ספורי צדיקים לחג הפסח

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פריילאך האט געשריבן: א פידיעף פון די עובדות?

פאלקאוויטש123 האט געשריבן: א PDF פון די לעצטע סיפורים ביטע?

????
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

אפשר טאקע וועט איינער מזכה זיין?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

לעכטל האט געשריבן: אפשר טאקע וועט איינער מזכה זיין?
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

Ban Mazel האט געשריבן:
פריילאך האט געשריבן: א פידיעף פון די עובדות?

פאלקאוויטש123 האט געשריבן: א PDF פון די לעצטע סיפורים ביטע?

????

פאלקאוויטש123 האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן: אפשר טאקע וועט איינער מזכה זיין?

ספורי צדיקים לחג הפסח אידיש
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע:ערגעץ ווי

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

געליינט די בלוט בלבול אין ראגוזא אין די שרייבער, עס איז איינס אין דער וועלט!!! קוקט אויס גע'גנב'עט פון עפעס א פארצייטישער צייטונג.. דעי פארצייטישע זאפט וואס גיסט זיך דערפון...
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3771
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינאנץ מיניסטער »

אסאך פארציילט דעם יום טוב פון דעם אשכול
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

וועלכע מצות וועט דער רבי אויסקלויבען
הרב הקדוש רבי קלונימוס קלמן מניישטאט זי"ע בעמח"ס מאור ושמש איז אמאהל געוועהן ביים רבין אין לובלין אויף פסח אינאיינעם מיט זיין זון הרה"ק רבי אהרן (ר' ארון) זי"ע ערב פסח האבן די תלמידים געבאקען די מצות מצוה, נאכן באקען האט מען אריינגעלייגט אלע מצות אין איין זאק און געברענגט דעם זאק פאר'ן רבין פון לובלין.
דער סדר פלעגט זיין אז דער רבי פלעגט אריינשטעקן זיין האנד אינעם זאק און ארויסנעמען פון דארט מצות פאר זיך א טייל מאהל פלעגט ער צוריק לייגן א מצה אין זאק זאגענדיג דער וואס האט געמאכט די מצה האט אזא און אזא פגם ווייל ער האט מיט זיינע הייליגע אויגן געזען אין די מצות ווער עס האט עס געמאכט און וואס יענער איז.
יענעם יאר ווען דער מאור ושמש מיט זיין זון רבי ארון זענען געווען אין לובלין אויף פסח האט רבי ארון געוואלט זען וואס פאר א מצות דער רבי פון לובלין וועט זיך אויסוועלן האט ער בשעת'ן באקען געמאכט א סימן אויף די מצות וואס זיין טאטע דער מאור ושמש האט געוועלגערט.
ווען מען האט געענדיגט דאס באקאן און מען האט אריינגעטראגן דעם זאק פארן רבי'ן פון לובלין האט רבי ארון געזען ווי דער רבי האט ארויסגעקליבען פונעם זאק און גענומען פאר זיך טאקע נאר די אלע מצות וואס זיין טאטע דער מאור ושמש האט געוועלגערט ! און אויף איינע פון די מצות האט דער רבי פון לובלין א זאג געטוהן "די מצה איז מלא חן און מלא אמת"! זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

יישר כח בן מזל פאר די הערליכע ביכל PDF
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ייש"כ
די מעשיות שטארק צוניץ געקומען דעם פארגאנגענעם פסח, חוה"מ געהאט וואס צו דערציילן פאר די קינדער ביי די סעודות.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

Ban Mazel האט געשריבן: איך האב עס שוין איינמאהל געלייגט אויף א אנדערע פלאץ מיט א אנדערע ניק, איך לייג עס איבער ווייל דא איז די פלאץ פאר דעם.
עלילת דם אין ראגוזא
די שטאט ראגוזא


....

און די אידן האבן פרייער אבגעאטעמט!
כן יאבדו כל אויבך ה'


זייער שפאנענד און באטעמט צום ליינען, האמער שטארק הנאה געהאט פסח ביים עס ליינען אינעם שרייבער.
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

Ban Mazel האט געשריבן: איך האב עס שוין איינמאהל געלייגט אויף א אנדערע פלאץ מיט א אנדערע ניק, איך לייג עס איבער ווייל דא איז די פלאץ פאר דעם.
עלילת דם אין ראגוזא
די שטאט ראגוזא

כן יאבדו כל אויבך ה'


