ווי אזוי מאכט מען א לוח?

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5188
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

בס"ד

אויף דער בקשה פון עמיצן אין אישי, וועל איך דא אראפשרייבן ווי אזוי אונזער לוח איז באזירט. מחוסר פנאי וועט עס זיין שטארק בקיצור, אויפ'ן שפיץ גאפל. אזוי אויך וועל איך מיך האלטן אויפ'ן דרך המלך, אן פארקריכן צו די זייטן, הגם מ'קען אין יעדער זאך אריינגיין לענגער און ברייטער. אדרבה, ווער ס'קען צולייגן און בעסער ארויסברענגען, למצוה תחשב.


דער באדייט פון א יאר און א חודש

דער גאנצער הימל אינאיינעם מיט אלע שטערנס און פלאנעטן דרייט זיך ארום אונזער וועלט יעדן טאג פון מזרח צו מערב (לויט דער היינטיגער אסטראנאמיע דרייט זיך די וועלט צו מזרח און נישט דער הימל, אבער ס'איז היינו הך לענינינו). דאס ווערט אנגערופן דער "גלגל העליון". א דריי פונעם הימל ארום דער וועלט דויערט נישט קיין גאנצע 24 שעה, נאר עטליכע מינוט ווייניגער, דאס מיינט אז א שטערן וואס איז העכער אונזער קאפ יעצט, וועט זיין צוריק אין אביסל ווייניגער ווי 24 שעה ארום.

די זון, וועלכע פארט מיט אינאיינעם מיט'ן גאנצן הימל פון מזרח צו מערב, שפאצירט זעלבסט אינעם הימל צו דער פארקערטער ריכטונג, פון מערב צו מזרח (לויט ווי ס'איז היינט אנגענומען דרייט זיך די וועלט ארום דער זון, אבער ס'מאכט נישט אויס צו פארשטיין דעם לוח). זי גייט פאמעליך, ארום איין מעלה א טאג. דאס איז גורם אז זי זאל זיין יעדן טאג אביסל הינטערשטעליג פונעם גלגל העליון צו מזרח צו, און דעריבער דויערט גאנצע 24 שעה ביז מיר זעען איר נאכאמאל אויפ'ן זעלבן ארט ווי א טאג פריער.

נאכ'ן שפאצירן 365 טעג מיט נאך אביסל ווייניגער ווי זעקס שעה, קומט זי צוריק צום זעלבן פלאץ אינעם גלגל וואו זי האט אנגעהויבן, און דאס איז א יאר. אט דער מהלך פון דער זון איז דער גורם צו די פיר סעזאנען פון יאר, וועלכע שאפן זיך לויט'ן ארט פון דער זון ביחס צו דער וועלט.

די לבנה שפאצירט אויך פון מערב צו מזרח, אבער פיל שנעלער. זי גייט ארום דרייצן מעלות א טאג, און קומט צוריק צום זעלבן ארט נאך בערך 27 טעג. א חודש איז למעשה אביסל לענגער ווי דעם, ווייל א חודש ווערט אפגעצייכנט ווען די לבנה גרייכט דעם זעלבן פלאץ ווי די זון, וואס דעמאלטס ווערט זי אינגאנצן פארטונקלט, וויבאלד איר גאנצע ליכטיגע זייט איז אויסגעדרייט צו דער זון. ממילא וויבאלד די זון רוקט זיך אויך ארום א מעלה א טאג, קומט אויס אז די לבנה דארף גיין עטוואס מער ווי א גאנצן קרייז צו זיין נאכאמאל אויפ'ן זעלבן ארט ווי דער זון.

ווען די לבנה קומט אן אויפ'ן ארט פון דער זון, איז דער "מולד" – ס'ווערט געבוירן א נייע לבנה, און דעמאלטס פאנגט זיך אן א נייער חודש. דאס פאסירט נאך 29.5 טעג, מיט נאך 44 מינוט און איין חלק.

ווי מיר זעען איז די נאטירליכע ערשיינונג פון א יאר פארבינדן מיט דער זון און די ערשיינונג פון א חודש מיט דער לבנה. ס'איז אויך דא א "לבנה יאר" אדער א "זון חודש", אבער דאס מיינט גארנישט באמת. א "לבנה יאר" איז בלויז צוועלף חדשים, און א "זון חודש" איז פשוט צוטיילט דאס יאר אין צוועלף; ביידע זענען נאר פאר פראקטישקייט, הגם ס'פאסירט גארנישט באמת אין הימל.

אונזער לוח איז למעשה באזירט אויף אמת'ע חדשים און אויף אמת'ע יארן. מיר ציילן חדשים צו דער לבנה און באשטימען א "יאר" נאך צוועלף חדשים, אבער דאס יאר איז אביסל ווייניגער, מיט ארום עלף טעג, פון דעם אמת'ן זון יאר. דעריבער מאכן מיר יעדע עטליכע יאר אן עיבור יאר, ווען מיר לייגן צו א דרייצנטן חודש צום יאר, און אזוי גלייכן מיר זיך אויס, ווי שפעטער אויסגעשמועסט.


באשטימען חדשים לויט'ן מולד

אבער איידער מיר זעען ווי אזוי מ'פארגלייכט זיך מיט דער זון, דארפן מיר קודם זען ווי אזוי די חדשים שטימען מיט דער לבנה.

ווי דערמאנט איז א חודש פון דער לבנה 29.5 טעג מיט 44 מינוט און א חלק. א חודש באשטייט אייביג פון גאנצע טעג, וואס דאס מיינט אז ס'דארף זיין אמאל פון 29 טעג און אמאל פון 30.

וואלט דער מולד געווען נאך פונקט 29.5 טעג, וואלטן מיר געקענט מאכן איין חודש 29 און דער צווייטער 30 און מיר וואלטן געווען אויפ'ן ריכטיגן פלאץ נאך יעדע צוויי חדשים. למעשה דארף מען זיך רעכענען מיט די איבריגע 44 מינוט און א חלק וואס קומט צו יעדן חודש. גלייכצייטיג איז אויך א תקנה פון חז"ל נישט צו באשטימען דעם ערשטן טאג ראש השנה אין די טעג אד"ו – זונטאג, מיטוואך, און פרייטאג – כדי יום כיפור זאל נישט זיין אינאיינעם מיט שבת און כדי הושענא רבה זאל נישט אויספאלן שבת.

דעריבער זענען אלע חדשים פון יאר טאקע מיט א סיסטעם פון איינס 30 און דער צווייטער 29, חוץ די חדשים חשון און כסלו וועלכע קענען זיין אויף דריי אופנים: אדער "כסדרן", אויפ'ן סיסטעם פון אלע חדשים, דהיינו חשון האט 29 און כסלו 30; אדער זענען ביידע "מלא", מיט 30 טעג; אדער זענען ביידע "חסר", מיט 29. אזוי ארום קען מען זיך שפילן מיט'ן לוח, סיי צוצולייגן נאך א חודש מלא ווען ס'שאפט זיך א גאנצער חודש פון די איבריגע 44 מינוט, און סיי זען אז ראש השנה זאל נישט אויסקומען אין די טעג אד"ו, ווי מיר וועלן שפעטער זען.

די איבריגע חדשים לויפן שטענדיג אויפ'ן סיסטעם: תשרי, שבט, (אדר א'), ניסן, סיון, אב פארמאגן אייביג 30 טעג, און טבת, אדר, אייר, תמוז, אלול פארמאגן אייביג 29 טעג.

ווי אזוי באשטימט מען למעשה די חדשים חשון און כסלו? דאס טוט מען דורכ'ן קובע זיין דעם טאג פון ראש השנה פון דעם יאר און פונעם קומענדיגן יאר, און לויט'ן צאל טעג וואס דאס יאר פארמאגט, זעט מען ווי אזוי צו באשטימען חשון און כסלו.

ווייל נאכ'ן קובע זיין דעם טאג פון ראש השנה פון דעם יאר און פונעם קומענדיגן יאר, וועט מען זיך טרעפן מיט א יאר מיט איינעם פון די דריי מספרים: 353 טעג, 354 טעג, אדער 355 טעג (אויב איז עס אן עיבור יאר, איז מיט 30 טעג מער, וויבאלד אדר א' איז אלץ 30 טעג). יעצט אויב פארמאגט דאס יאר 354 טעג, מאכט מען חשון און כסלו "כסדרן"; אויב פארמאגט עס 353 טעג, מאכט מען ביידע חסר; און אויב פארמאגט עס 355 טעג, מאכט מען ביידע מלא. דוק ותשכח אז דער חשבון שטימט.


קובע זיין ראש השנה

יעצט דארפן מיר זען ווי אזוי מ'באשטימט דעם טאג פון ראש השנה.

די גלייכסטע זאך וואלט געווען צו באשטימען ראש השנה אויפ'ן טאג פונעם מולד פון חודש תשרי, דהיינו אויב דער מולד איז צב"ש זונטאג, זאל ראש השנה זיין זונטאג. למעשה זענען דא פיר דחיות וואס חז"ל האבן אוועקגעשטעלט ווען מ'שטופט אפ ראש השנה פונעם טאג פונעם מולד.

