אידישע ניגונים

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: אידישע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

באקום איך יעצט די ליד - אויפן חזנ'ישן סטייל, אבער גאץ גוט
כ'ווייס נישט פון וואו ס'קומט, און וואוהין ס'באלאנגט זאלן עס די באהערדע פלאצירן אויפן ריכטיגן בענקל
ווער קען ברענגען די טעקסט דערפון ?

https://www.dropbox.com/s/5tbwzryvbhstx ... 9.mp4?dl=0
אטעטשמענטס
000000000000000.jpg
000000000000000.jpg (100.7 KiB) געזען 1864 מאל
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַספון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע:געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

Re: אידישע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

בעל החבית האט געשריבן:
באקום איך יעצט די ליד - אויפן חזנ'ישן סטייל, אבער גאץ גוט
כ'ווייס נישט פון וואו ס'קומט, און וואוהין ס'באלאנגט זאלן עס די באהערדע פלאצירן אויפן ריכטיגן בענקל
ווער קען ברענגען די טעקסט דערפון ?

https://www.dropbox.com/s/5tbwzryvbhstx ... 9.mp4?dl=0
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7%99%D7%9A
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

1x1 האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:
איך זוך למשל דעם ניגון פון רבונו של עולם א ניגון של א אהבה שע"י בעל עבודת פנים, מיר האבן נישט קיינעם נאר דיר וכו' וכו', אויך געזינגען דורך ר' משה גאלדמאן, ועוד ועוד,

והמביא תבוא עליו ברכה
רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער, העלף אלע אידן און אויך מיר,
איך פארזיכער זיך נישט אין קיינעם, נאר אין דיר, איך האף נישט צו קיינעם נאר צו דיר.

מיין הילף איז נישט פון קיינעם נאר פון דיר,
אהן דיין הילף קען מען נישט אריבערגיין דעם שוועל פון טיר,
אהן דיין כח (קען מען זיך נישט געבן,) קען מען זיך נישט געבן קיין ריר,
איך פארלאז מיר נישט אויף קיינעם נאר אויף דיר,
דיין רחמנות און דיינע חסדים, זענען אהן א שיעור.

(אוי אוי) רבונו של עולם, מ'דארף אנקומען צו דיר, יעדע רגע און יעדע מינוט,
אויף יעדען טריט און יעדער שריט,
סיי ווען ס'איז ח"ו שלעכט, און סיי ווען ס'איז גוט.

(רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער,)
רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער.

(אוי העלף מיר) העלף מיר, איך זאל קענען היטן מיינע אויגן,
און מיינע רייד פון מויל, זאלן זיין געוואויגען,
און מיין הארץ (מיין הארץ,) זאל זיין פאר דיר געבויגן,
און אלע מיינע מעשים זאלן זיין, כראוי וכהוגן.

נ.ב. די ארומגערינגעלטע איז וויזוי ס'ווערט געזינגען אויף ר' משה גאלדמאן'ס טעיפ (כ'מיין אויף 'זכור', מ"ש 14).

חיבר את השיר בעל העבודת פנים, שאמר שמי שיש לו בקשה, יאמרו ג' פעמים ויואיל לו.
ומסופר שכשראה הגה"צ רבי יעקב מפשעווארסק זי"ע את השיר, אמר שזה השיר 'עולה למעלה בלי שום עיכובים' ויאה לפרסמו.
קען מיר איינער שיקן דעם ניגון?
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

Re: אידישע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

חבצלת השרון האט געשריבן:
1x1 האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:
איך זוך למשל דעם ניגון פון רבונו של עולם
והמביא תבוא עליו ברכה
רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער, העלף אלע אידן און אויך מיר,
דא האסטו
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹ א נִ שְׁאַר ז וּלַת דַּ לַּת עַ ם הָאָרֶץ"
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

קאמענטאטאר האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:
עפעס גריזשעט מיר אין מח ווערטער פון א ניגון אן אלטען, די לעגענדע וואס איך דענק איז אז דאס האט איינער געזונגען מוצ"ש ביי הבדלה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע, די ווערטער גייען עפעס ווי "מוצאי שבת ווער מיר שטייען ביי הבדלה צוזאמען, דערמאנען מיר זיך אין די אוישוויצער פלאמען, ..." האט מיר עמיצער אמאל דערציילט אז דער עולם האט זעהר געוויינט און רבינו זי"ע האט פארלאנגט מען זאל עס מער נישט זינגען, ביז האט מען ארומגעטוישט די ווערטער אויפן חורבן ביהמ"ק מיט ירמי' הנביא וואס די מיידלעך (פלעגן) זינגען אין שולע.

