אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

אידישע וועלט אויסגאבעס און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מיט שמחה און פריד, מיט שיר און שבח, מיט שבח און רון, מיט רון און שיר, מיט שפאנונג (און שק'אנאנאנונג), וואו האביך געהאלטן? אהה.. האלטן מיר שוין דא, אין א מזל'דיגע שעה, הנה זה בא.

דריי אידאך שוין לכו"ע חזקה (הלוואי בלייבסטו דריי.. ח"ו רח"ל עפ"ל), און חזקה על חברים שלא יוצא מתחת ידם דבר מסוכן, דערפאר איז די שמחה אזוי גרויס אז מיר האלטן דא.

שששששש! כ'הער נישט וואס כ'שרייב! ששששש:

מיר האבן דעם כבוד זכי' און פארגע ניגוןאייך צו פארשטעלן דעם נייעם קאלעקשן (אין ליכט פון די עלעקשאן) סידי מיטן נאמען, איר הערט גוט:

"הכל טוב"!

ניגונים און לידער וואס זענען פארפאסט געווארן דורכ'ן וועלט בארומטן קאמפאוזער מלחין גראמער שרייבער טייפער בדחן גראמער עקטער (און חזן) בעל תפילה און זינגער, וכו' וגו' וכדומה ועוד לקרא:

מאטי אילאוויטש!!!!!!!!!!!

מאטי איז דאך שוין ברייט און לאנג באקאנט איבערן גארער חסידישער וועלט אלץ איינער וואס ברענגט צום טיש הערליכע אויסדערוועלטע סחורה און אורה. טיפע מחשבות, זיסע רעיונות, געשמאקע געדאנקען, גאלדענע פערל ווערטער.

מאטי האט שוין ארויסגעגעבן דריי הערליכע סידי'ס (כמנין די 3'טע אייוועלט סידי), וואס האט אפגעקלינגען און אפגעזינגען ביי אלע אידישע שטובער זאלן און טרעפיק'ס!

מאטי האט א ספעציעלן טעם און ריח מיט א ספעציעלן אייגנהארטיגן חן, וואס ער שמירט אן דערמיט יעדע ניגון און גראמ'עלע פאר ווען ער גיבט עס ארויס פארן וועלט.

און דא האלטן מיר, מיט שמחה אן א שיעור, מיט לקח און ביר!


די סידי 'הכל טוב' איז כשמו כן הוא: הכל טוב! אלעס גוטע זאפטיגע קנאקעדיגע ניגונים, וואס זענען ארויס די לעצטע יארן אלץ סינגל'ס, און ווי פאסיג און ווי ריכטיג איז זיי צו צאמשטעלן אין איין בילדינג און זיך קאכן און איין קיטשן, להנאתינו ולהנאת עמך בית ישראל.

ס'ווערט געזינגען פארשטייצעך דורך מאטי מיט זיין זיסע קלארע אייגנהארטיגע שטימע, אזוי אויך די ריזן אין עולם הנגינה: הרב שלמה טויסיג, אהרן שלמה כ"ץ, דובי מייזלס, דודי קנאפפלער, מוישי רוזנבערג, מנשה ליכטנשטיין, עקיבא גראמאן, און די ילדי הפלא ארי רייך, דאני מענדלאוויטש, און דוד לייפער.
די מיוזיק איז אויך אויף א הויעכן קוואליטי, דורך אברומי בערקא, משה לאופר, און אויך נאך.