א) לא אד"ו ראש. דאס האבן מיר שוין פריער געזען, אז מ'איז נישט קובע ראש השנה אין איינעם פון די טעג זונטאג, מיטוואך, אדער פרייטאג. אויב קומט דער מולד אויס אין איינעם פון די טעג, שטופט מען אפ ראש השנה צום קומענדיגן טאג.

ב) מולד זקן בל תדרוש – מ'איז נישט קובע ראש השנה אינעם טאג פונעם מולד אויב איז עס אן "אלטער מולד". אן אלטער מולד ווערט אנגערופן אויב ס'איז שפעטער ווי 12:00 נאכמיטאג. אין אזא פאל באטראכט מען עס שוין ווי דעם קומענדיגן טאג און מ'איז דעמאלטס קובע ראש השנה, און אויב איז דער קומענדיגער טאג פון אד"ו, שטופט מען אפ ראש השנה צו א טאג שפעטער. די סיבה פון דעם דיחוי איז אן אריכות פאר זיך.

ג) ג"ט ר"ד בשנה פשוטה גרוש – אויב איז דער מולד אין חודש תשרי פון א שנה פשוטה דינסטאג שפעטער ווי 9 שעה מיט 204 חלקים אריין אין טאג (דאס קומט אויס 3:11 פארטאגס מיט 6 חלקים), שטופט מען אפ ראש השנה צו דאנערשטאג – ווייל מיטוואך קען דאך נישט זיין ראש השנה.

ד) בט"ו תקפ"ט בשנה שאחר מעוברת עקור מלשרוש – אויב איז דער מולד פון חודש תשרי נאך אן עיבור יאר מאנטאג שפעטער ווי 15 שעה מיט 589 חלקים אריין אין טאג (9:32 אינדערפרי מיט 13 חלקים), שטופט מען אפ ראש השנה צו דינסטאג. די סיבה פון די לעצטע צוויי דיחויים איז כדי דאס יאר זאל נישט דארפן זיין לענגער ווי 355 טעג אדער קורצער ווי 353 טעג. ווער ס'וויל קען עס אליין אויסרעכענען.

ווייסן מיר שוין ווי אזוי מ'מאכט א לוח:

מ'קוקט ווען ס'וועט זיין דער מולד פון חודש תשרי פון דעם באטרעפנדן יאר, דערנאך קוקט מען ווען ס'וועט זיין דער מולד פון חודש תשרי פונעם קומענדיגן יאר, און מ'איז קובע ראש השנה פון ביידע יארן באזירט אויף די אויבנדערמאנטע פיר דחיות. יעצט קוקט מען וויפיל טעג דאס יאר וועט האבן, און לויט דעם באשטימט מען די חדשים חשון און כסלו. די איבריגע חדשים האבן דאך א באשטימטן צאל טעג יעדעס יאר.


זיך אויסגלייכן מיט דער זון

יעצט אז אונזערע חדשים שטימען שוין מיט דער לבנה, דארף מען נאר זען נאך אז די יארן זאלן שטימען מיט דער זון.

ווי דערמאנט, א יאר איז 365 טעג מיט נאך כמעט 6 שעה. דאס מיינט אז ס'איז מיט איבער 11 טעג מער ווי אונזער א מיטלמעסיג יאר פון 354 טעג. לויט דעם וועט נאך צוויי יאר צוקומען בערך 22 טעג, און נאך דריי יאר 33 טעג. דאס מיינט אז מיר, וואס מיר כאפן צוריק די טעג דורכ'ן צולייגן א חודש העיבור, דארפן צולייגן א חודש יעדע צוויי-דריי יאר.

חז"ל האבן צוליב דעם אוועקגעשטעלט א מחזור פון 19 יאר, וואס איז דעם מחזור זענען דא 12 שנים פשוטות און 7 שנים מעוברות, אויף דעם פאלגנדן סדר: 2 פשוטות, אן עיבור יאר, 2 פשוטות, אן עיבור יאר, 1 פשוטה, אן עיבור יאר, 2 פשוטות, אן עיבור יאר, 2 פשוטות, אן עיבור יאר, 2 פשוטות, אן עיבור יאר, 1 פשוטה, אן עיבור יאר. דער סימן פון די שנים מעוברות איז גו"ח אדז"ט.

דער פינקטליכער מאס פון אן אמת'ן יאר איז א מחלוקת פון תקופת שמואל און תקופת רב אדא, אזוי אויך איז דא די היינטיגע אסטראנאמישע ציילונג. אונזער לוח איז באזירט אויף תקופת רב אדא, און אפילו אויב וויל מען זאגן אנדערש, שטימט עס כמעט, אזוי אז מ'דארף זיך נישט צוטון מאכן פון דעם קליינעם שינוי.
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 9:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19903
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יישר כח גדול ר' גרשון, שכרך הרבה מאוד, מאסיוו הערליכע ארבעט! כה לחי
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

א שיינעם דאנק פאר די ארבעט.

פרינטער פרינט.
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

קארץ און שארף, מיט א קלארקייט.

גראדע דעם ראש השנה הבעל"ט איז טאקע א מולד זקן, היות די מולד איז דאנערשטאג 2:38 נאכמיטאג מיט 17 חלקים.
און היות פרייטאג קען דאך נישט זיין אלץ לא אד"ו ראש, ממילא וועט ר"ה זיין שבת.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

זייער שיין און קלאר געשריבן!

(חזרה שאדט קיינמאל נישט..)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5188
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איינער האט געפרעגט א שאלה אין אישי. היות איך קלער אז אנדערע קענען אויך האבן די שאלה, וועל איך דא שרייבן די שאלה מיט'ן ענטפער.

שאלה:פארוואס שרייב איך אז 9 שעה אין טאג איז 3:00 פארטאגס, לכאורה איז דאס בלויז מיט דער הנחה אז דער טאג פאנגט זיך אן 6:00. דאס איז אבער נישט מער ווי מיטלגארטיגע זאך, ס'פאנגט זיך נישט במציאות אייביג אן 6:00, נאר אמאל פריער און אמאל שפעטער?

תשובה:ס'מאכט נישט אויס וויפיל שעות אריין אין טאג ס'איז באמת, דער עיקר איז אז דער מולד איז אויף דעם זייגער. לאמיר זאגן אז די נאכט האט זיך אנגעפאנגען 7:00 און 3:00 פארטאגס איז נאר 8 שעה אריין אין טאג, וועט דאס נישט טוישן דעם זמן פונעם מולד. ווייל די לבנה באנייט זיך נאך ארום 29.5 טעג פונעם פריערדיגן מולד, אפגעזען צי דא איז יעצט טאג אדער נאכט. דעריבער וועט מען אלץ רעכענען פון 6:00 און זאגן ווען דער מולד איז 3:00 פארטאגס אז ס'איז 9 שעה אריין אין טאג, ווייל דאס פארשפארט אן אומזיסטן קאפוויי פון געוואויר ווערן ווען די נאכט פאנגט זיך אן און צוריק אויסרעכענען לויט דעם וויפיל שעה אריין אין טאג ס'איז דער מולד.

*
אז מ'רעדט שוין פונעם מולד, איז כדאי צו וויסן אז דער מולד איז אלץ אויפ'ן ארץ ישראל'דיגן זייגער. ד"מ ווען מ'רופט אויס אז דער מולד וועט זיין צב"ש 12:00 נאכמיטאג, מיינט עס ווען אין ארץ ישראל וועט זיין 12:00, אבער אין אמעריקע וועט דעמאלטס זיין 5:00 פארטאגס. די סיבה דערצו איז פשוט, וויבאלד דער גאנצער חשבון פון די מולדות איז נוגע נאר אויף צו קובע זיין ראש השנה, און דאס קביעות פון ראש השנה ווערט באשטימט לויט ארץ ישראל -- כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים.

נאך א זאך בנוגע די מולדות איז, אז ס'איז דא א מולד אמיתיאון א מולד אמצעי. ווען מיר זאגן אז א מולד פאסירט נאך 29.5 טעג מיט 44 מינוט און א חלק, באציען מיר זיך בלויז צום מולד האמצעי, צום דורכשניטליכן מולד. אבער דער מולד אמיתי, ווען די לבנה ווערט באמת געבוירן אין הימל, קען זיין א טאג-צוויי פארדעם אדער א טאג-צוויי נאכדעם.

דער געדאנק פון א מולד אמצעי איז פונקט ווי יעדע דורכשניט. ווען מ'וויל קוקן וויפיל א דורכשניטליכער אמעריקאנער לעבט, נעמט מען די לעבנס יארן פון טויזנטער פארשטארבענע אמעריקאנער, און מ'צוטיילט דעם סך הכל צו אלע מענטשן אייניג. פאקטיש האבן געוויסע געלעבט לענגער ווי די דורכשניט און אנדערע האבן געלעבט ווייניגער. דאס זעלבע איז מיט'ן מולד אמצעי. פון צענדליגער מולדות צוזאמען שטעלט זיך ארויס אז א דורכשניטליכער מולד דויערט אזוי לאנג, אבער במציאות קריכט די לבנה צומאל שנעלער און קומט צוריק שנעלער ווי די דורכשניט, און צומאל קריכט זי שטאטער און ס'דויערט איר לענגער -- ס'איז תלוי אין פארשידענע אסטראנאמישע חשבונות.

