', און אים געזאגט, אז ער וועט נאך ווארטן דרייסיג טעג, און אויב ביז דעמאלט וועט ער נישט באצאלן, וועט ער מער נישט ווארטן, און ער וועט אומגליקלעך מאכן זיין משפחה.
ר' נחמי' וועלכער איז געווען א גרויסער ירא שמים, און האט געהאט בטחון אין הקב"ה, האט זיך יעצט אויך פארלאזט אויף הקב"ה, און ער מיט זיין פרוי האבן ביידע מתפלל געווען צו הקב"ה, ער זאל זיי ראטעווען אין זייער צרה.

די פרוי פון ר' נחמי' וועלכע האט געהאט אין זיך שטארק תמימות און אמונה, האט געגעבן אן עצה פאר איר מאן, אז ער זאל אפשרייבן א בריוו צו הקב"ה, אז ער זאל זען ווי שטארק זיי פלאגן זיך, און מ'פלאנט זיי ארויסצווארפן פון זייער דירה, און ער זאל זיי העלפן אין זייער שרעקליכע צרה.
ר' נחמי' וועלכער איז נישט געווען ווייניגער תמימות'דיג פון זיין פרוי, און האט אויך געהאט אמונה פשוטה, האט שטארק הנאה געהאט פון דעם פלאן, און האט טאקע געטאן אזוי ווי זיין ווייב האט אים געזאגט, א לאנגע צייט האט ער זיך געמוטשעט אפצושרייבן א בריוו כביכול צו הקב"ה.
ער האט פונקטליך אריינגעשריבן אינעם בריוו זיין שווערע מצב, און וואס ער איז אלץ אריבער אין די פארגאנגענהייט, אז ער האט נישט גענוג פרנסה, און מיט טרערן אין די אויגן האט ער ארייגעשריבן די שרעקליכע גזירה וואס ערווארט אויף אים מיט זיין משפחה, צו ווערן אריינגעווארפן אין א טינקלע קעלער, און ביים סוף פונעם בריוו האט ער צוגעשריבן אז עס קומט שוין בקרוב דער יום טוב פסח, און ער האט נישט קיין פרוטה איינצוקויפן אויף יום טוב.
ווען ר' נחמי' איז געווען גרייט אוועקצושיקן דעם בריוו, האט זיין פרוי געזאגט, אז אזוי ווי נישט צו ווייט פון זייער הויז, איז דא א וואלד וואס אויסער רויבערס גייט קיינער נישט דארט אריבער, זאל ער אהינלייגן דעם בריוו, אזוי וועט דאס קיין מענטש נישט טרעפן, און פון דארט וועט עס שוין אנקומען צו הקב"ה, ר' נחמי' האט אזוי געטאן, און איז אהיימגעקומען פרייליכערהייט, און האט זיך פארלאזט אויף הקב"ה, אז ער וועט העלפן.