פארן פארטיגן מיטן פתיחה און הקדמה און אריינפיר, לאמיר אפגעבן א באזונדערן דאנק'עלע פאר אונזער באליבטער מיטארבעטער און סטודיו הרב @איינס, פארן זיך אוועקגעבן בלב ובמים ממש פארן סידי, ער איז ממש געבליבן שלאפן נעכט אין סטודיו, נו באמת.. זיך ממש מוסר נפש געווען ס'זאל ארויסקומען א דבר השלום, ווער רעדט נאך פונעם בוקלעט! Wow!!! עפנט'ס עס וועט עט'ץ אליין זעהן.. (מ'דארף כאפן אז ביי די אייוועלט סידי'ס איז די בוקלעט מער כמעט די גאנצע ארבעט...שששששש), און אפי' ער מאכט'צעך אביסל איינס און קליין און שענקט מיר דעם כבוד צו שרייבן מיין נאמען אלץ פראיעקטאר (וואס זאלעך טוהן מיין נאמען איז ר"ת נמ"ש), אבער זאלט איר כאטש וויסן אז ס'קומט'צעך אסאך אסאך קרעדיט פאר איינס'ן!
בקיצער: שלי ושלכם של1 היא!


שוין, אשאד צופיל מאריך אף זיין, לאמיר צוגיין צום פוינט, ס'האט'צעך געלוינט, ווערן באקרוינט, מיט דעם הערליכען סידי אשר אנחנו נותנים לפניכם היום אם בקולו תשמעון:


'הכל טוב' - ניגוני ר' מאטי אילאוויטש

Motty Ilovitz - Hakol Tov.jpg
Motty Ilovitz - Hakol Tov.jpg (394.24 KiB) געזען 5527 מאל
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 2:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לעצט פארראכטן דורך איינס אום מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 1:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

3.jpg
3.jpg (451.34 KiB) געזען 5523 מאל


2.jpg
2.jpg (214.07 KiB) געזען 5523 מאל


1.jpg
1.jpg (394.24 KiB) געזען 5523 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

5.jpg
5.jpg (497.11 KiB) געזען 5519 מאל


4.jpg
4.jpg (502.27 KiB) געזען 5519 מאל


6.jpg
6.jpg (656.78 KiB) געזען 5519 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

7.jpg
7.jpg (504.22 KiB) געזען 5511 מאל


8.jpg
8.jpg (608.06 KiB) געזען 5511 מאל


9.jpg
9.jpg (476.52 KiB) געזען 5511 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

10.jpg
10.jpg (383.63 KiB) געזען 5509 מאל


11.jpg
11.jpg (485.02 KiB) געזען 5509 מאל


12.jpg
12.jpg (549.12 KiB) געזען 5509 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

13.jpg
13.jpg (382.52 KiB) געזען 5507 מאל


15.jpg
15.jpg (513.19 KiB) געזען 5507 מאל


14.jpg
14.jpg (490.6 KiB) געזען 5507 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 2:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

16.jpg
16.jpg (411.25 KiB) געזען 5505 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
דובי'ס א פען
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 10:38 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דובי'ס א פען »

Wowow
Thanks a lot for all people involved
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

בין איך יעצט ביזי

שמחה׳לע איך וועל נאך צוריקומען זיך פאר׳חשבון׳ען מיט דיר פארן מיר באוואשן ברבים!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7818
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

גרויסען שכח!!!
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

שמונה עשרה

יא אזוי הייבט מען אן א סידי!...
ווען מ'גייט זינגען ניגונים פארן באשעפער, און בעטן א הארציגן תפילה, אדער ווען מ'האלט ביי 'תפילת העמידה' - מ'גייט'צעך הייבן אין א טענצל און דאנקען דעם בורא, איז צייט פאר א תפילה "ה' שפתי תפתח ופי יגיד תהילתך", - "כי שם ה' אקרא הבו גודל לאלוקינו"!.
'כהן מברך תחילה', די ניגון 'שמונה עשרה' איז ארויס אלץ ערשטע סינגל פונעם בארומטן זינגער 'אהרן שלמה הכהן כ"ץ'.
די ניגון איז לעבעדיג און לוסטיג, געמישט מיט הארציגע געפילן פון א געבעט צום באשעפער ער זאל עפענען אונזער מויל מיר זאלן איהם קענען רעדן צו איהם ווי ס'דארף צו זיין.
די ניגון איז בשעתו געווארן אויפגעכאפט ביים היימישן ציבור, און אויפגעלעבט די חתונה זאלן א לענגערע תקופה.


