אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

דאנק ה'
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 7:58 pm

Re: אביסל אווערנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנק ה' »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:08 pm
להחיות האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:59 pm
אדער ווען מ'זאגט זיי אז מ'האט געטוען פאר זיי סיי וועלכע דבר טוב לזכותם
ס'איז מיר א חידוש.

כ'בין נייגעריג צו נאך האלטן אזוי.

ווען איך זאג פאר א קרוב שטילערהייט אז כ'טראכט פון דיר כ'האב דיר אינזין (כ'האב געלייגט דיין נאמען ביי ר''ר אלימלך'ס קבר..) . איז עס שפיכת דם?
ס'ווענדט זיך נישט אין רילעישינשיפ, ס'ווענדט זיך וואס יענעמס פראבלעם איז.
אויב איז עס ווארטן פאר קינדער גרעניצט זיך עס מיט שפיכות דמים, יא!
אוועטאר
שיפס קאפיטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 12:53 pm

Re: אביסל אווערנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיפס קאפיטאן »

יהודה ועוד לקרא

או סי די
פאר די מבינים איז ווען די פראבלעם איז אין דיין קאפ נישט ווען עס איז טאקע יענעמ'ס פראבלעם
יענעם מאכן אימבאקוועם מיטן צוגיין צו רעדן פון יענעמ'ס פראבלעם און געבן סגולות איז אינגאנצן א צווייטע זאך

יא קען זיין אז יענער ליידט פון דעם אבער יענער וויל פילן ווי א נארמאלע מענטש אויך סאו שמועס מיט עם געהעריג ווייל די ווייסט נישט וואס יענער גייט אריבער

רעדן פון יענעמ'ס פראבלעמען? זאג נאר ווען איינער ווייסט אז זיין טאש איז ליידיג און ער ווייסט אויך אז זיין חבר וואס קומט יעצט צו צו עם ווייסט עס אויך איז אויב דער חבר גייט עם זאגן אפילו שטילערהייט א סגולה פאר פרנסה הייסט עס שפיכות דמים אויב איינער פארשטייט דאס נישט קען איך עם נישט העלפן סארי
דער רודער איז שוין דא טאקע שיף אבער דא
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אין א סייד נאוט, איך לייען איבער וואס איך האב געשריבן אין 2022 אין דעם אשכול, איך זע אז איך בין קאנסיסטענט...
גרינע שיך
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2023 11:28 pm
לאקאציע:Home sweet Home

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע שיך »

תרמב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:36 am
אין א סייד נאוט, איך לייען איבער וואס איך האב געשריבן אין 2022 אין דעם אשכול, איך זע אז איך בין קאנסיסטענט...
ברענג צו.
ברודערקע געדענקט!
-ה ה אל רחום וחנון ארך אפים ורב חסד ואמת-
לאוו יאו.
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: אביסל אווערנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

איך הייק האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 11:14 pm
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 11:02 pm
להחיות האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 10:56 pm
אז דו אפפערסט קוואטער פאר א פארפאלק וואס איז שוין מער ווי א יאר נאך די חתונה און האט נאכנישט קיין קענדער האסטו שופך דם געוועהן. פינטל.
אפפערן אין פריוואט אויך?
דעפענענטלי!!

טראכט פון די 30 יעריגע בחור וואס באקומט גלילה טויזענט מאל ערגער!
איך מיין ס'ווענדט זיך ווי נאנט מען איז באמת
אוועטאר
רויטעלע משה'לע
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 31, 2023 12:38 am

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטעלע משה'לע »

כ'האב געליינט אלע תגובות דא.

מיין שוואגער האט געמאכט א ברית ב"ה, ער האט מיר געפרעגט אויב ער זאל מכבד זיין א חבר מיט קוואטער, יענער ווארט שוין בערך 2 יאר, איך האב אים געזאגט בשום אין אופן לענ"ד, די כלל פון שב ועל תעשה עדיף גייט אן אייביג!

די מעשה פון חנה מיט פנינה קען יעדער, פנינה האט איר מצער געווען לשם שמים, און ס'איז ליידער געשען וואס ס'איז געשען ל"ע.

איך האב געהערט א מעשה, איך ווייס נישט ווי קראנט ס'איז, ווען ר' זושא שמעלצער איז ארויסגעקומען מיט זיין טעיפ א-ב וועלט איז א איד אריבער צו קראסנא רב זצ"ל און אים געזאגט אז ער וויל ארויסגעבן א קול קורא, היתכן ער מאכט חוזק פון די א-ב, ק=קאר וכו'... האט אים קראסנא רב געפרעגט "נו ווער לאזט דיך נישט?", האט דער איד געזאגט אז ער וויל נישט אז יענעמס ווייטאג זאל אים שאטן, האט אים קראסנא רב געזאגט "אויב מיינסטו שם שמים, דארפסטו זיין גרייט אויף דעם אויך..."

הכלל, זיך שפילן מיט יענעמס בלוט אפי' מ'מיינט יענעמס טובה איז נאך אלץ רציחה!