א וואך פאר פסח, ר' נחמי' און זיין משפחה ווארטן מיט אמונה און בטחון אין הקב"ה צו זען די ישועה, פלוצלונג הערט מען קלאפן אויפ'ן טיר, און ווען מ'האט אויפגעמאכט, זעט מען אז דער רב פון שטאט איז געקומען צו זיי ברענגענדיג א שיינע סכום געלט.
דער רב האט זיי דערציילט אז דער קעניג פונעם שטאט האט געפונען א בריוו אינעם דערנעבעדיגן וואלד, ווען ער איז געפארן פארברענגען אין וואלד, ווען דער קעניג האט באמערקט א בריוו, האט ער געזאגט פאר זיין באדינער, אז ער זאל אים ברענגען דעם בריוו, ווען דער קעניג האט געזען אז דער בריוו איז געשריבן אויף א שפראך וואס ער פארשטייט נישט, האט ער געטראכט, מסתמא האט דאס א איד געשריבן, דעריבער האט דער קעניג באפוילן אז מ'זאל אים לאזן רופן דעם רב פונעם דערנעבענדיגע שטאט, ער זאל אים פארליינען וואס סש'טייט אינעם בריוו, ווען דער רב האט דאס געענדיגט ליינען, האט דער קעניג זייער רחמנות געהאט אויף דעם איד וואס איז אריבער אזויפיל צרות, און האט ארויסגענומען פון זיין טאש א גרויסע סומע געלט, און עס געגעבן פאר'ן רב ער זאל עס איבערגעבן פאר דעם איד וואס איז אונטערגעשריבן אינעם בריוו.
דער רב איז געגאנגען צו ר' נחמי', און אים געזאגט, אז הקב"ה האט צוגעהערט דיין געבעט, און דיר ארויסגעהאלפן, דער רב האט אים איבערגעגעבן דעם סכום געלט, און ר' נחמי' האט שוין געהאט גענוג געלט צו באצאלן דעם גאנצן חוב פאר'ן פריץ, און ס'איז אויך געווען גענוג אויף איינצוקויפן אויף יום טוב, און פון דעמאלט און ווייטער, האט ר' נחמי' געהאט שיין פרנסה, און מיט די צייט איז ער געווארן א גרויסער עושר.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער הייליגער צאנזער רב האט געזאגט אז הרה"ק ר' מענדל'ע מרימנאב פלעגט דערציילן די מעשה יעדעס יאר פסח ביינאכט ביים סדר.
דער גאון און קדוש ר' יצחק נוניס זכותו יגן עלינו, איז געווען די עצה געבער פונעם סולטאן אין קאנסטאטינאפאל, יעדן טאג איז ער געקומען באזוכן ביים סולטאן אין פאלאץ, איין טאג איז ער נישט געקומען. פארנאכט איז דער סולטאן ארויסגעגאנגען שפאצירן אויף די גאס און האט געזען א איד אנגעטאן מיט יום טוב'דיגע קליידער האט ער אים געפרעגט וואס איז היינט דער יום טוב, האט דער איד געענטפערט אז היינט ביינאכט איז יום טוב פסח.
האט דער סולטאן געזאגט, אז יעצט פארשטייט ער שוין פארוואס ר' יצחק איז נישט געקומען היינט אינעם פאלאץ, ווייל ער איז געווען פארנומען מיט'ן צוגרייטן צום יום טוב פסח, האט דער סולטאן געוואלט זען וויאזוי די אידן פראווען דעם יום טוב פסח, האט ער זיך נאכגעפרעגט וואו ר' יצחק וואוינט און ער איז געגאנגען צו זיין הויז.
ר' יצחק איז געזעסן ביים סדר און האט צוגעגרייט די קערה, פלוצלונג הערט ער קלאפן אויפ'ן טיר, ער איז געגאנגען עפענען די טיר, ער איז געווארן איבערראשט צו זען ווי דער סולטאן איז געקומען צו אים, ר' יצחק האט אים אריינגענומען אין שטוב מיט גרויס כבוד, דער סולטאן האט געבעטן אז ער וויל זען ווי אזוי מען רעכט אפ דעם סדר, ר' יצחק האט אים זייער שיין אויפגענומען און געזעצט ביים טיש וואו ס'איז געווען אנגעגרייט די שיינע כלים, נאך קידוש האט דער סולטאן אויסגעהערט וויאזוי די קינדער פרעגן די פיר קושיות מיט א בא'טעמ'טן ניגון.
ווען מ'האט געהאלטן ביים עסן די מצה, האט ר' יצחק געזאגט פאר'ן סולטאן אז יעצט גייט מען עסן די יום טוב'דיגע סעודה און ער האט אים געפרעגט אויב ער וויל מיטעסן מיט זיי, האט דער סולטאן געזאגט יא, און מ'האט געטיילט מצה פאר יעדן און פאר'ן סולטאן האט מען אויך געגעבן, דער סולטאן האט געגעסן די מצה און זיינע אויגן האבן אויפגעלאכטן, אלע יום טוב'דיגע מאכלים זענען אים געפאָלן, אבער די מצות זענען אים די מערסטע געפאָלן, ער האט אוועקגעלייגט א שטיקל מצה צו געבן פאר זיין פרוי טועם צו זיין פונעם פיינעם טעם, ווען ר' יצחק האט דאס געזען האט ער אים געגעבן עטליכע מצות וואס ער האט געהאט אנגעגרייט פאר די אנדערע טעג יום טוב.
דער סולטאן איז צוריק געגאנגען אין זיין פאלאץ, און ער האט דערציילט פאר זיין פרוי וואס ער האט געזען פסח ביינאכט ביים סדר ביי ר' יצחק אין שטוב, ער האט איר געגעבן צו עסן פון די מצה וואס ער געהאט, און זי האט געשפירט זייער א גוטן טעם, און דער סולטאן האט איר געזאגט, אז דער ראטגעבער ר' יצחק האט אים די געגעבן מצות, האט זי אים געזאגט, עס לוינט זיך נישט יעצט אויפצועסן אלע מצות, מארגן געפאלט אויס דיין געבורטסטאג און אלע הערן וועלן קומען צו פראווען א סעודה דעמאלט וועסטו זיי געבן אביסל פון די מצות.
דעם סולטאן איז זייער געפאָלן די עצה פון זיין פרוי, ס'איז טאקע אזוי געווען, צומארגנס ווען דער סולטאן איז געזעסן מיט אלע הערן ביי די סעודה, האט ער זיי געזאגט, איך האב אנגעגרייט פאר ענק א גוטע זאך וואס ס'איז נישטא זיין גלייכן, און עטץ האטס נאך קיינמאל נישט טועם געווען אזא גוטן טעם, און ער האט געגעבן פאר יעדן א שטיקל מצה,די הערן האבן דאס טועם געווען, אבער ס'איז שוין געווען פארטרוקענט, עס האט שוין נישט געהאט קיין טעם, און זיי האבן זיך געוואונדערט אויף דעם וואס ער האט געזאגט זאגט אז עס האט א גוטן טעם, אבער ווער וואגט זיך צו זאגן עפעס פאר'ן סולטאן.
דער סולטאן האט באמערקט אויף זיי אז זיי זענען נישט אזוי איבערראשט געווארן דערפון, נאכדעם וואס יעדער איז אוועקגעגאנגען, האט ער געפרעגט דעם בישאף, איך וואונדער מיך זייער, אז די מצה פון די אידן האט פארלוירן דעם גוטן טעם.
דער בישאף האט פיינט געהאט די אידן, און ווען ער האט געהערט אז דער סולטאן האט געטיילט מצות פון די אידן, האט ער געזאגט, עס וואונדערט מיר זייער דער איינפאַל צו געבן פאר די מוסלמענער א אידישן מאכל, נאכדערצו ווען ס'איז נישט גוט, דער סולטאן איז געווארן צושפאָט אין די אויגן פון זיינע הערן.
האט דער סולטאן געזאגט, נעכטן בין איך געווען ביי די מסיבה וואס מיין ראטגעבער האט געמאכט און די מצה איז געווען זייער גוט, און איך האב אויך געגעבן א שטיקל מצה פאר מיין פרוי און זי האט אויך געזאגט אז ס'איז זייער גוט, דער סולטאן האט גערופן זיין פרוי און זי האט געזאגט אז ער איז גערעכט, די מצה איז געווען זייער גוט, און זי האט מיר געזאגט אז איך זאל געבן פון די מצות פאר די הערן.
האט דער בישאף געזאגט, זעט אויס אז פאר די הערן האט מען געגעבן אנדערע מצות וואס זענען נישט געווען אויפ'ן טיש פון ר' יצחק, ריכטיג האט דער סולטאן געזאגט, האט דער בישאףגעזאגט, אויב אזוי, איז ביי מיר קלאר אז די די אידן שמירן ארויף אויף די מצות וואס זיי עסן פסח ביינאכט, פעטנס פון א חזיר וועגן דעם האטדאסגעהאט אזא גוטן טעם, און דער איד האט געהאט די חוצפה צו געבן פאר'ן סולטאן פעטנס פון א חזיר.
דער חזיר איז מיאוס צו עסן אפילו פאר די מוסלעמענער, דער סולטאן איז געווארן ברוגז אויף זיין ראטגעבער וואס ער האט געהאט די חוצפה אים מטמא צו זיין מיטפעטנס פון א חזיר, און האט אים געלאזט רופן און האט אים געפרעגט, וויאזוי ער האט געהאט די חוצפה צו טאן אזא זאך, האט ער געזאגט אז עס קומט אים טויט שטראף, ר' יצחק איז געווארן דערשראקן און האט געזאגט, חס ושלום איך זאל טאן אזא זאך, אידן טארן אויך נישט עסן קיין חזיר, פרעגט דער סולטאן, אויב אזוי ווי אזוי קען זייןאז די מצות פון פסח ביינאכט זענען געווען אזוי גוט, איך האב קיינמאל נישט געהאט אזא גוטע עסן, און די אנדערע מצות זענען געווען אזוי הארט און טרוקען.
האט ר' יצחק געזאגט, כ'וועל דיר זאגן דעם אמת, איך ווייס נישט, דער סולטאן זאל מיר געבן דריי טעג צייט און איך וועל אים ענטפערן אויף דעם, האט דער סולטאן געזאגט, איך וועל דיר נאכגעבן, אבער אויב איך וועל נישט זיין צופרידן מיט'ן ענטפער וועל איך וויסן אז דער בישאף איז גערעכט און דו וועסט באקומען טויט שטראף.
ר' יצחק איז צוריק אהיימגעגאנגען אינגאנצן צוטראגן, און ער האט זיך אראפגעזעצט און האט איינגעדרימלט, איז אליהו הנביא געקומען צו אים אין חלום און אים געזאגט, גיי צוריק צום סולטאן און איך וועל זיין מיט דיר.
ר' יצחק איז צוריקגעגאנגען צום פאלאץ און זיך געשטעלט פאר'ן סולטאן, דער סולטאן האט זיך געוואונדערט, דו האסט דאך געבעטן דריי טעג, און דיין לעבן ווענדט זיך אין די תשובה, אזוי שנעל ביזטו געוואויר געווארן דעם אמת, האט ר' יצחק געזאגט, איך האב נישט קיין תירוץ, אבער כ'האב א קשיא צו פרעגן, איך האב נאך קיינמאל נישט געשפירט דעם טעם פון חזיר, איך ווייס נישט אויב ס'איז גוט אדער נישט, און דער סולטאן האט נאך אויך קיינמאל נישט געגעסן קיין חזיר, איז פון וואו ווייסט דער בישאף אז די פעטנס פון א חזיר האט אזא גוטן טעם.
האט דער סולטאן געזאגט פאר ר' יצחק, איך זע דו ווילסט נאר בארעדן דעם געערטן בישאף, האט ר' יצחק געזאגט, איך ווייס נישט, איך וויל וויסן וואו דער בישאף געפונט זיך יעצט, דער סולטאן האט גערופן איינער פון זיינע באדינער ער זאל גיין געוואויר ווערן וואו דער בישאף געפונט זיך, דער באדינער איז צוריקגעקומען און האט געזאגט דער בישאף מאכט יעצט התבודדות אין זיין צימער און קיין איין מענטש האט נישט די חוצפה אים צו שטערן, ווייל דער בישאף ווערט אזוי הויעך ביז ער גייט ארויף אויבן אין הימל אין גן עדןאון ער לערנט דארט פונעם מוסלעמענישן נביא.
האט ר' יצחק געזאגט איך וויל זען ווי אזוי ער דינט זיין אפגאט, אבער קיינער האט אים נישט געוואלט שטערן אפילו דער סולטאן, אבער אזוי ווי ר' יצחק האט אזוי שטארק געוואלט זען האט דער סולטאן געשפירט אז ער מוז עס לייקענען, און ער איז געגאנגען באגלייטן ר' יצחק צום צימער פון בישאף.
ביים טיר איז געשטאנען די באדינער פונעם בישאף און האט אכטונג געגעבן אז קיינער זאל נישט אריינגיין,און האט זיי געזאגט דער בישאף איז אין זיין שטוב קיינער קען יעצט נישט אריינגיין.
דער סולטאן האט אריינגעשטעקט זיין האנט אינעם טיר און האט געעפענט דעם צימער און ער האט געשטערט די התבודדות פונעם בישאף, דערסולטאן האט זיך געטראפן אין א ליידיגן צימער, האט דער סולטאן געזאגט פאר ר' יצחק, זעסט דער בישאף איז ארויף אין הימל.
ר' יצחק האט זיך ארומגעקוקט אינעם גאנצן צימער, און האט באמערקט אז די פענסטער איז פארמאכט, און קיין איין וואנט איז נישט אויפגעבראכן, אבער איין וואנט איז צוגעדעקט מיט א פירהאנג איז ער צוגעגאנגען און אראפגענומען דעם פירהאנג, אונטער דעם פירהאנג איז געווען א טיר וואומ'האט געזען טרעפ, האט ר' יצחק געזאגט פאר'ן סולטאן דער בישאף איז נישט ארויף אין הימל, ער איז אראפ אין תהום.
זיי זענען אראפגעגאנגען די טרעפ, ביז זיי זענען אנגעקומען צו א הייל און זיי האבן געזען ווי דער בישאף בוקט זיך צום צלם.
דער בישאף האט געזען אז מען האט זיך דערוואוסט פון זיין סוד, איז ער אויפגעשטאנען און האט געקוקט מיט אשטרענגן בליק האט ר' יצחק געפרעגט וואס איז דער גרוב וואסער וואס מיר האבן באגעגנט אינמיטן וועג, האט דער בישאף געענטפערט מיט חוצפה, זיך צו רייניגן פון די טומאה פון די מוסלמענער, האט מען גענומען דעם בישאף און מ'האט אים גע'הרג'עט, און ר' יצחק נוניס איז געראטעוועט געווארן, זכותו יגן עלינו.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ר' מענדל'ע מרימונאב פלעגט יעדעס יאר פארציילן די פאלגענדיגע מעשה,
איינמאל איז א דארפסמאן געגאנגען אויפ'ן וועג, און ער האט געפירט מיט זיך א בהמה, אינמיטן ווען האט ער באגעגענט א שרוואס האט אים געפרעגט וואס ער טראגט מיט זיך, האט דערדארפסמאן געענטפערט א קעלבל, האט אים דער שר געזאגט אז ער איז א ליגנער, דאס איז נישט קיין קעלבל נאר א הונט, זיי האבן זיך גע'טענה'עט איינער מיט דעם אנדערן, צום סוף האט דער שר גענומען א שטעקן און אים שטארק געשלאָגן, דער דארפמאן האט געזאגט פאר'ן שר, דו וועסט נאך געוואויר ווערן וואס א הונט קען טאן, דער דארפסמאן איז אוועקגעגאנגען, און ער האט פארברענט דעם הויף פונעם שר.
דער שר האט געזוכט איינעם וואס זאל אים בויען א נייעם הויז, איז דער דארפסמאן געקומען און האט זיך שיין אנגעטאן און האט געזאגט פאר'ן שר אז ער קען בויען א שיינע הויז, און ער וועט מאכן שיינע זאכן אויפ'ן הויף, אבער כדי צו בויען דעם הויף מוז מען האבן זייער דיקע האלץ וואס צוויי מענטשן מוזן האלטן, און עס איז זייער געפאָלן פאר'ן שר, און ער האט אים געזאגט אז אין וואלד האט ער אזעלכע העלצער, זענען זיי ביידע געפארן צום וואלד, אויפ'ן וועג צום וואלד איז געווען א קרעטשמע, האבן זיי אפגעשטעלט דעם וואגן און זיי זענען אריינגעגאנגען אין וואלד, דער דארפסמאן האט געזאגט פאר'ן שר אז ער זאל אנכאפן די האלץ מיט זיינע הענט, בשעת ער האט אנגעכאפט די האלץ האט אים דער דארפסמאן צוגעבונדן דעם שר'ס הענט צום האלץ, און ער האט אים אויסגעטאן די וועש און ער האט אים זייער שטארק געשלאגן מיט אלע כוחות, ווילאנג ער האט שוין נישט אויסגעהאלטן, און דער שר האט געשריגען און דער דארפסמאן האט זיך נישט וואוסענדיג געמאכט, און ער האט געזאגט קוק וואס א הונט קען טאן.
ווען דער בעל עגלה האט געזען אז זיי זענען שוין צו לאנג אין וואלד, איז ער אריינגעגאנגען אין וואלד קוקן וואס עס גייט פאָר, און ער האט געזען ווי דער שר שטייט צוגעבונדען צו א האלץ, כמעט וואס ער לעבט נישט, האט ער אים ארויפגענומען אויפ'ן וואגן און ער האט אים אהיימגעטראגן צו זיין הויז, און ער איז געליגן דארט אינגאנצן צוביילט און אפגעשוואכט.
איז דער דארפסמאן געגאנגען און האט זיך פארשטעלט פאר א דאקטער און ער געפארן צו יענע שטאט און האט ארויסגעלאזט א שם אז ער א גרויסער דאקטער פון די שטאט לעמבערג, אזוי ווי מ'האט געהערט אז ס'איז דא א גרויסער דאקטער האט מען אים גערופן און מען האט אים געבעטן אז ער זאל קומען צום שר, און ער האט זיי געזאגט אז האט נישט קיין צייט צו קומען און זיי האבן אנגעהויבן וויינען אז ער זאל רחמנות האבן אויף זיי, און ער האט זיי נאכגעגעבן.
ער איז אריינגעקומען צום שר און האט געזאגט פאר די שטוב מענטשן, אז עס איז דא איין רפואה פאר דעם, אז מ'אל אנשמירן דעם גאנצן קערפער מיט א זאלב וואס מען באשמירט די רעדער, אזוי זאל ער ליגן פופצן מינוט, און ער וועט האבן גרויסע יסורים פון דעם זאלב און ער וועט מסתמא שרייען פון די יסורים, אבער דאס וועט זיין די רפואה, ווייל דאס וועט אפברענען דעם גאנצן קערפער וואו ס'איז נישט גוט, זיי האבן מסכים געווען צו דעם, און דער שר האט אויך מסכים געווען אז דאס זאל זיין דער רפואה פאר אים, און ער האט געזאגט אז יעדער מוז ארויסגיין פון די הויז בשעת מ'טוט דאס, נאר דער שר זאל דארט בלייבן, ווייל ער האט מורא אז ווען מ'וועט זען ווי דער שר האט גרויסע יסורים וועלן זיי רחמנות האבן אויף אים און זיי וועלן אראפנעמען דעם זאלב, וועגן דעם איז בעסער אז זיי זאלן ארויסגיין, און ער וועט בלייבן מיט אים.
ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען פון שטוב, האט ער פארמאכט דעם טיר, און ער האט גענומען דעם שר און אים צוגעבונדן צום טיש און אנגעהויבן שטארק צו שלאגן, אינדרויסן האט מען געהערט ווי דער שר מאכט קולות, זיי האבן געמיינט אז דאס איז פונעם זאלב וואס מען האט אים ארויפגעשמירט און ס'איז זייער גוט ווייל דורכדעם וועט ער זיין געזונט, ווען דער דארפסמאן האט געזען אז דער שר האט שוין נישט קיין כח צו די קלעפ איז ער אוועקגעגאנגען און ער האט אים געזאגט זע וואס א הונט קען טאן, ווען ער איז ארויסגעקומען פון צימער האט ער געזאגט פאר די מענטשן וואס זענען דארט געשטאנען אז זיי זאלן נאכנישט גיין צו אים, נאר מ'זאל לאזן דעם זאלב אויף אים נאך אפאר מינוט.
דער וואגן איז געשטאנען אינדרויסן און געווארט אויף אים, ער האט זיך אריינגעזעצט אין וואגן און ער האט זיי געזאגט אז ער האט נישט קיין צייט דא צו בלייבן און ער איז גלייך אוועקגעפארן.
ווען זיי זענען אריינגעקומען אין צימער און האבן געזען וואס דער דארפסמאן האט געטאן, אבער זיי האבן אים שוין נישט געקענט נאכיאגן, און זיי האבן אים געמאכט רפואות ביז ער איז געווארן אויסגעהיילט.
ווען ער איז געזונט געווארן, איז ער געגאנגען שפאצירן אין זיין גארטן, דער דארפסמאן האט געוויסט אז דער שר גייט אין דעם וועג, האט ער געבעטן פון איינעם אז ער זאל נעמען א קעלבל און ער זאל עס טראגן מיט זיך, און ווען ער וועט אנקומען צום דעם פלאץ וואס ער האט געמאכט א סימן זאל ער זאגן פאר'ן שרזע וואס א הונט קען טאן, און ער זאל גלייך אנטלויפן. דער מענטש האט נישט גארנישט געוויסט וואס עס איז פארגעקומען פון פריער, און ער האט געטאן וואס ער האט אים געהייסן, און דער דארפסמאן האט זיך באהאלטן אינעם דערנעבעדיגן וואלד, און ווען דער מענטש האט געזאגט די ווערטער פאר'ן שר און איז אנטלאפן האט דער שר געהייסן פאר'ן בעל עגלה זאל אראפגיין פונעם וואגן און ער זאל אים נאכלויפן אז ער זאל קענען נקמה נעמען אין אים, אזוי ווי דער שר איז געבליבן אליין אויפן וואגן איז דער דארפסמאן ארויסגעשפרונגען פון זיין באהעלטעניש מיט א שטעקן און האט אים אנגעהויבן צו שלאגן פון פריש מיט זיין גאנצע כח,און ער האט אים געזאגט זע וואס א הונט קען טאן, און ער איז אנטלאפן פון דארט.
די מעשה האט ר' מענדל'ע מרימונאב פארציילט יעדעס יאר פורים, און ער האט געזאגט פאר זיין זון ר' נתן לייב דו זאלסט נישט מיינען אז ס'איז פשוט'ע זאכן, די מעשה האט העכערע ענינים.
די דעשער רבי'ס האבן פארציילט די מעשה ווען זיי האבן געענדיגט די מעשה האבן זיי געזאגט, אז ווען ר' מענדל'ע האט געענדיגט צו פארציילן די מעשה האט ער געזאגט, די פערטע נקמה וועט זיין ווען משיח וועט קומען, אין די מעשה ליגט דעם גאנצן סוד פון די הגדה, זכותו יגן עלינו.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער שפיטיווקער רבי זצ"ל פון די חשוב'ע ריזשינער אייניקלעך האט איינמאל פסח ביינאכט ביים סדר נאכ'ן טרינקן דעם דריטן כוס, פאר "שפוך חמתך" דערציילט די פאלגענדע מעשה.
אין פולין אין א פארווארפן דארף האט געוואוינט א איד וואס האט געהאט א קרעטשמע, ער איז געווען גאר א פשוט'ער איד ער האט קוים געקענט דאווענען, טראץ וואס ער איז געווען אן עם הארץ האט ער אבער געזוכט צו געבן פאר זיינע קינדער א אידישן חינוך, דעריבער האט ער געדינגן פאר זיינע קינדער א מלמד וואס זאל לערנען מיט זיי חומש און גמרא. דער קרעטשמער האט אבער געזען אז זיינע קינדער האבן פארשטאפטע קעפ און צו פארשטיין די אותיות וועלן זיי קיינמאל נישט קענען, האט ער באשלאסן אוועקצושיקן דעם מלמד און ער האט זיי געלאזט ארומדרייען פוסט און פראסט...
פרנסה האט אים נישט געפעלט ווייל די קרעטשמע האט אים אריינגעברענגט א שיין פארדינסט, אויך האט ער געהאט א גרויס פעלד, וואס ער מיט זיינע קינדער האבן אויפגעארבעט מיט גרויס ערפארונג, דער אויבערשטער האט אריינגעשיקט די ברכה און ער האט שטענדיג מצליח געווען אין זיינע געשעפטן, מיט דעם אלעם וואס ער איז געווען זייער פשוט און פארגרעבט איז ער אבער געווען א גרויסער מכניס אורחים, ער האט געפילט א חיות מיט דעם וואס אורחים האבן שטענדיג געגעסן ביי זיין טיש. מיט די שטאט לייט פון זיין שכינות האט ער זיך גאר ווייניג באשעפטיגט. דעם איינציגסטען טאג פון די וואך וואס ער פלעגט זיך פירן אריינצופארן אין שטאט איז געווען פרייטאג און ערב יום טוב, אין די טעג איז ער געפארן אין שטאט זוכן אורחים אויף שבת און יום טוב, און ווען ער האט געפינען אורחים איז ער צוריק אהיים געפארן פרייליך און גוט אויפגעלייגט.
פיל עגמת נפש האט אים פארשאפט דאס וואס זיינע קינדער האבן גארנישט געוואוסט פון אידישקייט און אז זיי זענען בורים וריקים, און ווען ס'איז אים אונטערגעקומען א גאסט וואס האט געקענט דאווענען און זינגען, איז זיין שמחה געווען אן א גרעניץ. אן אמת'ער עונג שבת האט דעמאלטס אנגעפילט זיין הארץ. אזא אורח האט זיך נישט געקענט אזוי שנעל ארויסדרייען פון אים, ער האט געדארפט בלייבן אין זיין הויז במשך די קומענדיגע וואך, און פאר ער איז אוועקגעפארן האט אים דער קרעטשמער באלוינט מיט א שיינעם סכום געלט.
אויסער דעם וואס ער איז געווען א גרויסער מכניס אורח האט ער געהאט נאך איין גרויסע מצוה וואס ער האט מקפיד געווען מקיים צו זיין די מצוה פון "מלוה מלכה" יעדן מוצאי שבת, די קרעטשמע האט געמעגט זיין איבערגעפילט מיט מענטשן, פונדעסטוועגן דאך האט ער זיך אראפגעזעצט און געזאגט אלע זמירות וואס מ'דארף זאגן מוצאי שבת. ווייניג זענען געווען די ווערטער וואס ער האט פארשטאנען, אבער ער האט נישט פארפעלט איין ווארט. און ביז ער נישט געענדיגט אלע זמירות האט ער זיך נישט אויפגעשטעלט פון טיש. אזוי האט זיך דער איד געפירט זיין גאנץ לעבן. ער האט געלעבט רואיג און א געלאסן לעבן אויך איז ער געווען א רואיגער מענטש און א שמח בחלקו. מיט זיינע שכנים די פויערן האט ער געלעבט בשלום, און אין צייטן פון ענגשאפט ווען איינער האט געדארפט געלט האט ער אים געבארגט און ארויסגעהאלפן.
אזוי האט זיך זיין לעבן געפירט ביז דער אלטער גלח האט געלעבט, אבער וויבאלד דער גלח איז געשטארבן איז אנגעקומען אין דארף א יונגער גלח א גרויסער שונא ישראל וואס האט נישט געקענט פארגינען אז פאר דעם איד גייט גוט (חסר......) דער איד איז אים געווען ווי א דארן אין אויג, און דער גלח האט געשוואוירן אז ער וועט נישט איינזיצן און איינרוען ביז עס וועט אים געלונגען צו פארטרייבן דעם איד פון דארף.
דער גלח האט אנגעהויבן צו העצן די פויערן ביי זיינע דרשות אין תיפלה ביז ס'איז אים געלונגען איבערצורעדן די פויערן אז זיי זאלן אויפהערן צו קויפן וויין און ברוינפן פון קרעטשמע, און אויך זאלן זיי נישט האבן מיט אים קיין שום שייכות, און פון דעמאלטס האט אים די פרנסה אנגעהויבן צו ווערן שוואך. אבער ער איז נישט געווארן געפאלן ביי זיך און ער האט זיך ווייטער געפירט ווי אין זיינע גוטע צייטן. ער איז געבליבן דער אלטער מכניס אורח און ער גארנישט משנה געווען פון זיין לעבענס גאנג.
עס זענען אנגעקומען די פסח טעג און מ'האט געדארפט צוגרייטן פאר יום טוב אזוי ווי יעדער איד טוט, און כאטש זיין פרנסה איז אים נישט געגאנגען צו גוט און צופיל געלט האט ער נישט פארמאגט פונדעסטוועגן דאך איז ער געפארן אין שטאט איינצולאדענען געסט פאר יום טוב, דער גאנצער יום טוב איז געווען צוגעשטעלט אזוי ווי עס באדארף צו זיין.
ווען עס איז אנגעקומען פסח דער ערשטן סדר איז דער קרעטשמער געזעצן ביים אויבן אן פונעם טיש אויף דעם היסב בעט ווי א קעניג, זיין ווייב און זיינע קינדער זענען געזעצן פון איין זייט און די אורחים פון די צווייטע זייט. מיט גרויס כוונה האבן זיי געזאגט די הגדה און ווייל זיי האבן נישט אזוי גוט פארשטאנען די פשט פון די הגדה האבן זיי זיך מיט גרויס דרך ארץ צוגעהערט ווי איינער פון די אורחים האט פאר זיי איבערגעטייטשט די הגדה, און אויך זיי פארציילט די גרויסע ניסים וואס דער אויבערשטער האט באוויזען פאר די אידישע קינדער ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים.
פלוצלינג איז דערהערט געווארן ביים פענסטער א שטארקן קלאפ, מיט גרויס פארכט האט איינער פון די קינדער געעפענט די טיר צו זען ווער עס קלאפט אזוי שפעט, און ווען די טיר האט זיך געעפענט האט זיך אנטפלעקט פאר אים א שרעקליכער בילד, פאר'ן הויז איז געשטאנען א גאנצע גרופע פויערן און דער גלח אין שפיץ, ער האט נישט אמאל געהאט צייט צו טראכטן און כהרף עין האבן זיך די פויערן אריינגעריסן אין שטוב, די רוצחים זענען דא האט דער גלח געשריגן מיט א גרויס קול זעט ווי די אידן האבן זיך צונויפגעזאמעלט דא אויפצועסן דאס בלוט פון דעם קריסט וואס זיי האבן גע'הרג'עט און פארגאסן אומשולדיג בלוט. א גרויס פחד איז געפאלן אויפ'ן קרעטשמער מיט זיין משפחה און די געסט, זיי האבן פארשטאנען אז זיי זענען אין א גרויסע סכנה. דער גלח האט זיך ארויפגעווארפן אויפ'ן קרעטשמער מיט גרויס רשעות און געשריגען פארשאלטענער איד! זיי מודה און זאג אונז אויס וואו דו האסט באהאלטן דאס קליינע מיידל וואס איז נעכטן נעלם געווארן פון אירע עלטערן! וואו געפונט זיך דער קערפער פון דעם טויטן קינד וואס איר האט ארויסגעזויגט איר אומשולדיג בלוט מ'זאל דאס קענען אריינלייגן אין די מצות? עס וועט דיר נישט העלפן קיין שום שקרים, מיר ווייסן גוט אז אידן דארפן קריסטלעך בלוט פאר די מצות.
יעצט האט דער קרעטשמער און די געסט פארשטאנען אז זיי זענען קרבנות פון א "בלוט בלבול", דער קרעטשמער האט זיך געבעטן ביי דעם גלח און די פויערן אז זיי זאלן געדענקן וויפיל מאל ער האט פאר זיי געטאן טובות, און זיי זאלן אים גלייבן אז ער איז אומשולדיג, אויך האט ער פאר זיי געשוואוירן אז ער ווייסט גארנישט פון דעם קריסטלעך מיידל, אבער זיינע ווערטער זענען געפאלן אויף טויבע אויערן זיי האבן אים גארנישט געוואלט אויסהערן.
דער גלח האט געהייסן אז מ'זאל בינדן מיט דיקע שטריק די אלע מענטשן וואס זענען אין הויז, זיין באפעל איז אויסגעפירט געווארן אלע מענטשן האט מען אראפגעלייגט אויף די ערד און צוגעבינדן מיט דיקע שטריק, די פויערן האבן זיך נישט געאיילט צו פארלאזן דאס הויז, צום ערשט האבן זיי אריינגעגאסן אין זיך די פעסער וויין וואס זענען דארט געווען, און ווען זיי זענען שוין געווען גוט שיכור האבן זיי אנגעהויבן צו גנב'ענען און צו רויבן פון אלעם וואס איז נאר אריינגעקומען אין זייערע הענט, וואס זיי האבן געטראפן אין שטוב האבן זיי גענומען. אויך די קאסטענעס האבן זיי אויפגעבראכן און ארויסגענומען פון דארט אלע ווערדפולע זילבערווארג. אין די צייט איז זיך דער קרעטשמער מיט די אנדערע מענטשן געליגן אויף דער ערד נישט קענענדיג זיך רירן ווארטענדיג מיט פחד אויף זייער ביטערער גורל.
דער קרעטשמער האט געטראכט אז אט אט קומט זיין ביטערן סוף. א גאנצן צייט האט ער געמורמעלט אוי אוי! איך דארף שוין אוועק גיין פון דער וועלט איך וועל שוין נישט קענען מקיים זיין די מצוה פון הכנסת אורחים, און די מצוה פון מלוה מלכה..., ער האט פאר'ן טויט געוואלט זאגן עפעס אידישע ווערטער און נישט אריינטראכטענדיג האט ער אנגעהויבן צו זאגן די זמירות פון מוצאי שבת "אליהו הנביא אליהו התשבי אליהו הגלעדי" דאס וואס ער איז געווען געוואוינט צו זאגן יעדן מוצאי שבת.
פלוצלינג איז ער דערציטערט געווארן ער האט געהערט אז פונדערווייטענס קומען אסאך פערד און רייטערס, פון מינוט צו מינוט איז די גרודער געווארן שטארקער און שטארקער, פון וואו קענען זיי אנקומען אזוי שפעט אינמיטן די נאכט האט ער געטראכט! און ער איז אנגעפילט געווארן מיט האפענונג אז זיי וועלן פאר אים ברענגן די ישועה. עס זענען אריבער געציילטע מינוטן און דער קרעטשמער איז געווען ארומגענומען מיט סאלדאטן און אין שפיץ איז געשטאנען א גענעראל. זיי האבן זיך ארויפגעווארפן אויף די פויערן מיט'ן גלח און האבן געשלאגן רעכטס און לינקס. בלויז מיט גרויס שווערעקייטן איז פאר די פויערן געלונגן צו אנטלויפן איבערלאזענדיג אלצדינג אונטער זיך, אלעס וואס זיי האבן געוואלט נעמען האבן זיי איבערגעלאזט ביי דעם שוועל און אנטלאפן פון גרויס פחד, כדי די באוואפענטע סאלדאטן זאלן נישט טאן פאר זיי וואס זיי האבן געוואלט טאן פאר די אידן.
דער גענעראל האט באלד ארויסגעגעבן זיין באפעל מ'זאל צושניידן די שטריק און די וואס זענען צוגעבינדען זאל מען באפרייען. שרעקט אייך נישט האט זיי דער גענעראל בארואיגט עס איז אייך באשערט איר זאלט ניצול ווערן פון די חברה שיכורים און דער גוטער באשעפער האט אזוי געפירט אז מיר זאלן דא בטעות א דורכרייטן און אייך ראטעווען. דער גליקליכער קרעטשמער און די אנדערע אידן האבן געוויינט פאר שמחה, און זיי האבן געוואלט מכבד זיין דעם גענעראל מיט די סאלדאטן מיט אלעם גוט'ן, אבער אין שטוב איז גארנישט איבערגעבליבן גאנץ ווייל די רויבערס האבן אלעס איבערגעדרייט און צובראכן.
פלוצלינג האט זיך דאס קלענסטע קינד אנגערופן... זע נאר טאטע עס שטייט אויפ'ן טיש א בעכער וויין וואס די רויבערס האבן נישט באמערקט, וואס דאס איז געווען דער כוס של אליהו. האט דער קרעטשמער גענומען דעם בעכער אין זיין האנט און זיך אנגערופן צום גענעראל, איר זענט אנגעקומען פונקט אין די מינוט ווי גלייך איר וואלט געווען אליהו הנביא, וועגן דעם נעמט אייך דעם כוס און טרינקט דאס אויס, דער גענעראל האט געקוקט אויף אים ווי איינער וואס פארשטייט נישט וואס מ'רעדט צו אים. ער האט גענומען דעם בעכער אין זיין האנט און מיט א שמייכל אויפ'ן פנים האר ער אריינגעגאסן "זיין" כוס מיט איין שלינג אין זיין גארגל.
שפעט ביינאכט האבן די סאלדאטן מיט'ן גענעראל איבערגעלאזט די קרעטשמע און דער קרעטשמער מיט זיין בני בית האבן זיך צוריקגעזעצט צו די טישן צו פארענדיגן דעם סדר און לויבן דעם אויבערשטן פאר'ן נס וואס ער פאר זיי געטאן.
דעם אנדערן טאג איז געקומען דער עלסטער פון דארף אין הויז פונעם קרעטשמער, און ער געבעטן אין נאמען פון אלע פויערן אז ער זאל זיי מוחל זיין פאר דעם שאדן און עגמת נפש וואס זיי האבן אים געטאן ווען זיי זענען געווען שיכור, און ער האט זיך געבעטן אז ער זאל דאס נישט פארציילן פאר'ן פריץ ווייל ס'וועט פאר זיי נישט זיין גוט. און כדי צו ווייזן אז זיי האבן אמת'דיג חרטה האבן די פויערן באשלאסן אוועק צו שיקן דעם שונא ישראל פון דארף.
נאך יום טוב איז דער קרעטשמער אריינגעפארן אין שטאט אויף שבת "גומל" צו בענטשן, און ווען דער שטאטס רב האט געהערט די מעשה האט ער זיך צושמייכלט און געזאגט, "זארגט אייך נישט ר' איד דער כוס של אליהו האט נישט אויסגעטרינקן דער גענעראל דער גוי וועם דו האסט דאס אנגעגרייט "אליהו הנביא" האט אויסגעטרינקן זיין כוס וויין".
און אצינד טייערע געסט האט דער שפיטיווקער רבי אויסגערופן מיט גרויס התלהבות, לאמיר עפענען די טיר און זאגן צוזאמען מיט גרויס כוונה "שפוך חמתך אל הגוים".
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אוי וויי, דער טיש שאקעלט זיך
דער גאון ר' עקיבא איגר זי"ע, האט אמאהל געהאט א גאסט פסח ביינאכט. אינמיטן דער סדר האט זיך אויסגעגאסן דער גאנצע בעכער פון'ם גאסט. אויפ'ן רגע וואס דאס איז געשעהן, האט ר' עקיבא איגר א שטופ געטוהן מיט'ן פיס, אויפ'ן פיס פון'ם טיש, און אזוי האבן זיך אלע בעכערס איבערגעדרייט, זאגנדיג: "אוי וויי, דער טיש שאקעלט זיך, און אלע בעכערס גיסן זיך אויס". דאס אלעס האט ער געטוהן כדי אז דער גאסט זאל נישט ווערן פארשעמט אז זיין בעכער האט זיך אויסגעגאסן און שמוציג געמאכט דער טישטיך. צו די מעשה דארף מען צולייגן אז אוודאי וויל קיין שום מענטש נישט פארשעמען זיין גאסט און קען אפילו באשטיין אז עס וועט זיך אויסגיסן אלע בעכערס און די טישטעך וועט מען שוין קיינמאהל נישט קענען אויסוואשן אבי נישט צו פארשעמען א יוד. אבער פון די מעשה זעהן מיר די גדלות פון דער הייליגע צדיק, אז ווען דער בעכער פון דער גאסט האט זיך אויסגעגאסן האט ער שוין געוואוסט וואס מען דארף טוהן אהן טראכטן, אזוי שטארק איז ער געווען נזהר אין דברים שבין אדם לחבירו.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

