רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

מאנסיער
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 1:57 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיער »

זיין טאטע האט געהייסן ר' יעקב ווייס הי"ד
לשנה הבאה בירושלים
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

לרבי ישעי'לע נסע פעמים רבות (בודאפעסט)
אטעטשמענטס
pic (985).JPG
pic (985).JPG (380.85 KiB) געזען 2561 מאל
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5432
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5620
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

חתונת בת רבי נפתלי גרויס מקערעסטיר-בערבעשט בשנת תשט"ו.

ער האט כנראה נישט געהאט א טאכטער מיטן נאמען רחל. דאס איז אולי די טאכטער מרת וואזנער ע"ה

⁨⁨דער טאג⁩, 14 דצמבר 1954⁩
אטעטשמענטס
⁨⁨דער טאג⁩, 14 דצמבר 1954⁩.jpg
⁨⁨דער טאג⁩, 14 דצמבר 1954⁩.jpg (61.34 KiB) געזען 2170 מאל
מורשת חכמי אמעריקא
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

קדוש ונורא! עותק הרה"ק צדיק יסוד עולם רבי ישעיה שטיינער מקערעסטור. שערי ציון דעעש תרע"א.

https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... 93?lang=he
i6.jpg
i6.jpg (291.34 KiB) געזען 2104 מאל
i7.jpg
i7.jpg (205.16 KiB) געזען 2104 מאל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9215
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7#p3803699

שיינע ארטיקעל פון הרב לכאורה פון א מעשה שהי׳.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

מטעמים האט געשריבן:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7#p3803699

שיינע ארטיקעל פון הרב לכאורה פון א מעשה שהי׳.
ש'כויח
הערליך!

ואפילו בהסתרה. אז מ'איז זוכה אנטפלעקט זיך דער באשעפער.
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

בן בוזי האט געשריבן:
חתונת בת רבי נפתלי גרויס מקערעסטיר-בערבעשט בשנת תשט"ו.

ער האט כנראה נישט געהאט א טאכטער מיטן נאמען רחל. דאס איז אולי די טאכטער מרת וואזנער ע"ה

⁨⁨דער טאג⁩, 14 דצמבר 1954⁩
זיי שרייבן אז ביידע זענן אייניקלעך פון ר' ישעילע, אויך נישט ריכטיג, נאר זי איז געווען א אייניקעל, ער נישט
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

אז מ'רעדט פון אינטערסאנטע מעשיות מיט ר' ישעי'לה זי"ע וויל איך מיט טיילן:
איך בין אריין איין טאג אין א געשעפט וואו איך קויף כסדר סחורה, און כ'האב געוואלט עפעס קויפן, און כ'האב דערציילט פאר'ן מוכר (א פארלוירענע נשמה'לע מיט ריזיגע כתובות קעקע) אז איך קויף עס פאר א קאך לע"נ ר' ישעי'לה, 'אזוי?!' זאגט ער מיר, 'דו גייסט מיר דערציילן ווער ר' ישעי'לה איז?? נעם אלץ בחינם - דארפסט גארנישט באצאלן!'
איך האב זיך געשפירט אביסל אומבאקוועם, איך האב סה"כ געוואלט אביסל שמועסן מיט אים, אפשר אריין ווארפן א ווארט חיזוק...

ווען ער זעט מיין קווענקעלניש, זאגט ער מיר: לאמיר דיר דערציילן אביסל די גרויסקייט פון ר' ישעי'לה.
איך בין שטארק מקושר מיט ר' ישעי'לען זי"ע, מיין רינגטאון איז אפילו די ניגון 'ר' שייע בענרעב מוישע!' (איך האלט זיך איין פון שמייכלען בעת ער - וואס רעדט ניטאמאל קיין אידיש - זינגט עס זאפטיג מיט א התלהבות) איין נאכט בין איך געווען מיט א נאנטן חבר גוט פאר'דראג'ט, אין א שרעקליכן פלאץ, ממש שאול תחתית, אונז האבן ביידע נעבעך געהאט פלענער... כמעט וואס אונז זעמיר נעבעך...