איינס פון מיינע עלטערע געשוויסטער ווארט שוין איבער 5 יאר אויף קינדער, דער אייבישטער זאל איר אויפרעכטן בקרוב ובניקל, ס'איז זייער שווער אפי' פאר די מלך החכמים צו זיין גענוג סענסיטיוו, אפי' פאר די עלטערן איז עס זייער שווער!

יעדע מענטש איז אנדערש, מיין געשוויסטער טיילט נישט מיט מיט מיין טאטע מאמע וואו זיי האלטן, די אומוויסנדע איז זייער זייער זייער שווער, אבער איינער פון מיין טאטעס געשוויסטער וואס האט זיך אויך געמוטשעט איז געווען אביסל אנגעווייטאגט אויף מיין טאטעס מאמע פארן זיך נישט נאכפרעגן וואו זאכן האלטן, יעדער האט אן אנדערע תכונת הנפש.

צו די קרעדיט פון די אלע ארגענעזאציעס, זיי האבן גאר גאר גוטע קאונסלערס פאר די באטרעפנדע און פאר די עלטערן, מיין געשוויסטער שפילט זיך מיט מיינע קינדער כאילו זיי האבן 8 אייגענע... זיי אפפערן הילף, שיקן לינקס צו קינדער קליידער סעילס... ווען איך האב אנגערופן זאגן אז ס'איז דא נייעס - צום צווייטן מאל - זענען זיי געווען באמת פרייליך, איך האב איבערגעפרעגט מיינע עלטערן צו זיכער מאכן, און זיי זענען באמת געווען פרייליך ב"ה, זאלל דער אייבישטער זיי מאכן באמת פרייליך בקרוב ובניקל.

אבער... ווען ס'איז געקומען צו קוואטער... איך האב ניטאמאל גע'חלומ'ט זיי עס צו געבן, פאר קיין רגע נישט!

די איינציגסטע, אבער איין איינציגסטע וועג זיי צו מכבד זיין מיט קוואטער, איז נאר אויב מ'רעדט צו ביידע טאטעס פון די קאפל, און אויב איינער פון זיי גיבט נאר די מינדעסטע אומזיכערקייט, זאל מען גלייך אנרופן דעם גבאי פון די קהילה און געבן קוואטער פארן גבאי'ן!

ס'איז א שפיל מיט בלוט!

זאל דער אייבישטער אויפרעכטן אלע אידישע קינדער בקרוב ובניקל.
אוועטאר
גרינע מילך
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2021 8:12 pm
לאקאציע:וואסער רעזערוואר

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע מילך »

רויטעלע משה'לע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm

זייער קלוג און פארשטענדלעך.
איך וויל זאגן איך האב געווארט א לענגערע צייט פאר קינדער, ב"ה איך בין שוין די אנדערע זייט פאר א לאנגע צייט אבער איך געדענק נאך די פעין ווען מענטשן האבן מיך געוואלט מבייש זיין ברבים מיט די נארישקייט פון קוואטער.
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

רויטעלע משה'לע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
כ'האב געליינט אלע תגובות דא.

מיין שוואגער האט געמאכט א ברית ב"ה, ער האט מיר געפרעגט אויב ער זאל מכבד זיין א חבר מיט קוואטער, יענער ווארט שוין בערך 2 יאר, איך האב אים געזאגט בשום אין אופן לענ"ד, די כלל פון שב ועל תעשה עדיף גייט אן אייביג!

די מעשה פון חנה מיט פנינה קען יעדער, פנינה האט איר מצער געווען לשם שמים, און ס'איז ליידער געשען וואס ס'איז געשען ל"ע.

איך האב געהערט א מעשה, איך ווייס נישט ווי קראנט ס'איז, ווען ר' זושא שמעלצער איז ארויסגעקומען מיט זיין טעיפ א-ב וועלט איז א איד אריבער צו קראסנא רב זצ"ל און אים געזאגט אז ער וויל ארויסגעבן א קול קורא, היתכן ער מאכט חוזק פון די א-ב, ק=קאר וכו'... האט אים קראסנא רב געפרעגט "נו ווער לאזט דיך נישט?", האט דער איד געזאגט אז ער וויל נישט אז יענעמס ווייטאג זאל אים שאטן, האט אים קראסנא רב געזאגט "אויב מיינסטו שם שמים, דארפסטו זיין גרייט אויף דעם אויך..."

הכלל, זיך שפילן מיט יענעמס בלוט אפי' מ'מיינט יענעמס טובה איז נאך אלץ רציחה!

איינס פון מיינע עלטערע געשוויסטער ווארט שוין איבער 5 יאר אויף קינדער, דער אייבישטער זאל איר אויפרעכטן בקרוב ובניקל, ס'איז זייער שווער אפי' פאר די מלך החכמים צו זיין גענוג סענסיטיוו, אפי' פאר די עלטערן איז עס זייער שווער!

יעדע מענטש איז אנדערש, מיין געשוויסטער טיילט נישט מיט מיט מיין טאטע מאמע וואו זיי האלטן, די אומוויסנדע איז זייער זייער זייער שווער, אבער איינער פון מיין טאטעס געשוויסטער וואס האט זיך אויך געמוטשעט איז געווען אביסל אנגעווייטאגט אויף מיין טאטעס מאמע פארן זיך נישט נאכפרעגן וואו זאכן האלטן, יעדער האט אן אנדערע תכונת הנפש.