זייער הנאה געהאט צו לעיזן.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פאלגענדע מעשה האט דער רבי זי"ע אמאל פארציילט, אינמיטן זיין שבת הגדול דרשה אין די שטאט סאטמאר.
דער גרויסער גאון און רבן של כל בני הגולה רבי משולם איגרא זי"ע פון טיסמעניץ, וועלכער איז געווען רב אין פרעשבורג, האט געהאט ווייץ וועלכעס איז געווען שמורה משעת קצירה, און נישט סתם אפגעהיטן, נאר ער האט געדונגען מענטשן וועלכע זאלן דאס היטן אין משך די גאנצע צייט, פון ווען מען האט דאס געשניטן אין חודש תמוז ביז צום מאלן פאר פסח, מען האט דאס ספעציעל אפגעהיטן טאג און נאכט אז עס זאל נישט צוקומען צו קיין שום חשש פון חמץ.
זעלבסטפארשטענדליך, דאס איז אים נישט אזוי לייכט אנגעקומען, עס האט אים געקאסט גרויסע געלטער, אבער כדי מקיים צו זיין מצות אכילת מצה מיט די גרעסטע הידורים און חומרות, האט ער נישט געשפארט קיין געלט, און אזוי איז אויך געווען מיט קלויבן און מאלן דאס ווייץ, און שפעטער ביים באקן די מצות מיט די גרעסטע מאס הידורים וואס עס איז נאר מעגליך געווען, און ערב פסח נאכן באקן די מצות, האט מען עס אהיים געברענגט און אוועקגעלייגט אויף א גוטן און זיכערן ארט.
שפעטער נאכמיטאג האט די אידישע משרתת פון שטוב געזוכט מצות, צו געבן עפעס עסן פאר א קינד, האט זי אנגעטראפן די ספעציעלע מהודר'דיגע ערב פסח מצות, און זי האט צובראכן די מצות געבנדיג פארן קינד.
ווען די משרתת האט זיך געכאפט וואס זי האט דא געטאן, האט זי גלייך פארשטאנען וואס עס ווארט אויף איר, איז זי פאר גרויס פחד אנטלאפן פון הויז, אויך זיין רביצין, ווי זי האט געזען וואס דא איז פארגעקומען, איז זי אויך פאר גרויס פחד אנטלאפן פון שטוב, טראכטנדיג וואס וועט זאגן איר מאן, נאכדעם וואס ער האט זיך אזויפיל אנגעפלאגט און אזויפיל געלט אויסגעגעבן מיט אזויפיל ספעציעלע חומרות, און איצט איז עס צובראכן און מען קען נישט מקיים זיין מיט דעם די מצוה פון אכילת מצה מיט לחם משנה לכבוד יו"ט.
שפעטער ביינאכט ווען דער גאון איז אהיים געקומען נאך מעריב דאווענען האט ער געוואלט אנהייבן צו פראווען דעם סדר, אבער ער האט קיינעם נישט געטראפן אין שטוב, עס איז אים געווען א גרויס וואונדער.
די רביצין האט געטראכט, אז זי וויל נישט זיין אין שטוב בשעת דער רב וועט אהיים קומען און זען וואס עס האט פאסירט מיט די מצות, עס וועט אים זייער וויי טאן, און געוויס וועט ער זיך בייזערן, האט זי זיך אויפגעהאלטן אויף א וויילע ערגעץ וואו, ביז עס וועט דורכגיין א שטיקל צייט און ער וועט זיך אביסל בארואיגן, און דאן וועט זי אהיים קומען.
נאך א געוויסע צייט איז זי אהיים געקומען, זי האט אבער געהאט א טעות, ווייל ווי דער רבי האט געזען, אז די רביצין איז נישט אינדערהיים האט ער נישט אנגעהויבן זיך צו גרייטן צום סדר, ממילא האט ער נאכנישט געוואוסט פון די גאנצע זאך, אז די מצות זענען צובראכן.
ווען די רביצין איז אריינגעקומען אין שטוב, האט דער גאון איר געזאגט: לאמיר גיין אפרעכטן דעם סדר, ווען זי האט דאס געהערט האט זי אויסגעבראכן אין א געוויין, האט ער איר געפרעגט, וואס איז דאס געוויין? האט זי פארציילט פאר אים וואס עס האט פאסירט מיט די מצות, האט ער איר געענטפערט מיט א רואיגן טאן, ווי גלייך עס וואלט גארנישט פאסירט, "נו וואס איז דען? מיר האבן דאך אנדערע מצות אויך", און ער האט זיך גארנישט געבייזערט, אזוי האט ער טאקע געטאן, ער האט גענומען די פשוט'ע מצות, וואס זענען געבאקן געווארן אן די אלע ספעציעלע חומרות.
דער רבי זי"ע האט פארענדיגט די מעשה צוגעבנדיג ווי פאלגענד: דאס האט מען שוין געהערט פון גרויסע לייט און ערליכע אידן ביי ענליכע פעלער, אז זיי האבן זיך איינגעהאלטן זיך נישט אויפצורעגן, אבער אין אזא פאל ווי דא, אז מען זאל זיך גארנישט אויפרעגן און עס מקבל זיין ווי גלייך עס וואלט ווען גארנישט פאסירט, נאך אזעלכע געוואלדיגע הוצאות און גרויסע כוחות וואס ער האט אריינגעלייגט וואכן און חדשים, אזא זאך איז פשוט מבהיל דעם רעיון, און דאס איז א גוטע מדה וואס האט נישט איר גלייכן, און אזוי דארף מען זיך לערנען צו זיין אן ארך אפים און רעדן אלעמאל געלאסן, נישט צו קומען צו קיין כעס, אפילו ביי א זאך וואס איז נוגע מקיים צו זיין די גרויסע מצוות, אזוי ווי די הייליגע מצוה פון אכילת מצה אין דעם הייליגן סדר נאכט.
(זכר צדיק לברכה)
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

וואס טוט א גוי אין מצה בעקעריי
ווי עס איז באקאנט, אין די בראשית יארן האבן א גרויסער ציבור פון אנשי שלומינו געוואוינט אין דער אידישער איסט-סייד, די סאטמארער אידן פון דער איסט-סייד פלעגן צו קויפן מצות אין די סאטמארער מצה בעקעריי, אבער אויף ערב פסח פלעגט מען אפדינגען א קעלער אונטער א גרויסן אפארטמענט הויז, וואו דער היימישער ציבור פון איסט-סייד ובתוכם הגאון הצדיק שארמאשער רב זצ"ל און נאך עטליכע רבנים וועלכע האבן געוואוינט אין יענע געגענט, פלעגן באקן מצוה מצות.
איז געווען אמאל ווען אינמיטן יאר איז געווארן פארדינגען דער קעלער פאר א גוי'אישן קלוב, און ווען עס איז געקומען פאר פסח, האט דער בעל הבית פון הויז געזאגט פאר דעם איד וועלכער פלעגט דאס אלע יארן צו דינגען, אז ער קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די גויים ווייל זיי ווילן נישט ארויסגיין פון דארט.
הרה"ח ר' ליפא יאקאבאוויטש נ"י איז אריינגעגאנען צום רבי'ן זי"ע און דערציילט, אז זיי האבן נישט וואו צו באקן מצות, ווייל אויף דעם ארט ווי זיי פלעגן צו באקן די מצות, ווילן נישט די גויים ארויסגיין פון דארטן.
נאכן אויסהערן די מעשה, פרעגט דער רבי: וואס טוט א גוי אין מצה בעקעריי?
פאר ר' ליפא'ן איז געווען א חידוש דעם רבי'נס אומפארשטענדליכער ענטפער.
ווען עס האט זיך שוין נענטער געריקט די צייט צו פסח, איז ר' ליפא נאכאמאל געגאנגען מזכיר זיין צום רבי'ן וועגן די מצה בעקערי, און דער רבי זי"ע פרעגט נאכאמאל איבער די זעלבע שאלה: וואס טוט א גוי אין מצה בעקערי?
מיט א טאג שפעטער האט דער בעל הבית פונעם הויז גערופן ר' ליפא'ן און געזאגט אז דער קעלער איז שוין ליידיג געווארן און ער קען עס יעצט ווייטער אפדינגען, ווייל די געוועזענע נאכט האבן זיך צוויי גויים צושלאגן און איינער האט דערשאסן צום טויט דעם אנדערן.
(זכר צדיק לברכה)
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