און פליצלונג צוקלינגט זיך מיין טעלעפאון 'רעב שייע בענרעב מוישע!' איך האמיך געגעבן א כאפ אויף ווי פון א שלעכטן חלום, איך קוק ארום, און קלער צו מיר 'וואס טו איך דא?' איך געב א כאפ אן מיין חבר'ס האנט אזוי שטארק אז ער האט געשריגן, איך פאכע מיט מיין טעלעפאון און זאג אים 'הערסט מיין רינגטאון? דאס איז אונזער סימן צו גיין! אונז זעמיר אויסגעלייזט!' ס'האט אים גענומען אפאר סעקונדעס, אבער ווער ס'האט אונז נישט געזען ארויס לויפן פון דעם עקלדיגן פלאץ, האט נאך נישט געזען 2 אידן לויפן מיט שמחה! הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו! ר' ישעי'לה האט געראטעוועט!!!!!!!
במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד!
דינוב-קערעסטיר
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 18, 2019 3:49 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דינוב-קערעסטיר »

בהקשר למה שכתב, איך שהרינגטון ר' ישעיה ב"ר משה הציל יהודי מעבירה. אני מצרף סיפור נורא שהתרחש ביו"ד ג' אייר תשפ"ב בקערעסטיר, כל מי ששמע את ההקלטה שהסתובבה בשעתו הזיל דמעות, אני מצרף כאן איך שהתפרסם בשעתו בגליון קערעסטירער הויף
אטעטשמענטס
מתוך גליון קערעסטירער הויף 149
מתוך גליון קערעסטירער הויף 149
סיפור על חזרה בתשובה בזכות הציון הק'.jpeg (168.86 KiB) געזען 1884 מאל
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע:אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

דערציילט מיר א איד אז ער איז געווען דעם זאת חנוכה און קערעסטיר, אריינקומענדיג אין אוהל זעהט ער אויפן ציון פון רבי ישעיה'לע ליגט א ווייסע פארמאכטע ענוועלאופ.

אביסל שפעטער קומט אריין א מאדערענע איד זאגן תהילים, דערזעענדיג די ענוועלאופ נעמט ער עס ארויס און באטראכט עס ביז ער איז מחליט עס צו עפענען.

ער זעהט אינעווענדיג א ביל פון אמעריקן עקספרעס פון פינף און פערציג טויזענט דאלער וואס א איד האט אראפגעלייגט אויפן ציון פונעם צדיק צו ווערן געהאלפן.

אינגאנצן מרוגש רופט ער זיך אן ''איך וויל זיין די שליח פונעם צדיק'' און נאך שטייענדיג דארט רופט ער אן אמעריקן עקספרעס און צאלט אויס די גאנצע חוב..

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1282
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

יישר כח פאר די מעשה,
ס'איז א געוואלדיגע חיזוק
השלך על ה' יהבך און "אל תדאג"
זה הקטן גדול יהי'
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4076
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

Wow wow
זיעועכי"א
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

ש'כויח!

מורא'דיג!

ש'כויח @אל תדאג פארן מיר דערמאנען, איך האב אפאר וואכן צוריק געהערט אן אומגלויבליכן מעשה, און באקומען די נאמבער פון'עם בעל המעשה, איין מאל ס'איז וועריפייד וועל איך בל"נ ארויף שטעלן.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

מיין ברודער האט מיר דערציילט א מעשה פון איינעם מיט וועם ער טוט ביזנעס, ווען ער האט געזען די קווענקעלניש אויף מיין פנים, האט ער מיר געגעבן יענעמס נאמבער צו הערן די מעשה ערשט האנטיג... האב איך יענעם גערופן (בזכות @אל תדאג), און 'בדרך אגב'(....) האט ער מיר שוין דערציילט נאך איינס. ביידע ממש לעצטנס, און ביידע גאר קראנט.

ר' ד. (מיט וועם איך האב גערעדט) האט א שוואגער, און דער שוואגער דערציילט אים אזוי: איך בין געזעצן אין חנה'לעס (א באוואוסטע היימישע רעסטוראנט אין בודאפעסט), ארום גענומען מיט פיל היימישע אידן, רוב זענען געווען דארט צוליב ר' ישעי'לע, אדער בעטן א ישועה, אדער דאנקען אויף א ישועה וואס מ'האט געהאט.

