ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך חבקוק
»
מאנטאג אוגוסט 10, 2020 6:19 pm
זיכער איינס, ווייל צוויי איז זיכער נישט. ווער עס קען נאר אביסל מאטעמאטיקס פארשטייט אז איינס האט זיראו טשאנסען אין די צייט וואס צוויי איז א זיכערע פארלירער ווען מען נעמט אין באטראכט אז איינס קעגן צוויי איז ווי פיר קעגן פינף נישט דא קיין שום שכל צו בכלל אנהייבן טראכטן אנדערש ווען מען קען טראכטן אזוי צום גראדן שכל הישר, נאר א פארקרומטער קען בכלל טראכטן אין אנדערן ריכטונג און נאר איינער וואס פארט ראנג וועי קען קוקן אזוי קרום און אומשכל'יש, דעריבער, נעמטס א פשוטע קאלקיולעטער וואס יעדער האט ביי זיך אין שטוב אדער אויפן טעלעפאן אדער בארגטס פון א געטרייען שכן איינס און דאן מאכטס דעם שנעלן חשבון מיט פען אויף פאפיר וואס יעדער האט ביי זיך אין שאפע אוועקגעלייגט ווען מען וועט עס דארפן נוצן אין א צייט פון געברויך, דאן וועט איר קלאר זען מיט די אייגענע אויגן און יענעמ'ס נאז ווי איינס איז א זיכערע פראנט ראנער און די צייט וואס צוויי איז א זיכערע בעיק ראנער פול פאארס מיטן גאנצן שטארקייט ווי קיינמאל בעפאר וואס אלע שטייען און שטוינען און לאכן וויאזוי דאס קען בכלל זיין אין די צייט וואס איינס וועט עס קיינמאל נישט מאכן צוליב די פשוטע סיבה אז צוויי מאכט עס לייק נעווער עגעין. דעריבער איז איינס קעגן צוויי ווי איינס קעגן זעראו נישט דא בכלל קיין צוויי וועגן און זייטן צו טראכטן און ווער עס טראכט אנדערש איז בכלל נישט אריין אין די גדר פון א מענטש אז מען זאל זיך רעכענען מיט זיינע טראכטערייען און שרייבערייען. בערך אזוי קוקן אויס אלע אנאליזן פון צייטונג שרייבער וואס האבן א חוש צו מאלן וואסער און נישט צוקומען צו גארנישט. איך מיין איך ווער טאקע א צייטונג שרייבער. חברה, ערווארטס מיר בקרוב אין אלע ניוז פעפער'ס גויאיש צו אידיש צוגלייך. אלע קרעדיט דערפון גענצליך פאר אייוועלט וואס האט מיר געהאלפן צוקומען צו דער אנערקענונג אין מיינע טאלאנטן און אויסגעשארפטע חושים. ביז אהער איז די אנאליז. שלמה סופר שרייבער.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...