די פאסט מייסטער סעמאטוכע / וואלן דורך די פאסט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18271
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

די פאסט מייסטער סעמאטוכע / וואלן דורך די פאסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טוט זיך מיט א פרישע סקאנדאל וואס האט אויפגעקראכט, עפעס וואס קען פארשאטענען אלע פריערדיגע סקאנדאלן, און וועט זיכער זיין א הויפט דיסקוסיע פאר א תקופה, מעגליך אן ערענסטע עלעקשאן טאפיק. איז מיינעך כדאי אן עקסטער אשכול.

די רעדע איז פון די יונעטעד סטעיט פאוסטעל סערוויס, וואס איז ערווארטעט צו דינען א הויפט ראלע אין די בעפארשטייענדע זשענעראל עלעקשאנס, זינט ס'דאך קאראונע צייטן און מעיל אין וואוטינג איז אויף א פרעצענטלאזע הויעכע שטאפל, זענען אלע אויגן געווען געוואנדן אהין צום פאוסטעל סערוויס וואס וועט זיין דער הויפט שליח צו עקזעקיוטן א גרויס חלק פון די היי יעריגע היסטארישע וואלן און ס'איז נאטוראל געווען ערווארטעט אז זיי וועלן זיך עדזשאסטן און טוהן כאטש די מינימום הכנות צוצוגרייטן זייערע פאסילעטיס און אקטיוויטעטן צו קענען אקמאדירן דעם היילי סענסעטיוון יסוד פון דעמאקראטיע.

די ערשטע שאק איז געקומען ווען אצינד, בלויז געציילטע חדשים בעפארן עלעקשאן, האט די טראמפ אדמיניסטראציע געמאלדן אז דער דירעקטאר פון די פאוסטעל סערוויס, הנקרא 'פאוסטמעסטער גענעראל', ווערט איינגעטוישט מיט א נייער! ווער איז דער נייער? א הייסע טראמפ חסיד און גרויסער געלט ביישטייערער. שטייצעך דאס האט אנגעצינדן די ערשטע רויטע לעמפלען.

דאן האט אויפגעריסן די נייעס אז נישמער און נישווייניגער, דער פאוסטעל סערוויס האט פארארדענט א רייע פאסט אפיסעס צו גענצליך אפשפארן, אין אנדערע אפיסעס פארקלענערן סטעףף און שעות, און איבער אלעם דאס עלימינירן %15 פון די פאסט סארטירונג מאשינען נאציאנאל!

ווי נאר דאס האט געליעקט איז די תירוץ מטעם די אדמיניסטראציע געווען אז מ'רעדט נישט פון קיין פאקטישע עלימינירונג, נאר ענדערש א "רעלאקאציע"... דהיינו מ'רוקט פון איין פלאץ צום אנדערן, פשוט מען מאכט אביסל סדר אין שטעטל...

נעכטן האט ארויסגעליעקט א דאקומענט פונעם פאוסטעל סערוויס וואס טוט דירעקטירן די מאוו, און דארט שטייט קליפ און קלאר צו "עלעמענירן און דאמפן" אין סטארעדזשעס און אין דאמפסטערס די אלע אנגעגעבענע מאשינען. דאס הייסט, מען גייט דאס טאקע "רעלאקירן", נאר פון די פאסט אפיסעס אריין אין גארבידזש..

די רעדע איז דא פון שווערע מיליאנען דאלארן מאשינעריי ווערד, און שטייצעך א חוץ די עצם פארתכליווען ריזיגע שטייערצאלער געלטער וועט דאס דראסטיש רעדוצירן די עפעקטיוונעס און שנעלקייט מיט וואס די פאוסטעל סערוויס וועט קענען צעטיילן און שיקן ווייטער די פאסט. וואס אצינד שטייענדיג הארט בעפארן עלעקשאן קען דאס אנזייען מאסן כאאס און האבן א פאקטישע השפעה אויף די וואלן אויסקום.

די אדמיניסטראציע האט ווייטער געלייקענט אז דאס איז סייוואס פארבינדן מיט א ציל צו אונטערמינעווען די וואלן, ווי דעמאקראטישע וויילער זענען ערווארטעט זיך צו באניצן אין פיל גרעסערע נומבערס מיט די מעיל אין בעלאטס. וואס יא? ווייסעך נישט..

איז אבער טראמפ ערשינען נעכטן אין אן אינטערוויו דערקלערנדיג אז דאס נישט פאנדן די פאוסטל סערוויס גייט גוט אפטוהן דעמאקראטן וואס גייען ליידן ביי די מעיל אין בעלאטן... בעסיקלי מודה געווען די שטילע סוד הויעך אויפן ספיעקער..