נעבן מיר זיצט א היימישער איד, און ווען איך האב אים געפרעגט וואס איז זיין מעשה, דערציילט ער מיר ווי פאלגענד, ער האט זיך פארקאטשעט מיט די אינסטאנצען, זיי האבן אפאר יאר(!) געזאמלט אויף אים ראיות באהאלטענערהייט ווי ער באהאלט אינקאם פאר יארן לאנג, (ווי באוואוסט ווערט די רעגירונג זייער באליידיגט אז מ'זאגט זיי נישט די אמת...), ביז איין טאג זענען זיי ארויס עפענטליך, מ'האט געפרוירן אלע זיינע אקאונטס, פון א מיליאנער איז ער אין איין רגע געווארן א גרויסער בעל חוב, און ס'איז נאר געווען א שאלה וויפול נאך געלט די קנס וועט זיין, און וויפול 'יאר' ס'ווארט אים אפ רח"ל.

יעדע לויער וואס ער האט זיך געוואנדן האט אפגעזאגט די קעיס, זיי האבן געזאגט אז ס'איז א שאד זיין צייט.
ביז איינער האט אים מייעץ געווען צו פארן צו ר' ישעי'לע.
בשעת'ן שטיין ביים ציון האט ער געזאגט פאר ר' ישעי'לע: 'איך נעם דיר אלס אדוואקאט'.
אלץ די קלענסטע השתדלות שייך האט ער אויף גענומען א פאבליק-אטאורני, מ'האט אים צוגעשטעלט עפעס אן עלטערן פרוי, ער האט איר געזאגט אז זו זאל וויסן אז ער האט אויפגענומען נאך איינעם, פרעגט זו אים וואס זו דארף טון? צו זו דארף זיך אפשר צוזאם רעדן מיט יענעם, זאגט ער 'ניין, איך דארף נישט דיינע טובות, איך האב דיר נאר גענומען אלס השתדלות'.....

נאך אפאר וואכן רופט זו אים אן, קום אריבער, איך דארף דיר עפעס ווייזן, ער קומט אן צו די אפיס, פרעגט זו אים 'ווי אזוי הייסט דער לויער וואס דו האבט געזאגט? ער איז די בעסט!' און זו נעמט ארויס א פאר'חתם'עטע 'פלי-בארגעין' אויף $1,000 קנס!!!!!!!!!! ותו לא!! ער האט געמיינט ער חלש'ט אוועק, ער גלייבט נישט וואס ער זעט! אלע אקאונטס זענען צוריק! נישטא קיין טורמע! וואס גייט דא פאר?????

דערציילט זו אים אזוי, דיין מעשה האט בארירט מיין הארץ, איך האב נישט געקענט צו קוקן ווי אזא איידעלער מענטש וואס האט קיינעם נישט געטשעפעט זאל חלילה איבער לאזן א משפחה מיט קינדער אויף אפאר יאר, האב איך אנגערופן דעם פראסעקיוטער איבער צו גיין די קעיס, קודם האט ער מיר נישט מסכים געווען מיר צו טרעפן בכלל, ער האט געטענה'ט אז די קעיס איז זיינס, ער האט אלע נויטיגע באווייזן און ס'איז א שאד מיין צייט.
נאך וואס איך האב מיר ממש איין געבעטן זאגט ער מיר 'קום אריבער צו מיין אפיס און מ'וועט עס איבער גיין' - פון דארט איז עס געפארן א באן, דער באשעפער האט אריין געגעבן א חן, איין מיטינג האט געשלעפט נאך איינס, שפעטער האט מען זיך שוין געטראפן אין אן אפסקעיל רעסטוראנט, און נעכטן נאכט איז געווען די ענגעידזשמענט פארטי.... אינמיטן די פארטי האב איך אים געזאגט: 'היות דער ספעציפישע קעיס (ליין: ר' ישעי'לה...) איז געווען דער שליח אונז צוזאם צו ברענגען, בעט איך דיר געב מיר די קעיס א מתנה.....................

'יעצט הער נאך א מעשה, וואס מיין טאטע האט מיר דערציילט' איז ר' ד. ממשיך, 'א רגע! א רגע!' זאג איך אים, ס'האט מיר גענומען אפאר מינוט צו קומען צו זיך... אבער דער איד יאגט זיך, ער האט באלד א מיטינג, האב איך צונויף געקליבן מיינע געדאנקען און אנגעשפיצט מיינע אויערן.

