איסור חדש

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

איסור חדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס איז ליידער זייער נפוץ, אז אויב איינער האלט א געוויסע חומרא, וואס דער אנדערע האלט עס נישט, איז נישט נאר וואס מען איז יענעם נישט מחזק, נאר אדרבה מען מאכט פון איהם חוזק, און מען רופט איהם אהן "פרומער". קודם כל איז דאס בכלל נישט אויסגעהאלטען צו טשעפענען א מענטש, און דאס איז א איסור תורה פון "לא תונו איש את עמיתו". ווי אויך איז וויכטיג צו באמערקן אז א גרויס חלק פון פרומקייטען איז נישט אן אייגענע פרומקייט, נאר דאס האט א מקור אין שולחן ערוך, און אמאל איז דאס א חומרא וואס אסאך גדולי ישראל האבן אנגענומען. איך וועל נעמען איין דוגמא, און פון דעם קענען זיך די לייענער אויס'משל'ען נאך משלים, און אזוי וועט מען אנהייבען צו קוקען אויף א צווייטע מענטש מיט מער כבוד און עהרע.
איך וויל נעמען דעם ענין פון דעם "איסור חדש", איך האב שוין זייער אסאך מאהל געזעהן ווי מענטשען מאכן חוזק פון יודן, וואס זענען מקפיד אויף דעם איסור אין חוץ לארץ. ווען די מענטשען מאכן חוזק, קומט דאס באלד מיט א חוזק אז: "נאר מאדערנע מענטשען האבן דעם חומרא" ע"כ האב איך געטראכט אז איך וועל נעמען דעם חומרא און מברר זיין און אויפווייזען אז עטליכע האבן אנגענומען דעם חומרא אפילו אין די חסידישע וועלט, ומזה ילמדו אז איידער מען שפעט אפ פון א חומרא, זאל מען זיך אדורך רעדן מיט מורי הוראה.


עס שטייט אין פרשת אמור ואלזחזם ואקטלהי ואכחראמזל ליא תיאכאלול עחד עזצזם החילוים החזלזה עחד הגבהיאגכזם אזת קטראבלחן אבליהויכזם חכקלחת עוילטם לאדיריתויכזם בלאכיל משסאביתויכזם: (ויקרא כג-יד) עס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך יורה דעה סימן רצ"ג אז עס איז אסור צו עסען פון די נייע ווייץ (חדש) ווי לאנג מען האט נאכנישט מקריב געווען דעם עומר, דעם צווייטען טאג פסח, (ט"ז ניסן) ווייל עס שטייט אין פסוק: "ולחם וקלי וכרמל לא תאכלו עד עצם היום הזה". היינט אז עס איז נאכנישט דא דעם בית המקדש און מען איז נישט מקריב דעם עומר, טאהר מען נישט עסען פון די נייע ווייץ דעם גאנצען טאג ט"ז, און אין חוץ לארץ דעם גאנצען טאג פון י"ז, ווי אויך שטייט אז דער איסור איז סיי אין ארץ ישראל און סיי אין חוץ לארץ, סיי ווייץ פון א יוד, און סיי ווייץ פון א גוי. דער רמ"א זאגט אז תבואה וואס מען ווייסט נישט פון ווען עס איז, מעג מען עסען ווייל עס איז א ספק ספיקא, וויבאלד עס קען זיין אז די ווייץ איז פון דעם פריערדיגע יאהר, איז דאך דאס מותר, און אפילו עס איז פון דעם יאהר קען גאהר זיין אז עס איז געווען "נשרש" פאר דעם עומר, דערפאר אויב עס איז א "ספק ספיקא" זענען די ווייץ מותר. היינט זענען דא אסאך יודען וואס זענען מחמיר, ווייל דער היתר פון רמ"א איז בכלל נישט שייך היינטיגע צייטן אין אמעריקע, ווייל, לעצטענס שטייט אויף יעדער פעקל מעהל אדער פראדוקט אויפגעשריבען קלאהר דעם דאטום, פון ווען די מעהל אדער די פראדוקט איז.

