פאליטישע ביכער

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2996
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:42 am
אבער זי שטייט אונטער זיין ווידערערוויילונג קאמפיין פונקט אזוי ווי זי האט געשטיצט זיין ערשטע קאמפיין צוליב איר פיינטשאפט צו טראמפ
אה!! דאס איז ממש מענינא דיומא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי..
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

פשיהא
ענדליך נאך א ביכל יישר כח @הכל הבל

מיט מרת טראמפ איז אויך דא?
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4382
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 3:04 pm
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:42 am
אבער זי שטייט אונטער זיין ווידערערוויילונג קאמפיין פונקט אזוי ווי זי האט געשטיצט זיין ערשטע קאמפיין צוליב איר פיינטשאפט צו טראמפ
אה!! דאס איז ממש מענינא דיומא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי..
אפי' זיין רעבעצען וויל ער זאל לויפן נאכאמאל נאר משנאת דעם רויטן, נקודה למחשבה.

שכוח @הכל הבל !
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42197
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פרישע בוך דורך פאליטיקא דזשורנאליסט אלכסנדר ווארד מיטן נאמען "די אינטערנאציאנאליסטן" גייט זיין אויף די פאליצעס אום פעברואר 20 למספרם

צווישן אנדערן גייט די בוך פארציילן איבער די אמעריקאנע רעאקציע נאך די 2014 למספרם אינוואזיע אויף קרימיע וועלכע די רוסן האבן שפעטער אפיציעל אנעקסירט אלס טייל פון די מוטער לאנד

די אפיציעלע רעאקציע פון די אבאמא אדמיניסטראציע איז באשטאנען פון סאנקציעס, ארויסווארפן רוסלאנד פון די G-8 און צושטעלן דעפענסיווע געווער פאר די אוקריינער אבער ווי ווארד שרייבט וואלט וואשינגטאן זיך אנגערופן פיל מער שפארבעריש אויב זאל די דעמאלטדיגער אמעריקאנע וויצע פרעזידענט זיין ביים רודער

דזשאו ביידען האט דאן געזאגט פאר פרעזידענט אבאמא אז די רוסן מוזן באצאהלן אין געלט און אין בלוט פאר איר אגרעסיע און אבאמא איז געווען אומאיינשטימיג און פרובירן צופרידנצושטעלן דעם אויפגעקאכטן ביידען מיטן אים שטעלן אלס זיין כמו אמבאסאדאר צום ראיאן דורכאויס די קריזיס

אבאמא האט שפעטער אנגעזאגט פאר ביידען אז ער זאל זיין פארזיכטיג מיט זיינע רעטאריק און נישט מאכן קיין איבערגעטריבענע פארשפרעכונגען פאר די אוקריינער און די שפאלט צווישן די צוויי איז בלויז געוואקסן ווען ביידען האט פארגעזעצט ארויסצוהייבן זיין אליאנץ מיט קיעוו

אבאמא פון זיין זייט איז געווען פיל מער איינגעהאלטן און געזאגט אין אן אינטערוויו מיט די אטלאנטיק אז ער זעהט נישט קיין בענעפיט אין ווערן פארמישט אין די אנטוויקלונגען צווישן רוסלראנד און אוקריינע ווען אין פאקט איז אוקריינע נישט קיין מיטגליד אין נאטא און וועט זיין אויסגעשטעלט צו די רוסישע מיליטערישע געפאר אפגעזעהן וואס אמעריקא וועט טוהן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:04 pm
א פרישע פאליטישע בוך גייט זיין אויף די פאליצעס
וואו אין ב"פ געגנט?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42197
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די בוך איבער אמעריקא'ס ערשטע פרויען פארציילט אז נאך וואס פרעזידענט ביידען האט געוואונען די פרעזידענטשאפט האט פרוי ביידען קלארגעמאכט אז זי וויל פארזעצן איר ארבעט אלס לערערין אבער דער פרעזידענט ערוויילט האט איר שטארק פרובירט אפצורעדן דערפון

ער האט איר פרובירט צו ערקלערן אז עס וועט זיין צופיל פאר איר צו דערהייבן און אז ארבעטן און פארדינען געלט אין די צייט פון זיין קאדענץ קען מעגליך פארלעצן עטישע געזעצן