איינער האט ס'מינדעסטע השגה פון וואס איך רעד אדער איז עס דאמירן בעלמא?
באקומען אין אישי:

שתי ניגונים יש כאן, איינס איז די "אוישוויצער טרערן" וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער "מוצאי שבת ביי הבדלה וכו וכו" דאס האט מען קיינמאל נישט געזונגען ביי סאטמאר רבי'ן, נאר דאס איז ארויסגעקומען ריקארדירט אויף א רעקארד געזינגען דורכ'ן מחבר ר' יקותיאל הערש ע"ה באגלייט מיט מוזיק, דער ניגון רייסט ממש שטיקער אזש ר' יקותיאל הערש האט עס קוים געקענט אראפזינגען זיך שטיקענדיג פון טרערן.

די צווייטע ניגון איז אויך איבער אוישוויץ געבויעט אויף א קשיא מיט א תירוץ אויף די שואה, דאס האט ר' יקותיאל הערש ע"ה געזונגען איינמאל מוצ"ש ביי עפעס א מאורע א דינער אדער עפעס ענליך, און אויף דעם האט דער רבי געזאגט אז ער זאל עס מער נישט זינגען וויבאלד מען טאר נישט פרעגן קיין קשיות.

איך זוך וןי מיט ליכט דעם ניגון "אוישוויצער טרערן" געבענטשט זאל זיין דער וואס וועט עס ממציא זיין!
אפשר דאך, עמיצער?[/quote]
איינער קען אפשר ארויפשטעלן די נגונים
שבעה מי יודע!?
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע:אין ביבילאטעק

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

zibala האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:
עפעס גריזשעט מיר אין מח ווערטער פון א ניגון אן אלטען, די לעגענדע וואס איך דענק איז אז דאס האט איינער געזונגען מוצ"ש ביי הבדלה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע, די ווערטער גייען עפעס ווי "מוצאי שבת ווער מיר שטייען ביי הבדלה צוזאמען, דערמאנען מיר זיך אין די אוישוויצער פלאמען, ..." האט מיר עמיצער אמאל דערציילט אז דער עולם האט זעהר געוויינט און רבינו זי"ע האט פארלאנגט מען זאל עס מער נישט זינגען, ביז האט מען ארומגעטוישט די ווערטער אויפן חורבן ביהמ"ק מיט ירמי' הנביא וואס די מיידלעך (פלעגן) זינגען אין שולע.

איינער האט ס'מינדעסטע השגה פון וואס איך רעד אדער איז עס דאמירן בעלמא?
באקומען אין אישי:

שתי ניגונים יש כאן, איינס איז די "אוישוויצער טרערן" וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער "מוצאי שבת ביי הבדלה וכו וכו" דאס האט מען קיינמאל נישט געזונגען ביי סאטמאר רבי'ן, נאר דאס איז ארויסגעקומען ריקארדירט אויף א רעקארד געזינגען דורכ'ן מחבר ר' יקותיאל הערש ע"ה באגלייט מיט מוזיק, דער ניגון רייסט ממש שטיקער אזש ר' יקותיאל הערש האט עס קוים געקענט אראפזינגען זיך שטיקענדיג פון טרערן.

די צווייטע ניגון איז אויך איבער אוישוויץ געבויעט אויף א קשיא מיט א תירוץ אויף די שואה, דאס האט ר' יקותיאל הערש ע"ה געזונגען איינמאל מוצ"ש ביי עפעס א מאורע א דינער אדער עפעס ענליך, און אויף דעם האט דער רבי געזאגט אז ער זאל עס מער נישט זינגען וויבאלד מען טאר נישט פרעגן קיין קשיות.

