פאליטישע ביכער

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41973
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יונתן קארל וועלכע ערשיינט אין די טעג מיט זיין בוך האט פובליצירט אן אודיא אין וועלכע טראמפ זאגט אז ער האט זיך געוואלט אנשליסן מיט די פארזאמלטע וועלכע האבן געשטורעמט די קעפיטאל און זיי בארואיגט

ער זאגט אז ער וואלט געוואלן זייער ווארעם אויפגענומען דורך די מאסן אבער די סיקרעט סערוויס האט אים אפגעהלאטן פון עס טוהן
אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומר אני »

איך האב די אודיאו בוך פון דזשערעד קושנער, אויב איינער איז אינטערסיט קען איך עס ארויף לייגן. (עס איז 955.8 MB און עס איז 17:23:58 לאנג.)
אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומר אני »

אומר אני האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:56 pm
איך האב די אודיאו בוך פון דזשערעד קושנער, אויב איינער איז אינטערסיט קען איך עס ארויף לייגן. (עס איז 955.8 MB און עס איז 17:23:58 לאנג.)
קושנער'ס בוך.png
קושנער'ס בוך.png (111.31 KiB) געזען 6462 מאל


Breaking History_ A White House Memoir

די פייל גייט זיך אויסמעקן אין 6 טעג ארום.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

אומר אני האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:28 am
אומר אני האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:56 pm
איך האב די אודיאו בוך פון דזשערעד קושנער, אויב איינער איז אינטערסיט קען איך עס ארויף לייגן. (עס איז 955.8 MB און עס איז 17:23:58 לאנג.)
קושנער'ס בוך.png



Breaking History_ A White House Memoir

די פייל גייט זיך אויסמעקן אין 6 טעג ארום.
איך קען עס נישט דאונלאודן, האסט אפשר א צווייטע מהלך?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41973
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

-ערשטע טייל-



ליז טשעיני גייט ערשיינען אום דעצעמבער 5 למספרם מיט א בוך אין וועלכע זי פארציילט צווישן אנדערן איבער וואס רעפובליקאנער האבן געהאט צו זאגן פריוואט איבער טראמפ

זי שרייבט אז ווען זי האט צום ערשטן מאהל געזעהן א בילד פון קעווין מעקארטי מיט טראמפ אין מאר-א-לאגא עטליכע וואכן נאך יונואר 6 למספרם האט זי צו ערשט געהאלטן אז עס א די בילד איז פאלש
ווען זי האט אבער שפעטער געהערט מעקארטי זיך פארטיידיגן אז מען האט אים אריבערגערופן צו באזוכן טראמפ האט זי אים קאנפראנטירט:

מאר-א-לאגא?! פארוואס די גיהנם, קעווין?!

מעקארטי:

זיי (טראמפ'ס מענטשן) זענען עכט באזארגט, טראמפ עסט נישט און זיי האבן מיך געבעטן צו קומען כאפן א בליק אויף אים

טשעיני:

וואס?! דו ביזט געגאנגען צו מאר-א-לאגא ווייל טראמפ עסט נישט?!

מעקארטי:

יא, ער איז ערנסט צוקלאפט און אנטמוטיגט


טשעיני דעקט אויף צום ערשטן מאהל אז מעקארטי האט איר געזאגט 2 טאג נאך די וואלן אז טראמפ ווייסט אז די שפיל איז פארטיג אבער דארף אריבערגיין די שטאפלען פון פארדייאונג און זיך צוביסלעך בארואיגן און זי שרייבט אז הערנדיג די ווערטער האט זי געטראכט צו זיך אז די פראצעדור פון זיך בארואיגן נעמט אריין דאס שיקן מעסעדזשעס אויף טוויטער אין קעפיטאל בוכשטאבן

זי דעקט אויך אויף די אידענטיטעט פונעם קאנגרעסמאן וועלכע האט באצייכנט טראמפ אלס ארענדזשע יאשקע שרייבנדיג אז עס איז געווען ווען מען האט געזאמלט אונטערשריפטן פון קאנגרעס מיטגלידער וועלכע שטעלן זיך אקעגן דאס באשטעטיגן די וואל רעזולטאטן

מעמעבערס זענען געשטאנען אין די ליניע און ווען עס איז געקומען די רייע אויף קאנגרעסמאן מארק גרין האט זיך אנגערופן מיט א פארלוירענע מינע: "דאס איז וואס מיר טוען פאר די ארענדזשע יאשקע"