קמחא דפסחא
דער "חפץ חיים" זצ"ל האט אמאהל געוואנדערט אין א שטעטל. עס איז געווען פאר פסח און ער האט באמערקט אז די עשירים גיבן נישט קיין "קמחא דפסחא". די ארימע לייט וועלן בלייבן אהן די וויכטיגסטע געברויכן אויף פסח. האט ער צוזאמענגעקליבן אלע בעלי בתים אין די גרויסע שוהל און זיי געזאגט: "איך בין שוין נאנט צו די אכטציג יאהר, און איך קען גערופן ווערן צום עולם האמת. דארט וועט מען מיר פרעגן צו איך האב זיכער געמאכט אז די אידן אין דעם שטעטל געבן קמחא דפסחא. טייערע אידן, גיבט מיר אן עצה וואס איך זאל ענטפערן, זאגן אז יא, איז עס א ליגנט, זאגן אז ניין, איז עס דאך לשון הרע. ער האט נישט געדארפט מעהר רעדן און עס איז שוין געווארן גענוג פאר אלע ארימע אידן.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

א סדר אין מדריד ביי די אנוסים
דער הייליגער צדיק ר"ר מענדל מרימנוב זי"ע פלעגט וואנדערן פון שטאט צו שטאט און פון לאנד צו לאנד אין זיינע יונגע יארן. איינמאל איז ער אנגעקומען צו א גרויסע שטאט אין מדינת אשכנז און איז איינגעשטאנען ביי א גרויסער גביר, וואס איז געווען א מפורסמ'דיגע בעל צדקה. זיין הויז איז געווען אפען פאר יעדן איינעם. ער אליין האט ליעב געהאט ספרים, שטארק מכבד געווען תלמידי חכמים. אין זיין הויז האט ר' מענדיל געפונען פארשידענע סארט ספרים, אלטע און נייע, זיין זעל האט זיך נישט געקענט זעטייקן פון די אלע ספרים. דער גביר האט געזעהן ווי ר' מענדיל האט זיך אזוי שטארק פארליעבט אין די ספרים, האט ער געטראכט ביי זיך זאל ער דא בלייבן א לענגערע צייט וועל איך קענען נאך גיין זיינע טריט, און אפשר וועל איך איהם קענען נעמען פאר אן איידעם פאר מיין איינציגע טאכטער. דער בעל הבית האט איהם אוועק געגעבן א באזונדערע צימער וואו ער זאל קענען עוסק זיין בתורה ובעבודה ווי לאנג ער וויל.

