קאראנע נאכווייען- אויף אייביג ?
למעשה שטייט מען עטליכע חדשים דערנאך, און ס'האט זיך כמעט נישט גערירט, כ'שפיר נאך נישט געהעריג קיין גערוך, אין געוויסע עסנווארג שפיר איך בכלל נישט קיין טעם, און אין די וואס יא, קומט עס באגלייט מיט א מאדנער שלעכטער טעם. כ'נעם נאך זינק ווי א נאר, כאטש ס'האט נישט געהאלפן ביז יעצט. יעדן טאג פרוביר איך אויס נייע מאכלים, אפשר דאס וועט האבן א נארמאלן טעם.. כ'בין שוין אפגעפאלן א שיינע פאר פונט אין די לעצטערע חדשים, און איך פאנג זיך שוין אן זארגן פאר'ן געזונט.
יעצט מיין פראגע:
איז דא אסאך אנדערע מיט'ן זעלבן פראבלעם ?
און בעיקר: איז פארהאן א מעגליכקייט דאס זאל ח"ו פארבלייבן אויף אייביג ??