הכל טוב

'הכל טוב' - צוויי ווערטער וואס שרייען ארויס אמונה און ביטחון אינעם בורא כל עולמים!
'הכל טוב' – אלעס איז גוט! עס זאגט'צעך זייער גרינג, אבער ס'מאכט'צעך פארשידענע מצבים פאר א מענטש וואס עס זאגט'צעך נישט אזוי פשוט.
ר עקיבא גרומן, א בארומטער זינגער פון א"י, האט מיט עטליכע יאר צוריק פארלוירן א קינד פלוצלינג און טראגיש רח"ל, גאנץ כלל ישראל איז געווען צורודערט מיטן שרעקליכן טראגעדיע. א יאר דערויף איז ר' קיבע ארויסגעקומען מיט דעם ניגון, אויף הייליגע ווערטער פונעם בעל התניא זי"ע, אז מאתו לא תצא הרעות, אלעס איז גוט און פיין, לעכטיג און שיין!
נעמט'ס אריין גוט אין קאפ: 'הכל טוב'! נישט קיין חילוק וועלעכע מצב און וואס מ'גייט נישט אריבער, 'הכל טוב'!!


די ניגון

די יודעי דבר זאגן אלץ אז א ניגון אן קיין ווערטער ברענגט ארויס געפילן וואס קיין שום ווארט קען נישט באטאנען.
'הבוחר בשיר זמרה' זאגן צדיקים ס'מיינט די שיירי זמרה, 'די ניגון' וואס בלייבט אין הארצן און ס'שווער צו באטאנען מיט ווערטער.
ווען מ'טראכט אריין אין די חסדים וואס אונזער גרויסער טאטע טוהט צו אונז יעדן טאג, יעדן שעה, און יעדע מינוט, קען מען פשוט נישט טרעפן קיין ווערטער איהם גענוג צו דאנקען און לויבן.
הרב שלמה טויסיג בעלעד'ער רב שליט"א האט געברענגט צום טיש טאקע די ניגון 'די ניגון', קאמפאוזט ביי מאטי'ן, וואס ברענגט טאקע ארויס דאס: טאטע איך וויל דיר דאנקען אבער כ'האב נישט קיין ווערטער, דבר אין בפי ובלשוני מילה, אבער ממעמקי הלב טרעף איך עפעס א זיסע תנועה'לע וואס איך זינג ארויס פון הארצן אן קיין ווערטער.
און דא קומט די זיסע תנועה'לע וואס מ'קען זינגען און איבערזינגען, א קומזיץ תנועה'לע מיט א געשמאקע ווארעמע געפיל, געזינגען דורך הרב שלמה און די 'פרחי שיר ושבח' קינדער.
טאטע איך וויל פאר דיר זינגען, אבער כ'האב ממש נישט קיין ווערטער...


