אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ברוך יושע
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 10:55 am

אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך יושע »

אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!




איך וועק זיך אויף פון מיינע מחשבות אינגאנצן איבערגענומען, איך האב נארוואס דרוכגעטראכט מיינע גאלדענע קינדער יאהרן, איך בין געבוירן אין א ווארימע שטוב פיל מיט געשוויסטער, איך האב נישט געוויסט פון קיין פראבלעמען, איך בין אלץ געווען פון די מצוינים פון די כיתה, דער גרעסטער פראבלעם מיט וואס איך האב מיך געדארפט אמאל ספראווענען איז געווען ווען מיין בייק האט זיך צובראכן און מיין טאטע האט נישט געוואלט קויפן א נייע.... חוץ דעם איז אלעס געגאנגען על מי מנוחות, אזוי אויך אין ישיבה איז מיין גוט קעפל מיר גוט צונוץ געקומען, איך האב געלערנט פלייסיג, און גוט אויסגענומען סיי ביי די מגידי שיעורים און סיי ביי מיינע חברים, און ווען עס איז געקומען די צייט צו טרעפן א שידוך, האט מען מיר געטראפן א גוט'ן שידוך און איך האב חתונה געהאט אין א גוטע שעה גליקליך און צופרידן.

אין שנה ראשונה בין איך געווען אויף א היי, איך האב זיך געשפירט גליקליך און צופרידן, נישט וויסענדיג וואס פאר א שווערע דורכגאנג עס ווארט מיר נאך אפ, אבער ווען די שנה ראשונה יאר האט זיך גענדיגט און די חברים האבן אנגעהויבן מיר צו לאדענען צו זייערע שלום זכר'ס און קדישים האט מיר עס שוין אביסל געגעבן א קיצל, איך האב נאך גוט געדענקט די הארצרייסענדע מעשיות וואס מיין מלמד פלעגט פארציילן פון אידן וואס האבן ליידער נישט זוכה געווען צו קינדער, אבער איך האב געטראכט אז דאס געשעהט ביי א גאר קליינעם פראצענט, און עס וועט אוודאי נישט פאסירן צו מיר, און היות איך האלט נאך נאר א יאר נאך די חתונה דארף איך זיך נאכנישט זארגן דערפאר.

עס איז אריבער איין חודש נאכ'ן צווייטן אבער גארנישט האט זיך נישט געריקט, איך בין שוין געווארן אביסל נערוועז, זעהענדיג אז עס איז נישט קיין תכלית מער צו זיצן און גארנישט טוען, האב איך גענומען די שטארקייט און אנגערופן מיין חתן מדריך אויסשמועסן מיין מצב, מיין חתן מדריך האט מיר שיין אויסגעהערט און נאכן פרעגן עטליכע קשיות, האט ער מיר געענטפערט אז לויט ווי ער פארשטייט דארף איך זיך פארבינדן מיט די ארגענזאציע׳ס וואס גיבן זיך אפ ארויסצוהעלפן פארפעלקער מיט אזאלכע אישוס.

איך האב אראפגעלייגט די טעלעפאון צובראכן ווי א שארבן, איך האב געשפירט ווי א שווערע שטיין האט זיך ארויפגעזעצט אויף מיין הארץ, איך האב זיך שוין אנגעהויבן אויסצו'משל'ן די אלע מעשיות וואס מיין מלמד פלעגט פארציילן ווי אזוי עס פאסירט צו מיר, איך האב שוין אנגהויבן צו טראכטן וואס וועט זיין מיין סוף, צי וועל איך בכלל איבער לאזן א קדיש'ל נאך מיר, איך האב ממש געשפירט ווי איך טראגט עס נישט דורך.

גלייך האב איך גערופן די ארגאניזאציע און זיי האבן גענומען פון מיר די אויבן אויף אינפארמאציע און מיר פארבינדן מיט א היימישע עסקן פון מיין קהילה וואס ארבעט אינאיינעם מיט די ארגענעזאציע, ביי מיין ערשטע באגעגעניש מיטן עסקן האט איך מיך אויסגעוויינט צו אים דאס פעקל אין וואס איך בין אזוי פלוצלום אריינגעפאלן, די עסקן האט מיר בארואיגט אז איך בין ווייט נישט דער איינציגסטער וואס גייט דאס דורך נאר ער איז בקשר מיט פיל אינגעלייט וואס גייען דורך דאס וואס איך גיי דורך און ב''ה גאר אסאך ווערן געהאלפן, און ב"ה ער האט מצליח געווען אריינצובלאזן אין מיר א פרישע גייסט פון חיזוק, דער עסקן האט מיר אויך פארשפראכן אז ער וועט ערלעדיגן אז א פרוי וואס ארבעט אין די ארגאנעזאציע זאל אנרופן מחזק זיין מיין אשת חיל.
(ב''ה אז מיין בני בית איז געווען געשטארקט מיט אמונה, קומענדיגט פון א שטוב וואס מען האט אסאך ארומגערעדט פון אמונה און זי האט מיר שטענדיג מחזק געווען אז מען וועט עס נאך פארציילן אין פריידן.)

נישט א לאנגע צייט איז אריבער און איך האב זיך געטראפן לויפן צו איין אפויטמענט נאכ'ן צווייטן, פאר מיין חברותא אין כולל האט איך נישט געקענט פארציילן וואס גייט פאר און נאכ'ן צוזען אז איך קום לעצטענס גאר אפט שפעט האט ער געטראפן א תירוץ צו נעמען א צווייטע חברותא, איך פלעגט קומען שפעט אין כולל און אפט מאל פלעגט איך דארפן אהיימגיין שפירענדיג אז איך גיי אט אט אויסברעכן אין א געוויין, און כדי אנדערע זאלן עס נישט באמערקן פלעגט איך צומאל אהיימגיין פאר די סדר האט זיך געענדיגט.
אבער אהיימקומענדיגט האט מיר דאס ליידיגע הויז געפאטשט אין פנים, און די פארטרערטע געזיכט פון מיין בני בית האט מיר צוגעלייגט זאלץ צו די וואנדן, אבער בדרך כלל האבן מיר באוויזן זיך צו שטארקן און איבערקומען די נסיונות.

פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט גשפארט קיין תפילות, קיין צדקה, און גמילות חסדים, די לעכט צינדן פלעגט זיין באגלייט מיט בכיות, בעטענדיגט דעם אויבערשטן אז ער זאל זיך שוין מרחם זיין אויף אונז, ווי אויך האבן מיר פרובירט פיל מיט סגולות, אבער זעהט זיך אויס אז דער באשעפער האט געהאט אנדערע פלענער און גארנישט האט זיך נישט געריקט.

נאך א שטיק צייט האבן מיר זיך דערזעהן מיט נאך א רינגעלע צום פראבלעם וואס אין א געוויסע זין איז דאס געווען שווערער פאר אונז ווי דער עצם פראבלעם.
אנגעהויבן האט זיך עס ווען מיין אינגערע ברודער האט חתונה געהאט און בשעטו''מ איז אים געבוירן געווארן א בן זכר, עס האט מיר גוט געציפט אין הארצן, איך בין געווען שטארק צובראכן וויסנדיג אז דאס וועט ברענגען אסאך אומאנגענעמליכקייטן, אבער זייענדיגט נאנט מיט מיין ברודער האט איך זיך פארט מיטגעפרייט מיט זיין שמחה אז ער איז געווארן א טאטע, ביז עס איז אנגעקומען צום שלום זכר האט איך שוין געהאט באוויזן אוועק צו שטופן מיינע שווערע געפילן און זיך געשטארקט, און איך בין אריינגעגאנגען צום שלום זכר מיט א שמייכל און אנגעווינטשן מיין ברודער א ווארימע ברכה.

אבער דאן האט פאסירט עפעס וואס האט מיר ממש צוריק געווארפן צוריק צו מיינע ציפעדיג מחשבות, צולייגענדיגט נאך וואג צו מיין שטיין אין הארץ, דאס איז געווען ווען האלטענדיג מיין ברודערס האנט האב איך באמערקט פילע פאר אויגן פון מיינע חברים זענען געוואנדן אין מיין ריכטונג, טייל האבן געקוקט מיט רחמנות בליקן און טייל סתם פאר נייגעריגקייט צו זעהן וויאזוי איך נעם אויף מיין אינגערע ברודער'ס שמחה.

מיטאמאל האב איך אנגעהויבן שפירן ארויסגעווארפן פון סעסייעטי, ווען איך האב זיך אראפגעזעצט נעבן די חברים איז שטיל געווארן און גלייך דערנאך האט זיך די שמועס צוריק אנגעהויבן, עס איז מיר געווען זייער קלאר אז נישט פון דעם האט מען גערעדט, נאר זעענדיגט אז איך בין געקומען האט מען פארדרייט די שמועס, איך האב נישט געוויסט צו מען האט פונקט גערעדט פון מיר אדער זיי האבן גערעדט פון זייערע קינדער און נישט וועלן מיר וויי טון האבן זיי שנעל פארדרייט די שמועס, איך האט געהאט אין פלאן צו בלייבן א לענגערע צייט ביים שלום זכר , איך בין דאך גאר נאנט מיט מיין ברודער, אבער מיט א שלעכטער געפיל האט איך געמוזט זיך אויפהייבן און אהיימגיין, כדי נישט אויסצופלאצן אין א געוויין.

ווי מער צייט עס איז אריבער אלס אפטער האט איך באגעגענט די דאזיגע פאסירונג זיך איבערשפילן, אמאל ביי א משפחה שמחה און אמאל ווען א חבר מיינע האט געמאכט א שמחה, אדער סתם אזוי ביי א פארברענג מיט מיינע חברים, איך פלעגט אסאך באמערקן אז ווען מיינע חברים רעדן פון זייערע קינדער פארדרייט א צווייטער חבר דעם שמועס אדער קוקן זיי מיר אן מיט רחמנות, איך האב אנגעהויבן צו שפירן מער און מער ארויסגעווארפן פונעם סעסייעטי, עד כדי כך אז איך פלעגט שטענדיג טרעפן עפעס א סיבה פארוואס ער קען נישט קומען צו די שמחות פון מיינע חברים.

ביי מיין אשת חיל איז די פראבלעם געווען פילפאכיג גרעסער, ביי יעדע שמחה איז זי געזעצן שטום נישט קענענדיג מיטהאלטן די שמועסן וואס זענען על פי רוב געווען ארום די בעביסיטער וואס זיי האבן גענומען, און די קליגע ווערטער וואס זייערע זיסווארג האבן אלס געזאגט, חוץ פון דעם איז איר בכלל געווען היפש אומבאקוועם די פאקט אז אלע (אפילו אינגערע פון איר) זיצן ארומגענומען מיט די קינדער, דאס האט געברענגט אז זי זאל אויך פרובירן אויסצומיידן וואס מער צו גיין אויף שמחה'ס.

איין פלאץ איז איר נאך געבליבן צו גיין, דאס איז געווען די דרשות וואס פלעגט פון צייט צו צייט פארקומען, אבער אויך דארט האט זיך נישט לאנג געקענט בלייבן צוליב וואס געווענליך איז די עיקר דרשה געווען באזירט אויף די גרויסקייט פון די ''אידישע מאמעס'', וואס דאס האט איר געמאכט שפירן צובראכן און ווערטלאז, ווי אויך פלעגט די צוזאמקומען צוברענגען מער קאמענטארן און אנווייזונגען פון חבר'טעס, דער האט געטראפן א קינדערגארטן טישטער וועמען זי דארף נאך איבערבעטן, און דער צווייטער האט געוויסט צו זאגן פון א וואונדערליכע ווייטאמין אדער סגולה וואס טייל האבן איר כמעט געצווינגען עס צו טוהן.