צו די קרעדיט פון די אלע ארגענעזאציעס, זיי האבן גאר גאר גוטע קאונסלערס פאר די באטרעפנדע און פאר די עלטערן, מיין געשוויסטער שפילט זיך מיט מיינע קינדער כאילו זיי האבן 8 אייגענע... זיי אפפערן הילף, שיקן לינקס צו קינדער קליידער סעילס... ווען איך האב אנגערופן זאגן אז ס'איז דא נייעס - צום צווייטן מאל - זענען זיי געווען באמת פרייליך, איך האב איבערגעפרעגט מיינע עלטערן צו זיכער מאכן, און זיי זענען באמת געווען פרייליך ב"ה, זאלל דער אייבישטער זיי מאכן באמת פרייליך בקרוב ובניקל.

אבער... ווען ס'איז געקומען צו קוואטער... איך האב ניטאמאל גע'חלומ'ט זיי עס צו געבן, פאר קיין רגע נישט!

די איינציגסטע, אבער איין איינציגסטע וועג זיי צו מכבד זיין מיט קוואטער, איז נאר אויב מ'רעדט צו ביידע טאטעס פון די קאפל, און אויב איינער פון זיי גיבט נאר די מינדעסטע אומזיכערקייט, זאל מען גלייך אנרופן דעם גבאי פון די קהילה און געבן קוואטער פארן גבאי'ן!

ס'איז א שפיל מיט בלוט!

זאל דער אייבישטער אויפרעכטן אלע אידישע קינדער בקרוב ובניקל.
די מעשה פון זושא שמעלצער איז געווען געווען מיט ר' הערש'לע ספינקער,
איך האב עס געהערט אמאל פון די איד וואס האט געוואלט ארויסגעבן די קול קורא אליין, זיין נאמען איז באקאנט דאכט זיך איינער פון די גדולי רבני עיר בארא פארק
למען ידעו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 19, 2020 6:31 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למען ידעו »

שמואל גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 8:30 pm

די מעשה האט זושא שמעלצער פארציילט אויף קולמא, ר׳ הערש׳לע ספינקער זי״ע האט אים געזאגט בערך אזוי, וויי טון א צווייטען קומט מיט א פרייז, אפי׳ מען מיינט עס אמת׳דיג.
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3059
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

אלס איינער וואס האט געווארט עטליכע יאר, מיר האט עס נישט געשטערט ווייל איך האלט מיך אביסל מער ערוואקסן פון דעי מחשבות ווי, איך בין א נעבעך, יענער מאכט זיך א שמחה ס'גייט אים גוט און ער איז נאך א צדיק אויכעט און ער זארגט פאר צעבראכענע מענטשן... ער געט מיר קוואטער.... וכו' וכו', מיך האבן אסאך מענטשן אנגעוואונטשן ברבים אז איך שוין "בקרוב" געהאלפן ווערן, און איך האב געענטפערט "הויעך" אמן...

באט מיר שטערט נישט אסאך זאכן, וואס פאר אנדערע שטערט עס זייער.

אבער איך ווייס קלאר אז פאר אסאך מענטשן טוט עס זייער וויי.
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10044
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

viewtopic.php?p=511156#p511156

אין ליכט פון @רויטעלע משה'לע תגובה.
שערי תקוה האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2012 1:30 pm
בס"ד

א מאמעס בריוו

לכבוד מיין טייערע שלמה'לע ני"ו.

שלמה'לע מיין זיסקייט. ווען איך קען דיר ווען ארומנעמען און צוזאמקישן, וואלט איך עס געטון יעדן טאג. מיין טייערע שעפעלע, מיין הארץ צעגייט פאר דיר.

איך גלייב נישט שלמה'לע אז דו וואונדערסט זיך אויף מיינע ווערטער. דו ווייסט באמת ווי שטארק מיין ליבשאפט איז פון דיר צו מיר. אבער דאס שטערט מיך טאקע, עס איז נאר פון הארץ, אינדרויסן קען איך עס נישט ארויסווייזן צו שטארק, ווייל איך האב מורא אז דו וועסט ווערן באליידיגט.

עס האט זיך אנגעהויבן מיט א שלמה'לע, און עס איז ווייטע געגאנגען צו א שלוימי, א יונגל פול מיט לעבנס-לוסט. דו ביזט עלטער געווארן און געשטיגן צו הבחור שלמה, אויף וועמען אלע שדכנים האבן געהאלטן אן אויג. ווי געהויבן אז געווען ווען מיר האבן דיר געפירט אונטער די חופה און דו ביזט געווארן א ר' שלמה. אבער יעצט איז אלעס צוריקגעפאלן; דו ביזט מיר צוריק געווארן א שלמה'לע וועמען איך וויל וויגן אין מיינע הענט און דיר נאכגעבן אלעס וואס דו בעטסט.

שלמה'לע, דו וואונדערסט זיך זיכער אויף דיין מאמע, וואס איז געשען מיט איר?

דא האסטו דעם תירוץ.

