נייער סארט שידוכים קריזיס - תש''פ

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

נייער סארט שידוכים קריזיס - תש''פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

עס איז לעצטענס אנדעקט געווארן א נייע סארטשידוכים קריזיס

דאס איז אנטוויקעלט געווארן נאך אסאך שטורעמישע יארן וואס זייער אסאך מענטשן האבן געזיכט צו לייזן די שידוכים קריזיס.
טייל עצות האבן גע'ארבעט, טייל נאר למחצה לשליש ולרביע

וואס איז לעצטענס געשען איז גאר ווייטאגליך
אומעקפיריענס מענטשן,(לשון נקיה) רוב מאל זענען דאס פרויען, זעצען זיך אראפ ביי א ליסט אין קאלן רעכטס אין לינקס און 'טראגן' אן שידוכים
זיי הייבן נישט אן צו קענען סיי וועם פון דעם 'פאזל', הייבן נישט אן צו וויסן וואס יענער וויל, האבן נישט די מינדעסטע אהנונג ווי אזוי 'נוהג כבוד' צו זיין אין מענטשן, נישט באליידיגן, האלטן א סוד, וכדו' און ויקרא 'שמה' בישראל שדכן
די קריזיס איז גאר געפערליך

איינמאל 'דיע' האט שוין 'אנגעטראגן' און יענער האט 'נישט' געזאגט יא, הייסט דאס שוין אנגעטראגן, קען שוין א צווייטער 'אמת'ער' שדכן נישט אריינקומען אין בילד
ווי אויך וועט שוין זיין אסאך שווערער פאר אן ערפארענעם שדכן צו אראפלייגן דעם 'סעיל' אויף די ריכטיגע וועג
דאס מיינט אין ס''ה, די דאזיגע זענען גאר די גרעסטע שטער פאר שידוכים
פרעגט מען די קשיא צו די דאזיגע, ווער האט דיך געגעבן רעכט צו פארהרג'ענען פאטענשעל שידוכים רעכטס און לינקס?
ווער האט דיך געגעבן רשות צו רעדן אין מיין נאמען ווען די קענסט מיך ניטאמאל?
ווער גיבט דיך רשות צו לייגן מיין קינד אויף דיין ליסט? צו האבן א גוד טיים פון מיין צער? צו אנפילן דיין ליידיגן טאג מיט רעדן פון מיר?
ווער גיבט דיר רשות פון נישט צו לאזן אן ערפארענעם שדכן צו ארבעטן פאר מיר, זדשאסט ווייל די האסט דיך דערקלערט שדכן ווייל די מאכטס פאון קאולס?

כלל ישראל פארלאנגטאז די דאזיגע לאזן שוין ענדיגן זייער וואנזיניגע שריט און אויפהערן חרוב מאכן, זיי זאלן צוריקגיין טוען דאס וואס זיי זענען גע'איינגענט פאר, און לאזן די ערפארענע טוען זייער פאך.

כלל ישראל לאזט וויסןאז די דאזיגע מהלך איז רשעות, העלפט נישט קיינעם, איז נישט קיין הילף פאר קיינעם, און מיז זיך שוין אויפהערן

כלל ישראל לאזט וויסןאז אנטראגן א שידוך סתם ווייל די האסט א ליסט צו מאכן פאון קאולס הייסט נישט אנגעטראגן, די ביסט נישט בעלעבאס אויף קיין איין צד, קיינער איז דיר גארנישט שולדיג, די האסט דעם שידוך קיינמאל אנגעטראגן, נישט דעם יא און נישט דעם ניין. און נישט אויב ער ווערט יא דורך א צווייטן, און נישט אויב א צווייטער וויל ארבעטן אויף דעם.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייער סארט שידוכים קריזיס - תש''פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יעדעס ווארט איז אמת!!!

איך האב אמאל איינעם אנגעטראגן א שידוך וואס איז מיר איינגעפאלן, און פארשטייט זיך אז איך האב נישט געהאט די עקספיריענס וויאזוי צוצוענדיגן און שטופן די זאך. שפעטער האט עס שוין קיין צווייטער נישט געקענט דורכשטופן, ווייל ס'איז שוין געווען מער ווייטאגליך נאכ'ן הערן א ניין.

זייט דעמאלטס טראג איך גארנישט אן, איך געב יעדע איידיע פאר א שדכן אנצוטראגן. אפי' איך מאך נישט קיין געלט דערויף.
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: נייער סארט שידוכים קריזיס - תש''פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

זייער שארף, איך קען נישט די צדדים.

אזויפיל ווייס איך אז ביז נישט לאנג צוריק איז געווען דער קריזיס אז עס איז נישט דא גענוג שדכנים און יעצט אז עס איז דא עטליכע אידענעס וואס זענען געווארן שדכנים
האסטו טענות?