איבער דזשארדען שרייבט טשעיני אז אים האט נישט צופיל געקימערט די אפיציעלע פראצעדור וואס עס פאדערט ווען מען וויל באקעמפן וואל רעזולטאטן און אז עס האט אים נישט שטארק אינטערסירט די מעגליכע לעגאלע פראבלעמען פון די וואלן און אנגעבליך זיך אויסגעדרוקט אז די איינציגסטע זאך וואס איז רעלעוואנט איז צו זיגן

טשעיני ווידמעט אויך אביסל פאראגראפן איבער ספיקער דזשאנסאן וועם זי באשולדיגט און לייגן דרוק אויף קאנגרעס מיטגלידער אונטערצושרייבן א בריוו זיך אקעגנצושטעלן דאס באשטעטיגן די וואל אויסגאנג

ווען זי האט אים געצימבלט איבער די שוואכע לעגאלע ארגומענט האט דזשאנסאן אפט איינגעשטימט און געזאגט אז מיר מוזן טוהן די איינע לעצטע זאך פאר טראמפ

די טראמפ קאמפיין ווארטזאגער רעאגירט צו די בוך זאגנדיג אז עס באלאנגט אין די פיקציע אפטיילונג פונעם בוך געשעפט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41973
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

-צווייטע טייל-



טשעיני פארציילט צום ערשטן מאהל אז אום יונואר 4 למספרם איז זי בטעות געווארן איינגעשלאסן אין א ווייסע הויזטעלעקאנפרענץ מיט ווארטזאגער און מויל מאכער וועלכע האבן געשטופט די טראמפ וואגאן

זי איז געווארן אלארמירט איבער וואס זי האט דארט געהערט און איבער די דעטאלירטע פלענער איבערצודרייען די וואל רעזולטאטןמיטן דרוקן אויף וויצע פרעזידענט פענס צו פארשלעפן דאס ראטיציפירן די וואל רעזולטאטן

זי שרייבט אז זי האט פארלאזט די קעפיטאל יענע נאכט מיט א שרעקליכע שפור וואס האט איר געקוועטשט אין מאגן נישט זייענדיג זיכער אויב פענס וועט קענען דערהייבן די דרוק און ווי זי שרייבט אז די געוועזענע ספיקער פאול רייען אויך געווען אומזיכער אויב מען קען רעכענען אויף פענס זיך צו האלטן שטארק

אין א קורצע טעקסט מעסעדזש אום יונואר 5 למספרם נאך האלבע נאכט האט רייען איר געשריבן: איך בין באזארגט אויב ער ברעכט זיך אבער האלט אז ער וועט נישט

אום יונואר 6 למספרם גלייך נאך וואס ווען טראמפ האט אין זיין רעדע גערופן לויז צו ווערן פון די "ליז טשעיני'ס פון די וועלט" האט זיך באקמען א טעלעפאן רוף פון איר פאטער מיט א ווארענונג צו זיין פארזיכטיג איבער וועלכע רעטאריק צו נוצן אויפן הויז פלאר יענע טאג ווייל איר לעבן איז אין געפאר

זי האט שפעטער באגענגט דזשים דזשארדען וועלכע האט אויסגעקוקט באזארגט פאר איר וואוילזיין און איר געזאגט אז מען דארף אוועקפירן די פרויען פונעם פלאר און פארגעשלאגן איר צו העלפן און געוואלט ארויסבאגלייטן

טשעיני האט אוועקגעשטופט זיין היינט און אים באזידלט מיט געמיינע אויסדרוקן זאגנדיג אז ער איז דער וועלכע האט געפירט צו די געפאר

ווען זי אינאיינעם מיט אירע קאלעגן זענען שפעטער אין איילעניש געווארן עוואקואירט האט זי זאפארט אנגעהויבן געשפרעכן מיט האקים דזשעפריס איבער די וויכטיגקייט פון אימפיטשן טראמפ

אין יונואר 13 למספרם איז טשעיני געווען איינס פון 10 רעפובליקאנער וועלכע האבן געשטימט צו אימפיטשן טראמפ און קורצליך דערויף האט זי ערהאטן א א מעסעדזש פון פרעזידנט בוש:
ליז, די סופליי פון קוראזש איז זייער נידריג אין די טעג, א דאנק פאר דיינס, דו האסט ארויסגעוויזן עכטע פירערשאפט און איך איך בין איבערראשט, זעץ פאר. אונטערגעשריבן 43
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

