די ענדגילטיגע לעזונג פאר ברייטפלאציגע מענטשן... גיטע איידיע
נישט ממש א לעזונג אויף ר''ה אבער פאר א פשוט'ע שבת יא
אז מ'רעדט שוין פון בורית כרשינה. ס'דא א חקירה אויב די בורית וואס די הנהלת ביהמ"ד שטעלט צו אין מקווה, איז בורית פאר די קאפ וואס מ'קען נוצן פאר די גאנצע קערפער, אדער גאר זייף פאר דער גוף וואס פאסט פארן קעפעלע....
כ'קען נישט זאגן. כא'ניש פראבירט. כהאב מיט געברענגט מיין קלאפע געצייג פון אמעריקע. איך גלייך נישט איזראעלי זייף
פאריגע ניטל, האט מנהל בית המדרש הגדול ר' ירמיה יחזקאל דמן, פארגעלייגט פאר די ציבור פיל פלענער איבער ארויסבויען און פארברייטערן די בנין. די בנין גייט ווערן מסתמא טאפלט גרעסער פון יעצט. איך בין נישט געווען דארט, און איך האב אויך נישט פקטשערס דערצו.
נאר איין זאך האב איך יא געזעהן, און מ'איז שוין ארויס אויף א מגבית דערוועגן. איבערפרישן די מעבל פון ביהמ"ד המרכזי - בית יוסף חיים. מ'האט געמאכט א חשבון אז אויף א באנק פון זיץ פלעצער זיצן די זעלבע מענטשן פון 3, ווייל מענשטן צושטופן זיך ניט אזוי בשעת'ן לערנען. מגייט מאכן נייע טישן, מיט בענק פון 3 זיץ פלעצער, דאפלט פון ביידע זייטן פון די טיש.