די מיינונגס פארשידנהייט איז ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך דורכאויס א קאנפרענץ קאל מיט שטאב און געהילפן ווען פרוי ביידען איז געפרעגט געווארן אויב זי פלאנט פארצוזעצן מיט אירע לעקציעס און זי האט געענטפערט אן איינפאכע יא

ווען דזשאו האט איבערגעפרעגט זיכער צו מאכן אז ער הערט גוט און דאן פרובירט זיכער צו מאכן אז זי פלאנט עס צו טוהן אויף א מער געצוימטע פארנעם האט זי קלאר געמאכט אז אלעס בלייבט ווי עס פלעגט זיין און זי גייט צוריק ארבעטן געהעריג

דזשאו האט רעאגירט אז ער האט נישט געוואוסט פון די פלנער און זי האט אים צוריקגעגעבן: דזשאו, איך האב דיר עס שוין געהאט געזאגט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42197
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

Potus האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:14 am
פשיהא
ענדליך נאך א ביכל יישר כח @הכל הבל

מיט מרת טראמפ איז אויך דא?
יא

די בוך פארציילט ווי אזוי פרוי טראמפ פלעגט זיך אריינשלייכן אין די פרעזידענט שלאף צימער און צונייגן אן אויער צו זיינע דיסקוסיעס מיט ראטגעבער און געהילפן

דורכאויס די טראנזישאן פעריאד ווען פרעזידענט טראמפ איז נאך געווען פארנומען באקעמפן זיין פארלוסט איז זיין פרוי געווען פארנומען צו פאקן פעק אוןצוזאמשטעלן בילדער פון אלע טוישונגען וואס זי האט אריינגעברענגט אין ווייסן הויז

די בוך ציטירט אויך פון עטליכע געהילפן אז די ארבעטס אפיס וואס פרוי טראמפ האט געהאט אין די מערב פליגל אין ווייסן הויז פלעגט געווענליך פוסטעווען און זי פלעגט דארט זעלטן באזוכן אוןיף אזוי ווייט אז די ליידיגע צימער איז שנעל פארוואנדלט געווארן אין א סטאנציע וואו צו איינפאקן געשאנקן

אויך די ווייסע הויז מיליטערישע אפיס האט זיך צוגעכאפט צו די פארלאזטע שטיקל טעריטאריע אין די אנגעשטויסענע געביידע און עס אהערגעשטעלט אלס א פארזיכערטע קאמיוניקאציע צימער

אין די טעג בעפאר די קעפיטאל איבערפאל האט זי מיטגעטיילט איר מאן'ס זארגן איבער די וואל רעזולטאטן זאגנדיג פאר אירע נאנטע אז עפעס שלעכט האט פאסירט (מיט די וואלן) אבער זיך נישט צופיל געקימערט צו טוהן עפעס דערוועגן נאר געווען שטארק קאנצעטרירט אהערצושטעלן א קאטאלאג מיט בילדער פון אלעס טשאטשקעס און שפילצייג ווי קיטשעינס און אנדערע ארטיקלען וואס זי האט געהאלטן אין א ספעציעלע שאפע

א געהילף איז געגנאגען און געקומען צו און פון די עקזעקוטיווע אפטיילונג מיט א ספעציעלע ליסטע אין די הענט צו פארצייכענען די אינווענטארי פון געשאנקן און אנדענקן וואס די ערשטע פרוי האט געפלאנט צו פארטיילן פאר פריינד און באקאנטע

איידער זי האט פארלאזט די ווייסע הויז האט פרוי טראמפ איבערגעלאזט א באגריסונג נאטיץ צו פרוי ביידען וואונטשנדיג גוט מזל אבער פרוי ביידען איז נישט געווען איבריג אנציקט צוליב ואוס עס איז געווען געדרוקט אנשטאט צו ווערן האנד געשריבן פערזענליך