דורכגאנג

די ווארט 'דורכגאנג' אליין איז א שטיק חיזוק אין יעדן מצה וואס א מענטש גייט נאר אריבער. ער זאל וויסן און געדענקען אז ס'נישט פארטיג מיטן וועלט, אלעס איז נאר א דורכגאנג.
דא איז געקומען מאטי מיט א שטארקע חידוש'דיגע מהלך פון חיזוק פאר די'ע אידן וואס שטייען ביים 'דורכגאנג' און מענטשן טרייען זיי מחזק צו זיין זאלן בשום אופן נישט קלאגן און וויינען, און זייער מצב איז בכלל נישט אזוי שווער, וכו' וכו'.
מאטי קומט און זאגט זיי: כ'גיי דיר נישט זאגן נישט וויינען און נישט זיין צובראכן, פארקערט, ס'נארמאל און געזונט צו וויינען, גיב זיך ארויס! אבער אין די זעלבע צייט גיב נישט אויף!
געווענליך ווען איינער שטייט ביים דורכגאנג קומט מען איהם כלומר'שט מחזק זיין ער זאל טראכטן אז ס'נישט דא בכלל קיין דורכגאנג, און אלעס איז אזוי ווי ס'געווען פארדעם. די מהלך פון דעם ניגון איז פארקערט, יא אידעלע, שטייסט יעצט ביי א שווערן דורכגאנג, און מעגסט און קענסט וויינען און אפי' זיין אביסל צובראכן, און טראכט נישט אז ס'וואלט נישט געדארפט זיין אזוי און הלוואי ווען דו האלסט ווען פארן דורכגאנג, נאר פארקערט, טראכט וואס ס'וועט זיין ווען דו קומסט אן צום צווייטן צייט, ווי שטארק און פעסט וועסטו דעמאלטס זיין!
די ניגון איז אראפגעלייגט זאפטיג און זייער קונצ'לעך, יעדע שורה'לע איז פיל מיט טאלאנט און גאלדענע ווערטער. אראפגעזינגען הארציג און לעכטיג דורך מאטי און דובי מייזלס וואס באגלייט אויך דעם ניגון מיט זיין באווואוסטן גיטאר.
חזק חזק ונתחזק!


אוסרי לגפן

'ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א גלעזל וויין'...
'אוסרי לגפן' איז א ניגון מיט א לוסטיגע פורים'דיגע געפיל, געזינגען דורכ'ן בארומטן זינגער דודי קנאפפלער, באגלייט מיט די קינדערלעך פון 'פרחי שיר ושבח'.
די ניגון איז א שטיק שמחה, און מאכט אונז שפירן אז דער בורא דערמאנט אונז זיין פריילעך! נכנס יין יצא סוד!
ווען משיח וועט קומען 'אז ימלא שחוק פינו' דעמאלטס וועלן מיר שוין נישט דארפן דעם גלעזל וויין צו זיין באמת פריילעך, מ'וועט פארטיגן מיטן גלות און זיין 'שיכורה ולא מיין'. אבער יעצט אינעם פינסטערן גלות 'עד כי יבא שילה', נעם זיך א גלעזל און לאמיר פריילעך זיין!


דריי יאר אלט

ב"ה מ'האט א לעכטיג קינד, מ'האלט מיט טאג נאך טאג ווי דאס קינד וואקסט, ער ווערט גרעסער און גרעסער, און אט אט ווערט ער שוין ממש א מענשטעלע. און פלוצלינג טרעפט מען זיך ווען מ'גייט שוין אפשערן דאס קינד, און ער איז שוין 'דריי יאר אלט'.
ס'שווער צו באשרייבן און ארויסברענגען עלטערנ'ס געפילן אין אזא מאמענט. אבער מאטי שטייענדיג ביים אפשערן פון זיןי אינגעלע, האט מיט זיין טאלאנט אהערגעשטעלט דעם הערליכן ניגון, געפלאכטן מיט הערליכע קונצליכע ווערטער און גראמען, וואס ברענגט ארויס די טיפע געפילן וואס קאכן אין הארץ, און די מחשבה'לעך וואס איז געווענליך שווער ארויסצושןעפן פונעם מוח'ל.
הלוואי בלייבסטו דריי..


ובידו הגדולה

בימים ההם בזמן הזה. אונז זעמיר ליידער אינעם גלות המר, און רעות שבעה נפשינו אין יעדן דור.
בעטן מיר פונעם כל יכול, אז אזוי ווי אין מצרים האט ער אויסגעשטרעקט זיין גרויסן האנט און ארויסגעשלעפט די אידן פון מצרים, אזוי אויך זאלסטו באשעפער נעמען דיין 'ידו הגדולה' און ארויסנעמען דיין עם סגולה פונעם פינסטערן גלות, ווייל מיר האלטן עס שוין נישט אויס – ביגון כוחי כילה!
מ'קען דא הערן די זיסע הארציגע שטימע פונעם ילד הפלא 'דוד לייפער' (שופר, באלד באלד...), וואס אינאיינעם מיט מאטי ברענגען זיי ארויס הערליך און געוואלדיג דעם ניגון.
'ובידו הגדולה יוציא את הסגולה, בעגלה ובזמן קריב ואמרו אמן.


