KMW האט געשריבן:
We are actually already “Hired” , we constantly work for them by transmitting data to them
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
KMW האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:KMW האט געשריבן:
האט שוין איינער ארויסבאקומען אינפארמאציע וואס זיי האבן אויף אים אליינס?
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:KMW האט געשריבן:
האט שוין איינער ארויסבאקומען אינפארמאציע וואס זיי האבן אויף אים אליינס?
בעריש'ל האט געשריבן:גרויסע עם הארץ האט געשריבן:KMW האט געשריבן:
האט שוין איינער ארויסבאקומען אינפארמאציע וואס זיי האבן אויף אים אליינס?
אין הונדערט יאר ארום וועט עס ווערן פאבליק, און דיינע אייניקלעך וועלן אלעס קענען זעהן פון דיר.
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:בעריש'ל האט געשריבן:גרויסע עם הארץ האט געשריבן:KMW האט געשריבן:
האט שוין איינער ארויסבאקומען אינפארמאציע וואס זיי האבן אויף אים אליינס?
אין הונדערט יאר ארום וועט עס ווערן פאבליק, און דיינע אייניקלעך וועלן אלעס קענען זעהן פון דיר.
מים חיים האט געשריבן:גרויסע עם הארץ האט געשריבן:KMW האט געשריבן:
האט שוין איינער ארויסבאקומען אינפארמאציע וואס זיי האבן אויף אים אליינס?
https://takeout.google.com/?hl=en
KMW האט געשריבן:גרויסע עם הארץ האט געשריבן:בעריש'ל האט געשריבן:גרויסע עם הארץ האט געשריבן:KMW האט געשריבן:
האט שוין איינער ארויסבאקומען אינפארמאציע וואס זיי האבן אויף אים אליינס?
אין הונדערט יאר ארום וועט עס ווערן פאבליק, און דיינע אייניקלעך וועלן אלעס קענען זעהן פון דיר.
געווען אמאל דא אויפן וועלטל א ארטיקל וועגן 100 יאר ארום ווען מען וועט צוזאמנעמען די אייניקלעך און ווייזן וואס די זיידע האט געטוהן אויפן אינטערנעט און עס וועט זיין גרויסע בושות (קרעדיט מיכאל)
אויב איינער קען אהינלינקען..
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:KMW האט געשריבן:גרויסע עם הארץ האט געשריבן:בעריש'ל האט געשריבן:גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
האט שוין איינער ארויסבאקומען אינפארמאציע וואס זיי האבן אויף אים אליינס?
אין הונדערט יאר ארום וועט עס ווערן פאבליק, און דיינע אייניקלעך וועלן אלעס קענען זעהן פון דיר.
געווען אמאל דא אויפן וועלטל א ארטיקל וועגן 100 יאר ארום ווען מען וועט צוזאמנעמען די אייניקלעך און ווייזן וואס די זיידע האט געטוהן אויפן אינטערנעט און עס וועט זיין גרויסע בושות (קרעדיט מיכאל)
אויב איינער קען אהינלינקען..
זיך די תגובות פון די ניק "היט דיינע אויגן" אזוי מיינעך.
גם זקנתי האט געשריבן: שנת תתט"ו... 50 יאר ארום... ס'איז נישט אזוי ווייט... די יארן לויפן סאך שנעלער פון וואס מ'טראכט...
די גאנצע וועלט רוישט, עס טוט זיך א טימל... וואס איז? גוגעל איז ארויס מיט א מוראדיגע המצאה, א חידוש: מיט די טעכנעלאגיע פון יענע צייטן וועט מען קענען צוריק אויס ארבעטן און איבער ליינען גאר אלטע דורכשרייבונגען וואס מענטשטן האבן זיך געשריבן ביים אימעיל צענדליגע יארן צוריק...
פארשטייט זיך אז ס'איז דא מיימינים און ס'איז דא משמאילים, יש דורשים לשבח ויש דורשים לגנאי. הללו אומרים, ווי קען מען טוהן אזוינס, ליינען פריוואטע זאכן וואס מענטשטן האבן זיך געשריבן, ס'זאל ווערן א רשות הרבים. הללו אומרים, ס'שוין אריבער צענדליגע יארן פון דעמאלטס, רוב מענטשן לעבן שוין נישט, ממילא איז עס נישט געפערליך.
אלץ פשרה האט מען מחליט געווען אז נישט יעדער וועט קענען ליינען יעדעמס באשרייבונגען, נאר די אייניקלעך וועלן באקומען די רשות ליינען זייערע זיידעס ווערטער, וואס ער האט זיך געשריבן מיט זיינע חברים א יובל צוריק...