געקומען בעפאר פסח האט ר' מענדיל זיך געזעגנט מיט זיין בעל הבית, דער בעל הבית האט זיך דעמאלט אנגערופן און געפרעגט "וואס האסטו געטראפן אין מיין שטוב נישט גוט וואס דו גייסט פון מיר אוועק?" זאגט ר' מענדיל גארנישט, נאר, איך בענק זיך אהיים צו מיינע עלטערן. ר' מענדיל האט פארשטאנען אז דער בעה"ב וויל איהם רעדן א שידוך זיין טאכטער, אבער ער האט געוואוסט אז זי איז נישט זיין זיווג דעריבער האט ער געמוזט זיך פארענטפערן פאר'ן אוועק גיין פון דארט. אזוי האבן זיך די צוויי געזעגנט.

ר' מענדיל גייט אראפ צום האפן ביים ים און זוכט א שיף וואס פארט צו זיין לאנד, ווייל דעמאלט איז געווען פרילינג צייט נאנט פאר פסח, און ער האט געוואלט זיין פסח ביי זיינע עלטערן. ער טרעפט א שיף און צאלט פאר א קארטע און פארט על מי מנוחות אויף דעם שיף האפענדיג אנצוקומען צו זיינע עלטערן אויף פסח. אבער רבות מחשבות בלב איש, דער מענטש טראכט און ג-ט לאכט. פלוצלונג האט זיך אנגעהויבן א שטארקע שטורם-ווינט אויפ'ן וואסער, און געטראגן דעם שיף ארויף און אראפ, יעלו שמים ירדו תהומות, דער קאפאטאן מיט זיינע מאטראזן האבן פראבירט מיט אלע כוחות אכטונג צו געבן אז דער שיף זאל גיין אין דעם גלייכן וועג, אבער ס'האט זיי גארנישט געהאלפן דער שטורעם-ווינט האט פארפירט דעם שיף גאר ווייט, די כוואליעס פון וואסער זענען אלץ געווארן כסדר שטערקער און העכער און שטורמיוודיגער. דער שיף איז געפירט געווארן העכער די כוואליעס ווי א שפילצייג, זיך געווארפן פון איין כוואליע צו די צווייטע, מענטשן האבן געבראכן, גע'חלש'ט געלעגן אויף דער ערד אן מאכט. אלע האבן מתפלל געווען צו דעם באשעפער פון הימל און ערד ער זאל זיי ראטעווען פון די גרויסע צרה. זיי זאגן שוין ווידו ווייל זיי מיינען אז יעדע סעקונדע ווערט די שיף איינגעזינקען אין די טיפענישן פון די וואסער. אבער פלוצלונג ווי דער מארגן שטערן איז ארויף געקומען זעהט דער קאפאטאן א ליכט פון דערווייטענס, ווי ער קוקט בעסער מיט זיין שפאקטיוו זעהט ער אז נישט ווייט איז דא יבשה. מיט אלע כוחות האבן די מאטראזן געזעהן צו צוברענגען דער שיף ביז צו די יבשה. זיי גייען אלע ארויס אויף די יבשה און רוהען זיך אפ. דערווייל ווערן זיי געוואויר אז זיי געפונען זיך אין שפאניע.

דער שיף אליין איז געווען אינגאנצען צובראכן און האט גענומען עטליכע וואכן איר צו פארעכטען, דערווייל האבן אלע אנדערע מענשטן געזוכט פארשידענע וועגן ווי אזוי אנצוקומען צו זייערע ערטער וואו זיי האבן געדארפט אנקומען. ר' מענדיל טראכט ביי זיך, עס איז דאך ביז מיין שטוב זייער זייער ווייט איך וועל דאך נישט אנקומען אויף פסח צו מיינע עלטערן, לאמיר גיין צו דער הויפט שטאט מאדריד און דארט טרעפן א איד, אזוי וועל איך קענען זיין ביי א איד אויף פסח, און נאך פסח וועל איך זיך ווייטער ארויס לאזן אויפן וועג. ווי ער קומט אן קיין מאדריד זעהט ער נישט קיין איינציגע איד פאר זיינע אויגן. ווייל דעמאלט איז דאך געווען א צייט וואס אין שפאניע האבן קיין אידן נישט געטארט זיין. און אויב יא, האט מען איהם פארברענט לעבעדיגערהייט. ר' מענדיל האט זיך גלייך געכאפט אין וואס פאר א צרה ער איז דא אריינגעפלאן. ער האט שנעל זיינע פיאות באהאלטען, זיינע קליידער משנה געווען זיי זאלן נישט אויסזעהן ווי אידישע קליידער. און איז אזוי געגאנגען אויף דער גאס אפשר וועט ער דערקענען א אידישע צורה. ווייל ער האט געוואוסט אז גענוג אידן זענען נאך איבער געבליבן אין שפאניע, וואס זענען אנוסים, און פירן זיך מיטן אידישן תורה אין זייערע שטובער באהאלטען וואו קיינער זעהט נישט. אבער פון דרויסן פירן זיי זיך ווי אמת'ע גוים.

ער דרייט זיך אזוי ארום אין שטאט, ער באמערקט נישט קיין צייכן פון א איד, ער דרייט זיך אזוי ארום ביז ער איז אנגעקומען צו דער מארק פון די ירקות. ווי ער שטייט אזוי דארט, טראכט ער ביי זיך. אז ווי באלד היינט איז דאך ערב פסח וועט זיכער קומען פון די אנוסים קויפן ירקות מיט מרור פאר'ן סדר. ווי ער טראכט אזוי באמערקט ער ווי א גבירי'שע פרוי איז געקומען אין מארק און איינגעקויפט פארשידענע גארינצייגן צוזאמען מיט מרור. ער דערנענטערט זיך צו איר. זי באמערקט ווי איינער קוקט איר נאך, האט זי מורא געהאט ווער ווייסט, אויב דער מענטש וואס קוקט אויף איר איז נישט א שליח פון די אינקוויזיציע וואס ווילן כאפן אנוסים ערב פסח קויפענדיג די גרינצייגן וואס מ'נוצט ביים סדר. אבער ווי זי קוקט אויף איהם, זעהט זי דאס זיינע קליידער זענען נישט פון קיין היגע מענטשן, ער זעהט אויס ווי א פרעמדער מענטש. אבער זי איז געגאנגען ווייטער. ווי זי גייט ווייטער, באמערקט זי ווי דער פרעמדער גייט איר נאך. זי טראכט ביי זיך, קיין שפאנישער איז ער נישט, נאר א פרעמדער, פארוואס גייט ער איר נאך? זיכער מוז דאס זיין עפעס א איד וואס איז פארווארפן געווארן פון דער פרעמד אין דער לאנד און האט נישט וואו צו זיין אויף פסח.

זי האט מחליט צו גיין ווייטער, און אויב ער וועט איר טאקע נאך גיין די גאנצע צייט איז א סימן אז ער איז א איד, ווייל א שפיאן פון די אינקוויזיציע וואלט זיך נישט אזוי שטארק ארויס געגעבן. אזוי איז טאקע געווען. זי ענדיגט קויפן אלע אנדערע זאכן אין מארק און גייט ארויף אויף איר וואגען, און זאגט דעם בעל עגלה אז איר קאפ טוט וויי, ער זאל נישט פארן שנעל נאר זייער פאוואליע. זי האט געטראכט אז דורך דעם וועט דער פרעמדער איר קענען נאך גיין. אזוי איז זי געפארן ביז זי איז אנגעקומען צו א גרויסע פאלאץ. ווי זי גייט אראפ פון וואגען זעהט זי ווי דער פרעמדער איז נישט ווייט פון דארט. זי הייבט אויף אירע הענט און ווינקט צו איהם ער זאל קומען צו דער פאלאץ. ווען ביידע זענען געווען ביים טויער, האט זי געצויגן א שטריק און א גלאק האט געקלונגען אינעווייניג, און מ'האט פאר איר געעפענט דעם טויער, און זי איז אריין אין דער פאלאץ צוזאמען מיט דעם פרעמדן מענטש.

ווי ר' מענדיל איז אריינגעקומען אין דער פאלאץ איז ער דערציטערט געווארן, ער זעהט פאר זיך צלמים און בילדער פון נוצרישע טמאות און אזוי ווייטער.ער נעמט זיך חרטה האבן פארוואס ער איז נאכגעגאנגען די פרוי. אבער יעצט איז ער שוין געווען פארשפארט אינעווייניג און נישט געקענט ארויס גיין פון דארט. ער טראכט ביי זיך וואס איז געשעהן מיט מיר, איך בין אריינגעפאלן פון א קליינע גרוב צו א גרויסע גרוב. ווי ער שטייט אזוי און ווייסט נישט וואס צו טאן קומט אריין דער בעל הבית, און געט איהם א ברייטע שלום עליכם און זאגט איהם בלשון הקודש "אל תירא עבדי יעקב, מבני בניו של אברהם אבינו אנחנו, ותורת משה בידינו, ואם אינך מאמין, בוא ותראה כי כנים דברי" – האב נישט קיין מורא מיין קנעכט יעקב, מיר זענען קינדער פון א ברהם אבינו, און מיר היטן תורת משה, אויב דו גלייבסט נישט קום מיט מיר". ער כאפט איהם אן ביי די הענט און פירט איהם אריין פון איין צימער צו א צווייטע. אזוי עטליכע צימערן, ביז זיי זענען אנגעקומען אין א געוויסע ארט, האט דער בעל הבית געדרוקט א פארשטעלטער קנעפעל, און א אייזערנע טויער האט זיך געעפענט, פון דארט זענען זיי אראפ אין א טיפע קעלער, וואס איז געווען איין הייל אינטער א צווייטע הייל. דארט איז געלעגן א זאק פון מעהל און מענשטן האבן געבאקן מצות לכבוד פסח. דער רייניגט די געפעס, דער וועלגערט, דער באקט און אזוי ווייטער. בשעת'ן באקן האבן זיי געזינגען אידישע ניגונים.

ווי נאר נאכט איז געקומען זענען אלע מענטשן זיך צוזאם געקומען אין א געוויסע צימער וואס איז געווען ווי א בית המדרש פאר זיי. דארט האבן זיי געדאוונט מעריב מיט גרויס שמחה, מיט שירה און הלל האבן זיי געענדיגט דאוונען און יעדער האט זיך געוואונטשן דעם צווייטן א גוט יום-טוב. פון דארט זענען זיי ארינגעגאנגען אין צווייטע גרויסע זאל, וואס איז געווען באצירט מיט די שענסטע כלים און טייערע טעפעכער, גאלדענע און זילבערנע כלים פון דורי דורות איז געשטאנען אויף דער טיש. א גרויסער לייכטער פון גאלד האט פארשפרייט אירע ליכט אויף דעם גאנצן צימער. און א אטמעספער פון יו"ט האט זיך געשפירט אין די לופט. דער בעל הבית האט זיך געזעצט בראש, און אלע ארום איהם. מ'האט מסדר געווען די קערה, געברענגט גוטע אלטע רויטע וויין, אנגעגאסן די כוסות און מ'האט זיך גענומען צום סדר. קודם האט דער בעל הבית געמאכט קידוש דערנאך אלע געסט. מ'האט דערציילט סיפורים פון יציאת מצרים, און געדאנקט דעם באשעפער מיט רוב שבח והודיה. זיי זענען געווען אזוי פארזיכערט אז אין דער ליל שימורים וועט זיי גארנישט געשעהן און קיין פרעמדער אויג וועט זיי נישט טרעפען דארט.

אבער ליינער'ס לאמיר דערווייל לאזן די אלע פראווען דעם סדר מיט רוב שמחה צוזאמען מיט אונזער גאסט ר' מענדיל, און לאמיר ארויף גיין אויבען אין דער פאלאץ און זעהן וואס דארט האט זיך אפגעטאן בשעת זיי זענען געווען אזוי פארטיעפט אין פראווען דעם סדר.

אין דער צייט ווען מען האט אפגעראכטן דעם סדר באהאלטען אינטער דער ערד, איז דער קליינע קינד פון דעם בעל הבית נישט געזונט געווען. די גוי'עשע דינסטן וואס זענען געווען אויבען אין פאלאץ און האבן אכטונג געגעבן אויף דעם קינד, האבן נישט געוואוסט ווי דער בעל הבית מיט זיין ווייב זענען געגאנגען. ווייל אויבען אין שטוב האבן זיי זיך געפירט אייביג ווי נוצרים מ'זאל גארנישט דערקענען אז זיי זענען אידן. דער קליינע קינד האט געהאט גאר גרויס היץ, וואס זיי האבן פראבירט צו טאן האט נישט געהאלפן, די היץ איז געווארן שטערקער און שטערקער. קודם האבן זיי גערופן א דאקטער, דער דאקטער האט געגעבן עטליכע רעצעפטן אבער ס'האט גארנישט געהאלפן. די דינסטן האבן געמיינט אז דער קינד גייט שוין שטארבן, איז איינע פון זיי שנעל געלאפן צו דעם גלח וואס האט געוואוינט עטליכע הייזער אוועק, ער זאל קומען און זיין נעבן דעם קינד ווען דער קינד שטארבט.

דער גלח קומט אריין מיט זיינע לאנגע גלח'ישע קליידער און טרעפט דארט דעם קינד אן זיינע עלטערן. ער פרעגט די דינסטן וואו זענען די עלטערן? ענטפערן זיי אז זיי ווייסן נישט. מיר האבן זיי געזוכט אבער מיר ווייסן נישט וואו זיי זענען געגאנגען. דער גלח קוקט אין די אויגן פון דעם קינד מיט גרויס רחמנות, און הייבט אויף זיינע אויגן צום הימל, און נעמט זיך שפאצירן אין צימער אהין און אהער. און פון זיין מויל קומען ארויס פארשידענע תפילות. ווי ער גייט זיי און שפאצירט נישט טראכטענדיג, גייט ער אזוי פון איין צימער ביז די צווייטע, ביז ער איז אנגעקומען צו דעם צימער וואו פון דארט גייט מען אראפ אין קעלער. ער באמערקט דעם קנעפל און דרוקט אויף דעם, א אייזערנע טויער עפענט זיך אויף און ער נעמט זיך אראפ גיין די טרעפ...

ער גייטט פון איין קעלער צו די צווייטע, ביז ער הערט שוין ווי מענטשן זיצן און זינגען שירות ותשבחות. זיין הארץ קלאפט אין איהם, וואס זאל ער טאן יעצט, ער קומט נענטער און קוקט אריין אין צימער זעהט ער ווי מצה און מרור ליגט אויף דעם טיש און עטליכע משפחות זיצן ארום זייער פרייליך און פראווען א אידישע סדר. ער שטייט אזוי ביים טיהר...

