מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

איך האף
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2017 3:27 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך האף »

loyodea האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 6:18 am
ווי זע' מיר האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 1:15 am
הארזים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 1:14 am
ארויסגעקומען א לענגערע קליפ פון די לויה אין בית מדרש אין וויליאמסבורג
קען דאס איינער ביטע ברענגן דא?
ס'איז אין די אנדערע אשכול
וועלכע?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19903
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איך האף האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 7:09 am
loyodea האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 6:18 am
ווי זע' מיר האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 1:15 am
הארזים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 1:14 am
ארויסגעקומען א לענגערע קליפ פון די לויה אין בית מדרש אין וויליאמסבורג
קען דאס איינער ביטע ברענגן דא?
ס'איז אין די אנדערע אשכול
וועלכע?
viewtopic.php?p=4236812#p4236812
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הרה"ק רבינו משה ב"ר חיים צבי זי"ע, (טייטלבוים), אדמו"ר מסאטמאר, בעל ברך משה,
איז געבוירן אין שטאט ראצפערט אונגארן, כ"ג חשון תרע"ה.

צו זיין טאטן הרה"ק רבי חיים צבי בעל עצי חיים מסיגוט זי"ע,
בן הרה"ק רבי חנני' יו"ט בעל קדושת יו"ט מסיגוט זי"ע,
בן הרה"ק רבי יקותיאל יהודה בעל ייטב לב זי"ע,
בן הרה"ק רבי אלעזר ניסן מדרוהוביטש זי"ע,
בן הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע.

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת ברכה סימא ע"ה,
בת הרה"ק רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע, הי"ד,
בן הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע.

ער איז געווען דער צענטער דור פונעם הייליגען בעש"ט הקדוש זי"ע,
ווייל הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע, איז געווען א איידעם ביי הרה"ק רבי מרדכי דוב מהורנסטייפל זי"ע,
בן הרה"ק רבי משולם זושא מטאלמאש זי"ע,
בן הרה"ק רבי יחיאל מיכל מקירימא זי"ע,
בן הרה"ק רבי צבי מנחם מאניפולי זי"ע,
חתן הרה"ק רבי דוד מאולניב זי"ע,
בן הרה"ק רבי צבי זי"ע,
בנו יחידו פון מרן הרה"ק הבעש"ט זי"ע.

אויך איז ער געווען א אייניקל פונעם הייליגע בעל התניא זי"ע,
ווייל הרה"ק רבי משולם זושא מטאלמאש זי"ע, איז געווען א איידעם ביי הרה"ק רבי יעקב ישראל מטשערקאס זי"ע,
בן הרה"ק רבי מרדכי מטשרנוביל זי"ע, חתן הרה"ק רבי דובער מליובאוויטש זי"ע, בן הרה"ק רבי שניאור זלמן בעל התניא זי"ע.

יום הקדוש תרע"ה איז אנגעקומען א שמועה אז די רוסישע מיליטער דערנעטערט זיך צו דעם שטאט סיגוט,
דער הייליגער עצי חיים איז דאן אנטלאפען קיין ראצפערט צום שווער, און דארט אין ראצפערט איז דער רבי דער ברך משה געבוירן געווארן, און וויילענדיג דארט אין ראצפערט איז דער עצי חיים געגאנגען צו הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע, וואס האט אים זייער מכבד געווען ביי דעם טיש און אויך האט ער אים געהייסן זיין דער בעל קורא ביים ליינען און געגעבען די עלי' פון שישי.

דאנערשטאג ראש חודש כסלו תרע"ה איז פארגעקומען די ברית, מיט סנדקאות האט דער עצי חיים מכבד געווען הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע,
דער בעלזא רב האט אנגעטון דעם שטריימל לכבוד דעם ברית און געהייסן אויך די אלע יושבים מען זאל זיך אנטון שבת'דיג לכבוד דעם ברית ביים עצי חיים זי"ע.

מען האט דעם קינד א נאמען געגעבן נאכן הייליגען זיידע דער ישמח משה זי"ע, ויקרא שמו בישראל משה.

דארט ביים ברית האט זיך געמאכט א פלפול אין עפעס א סוגיא צווישן די בעלזער רב און רבי שלום אליעזר'ל דער שווער פונעם עצי חיים, און דער עצי חיים איז דארט געזעצען און אויסגעהערט דעם גאנצן שמועס.
נאך א שטיק צייט האט דער בעלזער רב געפרעגט פונעם עצי חיים וואס ער זאגט.
האט דער הייליגער עצי חיים געהייסן ברענגען א גמרא און געוויזען אז די גאנצע פלפול איז א תוספות אין ש"ס.
די אלע רבנים וואס זענען דארט געווען זענען ארויס פון התפעלות פון דעם בקיאות פונעם עצי חיים זי"ע, און דער בעלזער רב האט דערנאך געזאגט פאר זיינע מקורבים אז דער גרעסטער חידוש פון די גאנצע מעשה איז די כוח המעצר פונעם הייליגען עצי חיים פון נישט ארויסווייזען זיין בקיאות פאר מען האט אים געפרעגט.

דער ברך משה זי"ע, האט געהאט די זכי' בילדותו צו קענען אסאך צדיקים וקדושים מדורות הקודמים, ווייל זיין טאטע דער הייליגער עצי חיים פלעגט אים אסאך מיטנעמען ווען ער איז געגאנגען צו צדיקים און אויך פלעגט ער מיטגיין ווען דער טאטע איז געפארן קיין סאבראנץ צום בעדער, ער האט נאך געזעהן הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע,
און הרה"ק רבי בעריש'ל ווערעצקיער זי"ע, און איינמאל איז ער געווען מיטן טאטן ווען ער איז געגאנגען שפאצירן מיט הגה"צ רבי שמואל גראס אב"ד קראלי זי"ע, און אויך האט ער זוכה געווען צו קענען אסאך תלמידים פונעם הייליגען זיידן דער ייטב לב זי"ע.