אין דער צייט וואס מ'האט מקדש געווען על פי ראיה, האט בי"ד געדארפט קענען דעם מולד אמיתי, אזוי האבן זיי געוואוסט צי ס'איז מעגליך אז די עדים זאלן האבן געזען די נייע לבנה. ווען הלל השני האט קובע געווען דעם לוח, האט ער זיך פארלאזט אויפ'ן מולד אמצעי (על פי הלכה למשה מסיני), וויבאלד דער אמת'ער חשבון איז זייער שווער און אינעם גרויסן בילד קומט מען למעשה צוריק צום ריכטיגן ארט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

pdf please
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6515
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

זייער באלערנד !!!
איך וועל עס מוזן איבערליינען אפאר מאל צו ווערן קלאר.
א ריזיגע דאנק, כהאב שוין לאנג געווארט אויף אזא אפהאנדלונג.

(נ.ב. מ'שרייבט מערב אן א יו"ד) מעריב מיט א יו"ד איז תפלת מעריב.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ברשות פונעם פותח במצוה, וועל איך אביסל צולייגן, און מסביר זיין דעם חשבון פון די מולדות, און ‏לפי זה מסביר זיין די דריטע און פערדע כלל פון דחיית ראש השנה.‏

קודם וויל איך מקדים זיין וואס דער 'דרך פקודיך' (מצוה ד' חלק המעשה אות י') שרייבט בענין ‏דער חיוב צו קענען, און רעכענען דעם חשבון פון די מולדות, וזל"ק.‏

‏"נמצא בזמן הזה ע יקר המצוה הוא לחשוב חשבון התקופות והמולדות עפ"י הכללים המסורים ‏בידינו מאת חכמי האמת וקביעות הר"ח עפ"י הדחיות המסורים בידינודהיינו חשבון המולדות הוא ‏בהוספת אחד יום י"ב שעות תשצ"ג חלקים ממולד למולד.. וגם עפ"י הכללים לידע הדחיות בכדי ‏לידע אם תהיה השנה שלימה או חסירה או כסדרן, והנה המצוה הזאת כעת מוטלת על כל אחד ‏מישראל לחשוב עכ"פ המולדות מחודש לחודש ולא יסמוך על הלוח הנדפס.ואמרו רז"ל [שבת ‏עה.] כל מי שיודע לחשוב בחשבון תקופות ומזלות ואינו חושב עליו הכתוב אומר ואת פועל ד' לא ‏יביטו ומעשי ידיו לא ראו, הנה הוא מדברי חז"ל בדרשותיהם, ולדעתי כיון שאין כעת ב"ד סמוכים ‏לעשות המצוה כדת של תורה בזמנה בעד כל ישראל, רק אנחנו סומכים על החשבון דר' הילל, הנה ‏מחוייב כל אחד לחשוב עכ"פ בזמנו החשבון ממולד למולד עפ"י הכללים שכלל ר' הילל, ואי ‏אפשר לנו לומר שאנחנו יוצאים ידי חובה בהחשבון שחשב ר' הילל בזמנו כי אפילו הב"ד הגדול ‏לא היו יכולים להוציא את הרבים ידי חובתם בזה רק בזמנם, אבל לא לדורות הבאים אחריהם".‏


וזה החלי בעז"ה.‏

יתרון החודש

לויט ווי שוין דערמאנט אויבן, נעמט פאר די לבנה אנצוהייבן א נייע רינג ארום די וועלט פון דעם זון, ‏‏ 29.5 טעג און 44 מינוט און 1 חלק.וואס לויט ווי ס'ווערט אנגערופן אין די ספרים כ"ט י"ב תשצ"ג. ‏דהיינו כ"ט יום, י"ב שעות, און תשצ"ג (793) חלקים, וואס 18 חלקים זענען א מינוט, און אין איין ‏שעה זענען דא 1080 חלקים (60‏X‏18=1080).‏
יעצט ווען ס'וואלט גענומען פארן לבנה פונקט 28 טעג צו מאכן דעם רינג, ביזן זיך נאכאמאהל ‏אנטרעפן מיט'ן זון, וואלט יעדער מולד געווען פונקט די זעלבע טאג און וואך, און פונקט אין די ‏זעלבע צייט אין טאג. ווייל 28 טעג איז פונקט 4 וואכן.‏

אבער היות ס'נעמט 29 טעג 12 שעה און 793 חלקים (44 מינוט און 1 חלק), ממילא קומט אויס אז ‏דער מולד רוקט זיך יעדער חודש מיט 1 טאג 12 שעה און 793 חלקים. וואס דאס ווערט אנגערופן ‏מיט'ן סימן אי"ב תשצ"ג, דהיינו א' טעג, י"ב שעה און תשצ"ג (793) חלקים.‏

לדוגמא. די מולד פון חודש תשרי תשפ"א הבעל"ט פאלט אויס דאנערשטאג (כ"ח אלול) ‏‏2:38 נאכמיטאג מיט 17 חלקים.‏

כדי צו וואוסן דעם מולד פון חודש מרחשון תשפ"א הבעל"ט, דארף מען צו לייגן דעם ‏אויבנדערמאנטן " אי"ב תשצ"ג", וואס כדי לייכטער צו מאכן דעם חשבון, דארף מען אנהייבן ‏ביי די חלקים, און דערנאך די שעות, און דערנאך די טעג.‏

דהיינו צו די 17 חלקיםלייגט מען צו 1 חלק= 18 חלקים.‏
און לויט ווי אויבן דערמאנט, איז 18 חלקים פונקט א גאנצע מינוט.‏

צו די 38 מינוטלייגט מען צו 44 מינוט, מיט נאך 1 מינוט וואס איז געווארן דארכ'ן ‏צוזאמרעכענען די חלקים = 1 שעה מיט 23 מינוט.‏
צו די 2 אזייגער(14:00) לייגט מען צו 12 שעה, מיט נאך די 1 שעה וואס איז צוגעקומען ‏פון צוזאמרעכענען די מינוטן = 3 אזייגער ביינאכט, א נאכט שפעטער.‏
צו די טאג דאנערשטאג, לייגט מען צו די 1 טאג, מיט נאך איין טאג וואס האט זיך גערוקט ‏דארכ'ן צולייגן די שעות. קומט עס אויס שבת.‏

קומט אויס אז די מולד פון חודש מרחשון תשפ"א הבעל"ט ווען אויספאלן ליל שבת, 3:23‏אן קיין איבעריגע חלקים.‏

וכן הלאה, חודש נאך חודש.‏

יתרון השנה

כדי נישט צו דארפן רעכענען יעדעס חודש באזונדער, נאר פון די מולד פון איין ראש השנה זאל מען ‏קענען וואוסן די מולד פונעם קומענדיגע ראש השנה, דארף מען צוזאמען רעכענען די יתרונות פון ‏‏12 חדשים צוזאמען, דהיינו 12 מאהל אי"ב תשצ"ג.‏

דהיינו 12‏X‏ 793 חלקים= 9516 חלקים. דהיינו 8 שעה, מיט 876 חלקים. (דהיינו 48 מינוט מיט ‏‏12 חלקים).‏
‏12‏X‏12 שעה= 144 שעה, וואס קומט אויס צו פונקט 6 גאנצע טעג.‏
‏12‏X‏ 1 טאג= 12 טעג, מיט די פריערדיגע 6 טעג, וואס קומט אויס פון צוזאמרעכענען די שעות, ‏קומט אויס 18 טעג.‏

‏14 טעג איז דאך א 2 גאנצע וואכן, קומט אויס אז ס'בלייבן איבער 4 טעג וואס דער מולד רוקט זיך ‏פון איין ראש השנה צום אנדערן, מיט נאך די פריערדיגע 8 שעה, מיט 876 חלקים (48 מינוט און ‏‏12 חלקים).


וואס די סימן דערויף איז ד"ח תתע"ו, דהיינו ד' טעג, ח' שעות, און תתע"ו חלקים.‏

לדוגמא, ווי אויבנדערמאנט וועט אויספאלן דעם מולד תשרי תשפ"א דאנערשטאג 2:38 ‏נאכמיטאג מיט 17 חלקים.