שכח @הכל הבל זאפטיג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41973
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גדל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:39 am
שכח @הכל הבל זאפטיג
א דאנק

איז טאקע דא א פארלאנג אויף נאך אדער מען וויל נישט הערן עפעס ארויס פון די מיטל מזרח גרעניצן?
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:42 am
גדל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:39 am
שכח @הכל הבל זאפטיג
א דאנק

איז טאקע דא א פארלאנג אויף נאך אדער מען וויל נישט הערן עפעס ארויס פון די מיטל מזרח גרעניצן?
זיכער איז דא א פארלאנג, מען באלעקט זיך מיט יעדע שורה!
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:42 am
גדל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:39 am
שכח @הכל הבל זאפטיג
א דאנק

איז טאקע דא א פארלאנג אויף נאך אדער מען וויל נישט הערן עפעס ארויס פון די מיטל מזרח גרעניצן?
פאליטישע ביכער איז פון מיין שטארקסטע הנאהס גיי אן
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 10026
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

שכח @הכל הבל !!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

גדל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:44 am
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:42 am
גדל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:39 am
שכח @הכל הבל זאפטיג
א דאנק

איז טאקע דא א פארלאנג אויף נאך אדער מען וויל נישט הערן עפעס ארויס פון די מיטל מזרח גרעניצן?
פאליטישע ביכער איז פון מיין שטארקסטע הנאהס גיי אן
זעצט אײך שרײבען אײנס, ס׳איז די גרינגסטע זאך ס׳ברױכט אינהאלטען בלױז צװײ כללים 1-אז ס׳ברױכט פארשטײט זיך זײן אנטי טראמפ 2-אז ס׳ברױכט זײן ארױסגעזױגען פון פינגער ויש להקפיד אז דװקא די צװײטע פינגער פון די לינקע האנט
לעצט פארראכטן דורך abeg אום מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41973
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

-דריטע טייל-

טשעיני שרייבט אז ביים אפצייכענען אין קאנגרעס די ערשטע יארטאג פון די קעפיטאל איבערפאל זענען בלויז ערשינען צוויי רעפובליקאנער און דאס זענען געווען ליז טשעיני און איר פאטער

זיי שרייבט אז נאכן זיך אראפזעצן האבן זיי באמערקט די ליידיגע זיצן אויף די רעפובליקאנע זיייט און טראץ וואס זיי האבן גוט געוואוסט וואס עס גייט פאר אינערהאלב די פארטיי האט זיי עס אבער שטארק צושטורעמט ביים בייוואוינען מיט די אייגענע אויגן

איר פאטער האט קאמענטירט מיט א טרייסלנדיגע שטימע ווען זיין קאפ שאקלט זיך אז עס איז איין זאך צו הערן דערוועגן אבער מיטצוהאלטן לעבעדיג ווי די רעפובליקאנע חלל קומט צום אויסדרוק אין אזעלכע שטארקע טערמינען איז א צווייטע סארט ערפארונג

זי זאגט אז גלייך נאך די קעפיטאל איבערפאל האבן גראדע נאכגעפאלגט עטליכע טעג פון עטוואס ליכטיגקייט אין די שרעקליכע פינסטער ווען מיינסטנס רעפובליקאנער זענען גרייט געווען צו אימפיטשן אדער כאטש פארדאמען טראמפ אבער די שטראלן זענען פארשוואונדן ביז א קורצע צייט ווען די שטויב האט זיך געזעצט און קאלעגן האבן צוריקגעזעצט צו זייערע פאליטישע רעכן מאשינען

אנדערע וואלטן מעגליך יא געווען גקרייט צו פארציכטן אויף זייערע קאריערעס אבער זיך געפארכט פאר זייער לעבן און ווי איין קאנגרעסמאן וועם זי וויל נישט אידענטיפיצירן האט איר געזאגט ווייסט ער אז טראמפ'ס אקטן זענען ווערד אימפיטשמענט אבער ער ציטערט אז זיין פרוי און ניי געבוירן קינד וועלן זיין אין געפאר

זי שרייבט אז זי האט זייער גוט פארשטאנען יענעם זארג אבער געטראכט צו זיך אז פילייכט וואלט אזא איינער געדארפט האבן א צווייטע סארט דזשאב

טשעיני שילדערט וואס זי איז אריבער אין פעברואר ווען די פרידאם קאקוס האט פאררופן אן אפשטימונג צו ווארפן טשעיני און מען האט איר שאנטאזשירט פאר עטליכע שטונדן א זיז אל זיך אנטשולדיגן און זי האט געפשורט ווי זי איז צוריק אין שולע