איך זוך וןי מיט ליכט דעם ניגון "אוישוויצער טרערן" געבענטשט זאל זיין דער וואס וועט עס ממציא זיין!
אפשר דאך, עמיצער?
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... F#p1755020
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
פלאש באמבע
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:25 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאש באמבע »

קנאפער ידען האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:11 am
האסטו וועסטו האט געשריבן:
איינער פליז מיט די ווערטער פון די ניגון
שוין צוויי טויזענט יאהרן
פון צער און פון צארן?
לוי פאלקאוויטש זינגט עס מיט שירה קווייער מיט The A teaM orchestra ס’דא א מיוזיק ווידיא פון דעם
יישר כח
נאדיר. דער ניגון איז פון ר' יו"ט עהרליך (געזינגען און פאפולער געווארן דורך MBD אויף דער אלבום "איך האב געווארט").

דער קליפ פון לוי איז מיט בלו מעלאדי בענד מיינעך.

א ישועה'לע

שוין צוויי טויזנט יארן
פון צער און פון צארן
,אין גלות צו שאנד און צו שפאט
געבליבן אן כח
געבליבן אן מח
אלעס פארלוירן מ׳האט

פון היימען פארטריבן
עלענד געבליבן
,מען האט נישט קיין ביסעלע גליק
האט מען זיך גענומען
און מ׳איז געקומען
אין לאנד פון די אבות צוריק

ס׳קוקען די אבות
מ׳הערט די מחשבות
,אידן מ׳קומט אן א צאל
ס׳איז אנדערע אידן
מיט אנדערע זיטן
ס׳איז נישט דער איד פון אמאל

מ׳ווייסט נישט פון בורא
מ׳היט נישט זיין תורה
,מען מיינט אז עס איז שוין די צייט
אז דאס איז די רפואה
אז דאס איז די ישועה
עס איז אבער נאך זייער ווייט

מען דארף נאך א ישועה׳לע
טאקע די טעג
מען דארף נאך א רפואה׳לע
,פאר די פארלוירענע אין וועג
פון גלות פון דעם ביטערן
מ׳איז פון אונז אוועק
אז אלע גלידער ציטערן
די הארץ איז פול מיט שרעק

ווען וועט ער שוין קומען דער נביא
,און ס׳וועט פאר אונז זאגן א ווארט
און ווער עס וועט עס נאר הערן
וועט תשובה טון באלד אויפן ארט

מען דארף נאך א ישועה׳לע
,דער פאלק איז נישט געזונט
מען דארף נאך א רפואה׳לע
פארהיילן אונזער וואונד

ס׳איז אוועק פילע יארן
ס׳איז אנדערש געווארן
,די לאנד האט אן אנדער מין בליק
פון נאנט און פון ווייטן
און פון אלע זייטן
מען קומט צום באשעפער צוריק

בעל תשובות עס ווערן
זיי טוען זיך מערן
,די גאנצע וועלט רעדט שוין פון דעם
יעדן טוט פרייען
מען הערט ריידען נייע
פון תורה און יראת ה׳

די וועלט איז צובראכן
די וועלט איז צוקראכן
,איינער דעם צווייטן האט פיינט
זיי קוקן מיט קנאה
זיי קוקן מיט שנאה
אידן מען וואקסט און מען שיינט

און אידן אן מורא
וואס היטן דעם תורה
,זיי ווערן אלץ מער אלע יאר
די הארץ טוט אונז זאגן
עס הייבט שוין אן טאגן
די ישועה איז נאנט ביז גאר

עס קומט שוין די ישועה׳לע
טאקע די טעג
עס קומט שוין די רפואה׳לע
,פאר די פארלוירענע אין וועג
מ׳דארף נישט קיין סאלדאטן מער
און נישט קיין אפיצער
ווייל און שיל די גאנצע מיליטער
דער תהילים איז דער געווער

ווען דער באשעפער וועט קומען און ווייזן
א שטראל פון זיין ליכט
און אלע אידן די פרייע
,וועלן פאלן אויף זייער געזיכט
און טרערן וועלן גיסן זיך
ווי קוואלן פון דעם מח
ווען זיי וועלן דערוויסן זיך
פון דער באשעפער אין דער הויעך
קודם כל, "מיט אנדערע זיטן" וואס מיינט "זיטן"? שנית, וועלעכע טעיפ איז די אריגיעלע יום טוב ערליך ניגון? ווי אויך, די ניגון העלו דא רעדט ירושלים פון יענע MBD אלבום, מאין בא?
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: אידישע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