יעדער עקספיריענסד שדכן איז אמאל געווען ניי, אזוי הייבט מען אן
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

Re: נייער סארט שידוכים קריזיס - תש''פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

אפשר זאל מען ברויכן דורך גיין א געוויסע קורס? אדער עטליעסט א טעסט, וכדו', און ווער ס'וויל קען בעטן די איידי נאמבער
מלך שהשלום שלו
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: נייער סארט שידוכים קריזיס - תש''פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

מצב כללי האט געשריבן: זייער שארף, איך קען נישט די צדדים.

אזויפיל ווייס איך אז ביז נישט לאנג צוריק איז געווען דער קריזיס אז עס איז נישט דא גענוג שדכנים און יעצט אז עס איז דא עטליכע אידענעס וואס זענען געווארן שדכנים
האסטו טענות?

יעדער עקספיריענסד שדכן איז אמאל געווען ניי, אזוי הייבט מען אן


על ראשון ראשון,

איר קענט נישט די צדדים? איך קען יא, איך האב אייך געברענגט פירסט הענד אינפארמאציע, עס קומט נישט פון א חלום,

געווארן שדכנים?
ניין, קיינמאל געווארן, אינו עושה ומונע אחרים העושים. ווי ערקלערט אין די אריגיניעל תגובה בטוטעו"ד.

אזוי הייבט מען אן?
טעות גמור. קיין איין אמתע שדכן וועט דיר נישט זאגן 'אזוי' האט ער/זי אנגעהויבן.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35710
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייער סארט שידוכים קריזיס - תש''פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נפלאתי אז אייך דאוכט זיך אז דאס האט זיך אנגעהויבן הערשט אין תש"פ, ס'גייט שוין אזוי אן צענדליגער יארן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: נייער סארט שידוכים קריזיס - תש''פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

farshlufen האט געשריבן: נפלאתי אז אייך דאוכט זיך אז דאס האט זיך אנגעהויבן הערשט אין תש"פ, ס'גייט שוין אזוי אן צענדליגער יארן.


שרעקליך. אפשר יעצט איז עס מער בולט ווייל געוויסע האבן 'דאס' אהערגעשטעלט אלס אן אפיציעלער מהלך צו לייזן דעם קריזיס?

ווי אויך וועלן די געוויסע געבן אפיציעלע חיזוק פאר די מחריבים אז דאס וואס זיי טוען העלפט כלל ישראל
איך שיהיה דארף ארויסקומען די וויי געשריי קלאר און הויך.
כלל ישראל איז נישט מסכים.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע:אין קרעטשמע

Re: נייער סארט שידוכים קריזיס - תש''פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

איך עגרי 100% מיטען פותח האשכול, איין קלייניגקייט עס איז בכלל נישט קיין נייער פראבלעם עס גייט שוין אן פאר זייער לאנג ליידער. ווען מען טראגט אן א שידוך זאגט יענער גלייך אויף די איידיע האב איך שוין איינעם, און דער אנטראגער האט נישט קיין חשק צו גיין ווייטער ווייל אפ' ער וועט אויספירן דער שידוך וועט זיך נאך איינער אנרוקען און בעטן באלוינונג. און אזוי אויך די עלטערען ווילן נישט צאלן טאפעלט שדכנות. דער אמת איז אז ערפארענע שדכנים קענען מיט דעם דילען און געוויסע פעלער, אבער ווען עס איז א פרישער ערגענישער אינגערמאן פרובירט, וואס אייגענטליך א גרויסע פארצענט שידוכים וואס ווערן היינט אויסגעפירט קומט פון א פרישע אינגערמאנטשיק און די משפחה, שוואכט עס אים זייער אפ און מאכט אים פארלירען דעם אפעטיט פון טוען ווייטער.

הלאוואי איז דא א עצה פארדעם.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2296
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: נייער סארט שידוכים קריזיס - תש''פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איך ווייס נישט צו דער פותח האשכול איז ממש גערעכט. יתכן אז בעסער מען זאל אנטראגן, איי דער שדכן ווייסט נישט פונקטליך וויאזוי? זאל ער זיך אביסל צולערנען, אבער בעסער אנצוטראגן אהן עקספעריענס ווי איידער בכלל נישט אנטראגן.