א גרויס התרגשות ביי די ווייס פאמיליע... נעכטן באקומען די הודעה אז אלץ אייניקלעך פון זייער זיידן ר' גרונם קלמן, וועלן זיי קענען ליינען זיינע אלטע דורכשרייבונגען... ואל ייקל בעיניכם, דער זיידע ר' גרונם קלמן זז"ג איז פון די שיינע אידן, זקן שקנה חכמה, א מוסטער פון א חסידישע איד וואס כל ימיו האט ער מחנך געווען זיינע קינדער און אייניקלעך אויף תורה יראת שמים און חסידות... א שיינע איד, א חסידישער... היינט איז ער שוין זייער אלט, אביסל בגדר שברי לוחות, אבער דאך איז ער א דמות וואס מ'קען זיך לערנען פון אים הליכות ישרות ודרכי נועם.
די התרגשות איז געווען גרויס, לאו בכל יומא איתרחיש אזא מין זאך, מ'זאל קענען ליינען די געוואלדיגע ווערטער וואס די זיידע האט מן הסתם געשריבן נאך אין די גוטע יארן... ווען ער איז נאך געווען בתוקפו... אויב אונז האט ער כסדר מדריך געווען מיט געוואלדיגע הדרכות ישרות, מיט מוסר און חסידות, ווער ווייסט וואס ער געשריבן פאר זיינע חברים, די חבריא, וואס מן הסתם זענען אלע געווען בני עליה ווי אים און זיי האבן זיך דורך געשמוסט ענינים שיש בהם לימוד, בעניני עבודת ה' תורה תפילה אמונה תשובה וכו' וכו'. מ'גייט זיכער טרעפן אן אוצר בלום פון דברי תורה והתחזקות וואס וועלן ביילאכטן די וועלט.
די משפחה האט באקומען די פרטים און די פעסווארד ווי מ'קען אריין גיין און אלעס זעהן... די גאנצע משפחה נעמט זיך צאם מיט א הרגשה אז זיי שטייען יעצט פאר א מאורע וואס געשעט נישט יעדן טאג... אלע קינדער, אייניקלעך און איר-אייניקלעך, זענען זיך צאמגעוקמען, מ'דריקט וואס און וואו מ'דארף דריקן, און מ'גייט אריין, מ'הייבט אן צו ליינען...
מ'בליקט אהין, מ'בליקט אהער... מ'זעט דא-דארט שיינע זאכן, דברי תורה וחסידות, אבער עפעס... ס'ווערט אביסל נישט אנגענעם... די שטערן ווערט נאס... מ'ריקט זיך פון איין זאט בענקל צום צווייטן... די קינדער שיקן אוועק די אייניקלעך מיט א תירוץ אז קודם דארפן נאר די קינדער ליינען זייער טאטנס כתבים... וואס טוט זיך דא? דאס איז טאקע אונזער טאטע? אפשר איז עס א טעות?...
ס'ווערט זיי שווארץ פאר יד אויגן, זיי זיכן א גרוב וואו זיך באגראבן... אוי זענען די בושות גרויס, אוי זענען די בזיונות געפערליך... זיי זעהן געפערליכע שמוציגע ביישרייבונגען פון זייער טאטן... זייער טאטע, דער געווייקטע חסידישער איד וואס האט זיי כסדר מחנך געווען אויף קדושה און פרישות, אויף צניעות און שמירת עינים, שרייבט דא כאחד הגרועים... ער איז ממש געלעגן אין שמוץ און אין טינופת... זיך איינגעשריבן מיט פאלטשע נעמען - אמאל ווייבערישע - אין געשריבן כל דבר אסור... אנגערייצט אנדערע און געווען חוטא ומחטיא... ווען זיי זעהן די בילדער וואס זייער טאטע האט געהאט ביי זיך אין קאמפיוטער, חלש'ט שוין איין קינד אוועק... זיי געבן א בליק אין די היסטאריע וועלכע סייט'ס זייער טאטע איז אריין יעדן טאג, און נאך צוויי קינדער חלש'ן אוועק, איינער כאפט זיך ביים הארץ...
זיי זעהן אז א לאנגע תקופה האט ער זיך געשריבן די ערגסטע מיט א פרוי וואס האט געוויאנט נישט ווייט, און מיט די דעמאלטס'דיגע טעכנעלאגיע קען מען זעהן ווער יענע פרוי איז - און איבעריג זאגן אז ס'איז גארנישט א פרוי, ס'איז א צווייטע כולל-יונגערמען וואס האט צופעליג געלערנט יענע יארן מיט זייער טאטן אין כולל...
אוי וואס וועט זיין, וויאזוי וועלן מיר קענען קוקן אין טאטנס פנים... אוי וויי וויי... און וואס וועט זיין ווען אונזערע קינדער וועלן זעהן אונזערס...
אוי זענען די בושות גרויס, אוי זענען די בזיונות געפערליך - - -
טייערע חברים, די מעשה איז גארנישט קיין דמיון, דאס איז א מציאות וואס ווערט געפראוועט נאך יעדעמ'ס 120... מ'העפנט אויבן א קאמפיוטער און מ'זעט אלעס... נישט די קינדער זעהן, נאר די טאטעס און די זיידעס למעלה למעלה, דור אחר דור, די רבי'ס, די חברים, אלעס זעט מען... אין דבר נעלם ממך ואין נסתר מנגד עיניך...