זי האט זיך אנטזאגט און געווארן שארף אטאקירט דורך אירע קאלעגן און ביי איין פאל האט מייק קעלי פון פענסילוועניע זיך אנגערופן אז ער שפורט ווי עימיצער וועלכע האלט זיך אינמיטן פארמעסטן אין די גרעסטע שפיל אין זיין לעבן און אינמיטן קוקט ער ארויף און באמערקט אז זיין כלה זיצט אויף די זייט פון די קעגנערישע ספארט גרופע

די באמערקונג האט געפירט צו א שטורעם פון געשרייען פון די פרויען מיטגלידער וועלכע האבן פארפירט און פארדאמט די קאמענטארן זאגנדיג אז טשעיני איז נישט קעלי'ס כלה

עווענטועל האט טשעיני איבערגעלעבט די רעפובליקאנע קאוקס אפשטימונג מיט 56-142 און מייק טורנער האט זיך אנגערופן מיט פארדרוס נאך די אפשטימונג אז ער האט געדארפט פארברענגן 4 שטונדן אויסצוהערן ווי א גרופע מענער באקלאגן זיך אז א געוויסע פרוי רעכנט זיך נישט גענוג ערנסט מיט זייערע געפילן

עטליכע וואכן שפעטער ווען טשעיני האט נישט נאכגעלאזט מיט איר קאמף און ווידער געמאכט איר קעיס ביי א פרעסע קאנפרענץ אינעאיינעם מיט מעקארטי האט איר מעקארטי נאכדעם געזאגט: דו הרג'סט מיר

זי האט אים אבער אנגעוויזן אויף די אויסשניצונג פון פרעזידענט רעיגען אויף די וואנט פרעגנדיג ווי אזוי רעיגען און דער ערשטער פרעזידענט בוש וואלטן רעאגירט צו די קעפיטאל איבערפאל

מעקארטי: עס איז מער נישט זייער פארטיי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41973
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

-פערטע טייל-

טשעיני שרייבט אז אין אנהויב איז מיטש מעקאנעל געווען קלאר און שטאנדהאפטיג אז טראמפ דארף ווערן אימפיטשד און ווען זי האט אים אנגעפרעגט איבער באריכטן אז ער קלערט פון שטימען צו ווארפן טראמפ האט ער רעאגירט אז ער איז גלייכט זיין פאזיציע

מיט די צייט ווען די סענאט פראצעס איז געלאזט געווארן אין גאנג האט זי אנגעהויבן זארגן אז מעקאנעל הויבט אן וואקלען און אפווייכן פון זיין שטעלונג און שרייבט צו די טויש צו דאס וואס מעקאנעל איז געווארן איבערצייגט אז טראמפ וועט סייווי פארלירן די וואלן טשעיני שרייבט דערויף אז מעקאנעל וועלכע האט געבויעט זיין קאריערע אויף פאליטישע קאלקולאציעס און הונטער די קוליסן מאנעוורעס האט דאסמאהל געגרייזט מיט זיין באשלוס

טשעיני שרייבט אז זי האט איבערצייגט פאול רייען וועלכע איז געווען אמיטגליד אויף די באורד פון פאקס אז מען זאל לופטערן א שאו וועלכע זאל אפוואאפן די ליגנס איבער די וואל רעזולטאטן

עטליכע מאנאטן שפעטער האט זי צוריקגעהערט אז די פראיעקט איז שוין געווען אין אונטערוועגנס און אירע לעצטע פראדוקציע שטאפלען אבער ווי עס שיינט האט עימיצער אין פאקס באשלאסן אין די לעצטע מינוט אז מען זאל נישט פאראויסגיין דערמיט

זי שרייבט איבער די איינלאדענונג וואס זי האט ערהאלטן פון ספיקער פעלאסי זיך אנצושליסן אין די סעלעקט קאמיטע און ווי שווער עס איז איר אנגעקומען אראפצושלונגען דאס שפרון ווי א באזוכער אין א צווייטע פלאנעט ביים ארבעטן מיט דעמאקראטן

א צייט שפעטער איז זי געוואויר געווארן אז פעלאסי'ס שטאב האט שווער געארבעט אפצוהאלטן די ספיקער פון נאמינירן אזא קאנסערוואטיוו ווי טשעיני אין וועם זיי האבן נישט געהאט קיין צוטרוי און זיי האבן צוזאמגעשטעלט א ליסטע פון די 10 ערגסטע זאכן וואס טשעיני האט אין די פארגאנגנהייט געזאגט איבער פעלאסי