בדרך אפשר
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: נייער סארט שידוכים קריזיס - תש''פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

נאך פאר איך גיי אריין אין די מעריט פון די זאך האב איך א קשיא הגם איך בין שוין נישט קיין אינגערמאן (און נאכניש דן געווען די נושא פון מוהלות) וויאזוי איז דא פרישע מוהלים, וויאזוי ווערן מענטשן עקספיריענס מוהלים, ? למעשה איז דא מוהלים און אלע עקספיריענס מוהלים האבן געהאט א ערשטע צווייטע וכו'

לענין שדכנים, מדארף באהאנדלען דיין פאוינט, אבער ערגעץ מוז מען דאך אנהויבן? מיר מוזן ניצן אומעקספיריענס שדכנים

לענין למעשה, איך האב געהאט אזעלכע פעלער מער ווי איינמאל, איינמאל האב איך געשיקט א גיפט פארן אומעקספיריענס שדכן און איינמאל ווען דער ערשטער האט מער געטון האב איך געפרעגט הגאון ר' חיים אהרן אונגער שליט"א אין ATIME (דארט איז ער דעמאלטס געווען) ער האט מיר געהייסן אראפ נעמען עפעס א פראצענט - איך געדענק נישט וויפיל פון שדכנות און געבן פארן ערשטן (איך האב גראד געזאגט פארן צווייטן מער עקספיריענסד אז איך גיי אזוי טון ווען ס'וועט קומען צו באצאלן)
נאך אזאך וואס איך טו, איך בין זייער אפען מיט שדכנים, איך פרוביר זיי מסביר צו זיין וואס איך זיך וואו ווייט מעגליך, (ביי די שפעטערע קינדער איז גרינגער ווייל מ'קען צוצייגן די ערשטע איידימער אדער מחותנים [פארשטייט זיך ווען מ'איז צופרידן] און זאגן דעם שדכן ברענג מיר עפעס אזוי - איך בין אפילו מסביר מער למשל די קומענדיגע טאכטער איז מער ענליך צו די ערשטע במילא דארף איך אזא סארט איידעם, נישט ווי די צווייטע) וואס איך זוך.
איך בין זיך נוהג אז ווען ער טראגט מיר אן א זאך וואס איך פיל אז יעצט איז עס כלל מיר נישט אינטערעסאנט און איך גיי זיך נישט אריין טון דערין, זאג איך אים עס אפען (ווען ער ברענגט נאך עפעס וואס איז יא אינטערעסאנט אין די זעלבע צייט איז עס גרינגער, אבער איך טו עס סייווי) די זאך איז מאמענטאל כלל נישט אינטערעסאנט, איך שרייב עס נישט אויף און איך נעם עס נישט אן אלץ אנגעטראגן, אויב ס'וועט ווערן אינטערעסאנט אין איך וועל געדענקען אז ס'קומט פון דיר וועל איך זיך רעכענען מיט דיר, אדער צוריק קומען צו דיר אדער דיר עפעס געבן, אבער איך קען נישט יעדע הוידל בוידל אויפשרייבן און האלטן חשבון, ביי מיר (איך בין אים מסביר האסט געמיינט גוט און לשיטתך האסטו געטון א גוטע זאך - אבער איך קען נאר קוקן פון מיין צד) האסטו "יעצט" געזאגט הוידל בוידל, און מוזט מיר מוחל זיין -אדרבה איך בין דיר מכיר טובה און אפשר ברענגסטו מיר עפעס וואס איז יא אינטערעסאנט ווייל כ'וויל דו זאלסט פארדינען, למשל אז בחור וואו מיין עלטצטער (אדער עני) איידעם, און וועסט מאכן דיין פארדינטע געלט אזוי..
למעשה זע איך שדכנים האבן ב"ה ליב צו ארבעטן מיט מיר און קומען כסדר צוריק כאטשיק איך טו אזוי
קען זיין ביי בחורים איז אנדערש? ווייס איך נישט אבער אזוי ביי אונז ארבעט עס ב"ה זייער גוט, און כ'האב אויך געפרעגט א דיין (דאסאמאל געדענק איך נישט - אבער "ווארשיינליך" הגאון ר' משה פריעדמאן דומ"ץ קהלתינו) און ער האט מיר גע'פסק'נט אז אויב איך זאג קלאר אזוי און איך מיין עס אמת'דיג נישט אויסצושפילן דעם שדכן איז עס אויסגעהאלטן!
לעצט פארראכטן דורך lebediger berel אום מאנטאג מאי 11, 2020 1:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: נייער סארט שידוכים קריזיס - תש''פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

טראק דרייווער האט געשריבן: איך ווייס נישט צו דער פותח האשכול איז ממש גערעכט. יתכן אז בעסער מען זאל אנטראגן, איי דער שדכן ווייסט נישט פונקטליך וויאזוי? זאל ער זיך אביסל צולערנען, אבער בעסער אנצוטראגן אהן עקספעריענס ווי איידער בכלל נישט אנטראגן.

בדרך אפשר


על זה אנו דנין. )איינע פון די זאכן( האלטן זיי זיך ביים צולערנען אדער זיי האלטן אז זיי טוען די ריכטיגע זאך. והא ראיה קיינער זאגט מיר נישא אז איך טוע ראנג.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”