פרק שירה

א לעבעדיגע ניגון וואס ברענגט ארויס די חשיבות פון זאגן פרק שירה און זינגען פארן באשעפער. און ווער עס זינגט אויף דעם וועלט וועט זוכה זיין זינגען לעולם הבא.
דער בארומטער זינגער פון א"י מוישי רוזנבערג לייגט אראפ דא מיט זיין זיסע שטימע א 'פרק שירה' ווי ס'דארף צו זיין, באגלייט מיט די קינדער קווייער פון 'פרחי שיר ושבח'.


אני עמך

א הערליכע ווארעמע ניגון אויף הייליגע ווערטער פונעם מדרש רבה, וואס מאטי ברענגט אן אייגנארטיגן טייטש מיטן הערליכן ניגון. עס ברענגט ארויס אז דער באשעפער באגלייט אונז אויף טריט און שריט, ער איז מיט אונז אין יעדן מצב, און וואס מיר גייען נאר אריבער, ליידן צו פריידן, שטייט ער מיט אונז אינאיינעם.
דעם ניגון האט מאטי קאמפאוזט און געזינגען פאר די חשוב'ע ארגעניזעישן 'רעים' וואס העלפט אזויפיל אידישע קינדער. באגלייט מיט די בארומטע 'ידידים כאאר', און מיטן זיסן שטימע פון די ילד הפלא 'דאני מענדלאוויטש' פון די אויסגערופענע קינדער פון 'אידיש נחת' – מוישי קרויס.


א שטיקעלע תוספות

א ווארעם הארציגן ניגון אויפן מהלך פון מאטי'ס 'פארשטיין' ניגון, וואס ברענגט נאכאמאל ארויס דעם זעלבן נקודה ביז מיר וועלן עס גוט 'פארשטיין'...
די ניגון קומט אונז זאגן, אז אפי' טאמער מיר האבן פיל פראגעס אויפן חשבונו של עולם, און מ'פארשטייט נישט דעם מהלך פונעם בורא, דאך טאר מען נישט און קען מען נישט פרעגן. ווייל ס'נישט שייך צו פארשטיין.
קוים וואס א שטיקעלע תוספות פארשטייען מיר...


תהילת ה'

א לעבעדיגע מוזיקאליש'ע ניגון געזינגען דורך דעם בארומטן זינגער מנשה ליכטנשטיין, אויף די ווערטער וואס מ'זאגט לכה"פ דרייי מאל א טאג ביי אשרי: 'תהילת ה' ידבר פי וכו''.
די ניגון טייטש אפ די ווערטער פון אלע זייטן, אויף יעדן פאל עקסטער. עס ברענגט ארויס אז איך און יעדער איינער וויל רעדן און לויבן דעם בורא און בענטשן שם קדשו לעולם ועד!


יהיו לרצון

א הארציגע ווארעמע ניגון געזינגען דורך דעם אמאליגן א"י'דיגן ילד הפלא 'ארי רייך'.
ווען מ'ענדיגט דעם תפילה פון שמונה עשרה, זאגט מען פארן באשעפער 'יהיו לרצון אמריי פי והגיון ליבי לפניך', יותר ממה שקריתי לפניך כתוב על לוח ליבי, נעם ארויס מיינע געפילן פון הארץ די 'הגיון ליבי' וואס איך האב נישט ארויסגעברענגט מיטן 'אמרי פי' און צוזאמען מיט די ווערטער 'אמרי פי' נעם זיי אן לרחמים ולרצון.
און מ'לייגט צו צום בקשה דעם 'עשה למען שמך, עשה למען ימינך, עשה למען תורתך, עשה למען קדושתך'. די ניגון טייטש אפ די'ע פיר לשונות של תפילה, און מ'בעט אז בכל לשון של בקשה זאל ווערן אנגענומען אונזערע אלע סארט תפילות, אויך די 'אמרי פי' און אויך די 'הגיון ליבי'.
טאטע זיסער, הער די געשריי וואס טוהט אונז וויי...