עס איז געשען אינגאנצן אפאר מינוט צוריק. חיימ'ל, משה נתן'ס יונגעלע, שטייט יעצט איין ביי אונז אינדערהיים, ווייל זיין ווייב איז א קימפעטארין. איך, אלס געטרייע שוויגער, האב אריינגענומען דאס זיסע אייניקל, און איך שעפ פון אים אידיש נחת ברוך ה'.

קיין קינדער מיט וועמען צו שפילן האט חיימ'ל נישט דא ביי מיר, האט ער געזוכט מיט וואס אנצופילן זיין צייט. ער האט אפירגעקראצט דעם אלטן טעיפ, מיט וואס דו און דיינע געשוויסטער האבן זיך נאך דערקוויקט אין ענקערע קינדערישע יארן, דאס טעיפ "חדר וועלט" פון ר' זושא שמעלצער.

חיימ'ל איז געווען פארטיפט אינעם טעיפ וואס האט אים געהאלטן געשפאנט. איך, די באבע, בין געווען אריינגעטון אין וואשן געשיר.

שלמה'לע, פון וואס האב איך דאן געטראכט? דער תירוץ איז, דאס פון וואס איך טראכט ווען איך האב נאר אן איבעריגע מינוט. איך האב געטראכט פון מיין טייערע שלמה'לע. פון דיר שלמה'לע מיין אוצר, א טייערער ערליכער אינגערמאן. מיין מחשבה האט געבעטן: באשעפער העלף אים שוין מיט א ישועה. ארום מיינע געדאנקן האט געשוועבט דאס צער וואס מען דערקענט אויף דיין פנים. דיין הארץ איז פארמאכט, דו פארציילסט אונז גארנישט איבער דיין מצב. מיר קוקן אזוי ארויס אויפ'ן גליקליכן טעלעפאן קאל, אדער אויף דיין באזוך ביי אונז ווען דו וועסט אונז אריינרופן אין א צימער ווייל דו האסט עפעס פריוואט איבערצוגעבן. אוי, ווען קומט שוין די גליקליכע מינוט?

ניין, איך שרייב נישט אז די טרערן האבן זיך אויסגעמישט מיט די וואסער פונעם קראן ביים וואשן די געשיר, ווייל עס איז שוין נישט דא קיין טרערן וואס זאל זיך אויסמישן. דאס קוואל איז שוין אויסגעטרונקט. עס איז גוט פאר א וויץ, אבער דאס הארץ ציפט, ווען מען טראכט אז מען האט נישט געדארפט אויסוואשן מיין און טאטי'ס קישן, ווייל די הייסע טרערן וואס וווערן פארגאסן ווען מיר טראכטן פון דיר האט דאס שוין מיט זייער הייסקייט זויבער געמאכט!

אזוי זענען מיינע מחשבות געלאפן, רייבנדיג איין גאפל מיט'ן ספאנדזש, און דערנאך א לעפל אונטער'ן שטראם פון וואסער. פלוצלונג הערט זיך ארויס א קול פון פלעי-רום, וואס האט מיר געגעבן א טרייסל אויף. איך הער אינעם הינטערוויילכטץ ווי איינער שרייט:
שלמה...! שלמה...! וואו ביזטו...! שלמה...! שלמה...! וואו ביזטו...! איך גיב דיר א גוטע זאך...!

הערנדיג פונעם טעיפ וואס דער קליינער הערט זיך איין אזוי געשמאק, האט עס צעריסן מיינע געפילן, און איך האב באשלאסן אז ווען מען פארלירט א קינד שרייט מען. דערפאר האב איך יעצט באשלאסן ארויסצוקומען און שרייען:
שלמה...! שלמה...! וואו ביזטו...! שלמה...! שלמה...! וואו ביזטו...!

דיינע עלטערנ'ס הארץ גייען אויס פאר דיר. ביטע איגנאריר אונז נישט. פארצייל אונז פון דיין מצב. זאל דיר זיין קלאר, מיר ווילן נישט אז דו זאלסט אונז פארציילן ווייל מיר זענען סתם נייגעריג. ניין, פונקט ווי דו ווילסט וויסן וואס עס טוט זיך ביי אונז אינדערהיים, ווייל ס'איז דיין בלוט און פלייש, דאס זעלבע ווילן מיר וויסן וואס דאס טייערסטע וואס מיר פארמאגן מאכט מיט.

דו דארפסט אונז טאקע נישט פארציילן יעדן שטאך וואס דו אדער מיין איידעלע שנור באקומט יעדן חודש. פארצייל אונז נאר אז דו טוסט. פארצייל אונז אז עס איז דא גוטע אידן וואס נעמען קעיר פון דיר. פארצייל אז עס איז דא וואס גיבן דיר גוטע עצות. מיר ווילן אזוי שטארק הערן אז דו ביזט נישט אליין אויפ'ן וואסער.

איך וועל נישט זאגן אז איך פריי מיך, ווייל עס וואלט בעסער געווען ווען איך האב נישט די הנאה. אבער עס קומט ארויס אן אויסגאבע מיט פיל חיזוק ווערטער פאר אייך. עס איז אריינגעפאלו ערגעץ אין מיינע הענט, און איך האב עס געליינט. איך האב דאן געטראכט צו מיר, איך האף אז מיין זיסקייט ליינט עס און באקומט די ריכטיגע חיזוק.