דארף מען צולייגן צו די 17 חלקיםנאך 12 חלקים= 29 חלקים, וואס נאכן אראפרעכענען ‏‏18 חלקים וואס איז א גאנצע מינוט, בלייבט איבער 11 חלקים.‏
צו די 38 מינוט, דארף מען צו לייגן 48 מינוט, מיט נאך 1 מינוט וואס איז צוגעקומען פון ‏רעכענען די חלקים = 1 שעה מיט 27 מינוט.‏
צו די שעה 2 נאכמיטאג, לייגט מען צו 8 שעה, מיט די שעה וואס קומט צו פון די חשבון פון ‏די מינוטן, קומט עס אויס 11 אזייגער ביינאכט, די נאכט שפעטער.‏
צו די טאג דאנערשטאגלייגט מען צו 4 טעג, מיט טאג וואס איז צוגעקומען פון די חשבון ‏השעות, קומט עס אויס דינסטאג נאכט.‏

קומט אויס אז די מולד פון תשרי תשפ"ב הבעל"ט וועט אויספאלן דינסטאג נאכט 11:27 ‏מיט 11 חלקים.‏

יתרון העיבור

ביי אן עיבור יאהר, קומט דאך צו א 13טע חודש, ממילא רוקט זיך די מולד מיט 1 טאג 12 שעה און ‏‏44 מינוט מיט 1 חלק מער ווי א נארמאלע יאהר.‏

ממילא צו 876 חלקים(48 מינוט מיט 12 חלקים) לייגט מען צו 793 חלקים(44 מינוט מיט 1 חלק), ‏וואס קומט אויס צוזאמען 1669 חלקים, וואס איז 1 שעה מיט 589 חלקים (32 מינוט מיט 13 ‏חלקים).‏
צו 8 שעהלייגט מען צו 12 שעה, מיט נאך 1 שעה פון די חלקים = 21 שעה.‏
און צו די 4 טעג, לייגט מען צו 1 טאג= 5 טעג.‏

קומט אויס אז אין א שנת העיבור רוקט זיך דער מולד פון איין ר"ה צום צווייטן מיט 5 טעג, 21 ‏שעה, און 589 חלקים (32 מינוט מיט 13 חלקים).‏

וואס די סימן אויף דעם איז הכ"א תקפ"ט, דהיינו ה' טעג, כ"א שעה, און תקפ"ט חלקים.‏


המשך יבא בעז"ה
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5188
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

זייער גוט מסביר געווען.

אוראייניקל האט געשריבן: ואי ‏אפשר לנו לומר שאנחנו יוצאים ידי חובה בהחשבון שחשב ר' הילל בזמנו כי אפילו הב"ד הגדול ‏לא היו יכולים להוציא את הרבים ידי חובתם בזה רק בזמנם, אבל לא לדורות הבאים אחריהם".‏

איך קלער אז די ווערטער פונעם דרך פיקודיך קענען אפשר זיין תלוי אינעם מחלוקת פונעם רמב"ם און דעם רמב"ן. לויט'ן רמב"ם זענען די אידן אין ארץ ישראל טעארעטיש מקדש די חדשים עד היום הזה, נאר זיי מאכן נישט למעשה די חשבונות, וויבאלד זיי פארלאזן זיך אויף הלל'ס לוח. און דער רמב"ם פירט אויס, אז אויב וועט פאסירן אז ס'וועלן נישט וואוינען קיין אידן אין ארץ ישראל, וועלן בטל ווערן ח"ו אלע ימים טובים. ממילא וויבאלד די תורה האט מבטיח געווען "כי לא תשכח מפי זרעו", איז אין דעם דא א הבטחה אז ס'וועלן אלץ וואוינען אידן אין ארץ ישראל.

אבער דער רמב"ן האלט אז ווען הלל האט געמאכט דעם לוח, האט ער מקדש געווען די חדשים ביז ס'וועט צוריק נתחדש ווערן דער בי"ד הגדול און זיי וועלן קענען מקדש זיין על פי ראיה.

דעריבער קען מען זאגן, אז לויט'ן רמב"ם שטימט טאקע אז די מצוה פון קידוש החודש גייט נאך היינט אן. אבער לויט'ן רמב"ן, אז הלל האט מקדש געווען אלע חדשים, איז מער נישט שייך די מצוה. אבער לכאורה אפילו לויט'ן רמב"ם איז עס דאך נאר פאר די אידן אין ארץ ישראל, וואס זיי זענען מקדש דעם חודש. וצ"ע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

זאגסט א גוטע הערה. אבער לכאורה גייט דער דרך פקודיך לשיטתו בכל אורך הספר, אז איעדע איד דארף מקיים זיין אלע מצוות, און אין יעדע מצוה זענען דא חלקים וואס זענען נוהג בכל דור ודור, און טאמער מ'איז עס נישט מקיים וועט פעלן אויף יענע וועלט פון די חלוקא דרבנן. ממילא בזמן וואס ס'איז דא סנהדרין, זענען זיי די שלוחים פון גאנץ כלל ישראל מקיים צו זיין דער מצוה פון קידוש החודש, אבער בזמן הזה וואס ס'זענען נישט דא קיין סנהדרין, דארף יעדע יוד מקיים זיין חלקו מיט'ן רעכענען די מולדות.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לאמיר גיין אביסל ווייטער.‏

בנוסף צו די פריערדיגע חשבונות, וויפיהל דער מולד רוקט זיך א חודש, א יאהר און אן עיבור יאהר, ‏איז אויך דא א חשבון פון א גאנצע מחזור. דאס הייסט יעדע ניינצן יאהר פון די שנות הלבנה, האט א ‏קביעות'דיגע סדר וועלכע יאהרן זענען שנים פשוטות און וועלכע זענען עיבור יאהרן.‏

דהיינו פון יעדע ניינצן יאהר איז די 3טע, 6טע, 8טע, 11טע, 14טע, 17טע און 19טע יאהר, שנות ‏העיבור, און די איבעריגע 12 יאהר זענען שנים פשוטות.‏
און די סימן איז גו"ח אדז"ט.גו"ח זענען 3,6,8. און אדז"ט זענען 11,14,17,19.‏

אויב אזוי, כדי צו וואוסן וויפיהל רוקט זיך דער מולד פון איין מחזור צום צווייטן, דארף מען צוזאמען ‏רעכענען 12 מאהל ד"ח תתע"ו, פאר די צוועלף שנים פשוטות, און 7 מאהל הכ"א תקפ"ט פאר די ‏שנים מעוברות.‏

און די חשבון איז אזוי.‏
‏876‏X‏12= 10,512 חלקים.‏
‏589‏X‏7=4,123 חלקים.‏

צוזאמען איז עס 14,653 חלקים.‏
וואס דאס זענען 13 שעה, מיט נאך 595 חלקים (33 מינוט מיט 1 חלק).‏

יעצט לאמיר רעכענען די שעות.‏
‏8‏X‏12= 96‏
‏21‏X‏7=147‏

מיט די 13 שעות פון די חלקים, קומט עס אויס 256 שעה.‏
וואס דאס זענען 10 טעג, מיט נאך 16 שעה.‏

יעצט וועלן מיר רעכענען די טעג.‏
‏4‏X‏12=48‏
‏5‏X‏7=35‏

מיט די 10 טעג פון די שעות, קומט עס אויס 93 טעג.‏
וואס דאס זענען 13 גאנצע וואכן, מיט נאך 2 טעג.‏

קומט אויס אז די חילוק פון די מולד פון איין מחזור צום צווייטן, איז 2 טעג 16 שעה און 595 חלקים ‏‏(33 מינוט מיט 1 חלק). און די סימן איז בי"ו תקצ"ה. דהיינו ב' טעג, י"ו שעות, און תקצ"ה חלקים.‏

מולד תהו

יעצט כדי אויסצורעכענען די מולד, דארף מען וואוסן פון ווי אנצוהייבן צו רעכענען, דהיינו ווען איז ‏געווען די ערשטע מולד בשעת בריאת העולם, און לויט דעם קען מען געכענען וויפיהל מחזורים פון ‏‏19 יאהר זענען אריבער, און וויפיהל יאהר מ'האלט אין דעם מחזור, כדי צו וואוסן ווען דער מולד ‏גייט אויספאלן.‏

אויף דעם זאגט תוספות אין מס' ראש השנה (ח. ד"ה לתקופות) אז היות מ'טרעפט אין מס' ‏סנהדרין אז אדם הראשון איז נצטוה געווארן אנהייב פון די 9טע שעה אין טאג נישט צו עסן פונעם ‏עץ הדעת, דהיינו נאכן 8 שעה אין טאג, מן הסתם האט ער דעמאלטס אויך מקדש געווען דעם ‏חודש.‏

און היות ס'איז מבואר אין מס' ראש השנה (כ:) אז ס'איז אומ-מעגליך צו זעהן דעם לבנה ביז 6 ‏שעה נאכ'ן מולד, איז על כרחך דער מולד געווען 6 שעה פריער, דהיינו נאך 2 שעה אין טאג, וואס ‏דאס איז 14 שעה אריין אינעם מעת לעת, ווען מ'רעכנט מיט די 12 שעות פונעם נאכט.‏

און היות אדם הראשון איז דאך באשאפן געווארן פרייטאג, ממילא קומט אויס אז דער מולד יענעם ‏יאהר תשרי איז אויסגעפאלן פרייטיג אינדערפרי 8 אזייגער.‏
און דער סימן אויף דעם מולד איז וי"ד, דהיינו יום ו' בשבוע, מיט י"ד שעות.‏

אבער היות אין אונזער חשבון פון יאהרן רעכנט מען די ערשטע פינעף טעג פון ששת ימי בראשית -‏דהיינו פון כ"ה אלול ביז כ"ט אלול – פאר א יאהר בפני עצמו, ווייל יום אחד בשנה חשוב שנה, און ‏מ'רעכנט אז אדם הראשון איז באשאפן געווארן ראש השנה פון שנת ב', ממילא דארף מען ‏אויסרעכענען ווען וואלט געפאלן דעם מולד אין תשרי שנת א', אויב דער וועלט וואלט דעמאלטס ‏געשטאנען, הגם די וועלט איז ערשט באשאפן געווארן 5 טעג פאר'ן סוף פון יענעם יאהר.‏