אויך איז ער איין יאר געפארן מיטן זיידן הרה"ק רבי שלום אליעזר'ל זי"ע הי"ד קיין צאנז אויף די יארצייט פונעם זיידן דער דברי חיים זי"ע, און דאן האט ער זוכה געווען צו זעהן הרה"ק רבי אריה' לייבוש הלברשטאם אב"ד צאנז זי"ע, און אויך הרה"ק רבי סיני הלברשטאם זשמיגראדער רב זי"ע הי"ד.

ער האט אסאך געלערנט פון זיין הייליגען טאטן דער עצי חיים זי"ע, וואס האט דעם קינד געהאלטן נאנט צו זיך ווי דאס שווארץ אפעל פונעם אויג.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

ליידער איז ער געווען נאר 11 יאר ווען עס איז אים אוועקגענומען געווארן זיין הייליגע טאטע פריצייטיג זייענדיג 46 יאר אלט, און עס האט זייער צובראכען דעם קינד משה וואס איז געווען מורא'דיג צוגעבינדען צום גרויסן טאטן, און ליידער 3 חדשים שפעטער איז שבר אחר שבר אויך די מאמע ע"ה נפטר געווארן פון גרויס צער פון פארלירען איר הייליגער מאן,
און די קינדער זענען געבליבן קיילעכדיגע יתומים פון די טאטע און די מאמע.

דאן האט דעם רבינ'ס פעטער הרה"ק בעל ויואל משה מסאטמאר זי"ע גענומען דעם שטוב אינטער זיך, ער האט באזארגט אלע געברויכען פאר דעם גאנצען שטוב און זיי חתונה געמאכט, דאן איז דער ברך משה געווארן גאר מקושר צום פעטער זי"ע, וואס האט מיט אים אסאך געלערנט און אויך האט ער געהאט א זכי' צו גיין אויף אסאך נסיעות מיטן פעטער זי"ע.

אין חדר יארן האט ער געלערנט ביי הרב החסיד רבי יעקב דייטש ז"ל, אין סיגוט, אויך האט ער געלערנט ביי החסיד המפורסם רבי חיים הלל הילער ז"ל.

ער האט דאן זייענדיג א גאר יונג קינד שוין גע'שמ'ט מיט זיין שארפע קאפ און א געוואלדיגע התמדת התורה, און ער איז געווען די ילד שעשועים ביי זיין טאטן פאר די קורצע צייט וואס ער האט נאך זוכה געווען צו זיין על ברכי אביו ביז צו דעם פריצייטיגע פטירה, און ווי באקאנט האט די לעצטע שטיק צייט ווען די טאטע איז שוין געווען זייער נישט געזונט און ער פלעגט ליידער ליגען אין בעט פלעגט ער דארט אין בעט לערנען מיט זיינע צוויי הייליגע קינדער אסאך סוגיות פון ש"ס און דאס איז געבליבן מיטן רבין דער ברך משה יארן שפעטער.

אלס בחור האט ער געלערנט ביי הגה"צ רבי זלמן לייב גרויס אב"ד בערבעשט זי"ע, וואס האט מיט אים געלערנט שולחן ערוך חושן משפט און אים געגעבן די הוראה, און שפעטער ווען די טאטע איז נפטר געווארן האט דער בערבעטשער רב זי"ע זיך אריבער געצויגען קיין סיגוט כדי ארויסצוהעלפן די משפחה פונעם עצי חיים און אויך צו צוהעלפן דעם יונגען רב הרה"ק רבי יקותיאל יהודה זי"ע הי"ד וואס האט דאן איבער גענומען דאס רבנות אין סיגוט.

ער האט זוכה געווען זיך מתאבק זיין בעפר פון גרויסע צדיקי דורו, ווי זיין פעטער הרה"ק רבי ישעי'לע טשחויבער זי"ע,
און הרה"ק רבי אליעזר דוד גרינוואלד אב"ד סאטמאר בעל קרן לדוד זי"ע, אויך הרה"ק בעל כנסת יחזקאל מדעעש זי"ע, און הרה"ק רבי נפתלי טייטלבוים אב"ד נירבאטור זי"ע, און הרה"ק רבי פיניעל'ע מאוסטילא זי"ע הי"ד, און אויך זיין פעטער הגה"צ רבי מנחם מענדל ראזענפעלד אב"ד מקאמינקא זי"ע, א איידעם פונעם זיידן רבי שלום אליעזר'ל זי"ע.

ערב שבת קודש פרשת כי תבא תרצ"ו האט ער חתונה געהאט בזיווג ראשון מיט הרבנית הצדקת מרת חנה ע"ה, די טאכטער פון זיין פעטער הגה"צ רבי חנוך העניך מאיער אב"ד קערעצקי זי"ע, איידעם ביי זקינו הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.

הרה"ח ר' לייב פראמאוויטש ז"ל האט דערציילט אז ער האט געהאט די זכי' צו געבן דעם ערשטן קוויטל פארן רבין דער ברך משה זי"ע, און דאס איז געווען ביי די חתונה ווען דער פעטער רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געהייסן דעם חתן אז ער זאל נעמען קוויטלעך, און דער פעטער האט צוגעקוקט בחדות הנפש ווי ער נעמט קוויטלעך.
אויך האט הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע געגעבן פארן רבין דרשה געשאנק לכבוד דעם חתונה.