איך שרייב טאקע דעם בריוו ווייל איך בין געוואויר געווארן אז עס קומט ארויס אן אויסגאבע, האב איך באשלאסן אז דארט וועל איך שרייבן אפאר ווערטער צו מיין טייערע זון.

שלמה'לע, איך האף אז דו ליינסט מיינע ווערטער. הער דיך ביטע גוט צו. איך האב גארנישט קעגן דיר. אז איך פרעג דיר וואס עס טוט זיך, מיינט נישט אז איך וויל דיר וויי טון. ווען טאטי האט דיר געפרעגט פארוואס דו ביזט אנגעקומען שפעט צום בר מצוה פאריגע וואך. האסטו גענטפערט אז דו האסט געווארט אויפ'ן בעיביסטער! שלמה, די צווייטע העלפט פון די מעשה איז, אז טאטי האט נישט געקענט שלפן ביינאכט! שלמה'לע טייערער, דו האסט געדארפט זען מיט וואספארא צעבראכנקייט טאטי האט אויסגעזאגט גאנץ תהילים פארטאגס, נאכ'ן נישט קענען שלאפן א גאנצע נאכט!

דו האסט מסתמא אזוי געענטפערט, ווייל דו האסט אפשר געמיינט אז טאטי פילט נישט דיין ווייטאג און פארשטייט נישט דיינע געפילן. אבער טראכט נישט אזוי, שלמה'לע. פונקט ווי איך ווייס נישט וואס עס טוט זיך ביי דיר אינדערהיים, ווייסטו נישט וואס עס טוט זיך אפ ביי אונז אינדערהיים. צי ווייסטו אפשר אז פסח ביינאכט האט טאטי נישט געהייסן די איינקלעך פרעגן די פיר קשיות, ווייל טאטי האט געציטערט פון דיין צעבראכענעם גייסט? שלמה'לע, צו ווייסטו אז די צווייטע נאכט פסח, ווען דו האסט געגעסן ביי דיין שווער, האט נחומ'ס יענקעלע געפרעגט מיט א קינדערישע תמימות: "זיידי, פארוואס וויינסטו אזוי שטארק?" ער האט דאס געפרעגט זעענדיג טאטי נאכ'ן זיך שטיקן מיט טרערן, ביי וכאן הבן שואל. אז יענקעלע האט שוין געוואגט צו פרעגן, האט זיך נחמה'לע אויך אנגערופן עפעס וואס האט נאר צוגעגאסן זאלץ צו די וואונדן. נחמה'לע האט זיך מיט איר תמימות אנגערופן: "זיידי, אונז האמיר געלערנט אין סקול אז מען טאר נישט אנכאפן א נאסע פאפיר, ווייל מען קען אויסקוועטשן און מען טאר נישט."

שלמה'לע, עס גייט כמעט נישט אריבער א יארצייט פון א צדיק וואס א קוויטל מיט דיין נאמען און דיין ווייב'ס נאמען זאל נישט געלייגט ווערן ביים ציון. ווען טאטי טרעפט נאר איינעם וואס פארט צו די הייליגע מקומות, ווערט יענער גלייך באפאלן מיט א קוויטל.

שלמה'לע, דו ווייסט אז ל"ג בעומר איז שוין פיר אזייגער פארטאגס געווען טאג ביי אונז? טאטי און איך זענען אויפגעשטאנען און אויסגעזאגט גאנץ תהלים. איך וויל דיר יעצט אויך קלאר מאכן, אז ווען טאטי האט דיר געזאגט אז דו זאלסט צוגעבן דעם נאמען שמעון, האט ער נישט געמיינט זיך אריינצומישן. פארקערט, ער וויל דיך אזוי שטארק זען אויפ'ן "ארון הקודש" מאכן מיט התרגשות דעם ברכה: אשר קדשנו במצותיו וצונו להכניסו בבריתו של אברהם אבינו, אסאך שטערקער ווי דו שטעלסט זיך פאר.

שלמה'לע, איך קען שרייבן און שרייבן און נישט פארטיג ווערן מיט די געפילן וואס עס טוט זיך אלץ אפ ביי מיר און טאטי. איך האף דו וועסט אונז פארשטיין, און אונז פארשאפן נחת.

ווען מיר וועלן הערן אז עס דא גוטע נייעס, וועט דאס אונז זיין דאס בעסטע טאג אין לעבן, א טאג וואס מיר קוקן שוין אזוי ארויס דערויף די לעצטע 6 יאר. שלמה'לע, מיר ווארטן שוין קוים צו קענען גיין באזוכן די קימפעטארין אין שפיטאל, איבערגעבנדיג א שיינע מתנה פאר'ן נייעם נשמה'לע אויף וואס מיר האבן אזוי געלעכצט.

לאמיר האפן אז ווען דו וועסט ליינען דעם בריוו וועט עס מער נישט זיין אקטועל, און מיר וועלן זיך פרייען אינאיינעם גליקליכערהייט און געזונטערהייט, ווי עס איז דער וואונטש פון יעדע טאטע און מאמע.