ממילא כדי צו מאכן דעם חשבון, דארף מען פון דעם מולד וי"ד אראפ רעכענען ד"ח תתע"ו, וואס ‏דאס איז דער שיעור וואס דער מולד רוקט זיך פון איין יאהר צום אנדערן.‏
ממילא 4 טעג פאר פרייטאג, קומט אויס מאנטאג.‏

8 שעה פאר 8 אינדערפרי קומט אויס 12:00 ביינאכט, וואס איז 6 שעה אריין אינעם מעת לעת.‏

אבער פון די 6 שעה דארף מען נאך אראפרעכענען 876 חלקים, און היות א שעה איז דאך 1080 ‏חלקים בלייבט איבער 5 שעה מיט 204 חלקים (11 מינוט מיט 6 חלקים).‏
קומט אויס אז ווען ס'וואלט געווען א וועלט ראש השנה שנת א', וואלט דער מולד געפאלן אור ליום ‏ב', 23:11 מיט 6 חלקים.‏

און די סימן דערויף איז בהר"ד. דהיינו יום ב', ה' שעות און ר"ד חלקים.‏

דער מולד ווערט אנגערופן מולד תהו, על שם וואס למעשה איז נאכנישט געווען דעמאלטס קיין ‏וועלט בכלל.‏

און פון דעם מולד דארף מען רעכענען וויפיהל מחזורים האלטן מיר פון שנת א', און וויפיהל יאהרן ‏‏(פשוטע און מעוברות) האלטן מיר פונעם ענדע פונעם פריערדיגן מחזור, און אזוי קען מען ‏אויסרעכענען די זמן המולד.‏

המשך יבא בעז"ה
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יעצט לאמיר צוגיין צום חשבון, און אויסרעכענען אליינס ווען ס'גייט אויספאלן דעם מולד פון חודש תשרי תשפ"א הבעל"ט, און מקיים זיין מיט דעם מצות קידוש החודש, לפי"ד ה'דרך פקודיך'.

לויט ווי דערמאנט רעכענט מען דעם מולד פון שנת א' לבריאה בהר"ד, דאס מיינט אור ליום ב', ה' שעה מיט ר"ד חלקים. (23:11 מיט 6 חלקים).

יעצט דארף מען אויסרעכענען וועלכע מחזור הלבנה שטייען מיר יעצט.
ווי אויבן דערמאנט איז יעדע מחזור 19 יאהר.

איז אזוי, 5700 יאהר, איז 300 מאהל 19 יאהר.
76 איז נאך 4 מאהל 19. צוזאמען איז עס 304 מחזורים.

קומט אויס אז שנת תשע"ו האט זיך געענדיגט מחזור ש"ד.
דערנאך האבן מיר געהאט 3 שנים פשוטות (תשע"ז, תשע"ח, און תש"פ), און 1 שנה מעוברת (תשע"ט).

ווי אויבנדערמאנט איז די יתרון פון א מחזור בי"ו תקצ"ה, דהיינו 2 טעג, 16 שעה, מיט 595 חלקים (33 מינוט מיט 1 חלק).
די יתרון פון א שנה פשוטה ד"ח תתע"ו, דהיינו 4 טעג, 8 שעה, מיט 876 חלקים (48 מינוט מיט 12 חלקים).
די יתרון פון א שנה מעוברת איז הכ"א תקפ"ט, דהיינו 5 טעג, 21 שעה, מיט 589 חלקים (32 מינוט מיט 13 חלקים).

יעצט לאמיר צוזאמען רעכענען די חלקים.

(מולד תוהו) 204
(מחזורים) 595X304 = 180,880
(שנים פשוטות) 876X3 = 2,628
(שנה מעוברת) 589


סך הכל 184,301 חלקים.

וואס דאס קומט אויס צו 170 שעה מיט 701 חלקים. דהיינו 38 מינוט מיט 17 חלקים.


יעצט וועלן מיר מאכן דעם זעלבן חשבון מיט די שעות, און מיטרעכענען די שעות וואס זענען געווארן פון די חלקים.

(מולד תוהו) 5
(מחזורים) 16X304 = 4,864
(פשוטות) 8X3 = 24
(מעוברת) 21
170


סך הכל 5084 שעה

וואס קומט אויס 211 טעג מיט 20 שעה(דהיינו 14:00, 20 שעה פון 18:00 אוונט).


יעצט לאמיר גיין צו די טעג, און אויך מיטרעכענען די טעג וואס איז געווארן פון די שעות.

(מולד תוהו) 2
(מחזורים) 2X304 = 608
(פשוטות) 4X3 = 12
(מעוברת) 5
211


סך הכל 838

וואס דאס זענען 119 גאנצע וואכן, מיט 5 טעג.


ממילא האבן מיר דא דעם מולד תשרי הבעל"ט 5'טע טאג, דהיינו דאנערשטאג.
20 שעה, דהיינו 14:00
מיט 701 חלקים, וואס דאס זענען 38 מינוט מיט 17 חלקים
סך הכל דאנערשטאג 14:38 מיט 17 חלקים

המשך יבא בעז"ה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5188
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אוראייניקל האט געשריבן: מולד תהו

יעצט כדי אויסצורעכענען די מולד, דארף מען וואוסן פון ווי אנצוהייבן צו רעכענען, דהיינו ווען איז ‏געווען די ערשטע מולד בשעת בריאת העולם, און לויט דעם קען מען געכענען וויפיהל מחזורים פון ‏‏19 יאהר זענען אריבער, און וויפיהל יאהר מ'האלט אין דעם מחזור, כדי צו וואוסן ווען דער מולד ‏גייט אויספאלן.‏

אויף דעם זאגט תוספות אין מס' ראש השנה (ח. ד"ה לתקופות) אז היות מ'טרעפט אין מס' ‏סנהדרין אז אדם הראשון איז נצטוה געווארן אנהייב פון די 9טע שעה אין טאג נישט צו עסן פונעם ‏עץ הדעת, דהיינו נאכן 8 שעה אין טאג, מן הסתם האט ער דעמאלטס אויך מקדש געווען דעם ‏חודש.‏

און היות ס'איז מבואר אין מס' ראש השנה (כ:) אז ס'איז אומ-מעגליך צו זעהן דעם לבנה ביז 6 ‏שעה נאכ'ן מולד, איז על כרחך דער מולד געווען 6 שעה פריער, דהיינו נאך 2 שעה אין טאג, וואס ‏דאס איז 14 שעה אריין אינעם מעת לעת, ווען מ'רעכנט מיט די 12 שעות פונעם נאכט.‏

און היות אדם הראשון איז דאך באשאפן געווארן פרייטאג, ממילא קומט אויס אז דער מולד יענעם ‏יאהר תשרי איז אויסגעפאלן פרייטיג אינדערפרי 8 אזייגער.‏
און דער סימן אויף דעם מולד איז וי"ד, דהיינו יום ו' בשבוע, מיט י"ד שעות.‏

אבער היות אין אונזער חשבון פון יאהרן רעכנט מען די ערשטע פינעף טעג פון ששת ימי בראשית -‏דהיינו פון כ"ה אלול ביז כ"ט אלול – פאר א יאהר בפני עצמו, ווייל יום אחד בשנה חשוב שנה, און ‏מ'רעכנט אז אדם הראשון איז באשאפן געווארן ראש השנה פון שנת ב', ממילא דארף מען ‏אויסרעכענען ווען וואלט געפאלן דעם מולד אין תשרי שנת א', אויב דער וועלט וואלט דעמאלטס ‏געשטאנען, הגם די וועלט איז ערשט באשאפן געווארן 5 טעג פאר'ן סוף פון יענעם יאהר.‏

א דאנק פאר'ן צולייגן די חשבונות אזוי שיין אויף קליינגעלט.

דער מולד בהר"ד איז געקומען במסורה אינאיינעם מיט'ן חשבון העיבור, אן קיין קלארן הסבר פארוואס ס'איז אזוי, און תוספות האט געזוכט צו געבן אן ערקלערונג.

למעשה זענען דא פארשידענע דוחקים מיט תוספות'נס פשט, סיי מיט'ן עצם הסבר, און סיי מיט דעם אז די גמרא בלייבט אז דער עיקר איז אזוי ווי ר' יהושע אז די וועלט איז באשאפן געווארן ניסן (תוספות האט ווארשיינליך געהאט אן אנדערע גירסא אין גמרא, זע רבינו חננאל).

אין ספר העיבור , פון ר' אברהם בר' חייא, רעדט ער ארום פון דעם באריכות. זע זייטן 112-114. אויך איז דא א מערקווירדיגער גר"א אויף דעם אין חו"מ סי' סז.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13901
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

Bookmark Saved
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יעצט לאמיר צוריק גיין צו די כללים פון דחיות פון ראש השנה.