נאך די חתונה איז ער געבליבן סמוך על שלחנו פונעם שווער דער קערעצקיער רב זי"ע,
מען האט אים דארט אויפגענומען אלס ריש מתיבתא אין ישיבת בית דוד פונעם שווער, און פון דארט זענען טאקע ארויסגעקומען גאר חשובע בחורים און מורי הוראות בישראל.

סוף יאר בשנת תש"א האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין שטאט זענטא, און די פעטער רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז געקומען אויפן ערשטען שבת כדי צו באגלייטען דעם יונגען רבין אויפן נייעם פלאץ,
דארט האט ער געהאט א גרויסע עולם פון תלמידים פונעם זיידן דער קדושת יו"ט און פון זיין טאטן דער עצי חיים זי"ע, וואס האבן דעם רבין אויפגענומען מיט א שמחה, און ער האט דארט מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער תלמידים מיט א מוראדיגע התמדה, אויך פארציילט מען אז די גאנצע קוויטל געלט וואס ער האט געמאכט יענעם ערב יום כיפור האט ער געגעבן פאר הגה"ק רבי אליעזר יעקב רויזניץ דומ"ץ סיגוט זי"ע הי"ד.

דארט אין זענטא האט ער אויפגעשטעלט א ישיבה ווי עס האבן געלערנט גאר גרויסע תלמידי חכמים, הרה"ג רבי יוסף נייהויז זי"ע, שוואגער פון הגה"צ מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע, האט אים אסאך געהאלפן מיט די ישיבה, ער איז ליידער אומגעקומען ביי די צווייטע וועלט מלחמה און דער רבי האט זיך ממש מוסר נפש געווען און זיך מטפל געווען מיט זיין קבורה.

ווינטער תש"ג איז ער געפארן קיין קאלוב אויף די יארצייט פון הרה"ק רבי אייזיק'ל קאלובער זי"ע, ווען ער איז אהיים געפארן איז ער דורך געפארן דעם שטאט ראצפערט איז ער אריין צום זיידן הרה"ק רבי שלום אליעזר'ל זי"ע הי"ד, ווען ער האט זיך געזעגענט פונעם זיידן האט דער זיידע אים געגעבן א ברכה בזה"ל, "דער אויבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט פארן לשלום".
און דער ברך משה האט געזאגט אז די ברכה האט אים באגלייט אויפן וועג אהיים ווען אפאר אונגערישע סאלדאטען האבן אים באפאלן אויפן וועג אהיים מיט א געוואלדיגע רשעות און ער איז ממש ארויס מיט ניסים.
אויך די גאנצע צווייטע וועלט מלחמה האט דער ברך משה אייביג געזאגט אז ער האט מרגיש געווען אז די לעצטע ברכה וואס ער האט באקומען פונעם הייליגען זיידן פון ראצפערט זי"ע האט אים באגלייט צו ווערן געראטעוועט.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

בשנת תש"ד ליל התקדש החג פסח אינמיטן סדר נאכט זענען די דייטשן ימ"ש באפאלען דעם שטאט זענטא, און ווי זיי האבן זיך געפירט האבן זיי גלייך געזיכט די רבנים, דער רבי האט זיך באהאלטן פאר צוויי וואכן.

אבער ד' אייר האט מען דעם רבין מיט אלע אידן פונעם שטאט געפירט אין ביהמ"ד און דארט איז מען געבליבן פאר 2 טאג, דערנאך האט מען אלע אידן אריבער געפירט קיין באיא, פארציילט מען אז אויפן וועג פון זענטא קיין באיא איז מען דורכגעפארן דעם שטאט סעגעדין.
איז דארט געווען צוויי ברית'ן אין הרה"ג רבי אברהם יונגרייז אב"ד סעגעדין זי"ע האט ערלעדיגט אז דער רבי זאל זיין סנדק ביי די ברית'ן, און לפלא פון דעם שטאט סעגעדין זענען כמעט נישט געבליבען ליידער קיין אידן וואס האבן דורך געלעבט די מלחמה אבער די צוויי קינדער וואס דער רבי איז דאן געווען סנדק האבן דורך געלעבט, איינס איז געווען הגה"צ רבי יוסף משה גרינוואלד שליט"א אב"ד צעהלים, און די צווייטע איז געווען הרה"ג רבי יהושע ברוך ווערצבערגער שליט"א מנהל התאחדות אברכים דסאטמאר.

שפעטער איז דער רבי אנגעקומען צום טרויעריג בארימטן לאגער אוישוויץ,
ווען מען איז דארט אנגעקומען האבן די אידן דארט אנגעזאגט אז מען זאל ח"ו נישט זאגן אז מען איז א רב ווייל די רשעים הרג'ענען גלייך די רבנים.
האט דער רבי געזאגט אז ער איז א פעלד ארבעטער, אבער ווען דער רשע מענגעלע ימ"ש האט געזעהן די איידעלע הענט פונעם רבין האט ער גלייך מיט רשעות געשריגען "זי הענט ראבינער" און געוואלט שיקען אויף לינקס.
אבער בחסדי השם איז דאן אנגעקומען נאך א פרישע טראנספארט און דער רבי האט זיך אריינגעשווערצט אויף די רעכטע זייט און דארט איז אויך געווען הרה"ח רבי יעקב פאלאק ז"ל וואס האט אסאך ארויסגעהאלפן דעם רבין דארט אין לאגער, אבער ליידער די רביצין און די דריי קינדער האט מען געשיקט אויף לינקס און זענען דעם צווייטען טאג שבועות אומגעקומען על קידוש השם הי"ד.