ושבו בנים

"ווען נבוזראדן וועט פארטרייבן די אידן אין גלות אריין וועלן די אידן אדורך גיין רחל'ס קבר און זי וועט שרייען און בעטן צום בורא וכו'"
שוין באלד צוויי טויזנט יאר וואס אונזער מאמע רחל גייט ארויס פון קבר און שטייט און בעט בורא ער זאל אונז שוין אהיים ברענגען, מאנה להינחם! זי וויל זיך נישט בארוהיגן. זי האלט אין איין וויינען און בעטן זאל שוין מקויים ווערן דעם 'ושבו בנים לגבולם'!
די ניגון האט מאטי קאמפאוזט און געזינגען ביי די 'אונטערן שטוהל' פלעי, שטייענדיג ביים מאמע רחל'ס קבר. און שפעטער איז עס ארויסגעקומען אלץ סינגל געזינגען דורך מאטי און די 'ידידים קווייער'.
ס'איז א הערליכע ווארעמע ניגון וואס ברענגט ארויס די תפילה צו אונזער מאמע זי זאל ווייטער וויינען פאר אונז. און דא קומט די זיסע לעבעדיגע שטיקל 'ושבו בנים לגבולם' וואס ברענגט א טרייסט און האפענונג באלד באלד געשעהט עס טאקע.
ושבו בנים לגבולם!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7818
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

די סידי האט מיר דערמאנט פון מנשה ליכטנשטיין'ס סינגעל ארויס גאנץ א לאנגע צייט צוריק, גאר א געשמאקע שיינע ניגון..
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1652
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע:חק"ס שטיבל

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

#"איינס" אבער א גוטס
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

פשי! קוקט אויס צו זיין גאר גוטע סחורה!

יישר כח @נמ"ש און @איינס פאר אייער אומגלויבליכע העכסט פראפעשינעל ארבייט.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח גדול, ס'איז הערליך סיי די ניגונים, און סיי די גרעפיקס.

ועולה על כולנה די Wרייטינג איז 'און אף עי קיינד', מ'טרעפט זעלטן אזא געשמאקע שמחה'דיגע שפראך, דאס שמייכל וואס דאס ברענגט ארויף אויף די לעפצען איז אלעס כדאי.

איינס און נמ"ש חילכם ל...וואטעווער, עטץ האטס א כח, נוצט עס אויס צוזאמען אויף גוטע פראיעקטן און מיט אסאך הצלחה וברכה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3657
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

נאר מיט שמחה האט געשריבן: אוסרי לגפן

'ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א גלעזל וויין'...
'אוסרי לגפן' איז א ניגון מיט א לוסטיגע פורים'דיגע געפיל, געזינגען דורכ'ן בארומטן זינגער דודי קנאפפלער, באגלייט מיט די קינדערלעך פון 'פרחי שיר ושבח'.
די ניגון איז א שטיק שמחה, און מאכט אונז שפירן אז דער בורא דערמאנט אונז זיין פריילעך! נכנס יין יצא סוד!
ווען משיח וועט קומען 'אז ימלא שחוק פינו' דעמאלטס וועלן מיר שוין נישט דארפן דעם גלעזל וויין צו זיין באמת פריילעך, מ'וועט פארטיגן מיטן גלות און זיין 'שיכורה ולא מיין'. אבער יעצט אינעם פינסטערן גלות 'עד כי יבא שילה', נעם זיך א גלעזל און לאמיר פריילעך זיין!