סייעתא דשמיא פון הגאון הצדיק רבי מיכאל בער ז"ל

אין די שטאט נייטרא איז געווען א גרויסע ברוינפן ברענעריי, וואס איז געווען אונטער די השגחה פונעם בי"ד פון שטאט, וואו עס האט משמש געווען ברבנות הגאון הצדיק המפורסם רבי שמואל דוד אונגאר זצ"ל הי"ד.
אמאל פאר פסח, איז דער בעל הבית פון די ברוינפן ברענעריי געקומען צום נייטרער בי"ד מיט א בקשה, היות ער וויל מאכן ברוינפן כשר לפסח, דערפאר בעט ער אז מען זאל אים געבן אן הכשר אויף זיין פאבריק אז ס'איז כשר לפסח.
הגה"צ נייטרא'ער רב זצ"ל האט אים אבער געזאגט, אז אויף פסח איז זייער שווער צו געבן א הכשר אויף ברוינפן, און ער האט נישט געוואלט געבן דעם הכשר.
דער איד האט אבער נישט נאכגעלאזט, און האט געמוטשעט, וויבאלד אז אלעס איז ביי אים אויסגעהאלטן כשר לפסח, פארוואס זאל ער נישט קענען באקומען קיין הכשר.
ווי דער נייטרער רב ז"ל האט געזען, אז ער קען נישט לויז ווערן פון דעם איד, האט ער אים געזאגט, גייט צו מיין איידעם ר' מיכאל בער און בעט אים ער זאל דורכקוקן דעם גאנצן פאבריק, און אויב ער וועט זאגן אז מען קען געבן א הכשר, וועט מען געבן דעם הכשר.
ווען דער איד איז געקומען צו ר' מיכאל בער אין שליחות פון זיין שווער, האט ר' מיכאל בער אים געבעטן אז ער זאל אים געבן אלע שליסלעך פונעם פאבריק, ווייל עס פאדערט זיך אים דרייסיג נעכט אדורכצוקוקן יעדע נאכט אן אנדערן חלק פונעם פאבריק.
אזוי האט ער טאקע געטאן, ר' מיכאל בער איז יעדע נאכט געווען אין פאבריק, און האט אונטערזוכט יעדעס איינציגע רערל, און דערגאנגען וואו יעדע רער באלאנגט, עס האט שוין אויסגעקוקט אז אלעס איז כשורה, און מען וועט קענען געבן דעם הכשר אויף די ברוינפן, אז עס איז כשר לפסח.
אין די דרייסיגסטע נאכט האט ער אבער באמערקט, ווי אויף א געוויסן ארט אויף דער פאדלאגע שטארט ארויס אביסל מער ווי ערגעץ אנדערש, און עס האט זיך אים געדוכט אז עפעס איז דא אונטער דעם.
רבי מיכאל בער האט זיך גענומען נישטערן און אונטערהייבן, ביז ער האט עס געעפענט, און דערזען ווי עס לויפט א רער (פייפ) אונטער די ערד, וואס ער האט אינגאנצן נישט געהאט קיין ידיעה פון פריער וואס דאס באדייט, און דער בעל הבית האט אים נישט דערציילט דערפון.
די זאך איז אים געווארן זייער אויפפאלענד, און צופרי האט ער געפרעגט דעם בעל הבית וואס דער באדייט פון דעם פייפ איז.
עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער פייפ ציט זיך פון פרעשבורג (אן ערך פון פערציג מייל) , און עס קומט דערפון שפיריטוס, וואס איז עכט חמץ און דאס ווערט אריינגעמישט אינעם ברוינפן, און דאס האט דער בעל הבית נישט דערציילט פאר די חברי הבי"ד, וואס ער האט געוואלט אז זיי זאלן זיין די בעלי מכשירים, (די שפיריטוס איז געווען אויף כל ימות השנה א כשר'ע זאך, אבער ס'איז געווען חמץ גמור) .
הגאון הצדיק רבי מיכאל בער ז"ל האט די מעשה דערציילט אמאל פארן פאיער רב , און דער פאיער רב האט עס איבערדערציילט פארן סאטמאר רבי'ן זי"ע, בשם ר' מיכאל בער ז"ל.
ווען דער סאטמאר רבי האט געהערט די מעשה, האט ער זיך אנגערופן צום פאיער רב : "דאס אז ס'איז אים געלונגען צו טרעפן דעם רער, איז מער א סייעתא דשמיא ווי איידער א קונץ שטיק, ווייל ער האט ערליך געזוכט, האט מען מן השמים צוגעפירט אז ער זאל עס טרעפן".
(זכר צדיק לברכה)
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די רבי'ס סדר געסט