ווי נאר די סקאנדאל האט געכאפט פייער און די מידיע און מענטשן אויף די סאשעל מידיע פלאטפארמעס האבן אויפגעהויבן א וויי געשריי היתכן דער קאנדידאט אליין אינעם עלעקשאן מעדעלט מיט די גאווערמענט און שפילט זיך ארום מיט די מעטאדן צו בענעפעטירן די תוצאה אויף זיין זייט, האט געשיקט א סובפינע פארן פאוסמעסטער גענעראל צו קומען פאר אן אויפטריט ענטפערן די פראגעס.

היות קאנגרעס איז נישט דארט ווערט באטראכט די מעגליכקייט פון אן עמערזשענסי היערינג.

דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא האט ארויסגעשיקט א זעלטען שארפע אטאקיר טוויט קעגן די טראמפ אדמיניסטראציע, שרייבענדיג אז אומשולדיגע אמעריקאנע בירגער גייען פאלן קרבנות צו אן אדמיניסטראציע וואס זענען מער באזארגד צו אונטערדריקן די עלעקשאן ווי א טויטליכע ווירוס!

אזוי אויך הערט זיך מער און מער רופן פון אלע זייטן פאר א פרישע "אימפיעטשמענט" היערינג אנבאלאנגט דעם פרישן סקאנדאל. און הגם ס'איז נאך גאר פריה צו וויסן ווי דאס וועט טראגן איז אבער זיכער אינטערסאנט נאכצופאלגן די ווייטערדיגע דעטאלן וואס וועט זיך אויסקאכן דערמיט.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6512
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

פאר דו גייסט ווייטער, זאג מיר נאר אויב דו ביסט מסכים אז די פריערדיגע סקאנדאל איז געווען א סקאנדאל אויף די פירערדיגע אדמינעסטראציע...? אז נישט פארוואס זאל איך נעמען די סקאנדאל פון דיר? ביסט דאך שארף איינזייטיג, און ווען אבאמע אליין פון וועם דו ברענגסט נאך, ארבעט צו אינטערברענגען זיין קעגענער, שרייסטו גאר אז דער נרדף איז שילדיג...

נאכאמאל, איך האב נישט קיין פראבלעם אז טראמפ האט סקאנדאלן... ער איז גארנישט אזא צדיק!... אבער כ'האב יא א פראבעלם מיט זייער אסאך ניקס דא וואס זיי האבן סאן גלעסעס נאר אויף איין אויג, איינער אויף די רעכטע אויג (זעט ער אלעס שווארץ) און די צווייטער אויף די לינקע אויג... ס'זייער פאני... ס'זעט אויס ווי די בילדער פון די ים רויבער...
ימים ידברוהאט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7083
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

חחח, די חברה ווערן נישט מיד פון טרעפן סקאנדאלן.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

יעצט קען מען שוין שרייען (אין ווערן הייזעריג) טראמפ פאר פריזען...
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע:אויבן אויפן בוידעם

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

ווען עס איז שטארק זוניג אין גאס וואלט איך נישט געגענגען אינטער אזא שאטן ווי די סקאנדאל וואס קען פארשאטענען אלע פריעדיגע סקאנדאלן.

די חברה זענען פון זונען.
רצונינו לעשות רצוניך.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9348
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אונז אייוועלט שרייבער זעמיר גרייט אןיף נאך אן אימפיטשמענט פארהער. בלייבט נאר איבער צו הערן פון די פאר איינגעשטעלטע אין קאנגרעס וואס זיי זאגן איבער דעם
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אפשר פארקערט
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

צי פארשטיין פארוואס די דעמאקראטען זענען אזוי שטארק פאר די פאסטעל אפיס איז גיט אוסציהערן יצחק קלאר אויף קול מבשר אנדעם קען מען נישט געהעריג פארשטיין וואס האבען די דעמאקראטען פון די פאסטעל סערוויס מער ווי די ריפאבליקענס
אנע פשרות
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 24, 2018 10:36 am

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנע פשרות »

אין מיין אפיניען דעזערוון נישט אמעריקאנער קיין דעמאקראטיע, גענוג וואוטער סופרעשאן איז אנגעגאנגען אלעמאל אין מ'שפילט נאך ווי כאילו ס'איז דעמאקראטיש.

א טויטן באגראבט מען ווייל ער לאזט זיך.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4377
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

שכוח כאפצעם! שיינע תגובה.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אפשר פארקערט
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

אפשר פארקערט האט געשריבן: צי פארשטיין פארוואס די דעמאקראטען זענען אזוי שטארק פאר די פאסטעל אפיס איז גיט אוסציהערן יצחק קלאר אויף קול מבשר אנדעם קען מען נישט געהעריג פארשטיין וואס האבען די דעמאקראטען פון די פאסטעל סערוויס מער ווי די ריפאבליקענס


Postal Service broke law in pushing time off for workers to ...www.washingtonpost.com › politics › 2017/07/19
Jul 19, 2017 - U.S. Postal Service mail vehicles sit in a parking lot at a mail ... off last fall to campaign for Hillary Clinton and other union-backed Democrats, ...
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1407
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

עכט היימיש האט געשריבן: שכוח כאפצעם! שיינע תגובה.