פלוצלונג באמערקן די מענטשן פון אינעווייניג ווי א גלח שטייט ביים טיהר. א גרויס פחד איז געפאלן אויף זיי. זייערע פענימער איז בלייך געווארן ווי קאלעך. זייער הערצער האבן געציטערט, זיי האבן געוואסט גוט וואס דער סוף איז פון א איד וואס מ'טרעפט איהם פראווען א אידישע סדר. דער גלח איז זיכער א שליח פון די אינקוויזיציע, און אויבען אין דער פאלאץ זענען זיכער דא צענדליגע שומרים פון די אינקוויזיציע אכטונג צו געבן אז קיינער זאל נישט אנטלויפן, און באלד וועט מען זיי ארויס נעמען צו ווערן פארברענט על קידוש השם.

דער בעל הבית נעמט זיך רעדן צום עולם אויף לשון הקודש און זאגט רבותי! מיר זענען אריינגעפאלן אין צרות, וואס זאל מען יעצט טאן דא? אין עטליכע סעקונדעס האבן זיי מחליט געווען שנעל צו הרג'נען דעם גלח, ווי דער דין איז, הבא להורגך השכם להורגו, און אלע זאלן אנטלויפן פון א באהאלטענע טיהר ארויס ווייט אין וואלד אריין. און דער פרעמדער גאסט זאל אנטאן די קליידער פון דעם גלח, און ארויף גיין צוריק אין פאלאץ, און זיך מאכן ווי ער האט גארנישט געזעהן און געטראפן. און זאל פארשוואונדען ווערן אינדרויסן.

דער בעל הבית האט שנעל געהייסן דעם גאסט ער זאל פארמאכן דעם טיהר , אז דער גלח זאל נישט קענען אנטלויפן. אבער ווי דער גאסט ר' מענדיל איז אויפגעשטאנען און גייט צו צום גלח און דעם טיהר, האט דער גלח זיך מער נישט געקענט איינהאלטן און האט אויסגעפלאצט אין א גרויס געלעכטער, ער דערנענטערט זיך צום טיש, און נעמט זיך רעדן אויף לשון הקודש און זאגט "אני יהודי כמותכם, ואם אינכם מאמין בי תסתתכלו..." איך בין א איד ווי איר, אויב איר גלייבט נישט קוקט, ער הייבט אויף זיינע גלחי'שע קליידער און פון אינטען האט זיך ארויס געוויזן א ווייסע קיטעל וואס דער גלח האט אליין געהאט אנגעטאן בשעת ער האט געפראוועט דעם סדר, און ווען מ'איז איהם געקומען רופן צום קינד האט ער שנעל אנגעטאן די גלח'ישע קליידער אויף דעם קיטל.

זיי האבן איהם געהייסן זיך זעצן. ער האט זיי דערציילט אז מ'האט איהם גערופן זיין ביים קינד בשעת דער קינד שטארבט, אבער ער האט באמערקט אז קיינער פון די עלטערן זענען נישט דא, ווי באלד ער איז אויך א איד, האט ער גלייך פארשטאנען וואו זיי זענען. האט ער זיך גענומען זוכן דעם וועג ווי אראפ צו גיין אין קעלער. ווי ער האט געזעהן דעם באהאלטענעם קנעפעל האט ער פארשטאנען אז דאס איז דאס און אזוי איז ער אנגעקומען ביז דא אינטען.

דער גלח האט זיך נישט לאנגט פארזוימט דארט, ווייל די גוי'עשע משרתות קענען דאך איהם חושד זיין פארוואס ער איז פארשוואונדן געווארן. ער איז צוריק צום קינד, און עס האט נישט לאנג געדויערט און דער קינד האט אנגעפאנגען זיך צו שפירן בעסער, די היץ איז אראפ. און דער קינד איז ארויס פון א סכנה. ווי דער קינד איז שוין געשלאפן, און די דינסטן אויך. איז דער גלח צוריק אראפ אין קעלעאר, אן געענדיגט דארט פראווען דעם סדר ברוב עם מיט גרויס שבח והודיה. ביז ס'איז געקומען די צייט פון קריאת שמע של שחרית, האבן אלע אויסגעשריגן מיט א געוויין פון די טיפע סטרונעס פון הארצן "לשנה הבאה בירושלים"

דער הייליגער ר"ר מענדיל מרימנוב האט דארט פארברענגט גאנץ יו"ט, ער האט געזעהן זייערע גרויס מסירות נפש און אהבה צום באשעפער, ווי זיי זענען גרייט יעדע רגע און סעקונדע צו ווערן פארברענט על קידוש השם, און דאס נישט געקענט גלייבן. ער האט זיך זייער שווער געזעגנט מיט זיי נאך יו"ט, עס האט זיך איהם געדאכט ווי ער געזעגנט זיך מיט זיין אייגענע משפחה. זיין גאנץ לעבן פלעגט ער כסדר דערציילן די גרויס מסירות נפש פון די אנוסים וואס געפונען זיך אין שפאניע.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דאס קינד האט צוריקגעגעבן דעם אפיקומן
ר' שלמה אייגער דער זון פון הגאון ר' עקיבא אייגער זצ"ל, האט געוואוינט אין ווארשא, זיין שווער איז געווען א גרויסער עושר, און ער האט געלאזט צוואה אז נאך זיין פטירה ווער עס וועט געבן דעם ערשטן נאמען נאך אים, וועט באקומען א סכום געלט פון די ירושה.
נאך די פטירה פון זיין שווער, איז געבוירן געווארן א קינד פאר ר' שלמה און ער האט געגעבן פאר'ן קינד דעם נאמעןדעם נאמען פון זיין שווער, די ערשטע נאמען פון די משפחה נאכ'ן זיידן, אבער נאך איידער ער איזאלט געווארן א חודש איז ער רח"ל אוועק פון דער וועלט.
א קורצע צייט נאכדעם האט אן אנדערע טאכטער פון יענעם עושר געהאט א קינד, און זי האט אויך געגעבן א נאמען נאכ'ן טאטן, און דער טאטע פונעם צווייטן קינד איז געקומען מאָנען זיין חלק וואס קומט אים,אזוי ווי דער נפטר האט געשריבן אין די צוואה, אבער ר' שלמה האט געהאלטן אז עס קומט פאר אים ווייל ער האט פאקטיש געגעבן דעם ערשטן נאמען, כאטש דאס קינד איז אוועק איז דאס נישט זיין קיין צוריקהאלט פון צו באקומען דאס געלט.
עס האט זיך אנגעפאנגען א וויכוח צווישן די צוויי שוואגערס, און זיי האבן באשלאסן צו גיין צום דין תורה צו הרה"ק ר' שלמה זלמן ליפשיץ, בעל מחבר ספר חמדת שלמה, ווען די צוויי שוואגערס האבן געענדיגט פאָרצולייגן זייערע טענות, האט זיי דער גאון געזאגט אז זיי זאלן אים געבן צייט דרייסיג טעג איבערצוטראכטן דעם ענין, דערנאך זאלן זיי צוריקקומען.
נאך די דרייסיג טעג זענען זיי צוריקגעקומען צום גאון הערן דעם פסק, האט דער גאון געזאגט, די געלט קומט פאר'ן צווייטן שוואגער,ר' שלמה האט געבעטן מחילה פונעם גאון, און האט אים געפרעגט, איך ווייס אז דער גאון שעצט זייער מיין טאטן, דער הייליגער ר' עקיבא אייגער זצ"ל צו האט דער גאון געהערט וואס מיין טאטע האלט אויף דעם ענין.
האט דער גאון געענטפערט, איך וויל ענק דערציילן א מעשה, ווען דער רבי ר' העשל פון קראקא איז געווען א קליין קינד, האט אמאל פאסירט פסח ביינאכט ביים סדר,ווען זיין טאטע האט געזוכט דעם אפיקומן און ער האט עס נישט געטראפן, האט ער געפרעגט ווער ס'האט דאס באהאלטן, קיינער האט דאס נישט געהאט, האט דער טאטע געפרעגט דעם קליינעם העשל, צו ער האט דעם אפיקומן, האט דאס קינד געענטפערט יא, האט דער טאטע געבעטן אז ער זאל דאס צוריקגעבן, האט דאס קינד געזאגט אז ער דארף עפעס אנשטאט דעם, האט דער טאטע געפרעגט וואס דארפסטו, האט ער געענטפערט א זיידענע בעקיטשע, דער טאטע האט נישט געהאט קיין ברירה, און ער האט דאס געמוזט צוזאגן, דאס קינד האט צוריקגעגעבן דעם אפיקומן מיט גרויס צופרידנהייט.
דער טאטע האט גענומען דעם אפיקומן און האט געגעבן פאר יעדן א שטיקל אויסער פאר דעם קליינעם העשל, ווען דאס קינד האט געזען אז ער האט נישט באקומען, האט ער געפרעגט דעם טאטן וואו איז מיין חלק, האט אים דער טאטע געזאגט ווען דו וועסט צוריקציען פון דעם וואס דו האסט געבעטן, וועסטו באקומען א שטיקל פון דעם אפיקומן, דאס קינד האט גארנישט געענטפערט, און האט ארויסגענומען פון זיין טאש א שטיקל אפיקומן וואס ער האט זיך אוועקגעלייגט, ער האט געטראכט אז דער טאטע וועט אים גארנישט געבן כדי ער זאל צוריקצוציען פון זיין צוזאג, דערפאר האט ער אראפגענומען פאר זיך א שטיקל אפיקומן.