דארט אין לאגער האט מען אסאך געליטן מיט די עבודת הפרך אבער ער האט דארט עוסק געווען אין לערנען תורה בעל פה און אסאך מחזק געווען די צובראכענע אידן, אויך איז דארט געווען הרה"ח רבי ליפא שווארץ ז"ל שפעטער דער מנהל המוסדות סאטמאר אין ירושלים.
האט ער איינמאל געטראפן דעם רבין זייער וויינען, האט ער געפרעגט דעם רבין פארוואס ער וויינט, האט דער רבי געזאגט "ווער ווייסט וואו דער פעטער געפינט זיך".

פארציילט הרה"ח רבי ליפא שווארץ ז"ל אז איינמאל זענען די רשעים געקומען זאגן אז מען גייט אריבער פירן א חלק אידן צו א אנדערן פלאץ ווי די ארבעט איז גרינגער, אסאך אידן האבן זיך צו געכאפט דערצו, און רבי ליפא האט אויך געוואלט גיין.
אבער דער רבי האט אים געזאגט אז ער האט מקובל מבית אבותיו אז ווען מען איז אין א מקום סכנה זאל מען פון זיך אליין נישט גיין אויף א אנדערן פלאץ, רבי ליפא האט דאך נישט געוואלט איבערלאזן דעם רבין איז ער אויך דארט געבליבן,
און ליידער די אלע וואס זענען געגאנגען זענען נעבעך אומגעקומען אויף קידוש השם, דאן האט רבי ליפא געזעהן אז ער איז ניצול געווארן דורך'ן פאלגען דעם רבין.

יענעם יאר תש"ד איז פאר זיי געלונגען נישט צו דארפן ארבעטן פסח אין דער רבי האט אפגעשריבען די גאנצע הגדה דארט אין לאגער, און אויך ראש השנה תש"ה האבן זיי געזאגט פאר די קאמאנדיר אז זיי האבן לייז און זיי קענען נישט גיין צו די ארבעט און אזוי האט מען געקענט דאווענען די תפילות ראש השנה, דערנאך יום כיפור האט מען ערב יו"כ געפויעלט ביים קעכער אז מען זאל אריינברענגען דאס עסן בעפאר די שקיעה כדי מען זאל נישט דארפן עסן אים יו"כ.

מען איז זיך צוזאמגעקומען פאר כל נדרי און מען האט געבעטן דעם רבין צו זאגן דברי התעוררות און עס איז צוגעגאנגען מיט שרעקליכע בכיות און ער האט מיט זיינע ווערטער זייער מחזק געווען די צובראכענע נשמות און אריינגעבלאזען א פרישען גייסט אין די אידן.

אויך האט דער רבי געהאט א פאר תפילין וואס אסאך אידן זענען געקומען דאס לייגען יעדן טאג, אויך האט ער אפילו זייענדיג אזוי צובראכן פון אלע צרות וואס ער אליין איז דורך האט ער כסדר מחזק געווען די צובראכענע אידן און אסאך טובות געטון פאר אידן מיט מסירת נפש ממש.

דארט אין לאגער איז געווען א מרשעת וואס האט געהאט א גרויסע הינט און פלעגט מיט רשעות אנרייצע דעם הינט אויף אידישע קינדער וואס זענען נעבעך אסאך אומגעקומען על קידוש השם דורכן הינט, איינמאל האט זי אנגערייצט דעם הינט אויף 3 אידן און איינע פון די זענען געווען דער רבי,
אבער דער הינט איז צוגעקומען צום רבין און זיך אויסגעדרייט און אזוי איז געווען אפאר מאל, ביים לעצטן מאל האט זיך דער הינט צעווילדעוועט און צעריסן דעם מרשעת, כן יאבדו כל אויביך ה'.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

כ"ה אייר תש"ה איז דער רבי מיט נאך 40,000 אידן באפרייט געווארן פון לאגער אין טערעזיענשטאט, די השגחה עליונה האט מציל געווען דעם רבין פאר אונזער דור צו קענען פירן די עדה הקדושה.

און שטאט פראג האט דער רבי זיך געטראפן מיט צוויי קינדער פון הרה"ק דער סלאטפינער רב זי"ע, א איידעם ביים עצי חיים זי"ע, און חודש תמוז איז דער רבי צוריק געפארן קיין סיגוט בית אבותיו, דארט האט ער געטראפן די שטאט מיט די ביהמ"ד ווי די הייליגע טאטע און זיידעס האבן געדאווענט איז אלס געווען חרוב, דארט האט דער רבי חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת פעסל לאה ע"ה, בת הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים אב"ד וואלאווע זי"ע, ימים נוראים איז דער רבי געווען אין טעמעשוואר.

דאן האט דער רבי געוואלט פארן קיין אמעריקע, אבער מען האט געברויכט האבן א וויזא כדי צו קענען פארן קיין אמעריקע,
איז דער רבי געפארן קיין דעברעצין און פראבירט דארט צו באקומען די וויזא'ס פאר זיך און די רעבעצין און די צוויי קרובים און די הויז בחור, אבער דער באאמטער האט נישט געוואלט אינטערשרייבען די וויזא'ס און געלאזט נאר זיגלען די וויזא'ס.

ערב ראש השנה תש"ז איז דער רבי אנגעקומען קיין פלארידא הארט פארן זמן, און צום גדלי' תש"ז איז ער אנגעקומען קיין ניו יארק און גלייך אריבער קיין וויליאמסבורג און דארט גלייך געגאנגען געבן שלום פארן פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס איז אנגעקומען קיין אמעריקע צוויי טאג בעפאר.
הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט זיך זייער געפרייט צו זעהן דעם רבין און אים גאר שטארק מקרב געווען.

