די פאסט מייסטער סעמאטוכע / וואלן דורך די פאסט
די רעדע איז פון די יונעטעד סטעיט פאוסטעל סערוויס, וואס איז ערווארטעט צו דינען א הויפט ראלע אין די בעפארשטייענדע זשענעראל עלעקשאנס, זינט ס'דאך קאראונע צייטן און מעיל אין וואוטינג איז אויף א פרעצענטלאזע הויעכע שטאפל, זענען אלע אויגן געווען געוואנדן אהין צום פאוסטעל סערוויס וואס וועט זיין דער הויפט שליח צו עקזעקיוטן א גרויס חלק פון די היי יעריגע היסטארישע וואלן און ס'איז נאטוראל געווען ערווארטעט אז זיי וועלן זיך עדזשאסטן און טוהן כאטש די מינימום הכנות צוצוגרייטן זייערע פאסילעטיס און אקטיוויטעטן צו קענען אקמאדירן דעם היילי סענסעטיוון יסוד פון דעמאקראטיע.
די ערשטע שאק איז געקומען ווען אצינד, בלויז געציילטע חדשים בעפארן עלעקשאן, האט די טראמפ אדמיניסטראציע געמאלדן אז דער דירעקטאר פון די פאוסטעל סערוויס, הנקרא 'פאוסטמעסטער גענעראל', ווערט איינגעטוישט מיט א נייער! ווער איז דער נייער? א הייסע טראמפ חסיד און גרויסער געלט ביישטייערער. שטייצעך דאס האט אנגעצינדן די ערשטע רויטע לעמפלען.
דאן האט אויפגעריסן די נייעס אז נישמער און נישווייניגער, דער פאוסטעל סערוויס האט פארארדענט א רייע פאסט אפיסעס צו גענצליך אפשפארן, אין אנדערע אפיסעס פארקלענערן סטעףף און שעות, און איבער אלעם דאס עלימינירן %15 פון די פאסט סארטירונג מאשינען נאציאנאל!
ווי נאר דאס האט געליעקט איז די תירוץ מטעם די אדמיניסטראציע געווען אז מ'רעדט נישט פון קיין פאקטישע עלימינירונג, נאר ענדערש א "רעלאקאציע"... דהיינו מ'רוקט פון איין פלאץ צום אנדערן, פשוט מען מאכט אביסל סדר אין שטעטל...
נעכטן האט ארויסגעליעקט א דאקומענט פונעם פאוסטעל סערוויס וואס טוט דירעקטירן די מאוו, און דארט שטייט קליפ און קלאר צו "עלעמענירן און דאמפן" אין סטארעדזשעס און אין דאמפסטערס די אלע אנגעגעבענע מאשינען. דאס הייסט, מען גייט דאס טאקע "רעלאקירן", נאר פון די פאסט אפיסעס אריין אין גארבידזש..
די רעדע איז דא פון שווערע מיליאנען דאלארן מאשינעריי ווערד, און שטייצעך א חוץ די עצם פארתכליווען ריזיגע שטייערצאלער געלטער וועט דאס דראסטיש רעדוצירן די עפעקטיוונעס און שנעלקייט מיט וואס די פאוסטעל סערוויס וועט קענען צעטיילן און שיקן ווייטער די פאסט. וואס אצינד שטייענדיג הארט בעפארן עלעקשאן קען דאס אנזייען מאסן כאאס און האבן א פאקטישע השפעה אויף די וואלן אויסקום.
די אדמיניסטראציע האט ווייטער געלייקענט אז דאס איז סייוואס פארבינדן מיט א ציל צו אונטערמינעווען די וואלן, ווי דעמאקראטישע וויילער זענען ערווארטעט זיך צו באניצן אין פיל גרעסערע נומבערס מיט די מעיל אין בעלאטס. וואס יא? ווייסעך נישט..
איז אבער טראמפ ערשינען נעכטן אין אן אינטערוויו דערקלערנדיג אז דאס נישט פאנדן די פאוסטל סערוויס גייט גוט אפטוהן דעמאקראטן וואס גייען ליידן ביי די מעיל אין בעלאטן... בעסיקלי מודה געווען די שטילע סוד הויעך אויפן ספיעקער..
ווי נאר די סקאנדאל האט געכאפט פייער און די מידיע און מענטשן אויף די סאשעל מידיע פלאטפארמעס האבן אויפגעהויבן א וויי געשריי היתכן דער קאנדידאט אליין אינעם עלעקשאן מעדעלט מיט די גאווערמענט און שפילט זיך ארום מיט די מעטאדן צו בענעפעטירן די תוצאה אויף זיין זייט, האט געשיקט א סובפינע פארן פאוסמעסטער גענעראל צו קומען פאר אן אויפטריט ענטפערן די פראגעס.
היות קאנגרעס איז נישט דארט ווערט באטראכט די מעגליכקייט פון אן עמערזשענסי היערינג.
דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא האט ארויסגעשיקט א זעלטען שארפע אטאקיר טוויט קעגן די טראמפ אדמיניסטראציע, שרייבענדיג אז אומשולדיגע אמעריקאנע בירגער גייען פאלן קרבנות צו אן אדמיניסטראציע וואס זענען מער באזארגד צו אונטערדריקן די עלעקשאן ווי א טויטליכע ווירוס!
אזוי אויך הערט זיך מער און מער רופן פון אלע זייטן פאר א פרישע "אימפיעטשמענט" היערינג אנבאלאנגט דעם פרישן סקאנדאל. און הגם ס'איז נאך גאר פריה צו וויסן ווי דאס וועט טראגן איז אבער זיכער אינטערסאנט נאכצופאלגן די ווייטערדיגע דעטאלן וואס וועט זיך אויסקאכן דערמיט.