זאת ועוד, חוץ פון קאמעטארן און עצות פון ארומיגע, וואס דאס קען מען זיך נאך אפווישן די נאז און גיין ווייטער, איז דא א גרעסערע פראבלעם, וואס דאס איז, ווען מען טרעפט זיך געטרעפט אינמיטן א דרשה און די בעל דרשן/בעל דרשנ'טע באשליסט פלוצלינג צו רעדן וועגן קאפעלס וואס ווארטן אויף קינדער, און מען קען נישט אזוי גרינג זיך אויפשטעלן און ארויסשפאצירן, און פונקט דעמאלסט הייבט אן דער שכן פון פארנט צו קוקן אומשולדיג אויף די זייגער, און מאכט אין איינוועגס זיכער, צו זען אויב זי איז רויט, און די אנדערע וואס זיצן פון דער זייט פרובירן צו קוקן זייטיג, מיינענדיגט אז מען באמערקט נישט זייערע בליקן.

איך האב עס ב''ה נאכנישט געהאט, אבער מיין רעבעצן האט עס געהאט א פאר חדשים צוריק צוויי מאל אין דער זעלבער וואך, זיצענדיג צוזאמען מיט די געשוויסטער איימאל ביי א דרשה און א צווייטע מאל ביי א פארטי, איינמאל איז עס נאר געווען אפאר מינוט, אבער די צווייטע מאל האט יענער נישט אויפגעהערט צו פארציילן מעשיות פון געליטענע און ווי זיי זענען וואונדערליך געהאלפן געווארן נאכ'ן איבערבעטן א צווייטן, נישט כאפענדיג אז בשעת וואס די עולם זיצט געשפאנט מיט אפענע מיילער און שלונגען מיט דורשט אירע אינטערעסאנטע האר אויפשטעלענדע מעשיות, זענען דא אנדערע וואס שלונגען בלוט, און וועלן שוין טראכן צוויי מאל איידער זיי גייען צו א פארטי אדער דרשה, אויס מורא אז עס זאל זיך נישט נאכאמאל איבערשפילן.
אזוי איז מיר באשערט חוץ די עצם דאגה און פארלוירנקייט פון ווארטן און ארויסקוקן אויף א ישועה, איז צוגעקומען א גאנצע פעקל פון אומאיינגענעמליכקייטן, קליינע און גרויסע,




אבער טייערע ברודער! דאס אלעס האט מיך נאכנישט צוגעברענגט צו נעמען די פעדער אין האנט אין זיך אויסטון דא ברבים פאר אייך, איך האב געליטן און געשוויגן, ביז יענעם טאג...

געווען איז עס עטליכע חדשים צוריק און מיין ווייב'ס עלטערע שוועסטער האט געהאט איר ערשטע אינגל למזל טוב (נאך פיר מיידלעך), פארשטייט זיך אז די שמחה אין די משפחה איז געווען גרויס, און ווער רעדט נאך מיין שוואגער, ער איז געווען ממש אין די הימלען, וואס הייסט, א בן זכר, א וואך נאכט מיט א ברית, און איך מיט מיין ווייב האבן זיך אויך פרובירט מיטצופרייען די מערסטע וואס שייך, עס איז דאך נישט ממש אזוי געפערליך ווייל סוף כל סוף איז זי א עלטערע שוועסטער, און די גאנצע משפחה האט זיך געגרייט צו די ברית וואס איז אויסגעקומען אויף א שבת.

יענעם דאנערשטאג האב איך געהאט א וויכטיגע אפוינטמענט אין מאנהעטן וואס האט זיך פארצויגן עטליכע שעות, ענדליך שפעט נאכמיטאג האמער זיך דערזען אין קאר אויפן וועג אהיים מיט ליידער נישט אזאלכע פאזיטיווע נייעס, נאך א באהאנדלונג אויף וואס מיר האבן שטארק ארויסגעקוקט און געהאפט אז דאס וועט ענדליך ברענגען די ישועה איז דורכגעפאלן, די צער און ווייטאג וואונטש איך נישט פאר קיין שום איד... מיר זיצן אין קאר און מ'פארט יעדער פארזינקען אין די אייגענע מחשבות, און פלוצלונג מיין שוואגער די בעל שמחה רופט אריין, איך האב צוזאמגענומען מיינע אלע כוחות און מיט די מערסטע געמאכטע פרייליכקייט הייב איך אויף "מזל טוב גרשון, וואס זאגסטו עפעס גוטס?" מיין שוואגער שמועסט מיט מיר געציילטע סקונדעס און נאכדעם רופט ער זיך אן, "דו ווייסט דאך אז 'קוואטער' איז א גרויסע סגולה געהאלפן צו ווערן מיט קינדער,(אגב קיינער האט נאכנישט געטראפן די מקור...) אי"ה דעם שבת וועט די ברית פארקומען אין גרויסן ביהמ"ד און איך בין מכבד דיך מיט דיין רעבעצין מיט קוואטער".

איך האט אים פרובירט אפצוזאגן, איך האב געטראכט צו מיר אז מיר טוען ב''ה גענוג און נאך סגולות פארוואס זאל איך טון א סגולה וואס וועט מיר קאסטן בלוט און דערמאנען מיין גאנצע משפחה און פארן גאנצן ביהמ"ד מיין מצב, און דערנאך באקומען די דריק אין האנט 'אי''ה ביי דיר אויף שמחות', שיינערהייט האב איך פרובירט אפצוזאגן אבער ער לאזט נישט נאך, "ווי קענסטו איבערלאזן אזא געוואלדיגע סגולה, דו ווילסט דען נישט האבן קיין קינדער?!? קענסט נישט טון אזא קליינעקייט..."