איז ר' ד. ממשיך: מיין טאטע איז געווען אין אונגארין זונטאג, טרעפט ער אן דארט א זוון פון תולדות אהרן רבי שליט"א, דערציילט ער מיר אזוי: נעכטן (שב"ק) קומט צו צו מיר א איד און זאגט אז ער איז דא אויף שבת ביי ר' ישעי'לע מיט א קבוצה פון ארום 100 אמעריקאנע סטודענטן וואס ווייסן נעבעך נישט פון אידישקייט צו זאגן, קום רעד אפאר ווערטער,
מה לי ולהם? האב איך איך גע'ענטפערט, אבער ער האט זיך ממש געבעטן, אז זיי האבן שוין יא זוכה געווען אנצוקומען צו ר' ישעי'לע טארט איר דאס נישט אפהאלטן פון זיי, נו נו, זאג איך אים, אבער איך רעד בלויז אידיש! פיין זאל זיין אידיש....

איך פאנג אן רעדן, און פליצלונג פלאצט איינער פון זיי אויס אין א געוויין, אז איך זעה אז איך איך האב יא מיט וועם צו גיין צום טיש, האב איך אנגעפאנגען רעדן מער מיט א התלהבות וכו' און יענער הייבט אן נאך מער וויינען....
נאך'ן דרשה (בערך א שעה) גיי איך צו צו יענעם און איך וויל הערן עפעס מער איבער אים, וואס האט אים אזוי געכאפט ביי 'מיין' דרשה.... שטעלט זיך ארויס אז ער רעדט ניטאמאל קיין אידיש!!! ווערט די קשיא נאך גרעסער, מיט א מתורגמן איז ער מסביר, אז ווי נאר איך האב אנגעפאנגען רעדן האט ער געשפירט ווי ער ווערט אויזסגעוואשן פון אינעווייניג, ר' ישעי'לע האט אנגעפאנגען אריין ארבייטן מיט זיין נשמה, און ער איז מקבל אויף זיך אידישקייט קלה כבחמורה בתשובה שלימה.

דער פירער פון די קבוצה הערט דאס, ווערט ער מורא'דיג נתרגש און שטעלט זיך אויף, און זאגט פאר די סטודענטן: איך וויל אייך דערציילן פארוואס איך האב אויסגעוועלט צו זיין שב"ק פונקט ביי ר' ישעי'לע.
פאר יארן לאנג זענען מיר נישט נתברך געווארן מיט פרי בטן, אונז האבן אריין געלייגט שווערע שווערע געלטער, צייט דאקטוירים אויף דעם עניים ועדיין לא נושענו, ביז איינער האט מיר מייעץ געווען צו פארן צו ר' ישעי'לע, ביז א יאר זענען מיר געהאלפון געווארן נאטורלעך, אן קיין שום דאקטער!

שטעלט זיך אויף איינע פון די סטודענטן, און פרעגט 'אזוי חשוב איז צו האבן קינדער? איך לערן דאקטאריי, און מ'האט שוין ארויס געשיקט חתונה בריוולעך אויף די גרויס-ארטיגע חתונה וואס איך האב געפלאנט צו חתונה האבן מיט א סטודענטקע (אן ערל'טע) רח"ל אין צוויי וואכן ארום, ווען איך האב איר געפרעגט איבער קינדער האט זו מיר געזאגט אז זו וויל נישט הערן דערפון, יעצט איז זו פארנומען מיט די קאריער..... יעצט אז איך הער די חשיבות פונעם עניין, פארשטיי איך אז אן ערל'טע מיט אזאלכע מושגים איז נישט פאר מיר'. און שוין מוצ"ש (בשעת איך שטיי דארט) האט ער איר גערופן, און אפגעהאקט די קשר.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