ווי עס איז באקאנט פלעגט דער סאטמאר רבי זי"ע מצמצם זיין מיט די אורחים ביים סדר נאכט, און טראץ דעם וואס יעדן שבת און יו"ט פלעגן עסן ביים רבי'ן אין שטוב (אין זיין ביהמ"ד פון זיין דירה) ארום פופציג זעכציג אורחים, אבער ווען עס איז געקומען פסח ביינאכט ביים סדר, פלעגט דער רבי אליין האבן די רשימה און האט מצמצם געווען די צאל אורחים, און ווער עס האט געוואלט האבן די זכי' צו זיין ביים רבי'נס סדר האט געדארפט בעטן רשות פון רבי'ן אליין צו זיין ביים סדר.
געווען איז דאס אין די בראשית יארן פון אמעריקא, ווען די אורחים זענען עפ"י רוב געווען יתומים מאב ואם ר"ל, וועמען זיי האבן פארלוירן אין די קריג, זיי זענען געבליבן בלי משען ומשענה, די פלעגן עסן ביים רבי'ן שבתים און ימים טובים, דער רבי זי"ע פלעגט צו זארגן פאר זיי ווי א טאטע פאר א קינד, אבער, ווי געזאגט, דוקא פארן סדר פסח ביינאכט פלעגט דער רבי בעטן די אורחים זיי זאלן זיך זוכן ערגעץ וואו זיך מסדר צו זיין אויף יו"ט.
עפ"י רוב פלעגט דער רבי פרעגן די אורחים אויב זיי האבן נישט קיין אנדערע קרובים וואו צו זיין אויף פסח.
איז געווען דעמאלטס א בחור א יתום מאב ואם וועלכער איז געקומען בעטן פון רבי'ן אז ער וויל זיין ביים רבי'נס סדר נאכט.
"וואו ביזטו געווענליך יעדן יו"ט?" האט אים דער רבי געפרעגט.
"איך גיי מזמן לזמן צו א קרוב אין די איסט-סייד", האט דער בחור געענטפערט.
"נו, אפשר גייסטו אויף פסח אויך צו דעם קרוב?" האט דער רבי געזאגט פאר דעם בחור.
האט דער בחור אזוי געטאן ווי דער רבי האט אים געהייסן, און ער האט זיך איינגעארדענט צו זיין די ערשטע טעג פסח ביי דעם קרוב אין די איסט-סייד.
עס איז געקומען ערב יו"ט און דער רבי איז דורכגעגאנגען די ליסטע פון די אורחים, דער רבי זי"ע האט זיך פלוצים דערמאנט פון דעם בחור וואס ער האט אים געהייסן זיין ביי זיינס א קרוב אין די איסט-סייד, דא האט דער רבי זיך דערמאנט, אז דער פאטער פון דעם בחור איז געווען פון די גרויסע קעגנער אויפצונעמען דעם רבי'ן אלס רב אין די שטאט סאטמאר, דאס האט פארן רבי'ן נאכמער וויי געטאן, אז ער האט אפגעזאגט דעם בחור פון צו זיין ביי אים ביים, סדר, דער בחור וועט דאך אוודאי קלערן, אז די סיבה פארוואס דער רבי וויל אים נישט האבן, איז צוליב דעם וואס דער רבי פירט חשבונות אלס נקמה וועגן זיין טאטנס מעשים.
עס איז שוין געווען ערב יו"ט נאכמיטאג, דער רבי האט געהאט גרויס עגמת נפש אז ער האט ח"ו וויי געטאן פאר דעם בחור, "וואסערע שמחת יו"ט וועט שוין דער בחור האבן, נאכדעם וואס איך האב אים אוועקגעשיקט", האט דער רבי זי"ע געזאגט פאר זיינע מקורבים.
דער רבי האט געוואוסט אז עס קומען אריבער יו"ט בייטאג אידן פון דער איסט-סייד צום דאווענען אין רבי'נס ביהמ"ד, וועט ער שוין שיקן א שליח צום בחור ער זאל קומען אויף די צווייטע סדר נאכט.
עס האט דעמאלטס געוואוינט אין די איסט-סייד הרה"ח ר' ליפא יאקאבאוויטש, ער איז געקומען ערב יו"ט פארנאכטס צום רבי'ן קיין וויליאמסבורג, צום דאווענען מערבית און הערן הלל פון רבי'ן, נאכן דאווענען ביים "גוט יו"ט" זאגן פארן רבי'ן, האט דער רבי געבעטן פון ר' ליפא'ן: "דו גייסט דאך יעצט אהיים קיין איסט-סייד, טו מיר א טובה און גיי אריבער צו דעם בחור צו זיין אכסניא און זאג אים, אז מארגן ביינאכט זאל ער קומען צו מיר צום סדר".
ר' ליפא האט געטראכט ביי זיך, אז עס ווערט דאך שפעט און אויף היינט נאכט איז דאך שוין סייווי נישט קיין נפקא מינא, האט ער געענטפערט פארן רבי'ן "אפשר קען איך אים דאס זאגן מארגן צופרי, ווייל איך האב נאך א לאנגן וועגן אריבער צו גיין די בריק, און איך וויל נאך אניאגן צו עסן דעם אפיקומן פאר חצות, און סייווי איז עס דאך פאר היינט נאכט שוין נישט נוגע".
"איך וואלט דיך געבעטן, אז פונדעסטוועגן זאלסטו גיין צו אים נאך היינט נאכט פארן סדר, ווייל עס איז מיר זייער שווער זיך צו זעצן צום סדר, ווען איך ווייס אז א איד האט אויף מיר א שווער הארץ, בעט איך דיך, דו זאלסט אים דאס נאך היינט נאכט פארן סדר פארשטענדיגן, און אזוי וועט דער בחור אויך האבן א שמחת יו"ט".
(זכר צדיק לברכה)
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער סדר פון 'איטשע שיכור' געמאכט א גרויסע רושם אין הימל.
דער הייליגע חוזה פון לובלין זצ"ל האט איין יאר נאכן סדר געשפירט א מורא'דיגע דערהויבענקייט, און הייליגקייט, פון הימל האט מען אים אבער אנטפעלעקט אז דער סדר פון 'איטשע' פון לובלין האט נאך געמאכט אסאך א גרעסערע רושם אין הימל ווי זיין סדר, דער חוזה איז געווארן זייער פארוואונדערט, ווייל ער האט נישט געקענט קיין שום איד אין לובלין מיט דעם נאמען ר' איטשע, וואס ער זאל זיין א איד מיט אזאלכע הויעכע מדריגות אז אין הימל זאל זיין סדר מאכן נאך א גרעסערע רושם פון זיין סדר.
אינדערפרי האט דער הייליגער חוזה געבעטן פון זיינע חסידים אז זיי זאלן ארום גיין אין שטאט און אויף זוכן אלע ר' איטשע'ס און זיי אהער ברענגען, ווען מען האט געברענגט צום חוזה אלע ר' איטשע'ס האט ער נישט געזעהן ביי קיינעם פון זיי אז איינער זאל זיין אזא בעל מדריגה וואס פון אים האט מען גערעדט אין הימל, האט דער חוזה ווייטער געפארשט צו עס איז נישט דא נאך א איד מיטן נאמען ר' איטשע דא אין שטאט, האט מען אים געזאגט אז יא! עס איז דא א איד וואס הייסט איטשע ער וואוינט ביים עק פון שטאט, ער איז א שיכור, ער טרינקט יעדן טאג, האט דער חוזה באפוילן אז מען זאל אים אהער ברענגען.