די קליפ פון די נוגן
https://jmusic.me/%d7%93%d7%95%d7%93%d7 ... %a4%d7%9f/
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע:אין מיין שיך!

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

פריטלעך האט געשריבן: פשי! קוקט אויס צו זיין גאר גוטע סחורה!

יישר כח @נמ"ש און @איינס פאר אייער אומגלויבליכע העכסט פראפעשינעל ארבייט.


;l;p-;l;p-
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע:אין טאש

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

פון 'איינס' איז נאר דא איינס.
א גרויסן יישר כח אייך אלע.
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
פארן פארטיגן מיטן פתיחה און הקדמה און אריינפיר, לאמיר אפגעבן א באזונדערן דאנק'עלע פאר אונזער באליבטער מיטארבעטער און סטודיו הרב @איינס, פארן זיך אוועקגעבן בלב ובמים ממש פארן סידי, ער איז ממש געבליבן שלאפן נעכט אין סטודיו, נו באמת.. זיך ממש מוסר נפש געווען ס'זאל ארויסקומען א דבר השלום, ווער רעדט נאך פונעם בוקלעט! Wow!!! עפנט'ס עס וועט עט'ץ אליין זעהן.. (מ'דארף כאפן אז ביי די אייוועלט סידי'ס איז די בוקלעט מער כמעט די גאנצע ארבעט...שששששש), און אפי' ער מאכט'צעך אביסל איינס און קליין און שענקט מיר דעם כבוד צו שרייבן מיין נאמען אלץ פראיעקטאר (וואס זאלעך טוהן מיין נאמען איז ר"ת נמ"ש), אבער זאלט איר כאטש וויסן אז ס'קומט'צעך אסאך אסאך קרעדיט פאר איינס'ן!
בקיצער: שלי ושלכם של1 היא!

שוין, אשאד צופיל מאריך אף זיין, לאמיר צוגיין צום פוינט, ס'האט'צעך געלוינט, ווערן באקרוינט, מיט דעם הערליכען סידי אשר אנחנו נותנים לפניכם היום אם בקולו תשמעון:


סידאס?!
אביסל מאריך אף געווען?
ס׳טע מיר ארויסגעשליידערט פון די כלים!
א פליינער פאלאנע שקרן און נאך במילתא דעבידי לגאלויע

זיצט א ״נאר״ און לייגט אריין שעות ארוכות על מנת לקבל אפאר סמייליס און שכויעח׳ס אויף אייוועלט, קיין פעני מאכט ער ניט פון דעם, פון זיכן די נגונים דורך שטעלן דעם סדר ביז אפיר קראצן די אינפארמאציע, און דאמאל מיט אזענע שיינע באשרייבעכצער אויף יעדע ניגון עקסטער. און אנע בושה באוואשט מיר ברבים אז איך האב אזויפיל ליידיג צייט אין מיין ביזי סעקדזשול!

און נארמאלע אומשטענדן וואלט איך דיר געפייערט בשן ועין אז סוואלט זיך שוין מער גארניט אזוי געטאנצן (אויב ווילסטו ממשיך זיין זוך א אנדער אוועטאר..)

זאלט עטס נאר וויסן אז דער שמחה איז גארנישט קיין נאר, דאסמאל האט ער דא אהערגעשטעלט איינס (נדנ) און אזעלכעס, איך האב שוין געהערט דעם סידי די לעצטע צוויי וואכן, זאליך אנהייבן שרייבן וואס און ווען? נע, איך האב קיין צייט נישט פאר דעם, לאמיר ענק נאר זאגן די סידי איז כדרושו כפשוטו וכמשמעו ״הכל טוב!״
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לויפט און קויפטס!