רעדנדיג מיט א א חבר, האב איך אים דערציילט דעם אויבן דערמאנטן מעשה, זאגט ער מיר אז ער האט לעצטנס געהערט ממש אן ענליכן מעשה (ער האט מיר געזאגט די נאמען, ס'נישט די זעלבע...)
איך האב מיר נישט געפוילט, און אנגערופן דעם מענטש און געהערט די מעשה פון'עם בעל המעשה אליין:
א איד האט זיך פארקאטשעט מיט די אינסטאנצן, ער האט גענומען אלע פיילס וואס האבן שייכות מיט דעם קעיס, אריבער געפארן צו ר' ישעי'לע אריינגעווארפן אלעס ביים ציון און ביז אפאר וואכן איז אלעס געווען מסודר!
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע:אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
מיין ברודער האט מיר דערציילט א מעשה פון איינעם מיט וועם ער טוט ביזנעס, ווען ער האט געזען די קווענקעלניש אויף מיין פנים, האט ער מיר געגעבן יענעמס נאמבער צו הערן די מעשה ערשט האנטיג... האב איך יענעם גערופן (בזכות @אל תדאג), און 'בדרך אגב'(....) האט ער מיר שוין דערציילט נאך איינס. ביידע ממש לעצטנס, און ביידע גאר קראנט.
וואףף.. איינס שטערקער פונעם צווייטן..

יאפ! צדיקים האבן א ווארט אין הימל, מ'דארף נאר גלייבן.

שכח הרב צעטל פארן מזכה זיין מיט די האר אויפשטעלענדע סיפורים (בזכות הרב אל תדאג..).
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע:אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

מ'גיימער בעזהשי''ת זיין די וואך ביים צדיק אין קערעסטיר, כ'בין גרייט מיטצונעמען קרעדיט קארד סטעיטמענט'ס...

גלעכטער אין זייט געלייגט, מ'קען מיט שיקן קוויטלעך.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

אל תדאג האט געשריבן:
מ'גיימער בעזהשי''ת זיין די וואך ביים צדיק אין קערעסטיר, כ'בין גרייט מיטצונעמען קרעדיט קארד סטעיטמענט'ס...

גלעכטער אין זייט געלייגט, מ'קען מיט שיקן קוויטלעך.
פועל אלעס גוטס!

גא"מ - מ'קען גערן אריין שיקן קוויטלעך, און כ'וועל בל"נ מתפלל זיין.
פועלט'ס אלעס גוטס!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6489
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

יעצט געזעהן דעם אשכול. נורא נוראות. ישר כח נאכאמאל פארן מיטטיילן די סיפורי צדיקים.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
אל תדאג האט געשריבן:
מ'גיימער בעזהשי''ת זיין די וואך ביים צדיק אין קערעסטיר, כ'בין גרייט מיטצונעמען קרעדיט קארד סטעיטמענט'ס...

גלעכטער אין זייט געלייגט, מ'קען מיט שיקן קוויטלעך.
פועל אלעס גוטס!

גא"מ - מ'קען גערן אריין שיקן קוויטלעך, און כ'וועל בל"נ מתפלל זיין.
פועלט'ס אלעס גוטס!

דעם וואך געווען ביי א משפחה שמחה, האט מען אביסל ארום גערעדט מעשיות פון'עם צדיק, מהא לדא איז נתברר געווארן אז @אל תדאג איז א נאנטער קרוב מיינער!
דער ערשטער מענטש פון אייוועלט וואס איך טרעף (חוץ פון @שש ושמח וואס איז נעבעך פארשיקט געווארן פון אייוועלט...)

און בדרך אגב האט ער מיר שוין געזאגט ווער איז דער איד וואס האט מיטגעהאלטן די ישועה ביים ציון זאת חנוכה, האב איך עס שוין געהערט פון יענעם ערשט האנטיג.
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

דפוס ראשון של הספר הנודע מי באר ישעיהו על הרה"ק מופת הדור רבי ישעיה'לי מקערעסטיר, טארנא תרפ"ח.

https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... A8?lang=he

41.jpg
41.jpg (201.73 KiB) געזען 912 מאל
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

היינט אין בני ברק, האבן געקומען די לינקע מאכן פראטעסט, דאס איז וואס ערווארט זיי:
unnamed (33).jpg
unnamed (33).jpg (106.83 KiB) געזען 817 מאל
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

ציור מפואר של הרה"ק רבי ישעי' מקערעסטיר מאת Jolan Szilágyi 1895-1971, שמן על בד. מעגליך געצייכנט נאך בחייו.

https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... 99?lang=he

60.jpg
60.jpg (193.84 KiB) געזען 693 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”