ווען איטשע שיכור איז אנגעקומען צום חוזה, האט דער חוזה גלייך געזעהן אז עס לייכט א קדושה אויף זיין פנים, האט אים דער חוזה געזאגט: איך בין אויף דיר גוזר אז די זאלסטמיר דערציילן וויאזוי די האסט געפירט דיין סדר נעכטן נאכט.
האט ר' איטשע אנגעהויבן שטארק צו וויינען זאגענדיג אז ער זעהט אז דער רבי זעהט שוין סייווי מיט וואספארא נידריגקייט ער האט געפירט זיין סדר, ער האט זיך זייער געשעמט צו זאגן וואס עס האט פאסירט, אבער וויבאלד דער חוזה האט אויף אים גוזר געווען אז ער מוז דערציילן האט ער דערציילט ווי פאלגענד:
איך האב זייער ליב צו טרינקען וויין, און צו שיכור'ן, און טאקע דערפאר רופט מען מיר 'איטשע שיכור', ערב פסח האט זיך מיין ווייב געבעטן ביי מיר אז אזוי ווי אין אלע אידישע שטובער זיצען די טאטעס מיט זייער משפחות און פירן די שיינע סדרים, זאל איך דאס יאר נישט טרינקען, און אויך פירן א סדר מיט מיינע קינדער, איך האב איר צוגעזאגט אז איך וועל מיר איינהאלטן פון טרינקען. אבער ווען עס איז געווארן ביינאכט האב איך מיר שוין נישט געקענט מער איינהאלטן, איך האב געבראָכן מייין צוזאג, און זיך גענומען טרינקען, איך האב אזויפיל געטרינקען ביז איך בין איינגעשלאפן אין א טיפע שיכור'דיגן שלאף.
נאך לעכט צינדן האט מיין ווייב פרובירט מיר צו ערוועקן פון מיין טיפן שלאף, אבער זי האט מיר בשום אופן נישט געקענט ערוועקן, שפעטער ווען זי האט געזעהן ווי אלע מענער קומען שוין אהיים פון שוהל, יעדער מיט א פרייליכע גוסטע האט זי נאכאמאל פרובירט מיר צו ערוועקן זאגענדיג: איטשע קוק ווי אלע אידישע קינדער הייבן שוין אן דער סדר מיט זייערע משפחות, שטארק זיך און שטיי אויף, לאמיר אויך מאכן די סדר! אבער איך בין אזוי טיף געשלאפן אז זי האט מיר נאכאלץ נישט געקענט ערוועקן, יעדע שעה האט זי נאכאמאל מיר פרובירט צו דערוועקן, אבער עס איז איר נישט געלונגען, ווען זי האט געזעהן אז עס ווערט שוין שפעט האט זי אליין געמאכט די סדר לויט וויסאך זי האט געקענט, און ווען זי האט גענדיגט די סדר האט זי אפגערוימט די טיש און זיך געלייגט שלאפן.
נאך חצות ווען די לעכט האבן זיך שוין אויסגעברענט און עס איז געווארן שטארק פינסטער אין שטוב, האב איך מיר אויף געוועקט פון מיין שיכור'דיגן שלאף, און איך האב מיר דערמאנט אז עס איז פסח ביינאכט, און איך בין פארשלאפן דעם סדר צוליב מיין שיכרות, עס האט מיר זייער ווי געטוהן, עס האט מיר אין מיין הארץ ערוועקט גרויס חרטה און צער אויף וואס איך האב דא געטוהן, פארוואס איך האב מיר נישט געקענט איינהאלטן פון טרינקען, אבער אזוי ווי עס איז געווען אזוי פינסטער אין שטוב, איז שוין נישט געווען מעגליך צו פירן דארט די סדר, בין איך ארויס אינדרויסן צו זעהן אויב איך קען נאך גיין צו א שכן און דארט מיטהאלטן ד סדר, אבער עס איז שוין געווען אזוי שפעט אז יעדער איז שוין געשלאפן און איך האב נישט געהאט צו וועם צו גיין.
איך בין צוריק אריין אין שטוב מיט א צובראכן הארץ און מיט גרויס עגמת נפש, איך האב אנגעהויבן צו טאפן אויפ טיש צו עס ליגט נאך דארט א שטיקל מצה און מרור, כדי איך זאל כאטש אזויפיל טוהן, און מקיים זיין די הייליגע מצות פון די נאכט, ווייל די הגדה האב איך דאך נישט געקענט זאגן אויסעווענדיג, אבער איך האב גארנישט געפינען אויפן טיש אויסער איין באטל וויין, האב איך אנגעהויבן שטארק צו וויינען, און איך האב גענומען די פלעשל וויין אין מיין האנט, און איך האב זיך געוואנדן צום אייבערשטן מיט טרערן, רבונו של עולם, די ווייסט דאך וואס עס טוט זיך אין די טיפענישן פון מיין הארץ, די ווייסט דאך אז איך האב אינ'אמת'ן געוואלט פירן א סדר ווי אלע אידישע קינדער, נאר וואס זאל איך טוהן אז איך איטשע דער שיכור האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, אבער יעצט האב איך שטארק חרטה, איך וואלט יעצט זייער שאטרק געוואלט פירן א סדר, אבער וואס זאל איך טוהן אז מיין הויז איז פינסטער און איך טרעף נישט מער ווי איין באטל וויין, רבונו של עולם, איך גיי טרינקען דעם פלעשל וויין פארן כבוד פון דיין גרויסןנאמען, און דאס זאל זיין גערעכענט ווי איך וואלט געגעסן די מרור, געטרינקען די ד' כוסות, און מקיים געווען אלע מצות פון די נאכט.
מיט גרויס געוויין האב איך אויסגעטרינקען די פלעשל וויין, און איך האב מיר געלייגט שלאפן.
אזוי האט ר' איטשע פארציילט פארן חוזה, האט דער הייליגער חוזה פארשטאנען אז אט איז ער טאקע דער ר' איטשע וואס האט געמאכט אזא רושם, אז דאס אויסגעטרונקען די פלעשל וואס ר' איטשע האט אויסגעטרינקען מיט אזא צובראכענע הארץ, דאס האט געמאכט אין הימל נאך א גרעסערע רושם ווי דער סדר פון די חוזה.
אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3771
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינאנץ מיניסטער »

