זאכן וואס מאכן מיך וויינען
וויאזוי זאגט דער עולם דא לעצטנס? "ברוכים הבאים"...
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
לכאורה האט געשריבן: שוין א וויילע וואס איך דריי זיך ארום מיט א געדאנק צו גרונדן אזא סארט אשכול, און יעצט איז עס אונטערגעקומען.
וויאזוי זאגט דער עולם דא לעצטנס? "ברוכים הבאים"...
לכאורה האט געשריבן: אבער וואס ברענגט מיך צו גרונדן דעם אשכול פונקט יעצט, איז צוויי עפיזאדן וואס איך האב מיטגעלעבט היינט צופרי.
2) נאכ'ן דאווענען טרעף איך אן אייניקל פון א איד וואס איך ווייס אז ער ליידט שוין חדשים לאנג פון די קאראנע ווירוס אבער גייט ב"ה צוביסלעך צו בעסערונג. פרעג איך אים "איז דא עפעס נייעס ביים זיידן?"
ער זאגט מיר אז יא, ב"ה, ער ווערט בעסער און בעסער. ער קען נאכנישט רעדן, צוליב די 'טרעיק', אבער ער קען שוין שרייבן.
ער פירט אויס "ער האט שוין אפילו געבעטן א הגדה און א מחזור"...
איך וויין נאך יעצט!
טראכט אריין, דער איד איז שוין פארשלאפט זינט אדר, גאנצע דריי חדשים פארלאפן אויפ'ן קאלענדער בשעת ער ליגט בין שמים לארץ, און יעצט האלט ער אינמיטן לאנדען ב"ה, אבער ער מיינט נאך אז מיר שטייען אין די טעג בעפאר פסח.
וויינט מיט מיר פאר אלע חולי ישראל.
מטעמים האט געשריבן: @לכאורה, שוידערליך!
א קדיש פון א קינד מאכט מיר וויינען.
א חופה
זעהן רב הירש צוגרייטען פאר אידען דעם שבת קודש.
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: דעס מאכט מיך אייביג ווייענען
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: נאך אזאך וואס מאכט מיך וויענען, האבעך לעצטנס באמערקט,
ווען איך זעה די חתן זיצט נעבן די כלה ביי מצווה טאנץ, קאסט דאס מיר יעדעס מאל אפאר טרערעלעך,
סטיטשינער האט געשריבן: צק
גארנישט.
עפעס Wראנג מיט מיר?
לכאורה האט געשריבן:כאניש וואס צו טון האט געשריבן: נאך אזאך וואס מאכט מיך וויענען, האבעך לעצטנס באמערקט,
ווען איך זעה די חתן זיצט נעבן די כלה ביי מצווה טאנץ, קאסט דאס מיר יעדעס מאל אפאר טרערעלעך,
אפשר דארף מען מאכן א באזונדערע אשכול אויף "ביאורים" אויף "זאכן וואס מאכן מיך וויינען" אשכול... אבער דערווייל וועל איך שרייבן דא:
עס איז מעגליך אז דיין טריגער איז, ווייל דו דערמאנסט דיך די זיסע מינוטן ווען דו ביסט דארט געזעצן, און דו בענקסט זיך צוריק צו יענע געשמאקע מאמענטן ווען כל העולם כולו כדאי הוא לו, מען ווערט ארומגעפירט כמלך בגדוד, מלך ביפיו תחזינה עיניך, מ'שוועבט אין אנדערע אטמאספערעס
און דאן געבסטו זיך א וועק אויף צום רעאליטעט, אז דאס לעבן איז נישט אלעמאל שמעקעדיגע רויזן, און דו הייבסט אן רחמנות באקומען אויף דעם פרישן פארפאלק וואס שמייכלט צו די וועלט און די וועלט שמייכלט צו זיי, דו ווילסט זיי ווארפן א פריינטליכע ווארנונג פונדערווייטנס: 'פסס, פסס, כאפ אריין ווילאנג די וועלט לאכט ארום דיר, עס האלט נישט אן אויף אייביג, איך קום שוין פון דארט'
(כ'סאונד שוין ווי 'נשמה'?)
לכאורה האט געשריבן:סטיטשינער האט געשריבן: צק
גארנישט.
עפעס Wראנג מיט מיר?
גארנישט? פרוביר דיך צו דערמאנען ( א פראסק פון א רבי? דיין אייגענע חופה? געבורט פון א קינד?)
---
- א לוי' פון א אינג בחור'ל רח"ל
לכאורה האט געשריבן: (וויינען מיינט נישט אלעמאל מיט טרערן, מ'קען זיך סתם אזוי געבן א צוכליפעץ און געגאנגען ווייטער)
- א קינד'ס וויינען נאכ'ן ברית
לכאורה האט געשריבן: זיך דערמאנט נאך א שטארקע זאך ביי מיר
- א הכנסת ספר תורה (סיי ווען, סיי וואו, דאס זעהן אידן טאנצן אויף די גאס מיט א ס"ת)
לכאורה האט געשריבן: זיך דערמאנט נאך א שטארקע זאך ביי מיר
- א הכנסת ספר תורה (סיי ווען, סיי וואו, דאס זעהן אידן טאנצן אויף די גאס מיט א ס"ת)