ביז אהער האט דער חמדת שלמה דערציילט פאר ר' שלמה אייגער, נאכדעם וואס ער האט געענדיגט צו פארציילן די מעשה האט דער חמדת שלמה ארויסגענומען א צעטל פון זיין טאש וואס דער ר' עקיבא אייגער האט געשריבן,אינעם בריוו איז געשטאנען גענוי פונקט ווי דער חמדת שלמה האט גע'פסק'נט און האט געזאגט פאר ר' שלמה, איך האב געוואוסט פון אנפאנג אז דו וועסט וועלן אז איך איבערשמועסן דעם ענין מיט דיין טאטע דער ר' עקיבא אייגער, וועגן דעם האב איך געבעטן פיר וואכן צייט כדי איך זאל קענען פרעגן דיין טאטן וואס ער האט צו זאגן אין דעם ענין און כ'האב טאקע באקומען די תשובה און ער האלט פונקט ווי מיר, זכותו יגן עלינו.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מען וואשט זיך די הענט און מען זאגט יא די ברכה על נטילת ידים
א רשע וואס האט זוכה געווען צו עולם הבא נאר צוליב די מצוה פון נטילת ידים.
דער ערשטער בעלזער רב, הרה"ק רבי שלום זי“ע, האט אמאל ביי שלוש סעודות דערציילט די פאלגענדע מעשה.
נאנט צו די שטאט בעלז, האט געוואוינט א איד א רשע, אן אמת‘ער רשע, ער איז געווען א רשע גמור וואס האט נישט איבער געלאזט קיין איין עבירה וואס ער האט נישט געטון להכעיס, אויסער איין איינציגע מצוה, א מצוה דרבנן, וואס ער האט אפגעהיט, און דאס איז געווען די מצוה פון נטילת ידים.
איין מאל, חול המועד פסח, האט ער געדארפט צו א ווייטער דארף, ער האט איינגעשפאנט זיין פערד, און ער האט מיטגענומען אלע זיינע באדערפענישען, ער האט אויך מיטגענומען מצות צו עסן (און דער בעלזער רב זי“ע האט צוגעלייגט אז ער ווייסט נישט צו ער האט געהאט מיט זיך נאר מצה, צו ער האט אויך געהאט חמץ.)
נאך א שטיקל צייט רייטען, האט פאר דעם רשע אנגעכאפט זייער א שטארקער הונגער, אבער ער האט נישט געוואלט עסן פון זיינע מצות וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין וואסער מיט וואס צו וואשען נטילת ידים, ער האט צו זיך געזאגט, ”אויף אלע עבירות האב איך שוין עובר געווען, קיין מצות בין איך נישט מקיים, אויסער די איינע מצוה פון נטילת ידים, וועל איך דאס יעצט אויך נישט אפלאזען, און ער איז ווייטער אזוי געגאנגען ביז ער האט שוין נישט געהאט מער קיין כח צו רייטען צוליב זיין גרויסן הונגער.
דער רשע האט זיך ארום געקוקט, אבער קיין וואסער האט ער אין ערגעץ נישט געזען, האט ער זיך דערמאנט אז עס איז יא דא איין וועג ווי ער קען גיין, ווי עס געפונט זיך דארט א ברינען וואסער, אבער אין יענעם וועג געפונען זיך א באנדע רויבער‘ס וואס וועלן אים זיכער הרג‘ענען טאמער ער קומט אן אהין, אבער ווי באלד ער האט איינגעזען, אז אויב ער וועט גלייך נישט עסן וועט ער אזוי אויך שטארבען, האט ער ביי זיך געקלערט אז ער וועט בעסער גיין אויף יענעם וועג צו די ברינען און אזוי וועט ער כאטש קענען עפעס עסן איידער ער שטארבט.
האט ער אהין געריטן, און ער איז גלייך אנגעקומען צו די ברינע ווי ער האט זיך געוואשען די הענט צו עסן די מצה, (און דער בעלזער רב זי“ע האט צוגעלייגט אז ער ווייסט נישט צו ער האט געזאגט די ברכה המוציא אדער נישט), די רויבערס זענען טאקע גלייך אנגעקומען, און זיי האבן אים געכאפט און גע‘הרג‘עט.
אין הימל איז געווארן א גרויסער טומל, דער טומל איז געווען אויף דעם אז א מענטש האט זיך אזוי מוסר נפש געווען פאר די מצוה פון נטילת ידים, און כאטש ער האט געוואוסט אז ער וועט זיכער גע‘הרג‘עט ווערן ביי די ברינען, דאך האט ער נישט געוואלט עסן אן זיך וואשען די הענט, און כאטש ער האט דאך עובר געווען אויף אזויפיל עבירות, דאך איז אים געווען די דאזיגע מצוה אזוי טייער אז ער האט אוועק געגעבן זיין נפש צו שטארבן פאר די דאזיגע מצוה, און אין הימל האט מען גע‘משפט אז דער מענטש זאל אריין גיין אין הויכן גן עדן.
(דובר שלום אות מ“ח)
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער גלח איז געווארען א בעל תשובה
דער נודע ביהודה האט געהאט א תלמיד וואס איז ליידער אראפ פונעם עהרליכן יודישן וועג און איז געווארן א גלח. דער נודע ביהודה האט שאטרק געוואלט פראבירן צוריק צו ברענגן זיין תלמיד צום ריכטיגן וועג אבער ער האט נישט געוואוסט ווי אזוי ער קען צוקומען צו איהם און צו ער וועט איהם בכלל אויסהערן. דער נודע ביהודה האט זיך נאכגעפרעגט און ער איז געוואר געווארן אז דער גלח האט א צייט ווען ער זעצט זיך אוועק פארנט פון זיין הויז פאר אפרוה, האט דער נודע ביהודה געטראכט אז ער וועט דאן אריבער גיין זיין שטוב אין איהם באגריסן, און אויב דער גלח וועט איהם ענטפערן איז א סימן אז ער האט נאך עפעס שייכות מיט איהם און עס איז נאך דא האפענונג איהם צוריק צו ברענגן, אויב אבער וועט דער גלח זיך נישט צוטוהן מאכן פון איהם איז א סימן אז ער מיט איהם נישט קיין שייכות און עס איז א שאד די צייט צו פארברענגן מיט איהם. אין די באשטימטע צייט איז דער נודע ביהודה אריבער און פארנט פון זיין הויז און ער האט שיין באגריסט דעם גלח, און צו זיין וואונדער האט דער גלח איהם ווארעם צוריק באגריסט. דער נודע ביהודה האט פארשטאנן אז עס לוינט זיך צו כאפן א שמועס מיט איהם, און ער האט זיך טאקע אוועק געזעצט מיט איהם און געכאפט א פיינע שמועס. אינמיטן די שמועס פרעגט איהם דער נודע ביהודה 'זאג נאר, וואס האט דיר געמאכט אוועק צו גיין פון יודישן וועג?' האט דער געוועזענער תלמיד געזאגט אז די מעשה איז אזוי:
ווען ער איז געווען א בחור אין געלערנט ביי די נודע ביהודה האט ער געגעסן טעג ביי א געוויסע שטוב (אין יענער צייט ווען א בחור איז געפארן לערנן אין א ישיבה האט מען נישט געגעסן אין ישיבה, נאר א יעדע בחור האט געהאט א שטוב ביי איינער פון די שטאטישע איינוואוינער, וואס מיט זייער גוטסקייט פלעגן זיין געבן צו עסן פאר דעם בחור, אין מען האטדאס גערופען 'טעג') . עס איז געווען די יום טוב פסח, ווען אינמיטן יום טוב האט די בעל הבית'טע פון דער שטוב געטראפן א ווייצל אין איינער פון די געקעכטס, האט זיך מיך געשיקט פרעגן דער רב דער נודע ביהודה צו מען מעג עסן די געקעכט'ס? איך בין טאקע געגאנגן פרעגן, און נאך א שטיק צייט וואס דער רב האט אריין געטראכט אין די שאלה, האט ער געפסקנט אז מן הדין וואלט מען געקענט זאגן אז מען קען עס עסן, אבער עס איז בעסער צו מחמיר זיין אין עס אוועק ווארפן. ווען איך בין צוריק צו יענעם אין שטוב האט איך איבער געגעבן די רייד פונעם רב, אין די עהרליכע פרוי האט גענומען די גאנצע עסן און מיר עס געגעבן אוועק צו ווארפן. ווען איך האב דאס געזען האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן צו אוועק
ווארפן אזא געשמאקע געקעכטס, און איך האב גענומען פאר מיר אביסל און געגעסן דערפון. נאכן ענדיגן עסן האב איך מיך געפילט גאר שלעכט אויף דעם וואס איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן צו עסן א זאך וואס אפשר חמץ (דאס איז נאר געווען די יצר הרע וואס האט איהם געוואלט צוברעכן) , און איך האב ביי מיר געטראכט אז איך בין דער ערגסטע מענטש אין דער וועלט, ווייל איך האב געגעסן חמץ אין פסח, און דערפאר האב איך מחליט געווען אז איך ווארף אוועק די גאנצע יודישקייט, ביז איך בין אנגעקומען ביז אהער.
ווען דער נודע ביהודה האט געהערט די מעשה, האט ער גערעדט מיט איהם אז דאס איז נאר די יצר הרע, און א ראי' האסטו ווייל איך האב דאך קלאר געזאגט אז מן הדין קען מען עס עסן, ממילא איז נישט אזוי געפערליך וואס דו האסט געטוהן, און אזוי האט דער נודע ביהודה אסאך כוחות אריין געלייגט ביז דער גלח האט תשובה געטוהן און געווארן אן עהרליכע יוד.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער אמת האט געראטעוועט פון א א בלוט בלבול
איין יאר פאר פסח איז ארויס געגעבען געווארען א בלוט בלבול ווען מען האט געטראפען א טויט גויאיש קינד וואס לעבען דעם איז געווען דער מעסער פון דער הייליגער צדיק ר' שמואל פון קעלעם דער מחבר פון דער הייליגע ספר מחצית השקל.
מען האט גלייך חושד געווען אז ער האט געהרגעט דער קינד און מען האט איהם אריין געזעצט אין תפיסה, וואס האט איהם דארט אפגעווארט א שווערע משפט, און אויב מען וועט איהם טרעפן שולדיג וועט ער באקומען א הארבע שטראף. האט מען דערפאר גענומען א גרויסע מענשט וואס זאל איהם העלפען ביי דער משפט, און ער האט געבעטען דער מחצית השקל אז אזוי ווי קיינער ווייסט נישט זיכער אז עס איז זיין מעסער, זאל ער ביי דער משפט זאגען אז עס איז נישט זיין מעסער'! אבער דער הייליגער צדיק האט געזאגט אז ער וועט נישט זאגען קיין ליגענט, האט דער מענטש געזאגט אז אויב דו ווילסט זיך אליינס נישט העלפען קען איך דיר נישט העלפען'!
דער משפט איז אנגעקומען און דער שופט פרעגט 'איז דאס דיין מעסער'? ענטפערט דער צדיק יא עס איז מיין מעסער, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי עס איז אנגעקומען צו דער קינד, און איך ווייס נישט ווער האט איהם געהארגעט! האט דער שופט געזאגט אז איך זעה דו ביסט אן אמתע מענטש, ווייל דו האסט דאך געקענט זאגען אז עס איז נישט דיין מעסער, דערפאר גלייב איך אז נישט דו האסט געהארגט! האט זיך דארט אנגערופען א גוי ער וואלט סיי ווי נישט געקענט זאגען אז עס איז נישט זיינס, ווייל איך האב דאך געארבעט ביי איהם אינדערהיים, און איך דערקען אז עס איז זיין מעסער, און א סימן איז אז עס האט א קרייץ ביי דער זייט צו דערקענען אז עס איז א מילכיגע מעסער, און מען האט טאקע געטראפען א קרייץ דארטען. רופט זיך אהן דער מחצית השקל יעצט ווייס איך שוין ווער איז דער וואס האט געהארגעט דער קינד, דאס מוז זיין יענער באדינער, ווייל דער מעסער איז געווען אזוי ווייט פון איהם און ווי אזוי האט ער געקענט זעהן דער קרייץ פון אזוי ווייט, ווען מען קען קומען צו מיר אינדערהיים, און זעהן אז דאס איז דער איינציגסטער מעסער וואס האט א קרייץ , מוז דאך זיין אז ער האט געוואוסט און גענומען דער מעסער, און געהארגעט דער קינד כדי צו מאכען דער בלבול!. האט מען טאקע אויסגעפרעגט דער באדינער און ער האט צום סוף מודה געווען, און דער צדיק איז געראטעוועט געווארען בזכות פון אמת.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פארכאפט אין די נעץ
די גמרא אין מסכת פםחים (דף ג' ע"ב) דערציילט א מעשה, אז עס איז אמאהל געוועהן א גוי וואס פלעגט קומען יעדעס יאהר ערב פסח קיין ירושלים, פארשטעלט ווי א איד, און ער האט געגעסן א חלק פון א קרבן פםח. איינמאהל איז ער געקומען צו רבי יהודה בן בתירא, און ער האט זיך בארימט צו אים, אז כאטש עם שטייט אין די תורה (אין פרשת בא) "וכל בן נכר לא יאכל בו" - א גוי טאהר נישט עסן פון דעם קרבן פסח, פונדעסטוועגן, באקומט ער, א גוי, א שטיקל פון דעם בעםטן חלק פון דעם קרבן פסח יעדעס יאהר. האט אים רבי יהודה בן בתירא געפרעגט, "האט מען דיר אמאהל געגעבן פון דעם וויידל?" האט דער גוי געענטפערט, אז ער האט קיינמאהל נישט באקומען פון דעם וויידל. האט אים רבי יהודה בן בתירא געזאגט, "ווען דו וועסט נאכאמאהל גיין קיין ירושלים אויף פסח, זאלסטו בעהטן א שטיקל פונעם וויידל, ווייל דאס איז דער בעסטער חלק פון דעם קרבן פסח".
דעם קומענדיגן פסח, ווען דער גוי איז נאכאמאהל געקומען קיין ירושלים האט ער געבעהטן זיין "חבורה" אים צו געבן א חלק פון דעם וויידל, "איך וויל א גוט שטיקל פלייש פון דעם וויידל!". ווען די אידן דארט האבן דאס געהערט, האבן זיי אים געפרעגט, "וואס? די וויידל? קיינער באקומט נישט די וויידל פון דעם קרבן פסח!"
האט דער גוי געזאגט, "עטץ ווילטס מיך אפנארן, עטץ ווילטס געבן דאס בעסטע שטיקל פאר אן אנדערן. ניין! איך וועל מיך נישט לאזן! איך האב באצאהלט אסאך געלט פאר דעם קרבן פסח, און אז איך וויל פון דעם וויידל, דארף איך באקומען פון דעם וויידל!" האבן זיי אים געפרעגט, "ווער האט דיר געגעבן די עצה אז דו זאלסט בעהטן א חלק פון דעם וויידל? יעדער ווייסט אז די וויידל איז מען מקריב אויפ'ן מזבח, און קיינער עסט נישט דערפון". האט דער גוי געענטפערט, אז דער תנא רבי יהודה בן בתירא האט אים דאס געזאגט.
ווען די אידן האבן דאס געהערט, זענען זיי געווארן פארוואונדערט. האבן זיי נאכגעפארשט ווער דער מענטש איז, און מען איז געוואויר געווארן אז ער איז א גוי, און מען האט אים באהאלטענערהייט גע'הרג'ט.
נאכדעם האבן זיי געשיקט א בריוו צו רבי יהודה בן בתירא, "שלום צו דיר, רבי יהודה בן בתירא, דו ביזט אין "נציבין" (א ווייטע שטאט פון ירושלים) אבער דיין נעץ איז אויסגעשפרייט איבער ירושלים". מיט דעם האבן זיי געמיינט צו זאגן, אז מיט זיין גרויס חכמה, האט ער געכאפט דעם גוי, אזוי ווי מיט א נעץ, אפילו ער אליין איז געוועהן זעהר ווייט פון די שטאדט "ירושלים".
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

א PDF פון די לעצטע סיפורים ביטע?
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

צדיקים עסן קרבן פסח צוזאמען מיט'ן אפיקומן
איינמאל ביים סדר, פאר'ן עסן דעם אפיקומן, האט דער הייליגער דברי חיים דער צאנזער רב זי"ע געזאגט: עס איז באקאנט וואס די משנה זאגט (ערכין יג.) , אז אין בית המקדש אין די לשכה פון לעמעלעך האט קיינמאל נישט געטארט זיין ווייניגער ווי זעקס לעמעלעך וואס מען האט זיי שוין געהאט אונטערזוכט פון פעלערס, כדי מ'זאל שטענדיגהאבן גרייט לעמעלעך מקריב צו זיין פאר קרבנות. אויב אזוי היינט ווען דאס בית המקדש איז ליידער חרוב געווארן וואו זענען די זעקס לעמעלעך אוועק געקומען? האט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע געזאגט אז מ'האט די לעמעלעך גענומען אין מדבר אריין און זיי מערן זיך דארט, און פון זיי איז אליהו הנביא יעדן טאג מקריב צוויי קרבנות, איין לעמעלע אינדערפרי (תמיד של שחר) און איין לעמעלע נאכמיטאג (תמיד של בין הערבים) .
דער הייליגער דברי חיים האט ווייטער דערציילט, אז אמאהל האט דער אוהעל'ער רב דער ישמח משה זי"ע געבעטן ביי השי"ת מ'זאל אים געבן די זכי' דאס צו זעהן, האט מען אים איינמאהל געוויזן ווי אליהו הנביא איז מקריב די קרבנות און אליהו איז א כהן הדיוט, און דער מלאך מיכאל איז דער כהן גדול.
האט דער הייליגער דברי חיים אויסגעפירט, א יעדע יאר ערב פסח איז אליהו הנביא מקריב דעם קרבן פסח, און אלע צדיקים פונעם דור זענען צוזאמען געציילט אויף דעם קרבן פסח און פאר זיי ברענגט אליהו הנביא א שטיק פלייש פונעם קרבן פסח צו עסן. כאטש מיר זענען נישט אין ארץ ישראל און נישט אין ירושלים, ברענגט פאר זיי אליהו הנביא די לופט פון ארץ ישראל און לופט פון ירושלים, און די צדיקים זיצן אין ארץ ישראל אין ירושלים און עסן פון דעם קרבן פסח. און אפילו די וואס זענען נישט אין די הויכע מדריגה אז אליהו זאל פאר זיי ברענגן דעם קרבן פסח, אבער זיי האלטן זיך צו די צדיקים פונעם דור און גלייבן אז די צדיקים עסן פונעם קרבן פסח, ווערט עס פארעכנט אזוי ווי זיי וואלטן אליין געגעסן פונעם קרבן פסח. וועט איר דאך טראכטן אז איך מיין א רוחניות'דיגע שטיקל קרבן פסח, זאג איך אייך אז ניין, איך מיין באמת אז די צדיקים עסן א גשמיות'דיגער שטיק פלייש פונעם קרבן פסח.
ווייטער האט דער הייליגער דברי חיים דערציילט: "מ'האט מיר דערציילט אז דער רבי ר' זושא זי"ע איז איינמאהל געווען פארשלאסן אין א שוהל און ער איז דארט אנטשלאפן געווארן. ווען ער האט זיך אויפגעכאפט און האט נישט געקענט ארויס, האט ער זיך אנגערופן "וועט דען זושא פאסטן" אזוי ווי רבי ר' זושא זי"ע האט דאס ארויסגעזאגט האט באלד דער מלאך מיכאל איהם געברענגט א שטיק פיש פונעם לויתן און וויין פונעם "יין המשומר.", האט דער רבי ר' איציקל לאנצוטער דער חוזה מלובלין זי"ע געזאגט, דער מלאך מיכאל האט באמת געברענגט עכטער יין, און א עכט שטיק פיש, אזוי אויך צו די היינטיגע צדיקים פונעם דור, ברענגט מען א עכט שטיקל פונעם קרבן פסח. אויב וועט איר פרעגן אז מיר זענען דאך "טמאי מתים"? איז דאך די הלכה אז "טומאה נדחה בצבור" - ווען גאנץ כלל ישראל זענען טמא פון מתים מעג מען דעמאלטס מקריב זיין דעם קרבן פסח אפילו מיר זענען טמא, זאלט איר וויסן אז מיר זענען יעצט אין ירושלים און מיר עסן פונעם קרבן פסח, און די אידן וואס גלייבן אין דעם זענען גלייך ווי זיי וואלטן אליין געגעסן. דאס אלעס האט דער הייליגער דברי חיים דערציילט ביים סדר איידער ער האט געגעסן דעם אפיקומן, זכותו יגן עלינו אמן.
אין הגדה מהר"י ט"ב ווערט צוגעלייגט, אז ווען דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט געענדיגט דאס צו דערציילן, האט ער זיך גענומען עסן דעם אפיקומן, אז יעדער וואס איז דארט געווען האט זיך געדאכט, אז ער זעהט ממש ווי דער דברי חיים עסט פונעם קרבן פסח.