איך האט זיך אבער נישט אזוי שנעל געלאזט, איך האב אים געזאגט אז איך שפיר אז איך בין נישט אומשטאנד דאס צו טון, איך טוה ב''ה גענוג השתדלות, און דער אויבערשטער קען מיר העלפן אויך אן די סגולה, פונקט ווי מיינע אלע אנדערע חברים,
נישט האבענדיג קיין ברירה האט ער מיר סתם איינגעלאדענט איך זאל מיך קומען משתתף זיין צום וואך נאכט אין ברית, און מיך אנגעוואונטשט אז ער זאל קענען צוריקבאצאלן אויף שמחות בקרוב.

שבת איז אנגעקומען, די וואך נאכט איז אדורך מיט חסדים, און שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין דער בית המדרש וואו די ברית האט געדארפט פארקומען, א חבר מיינער וואס רעדט אסאך, און אויך רוב מאל אן טראכטן, איז צוגעקומען פרעגן צו איך וועל זיין קוואטער ביים ברית, איך האב אים געענטפערט א גרויסע ניין.
מען האט געענדיגט דאווענען און דער מוהל האט אנגעהויבן זיך צוגרייטן צום ברית, מיין שוואגער האט צוזאמגעשלעפט א גרויסן עולם משפחה און גוטע פריינד, ס'הייסט, א קלייניגקייט די ערשטע מאל ער מאכט א ברית פאר א קינד, איך האב מיך געשטעלט ביים ווינקל פון בית המדרש און צוגעקוקט פון דערווייטענס, וועט מיטאמאל הער איך ווי דער גבאי שרייט "קוואטער" און דער גאנצער עולם דרייט זיך אויס צו מיין ריכטונג, איך האט זיך אויסגעדרייט צום ספרים שאנק און ארויסגעשלעפט א ספר, ווי גלייך מען מיינט נישט מיר, ביז די בעל שמחה איז צוגעקומען צו מיר און איינגעמאלדן, "שוואגער לעבן, איך האב נישט געקענט צולאזן אז דו זאלסט נישט זיין קוואטער, איך וויל נישט זיין שולדיג אז דו האסט נישט קיין קינדער..."
מיין פנים האט געברענט פאר בושה און צארן, צענדליגע אויגן זענען געווען געוואנדן אין מיין ריכטונג יעדער איז געווען שטיל און געווארט די ברית זאל זיך שוין אנהייבן, די בושה איז געווען אומבאשרייבליך, עס קומט מיר צו וויינען יעדע מאל איך דערמאן מיר פון דעם, איך האב אים שוין נישט געקענט זאגן ניין און איך האב בלית ברירה מסכים געווען, נאכ'ן ברית האט מיר אנגעוואונטשן "אי''ה ביי דיר אויף שמחות געזונטערהייט און גרינגערהייט", דריקענדיגט מיין האנט אזוי שטארק אז עס האט כמעט אנגעהויבן שפריצן בלוט.

זייט דעמאלסט קען איך אים נישט קוקן אין פנים, איך וויל שוין אויך נישט גיין צו קיין ברית'ן אויס מורא עס זאל זיך נישט איבערשפילן די בזיונות וואס איך האב דעמאלסט געהאט, און די געפיל אז איך בין אנדערש ווי יעדעם איז געווארן שטערקער און שטערקער אז איך האב געשפירט אז די געפיל פון זיין ארויסגעווארפן פונעם סעסייעטי איז שוין באלד שווערער אדרוך צו טראגן ווי מיין עצם ווארטן אויף קינדער, ווי חז"ל זאגן דאך או חברותא או...

-----

די מעשה האט מיר געברענגט זיך צו זעצן צום שרייב טישל און אויספאקן צערי ברבים, און אין די זעלבע צייט מעורר זיין און אויפקלערן דעם עולם אביסל אין די נושא.

טייערע חברים!!! שטעלט אייך אפ א מינוט און פרוביר זיך אריינצולייגן און די מצב פון דיין חבר/שכן/קרוב וואס דער אויבערשטער האט אים צוגעטיילט די נסיון פון ווארטן אויף קינדער, זייט וויסן עס איז א שווערע נסיון, עס קאסט אסאך טרערן און שלאפלאזע נעכט, פאר דו ווילסט אים מכבד זיין מיט 'קוואטער' אדער אים מזכה זיין מיט א צווייטע סגולה בדוק ומנוסה, נעמט א מינוט צו טראכטן, דיין חבר גייט דורך א זאך וואס אויב ביזטו עס נישט דורך געגאנגען וועסטו אים נישט פארשטיין, עס אים גענוג שווער אזוי אויך, און ער טוט זיכער אלעס וואס ער קען צו זוכה זיין צו זש''ק, עס קאסט אים כח אין געלט, קינדער קעסטו אים נישט גיבן, דער אויבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז ער זאל נאנישט זוכה זיין דערצו, און מיר ווייסן נישט זיינע וועגן, אבער וואס איז יא אין דיין האנט איז, אים נישט צו שווערער מאכן, נאר זיך אויפצופירן צו אים ווי די פירסט זיך אויף צו דיין חבר וואס האט יא קינדער, נישט ווי א רחמנות'ל, זיי אים 'נישט' מכבד מיט קוואטער, און רוף אים נישט אן מזכה זיין מיט א סגולה וואס דו האסט געליינט און איינע פון די אויסגאבעס.

נאך א נקודה, דיין חבר/שכן/קרוב ווארט נישט אויף דיר דו זאלסט אים מעורר זיין אז מ'דארף טון השתדלות און זיך לאזן העלפן, מאך אים נישט שפירן ווי דו האלטסט אז ער טוט נישט גענוג, ווייל דאס שטעכט ווי שפיזן, צו טראכסטו אז ווייל ער טיילט קיינעם נישט מיט (צוליב די האקעלקייט פונעם ענין) מיינט עס אז ער טוט גארנישט? ווילסטו דען טרעטן אויף זיין הינער אויג?

די איינציגסטע זאך וואס דו קענסט טון איז זאגן א קאפיטל תהלים און א ווארעמע תפילה צום רבונו של עולם אז ער זאל אים שוין אויפרעכטן, און ער זאל שוין זוכע זיין צו ליכטיגע קינדער'לעך.