דער הייליגער ב"ח איז בכלל מיקל אין דעם איסור פון "חדש" אין חוץ לארץ.

כאטש געווענטליך איז נישט אנגענומען א פסק פונעם ב"ח, קעגען אלע פוסקים, איז אבער ידוע א מעשה מיט'ן בעש"ט הקדוש.

דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע האט געפרעגט אין א חלום, ווי אזוי ער זאל זיך פירען, און מען האט איהם געזאגט אזוי: "ווען דער ב"ח איז נפטר געווארען האט מען לכבודו אפגעקילט דעם גיהנם פאר פערציג טעג". ווען דער בעש"ט איז אויפגעשטאנען האט ער געהייסן ברענגען ביר פון חדש (וואס ביר איז דאך פון ווייץ) און ער האט דאס געטרונקען. ער האט געזאגט אז דער ב"ח איז ראוי אז מען זאל זיך אויף איהם סומך זיין. ס'איז אבער כדאי צו באמערקען וואס עס שטייט אין דעם נעקסטן שטיקל פון בעש"ט עה"ת אז א צייט שפעטער איז דער בעל שם טוב געפארען צו ר' יחיאל זצלה"ה ווען ער איז געווארען רב אין הוראדנא, און ער האט געזעהן אז ער איז מחמיר, האט דער בעל שם טוב נאכאמאהל אנגעהויבן מחמיר זיין און נישט עסען קיין חדש. (בעש"ט עה"ת פ' אמור)

אויך דער הייליגע טשארנאביל'ע מגיד זצ"ל אין זיינע הנהגות ווארענט ער אהן אז מען זאל נזהר זיין אין חדש. (ספר מאור ענים עה"ת הנהגות ישרות סעיף ט"ז)

עס שטייט אין די תולדות פון דער הייליגער חת"ם סופר זי"ע, אז ער האט נישט געלאזט עולה זיין צו די פרשה פון דעם איסור חדש, אין פרשת אמור, אדער יום טוב ווען מען לייענט די פרשה פון חדש, נאר איינער וואס איז מקפיד אויף דעם אפילו אין חוץ לארץ. (אינטערעסאנט אז דער גראסערי מאן ווי איך קויף איין, האט לעצטענס געפרעגט א חסיד'ישע רב וואס איז איינער פון די גרעסטע רבנים אין וויליאמסבורג, צו ער זאל האלטען ביי זיך אין געשעפט פראדוקטען פון "ישן" ווייל היינט קען ער באקומען כמעט אלעס פון ישן. האט ער גענטפערט: "אז דו קענסט באקומען "ישן" אוודאי זאלסטו ענדערש דאס האבן.

"לסיומא דמילתא", איך שרייב דאס נישט ח"ו אויף צו פסק'ענען הלכות, ווייל למעשה דארף זיך יעדער פירען כמנהג אבותיו ורבותיו, דאס אלעס האב איך נאר געשריבען אלץ משל פון זאכן וואס מענטשען טוען אפשפעטען פון אנדערע. ע"כ אויב מען זעהט אז א מענשט האט א געוויסע חומרא, זאל מען שטארק נזהר זיין נישט אפצולאכען און אפשוואכען יענעם, און אפילו מען האט שוין מברר געווען אז עס האט "נישט" קיין מקור אין שולחן ערוך, מוז מען נזהר זיין ווי אזוי מען זאגט איהם, עס זאל איהם נישט וויי טוהן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א הערליכע שמועס פון זיידעניו, א ריזן יישר כח פארן אזוי שיין ארויסברענגן די זאך מיט קלארע מראי מקומות און מקורות.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יישר כח זיידעניו פארן אינהאלטסרייכן שמועס.

איך בין בכלל נישט באקאנט אינעם נושא סאו גייעך פרעגן אן אמאראצישן פראגע, וויאזוי איז שייך חדש נאך פסח, עס איז דאך שוין אריבער י"ז?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די סיבה פארוואס ביי אונז וואו מען איז נישט מקפיד אויף איסור חדש וועט מען ניטאמאל פרובירן עס צו פארשאפן, איז ווייל ס'איז צומאל א חומרא [און אונזער פאל ישן] - וואס מען קען דערין מקיל זיין - דאתי לידי קולא - [ווערעם] וואס איז שוין אסאך שווערער צו מתיר זיין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

יאנאש האט געשריבן: יישר כח זיידעניו פארן אינהאלטסרייכן שמועס.