אוי זענען די בושות גרויס, אוי זענען די בזיונות געפערליך - - - אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה - - -
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: עפל, גרופ עם., עי.טי. ענד טי. און אנדערע וואס האבן ארויסגעגעבן אינפארמאציע פאר די רעגירונג פארלאנגען אז די ריכטער אויפן קעיס זאל באשטעטיגן געוויסע אינפארמאציע אלס "העכסט קאנפידענשאל" און קיין שום גוגל איינגעשטעלטע - אריינגעגרעכענט די אין-האוז לעגאלע טיעם - זאלן נישט טארן האבן צוטריט דערצו, בלויז זעלבסשטענדיגע אדוואקאטן וואס די פירמע האט אויפגענומען. ווי די פירמעס זאגן קומט זייער פארלאנג צוליב וואס אויס גוגל זאל געוואר ווערן די אינפארמאציע וועלן זיי עס מעגליך נוצן צו שאנטאזשירן/בלעקמעילן די פירמעס אין די צוקונפט.
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: די "נעשאנעל לעיברא רילעישאנס באורד" איז ערווארטערט צו אריינטראגן קלאגעס קעגן גוגל, איבער באשולדיגונגען אז די פירמע האט אפגעזאגט ארבעטער וואס האבן זיך געוואגט אויפצוברענגען פראגן און דיסקוסיעס איבער געוויסע פאליסיס און פירונגען ביי די פירמע.
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: אין א באזונדערע אנטוויקלונג הערט מען אז מען קען ערווארטען - אזוי פרי ווי די קומענדיגע מאנאט - א מעלדונג איבער א קלאגע קעגן די ריזן "פעיסבוק" פירמע אויף די אנטי-טראסט פארלעצונגען.
די קלאגעס זענען ערווארטערט צו קומען פון א גאר ברייטע קאאליציע פון העכער 40 סטעיט'ס און טעריטאריעס - רעפובליקאנע און דעמאקראטישע צוגלייך - אנגעפירט דורך די אפיס פון ניו יארק סטעיט אטוירני שענעראל פרוי זשעימס.
דאס איז אויך ערווארטערט צו ווערן גע'פיילט אין גאר נאטע טעג.אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: דאס איז אויסער אן אויספארשונג דורך די "פעדעראל טרעיד קאמישאן".
עמרם האט געשריבן: א בייפארטיזאן גרופע פון אטארני זשנערלס פון עטליכע סטעיטס גרייטן זיך צו קלאגן גוגל מיט אנטי טראסט קלאגעס,
דאס איז אויסער די קלאגעס פון די זשאסטיס דיפארטמענטס געפיילט אין אקטאובער אבער זענען וויליג זיך צו צוזאמשטעלן
די סטעיטס זענען פון
קאלאראדע, נעברעסקע, אייווא, ניו יארק, נארט קאראליינע, טענעסי, און יוטא
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: קלאגע געווארן אריינגעגעבן אין פעדעראלע די.סי. דיסטריקט קאורט סיי דורך די סטעיט'ס סיי דורך די פעדעראל עף.טי.סי.
- - - -
פעיסבוק ווערט אנגעקלאגט דורך 46 סטעיטס: ניו יארק, קאליפארניע, קאלאראדא, פלארידא, אייאווע, נעבראסק, נארט קאראליינע, אהייאו, טענעסי, אלאסקע, אריזאנא, ארקענסאו, קאנעטיקוט, דעלוועיר, האוואי, איידעהאו, אילינאו, אינדיאנע, קענזעס, קענטאקי, לואיזיאנא, מעין, מערילענד, מאסאטשוסעטס, מישיגען, מינעסאטא, מיסיסיפי, מיזורי, מאנטאנע, נעוואדע, ניו העמפשיר, ניו זשערסי, ניו יארק, ניו מעקסיקאו, נארט דאקטא, אקלאהאומע, ארעגאן, פענסילוועניע, ראוד איילענד, טעקסאס, יוטא, ווערמאנט, ווירזשיניע, וואשינגטאן, וועסט ווירזשינע, וויסקאנסין, ווייאומינג - אויך האבן זיך וואשינגטאן די.סי. און די אמעריקאנע טעריטאריע גואם זיך אנגעשלאסן אין די קעיס.
די פיר סטעיט'ס נישט אנגעשלאסן אין די קלאגע זענען אלאבאמע, זשארזשיע, סאוט קאראליינע און סאוט דאקאטע.
קלאגע ארויסגעשטעלט דורך ניו יארק אטוירני זשענעראל אינאיינעם מיט די אנדערע סטעיט'ס.