ג"ט ר"ד בשנה פשוטה גרוש

אזוי ווי שוין דערמאנט, זענען די ערשטע צוויי כללים "לא אד"ו ראש", און "מולד זקן אל תדרוש".

ס'קומט אויס פון מאהל צו מאהל, אז ראש השנה ווערט אפגעשטופט מכח ביידע דחיות צוזאמען.
לדוגמא, ווי שוין דערמאנט, ראש השנה תשפ"א הבעל"ט, וועט דער מולד אויספאלן דאנערשטאג 2:38 נאכמיטאג מיט 17 חלקים.

איז היות ווי דער מולד געפאלט נאך 12:00 מיטאג, דהיינו נאך 18 שעה פון 6:00 אוונט, איז עס א מולד זקן, און ר"ה ווערט אפגעשטופט צום נעקסטן טאג.
אבער היות די נעקסטע טאג איז פרייטאג, איז דאך דא דער כלל אז לא אד"ו ראש, ממילא ווערט ראש השנה אפגעשטופט מיט נאך א טאג, און ראש השנה וועט זיין ביום השבת קודש.

אבער לכאורה קען פון דעם אויסקומען א פראבלעם, אז היות ראש השנה ווערט אפגעשטופט מיט 2 טעג, קומט אויס אז ס'קומען צו איבעריגע 2 טעג צום יאר, און דאס יאהר וועט דארפן זיין 356 טעג. און דאס קען דאך נישט זיין, ווייל אפילו אין א יאהר וואס חשון און כסליו זענען ביידע מלאים, און ס'זענען דא 7 חדשים מלאים פון 30 טעג און 5 חסרים פון 29 טעג, קומט עס נאר אויס 355 טעג.

אבער באמת איז עס נישט אזוי, ווייל אויב דאס יאהר איז די מולד דאנערשטאג נאך 12:00 מיטאג, איז דער מולד פאריאהר ראש השנה געווען מיט ד"ח תתע"ו פריער, דהיינו 4 טעג 8 שעה און 876 חלקים פריער, וואס וועט אויסקומען אויף א זונטאג (לעניננו איז דער מולד תשרי תשע"ט געווען זונטאג 5:50 אינדערפרי מיט 5 חלקים), ממילא איז דאך יענע ראש השנה געווארן אפגעשטופט מיט א טאג, ווייל לא אד"ו ראש, ממילא קומט אויס אז ס'איז נאר דא איין טאג מער צום יאהר, וואס דאס ווערט געדעקט מיט'ן מאכן חודש מרחשון א מלא.

און אזוי אויך ווען ס'קומט אויס א מולד זקן אויף א דינסטאג, און מ'שטופט אפ ר"ה אויף דאנערשטאג, ווייל מיטוואך קען דאך נישט זיין ר"ה, איז אויך נישט קיין פראבלעם, ווייל דער מולד
פון א יאהר פריער קומט אויס 4 טעג פריער, וואס קומט אויס אויף א פרייטאג, און ראש השנה ווערט אפגעשטופט אויף שבת, אזוי סאיז נאר דא איין איבעריגע טאג אינעם יאר, וואס ווערט געדעקט מיט די 30טע טאג פון מרחשון וכנ"ל.


אבער אויב ס'געפאלט א מולד זקן אין שבת קודש, און מ'שטופט אפ ראש השנה אויף מאנטאג, דעמאלטס וועט שוין יא זיין א פראבלעם. ווייל 4 טעג פריער - וואס דעמאלט פאלט דער מולד א ר"ה פריער - קומט דאך אויס אויף א דינסטאג, וואס דעמאלטס קען מען קובע ראש השנה בו ביום, און מ'שטופט עס נישט אפ, איז אויב אזוי, שטיי מיר צוריק מיט'ן פראבלעם אז ס'זענען דא 2 איבעריגע טעג צום יאהר.

לכן, ווען סקומט אזוי אויס אז ס'איז דא א מולד זקן אויף שבת, וועט מען אפשטופן דעם ראש השנה פונעם פריערדיגע יאהר פון דינסטאג אויף דאנערשטאג, און אזוי וועט די יאהר זיין א יאהר פון 354 טעג, און חודש מרחשון און כסליו וועל ןזיין כסדרן, מרחשון א חסר, און כסליו א מלא.

יעצט לאמיר רעכענען, די פריעסטע וואס ס'קען געפאלן א מולד זקן אין שבת קודש, איז אז ס'וועט פאלן שבת פונקט 12:00 מיטאג. אויב אזוי דער יאהר פריער וועט דער מולד פאלן מיט 4 טעג 8 שעה און 876 חלקים פריער.

דהיינו 4 טעג פאר שבת איז דינסטאג.
8 שעה פאר 12:00 מיטאג איז 4:00 פארטאגס.
נאר 876 חלקים פריער איז 3:00 פארטאגס (וואס דאס איז די 9טע שעה נאך 6:00 אוונט) מיט נאך 204 חלקים (11 מינוט מיט 6 חלקים). וועס דאס איז ג"ט ר"ד. די דריטע טאג, ט' שעות, און ר"ד חלקים.

ממילא איז דאס דער כלל " ג"ט ר"ד בשנה פשוטה גרוש", אויב דער מולד פאלט אין א שנה פשוטה דינסטאג 3:11 מיט 6 חלקים, אדער שפעטער, וואס דעמאלטס וועט סוף יאהר ראש השנה דארפ'ן ווערן אפגעשטופט מיט 2 טעג, דעמאלטס שטופט מען אויך אפ דעם ראש השנה כדי די יאהר זאל נישט זיין צו לאנג.


אין א שנה מעוברת איז נישט דא דעם חשש, היות אין א שנה מעוברת רוקט זיך דער מולד מיט הכ"א תקפ"ט, דהיינו 5 טעג, 21 שעה מיט 589 חלקים, ממילא אויב די מולד תשרי נאך א שנה מעוברת געפאלט אויס שבת קודש נאך 12:00 מיטאג, דעמאלטס איז די מולד פון די שנה מעוברת זונטאג נאכמיטאג אדער ממש אנהייב פונעם מאנטאג, און בכל אופן וועט ראש השנה זיין אויף א מאנטאג, און אז דער קומענדיגע ראש השנה וועט אויך זיין מאנטאג, קומט אויס אז דער יאהר וועט זיין פונקט 55 וואכן, וואס דאס זענען 385 טעג, וואס דאס איז די מספר טעג פון א שנה מעוברת וואס חשון און כסליו זענען ביידע מלא, און אין א שנה פשוטה זענען דעמאלטסט דא 355 טעג, אין א שנה מעוברת קומט צו נאך 30 טעג פונעם חודש העיבור, צוזאמען 385.

אזוי אויך אויב נאך א שנה מעוברת פאלט דער מולד דינסטאג נאך 12:00 אזייגער מיטאג, און ר"ה ווארט נדחה צו דאנערשטאג, איז דאך דער מולד פאר'ן שנה מעוברת סוף מיטוואך אדער אנהייב דאנערשטאג, וואס דעמאלטס וועט ר"ה זיין דאנערשטאג, און דער יאהר וועט ווייטער האבן 385 טעג.

און די זעלבע ווען ס'געפאלט דער מולד נאך א שנה מעוברת דאנערשטאג נאך 12:00, און ר"ה ווערט נדחה צו שבת, דעמאלטס איז דער מולד פונעם יאהר פריער סוף פרייטאג אדער אנהייב שבת, און ר"ה וועט זיין ביום השב"ק, וואס דעמאלטס איז אויך דא 385 טעג, און ס'וועט זיין א מלא.


דער דחיה מאכט זיך גאנץ ווייניג, היות ס'איז נאר שייך ווען די מולד פאלט דייקא אויף א דינסטאג, און דוקא צווישן 3:11 פארטאגס מיט 6 חלקים, און 12:00 מיטאג, ווייל נאכדעם ווערט עס ממילא נדחה מטעם מולד זקן.

די פריערדיגע מאהל ס'איז געווען אזאנס איז געווען אין שנת תשמ"ה, ווען דער מולד איז געפאלן דינסטאג 11:54 פארמיטאג מיט 4 חלקים, און ראש השנה איז נחדחה געווארן צו דאנערשטאג, מכח דעם כלל פון ג"ט ר"ד.

די קומענדיגע מאהל עס גייט פארסירן, וועט זיין אין שנת תשפ"ט הבעל"ט, ווען דער מולד וועט זיין דינסטאג 3:20 פארטאגס מיט 8 חלקים. לאמיר האפן אז דעמאלטס וועט משיח שוין לאנג זיין דא, און די קידוש החודש וועט זיין ע"פ עדים, און נישט לויט דעם חשבון.

המשך יבא בעז"ה
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

גרשון האט געשריבן:
נאך א זאך בנוגע די מולדות איז, אז ס'איז דא א מולד אמיתיאון א מולד אמצעי. ווען מיר זאגן אז א מולד פאסירט נאך 29.5 טעג מיט 44 מינוט און א חלק, באציען מיר זיך בלויז צום מולד האמצעי, צום דורכשניטליכן מולד. אבער דער מולד אמיתי, ווען די לבנה ווערט באמת געבוירן אין הימל, קען זיין א טאג-צוויי פארדעם אדער א טאג-צוויי נאכדעם.