איך בין בכלל נישט באקאנט אינעם נושא סאו גייעך פרעגן אן אמאראצישן פראגע, וויאזוי איז שייך חדש נאך פסח, עס איז דאך שוין אריבער י"ז?


וועסט טאקע באמערקו אז די אלע וואס זענען מקפיד אויף חדש זענען ביזי מיט דעם פון נאך די זוממער - תשרי צייט ביז פסח.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

דער מקור פון איסור חדש איז אין שו"ע יו"ד סימן רצ"ג דער באר הגולה איז פון די ראש המתירים דאקעגען זיין אייניקל דער גר"א וואס איז מחמיר במשהו ואין חילוק בין אכילה ושתיה (מעשה רב סימן פ"ח) שרייבט אין זיינע הגהות [נישא פארגעסען ער רעדט דא אויף זיין זיידנ'ס עלטער זיידע] דברי באר הגולה טעות גדולה היא, ואין צריך להשיב עליהן, וגם מה שכתב בשם ב"ח...וכבר הכו על קדקדו כל האחרונים ושגגה יצא מתחת ידו, וטובה היתה לו לבה"ג כאן השתיקה, און כלפי דעם מגן אברהם וועלכער איז מסביר דעם מנהג העולם שרייבט ער אבל אין דבריו כדאי אפילו ליישב המנהג.

דער פלאצקער גאון ר' אריה לייב צינץ שרייבט אין זיין ספר משיבת נפש (סימן ט"ז) וידעתי כי במדינתכם כרוכים אחר דברי הגאון מוהר"א מוילנא, שהחמיר מאוד, מכל מקום אהבתי צדק ולהצדיק מנהגן של ישראל, ואם כי לא קם כמוהו מימות הקדמונים, להיות כל התורה כולה נגלה ונסתר כשולחן ערוך לפניו, מכל מקום חלילה לשוייה כולי עלמא רשיעא וכו', ולא יפלא שישיג פעוט וכשל כח ביגיעה רבה ועצומה, מה שלא ישיג הענק דרך העברה בעלמא, ומי לנו גדול מר"ש בן יוחאי, דנהירין ליה כל שבילי דרקיע, וכל העולמות העליונים, ואף על פי כן רובא דרובא לית הלכתא כוותיה, ורב אשי שאמר אם הראשונים כבני אדם אנו כחמורים, ואף על פי כן הלכתא כבתראי, הא למדת שאין ראיה מגדולת מעלת האיש לקבוע הלכה כמותו, ופעמים רבות שעלה בידינו להשיג על ראשונים.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע:בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

שיין, צדיק'ל.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אנדי פעטיט האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן: יישר כח זיידעניו פארן אינהאלטסרייכן שמועס.

איך בין בכלל נישט באקאנט אינעם נושא סאו גייעך פרעגן אן אמאראצישן פראגע, וויאזוי איז שייך חדש נאך פסח, עס איז דאך שוין אריבער י"ז?


וועסט טאקע באמערקו אז די אלע וואס זענען מקפיד אויף חדש זענען ביזי מיט דעם פון נאך די זוממער - תשרי צייט ביז פסח.
ר' יאנאש,
און די געגענטער וויא עס וואוינען א גרויסער ישובה'ש/ליטוויש עולם, וויא למשל מאנסי, באראפארק, לעיקוואד וכו' זעהט מען מוצאי פסח א גרויסער עולם פון זיי שטיין און די גראסערי סטארס אדער סופערמארקעטס יעדער אנגעלאדענט איבערען קאף מיט באקסעס מצה און נאך פרודוקטען געמכט פון חמשת המינים, צי קויפען, ווייל יעצט זענען די אלע פרודוקטען זיכער ישן אלטס דער צווייטער פסח האט עס מתיר געמאכט. אלזא קויפען זיי איין פאר א לענגערע צייט.
the SCY is the limit
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

און ווען הייבט זיך אן דער פראבלעם מיט די פרישע ווארע, הערשט נאך סוכות?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יאנאש האט געשריבן: און ווען הייבט זיך אן דער פראבלעם מיט די פרישע ווארע, הערשט נאך סוכות?