ווי עס שרייבט פון הארץ ארויס
דיין איבערגעגעבענע מאמע
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1790
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע:BETWEEN

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

שדכן גדול האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 11:35 pm
אלס איינער וואס האט געווארט עטליכע יאר, מיר האט עס נישט געשטערט ווייל איך האלט מיך אביסל מער ערוואקסן פון דעי מחשבות ווי, איך בין א נעבעך, יענער מאכט זיך א שמחה ס'גייט אים גוט און ער איז נאך א צדיק אויכעט און ער זארגט פאר צעבראכענע מענטשן... ער געט מיר קוואטער.... וכו' וכו', מיך האבן אסאך מענטשן אנגעוואונטשן ברבים אז איך שוין "בקרוב" געהאלפן ווערן, און איך האב געענטפערט "הויעך" אמן...

באט מיר שטערט נישט אסאך זאכן, וואס פאר אנדערע שטערט עס זייער.

אבער איך ווייס קלאר אז פאר אסאך מענטשן טוט עס זייער וויי.
זעלבע געוואלט שרייבן, דאס איז אן געזינטע עדיטוט ווען מען לעבט נישט פאר סאסייעטי, און יענעמס מחשבות /מיינונג אינטערסירט ווי די פאריעריגע שניי..

מיך האט אויך איינער מזכה געווען יארן צוריק ביי אן אדמו"ר ז"ל מיט די כיבוד פאר א סגולה, נישט בייגעפאלן צו זיין באליידיגט.. לול

און אפילו ווען סאיז יא דא אומאנגענעמליכקייטן איז נישט געזינט צו ווערן באליידיגט... און מען קען העכסטענס אינזינען האבן א צווייטן אויך בשעת מען האט ביזיונות...

באמת גערעדט, די וואס כקען וואס זענען געהאלפן געווארן האבן געטון די זעלבע סגולה וואס שטייט און פרשת תולדות.. ויעתר יצחק.. אנשטאט אנטראגן מקווה וואסער און סגולות זיי מתפלל בינך לבין קונך וועסט מער אויפטון.
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע:צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: אביסל אווערנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

שטארקע אור האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:01 am
מציאות איז אז רוב, נישט אלע, קינדערלאזע פארפעלקער מער ווי צוויי און א האלב יאר נאך די חתונה, זענען נישט אינטערעסירט אין קיין קוואטרנות. אוודאי זענען דא אויסנאמען, אבער רוב ווילן עס נישט. איז בעפארן טראכטן אנצושדכענען עמיצן מיט דעם געוואלדיגן סגולה, טראכט צוויי שעה.

באמת ברויך מען נישט קיין דערויסענדע שטודיעס דאס פעסטצושטעלן, יעדער וואס בלעטערט נאר דורך דעם אשכול קען זיך עס אליין איבערצייגן דורך פילע אידן וואס האבן געשריבן דא אז זיי זענען געווען אין די זעלבע מצב און האבן נישט ליב געהאט (מילד גערעדט), ווען מען האט זיי מכבד געווען מיט קוואטער. (אויב איינער האט די געדולד, וואלט אפשר אינטערסאנט אז איינער זאל צוזאמקלויבן די אלע תגובות לכאן ולכאן אין איין תגובה, פון די וואס שרייבן אז זיי האבן עס דוכגעלעבט אויף די אייגענע ביינער, און העמיר זעהן צו עס בלייבט נאך איבער זיך צו טענה'ן דערויף).
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטש 2 פראצענט אמת.
מפתח - פויליש פארווע ארטיקלען
אוועטאר
אדלמאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 21, 2024 7:49 pm

תגובה דורך אדלמאן »

להחיות האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 10:56 pm
אז דו אפפערסט קוואטער פאר א פארפאלק וואס איז שוין מער ווי א יאר נאך די חתונה און האט נאכנישט קיין קענדער האסטו שופך דם געוועהן. פינטל.
אנשטאט פינטל שרייב לעניות דעתי. אדער מיינונג פון איין מאן.

איך האב יא הנאה געהאט צו ווערן מכובד מיט קוואטערשאפט. ווי אויך אלס עלטערע סינגל האב איך זייער עפרישיעיטעט א ווארעמע ברכה פון הארץ.

אדלמאן האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:32 am

מיינונג פון איין מאן איז עס זיכער נישט, קוק נאר אביסל איבער דעם אשכול העסטו זעהן אז אנדערע האבן געשריבן ענליכס.
אויך איז אינטערעסאנט צו הערן ביי וויפיל יאר ווארטן איר האט אפרישיעטעט קוואטער, און צו עס איז געווען בדוק ומנוסה.

אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6721
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

תגובה דורך אזוי גאר! »

פויליש פארווע האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:19 am

ווי אויך קען מען ליינען פון אסאך וואס האבן נישט געהאט קיין פראבלעם, קיין 95-5% אויף איין זייט האב איך נישט געזען דא.

אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:45 am

און אויב איז עס 70-30 איז יא כדאי?, אז רוב זאלן זאגן אז זיי האבן עס יא ליב געהאט זעהט מען זיכער נישט דא.

פויליש פארווע האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:43 am

איך האב הנאה געהאט נישט אלס סגולה שבו נאר וועגן דעם ווארעמע געפיל אז עמיצער טראכט פון מיך און פראבירט צו טון וואס ער קען.