* * *
לסיכום הענין וויל איך צאמנעמען עטליכע נקודות למעשה:

- דארפסט דיך נישט זארגן, דיין חבר ווייסט אויך די נומער פון בוני עולם און עי טיים. (ער קען עס שוין אויסענווייניג)

- דיין חבר ווייסט אויך פון די סגולה וואס דו ווילסט אים אנטראגן, מיט'ן אים אנטראגן די סגולה ביסטו אים נאר מצער.

- האסט געהערט פון א מורא'דיגע סגולה, קענסט עס 'אליין' טון און אים אינזינען האבן.

- עס קען זיין אז דו ביסט שוין דער דריטער וואס רופט היינט אנטראגן די געוואלדיגע סגולה.

- רוב אידן וואס ווארטן אויף קינדער, זענען 'נישט' אינטערעסירט צו זיין קוואטער, ווען ער ענטפערט דיר א תירוץ פארוואס ער קען נישט זיין קוואטער, כאפ די רמז און לאז אים אפ, (אויב דו ווילסט אים סתם אזוי פארשעמען קענסטו עס טון פשוט דורך אים אראפלאזן א פראסק אין ביהמ''ד).

- עס איז זייער שיין אז דו ביסט מתפלל פאר אים און דו האסט אים אינזין, אבער עס איז נישט וויכטיג אים עס צו מודיע זיין, און ער ווערט נישט יעצט מחויב דיר מיטצוטיילן זיינע פריוואטע זאכן.

- דיין חבר איז נישט דער גביר פון שטאט ווייל ער דארף נישט צאלן שכר לימוד, אפילו נאכ'ן באקומען הילף פון די ארגאנעזאציעס בלייבט אים נאך איבער גענוג הוצאות וואס ער דארף אליין צאלן, און אסאך פעלער לאזט עס אים נישט איבער מיט קיין איבריגע פרוטה אין טאש.


זאל דער אויבערשטער טאקע העלפן אז אין זכות פון טראכטן פון א צווייטן און אכטונג געבן נישט צו מצער זיין א צווייטן ח''ו, זאלן שוין אלע פארפעלקער המצפים לישועה געהאלפן ווערן בקרוב מיט זרע של קיימא.

נ.ב. די ארטיקל האבן איבערגעקוקט איבער א מנין אידן המצפים לישועה און כולם פה אחד האבן מיר מעודד געווען עס צו מפרסם זיין, און הלואי והלואי וועט ווערן א שטיקל אויפוואכונג אין די נושא.
מקען זיך פארבינדן מיט מיר און אישי אדער דורך אימעיל [email protected]
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע:איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

זייער הארציג,
איך פיל זייער מיט, מיט דיר און מיט די אנדערע מנין אידן וואס האבן דאס דורך געקוקט,

ס׳באמת איך פארשטיי זייער גוט וואס דו שרייבסט, ס׳ליידער די פראבלעם אז מענטשן קענען זיך נישט אויפפירן נאטורליך,
ווייל זיי האבן אזוי מורא פון זיך אליינס, אז זיי קענען נישט גלייבן אז יא, פלעין נאטורליך איז די געזונטסטע,
דער אייבערשטער זאל יעדן אויפרעכטן גריגערהייט,


בד״א דאס וואס די שרייבסט אז די אלע אידן קענען שוין אויסעווייניג די נאמבער פון בוני עולם וכדו׳ קען זיין, און מסתמא איז דאס אזוי אין אלגעמיין
מיין עקספיריענס איז נישט געווען אזוי,
ס׳איז זייער א האקעלע זאך ווי אזוי צו אפערן הילף,
נאר נאך וואס איך בין פערזענליך אין קאנטאקט מיט א בוני עולם קאונסלער פאר פאנדרעיזינג פורפעסעס,
האט מיר גענומען כמעט א יאר ביז איך געקענט למעשה אפפערן הילף, און איך בין געווען אליינס אין שאק אז ער האט נישט געהאט דעם נאמבער פון די ארגינעזאציע,
באלד דערויף האט דער אינגעמאן זיי געקאנטאקט, און יעצט איז ער ב״ה אויף די רעלסן,

די פוינט איז, אז ווען איינער טראכט אז ס׳איז זייער וויכטיג עפעס א נקודה צו העלפן יענעם,
מוז דאס געטוהן ווערן זייער פראפעשינל,

געווענליך איז די בעסטע צו רעדן צום חבר׳ס רב, דיין, משפיע, און ער וועט שוין מחליט זיין אויב אדער ווי אזוי צו מסדר זיין,

שוין, איך האב שוין צופיל גערעדט
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
ברוך יושע
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 10:55 am

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך יושע »

מקען זיך פארבינדן מיט מיר און אישי אדער דורך אימעיל [email protected]
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

ברוך יושע האט געשריבן: - רוב אידן וואס ווארטן אויף קינדער, זענען 'נישט' אינטערעסירט צו זיין קוואטער, ווען ער ענטפערט דיר א תירוץ פארוואס ער קען נישט זיין קוואטער, כאפ די רמז און לאז אים אפ, (אויב דו ווילסט אים סתם אזוי פארשעמען קענסטו עס טון פשוט דורך אים אראפלאזן א פראסק אין ביהמ''ד).

;l;p-;l;p-
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

ברוך יושע האט געשריבן: .


יעדעס ווארט איז אמת!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9318
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

זייער שטארק ארויסגעברענגט, און ס'וויכטיג מעורר צו זיין אויף דעם וואס מענטשן כאפן זיך נישט אז אומווילענדיג איז מען גורם שרעקליכע צער פאר מענטשן וואס זענען אזוי אויך צעבראכן אויף פיצלעך.

איין פראבלעם נאר, די קוואטער מעשה מאכט עפעס נישט קיין סענס ווייל יעדער פארשטייט ווען מ'איז מכבד איינעם פאר קוואטער און יענער זאגט אפ, בעט מען נישט נאכאמאל ודי. שוין, נעקסטעס מאל זאלסטי מאכן א מעשה וואס שטימט בעסער.