אין דער צייט וואס מ'האט מקדש געווען על פי ראיה, האט בי"ד געדארפט קענען דעם מולד אמיתי, אזוי האבן זיי געוואוסט צי ס'איז מעגליך אז די עדים זאלן האבן געזען די נייע לבנה. ווען הלל השני האט קובע געווען דעם לוח, האט ער זיך פארלאזט אויפ'ן מולד אמצעי (על פי הלכה למשה מסיני), וויבאלד דער אמת'ער חשבון איז זייער שווער און אינעם גרויסן בילד קומט מען למעשה צוריק צום ריכטיגן ארט.

ס'איז אינטערעסאנט צוצוצייכענען שיטת הרמב"ם אין הלכות קידוש החודש (פ"ז ה"ז) אז דאס איז גאר די טעם פונעם כלל "לא אד"ו ראש".

וז"ל:
"ומפני מה אין קובעין בחשבון זה בימי אד"ו. לפי שהחשבון הזה הוא לקיבוץ הירח והשמש בהלוכה האמצעי לא במקום האמיתי כמו שהודענו. לפיכך עשו יום קביעה ויום דחייה כדי לפגוע ביום קיבוץ האמיתי. כיצד בשלישי קובעין ברביעי דוחין. בחמישי קובעין בששי דוחין. בשבת קובעין אחד בשבת דוחין. בשני קובעין".

אבער די ראב"ד איז דארט זייער שארף משיג

וז"ל:
"א''א מפני שהמחבר הזה מתגדר מאד ומתפאר בחכמה הזאת, והוא בעיניו שהגיע לתכליתה, ואני איני מאנשיה כי גם רבותי לא הגיעו אליה, ע''כ לא נכנסתי בדבריו לבדוק אחריו.

אך כשפגעתי בדבר הזה שכתב נפלא בעיני הפלא ופלא, ואם יהיה המולד בבגה''ז על הדרך האמצעי למה לא ידחה למחרתו אל המולד האמיתי. ולדבריו אין ראוי לקובעו לעולם ביום מולדו ומה חטא אד''ו שלא יהיה בו המולד לעולם באמיתי ולעולם ידחה ,ומה זכה בגה''ז שיהיה ולא ידחה. ואנו קבלנו דחיית אד''ו משום יום ערבה שלא יבא בשבת ומשום יוה''כ שלא יבא לא בערב שבת ולא במ''ש, ודחיית בד''ו משום אד''ו, והוא בעיני כמתעתע עכ''ל.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

זייער שיין און קלאר, א דאנק גרשון און אוראייניקל!

צו פארענטפערן די קושיא פונעם ראב"ד אויפן רמב"ם, מה חטא אד"ו ומה זכה בגה"ז, קען זיין אז דער רמב"ם מיינט נאר צו זאגן פארוואס מאכט מען בכלל דחיות, וועגן אזעלכע טעמים ווי ירקיא ומתיא וואלט מען נאכנישט געטוישט דעם לוח. אבער איינמאל מען דארף סייווי אויסוועלן אפאר טעג אין וואך ווען אפצושטופן, האט מען שוין טאקע מהיות טוב אויסגעוועלט אד"ו משום ירקיא ומתיא.
הושענא, חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5188
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קִרְיַת חָנָה האט געשריבן: זייער שיין און קלאר, א דאנק גרשון און אוראייניקל!

צו פארענטפערן די קושיא פונעם ראב"ד אויפן רמב"ם, מה חטא אד"ו ומה זכה בגה"ז, קען זיין אז דער רמב"ם מיינט נאר צו זאגן פארוואס מאכט מען בכלל דחיות, וועגן אזעלכע טעמים ווי ירקיא ומתיא וואלט מען נאכנישט געטוישט דעם לוח. אבער איינמאל מען דארף סייווי אויסוועלן אפאר טעג אין וואך ווען אפצושטופן, האט מען שוין טאקע מהיות טוב אויסגעוועלט אד"ו משום ירקיא ומתיא.

פארוואס זאל מען בכלל אויסוועלן ספעציפישע טעג אין וואך אפצושטופן? דער מולד אמיתי קען זיין סיי פריער ווי דער מולד אמצעי און סיי שפעטער, אין דער צייט וואס דער דיחוי פון אד"ו רעכנט זיך בכלל נישט מיט ווען דער מולד אמיתי איז. (הגם מ'קען זיך מדחיק זיין אז דער רמב"ם מיינט די 44 מינוט און א חלק וואס דער מולד איז באמת מער ווי 29.5 טעג, אבער ס'איז נישט משמע אז ער מיינט דאס.)

אויסער דעם שטעלט ער אוועק דעם טעם אז מ'גייט בסירוגין, איינס יא און איינס נישט -- וואס צוליב דעם דארף ער אנהייבן פון דינסטאג און ענדיגן ביי מאנטאג -- אבער אלס ירקיא ומתיא האט עס נישט קיין שייכות מיט דעם.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5491
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

יישר כח @גרשון און @אוראייניקעל.
ֿ
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

גרשון האט געשריבן: אויסער דעם שטעלט ער אוועק דעם טעם אז מ'גייט בסירוגין, איינס יא און איינס נישט -- וואס צוליב דעם דארף ער אנהייבן פון דינסטאג און ענדיגן ביי מאנטאג -- אבער אלס ירקיא ומתיא האט עס נישט קיין שייכות מיט דעם.


דאס טאקע זאג איך דאך. דער רמב"ם קומט מיט א יסוד אז מ'גייט בסירוגין, איינס יא און איינס נישט. וואס אויף דעם איז טאקע שווער נאך קושיות, ווי דאס וואס דו פרעגסט אין די רישא. דאס קום איך נישט פארענטפערן.
אבער אויך איז שווער, מה חטא אד"ו ומה זכה בגה"ז. דאס הייסט, ווען דו גייסט שוין יא בסירוגין, פארוואס הייבסטו אן מיט דינסטאג ווען דו קענסט פונקט אזוי אנהייבן מיט זונטאג. אויף דעם קען זיין, אז דער רמב"ם איז אויך מודה אז ירקיא ומתיא איז אויך עפעס א שיקול, כאטש עס איז נישט די סיבה צו די דחיות אליינס. אז מען מאכט שוין סייווי דחיות מאכט מען שוין ס'זאל מיט דעם אויך שטימען.
הושענא, חנה דוד, הושענא!
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14944
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

גרשון האט געשריבן: בס"ד

זיך אויסגלייכן מיט דער זון

יעצט אז אונזערע חדשים שטימען שוין מיט דער לבנה, דארף מען נאר זען נאך אז די יארן זאלן שטימען מיט דער זון.

ווי דערמאנט, א יאר איז 365 טעג מיט נאך כמעט 6 שעה. דאס מיינט אז ס'איז מיט איבער 11 טעג מער ווי אונזער א מיטלמעסיג יאר פון 354 טעג. לויט דעם וועט נאך צוויי יאר צוקומען בערך 22 טעג, און נאך דריי יאר 33 טעג. דאס מיינט אז מיר, וואס מיר כאפן צוריק די טעג דורכ'ן צולייגן א חודש העיבור, דארפן צולייגן א חודש יעדע צוויי-דריי יאר.

חז"ל האבן צוליב דעם אוועקגעשטעלט א מחזור פון 19 יאר, וואס איז דעם מחזור זענען דא 12 שנים פשוטות און 7 שנים מעוברות, אויף דעם פאלגנדן סדר: 2 פשוטות, אן עיבור יאר, 2 פשוטות, אן עיבור יאר, 1 פשוטה, אן עיבור יאר, 2 פשוטות, אן עיבור יאר, 2 פשוטות, אן עיבור יאר, 2 פשוטות, אן עיבור יאר, 1 פשוטה, אן עיבור יאר. דער סימן פון די שנים מעוברות איז גו"ח אדז"ט.

דער פינקטליכער מאס פון אן אמת'ן יאר איז א מחלוקת פון תקופת שמואל און תקופת רב אדא, אזוי אויך איז דא די היינטיגע אסטראנאמישע ציילונג. אונזער לוח איז באזירט אויף תקופת רב אדא, און אפילו אויב וויל מען זאגן אנדערש, שטימט עס כמעט, אזוי אז מ'דארף זיך נישט צוטון מאכן פון דעם קליינעם שינוי.


פארוואס איז היי יאהר אויסגעפאלען סעפטעמבער 11 פרייטאג און כ"ג אלול שבת, ביידע וואלטען געדארפט זיין אינעם זעלבע טאג?
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5188
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הרב_שלום האט געשריבן: פארוואס איז היי יאהר אויסגעפאלען סעפטעמבער 11 פרייטאג און כ"ג אלול שבת, ביידע וואלטען געדארפט זיין אינעם זעלבע טאג?