פעלאסי האט איבערגענומען די דאקומענט און נאך א שנעלע איבערבליק האט זי עס צוריקגעגעבן פאר איר געהילף פרעגנדיג אויפגעברויזט: פארוואס פארשווענדעט איר מיין צייט מיט זאכן וואס זענען נישט רעלעוואנט?!
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

יישר כח @הכל הבל
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41973
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

Potus האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 1:12 pm
יישר כח @הכל הבל
יישר!
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

יישר כח @הכל הבל ! נישטא קיין ווערטער דיר צו באדאנקען פאר אלעס וואס דו שטעלסט אונז אהער...

איז נישט מיסיס גרין ארויסגעקומען מיט א בוך לעצטנס?
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3675
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

טענקס @הכל הבל !!!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41973
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פוילער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:41 am
טענקס @הכל הבל!!!
יישר!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41973
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טראמפ רעאגירט צו דאס וואס טשעיני ציטירט פון מעקארטי אז נאך די וואלן האט ער נישט געהעריג געגעסן


טראמפ לייקנט עס קאטעגאריש זאגנדיג אז ער האט געגעסן צופיל
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שכח @הכל הבל געוואלדיגע ארבעט.
מיר געפעלט שטארק טראמפ׳ס טשויס אויף וואס צו קאמענטירן... דער איז דאך אזוי פרודיקטאבלי אנפרודיקטאבל.. אנריעל
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3621
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

פוילער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:41 am
טענקס @הכל הבל!!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41973
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א בוך דורך א ניו יארק טיימס שרייבער איבער די לעצטע עטליכע ערשטע פרויען גייט ערשיינען אום פעברואר 27 למספרם און ווידמעט אויך טייל פונעם בוך איבער הרבנית ביידען

צווישן אנדערע פארציילט קעטי ראדזשערס איבער א זיצונג וועלכע פרעזידענט ביידען האט געהאט מיט זיינע געהילפן אין ווייסן הויז טריטי צימער אום יונואר 19 2022 למספרם נאך א פרעסע קאנפרענץ פון נאנט צו צוויי שטונדן

ביים פרעסע קאנפרענץ האט דער פרעזידענט געמאכט עטליכע ערנסטע גרייזן און די גרופע איז אצינד געזיצן און פארברענגט מיטן פרעזידענט ווען מיטאמאהל האט זיך די טיהר געעפנט און פרוי ביידען איז געשטאנעם ביים שוועל

זי האט געהאט מיטגעהאלטן די פרעסע קאנפרענץ אין די מינע אויף איר געזיכט האט געשריגן אומצופרידנהייט און געפאדערט ענטפערס פון אלע געהילפן און זייער אויבערהאר אריינגערעכנט

זי האט דאן שווער פארגעהאלטן און געטאדלט די אנוועזנדע פארוואס קיינער האט נישט געטוהן עפעס אפצושטעלן די פרעסע קאנפרענץ און לויטן שרייבער איז די שטימונג אין צימער געווען גאר אומהיימליך ווען די בליקן פון מאכטפולע שפילער אין ווייסן הויז וואנדערן פארלוירן פון איינעם צום צווייטן אין די צייט וואס איר מוסר רייד לאזן נישט נאך

זי האט געוואלט פארשטיין ווער עס איז געווען פאראנטווארטליך צו ענדיגן די פרעסע קאנפרענץ אבער עס איז נישט געווען עכט קיינער וואס זאל איר ענטפערן זינט מען האט גראדע אונטערגעשיקט פארן פרעזידענט נאטיצן וועלכע דערמאנען אים צו ענדיגן אבער ער האט זיי איגנארירט

דער שרייבער פארציילט אז פרוי ביידען ווייסט ווי שטארק די פרעזידענטשאפט מוטשעט אויס איר מאן וועלכע שלעפט זיך יעדע נאכט אהיים מיט פולע טעקעס פון היימארבעט פונעם אוועל אפיס צו זיין פריוואטע רעזידענץ אבער זי שטייט אונטער זיין ווידערערוויילונג קאמפיין פונקט אזוי ווי זי האט געשטיצט זיין ערשטע קאמפיין צוליב איר פיינטשאפט צו טראמפ
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

@הכל הבל דאס איז פייענע נייעס גיי אן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41973
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גדל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:35 pm
@הכל הבל דאס איז פייענע נייעס גיי אן
יישר!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”