עניוועי ישר כח נאכאמאל פאר ברענגן אווערנעס.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
ברוך יושע
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 10:55 am

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך יושע »

דריידל האט געשריבן: איין פראבלעם נאר, די קוואטער מעשה מאכט עפעס נישט קיין סענס ווייל יעדער פארשטייט ווען מ'איז מכבד איינעם פאר קוואטער און יענער זאגט אפ, בעט מען נישט נאכאמאל ודי. שוין, נעקסועס מאל זאלסטי מאכן א מעשה וואס שטימט בעסער.

איך וואלט אויך געקענט באשטיין אזוי...
אבער ליידער איז די מעשה 100% אמת אויף וואס איבער 100 יודן וואס זענען דארט געווען קענען עדות זאגן..
מקען זיך פארבינדן מיט מיר און אישי אדער דורך אימעיל [email protected]
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9911
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

ממש געקומען צו וויינען,

איך ווייס נישט וויאזוי פונקטליך צו קאמפלימענטירן דעם שרייבער אויף זיין שטארקער שפראך און ריכטיגע אויפוואכונג, ווייל ליידער איז גארנישט אזוי געשמאק צו ליינען וואס אידן מאכן ליידער מיט, אבער עס פעלט אויס צו וויסן,
נו שוין, זאל מען וויסן פון בעסערע זאכן,
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9911
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

דריידל האט געשריבן: זייער שטארק ארויסגעברענגט, און ס'וויכטיג מעורר צו זיין אויף דעם וואס מענטשן כאפן זיך נישט אז אומווילענדיג איז מען גורם שרעקליכע צער פאר מענטשן וואס זענען אזוי אויך צעבראכן אויף פיצלעך.

איין פראבלעם נאר, די קוואטער מעשה מאכט עפעס נישט קיין סענס ווייל יעדער פארשטייט ווען מ'איז מכבד איינעם פאר קוואטער און יענער זאגט אפ, בעט מען נישט נאכאמאל ודי. שוין, נעקסטעס מאל זאלסטי מאכן א מעשה וואס שטימט בעסער.

עניוועי ישר כח נאכאמאל פאר ברענגן אווערנעס.


א אלטע זאך ביי מיר אז איך גלייך זייער די סארט מענטשן וואס 'לאזן זיך נישט' און האבן ליב צו 'כאפן ביי די מעשה' אז ס'נישט אמת...
:roll::roll::roll:
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דריידל האט געשריבן: די קוואטער מעשה מאכט עפעס נישט קיין סענס

עס מאכט טאקע נישט קיין "סענץ", און צוליב דעם האט דאס טאקע געטוהן עמיצער וואס פארמאגט טאקע נישט קיין "סענץ"...
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

תתברך ותיוושע.
אלעס ביסטו 100+% גערעכט.
אבער בנוגע קוואטערשאפט בין איך אביסל מחולק מיט דיר. עס איז דא טיילמאל וואס דער יינגערמאן ווארט אז מ'זאל איהם דווקא יא מכבד זיין, ווייל ער וויל דווקא יא די סגולה. ער וועט באליידיגט ווערן אויב דו געבסט עס אים נישט!
אויך איז דא נאך א פראבלעם, נישט אלע טעג איז בכלל פראקטיש פון א יו"ד ח"ב פערספעקטיוו צו זיין קוואטער.
כל אדם יעשה בדעת.
קענסט איהם מכבד זיין און זאגן, פריוואט, הער צו ,איך וויל ענק געבן קוואטערשאפט. אבער איך פארשטיי אז עס קען זיין אז דו ווילסט עס בעסער נישט אננעמען. טראכט דיך איבער און איך וועל דיך פרעגן מארגן אויף דיין החלטה.
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1900
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אוי טאטע:-e;/:-e;/:-e;/נישטא קיין ווערטער וואס מגיב צו זיין, כ'בין שטום פון ווייטאג.

דריידל האט געשריבן: איין פראבלעם נאר, די קוואטער מעשה מאכט עפעס נישט קיין סענס ווייל יעדער פארשטייט ווען מ'איז מכבד איינעם פאר קוואטער און יענער זאגט אפ, בעט מען נישט נאכאמאל ודי. שוין, נעקסטעס מאל זאלסטי מאכן א מעשה וואס שטימט בעסער.

כ'פארשטיי באמת נישט די הערה. פאר דיר קוקט אויס ווי ס'מאכט נישט קיין סענס, ווייל דו וואלסט נישט געבעטן נאכאמאל. טראכט אבער וואס די האסט געטון צו דעם איד דא אין פאל וואס די מעשה איז יא אמת [וואס ווי ווייט מיין ידיעה גייט איז די מעשה אמת], און אין פאקט איז יא דא מענטשן וואס פארשטיין נישט די פשטות וואס די פארשטייסט, די ווייסט ווי די האסט געטון צו דעם איד? ווייסט ווי אזא קאמענט טוט וויי? ניטאמאל א פלאץ ווי אויסצוגיסן זיין ווייטאג און באקומען חיזוק מעג ער האבן? באשולדיגט ווערן אין זיין א ליגנער? אתמהה.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יידישע קהילות האט געשריבן: תתברך ותיוושע.
אלעס ביסטו 100+% גערעכט.
אבער בנוגע קוואטערשאפט בין איך אביסל מחולק מיט דיר. עס איז דא טיילמאל וואס דער יינגערמאן ווארט אז מ'זאל איהם דווקא יא מכבד זיין, ווייל ער וויל דווקא יא די סגולה. ער וועט באליידיגט ווערן אויב דו געבסט עס אים נישט!
אויך איז דא נאך א פראבלעם, נישט אלע טעג איז בכלל פראקטיש פון א יו"ד ח"ב פערספעקטיוו צו זיין קוואטער.
כל אדם יעשה בדעת.
קענסט איהם מכבד זיין און זאגן, פריוואט, הער צו ,איך וויל ענק געבן קוואטערשאפט. אבער איך פארשטיי אז עס קען זיין אז דו ווילסט עס בעסער נישט אננעמען. טראכט דיך איבער און איך וועל דיך פרעגן מארגן אויף דיין החלטה.