אפילו אויב מיר קומען צוריק צום זעלבן ארט נאך ניינצן יאר, קען מען נישט פארזיכערן אז ס'זאל נישט זיין פאררוקט מיט א טאג-צוויי. ערשטנס, ווייל די צוועלף חדשי לבנה אליין קענען פארמאגן 353 ביז 355 טעג, און צווייטנס, ווייל דער גוי'אישער (גרעגארישער) קאלענדער איז אליין נישט פינקטליך מיט דער זון, נאר גלייכט זיך אויס איינמאל אין פיר יאר ביים צולייגן א 29סטן טאג צו פעברואר.

אבער ס'וועט קיינמאל נישט זיין פאררוקט נאך ניינצן יאר מער ווי א טאג-צוויי, משא"כ אין א צווייטן יאר קען עס זיין פאררוקט אפילו עטליכע וואכן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

א ריזיגן דאנק פאר הרב גרשון דער פותח, און אור אייניקל פארן ממשיך זיין מיט א בהירות, ה' אנה לידי אז כעת ווען איך לערן מס' ראש השנה האב מיר פארגאנגענע וואך אנגעהויבן דרוכצולערנען די קונטרס הקדמה צו אסטראנאמיע וואס איז געדרוקט אין טייל ר"ה עוז והדר גמרות, זייער שיין און קלאר מיט בילדער פאר די היינטיגע קאמיקס דור, מיר האלטן נאך אינמיטן און אצינד האבן מיר געפינען די הערליכע אשכול, איך האב דאס דורגעלייענט שטייט און ב"ה פארשטאנען יעדע ווארט, שכרכם הרבה מאד!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ווי אזוי מאכט מען א לוח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

בט"ו תקפ"ט אחר עיבור עקור מלשרוש

אזוי ווי מיר האבן שוין אויבנדערמאנט, זענען דא יאהרן וואס ראש השנה ווערט אפגעשטופט אויף צוויי טעג נאכן מולד, צוליב דעם וואס ס'געפאלט אויס א מולד זקן אין די טעג בעפאר אד"ו, דהיינו שבת, דינסטאג און דאנערשטאג, און מ'קען נישט קובע זיין ראש השנה נישט ביום המולד אלץ מולד זקן, און נישט אינעם קומענדיגן טאג, אלץ לא אד"ו ראש.

און ווי מיר האבן שוין אויבן אויסגעשמועסט, קען דאס צוברענגען אז די יאהר פארדעם זאל ווערן מיט צוויי טעג לענגער, און ס'וועט אויסקומען אז דאס יאהר זאל האבן מער ווי 355 טעג, ממילא דארף מען אפשטופן דעם ראש השנה פריער, און דאס איז די כלל פון ג"ט ר"ד בשנה פשוטה.


אן ענליכע פראבלעם קען זיך אפשפילן אויפן פארקערטן אופן, לדוגמא אז דאס יאהר ראש השנה איז א מולד זקן וואס פאלט אויף א דאנערשטאג, וואס דעמאלטס ווערט ר"ה אפגעשטופט אויף שבת - אזוי ווי ס'וועט זיין ר"ה שנת תשפ"א הבעל"ט - קומט דאך לכאורה אויס אז פונעם קומענדיגן יאהר וועט פעלן צוויי טעג, און דאס יאהר וועט נאר פארמאגן 352 טעג, וואס דאס וועט פאדערן אז מ'זאל מאכן 8 חדשים חסרים, און די יאהר וועט זיין צו קליין.

אבער אין אמת'ן אריין, איז דאס נישט אזוי, ווייל אין א שנה פשוטה רוקט זיך דער מולד פון איין יהאר צום צווייטן מיט ד"ח תתע"ו, דהיינו פיר טעג מיט 8 שעה און 876 חלקים, ממילא היות די מולד דאס יאהר געפאלט דאך נאך 12:00 מיטאג, ממילא וועט די קומענדיגע מולד זיין מיט 5 טעג שפעטער ווי דאס יאהר, ווייל 8 שעה נאך 12:00 מיטאג איז שוין אין די קומענדיגע טאג. ממילא אפילו אנהייב פונעם יאהר ווערט אראפגענומען 2 טעג מכח די דחיות, איז נאכאלץ אפגערוקט איין ראש השנה פונעם צווייטן מיט 3 טעג, וואס דאס הייסט אז דער יאהר וועט האבן 353 טעג, וואס 350 זענען גאנצע וואכן, מיט נאך 3 טעג. וממילא וועט עס זיין א חסר, דהיינו מרחשון און כסליו וועלן ביידע זיין חסרים.

אבער אין א שנה מעוברת ווי דאס יאהר דארף האבן כאטשיג 383 טעג (דהיינו 353 ווי א שנה פשוטה-חסר מיט נאך 30 טעג פון אדר א'), וואס דאס זענען 54 וואכן מיט נאך 5 טעג. און די הפרש פון די מולד פון ראש השנה פריער צו ראש השנה שפעטער זענען הכ"א תקפ"ט, דהיינו 5 טעג 21 שעה מיט 589 חלקים, איז הגם אז די מולד פון ראש השנה פון נאכן שנת העיבור וועט זיין 6 טעג נאכן מולד פונעם ראש השנה פריער, וועט עס בפועל זיין נאר 4 טעג נאכן פריערדיגע ראש השנה, היות די פריערדיגע ראש השנה איז געווארן אפגעשטופט מיט 2 טעג, און ס'וועט אויסקומען אז דאס יאהר וועט האבן נאר 382 טעג.

ממילא אין אזא אופן, וועט מען דארפן אפשטופן דעם ראש השנה פון נאכן שנת העיבור מיט 1 טאג, כדי דער יאהר זאל האבן 383 טעג, און ס'וועט זיין א חסר, און סיי מרחשון און סיי כסליו ווען זיין חסרים.

אבער למעשה שטעלט זיך דאס נאר אויס אויב דער מולד זקן פון פארן שנת העיבור פאלט אויס אין א דינסטאג. ווייל אויב ס'פאלט אויס א מולד זקן אין א דאנערשטאג פאר'ן שנת העיבור און דער ר"ה ווערן נדחה צו שבת, וועט דער קומענדיגע מולד אויספאלן 6 טעג שפעטער, וואס קומט אויס אין א מיטוואך, און ראש השנה וועט ממילא נדחה ווערן מכח "לא אד"ו ראש", און דאס יאהר וועט ממילא האבן 383 טעג. און די זעלבע, אויב ס'פאלט א מולד זקן אויף שבת קודש, און ראש השנה ווערט נדחה צו מאנטאג, וועט דער קומענדיגע מולד נאכ'ן שנת העיבור אויספאלן מיט 6 טעג שפעטער, אויף א רפייטאג, און ראש השנה וועט נדחה ווערן אלץ לא אד"ו ראש.

ממילא קען זיך עס נאר מאכן אויב די מולד זקן פאלט אויס אין א דינסטאג נאך (די 18טע שעה פון טאג) 12:00, און דער קומענדיגע מולד וועט אויספאלן מיט 5 טעג 21 שעה און 689 חלקים שפעטער, וואס דאס קען אויסקומען פריעסטנס מאנטאג, די 15'טע שעה פון טאג, דהיינו 9:00 אינדערפרי, מיט נאך 589 חלקים (32 מינוט מיט 13 חלקים). וואס ווערט אנגערופן בט"ו תקפ"ט, דהיינו יום ב', ט"ו שעה, מיט תקפ"ט חלקים. אויב דער מולד נאכ'ן שנת העיבור פאלט אויס אויף דעם צייט אדער שפעטער, איז דאן דא דער פראבלעם אז הגם מ'וואלט געקענט קובע זיין דעם היינטיגן טאג פאר ראש השנה, נאכאלץ וועט ראש השנה נדחה, ווייל אויב נישט וועט דער יאהר האבן צו ווייניג טעג, היות מ'האט אפגעשטופט דעם פריערדיגע ראש השנה מיט 2 טעג.

די דחיה קומט אויס זייער זעלטן, היות ס'איז שייך נאר ווען ס'פאלט אויס נאך א שנה מעוברת, און נאר אויב ס'געפאלט אויס דייקא אין א מאנטאג צווישן 9:32 אינדערפרי מיט 13 חלקים, און 12:00 מיטאג, ווייל אויב ס'געפאלט שפעטער, ווערט עס ממילא נדחה אלץ מולד זקן.

די פריערדיגע מאהל ס'איז אויסגעקומען איז געוועהן ראש השנה תשס"ו, וואס איז געווען נאך שנת תשס"ה וואס איז געוועהן א שנת העיבור, זייענדיג די 8טע יאהר פונעם מחזור הלבנה, און דער מולד איז געוועהן מאנטאג 10:48 מיט 12 חלקים. און ראש הנשה איז אפגעשטופט געווארן אויף דינסטאג.

די דחיה איז שוין היינט אפילו נישט קיין הלכתא למשיחא, ווייל לפי החשבון וועט עס מער נישט אויספאלן ביז'ן סוף פונעם אלף השישי. (אויב די וועלט וואלט ווייטער געגאנגען, וואלט עס אויסגעפאלן נאכאמאהל אין שנת ו'יג און דער מולד וואלט געווען מאנטאג 9:58 מיט 7 חלקים). אבער לכאורה קען מען נאכאלץ זאגן אויף דעם "דרוש וקבל שכר".
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”