בקיצור... א שטורעם אין א גלעזל וואסער!
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אפשר פארקערט
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

אפשר פארקערט האט געשריבן:
אפשר פארקערט האט געשריבן: צי פארשטיין פארוואס די דעמאקראטען זענען אזוי שטארק פאר די פאסטעל אפיס איז גיט אוסציהערן יצחק קלאר אויף קול מבשר אנדעם קען מען נישט געהעריג פארשטיין וואס האבען די דעמאקראטען פון די פאסטעל סערוויס מער ווי די ריפאבליקענס


Postal Service broke law in pushing time off for workers to ...www.washingtonpost.com › politics › 2017/07/19
Jul 19, 2017 - U.S. Postal Service mail vehicles sit in a parking lot at a mail ... off last fall to campaign for Hillary Clinton and other union-backed Democrats, ...

https://www.wsj.com/articles/how-the-po ... 1503701664
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9258
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

א גוטן האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן: שכוח כאפצעם! שיינע תגובה.

בקיצור... א שטורעם אין א גלעזל וואסער!

אדער אין א זוניגע שאטן...
---
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9437
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

יצחק קלאר איז גראדע געווען און איז נאכאלץ דער נומער איינס "שרעקליכע היסטארישע סקאנדאל" אויפדעקונג בעקער..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

בעגינינג אף דע ענד
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק כאפצעם פאר די רעפארט אפילו עס איז שטארק בייעסד, לדעתי פארשטייט זיך.

שוין יארען וואס יעדער ווייסט אז די פאסט אפיס איז אנגעפיהלט מיט עדיטוד און אויסגעליידיגט פון סערוויס איז נישט מער ווי נארמאל אז די מערסט אקטיווע פרעזידענט זאל פרובירען טוהן וואס ער קען און נעמען דעם דורעכפאל פאר א סוקסעס און אט דאס איז די סיבה פאר די טוישינגען.

טראמפ האט נישט געוואלט מעיל אין צו עס איז וועגן פראוד אדער האט מורא צו פארלירען איז ווילאנג ער האט א נארמאלע בארעכטיגטע סיבה קען מען אים אומפיטשען פאר שנאה אבער נישט מטעם אז אין פאקט האט ער געטוהן עפעס ראונג.

איך האב זיך נאכנישט אריינגעלייגט אין די נושא איך האלט נאך דערווייל ביי די בוירטער אישו.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

לאזט אפ די פאליטישע חלק
וואס איז טראמפס אנטווארט אויף די חלק אז דער נייע פירער האט אינוועסטמענט ביי די קאמפיטעשין פון usps ?
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

ס׳מאכט זעך ביי די שענסטע משפחות
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4532
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

יאפס געהערט שוין היינט צופרי ווי די חברה בונטעווען איבער די 25 ביליאן דאללער וואס די דעמאקראטן פארלאנגען פאר די פאסטעל סערוויס און טראמפ האלט עס נישט ביים נאכגעבן

אפגעזעהן וואלט איך אפילו אין פרידנס צייטן קיינמאל נישט געטראסט די פאסטעל סערוויס מיט די וואלן פון די פרעזידענטשאפט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
בשעה טובה
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 12:17 am

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה טובה »

איך פארשטיי די ווייטאג פון די דעמאקראטן, די FBI אגענט וואס האט אנגעהויבן די אויספארשונג אנטקעגן די טראמפ קאמפיין איז נארוואס געפונען געווארן שולדיג דערפאר מוז מען וויכטיג אויפקומען מיט עפעס א סקאנדאל צו קענען אוועק דרייען די נייעס.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מטעמים האט געשריבן: איך האלט נאך דערווייל ביי די בוירטער אישו.

אבער יענע אשכול האט די הנהלה פארמאכט ווייל העריס שטיצער האבן אזוי געבעטן.
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

אינטערסאנט נאר, אז דאס איז דאך פון די טיקעט אויף וואס ער איז געלאפן, איך ווארט דאך דריי יאר צו זעהן וואס ער טוט, יעצט איז עס גאר א סקאנדאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן: איך האלט נאך דערווייל ביי די בוירטער אישו.

אבער יענע אשכול האט די הנהלה פארמאכט ווייל העריס שטיצער האבן אזוי געבעטן.

נישט פארמאכט, נאר צוזאמגעשטעלט מיט די אשכול כללי איבער די דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט קאנדידאט
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יא יא, נו פארוואס נישט צאמשטעלן דעם אשכול מיט די טראמפ כללי אשכול?
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
נודניק
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: טראמפ פאוסטעל סאבאטאזש סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

אוי אוי אוי, וואס דא גייט נישט פאר,

שומו שמים,
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”