שוין מיטגעהאלטן פילע וויכוחים איבער דער נושא אין אלגעמיין. ס'איז שווער צו געבן כללים, רעד אזוי, טו אזוי, אבער א געזונטער מענטש קען האלטן די אויגן אפן און פארשטיין וואס יענער וויל ער זאל זאגן.

בדרך כלל איינער וואס א פראבלעם, איז נישט אינטערעסירט צו זיין קיין נעבעך. ער איז א נארמאלער מענטש פונקט ווי אלעמען, נאר אים האט דער רבש"ע צוגעפירט אז ס'זאל אים גיין אין לעבן עפעס אנדערש ווי געפלאנט, אבער ער בלייבט דער זעלבער מענטש ווי ער איז געווען פאר דעם.

ביי אונז האט דאס גאנצע לעבן א פונקטליכן סטרוקטור און בלו-פרינט ווי אזוי ס'דארף אויסקוקן, און איינער וואס דער מסבב כל הסיבות האט אים אריינגעשטעלט אין א מצב וואו ער פארט נישט מיט הונדערט פראצענט מיט דער באן, קען זיך זייער שנעל טרעפן אלס "אנדערש". דאס איז לכאורה די זאך וואס באדערט דאס מערסטע. קוק מיך אן ווי א נארמאלער מענטש וואס האט א פראבלעם. יעדער האט פראבלעמען, איך ווער נאכנישט וועגן דעם א "נעבעך".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

יידישע קהילות האט געשריבן: תתברך ותיוושע.
אלעס ביסטו 100+% גערעכט.
אבער בנוגע קוואטערשאפט בין איך אביסל מחולק מיט דיר. עס איז דא טיילמאל וואס דער יינגערמאן ווארט אז מ'זאל איהם דווקא יא מכבד זיין, ווייל ער וויל דווקא יא די סגולה. ער וועט באליידיגט ווערן אויב דו געבסט עס אים נישט!
אויך איז דא נאך א פראבלעם, נישט אלע טעג איז בכלל פראקטיש פון א יו"ד ח"ב פערספעקטיוו צו זיין קוואטער.
כל אדם יעשה בדעת.
קענסט איהם מכבד זיין און זאגן, פריוואט, הער צו ,איך וויל ענק געבן קוואטערשאפט. אבער איך פארשטיי אז עס קען זיין אז דו ווילסט עס בעסער נישט אננעמען. טראכט דיך איבער און איך וועל דיך פרעגן מארגן אויף דיין החלטה.

דו טראכסט אדער דו ווייסט...?
נאכן ווערן מכובד ביי יעדע ברית אין די משפחה, איז קיינער נישט אינטערעסירט.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע:איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

נשמת השכל האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן: תתברך ותיוושע.
אלעס ביסטו 100+% גערעכט.
אבער בנוגע קוואטערשאפט בין איך אביסל מחולק מיט דיר. עס איז דא טיילמאל וואס דער יינגערמאן ווארט אז מ'זאל איהם דווקא יא מכבד זיין, ווייל ער וויל דווקא יא די סגולה. ער וועט באליידיגט ווערן אויב דו געבסט עס אים נישט!
אויך איז דא נאך א פראבלעם, נישט אלע טעג איז בכלל פראקטיש פון א יו"ד ח"ב פערספעקטיוו צו זיין קוואטער.
כל אדם יעשה בדעת.
קענסט איהם מכבד זיין און זאגן, פריוואט, הער צו ,איך וויל ענק געבן קוואטערשאפט. אבער איך פארשטיי אז עס קען זיין אז דו ווילסט עס בעסער נישט אננעמען. טראכט דיך איבער און איך וועל דיך פרעגן מארגן אויף דיין החלטה.

דו טראכסט אדער דו ווייסט...?
נאכן ווערן מכובד ביי יעדע ברית אין די משפחה, איז קיינער נישט אינטערעסירט.


אויב וויסלטו אים עכט מכבד זיין,

זיי אים מכבד מיט סנדקאות, וואס דאס איז מער א מקובל'דיגע סגולה פאר דעם ענין, כידוע
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

די מעשה מיט די קוואטער שאפט איז זייער אמת! און זייער קרוב על השכל!

ווער ס'האט שוין מיט געהאלטן פון א נאנטן אין די משפחה ווי אזוי זאכן גייען... מ'האט נישט דעם קאפ אויפן פלאץ, די געפילן שפילן יעצט מיט מיט דעם קרוב וואס דארף געהאלפן ווערן,

אזא איינער וואס האט דאס מיט געהאלטן דער קען נישט זאגן אז דאס איז נישט אמת! דאס געשעט ביי די קליגסטע, מ'כאפט זיך נישט וואס מ'טוט, מ'האט נישט דעם קאפ אויפן פלאץ,

איך האב מיט געהאלטן פון די גאר נאנט אזא קוואטער מעשה, ס'האט זיך נישט ממש אזוי אויסגעלאזט, אבער מ'איז געזיצן אויף דער משפחה מיטגליט וואס איז נאך נישט געווען געהאלפן געוורען די נאכט פארן ברית ער זאל זיין קוואטער, אבער ער האט געהאט זיינע סיבות פארוואס נישט אנצונעמען.... און דאס איז געווען שוין נאך דעם וואס יענער האט געזאגט פאר בעל שמחה אליין אז ער זאל עם נישט געבן דעם כיבוד, אבער די עלטערן האבן דאס נישט געקענט אויסהאלטן
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2237
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע:אין וויין גארטן

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

Wow wow
די ארטיקל האט ארויסגעקוועטשט היפש אפאר טרערעלעך פון מיין אויגן,
דריידל האט געשריבן: איין פראבלעם נאר, די קוואטער מעשה מאכט עפעס נישט קיין סענס ווייל יעדער פארשטייט ווען מ'איז מכבד איינעם פאר קוואטער און יענער זאגט אפ, בעט מען נישט נאכאמאל ודי. שוין, נעקסטעס מאל זאלסטי מאכן א מעשה וואס שטימט בעסער.