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14683
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

יישר כח פאר "יעדער" וואס האט געהאט א חלק דער'אין.
אוועטאר
פאפעגיי
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:07 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפעגיי »

wow! וואס דא גייט נישט פאר. הערליכע ארבעט נאך שענערע גראפיקס. יישר כוחכם!
ס'איז גוט אמאל צו הערן ווויאזוי דו אליינס קוקסט אויס...
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

איינס האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
פארן פארטיגן מיטן פתיחה און הקדמה און אריינפיר, לאמיר אפגעבן א באזונדערן דאנק'עלע פאר אונזער באליבטער מיטארבעטער און סטודיו הרב @איינס, פארן זיך אוועקגעבן בלב ובמים ממש פארן סידי, ער איז ממש געבליבן שלאפן נעכט אין סטודיו, נו באמת.. זיך ממש מוסר נפש געווען ס'זאל ארויסקומען א דבר השלום, ווער רעדט נאך פונעם בוקלעט! Wow!!! עפנט'ס עס וועט עט'ץ אליין זעהן.. (מ'דארף כאפן אז ביי די אייוועלט סידי'ס איז די בוקלעט מער כמעט די גאנצע ארבעט...שששששש), און אפי' ער מאכט'צעך אביסל איינס און קליין און שענקט מיר דעם כבוד צו שרייבן מיין נאמען אלץ פראיעקטאר (וואס זאלעך טוהן מיין נאמען איז ר"ת נמ"ש), אבער זאלט איר כאטש וויסן אז ס'קומט'צעך אסאך אסאך קרעדיט פאר איינס'ן!
בקיצער: שלי ושלכם של1 היא!

שוין, אשאד צופיל מאריך אף זיין, לאמיר צוגיין צום פוינט, ס'האט'צעך געלוינט, ווערן באקרוינט, מיט דעם הערליכען סידי אשר אנחנו נותנים לפניכם היום אם בקולו תשמעון:


סידאס?!
אביסל מאריך אף געווען?
ס׳טע מיר ארויסגעשליידערט פון די כלים!
א פליינער פאלאנע שקרן און נאך במילתא דעבידי לגאלויע

זיצט א ״נאר״ און לייגט אריין שעות ארוכות על מנת לקבל אפאר סמייליס און שכויעח׳ס אויף אייוועלט, קיין פעני מאכט ער ניט פון דעם, פון זיכן די נגונים דורך שטעלן דעם סדר ביז אפיר קראצן די אינפארמאציע, און דאמאל מיט אזענע שיינע באשרייבעכצער אויף יעדע ניגון עקסטער. און אנע בושה באוואשט מיר ברבים אז איך האב אזויפיל ליידיג צייט אין מיין ביזי סעקדזשול!

און נארמאלע אומשטענדן וואלט איך דיר געפייערט בשן ועין אז סוואלט זיך שוין מער גארניט אזוי געטאנצן (אויב ווילסטו ממשיך זיין זוך א אנדער אוועטאר..)

זאלט עטס נאר וויסן אז דער שמחה איז גארנישט קיין נאר, דאסמאל האט ער דא אהערגעשטעלט איינס (נדנ) און אזעלכעס, איך האב שוין געהערט דעם סידי די לעצטע צוויי וואכן, זאליך אנהייבן שרייבן וואס און ווען? נע, איך האב קיין צייט נישט פאר דעם, לאמיר ענק נאר זאגן די סידי איז כדרושו כפשוטו וכמשמעו ״הכל טוב!״


ווארט נאר ווארט, ציה אויס דיינע באקן...
כ'בין ביזי יעצט (אזוי ווי דיר, קער נעמען פון אלעס וואס מ'האט פארקוקט ס'לעצטע וואכן זייענדיג ביזי מיטן פראיעקט...), מ'וועט האבן צייט וועט מען זיך נעמען אי"ה בל"נ בעזהשי"ת אכי"ר ל"ע וכו'.
'נאר' איז דער וואס לאכט דער לעצטער!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'הכל טוב' מניגוני ר' מאטי אילאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

א גרויסן ייש"כ. ס'איז א הערליכע ארבעט, זייער אפריציעטעט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אייוועלט פרעזענטירט”