דו האסט געשריבן נאך א יאר פונם חתונה איז עס שופך דם, און דערויף האב איך מגיב געווען. קאן זיין ביי פינף יאר איז אנדערש - מאכט גראדע סענס אז עט סאם פוינט קריכט עס.
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6721
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

Re: אביסל אווערנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

פויליש פארווע האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:50 am
אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:45 am
פויליש פארווע האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:19 am
שטארקע אור האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:01 am
מציאות איז אז רוב, נישט אלע, קינדערלאזע פארפעלקער מער ווי צוויי און א האלב יאר נאך די חתונה, זענען נישט אינטערעסירט אין קיין קוואטרנות. אוודאי זענען דא אויסנאמען, אבער רוב ווילן עס נישט. איז בעפארן טראכטן אנצושדכענען עמיצן מיט דעם געוואלדיגן סגולה, טראכט צוויי שעה.

באמת ברויך מען נישט קיין דערויסענדע שטודיעס דאס פעסטצושטעלן, יעדער וואס בלעטערט נאר דורך דעם אשכול קען זיך עס אליין איבערצייגן דורך פילע אידן וואס האבן געשריבן דא אז זיי זענען געווען אין די זעלבע מצב און האבן נישט ליב געהאט (מילד גערעדט), ווען מען האט זיי מכבד געווען מיט קוואטער. (אויב איינער האט די געדולד, וואלט אפשר אינטערסאנט אז איינער זאל צוזאמקלויבן די אלע תגובות לכאן ולכאן אין איין תגובה, פון די וואס שרייבן אז זיי האבן עס דוכגעלעבט אויף די אייגענע ביינער, און העמיר זעהן צו עס בלייבט נאך איבער זיך צו טענה'ן דערויף).
ווי אויך קען מען ליינען פון אסאך וואס האבן נישט געהאט קיין פראבלעם, קיין 95-5% אויף איין זייט האב איך נישט געזען דא.
און אויב איז עס 70-30 איז יא כדאי?, אז רוב זאלן זאגן אז זיי האבן עס יא ליב געהאט זעהט מען זיכער נישט דא.
כדאי אז וואס? מציע זיין פאר איינער וואס די ביסט גענוג נאנט מיט איהם? און די קענסט אביסל זיין נפש?
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע:צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: אביסל אווערנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:02 am

כדאי אז וואס? מציע זיין פאר איינער וואס די ביסט גענוג נאנט מיט איהם? און די קענסט אביסל זיין נפש?
קען זיין אז דו קענסט אים באמת, און ווייסט זיכער אז יענער וואלט עס געדארפט, די פראבלעם איז נאר, אז אנדערע וואס טראגן עס אן, מיינען אויך אז זייער ידיד וואלט זיך געפרייט דערצו בשעת באמת שטערט עס זיי, און היות רוב ברויכן עס נישט, וואלט איך ענדערשט געזאגט אפאר קאפטילעך תהלים לזכותו ווי איידער איינשטעלן מצער צו זיין מיין ידיד.
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטש 2 פראצענט אמת.
מפתח - פויליש פארווע ארטיקלען
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע:צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: אביסל אווערנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

אדלמאן האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:53 am

איך האב הנאה געהאט נישט אלס סגולה שבו נאר וועגן דעם ווארעמע געפיל אז עמיצער טראכט פון מיך און פראבירט צו טון וואס ער קען.

דו האסט געשריבן נאך א יאר פונם חתונה איז עס שופך דם, און דערויף האב איך מגיב געווען. קאן זיין ביי פינף יאר איז אנדערש - מאכט גראדע סענס אז עט סאם פוינט קריכט עס.
יישר כח פאר'ן אויסקלארן.
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטש 2 פראצענט אמת.
מפתח - פויליש פארווע ארטיקלען
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3718
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע:ביי די גמרא

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: אביסל אווערנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:45 am
פויליש פארווע האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:19 am
שטארקע אור האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:01 am
מציאות איז אז רוב, נישט אלע, קינדערלאזע פארפעלקער מער ווי צוויי און א האלב יאר נאך די חתונה, זענען נישט אינטערעסירט אין קיין קוואטרנות. אוודאי זענען דא אויסנאמען, אבער רוב ווילן עס נישט. איז בעפארן טראכטן אנצושדכענען עמיצן מיט דעם געוואלדיגן סגולה, טראכט צוויי שעה.