יישר כח בן מזל!
פאריאר האב איך ארויסגעפרינט פאר פסח מעשיות וואס דו האסט געשריבן אין דעם אשכול
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די צוויי רויטע בערדיגע
אין די שטאט פראג האבן זיך די אידן געגרייט צום הייליגן יום טוב פסח מיט גרויס פרייד. קיין זאך איז נישט געווען פארדעכטיגט, די אידן האבן געהאפט אז דאס יאר וועט דער יום טוב א דורך גיין ביי זיי אויפן גוטן וועג. אויך דער רב, דער הייליגער מהר״ל מ׳פראג זי"ע איז געווען רואיג און געהאפט אז די שונאי ישראל וועלן זיך נישט טשעפענען מיט די אידן, און ער האט זיך געגרייט צום יום טוב מיט גרויבס בטחון,
ענדליך איז אנגעקומען דער לאנג ערווארטערטער יום טוב די הייליגע נאכט פון פסח פון אלע האבן ארוים געשיינט די ליכט און געווארפן זייער שיין אויף ווייט ארום. די טישן זענען געווען פיל מיט אלעם גוטן און אין די שוהל׳ן האבן זיך די אידן צוזאמגעגומען צום דאווענען און זאגן הלל, און דאנקן ידעם באשעפער פאר די גרויסע נסים וואס ער האט זיי געטון ווען מ׳האט זיי ארויסעגומען פון מצרים און בכחח אויף אלעם גוטס וואס ער טוט שטעגדיג.
אין די גרויסע שול פון פראג האט דער חזן אנגעהויבן צו דאווענען מעריב. זינגענדיג ברבו מיטן יום טוב׳דיגן ניגון, דער רב פון שטאט דער מהר״ל איז געשטאנען ביי דער מזרח וואנט און געדאווענעט מיט גרויס כוונה פץ א סידור. אבער מי די ערשטע ברבה פון מעריב אנשטאט ער זאל זאגן "ומחליף את הזמנים" אז דער אויבערשטער טוישט די צייטן, האט זיך פון זיין מויל נישט וועלענדיג פון זיין מויל ארויסגעכאפט די ווערטער "ומחמיץ את הזמנים״ אז דער אויבערשטער מאכט זויר -חמצ׳דיג די צייט.
עס איז אן אלטער כלל ביי צדיקים און העכערע מדריגה אידן, אז דאס מויל וועלכע איז געהייליגט און אפגעהיטן מאכט נישט קיין אומזיסטן טעות. וויבאלד עם רעדט ארויס פון אים א דיבור אנדערש ווי מ׳האט דאס געוואלט זאגן האט דעד דיבור א גרויסן באדייט און עם פאדערט אים צו שענקן אויפמערקואמקייט.
איז דעד מהר"ל געווארען זייער דערשראקן ער האט געוויסט קלאר אז זיין מויל וועט קיינמאל נישט מאכן א טעות ביים דאווענען, און דאם מיז זעכער האבן א וויכטיגע באדייטונג. אט דער ״ומחמיץ" דאס מאכט מען אים אויפמערקזאם פון הימל און מ׳ווארענט אים אז עד זאל עפעס טון דערוועגן.
באלד נאכדעם וואס מ׳האט גענדיגט די שמונה עשרה איז דער מהר״ל ארויף אויף די בימה געגעבן א קלאפ און אויסגערופן רבותי ! עם איז עפעס געשען אזאך וואס איך מיז יעצט אוועק גיין און זיך בארעכענען וועגן אן ענין, איך בעט דעם עולם אז נאך דעם ווי מ׳וועט ענדיגן דאווענען זאל קיינער נישט פארלאזן די שול אהיים צו גיין ביז ס׳וועט קומען א מעלדונג אז מ׳קען שוין אהיים גיין.
ער האט באלד געבען א באפעל פארן אלטען שמש רבי אברהם חיים אז ער זאל שנעל שיקן שליחים און אלע שולן און אנזאגן און נאמען פון רב אז מ׳זאל נישט פארלאזן די שולן, נאר מ׳זאל ווארטן אויף זיין באפעל.
דער גאנצער עולם איז געווארען זייער אומרואיג מ׳האט געוויסט אז עפעס האט געמיסט געשען וואס דער גרויסער צדיק דער מהר"ל האט דערשפירט ביים דאווענען. ווער ווייסט וואס פאר א נייע גזירה ער האט זיך דערוויסט וואס עם ערווארט זיי. זיי האבן אלע געהאט צוטרוי צום. מהר״ל אז מיטן אויבערשטענ׳ס הילף וועט אים געלאנגן אפציהיטן די אידן פון אלעס שלעכטעס. און אלע זענען פארבליבן אין די שולן און געזאגט דערביי מיט כוונה תהילים.
אין די זעלבע צייט איז דער מהר״ל אריינגעגאנגען אין באגלייטונג פון ראש הקהל רבי מרדכי מייזל און גאך עטליכע חשובע בעלי בתים אין א באזונדער צימער פון קהל שטוב נעבען די שול. פון דארט האט ער געשיקט צו זיך אהיים יאסעלע גולם אז ער זאל אים צוברענגן וואס שנעלער א מצה פון זיינע מצות, און ער האט געהייסן דעם גולם צו עסן א כזית מצה. קוים וואס דער גולם האט אפגעגעסן דעם כזית האט ער זיך אנגעהויבן ווארפן ווי א שלאנג פאר גרויס בויך ווייטאג. ער האט כסדר געוויזן מיטן האנט אויפן בויך אז ער האט גרויסע יסורים.
דער מהר"ל איז דערשראקן געווארען אנקוקענדיג דעם גולם מיט זיינע יסורים. יעצט האט ער שוין פארשטאנען דעם פשט וואס ער האט זיך פארפלאנטערט ביים דאווענען און זיין מויל האט ארויסגערעדט ״ומחמיץ׳׳ אנשטאט "ומחליף". דאס איז געווען ווי א ווארענונג אז די מצות טאר מען נישט עסן ווייל עפעס א טריפה׳גע האנט פון א שונא ישראל וואס האט צוטריט צו די אידישע בעקערייען האט אריינגעלייגט סם המות אין די מצות." דער מהר"ל האט ארויפגעלייגט זיין האנד אויפן בויך פון יאסעלע גולם און ביז עטליכע מינוט איז די בויך וויי אוועק פון אים.