היינט איז שוין נישט אזוי ווייט א פראבלעם ביי אונזערע היימישע פרודוקטען, ווייל כמעט אלע פון די גרויסע מעניופעקטשורערס
ניצען ישן. גיבט אקוק אויף די באקסס מצה אדער קוקיס פון די פורמע 'קמח' אדער די אנדערע היימישע קאמפעניס עסט
זעהן עס שטייט 'ישן'.

די פרודוקטען וואס ווערען געמאכט נישט דורך די היימשע פרודוטצירערסזיי האבען דער פראבלעם.
דער פראבלעם קען מען נישט מצמצם זיין מיט א זמן.
ווען עס איז שוין נישט דא פרודוקטען געמאכט פון מעיל וואס קומט פון חמשת מיני דגן פון פאר דעם פארגאנגענעם פסח, דענמאלטס הייסט עס אז עס איז דא א פראבלעם.

עס אז דא א יוד און מאנסי מיטען לעצטע נאמען 'הערמאן' (איך געדענק נישט זיין ערשטע נאמען) ער איז זייער ביזי מיט דער נושא פון חדש און ער איז לכאורה דער גרעסטער מומחה און וויסען פינטלעך ווען מעדארף אהנפאנגען אויפפאסען אויף פארשידענע ווארע פון פאשידענע פראדאטצירערס.
דאכט זיך מיר אז ער געט אפילו ארויס א פלייער פון צייט צי צייט מיט אלע זיינע אינפורמאציע וואס ער פאלגט נאך..
the SCY is the limit
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

ר' יוסף הערמאן געווען גבאי בית מדרשו פון הגאון ר' יעקב קאמינעצקי און היינט ביהמ"ד חוג תלמידי ר' יעקב.
sylvan road 20
845-356-7587

אידיש רעדט ער אביסל שווערליך, אבער ער ענטפערט גערן אויף אלע פראגעס וועגן חדש.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: איסור חדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

די הייליגע דברי חיים זי“ע האט אויך שטארק אוועקגעמאכט די מחמירים
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
רבן גמליאל
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:13 pm

Re: איסור חדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבן גמליאל »

יעדער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 27, 2022 2:53 pm
די הייליגע דברי חיים זי“ע האט אויך שטארק אוועקגעמאכט די מחמירים
מקור ? ווי? מאכט אפילו נישט קיין סענס ווען רוב גדולי ישראל האבן גאסירט איז נישט שייך אוועק צו מאכען א מחמיר
רבן גמליאל
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:13 pm

Re: איסור חדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבן גמליאל »

לענ״ד דארף מען איבערדרייען די חסידשע וועלט יא איך ווייס אז עס איז דא א מעשה פין בעש״ט אבער אזוי ווי דערמאנט פריער האט שוין די בעש״ט צוריק געטוישט אין יא מחמיר געווען אין אויך דארף מען וויסען אז יענע צייט האבן אסאך מקיל געווען אלס שעת הדחק איז פארווראס אין אונזער דור וואס איז אזוי גרינג צו מחמיר זיין אין דעם פארוואס זאל מען נישט מחמיר זיין אין א זאך וואס לויט רוב פוסקים איז א חשש דאורייתא אין מען רעד דץא פין חסידשע יודן וואס עסן אפילו נישט געבראקטס אזאך וואס האט נישט קיין שים מקור אין הלכה אין מען טרינקט נישט קיין גלאז וואסער חוץ לסוכה איז פארוואס זאל מען נישט מחמיר זיין אין אזאך וואס איז אפילו נישט דא קיין ענין צו מקיל זיין ע״פ חסידות?!
רבן גמליאל
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:13 pm

Re: איסור חדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבן גמליאל »

.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”