זיטן=מדות
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
טעיפ רעקארדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm

Re: אידישע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

איינער דא האט א PDF קאלעקשאן פון זמירות פון אידישע ניגונים?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אידישע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טעיפ רעקארדער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:21 pm
איינער דא האט א PDF קאלעקשאן פון זמירות פון אידישע ניגונים?
דא האסטו א שטיקל זאך:
https://www.dropbox.com/scl/fi/9le9c3cw ... kchk9&dl=0
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
מבית שמש
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 08, 2021 5:58 am
לאקאציע:נעבן בית מדרש

Re: אידישע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבית שמש »

האט אפשר איינער די ווערטער פון דעם ניגון "איז געבליבן אז מען וועט מאכן א אסיפה"
דער ניגון רעדט זיך פון עפעס א חעלעמער אסיפה איך געדענק נישט פונקט פון וואס
דאס יא געדענק אז סאיז זייער א שיינער משל
אויב איינער קען דאס ארויפלייגן דא וועט זיין א הילף ייש כח
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אידישע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מבית שמש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 7:06 am
האט אפשר איינער די ווערטער פון דעם ניגון "איז געבליבן אז מען וועט מאכן א אסיפה"
דער ניגון רעדט זיך פון עפעס א חעלעמער אסיפה איך געדענק נישט פונקט פון וואס
דאס יא געדענק אז סאיז זייער א שיינער משל
אויב איינער קען דאס ארויפלייגן דא וועט זיין א הילף ייש כח
דא איז דער ניגון אליינס viewtopic.php?p=1868545#p1868545 און אביסל אראפציר האסטו די ווערטער.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
ישמח לב
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 8:09 pm

Re: איינער האט אפשר די סי.די.?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמח לב »

אליקים געציל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2015 4:15 am
ישלהוסיף האט געשריבן:
איך זיך א א גאנץ באקאנטע אידישע ניגון, וואס האט דער ווערטער:
"פון דעס וועגן ביסטו דאך איד..."
עפעס אזוי, קען מיר איינער ארויס העלפען מיט פארשאפען א קליפ פון דעם ניגון?
תודה למפרע.
וואלסטו געוואלט פרעגן: ביסט דאך א איד, וואס טוט זיך מיט דיין אמונה?
אוועטאר
Smoothly
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 30, 2023 11:11 am
לאקאציע:ווענד זיך אין די צייט

Re: איינער האט אפשר די סי.די.?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Smoothly »

ישמח לב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 4:36 pm
אליקים געציל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2015 4:15 am
ישלהוסיף האט געשריבן:
איך זיך א א גאנץ באקאנטע אידישע ניגון, וואס האט דער ווערטער:
"פון דעס וועגן ביסטו דאך איד..."
עפעס אזוי, קען מיר איינער ארויס העלפען מיט פארשאפען א קליפ פון דעם ניגון?
תודה למפרע.
וואלסטו געוואלט פרעגן: ביסט דאך א איד, וואס טוט זיך מיט דיין אמונה?
געוויסע לינקס, אזוי אויך דעי לינק פירט מיך צו https://cahoots.com/

כהאב ניש קייניינונג וואס איך דארף צו זעהן דארט.

ביטע קומען צו הילף.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: איינער האט אפשר די סי.די.?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

Smoothly האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 6:51 pm
ישמח לב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 4:36 pm
אליקים געציל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2015 4:15 am
ישלהוסיף האט געשריבן:
איך זיך א א גאנץ באקאנטע אידישע ניגון, וואס האט דער ווערטער:
"פון דעס וועגן ביסטו דאך איד..."
עפעס אזוי, קען מיר איינער ארויס העלפען מיט פארשאפען א קליפ פון דעם ניגון?
תודה למפרע.
וואלסטו געוואלט פרעגן: ביסט דאך א איד, וואס טוט זיך מיט דיין אמונה?
געוויסע לינקס, אזוי אויך דעי לינק פירט מיך צו https://cahoots.com/

כהאב ניש קייניינונג וואס איך דארף צו זעהן דארט.

ביטע קומען צו הילף.
דארפסט גארנישט צו זען. דער סערוויס אויף וואס מ'האט עס בשעתו ארויפגעלייגט (קאפי.קאם) האט זיך פארמאכט, סאו מ'קען עס נישט עקסעסן.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”