Re: קאראנע נאכווייען- אויף אייביג ?
עס איז דא א צושטאנד וואס ווערט אנגערופן telogen effluvium, דאס מיינט ווען די האר פאלט ארויס אויף א מאסשטאבליכער פארנעם, (א מענטש קען נאטורלעך פארלירן 50 - 100 האר א טאג, אבער די צושטאנד איז ווען עס איז אויף א שטארקערע פארנעם) עס געשעהט הויפטזעכטליך פון פיזישע סטרעס, ווען מ'פילט זיך שטארק נישט גוט וכדו', און פון פסיכישע סטרעס. קאראנא ווי באקאנט האט פאראורזאכט ביידע..
עס איז דא אינעם מענטש א הארמאן, עס ווערט גערופן stress hormone cortisol, וכשמו כן הוא, ווען א מענטש האט סטרעס, ווערט אסאך פון די הארמאן ארויסגעלאזט, און דאס קען אפעקטירן די האר.
געווענליך קומט עס ארויס ביי דריי חדשים נאכן זיך נישט גוט פילן, און קען אנהאלטן ביז 6 חדשים, וואס דאן וואקסט געווענליך שוין צוריק די האר.
קיין אפיציעלע טריטמענט אויף וויפיל איך האב געזען איז נישטא, עס ווערט רעקאמענדירט minoxidil, פון פארשידענע ברענדס, א שטייגער ווי https://www.rogaine.com/home
https://www.health.com/condition/infect ... -hair-loss