יום כיפור תש"ז האט ער געדאווענט ביים פעטער אין ביהמ"ד און ער האט אים צוגעשיקט צום עמוד פאר שחרית, שפעטער האט דער פעטער אים געהייסן עפענען א אייגען ביהמ"ד און פירן א עדה הקדושה.

דאן איז ער געווארן רב אין ביהמ"ד עצי חיים אין וויליאמסבורג ווי עס האבן שוין דאן געדאווענט די תלמידים און חסידים פונעם טאטן דער עצי חיים זי"ע, און דארט איז ער געווען רב אין סיגוט פאר 15 יאר און געפירט די סיגעטער קהלה.

בשנת תשכ"ה האט ער זיך אריבער געצויגען קיין בארא פארק און דארט אויפגעשטעלט דעם ביהמ"ד סיגוט און אויך האט ער אויפגעמאכט א ישיבה און א כולל ווי הונדערטער אידן זענען דארט אויפגעוואקסן על התורה ועבודה.
ספעציעל איז געווען דארט מיטן רבין הרה"ק רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן ראב"ד סאטמאר זי"ע, וואס האט דארט געדינט אלס מגיד שיעור און אסאך געהאלפן דעם רבין מיטן פירן דעם ישיבה.

אויך איז ער דאן געווען באוויסט מיט זיין חריפות אין הלכה און געפירט אסאך דין תורה'ס צוזאמען מיט הגה"צ מטארטיקאוו זי"ע, און הגה"צ מטשאקעווע זי"ע.

די גדולים בדורו האבן באוואונדערט זיין געוואלדיגע קלארע פארשטאנדט סיי אין הלכה און סיי אין פראקטיק פון ארויסקומען מיט א קלארע פסק הלכה וואס ער איז געווען א גאר פארשטענליכע מענטש.
און ווי הרה"ק מתולדות אהרן זי"ע, האט זיך איינמאל אויסגעדריקט צו זיין זוהן "איך האב נאך נישט געזעהן א גרויסער בקי אין הלכות מקוואות ווי דער סיגוטער רב".

אויך איז ער דאן געשטאנען לימין קדשו פונעם פעטער ביים אויפשטעלן און פירן די "התאחדות הרבנים" און אויך געשטאנען צו די האנט פארן פעטער ביי יעדע געלעגנהייט וואס עס האט אויסגעפעילט,
זיין נאמען איז געווען פון די ערשטע צו אינטערשרייבען אויף יעדע זאך וואס די פעטער האט ארויס געלייגט און אייביג געווען גרייט צו אריינשפרינגען און אויספירן דאס ווילען פונעם פעטער זי"ע.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

ביום כ"ו אב תשל"ט איז ליידער אפגעטאן געווארן די קרוין פון דעם יהדות החרדית איבער דער וועלט, ווען דער הייליגער רבי רבינו יואל טייטלבוים זי"ע איז נסתלק געווארן, עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין אבער מענטשען האבן נישט געגליייבט אז די זון וועט נאך אויפשיינען די קומענדיגע טאג, יעדער האט ממש געשפירט ווי מען האט פארלוירען דעם טאטן, דעם איד וואס מען האט מתפלל געווען יעדן טאג און געהאפט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו, מען האט נישט געוויסט ווי אזוי מען וועט ווייטער אנגיין.

אבער דער הייליגער באשעפער האט אונז נישט פארלאזט און איבער געלאזט דעם רבין דער ברך משה זי"ע, וואס האט איבער גענומען די עדה הקדושה, און ווי אזוי ער האט זיין גאנץ לעבן געזאגט אז די עדה הקדושה איז נישט זיינס נאר עס איז א משכון וואס דער פעטער האט אים דאס איבערגעגעבן און ער וועט דאס בקרוב צוריק געבן.

י' אלול תשל"ט האט מען דעם רבין אויפגענומען אלס ממלא מקום פונעם פעטער מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע,
אבער ער האט דאס ערשט אנגענומען א יאר שפעטער, און כ"ח אב תש"מ איז פארגעקומען די מסיבת ההכתרה.
עס זענען זיך צוזאמען געקומען אלפים מישראל מכל קצוי תבל ובתוכם די צדיקי הדור וועלכע האבן געקרוינט דעם רבין אלס אב"ד ק"ק סאטמאר איבער דער גארער וועלט, אויך איז ער דאן געקרוינט געווארן אלס נשיא העדה החרידת, און נשיא התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה, און אויך אלס נשיא כולל שומרי החומות און קרן הצלה אין ירושלים.

ווי באקאנט האט ער אויף יעדן פרט נאר געקוקט ווי אזוי דער פעטער זי"ע האט זיך געפירט און נישט געלאזט אוועק רירען פון די מסורה וואס מען האט מקבל געווען פון אבותינו ורבותינו הקדושים, און כמה פעמים געזאגט ווען משיח וועט קומען במהרה בימינו וועלן מיר איבערגעבן די הייליגע מוסדות פארן רבין זי"ע און אים זאגן אט זענען די מוסדות התורה מיר געבן דאס צוריק ווי מיר האבן דאס באקומען אן קיין שום שינוי.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

ער איז געווען א יחיד במידת הענווה ופשטות אן עניו ושפל ברך "גם האיש משה עניו מאוד".
ער האט ביי זיך בכלל נישט פארמאגט קיין חשיבות און עס איז ביי אים געווען איינגעבאקן די מדה פון ענוה מאבותיו הקדושים, און אפילו זייענדיג דער רבי פון כלל ישראל האט ער זיך אראפגעלאזט צו יעדן איינעם אפילו צו א קינד, און זיכער פאר יעדן תלמיד חכם האט ער געהאט א געוואלדיגע הכנעה.