צו די ערשטע געבורטסטאג נאך פארלאזן די ווייסע הויז האט פרוי טראמפ ערהאלטן א וואונטש קארטל פון פרוי ביידען און זי האט צוריקגעשיקט א קארטל ביי די נאכפאלגענדע ביידען געבורטסטאג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42197
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קומענדיגע אקטאבער למספרם וועט ערשיינען א מעמואר אונטער'ן נאמען "פאטריאט" וועלכע אלעקסיי נאוואלני האט אנגעהויבן שרייבן צוריק אין 2020 למספרם
אוועטאר
שקר גמור
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:57 pm
קומענדיגע אקטאבער למספרם וועט ערשיינען א מעמואר אונטער'ן נאמען "פאטריאט" וועלכע אלעקסיי נאוואלני האט אנגעהויבן שרייבן צוריק אין 2020 למספרם
וואס איז מיט די נייע ביך איבער אילאן מאסק? איך מיין ער איז שוין גענוג פאליטיש אריינציגיין דא.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42197
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די געוועזענע קאנגרעס ספיקער נענסי פעלאסי גרייט זיך צו ערשיינען מיר א בוך גערופן "די קונץ פון מאכט" וואס וועט זיין אן אויספירליכע מעמואר איבער איר קאריערע און אירע לעגיסלאטיווע דערגרייכונגען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42197
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2024 9:42 pm
קריסטי נאועם וועלכע איז לויט באריכטן אויף די ליסטע פון מעגליכע מיטלויפער אויפן טראמפ טיקעט ווערט קריטיקירט נאכן שרייבן אין א בוך וואס זי האט אצינד פובליצירט אז זי האט געשאסן און אומגעברענגט איר 14 מאנאטן יעריגע הונטל
די נייע בוך גייט אט ווערן אויסגעלייגט אויף די פאליצעס אבער איר נאמען " קיין צוריקטריט" שפיגלט זיך אפ אויף צוריק ווען די גאווערנאר קומט איצט ארויס צוריקציען פון א רייע באבקעס וועלכע ווערן דארט פארציילט

אינעם בוך פארציילט גאווערנאר נאועם אז זי האט זיך געטראפן מיטן פירער פון צפון קארעא אבער איצט אינדערפרי האט זי אנערקענט דאס וואס די פרעסע האט אנגעוויזן אז אזא באזוך איז קיינמאהל נישט פארגעקומען

צווישן אנדערן שרייבט זי איבער א באזוך אין פראנקרייך וואו זי האט זיך געזאלט טרעפן מיט מאקרון אבער עס אפגערופן אין ליכט פון זיינע קאמענטארן וועלכע זי האט באטראכט אלס פרא כאמאס

די אפיס פון מאקרון שטעלט קלאר אז זיי האבן קיינמאל נישט געלאדנט דעם גאווערנאר אויף א באזוך
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:04 pm
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2024 9:42 pm
קריסטי נאועם וועלכע איז לויט באריכטן אויף די ליסטע פון מעגליכע מיטלויפער אויפן טראמפ טיקעט ווערט קריטיקירט נאכן שרייבן אין א בוך וואס זי האט אצינד פובליצירט אז זי האט געשאסן און אומגעברענגט איר 14 מאנאטן יעריגע הונטל
די נייע בוך גייט אט ווערן אויסגעלייגט אויף די פאליצעס אבער איר נאמען " קיין צוריקטריט" שפיגלט זיך אפ אויף צוריק ווען די גאווערנאר קומט איצט ארויס צוריקציען פון א רייע באבקעס וועלכע ווערן דארט פארציילט

אינעם בוך פארציילט גאווערנאר נאועם אז זי האט זיך געטראפן מיטן פירער פון צפון קארעא אבער איצט אינדערפרי האט זי אנערקענט דאס וואס די פרעסע האט אנגעוויזן אז אזא באזוך איז קיינמאהל נישט פארגעקומען

צווישן אנדערן שרייבט זי איבער א באזוך אין פראנקרייך וואו זי האט זיך געזאלט טרעפן מיט מאקרון אבער עס אפגערופן אין ליכט פון זיינע קאמענטארן וועלכע זי האט באטראכט אלס פרא כאמאס

די אפיס פון מאקרון שטעלט קלאר אז זיי האבן קיינמאל נישט געלאדנט דעם גאווערנאר אויף א באזוך
דאס איז אבער נאכנישט קיין ליגנט פונקט אזוי ווי קריס קריסטי נעמט נישט אן די וויצע פרעזידענט פאזיציע ביי א נייע טראמפ אדמיניסטראציע איז אויך נישט קיין ליגנט
זייט ווען דארף א גאווערנאר אן "אינוויטעישן" זיך צו "וועלן" טרעפן?
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”