הרה"ק מסטראפקוב זצ"ל בעמח"ס דברי מנחם האט מוסיף געווען אויף די מעשה, אז מען האט דעמאלטס ביים סדר געזעהן א פלא'דיגע זאך. ווען דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט דאס דערציילט, זענען געווען ביים סדר בערך זיבעציג אידן, און ווען דער הייליגער דברי חיים זי"ע, האט געענדיגט עסן דעם אפיקומן האט יעדער איינער משתוקק געווען, זוכה צו זיין צובאקומען שיריים פונעם אפיקומן וואס איז געווען צוזאמען מיט'ן קרבן פסח, און עס איז געווען א פלא אז עס איז אויס געקומען שיריים פאר אלע מסובין.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

א מעשה מיט א בלבול

א.

משה'לע איז געווען א בן יחיד צו זיין פאטער, א יונגער רב אין א קליין פויליש שטעטל. זיינע עלטערן האבן אים זייער ליב געהאט - ווי עלטערן האבן ליב זייער ערשטן קינד, און זיי האבן זיך געגרייט צו פראווען זיין אפשערעניש צו זיין דריטן געבורטס- טאג. אבער דער נחת איז זיי נישט באשערט געווען. איינמאל, אן ערב-שבת, ווען די יונגע רביצין איז געווען פארנומען אין קיך, און דער רב איז נאך געווען אין בית-מדרש, איז משה'לע, וועלכער האט זיך געשפילט נעבן שטוב, פלוצלונג פארשוואונדן געווארן.

די פארצווייפלטע מאמע האט אלאמירט די שכנים, דער פאטער איז געקומען צולויפן פון בית-מדרש, דאס גאנצע שטעטל האט זיך געשטעלט אויף די פיס. מ'האט ארומגעזוכט משה'לען אין אלע ווינקעלעך, און מ'האט כסדר געהאלטן אין איין רופן: "משה'לע! משה'לע!" אבער משה'לע האט זיך נישט אפגערופן - ווי אין וואסער אריין. א גאנצן טאג האט מען אים ארומגעזוכט, ביז עס איז געקומען די צייט פון ליכט-בענטשן. יענער שבת איז שוין געווען א פארשטערטער, נישט נאר פאר די אומגליקלעכע עלטערן, נאר פאר אלע אידן פון שטעטל. די עלטערן האבן געטרויערט נאך זייער פאר- שוואונדענעם בן-יחיד און האבן זיך נישט געקענט טרייסטן. אין שטעטל האט מען נישט אויפגעהערט צו ריידן וועגן משה'לען און וואס עס האט מיט אים געקענט פאסירן. איינער האט געזאגט, אז יענעם ערב-שבת זענען דורכגעגאנגען ציגיינער און מסתם האבן זיי אים צוגעכאפט. אויב אזוי, איז געווען א שוואכע האפענונג, אז משה'לע זאל זיך ווען אויפזוכן.

און דאס איז טאקע וואס עס האט פאסירט. די וואנדערנדיקע ציגיינער, דערזעענדיק א שיינע אינגעלע אליין, האבן זיי אים געגעבן א צוקערל און האבן אים אריינגענארט אין זייער וואגן. וואו ער האט זיך גענומען שפילן מיט די ציגיינער-קינדער פון זיין עלטער. ווען ער האט זיך געכאפט, אז ער געפינט זיך צווישן פרעמדע, האט ער גענומען ווויינען און רופן "מאמע, מאמע!" אבער די ציגיינער זענען שוין געווען ווייט פון שטעטל און האבן זיך נישט אפגעשטעלט. משה'לע איז געבליבן באזיי אין די הענט.

וואכן לאנג האבן די ציגיינער געוואנדערט אלץ ווייטער און ווייטער און משה'לע האט צוביסלעך גענומען פארגעסן וועגן זיין טאטע-מאמע. די ציגיינער האבן אים ענדלעך געבראכט צו א רייכן פוילישן פריץ, וואס האט קיין קינדער נישט געהאט. זיי האבן משה'לען פארקויפט צום פריץ. דער פריץ און די פריצטע, שוין נישט קיין יונגע מענטשן, האבן זיך זייער דערפרייט מיט דעם שיינעם אינגעלע, און האבן אים געהאדעוועט ווי אן אייגן קינד. משה'לע האט אינגאנצן פארגעסן, אז ער איז א אידיש קינד. זיין נאמען איז איצט געווען יאנוש, און ער איז אויס- געוואקסן א יונגער פריץ. ווען דער אלטער פריץ איז געשטארבן, האט יאנוש גע'ירש'נט זיין גאנץ פארמעגן און אלע זיינע גיטער. צוזאמען דערמיט האט ער אויך גע'ירש'נט זיין שנאה צו אידן.

יאנוש האט געפירט א לוסטיק און זארגלאז לעבן, מיט הוליאנקעס און פארוויילונגען, ווי אנדערע פריצים פון דער פוילישער אפשטאם. ער איז געווארן דער ליבלינג פון דער פוילישער אריסטאקראטיע. מיט דער צייט איז ער באשטימט געווארן אלס גובערנאטאר פון דעם גאנצן געגנט. ער האט אנגעווארפן אן אימה אויף די אידן, וועלכע האבן געלעבט אונטער זיין הערשאפט, און זיי האבן אפט געליטן פון זיינע גזירות און רדיפות.

ב.

אצינד וועלן מיר זיך אומקערן צו משה'לעס עלטערן. דער רב מיט די רביצין האבן אנגעפירט זייער באשיידענעם לעבן מיט א טיפער וואונד אין הארצן, וואס איז נישט פארהיילט געווארן אויך נאכדעם ווי דער אויבערשטער האט זיי געבענטשט מיט אנדערע קינדער, צוויי אינגעלעך און צוויי מיידעלעך, פון וועמען זיי האבן געשעפט פיל אידישע נחת.

אין שטעטל איז געווען א "שבת-גוי", ווואס פלעגט אריינקומען אין אידישע הייזער אראפנעמען די לייכטער פון טיש. ער פלעגט אויך אריינקומען אין די וואכנטעג, וואו איינצוהייצן דעם אויוון, וואו אריינטראגן וואסער פון ברונעם, אדער ארויסהעלפן מיט אנדערע ארבעט. באזונדערס האט ער ליב געהאט אריינצוקומען אין הויז פון רב, וואו די רביצין האט אים שטענדיק מכבד געווען מיט א פארציע חלה, אביסל צימעס, א.ד.ג.

איינמאל האט אים די רביצין געכאפט בא א גניבה און האט זיך נישט וויסנדיק געמאכט. אבער ווען זי האט אים געכאפט בא א גניבה א צווייטן מאל און א דריטן מאל, האט זי אים משלח געווען און פארבאטן אריינ- צוקומען אין שטוב. אויך אנדערע אידן אין שטעטל האבן אים געכאפט בא גניבות און האבן אים ארויסגעטריבן, דער גוי איז געווארן אין כעס אויף די אידן און האט געשווארן צו נעמען נקמה.

באלד נאך פורים, ווען אידן האבן זיך גענומען גרייטן צו פסח, איז דער גוי אוועק אויף דעם גויעשן בית -הקברות, וואו א טאג פריער איז באגראבן געווארן א קריסטלעך קינד. אין דער פינצטערניש פון דער נאכט האט ער אויסגעגראבן דעם פרישן קערפער, איבערגעשניטן אים דאס האלדז און האט אים באגראבן אין הויף פונם רב. אויף מארגן איז ער אוועק צום מאגיסטראט און האט דערציילט, אז ער האט געזען ווי אידן גראבן אויס דעם פרישן קערפער פון א קריסטלעך קינד, האבן אפגעצאפט בלוט פון אים פאר פסח און האבן באגראבן דעם קערפער אין הויף פונם רב.

אין יענער צייט האבן פיל גויים געגלויבט, אז אידן באנוצן קריסטלעך בלוט אין זייערע מצות און וויין פאר פסח. דערהערנדיק די "עדות" פון דעם גוי, איז דער מאגיסטראט תיכף געקומען צום רב אין דער באגלייטונג פון פאליציי, און זיי האבן אויס- געגראבן דעם קערפער. מ'האט באלד ארעסטירט דעם רב און די חשוב'סטע בעלי-בתים פון שטעטל, און מ'האט פארפירט א פראצעס קעגן זיי.

עס האבן נישט געהאלפן די טענות פון רב און פון די אנדערע אידן, אז די תורה האט שטרענג פארבאטן אידן צו באנוצן בלוט, אפילו אראפ- צושלינגען א בלוטסטראפן פון אן איי, און אז די גאנצע באשולדיקונג איז א מיאוסער בילבול פון א גוי א גנב, וואס וויל זיך נוקם זיין פון די אידן, דערפאר וואס זיי האבן אים פארטריבן פאר זיינע גנבות. די ריכטער, וועלכע זענען אויך נישט געווען קיין אידן-פריינט, האבן אנגענומען די עדות פון דעם גוי און האבן פאר'משפט דעם רב צום טויט און די אנדערע באשולדיקטע אידן צו לעבנסלענגלעכער תפיסה. דערביי האבן זיי אויך ארויפגעלייגט א שווערע געלטשטראף אויף די אידן פון שטעטל. די אידן זענען געווען הילפסלאז קעגן דער בלוטיקער שנאה פון זייערע קריסטלעכע שכנים. די איינציקע האפענונג איז געווען, אז אזוי ווי דער אורטייל דארף נאך באשטעטיקט ווערן פון גובערנאטאר, וועט אפשר מעגלעך זיין צו ווירקן אויף אים צו באגנעדיקן די פאראורטיילטע. אבער וויסנדיק, אז דער גובערנאטאר איז א שונא -ישראל, איז דאס געווען גאר א שוואכע האפענונג. נאר א נס מן השמים קען זיי ראטעווען, און די אידן האבן געפאסט און תפילה געטאן צום אויבערשטן צו טאן א נס און ראטעווען זיי פון אומגליק.

ג.
יענע נאכט האט דער גובערנאטאר נישט געקענט איינשלאפן. פאר- שידענע געדאנקן האבן זיך אים געטומלט אין קאפ, און כאטש ער איז געווען שטארק מיד נאך א דריי-טאגיקן געיעג אויף הירשן אין זיינע וועלדער, האט ער נישט געקענט צומאכן אן אויג. דער עיקר האט ער זיך נישט געקענט ארויסשלאגן פון קאפ די באגעגעניש מיט א דעלעגאציע פון אידישע שתדלנים, וועלכע זענען געקומען צו אים, גראדע ווען ער האט זיך געקליבן אויף יאגד, מיט דער בקשה אז ער זאל זיך אריינמישן אין דעם פראצעס און נישט דערלאזן א הימל- שרייענדע אומרעכט קעגן אומ- שולדיקע אידן פון די פארווארפענע שטעטלעך אין זיין גובערניע. דער גובערנאטאר האט דאם אפילו נישט געוואלט אויסהערן זייערע טענות. ער האט זיי באהנדלט נישט שיין, אומ- געדולדיק און אן שום מיטגעפיל. "איך פארלאז זיך אויף די ריכטער, און וועל ווארטן אויף זייער אורטייל", האט ער זיי קורץ און שארף געענטפערט און האט דערמיט פארענדיקט דעם ענין.

איצט, ווי ער איז געלעגען אין בעט האט ער זיך אריינגעטאן אין יענער באגעגניש, ער האט באקומען א אומרואיקייט. ער האט גענומען טראכטן גאר איז עס אפשר יא א פאלשער בלבול, אפשר נישט, ער האט זיך נישט געקענט באפרייען פון דעם געדאנק, ער דרייט זיך אויף זיין געלעגער פן רעכטס אויף לינקס און פארקערט און קען נישט איינשלאפן. ער טרונקט אביסל וויין, אבער עס גייט נישט... ערשט פארטאג איז אויף אים אנגעפאלן אן אומרואיקער שלאף און עס האט זיך אים גע'חלומ'ט א שרקעקליכע חלום...

יאנוש איז ארויסגעפארן אויף יאגד אין איינעם פון זיינע געדיכטע וועלדער. רייטנדיק אויף זיין פלינקן פערד, האט ער זיך געלאזט יאגן נאך א הירש, איבערלאזנדיק הינטער זיך זיין גאנצע סוויטע פון באגלייטער און באדינער. פלוצלונג איז זיין פערד אויפגעשפרינגען און האט זיך געשטעלט אויף זיינע הינטערשטע פיס, שיער נישט אראפווארפנדיק פון זיך זיין רייטער. דער גובערנאטאר איז געווארן שרעקלעך בייז אויף זיין פערד. ווען ער געפינט זיך נישט אליין אין טיפן וואלד, וואלט ער אים דערשאסן ווי א משוגענעם הונט. אבער מיטאמאל האט ער דערזען פאר זיך א גרייז-גרויען אידן, וועלכער איז געשטאנען רואיק, אנגעשפארט אויף זיין שטעקן.

צוערשט האט זיך יאנוש געכאפט פאר דער ביקס מיט א ווילדער רציחה אויף דעם אידן, וואס האט געהאט די חוצפה צו שטעלן זיך אין אין וועג און איבערשרעקן זיין פערד. אבער די אויסערגעוויינלעכע געשטאלט פון דעם אידן האט אויף אים אנגעווארפן אן אימה, און ער האט זיך צוריקגעהאלטן.

"ווער ביסטו, און וואס ווילסטו?!" האט דער גובערנאטאר אויסגערופן. "איך בין דיין זיידע, און איך בין געקומען דיר זאגן, אז ס'איז שוין צייט, משה, דו זאלסט זיך אומקערן צו דיין פאלק", האט דער אלטער געענטפערט.
"ס'איז א ליגן, א בילבול, א פאלשער בילבול!" האט דער גובערנאטאר אויסגערופן. "איך בין נישט קיין איד, אן מיין נאמען איז נישט מאשקע, נאר יאנוש. טראג זיך אפ פון דאנעט, איידער איך פארליר מיין געדולד!"

"א פאלשער בילבול איז דער בילבול וואס מ'האט געמאכט אויף מיין זון, דיין אומשולדיקן טאטען. דו אליין קענסט אים ראטעווען. האב רחמנות אויף דיין אלטן טאטען און האב רחמנות אויף זיך, אויף דיין אומגליקלעכער אידישער נשמה!" האט דער אלטער געדונערט.

דער גובערנאטאר האט זיך אזוי דערשראקן פון די רייד, אז ער האט זיך באלד אויפגעכאפט מיט א קלאפנדיק הארץ. "א בייזער חלום!" האט ער א ברום געטאן, און איז באלד ווידער איינגעשלאפן.

די צווייטע נאכט האט זיך דער אלטער איד ווידער באוויזן צום גובערנאטאר אין חלום. ער איז אריינגעקומען צו אים אין שלאף-צימער און האט אים אויפגעוועקט: "משה, משה! רעד זיך נישט איין, אז ס'איז א חלום. אומשולדיקע לעבנס ליגן אין דיינע הענט! ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט צו טאן תשובה... קער זיך אום צו דיין פאלק..."

דער גובערנאטאר האט זיך אויפגעכאפט, באדעקט מיט קאלטע שווייס. "איך האב צופיל געטרונקען", האט ער צו זיך געמורמלט, און איז ווידער איינגעשלאפן.