ווען אידן פלעגן קומען מיט א קוויטל אדער זיך מזכיר זיין און מען פלעגט אים זאגן "דער רבי זאל דערלעבן אונז צו פירן קעגן משיח צדקנו" האט ער געזאגט "איך וויל נישט פירן, איך וויל גיין אינאיינעם קעגן משיח צדקנו".

פארציילט א איד אז איין יאר האט זיך דער רבי געגרייט צום סעדות הילולא פונעם זיידן דער קדושת יו"ט זי"ע, כ"ט שבט,
און ער האט זיך ארומגעדרייט ביי זיך אין שטוב פארקאכט.
איז אריינגעקומען איינע פון די מקורבים און דער רבי האט אים געזאגט בזה"ל "מען גרייט זיך יעצט צו די יארצייט סעודה פונעם זיידן דער קדושת יום טוב, איך טראכט אריין, וואס א שייכות האבן מיר מיטן קדויו"ט צי וואס פראווענען מיר די סעודה", נאך עטליכע מינוט טראכטן האט דער רבי ממשיך געווען און געזאגט "פונקט יעצט האט א איד זיך מזכיר געווען אז ער נויטיגט זיך אונעם סכום פון אכציג טויזענט דאלער, איז אויב מיר וועלן צושטעלן דעם סכום צו העלפן דעם איד, דאן וועלן מיר האבן א שטיקל שייכות צו די פריערדיגע צדיקים".

ער האט פון זיין גרויס עניוות נישט געלאזט ארויסגעבן זיינע דברי תורה און חידושים אפילו ער האט געהאט הונדערטער פסקים אין הלכה וואס ער האט אלס ארויסגעגעבן, שפעטער האט ער שוין מסכים געווען אז מען זאל ארויסגעבן.

אנפאנג איז ארויסגעקומען די 3 חלקים חידושי תורה מהר"ם ט"ב על מועדים וואס איז נתקבל געווארן דורך די חסידים די בכל אתר ואתר.

בשנת תשנ"ה איז ארויסגעקומען די ספר "ברך משה" על התורה פון זיינע דברי תורה על שולחנו הטהור און שלש סעודות און ימים טובים וואס איז ארויסעגעגבן געווארן דורך זיין זוהן הרה"ג רבי חנני' יו"ט ליפא שליט"א רב דקהל ברך משה דזענטא, די ספר איז געווארן אויפגענומען דורך די חסידים ומעריצים פונעם רבין מיט א שמחה עצומה, וואס יעדע תורה פאר זיך איז געפלאכטן מיט א געוואלדיגע חריפות.

ווען מען דערמאנט זיך נאר פון די אלע הייליגע תפילות א גאנץ יאר קומט א בענקעניש, ער האט געדאווענט מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש, עס איז געווען כל עצמותי תאמרנה, וקול ה' שובר ארזים, משה ידבר והאלקים יעננו בקול, עס איז צוגעגאנגען מיט א צובראכענקייט און טרערן און תחנונים, און די הייליגע תפילות זענען אריינגעדרינגען טיף אין אלע איברים און דערוועקט א געפיל פון יראה און התרוממות,

ווער רעדט נאך פון די תפילות ימים נוראים און ימים טובים, די פייערדיגע תקיעות שופר דרשות און כל נדרי, די צובראכענקייט וואס מען האט געהערט ווען דער רבי האט געזאגט די פסוקים בעפאר שופר בלאזען מען האט געהערט אויפן קול ווי דער רבי בעט פאר זיך און פאר די גאנצע עדה הקדושה א גוט געבענטשט יאר,

דערנאך די הייליגע הקפות ווי מען האט געהאט די זכי' צו זעהן א דמות פון א צדיק פונעם פאריגען דור טאנצט און פרייט זיך מיט די הייליגע תורה שעות ארוכות אן א אפשטעל מיטן גאנצן כח און קוקט בכלל נישט ארויס פונעם טלית נאר טאנצט מיטן גאנצן הארץ זיך פרייענדיג מיט די הייליגע תורה.

זיינע געהויבענע טישן וואס זענען צוגעגאנגען מיט א מוראדיגע ווארעמקייט, מען האט אויפן רבין נישט געזעהן קיין חילוק פון א נעילת החג טיש אדער א שבת טיש, ער האט זיך געפירט מיט זיין פשטות אייביג און געפירט די טישן מיטן דרך אבותיו ורבותיו הקדושים.

ווער עס געדענקט נאך די דרשות פונעם רבין זי"ע, וואס ער האט נישט פארפעלט צו רעדן פון אמונה אונעם גרויסן באשעפער און אייביג דערמאנט די אני מאמין בביאת המשיח און געבעטן צו זינגען דעם ניגון אני מאמין און געארבעט אריינצולייגען די ריינע אמונה און זיינע חסידים.