יעדער פארשטייט?? הלואי
איך האב געווארט אויף קינדער און ביי מיר האט נישט געהאלפן די יו״ד תירוץ, מיין קרוב האט גע׳טענ׳ט אז מ׳קען עס איבערגעבן דורך א צווייטן
זייער נישט שיין צו שרייבן אזוי אויף אן ארטיקל וואס איז געשריבן געווארן מיט בלוט

און בנוגע די שורה
דריידל האט געשריבן: שוין, נעקסטעס מאל זאלסטי מאכן א מעשה וואס שטימט בעסער.

זיי מוחל צו צוריק ברבים
מצער געווען א צובראכענע איד
#לדעתי
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

כהאב עס אליין מיטגעהאלטן ביי בוני עולם דינער
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

איין זאך יא, די סגולה פון קוואטער האט איינער געזאגט אז ס'קען העלפן וועגן מ'ווערט א לב נשבר...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25080
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

טייכן טרערן זענען יעצט פארגאסן געווארן פין מיר...
אוי איז דאס אזוי אמת..!!!

כ'ווייס פין אפאר אזא ענדליכע מעשיות...
כ'ווייס אויך פין איינער וואס האט מכבד געוועהן א שוואגער וואס האט ליידער נאכנישט קיין קינדער אין יענע האט איהם מרמז געוועהן אז ער האט נישט קיין חשק אין די שוואגער האט איהם פארשטאנען אין אפגעלאזט, נאכן ברית איז ער צוגעגאנגען צו איהם אין געזאגט א הארציגע ייש''כ
עס איז גארנישט פשוט.

די השי''ת זאל העלפן זאלסט שוין אינגיכן געהאלפן ווערן צוזאמען מיט אלע אידישע קינדער מיט זרעא חייא וקיימא אין מיר זאלן זיך פרייען איינער מיטן צווייטן אויף שמחות
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
א מתחיל
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2020 5:21 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מתחיל »

די ארטיקל איז זייער שיין באשריבן אין ליידער אמת'דיג,

איך האב זייער אסאך חברים וואס ליידער זענען אין די מצב, איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז זיי האבן געוואלט נעמען קוואטער,
איך הער אייביג ווי די אינגעלייט פרעגן עצות ווי זיך צו ארויסדרייען,
ס'טוט זייער וויי אז מען דארף זיך "ארויסדרייען", און מענטשן פארשטייען נישט אליין,
עכ"פ נאכן מציע זיין איינמאל אויף א שיינעם וועג קען מען שוין לכל הדעות אפלאזן און אויב דער יונגערמאן איז אינטרעסירט וועט ער זיך שוין וויסן ווי צו ווענדן,
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

איך בין ווערטערלאז.





בנוגע קוואטערשאפט, לאמיך ברענגען וואס עטליכע ניקס האבען געשריבען אין די אלטע אשכול (וואס @פראהביטש האט צוגעצייכענט), איינער האט געשריבען אזוי: ליידער ביי מיר איז אויך ליידיג דאס הויז און איך וויל בעטען פון מיין ברודער - שכן- קאזאן- שוועסטער קינד- חברותא - א טובה, זיי מיר נישט מכבד מיט קוואטער. עס טיט מיר און מיין ב"ב זייער וויי. מיין נומבער איז נישט 1800KVATER. און א צווייטער האט געשריבען אזוי: פונקט נעכטען האט זיך א אינגערמאן אויסגערעדט פאר מיר אז א ווייטע קאזין זיינער האט אים אנגעריפען מכבד זיין מיט קוואטער, ער האט אים אפגעזאגט און דער קאזין האט נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי ער טוט אזאנס.. די חוצפה גייט נאכמער , שפעטער איז ער געוואר געווארן אז דער בעל הברית האט בעפאר אנגעריפען דעם אינגערמאן'ס פאטער פרעגן צי ער זאל מכבד זיין דעם אינגערמאן, דער טאטע האט אים קלאר געזאגט אז ס'גוט, אונז זעמיר מוחל, זעהט אויס אבער אז ער האט געוואלט טוהן לפנים משורת הדין האט ער אים פערזענדליך געקאלט, פאראורזאכענדיג בושות און ווייטאג,
ווען וועלן שוין מענטשען פארשטיין? עכ"ל.

און צו דיר, הרב @דריידל, איך מיין אז דו דארפסט איבערבעטען די פותח האשכול, לכתחילה ברבים, אזויווי דו האסט עם פארשעמט (מסתמא נישט דורכגעטראכט און בטעות, אבער דאך א רוצח בטעות איז אויך א רוצח), און מסתמא נאכמער צובראכען זיין הארץ, ברבים.

איך מיין אז די עולם זאל זיך אונטערנעמען צו זאגען תהלים [עטליכע מאל] פאר א זכות פאר די פותח האשכול (אזויווי מען האט געטאן אין די אלטע אשכול הנ"ל), לכתחילה אויף איין טאג, למשל אויף דאנערשטאג, איינער אנדערש זאל ביטע אנפירען מיטן מסדר זיין דאס אויסטיילען תהלים אא"וו.

איך נעם זיך אונטער בלי"נ צו זאגען א-נ.
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

;l;p-
נשמת השכל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן: די קוואטער מעשה מאכט עפעס נישט קיין סענס

עס מאכט טאקע נישט קיין "סענץ", און צוליב דעם האט דאס טאקע געטוהן עמיצער וואס פארמאגט טאקע נישט קיין "סענץ"...
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע:איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

:-e;/:-e;/

אזא צער קען מען נישט משיג זיין.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”