די דריטע נאכט חלומ'ט זיך אים, אז ער זיצט בא זיך אין קאבינעט און ליינט דעם אורטייל פון די ריכטער, וואס ער דארף באשטעטיקן מיט זיין אונטערשריפט. ער נעמט דאס גענדזן-פעדער אין האנט, טונקט עס איין אין טינטער, און וויל זיך אונטערשרייבן. פלוצלונג דערהערט ער א שטרענגע שטימע: "ווארט! דו קענסט נישט אונטערשרייבן אזא פאלשן אורטייל!" ער האט דערקענט די שטימע פון דעם אלטן אידן.

"ווי אזוי קען איך וויסן, אז ס'איז א פאלשער אורטייל?" האט דער גובערנאטאר געפרעגט. "דאס איז זייער לייכט. פאר אראפ אין שטעטל און גיב א באפעל, אז מ'זאל דעם פאלשן עדות, דעם שבת-גוי, געבן שמיץ, וועט ער זיך באלד מודה זיין. איך זאג דיר נאכאמאל, און צום לעצטן מאל - באפריי דיין אלטן טאטען פון דעם בלוט-בילבול, און ראטעווע דיין נשמה. גוואלד, משה! שוין גענוג געהוליעט אויף דער וועלט. דו ביסט א כשר אידיש קינד. ציגיינער האבן דיך אוועקגערויבט פון דיינע טייערע אידישע עלטערן, וועלכע האבן דיך עד-היום נישט פארגעסן. די ציגיינער האבן דיך פארקויפט צום פריץ, וואס דו מיינסט אז ער איז געווען דיין פאטער..."

"גיב מיר א סימן, אז וואס דו זאגסט איז אמת", האט דער גובערנאטאר קוים ארויסגערעדט. "אז דו וועסט זוכן צווישן די זאכן וואס דער אלטער פריץ האט איבערגעלאזן, וועסטו געפינען א קליינעם ארבע-כנפות'ל, וואס דו האסט געטראגן בשעת די ציגיינער האבן דיך פארקויפט צום פריץ, וועסטו זען די ציצית און וועסט זיך דערמאנען..."

דער גובערנאטאר האט זיך אויפגעכאפט, און איז שוין מער נישט איינגעשלאפען. ער איז ארויס- געשפרינגען פון בעט און האט גענומען נישטערן צווישן די אלטע זאכן. ענדלעך האט ער אין א קליין זעקעלע געפונען דעם ארבע- כנפות'ל... דער גובערנאטאר האט אויפגעשוידערט. און פלוצלונג האט ער זיך דערמאנט וואס עס האט מיט אים פאסירט ווען ער איז געווען קוים דריי יאר אלט. ווי די ציגיינער האבן אים פארנארט אין זייער וואגן, און ווי ער האט שפעטער געוויינט און געבעטן זיך זיי זאלן אים אפ-פירן צו זיין טאטע-מאמע, ביז ער האט שוין נישט געוואגט זיי צו דערמאנען. און ווי צופרידן ער איז געווען ווען זיי האבן אים געבראכט צו אן אלטן פריץ, וואס האט זיך גוט באצויגן צו אים און ער האט אים גענומען רופן "טאטע"...

ד.
אויף מארגן גאנץ פרי, איז דער גובערנאטאר געזעסן בא זיך אין קאבינעט, פארזונקען אין זיינע געדאנקען. א באאמטער האט אנגעקלאפט אין טיר און האט מיטגעטיילט, אז א ספעציעלער שליח איז געקומען מיט א וויכטיקער שליחות.

"זאל ער אריינקומען", האט ער געזאגט. דער שליח איז אריינגעקומען און האט דעם גובערנאטאר דערלאנגט א פארזיגלטן דאקומענט. "מ'האט מיר געזאגט צו ווארטן אויף דעם גובערנאטאר'ס אונטערשריפט", האט ער געזאגט.

דער גובערנאטאר האט אויפגעריסן דעם זיגל און האט איבערגעליינט דעם אורטייל פון די ריכטער. ער האט גענומען דעם גענדזן-פעדער אין האנט, האט אים איינגעטונקט אין טינטער און האט עפעס אנגעשריבן. דאן האט ער געזאגט צום שליח: "פאר צוריק און זאג די ריכטער, אז איך וועל אליין ברענגען דעם אורטייל!"

דער שליח האט זיך צוריקגעקערט אין שטעטל און האט געבראכט די נייעס אז דער גובערנאטאר קומט. עס איז געווארן א מהומה, און מ'האט זיך געגרייט אויפצונעמען דעם גובערנאטאר מיט גרויס כבוד. צוויי טעג שפעטער איז אנגעקומען דער גובערנאטאר אין זיין שיינער קארעטע, באגלייט פון א סוויטע רייטער. נישט פארלירנדיק קיין צייט, האט דער גובערנאטאר געהייסן צוזאמענרופן די ריכטער, די עדות און די באשולדיקטע. ווען אלע זענען געווען פארזאמלט אין געריכט-צימער, איז דער גובערנאטאר אריינגעקומען און אלע האבן זיך פאר אים אויפגעשטעלט מיט גרויס יראת-כבוד. ער האט געווארפן א בליק אויף דעם אלטן רב און אן אינערלעכער ציטער האט אים דורכגענומען. ער איז געווען זייער ענלעך צו דעם אלטן מאן וואס ער האט געזען אין חלום. דער גובערנאטאר האט זיך באערשט און האט געהייסן דעם הויפט-עדות איבערזאגן דאס וואס ער האט עדות-געזאגט ביים פראצעס.


שטייענדיק איצט פאר דעם גובערנאטאר, האט זיך דער שבת-גוי שטארק דערשראקן. די צונג האט זיך אים גענומען פלאנטערן און ער האט קוים געקענט איבערזאגן זיין עדות. מיט דער הילף פון די ריכטער, וועלכע האבן אים אביסל געצויגן פאר דער צונג, האט ער ענדלעך פארענדיקט זיין עדות-זאגן. און האט געשווארן, אז אלץ איז געווען פונקט ווי ער האט געזאגט.

"דו ביסט א ליגנער!" האט דער גובערנאטאר שטרענג א זאג געטאן צו אים. "גיט אים שמיץ און שינדט פון אים די הויט, ביז ער וועט זיך מודה זיין!" האט דער גובערנאטאר אויסגערופן.

...דער שבת-גוי האט זיך געווארפן צו די פיס פון דעם גובערנאטאר און האט געקושט זיינע שטיוול, בעטנדיק רחמנות "איך, איך.. האב זיך נאר, נאר גע-גע-געוואלט נוקם זיין פון די זשידעס..." האט ער געשטאמלט.

"נעמט אוועק דעם הונט פן דאנעט!" האט דער גובערנאטאר באפוילן. "זעצט אים אריין, ביז ער וועט באקומען זיין פארדינטע שטראף".

דאן האט ער שארף אויסגערעדט די ריכטער, וואס האבן זיך געלאזט פארפירן פון זייער בלינדע שנאה צו אידן. ער האט צעריסן דעם אורטייל פאר זייערע אויגן. "ווייסט איר נישט, אז דער בלוט-בילבול איז אינגאנצן אן אויסגעטראכטער ליגן? איר זאלט מער נישט וואגן צו פארפירן אזעלכע פאלשע פראצעסן קעגן אומשולדיקע מענטשן!"

און נאכדעם ווי ער האט געהייסן באפרייען די באשולדיקטע פון די קייטן, האט ער צו זיי געזאגט: "מיר בעטן אייך איבער פאר דער עוולה וואס איז באגאנגען געווארן קעגן אייך. איר זייט אומשולדיקע קרבנות פון א בלינדן אידן-האס, אלס פארגיטיקונג פאר אייערע ליידן און צרות, באפריי איך די קהילה פון שטייערן במשך פון צען יאר".
דאן האט ער זיך געווענדעט צום אלטן רב: "ווערטער קענען נישט פארגיטיקן פאר די ליידן און טויט-שרעק וואס איר האט דורכגעמאכט. אויב איר ווילט מיר פארשאפן דעם כבוד, וואלט איך וועלן אייך באזוכן פערזענלעך היינט אוונט". "אוודאי, אוודאי, מיט פערגעניגן", האט דער רב געענטפערט און טרערן פון פרייד און דאנקבארקייט האבן זיך אים געשטעלט אין די אויגן.

ה.
אין אוונט איז דער גובערנאטאר געקומען אין רב'ס הויז, אליין, אן באגלייטער. די רביצין האט צוגעגרייט כיבוד פאר דעם חשוב'ן אורח, אבער ער האט זיך נישט צוגערירט צו קיין זאך. ער האט לאנג געקוקט אויף דעם צעקנייטשטן פנים פון זיין מוטער, און עס האט זיך אים געוואלט ווארפן איר אויפן האלדז און פארכליפן זיך: "מאמע, מאמע..." ער האט זיך אבער באערשט און האט געזאגט צום רב, אז ער וויל מיט אים עפעס רעדן אונטער פיר אויגן.

זיי זענן אריין אין דערבייאיקן שטיבל, וואו עס איז געשטאנען א לאנגער טיש אנגעלייגט מיט ספרים און די ווענט זענען געווען פארשטעלט מיט ספרים-שרענק און פאליצעס. זיי האבן זיך געזעצט און דער גובערנאטאר האט זיך גענומען פאנאנדערפרעגן וועגן רב'ס משפחה. דער רב האט אים דערציילט וועגן זיינע קינדער, די זין און טעכטער, וועלכע זענען שוין ב"ה טאטעס און מאמעס און וואוינען אין פארשידענע שטעטלעך.

"און מער קיין קינדער האט דער רב נישט געהאט?" האט דער גובערנאטאר געפרעגט. דער רב האט טיף אפגעזיפצט און האט אים דערציילט וועגן משה'לען, וואס איז פארשוואונדן געווארן ווען ער איז קוים דריי יאר אלט געווען.

..."איך ווייס וואו משה'לע איז" האט דער גובערנאטאר געזאגט. דער רב איז אויפגעשפרינגען. "משה'לע לעבט? וואו איז ער? איז ער נאך אלץ א איד?"

"משה'לע לעבט, אבער ער האט זיך אויפגעהאדעוועט צווישן גויים. איצט וויל ער נעמען לעבן ווי א איד. אויב זיינע עלטערן וועלן אים נישט אפשטויסן פון זיך, וועט ער צוריקקומען..."

"אפשטויסן? חלילה! דער אויבערשטער שטויסט קיינעם נישט אפ... וואו איז ער? ברענג אים צו מיר" - האט זיך דער רב געבעטן מיט טרערן אין די אויגן...

..."ער שטייט דא פאר דיר, טאטע... דאס בין איך, משה'לע..."

אן אויגנבליק איז דער אלטער רב געבליבן ווי פארשטיינערט און דאן האט ער אויסגעשטרעקט זיינע ארעמס. טאטע און זון האבן זיך ארומגענומען און צעקושט. "משה'לע... משה'לע..." ,טאטע, טאטעניו..." זענען געווען די איינציקע ווערטער וואס זיי האבן געקענט ארויסריידן.

ווען זיי האבן זיך ענדלעך בארואיקט, האט דער רב געזאגט: "איך וועל גיין צוגרייטן דיין מאמען צו דער גוטע בשורה, און וועל זי אריינרופן, דערנאך וועלן מיר רעדן וואס מיר האבן צו טאן. ער איז ארויסגעגאנגען און האט זיך געזאמט א היבשע וויילע, וואס האט זיך משה'לען אויסגעדוכט ווי אן אייבייקייט. ענדלעך איז די מאמע אריינגעלאפן אין צימער. "מיין משה'לע, טייערער משה'לע..." האט זי נישט אויפגעהערט צו שעפטשען ווארפנדיק זיך אים אויפן האלדז א קושנדיק אין מיט הייסע טרערן, ווי זי וואלט אים איצט וועלן אפגעבן די גאנצע מוטערלעכע ליבשאפט וואס האט זיך אנגעקליבן אין איר הארצן זינט ער איז פארשוואונדן געווארן... און משה'לע האט זיך צום ערשטן מאל אין זיין לעבן, זינט ער איז אנגעקומען צום פריץ, צעוויינט ווי א קינד.

א היבשע צייט האט גענומען ביז זיי האבן זיך אלע בארואיקט, און זיי האבן זיך געזעצט צום טיש טרינקען א גלאז טיי. משה האט דערציילט זיינע עלטערן, ווי אזוי ער האט זיך דערוואוסט וועגן זיין אפשטאם, וועגן זיידען וואס איז אים געקומען צום חלום אין צוזאממענהאנג מיט דעם בילבול, און ווי אזוי דער קליינער ארבע-כנפות'ל האט אים צוריקגעבראכט זיין זכרון...

"ביסטו טאקע גרייט אויפצוגעבן דיין איצטיקן לעבן פון עשירות און כבוד און דיין הויכן אמט אלס גובערנאטאר, כדי צו זיין, און לעבן, ווי אן אמת'ער איד?" האט דער רב געפרעגט זיין צוריקגעפונענעם זון.

"צווייפלסטו דען אין דעם טאטע?" האט משה געענטפערט. פלוצלונג האט זיך ארויס געכאפט פון זיינע ליפן די ווערטער: "תורה צוה לנו משה" און ער האט זיך אליין געוואונדערט, ווי אזוי ער האט זיך איצט דערמאנט די לעצטע ווערטער וואס דער טאטע האט מיט אים געלערנט, איידער די ציגיינער האבן אים צוגעכאפט.
דאן האבן זיי זיך צוזאמענגערעדט וועגן א פלאן, וואס קיינער אויסער זיי דריי טארן דערפון נישט וויסן: דער גובערנאטאר וועט ארויסרייטן אויף יאגד, ווי געוויינלעך, און וועט זיך אפזונדערן פון זיין סוויטע, טיף אין וואלד. נעבן א טייך וועט ער איבערלאזן זיינע קליידער און דעם פערד, עס זאל הייסן, אז ער איז אריין אין טייך באדן זיך, און איז דערטרונקען געווארן. ער וועט זיך איבערטאן אין פשוט'ע קליידער, וואס ער וועט צוגרייטן פון פריער, און וועט אויסוואנדערן קיין אמסטערדאם. אין א שטעטל דערביי, וואו זיין פאטער'ס ברודער איז רב, וועט ער קומען און ברענגען דעם פעטער א בריוול פון טאטען, און ער וועט ווערן א בעל תשובה און זיצן על התורה וועל עבודה אזוי לאנג ווי דער אויבערשטער וועט אים שענקען יארן.

עס איז שוין געווען האלבע נאכט ווען משה האט זיך געזעגנט מיט זיינע עלטערן. "איך ווייס נישט אויב עס וועט אונז אויסקומען זיך צו זען נאכאמאל אויף דער וועלט", האט דער אלטער רב געזאגט צו זיין זון, "אבער מיר וועלן זיך זיכער זען אין גן-עדן. דער אויבערשטער זאל דיר מצליח זיין".
אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3770
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינאנץ מיניסטער »

גאר פיינע סחורה דא. יישר כח זיידעניו, בן מזל און אלע אנדערע ברענגער
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”