זיין הארץ און געפיל צו א אנדערן איד קען נאר איינער וואס האט געהאט די זכי' אריין צו גיין צו אים פארשטיין, ווען א איד איז אריינגעקומען זיך מזכיר זיין מיט א צרה האט מען געזעהן ווי עס טרעט אים צו צום הארץ און אפילו געקענט לאזן א טרער מיטפילענדיג יענעמס צרה.
און זיך כמה פעמים אפגערעדט אז אידן קומען מיט הזכרות אבער מען קומט נישט פארציילען ווען מען ווערט געהאלפן, ווייל ווען איינער איז יא צוריק געקומען פארציילען אז מען איז געהאלפן געווארן האט מען אויפן פנים פונעם צדיק געזעהן א שמייכעל און א שמחה פאר יענעם איד כאילו ער אליין איז דא געהאלפן געווארן, און יעדע צובראכענע איד האט געוויסט אז ביים רבין איז דא א אוזן קשבת וואס איז אייביג גרייט צו העלפן.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,
בתו מרת חיה ע"ה, אשת הרב רבי דוד בעריש מייזליש שליט"א אב"ד סאטמאר בארא פארק,
בנו אדמו"ר מסאטמאר רבי אהרן שליט"א,
בנו הרב רבי חנני' יום טוב ליפא שליט"א אב"ד זענטא וויליאמסבורג,
בנו אדמו"ר מסאטמאר רבי יקותיאל יהודה שליט"א,
בנו הרב רבי שלום אליעזר שליט"א, אב"ד סאטמאר 15 עוועניו בארא פארק,
בתו מרת ברכה סימא, אשת הרב רבי דוד מייזליש שליט"א, אב"ד סאטמאר מאנטריאל,
בתו מרת הענדל, אשת הרב רבי חיים יהושע האלברשטאם שליט"א, גאב"ד סאטמאר מאנסי.

ליידער ווינטער תשס"ו איז ער געווארן זייער שוואך און נישט געפירט קיין טישן אבער ליל פורים האט מען געהאט די זכי' אז דער רבי איז אריינגעקומען צו די מגילה ליינען און טויזנטער חסידים זענען געקומען זעהן די צורת קדשו פון זייער רבין נאכן נישט זיין מיטן ציבור פאר א לאנגע צייט, אויך פורים צופרי האבן די חסידים געהאט די זכי' זיך צו גיין געזעגענען ביים רבין אינעם גרויסן טאג פורים וואס איז מסוגל אויף רפואות און ישועות.

סוף חודש אדר תשס"ו האט זיך די מצב פארערגערט ביים רבין און מען האט געטראפן אויפן שדרה פונעם רבין א געוואוקס וואס די באהאנדלונגען האבן זייער אפגעשוואכט דעם רבין, איבעראל האבן אידן מתפלל געווען און איינגעריסען פאר זייער רבין "רבינו משה בן ברכה סימא לרפו"ש".

ראש חודש ניסן איז נאך דער רבי געווען סנדק ביי א אייניקל פון זיין זוהן רב דקהל ברך משה שליט"א, און מען האט געהאפט אז עס וועט מקויים ווערן וואס חז"ל זאגן "נולד בן במשפחה נתרפאה כל המשפחה".

אבער ליידער פארנאכט האט מען דעם רבין אריינגעפירט אין שפיטאל צוליב א שוואכקייט וואס איז אים באפאלען, דינסטאג ו' ניסן איז דער רבי אוועקגעפאלן און מען האט אים ליידער געברויכט ארויף לייגן אויף מאשינען, אידן איבער די וועלט האבן ווייטער איינגעריסען אז דער באשעפער זאל שיקן א רפואה שלימה בקרוב פארן רבין, אבער דער רבי איז פארבליבן אין שפיטאל אויף יו"ט פסח.

מאנטאג פרשת תזריע טהרה איז די מצב געווארן זייער שלעכט, די בלוט דרוק איז געפאלן, און מען האט צוזאמגערופען די קינדער אז זיי זאלן קומען אין שפיטאל,
דער ציבור האט ווייטער איינגעריסען שערי שמים אז מען זאל אונז נאך איבער לאזן דעם צדיק אויף די וועלט.

אבער ליידער פארנאכט נאנט צו 7 אזייגער ניצחו אראלים את המצוקים און דער רבי איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים ביום כ"ו ניסן תשס"ו, א טאג נאכן יארצייט פונעם גרויסן זיידן דער הייליגער צאנזער רב זי"ע, און מיטן הסתלקות פונעם רבין איז אוועק גענומען געווארן פון די לעצטע שריד פון צדיקים וואס האבן נאך זוכה געווען נתגדל צו ווערן על ברכם פון צדיקים וקדושים שרפי מעלה ובעלי רוח הקודש.

די לוי' איז פארגעקומען נאך יענע נאכט במעמד רבבות ישראל אין גרויסן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, ווי דער צדיק האט אזויפיל יארן שופך שיח געווען צו בורא כל העולמים און איינגעריסען פאר ישועות פארן ציבור, דערנאך איז פארגעקומען דער לוי' אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל, און מען האט אים געלייגט אינעם אוהל פונעם פעטער רביה"ק זי"ע.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1481
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

Screenshot 2023-04-17 .png
Screenshot 2023-04-17 .png (328.53 KiB) געזען 1559 מאל
https://drive.google.com/file/d/1xJDvRS ... sp=sharing
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

מרגלא בפומיה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 1:07 pm
מאנטאג פרשת תזריע טהרה איז די מצב געווארן זייער שלעכט, די בלוט דרוק איז געפאלן, און מען האט צוזאמגערופען די קינדער אז זיי זאלן קומען אין שפיטאל,
דער ציבור האט ווייטער איינגעריסען שערי שמים אז מען זאל אונז נאך איבער לאזן דעם צדיק אויף די וועלט.