יעצט האט דער מהר״ל געהייסן דעם אלטן שמש ער זאל נאכאמאל גיין שנעל און שיקן אין אלע שול׳ן אויסרופן אין זיין נאמען אז אלע מצות וואס זענען געבאקן געווארען אין שטאט מיזן באטראכט ווערן אזוי ווי חמץ צוליב א געוויסע סיבה. קיינער טאר נישט אנרירן קיין מצה. אויסער דעם איסור פון חמץ איז דאס אויך סכנות נפשות. אלע מענטשן זענען שנעל אהיים געגאנגען כדי שטרענג אנצוזאגן דעם באפעל פון רב נישט צו עסן די מצות.
דערנאך האט דער מהר״ל געשיקט רופן דעם מצה בעקער, אבער נאך איידער דער שמש איז אוועק איז שוין דער מצה בעקער געקומען צו לויפן א דערשראקענער און צעטומעלטער און מיט גרויס ווייטאג אויסגערופן, וויי איז צו מיר, רבי, וואס איז ביי מיר געשען ! די מצות וועלכע איך האב געבאקן זענען חמצ׳דיג ?
איך קען דיר נאך נישט זאגן קיין קלארע זאך האט דער מהר״ל אים געזאגט, ביז איך וועל באקומען פון דיר אן ענטפער אויף עטליכע פראגעס. ערשטענס, זאג מיר ווער ס׳האט דיר געהאלפן ביים באקן די מצות ? וואס הייסט ווער רבי - די אלע באשטימטע ארבייטער וואס העלפן מיר שוין יארן לאנג און דער רבי קען זיי אלעמען. יא, איך דערמאן מיך אז דער לעצטן טאג זענען קראנק געווארען צוויי פון מיינע ארבעטער און איך בין געווען אין גרויס פארגעלעגענהייט, ווייל ס׳זענען געווען אסאך מענטשן וואם האבן נאך נישט געהאט קיין מצות. וואס האסטו געטאן ? האסט גענומען צוויי אנדערע אנשטאט זיי ? ניין רבי, קיין אידן האב איך נישט געטראפן האט זיך מיר געמאכט צוויי גוים ביי די הענט וועלכע איך קען שוין יארן פריער, מ׳רופט זיי "די צוויי רויט בערדיגע" ווייל ביידע האבן געהאט רויטע בערד, און זיי האבן מסכים געווען צו ארבעטן ביי מיר ביי די מצות.
וויפיל טעג האבן די גוים געארבעט ביי דיר ? נאר ערב פסח פון צופרי ביז נאכמיטאג. ווייסטו וועלכע אידן האבן באקומען פון די מצות וועלכע מ׳האט געבאקן אין יענעם טאג - האט דער מהר"ל געפרעגט ? ניין רבי, עם איז אוממעגליך צו וויסן, דער טומעל איז געווען זייער גרויס, יערער איינער האט מיך געיאגט מורא האבענדיג אז מ׳זאל נישט בלייבן אן מצות אויף יום טוב. ווייסטו וואו די גוים וואוינען ? יא רבי, זיי וואוינען אין א קליין הייזקעלע וואס שטייט איינזאם ביים ברעג פון טייך מאלדאווע, יעצט ווייס איך שוין אלעס -האט דעד מהר״ל געזאגט. גיי אהיים און איך וועל באלד מעלדן וואס ס׳איז מיט די מצות. ביים מהר״ל איז דאס געווען א זיכערע זאך אז אט די צוויי גוים האבן צוליב אן אורזאך פארגיפטעט די מצות.
יעצט האט דער מהר"ל געשיקט אין די שולן און אין די שטובער דעם אלטן שמש, או ער זאל אויסרופן אז נאר די מצות וואס זענען געבאקן געווארען ערב פסח זענען חמצ׳דיג, און זיי טאר מען נישט עסן, אבער די איבריגע מצות זענען יא כשר. ער האט געהייסן די אידן וואט זענען נאך געווען אין די שולן אז זיי זאלן אהיים גיין אפרעכטן דעם סדר. און ווער ס׳האט נישט קיין כשר׳ע מצות זאל זיך טיילן מיט דעם וואס האט יא כשר׳ע מצות, כדי נישט צופארשטערן דעם עונג יום טוב. איין שכן זאל דאס איבערגעבען איינער פארן אנדערן. ביז א קארצע צייט האבן די אלע איינוואויגער שוין געוויסט די נייעס און דעם באפעל פונעם רב.
דער מהר׳׳ל האט זיך אבער נאך נישט געזעצט צום סדר. ער האט צו זיך גערופן יאסעלע גולם און אים געזאגט: ביים ברעג פון טייך מאלדאווע געפינט זיך אן איינזאמע הייזקע, דארטן וואוינען די צוויי רויטע בערדיגע גוים, גיי אריין דארט אין שטוב און זאלסט דארט גוט אינטערזוכן, און אז די וועסט געפונען א פלעשעלע אדער שאכטעלע מיט עפעס פארדעכטיגס זאלסטו עס גלייך ברענגן צו מיר אהער. דער גולם האט אויסגעפירט דעם שליחות פון מהר׳׳ל. די צוויי רויטע גוים וועלכע האבן געוואוינט צוואמען זענען גגראדע נישט געווען" אינדערהיים. דער גולם-איז צוריקגעקומען און געברענגט פארן מהר"ל א שאכטל וואס ער האט געטראפן אין א לעדעל און וועלכע ס׳איז געווען א ווייסן שטויב.
דער מהר״ל האט געוויסט אז דעד גולם מאכט נישט קיין טעות און דער שטויב איו א גיפטיגער סם. דאס שאכטל איז שין נישט געווען אינגאנצן פיל, ס׳איו געווען קענטיג אז מ׳האט דערפון אראפגענומען, א סימן או מ׳האט דאם פארניצט פאר עפעס א צוועק.. ער האט געהייסן דעם גולם אז ער זאל שוין צוריקטראגן דעם שאכטל מיטן שטויב און עס צוריקלייגן אויפן זעלבן פלאץ וואו ער האט דאס געפונען, און ער אליין האט זיך אנגעטון דעם אויבערמאנטל גענומען דעם שטעקן און אין דעם באגלייטונג פונעם אלטן שמש האט ער זיך געלאזט צום ריכטונג פון דער פאליציי סטאנציע און דארטן אנגעבען די איינקלאגע.
