Re: אריין קומען קיין אמעריקא
ישמח מלך האט געשריבן: די קאוויד טעסט וואס אמעריקאנע וועלען דארפען נעמען איז נישט 72 שעה פאר די פלייט נאר דריי טעג פאר די פלייט פאר וואקסיאנירטע
און פאר נישט וואקסיאנירטע 1 טאג פאר די פלייט נישט קיין חילוק וועלכע צייט אין טאג
דו מיינסט צו זאגן אז אויב מ'פארט ארויס 11:59 pm, און די טעסט האט מען געמאכט 12:01 am א טאג בעפאר. ווען דאס הייסן איין טאג פארן פארן, כאטש וואס ס'איז אפגערוקט גאנצע 47:58 שעה?
איך האב אויך געזען אז זיי שרייבן דאס ווארט "טאג" אבער איך וואלט דאס נישט אויספרובירט.
די נפקא מינה איז נוגע סיי פאר די וואס דארפן 1 טאג און סיי פאר 3.
מ'בעט דעם עולם צו מיטטיילן זייער ערפארונג.