אבער ליידער פארנאכט נאנט צו 7 אזייגער ניצחו אראלים את המצוקים און דער רבי איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים ביום כ"ו ניסן תשס"ו, א טאג נאכן יארצייט פונעם גרויסן זיידן דער הייליגער צאנזער רב זי"ע, און מיטן הסתלקות פונעם רבין איז אוועק גענומען געווארן פון די לעצטע שריד פון צדיקים וואס האבן נאך זוכה געווען נתגדל צו ווערן על ברכם פון צדיקים וקדושים שרפי מעלה ובעלי רוח הקודש.
מאנטאג אינדערפרי ביום פטירתו איז אים למז''ט געבוירן געווארן די ערשטע דור חמישי
מייק פענס 2024
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 6:45 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייק פענס 2024 »

מה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומשמש

זכותו הגדול יגן עלינו!
אטעטשמענטס
Screenshot_20230417-135702 (1).png
Screenshot_20230417-135702 (1).png (110.21 KiB) געזען 1346 מאל
די לעצטע שאנס צו ראטעווען די רעפובליקאנער פארטיי פון א טאטאלע צוזאמבראך:

ניקי העילי פאר פרעזידענט!
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

מרגלא בפומיה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 1:07 pm
בשנת תשנ"ה איז ארויסגעקומען די ספר "ברך משה" על התורה
בשנת תשנ"ה האט אנגעפאנגען ארויסקומען די ספרי ברך משה - וואס האט גענומען אפאר יאר ביז ס'איז ארויסגעקומען די גאנצע סעט
אזוי אויך איז ארויסגעקומען די ספרי ברך משה על מועדים
און א ספר דרש משה פון דרשות
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7241
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

התבונני האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:32 pm
מרגלא בפומיה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 1:07 pm
בשנת תשנ"ה איז ארויסגעקומען די ספר "ברך משה" על התורה
בשנת תשנ"ה האט אנגעפאנגען ארויסקומען די ספרי ברך משה - וואס האט גענומען אפאר יאר ביז ס'איז ארויסגעקומען די גאנצע סעט
אזוי אויך איז ארויסגעקומען די ספרי ברך משה על מועדים
און א ספר דרש משה פון דרשות
די חידושי תורה פון שנת תשנ"ח איז געדרוקט געווארן אין א באזונדערע ספר'ל מיטן נאמען מילי דמיטב.
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

חידוש נפלא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:37 pm
התבונני האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:32 pm
מרגלא בפומיה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 1:07 pm
בשנת תשנ"ה איז ארויסגעקומען די ספר "ברך משה" על התורה
בשנת תשנ"ה האט אנגעפאנגען ארויסקומען די ספרי ברך משה - וואס האט גענומען אפאר יאר ביז ס'איז ארויסגעקומען די גאנצע סעט
אזוי אויך איז ארויסגעקומען די ספרי ברך משה על מועדים
און א ספר דרש משה פון דרשות
די חידושי תורה פון שנת תשנ"ח איז געדרוקט געווארן אין א באזונדערע ספר'ל מיטן נאמען מילי דמיטב.
האלב נ"ז און האלב נ"ח אויב איך געדענק גוט
(ווי אויך אפאר בענדער 'אבני שהם' מיט דרשות)
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7241
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

התבונני האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:39 pm
(ווי אויך אפאר בענדער 'אבני שהם' מיט דרשות)
די בענדער אבני שהם איז צוזאמען מיט דרשות פון זיין זון מהר"א.
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1574
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

חידוש נפלא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:41 pm
התבונני האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:39 pm
(ווי אויך אפאר בענדער 'אבני שהם' מיט דרשות)
די בענדער אבני שהם איז צוזאמען מיט דרשות פון זיין זון מהר"א.
דרש משה איז אלעס ארויסגענומען פון אבני שוהם
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

היסטאריקער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 3:10 pm
חידוש נפלא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:41 pm
התבונני האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:39 pm
(ווי אויך אפאר בענדער 'אבני שהם' מיט דרשות)
די בענדער אבני שהם איז צוזאמען מיט דרשות פון זיין זון מהר"א.
דרש משה איז אלעס ארויסגענומען פון אבני שוהם
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

אזאנס זעהט מען נישט קיין סאך, דער ברך משה האט אריינגעשריבן אין ספר אפאר שורות, פאר א ידיד מיט א ווארימקייט!

https://bidspirit.com/ui/lotPage/toraha ... AA?lang=he

אוועטאר
בן דוואשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 10:21 am

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דוואשע »

פיישל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 5:56 pm
אזאנס זעהט מען נישט קיין סאך, דער ברך משה האט אריינגעשריבן אין ספר אפאר שורות, פאר א ידיד מיט א ווארימקייט!

https://bidspirit.com/ui/lotPage/toraha ... AA?lang=he

וועלכע משה פריעדמאן משב"ק
אויב יא איז עס גאנץ א שיינע זאך
עס שטייט נישט קיין ערגעץ אז סאיז אסור צו גלעטן א קאץ אינמיטן כל נדרי!
[פאר די אלע וואס פרעגן כסדר ווי שטייט עס]
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

פארוואס פארקויפט ער עס?
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

שאול ידידיה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 6:00 pm
פארוואס פארקויפט ער עס?
ער האט נישט אזא זון, קען נישט זיין ער
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

פיישל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 6:04 pm
שאול ידידיה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 6:00 pm
פארוואס פארקויפט ער עס?
ער האט נישט אזא זון, קען נישט זיין ער
כ'מיין ס'יא א זון.
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

סמעטענע האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 6:09 pm
פיישל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 6:04 pm
שאול ידידיה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 6:00 pm
פארוואס פארקויפט ער עס?
ער האט נישט אזא זון, קען נישט זיין ער
כ'מיין ס'יא א זון.
פון וועם, די גבאי?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”