אויפן וועג האט דער מהר"ל גראדע באגעגענט די צוויי רויטע גוים וועלכע האבן זיך ארומגעדרייט אין די אידישע גאסן כדי צו זען דעם רעזאלטאט פון זייערע געפערליכע מעשים. זיי האבן ערווארט צו העדן יאמערליכע געשרייען פון אלע אידיש הייזער. אבער אנשטאט געוולינען האבן זיי געהערט זינגן די געווענליכע סדר ניגונים, ויי האבן נישט געקענטפארשטיין וואס איז ראם געשען. מען האט דאך אלן דעם זעלבן טאג אויר געבאקן די מצות פונעם רב און דא גייט ער ערגעץ צו גאסט, געוונט און פריש. און טאקע וואו אהין זאל דער רב פון פראג גיין אינמיטן די נאכט פון פסח און א צייט וואס מ׳מאכט נישט קיין וויזיטן ?
דער רב האט דאין דערציילט פארן פאליציי דירעקטאר דעם שרעקליכען פארדאכט וואט ער האט אויף די צוויי דוברה לייט, און האט געבעטן שוין צו מאכן אן אויספארשונג. דער פאליציי דירעקטאר האט אים פארשפראכן דאס צו טון, מיט דעם באמערקונג אז ער אליין וויל בייוואוינען די הויז אינטעזוכונג פון די רויטע בערדיגע, כדי ער זאל זיך אליינם קענען איבערצייגן אין די ריכטיגקייט פון די אנקלאגע.
די צוויי חברה לייט זענען נאך נישט געווען אינדערהיים ווען דער פאליציי דירעקטאר האט ביי זיי געמאכט א רעוויזיע און געפונען דעם שאכטל מיט דעם פארדעכטיגן אינהאלט. די פאליציי האט באלד געפונען די צוויי רויטע בערדיגע. אין אנהייב האבן זיי געפרואווט צו לייקענען, האט דער פאליציי דירעקטאר באפוילן צו ברענגן צו דער פאליציי סטאנציע די אלע פארדעכטיגע מצות און באפוילן אז די 2 רויטע בערדיגע זאלן עסן. ער האט זיי אויך געוולזן דעם שאכטל מיט גיפט וואט מ׳האט ביי זיי געפונען. זיי האבן זיך דאן געבראכן און מודה געווען אויף זייער פארברעכן.
פארוואס האט איר אפגעטאן אזא שרעקליכע פארברעכן ? האט דער פאליציי דירעקטאר געפרעגט מיט צארן. דער גלח טאדעאוס האט אונז איינגערעדט - האבן די צוויי גענטפערט צובראבן, איר זאגט ליגענט האט דער פאליציי דירעקטאר געשריגן, ווי קענט איר ווארפן די שילד אויף אזא הייליגן מענטש ? ביטע הער דירעקטאר, האבן זיך די צוויי רויטע בערדיגע געבעטן, זאלט איר אונז אויסהערן וועט איר דאן זען אז מיר זאגן נישט קיין ליגענט.
און זיי' האבן דערציילט, מיר זענען ביי די אידן אפטע אריינגייער און מיר פארדינען פון זיי אויף פרנסה אסאך יארן. אייניגע טעג פאר פסח האט אונז דער גלח טאדעאוס געשיקט רופן און אונז געגעבען צו ערקלערן אז מיר וועלן פארדינען גן עדן אויב מיר וועלן אים פאלגן.-ער האט אונז דאן געגעבן א פלעשעלע־־מיט עפעס פליסיגקייט, און פארלאנגט פון אונז אז מיד זאלן דאס אריינגיסן אין די פעסער וויין פון רבי מיכל בערגער, ביי וועמען די אידן קויפן ומין אויף פסח. מיד האבן אים אבער ערקלערט אז רבי מיכל לאזט נישט צו, צו די אפעגע פעסער ומין, כאטש מיר זענען דארט גאנץ היימישע געסט. דאן האט אונו דער גלח געגעבען אט דעם שאכטל מיטן פולווער און אונז געהייסן זיך באמיען צו צוקומען אלס געהילף ביים באקן די אידישע מצות און דעם פולווער אריינגיסן אין די מעהל. ער האט אונז דערפאר צוגעזאגט נישט נאר עולם הבא, נאר אויך א גרויסע סומע געלט.
ס׳איז אבער זייער שוועד אנגעקומען צו קענען צוקומען צום אידישן מצות בעקעריי אלס געהילפן. ערשט דעם לעצטן טאג פאר פסח איז אונז געלונגען זיך דארט אנצוגעבען אלם מעהל זיפערס און ווען מיד האבן געזיפט די מעהל און קיינער האט נישט באמערקט, האבן מיד אריינגעגאסן דעם פולווער אין די מעהל, עט האט אונז גארנישט געדריקט דאם געוויטן פאר דעם געפערליכען טאהט וואס מיר האבן אפגעטאן. כאטש די אידן זענען צו אונז שטענדיג גוט, און ברידערליך, און געבען אונז שיין צו פארדינען,
דער פאליציי דירעקטאר האט געשיקט רופן דעם גלח. דער רשע איז באלד געקומען און אויסהערענדיג אויף וואס מ׳קלאגט אים אן, האט ער קאלטבלוטיג גענטפעסרט, פון ווען אן גלויכט דער פאליציי דירעקטאר די רייד פון צוויי שיכורים ? ! ער קען זיי גארנישט און ער האט מיט זיי קיינמאל נישט גערעדט און נישט געזען.
דערפאליציי דירעקטאר האם נישט געהאט קיין אנדעדע באווייז און געמוזט גלויבן דעם גלח, אבער די צוויי רויטע בערדיגע זענען געשטעלט געווארען פארן גערויבט און מ׳האט זיי פאראורטיילט אויף 5 יאר ארעסט, געוואוסט האט גאנץ פראג אז דער גלח איו דער הויפט שילדיגער אין דעם פארגיפטונגס פארזוך.
חול המועד נאכדעם וואס דער געריכט איז פארגעקומען האט דער מהר״ל צוזאמגערופן אלע אידן פון פראג אין די אלטנייע שול און זיי דערציילט די גאנצע מעשה וואט ס׳איז געשען מיט די מצות. און ער האט אויסגעפירט: קוקט אייך צו טייערע ברידער, ווי אזוי דעד אויבערשטער היט אונז און דערלאזט נישט שלעכטס טאן זיי אויסגעוועלטען פאלק!
די אידן פון פראג האבן דעמאלס געהאט א פרייליכען פסח און האבן געדאנקט דעם אויבערשטען פאר די גרויסע חסדים און נסים וואס ער האט מיט זיי געטאן, אינעם זכות פון זייער הייליגען רב דער גאון און קדוש דער "מהר״ל מ׳פראג זכיתו יגן עלינו, ועל כל ישראל, ואמרו אמן ואמן.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”