באמת ברויך מען נישט קיין דערויסענדע שטודיעס דאס פעסטצושטעלן, יעדער וואס בלעטערט נאר דורך דעם אשכול קען זיך עס אליין איבערצייגן דורך פילע אידן וואס האבן געשריבן דא אז זיי זענען געווען אין די זעלבע מצב און האבן נישט ליב געהאט (מילד גערעדט), ווען מען האט זיי מכבד געווען מיט קוואטער. (אויב איינער האט די געדולד, וואלט אפשר אינטערסאנט אז איינער זאל צוזאמקלויבן די אלע תגובות לכאן ולכאן אין איין תגובה, פון די וואס שרייבן אז זיי האבן עס דוכגעלעבט אויף די אייגענע ביינער, און העמיר זעהן צו עס בלייבט נאך איבער זיך צו טענה'ן דערויף).
ווי אויך קען מען ליינען פון אסאך וואס האבן נישט געהאט קיין פראבלעם, קיין 95-5% אויף איין זייט האב איך נישט געזען דא.
איך האב געמאכט אן אנקעטע אויף א געוויסע פלאטפארמע ווי עס דרייען זיך אינגעלייט וואס האבן געהאט קינדער שפעט אדער ווארטן נאך, סהאבן געענטפערט איבער דרייסיג אינגעלייט, איך האב געגעבן דריי אפציעס, איינס איך וויל זיין קוואטער, די צווייטע אפציע איז געווען איך וויל נישט מכובד ווערן מיט קוואטער, די דריטע אפציע איז געווען איך וויל נישט זיין אבער איך וויל מזאל מיך מכבד זיין.

קיינער, אבער קיינער, אין גם אחד האט נישט געענטפערט אז ער וויל עס, סאיז געווען אן אנאנעמעס אנקעטע, קיינער האט נישט געוויסט וואס מהאט געענטפערט, מהאט געקענט רואיג ענטפערן וואס מהאט געוואלט, 89 פראצענט האבן געזאגט אז זיי ווילן נישט מכובד ווערן מיט קוואטער, 11 פראצענט האבן געזאגט אז זיי ווילן מכובד ווערן אבער ווילן עס נישט נעמען.

קוק ארויף וועסטו זעהן אז איך האב געשריבן ניינציג פראצענט ווילן עס נישט. למעשה בין איך אףף מיט איין פראצענט, וואס איז נאך אין די מארזשין אוו עראר.

איך האב פרוף דערויף אבער איך וויל עס נישט ארויפשטעלן.

פון די וואס זאגן דא אז סהאט זיי נישט געבאדערט ווען זיי האבן געווארט, האט איינער שוין געזאגט אז ער האט געווארט סך הכול א יאר, און לכאורה די איבריגע זענען ענדליך, און איינער האב איך סתם א חשד אז ער חושט און ער גאר זיין א בחור.
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

איך האב געווארט 3
יאר פאר מיין בכור זז''ג
מיר האָבן מיטגעהאלטן אסאך אזוינע עפיזאדן, אבער דאס מערסטע לאכעדיג איז געווען ווען די זיידע האט מיר אנגערופן אנטראגן עפעס א פארשידענע סגולה וואס ארבעט פלאי פלאים.... מיר און די ב''ב האבן זיך פיין אויסגעלאכט ווייל אט יענע טאג האבן מיר אנגערופן די באבע מודיע זיין אז ס'דא גוטע נייעס בלויז ווייל מיר האבן נישט פארגינען די זיידע צו נעמען קרעדיט אז זיינע סגולות האבן געברענגט די ישועה.

אגב, מיר האבן א שטיקל שווערע הארץ אויף יענע זיידע, די סגולה אנטראגע איז נישט די סיבה, ס'נאר איינע פון די סימפטאמען....
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

איך ווייס נישט וואס איז די מקור פון די קוואטער סגולה אבער לענ''ד קען מען זאגן בדרך אפשר אז ווען א מצפים לישועה פארפאלק זענען קוואטערס ברענגט דאס ארויס א טיפע קרעכץ פון אלע בני המשפחה וואס האלטן מיט....
א לב נשבר שפאלט הימלען
אלזא די בעסטע עצה איז פארשטייט זיך נישט צו רודפן און ארויף צווינגען סגולות אויף יענעם, אבער די מצפה לישועה אליינס זאל זיך שטארקן און זיך מחזק זיין צוזאמען מיט נוות ביתו און אסאך מאל לוינט זיך צו פארקוקען און נישט זיין פארנומען מיט וואס יעדער טראכט אדער זאגט.....

איך פלעג כסדר מחזק זיין מיין ב''ב מיט די דאזיגער ווארט:

אלוקים ברא את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים"

די רבש''ע האט אויסגעטרויטן א גראדע וועג פאר יעדעם, די ישועה וועט אנקומען בס''ד נענטער ווי ווייטער בעתו ובזמנו, די ווייטאג האט אונז די אויבערשטער געגעבן און ער האט אונז אויך געשאנקען די נויטיגע מיטלען זיך צו ספראווען מיט דעם.

אבער מיר דארפן זיכער מאכן נישט צו זיין פון די וואס זענען די "והמה בקשו חשבונות רבים" - מ'פאנגט אן צו מאכן חשבונות וואס דער גייט טראכטן און וואס יענער גייט זאגן... מיר דארפן זיין פארנומען זיך צו מחזק זיין באמונה און נישט זיין פארנומען מיט אלע זייטיגע חשבונות.

די וועלט זאגט אז צרות שענקט די באשעפער און עגמת נפש נעמט מען אליינס....

אלזא די אויפוואכונג איז ריכטיג, און די אלע מצפים לישועה זאלן אי''ה בקרוב געהאלפן ווערן אבער ביזדערווייל לאכטס פון א יעדעם, מה ששלכם שלכם, איר דארפט נישט טראגן אויך יענעמס ווייטאג, ס'איז גענוג די אייגענע.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”