ימים שהאבל אינו מתפלל לפני העמוד

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קוועטש
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
לאקאציע:אין בית המדרש

ימים שהאבל אינו מתפלל לפני העמוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוועטש »

אויב איינער קען צוצייכענען אויב עס איז שוין דא אן אשכול ביטע שמעלצן:

איך וואלט געוואלט האבן א ליקוט פון אלע מנהגים ביטע ארויסהעלפן
דיסקלעימער: דאס איז וויאזוי איך האב אויפגעכאפט - אויב מאך איך א טעות ביטע פאררעכטן, ובזה החלי:

ימים שהאבל אינו מתפלל לפני העמוד
המנהג שאָבֶל עובר לפני התיבה הובא ברמ"א בהלכות אבלות (יו"ד סימן שעו סע' ד) וז"ל: "והאבלים אומרים קדיש אפילו בשבת ויום טוב. אבל לא נהגו להתפלל [לפני העמוד] בשבת ויום טוב, אף על פי שאין איסור בדבר. אבל בימות החול, מי שיודע להתפלל, יתפלל. ויותר מועיל מקדיש יתום, שלא נתקן אלא לקטנים".

והנה הרמ"א קיצר בדבריו, והזכיר שהאבל אינו עובר לפני התיבה בשבתות וימים טובים בלבד. ולא נודע מה הדין בזמנים אחרים, כגון: בימי חול המועד, אסרו חג, חנוכה ופורים. ערבי שבתות וחגים, וראשי חודשים - האם האבל עובר בימים אלו לפני התיבה, כבכל יום חול, או לא.

אין א טאג וואס מ'זאגט הלל , למשל ר"ח וימי חנוכה ופורים:
    אין ק"ק סאטמאר דאווענט נישט אן אבל פארן עמוד גאנץ שחרית (מנחה מעריב ווענט זיך יעדער איינער)
    אין ק"ק באבוב דאווענט מען ביז הלל און ביי הלל נעמט איינער איבער

עשרת ימי תשובה ווערט געברענגט אין מטה אפרים (סי' תקפא סעי' כג) חילק בין עשרת ימי תשובה, שאין אבל עובר בהם לפני העמוד, לבין ימי חודש אלול: "אָבֶל תוך י"ב חודש אחר אביו ואמו, או תוך שלושים יום אחר שאר קרובים, יכול להיות ש"ץ בימי הסליחות שקודם ראש השנה. אבל בעשרת ימי תשובה יש נוהגין שאין האבל אומר סליחות ואינו עובר לפני התיבה. ומכל מקום בהרבה מקומות נהגו שאין האבל אומר סליחות לפני ראש השנה, ואינו עובר לפני התיבה כל היום בעשרת ימי תשובה, וכל מקום יחזיק במנהגו".

המשנה ברורה (סי' תקפא ס"ק ז) הכריע לדינא כדעת הנודע ביהודה: "אָבֶל תוך י"ב חודש אחר אביו ואמו [או תוך שלושים יום אחר שאר קרובים], אסור לעבור לפני התיבה בראש השנה ויום הכיפורים, דהא דינם כרגלים לכל מילי[ואף על פי שלא אומרים הלל בראש השנה ויום הכיפורים]. אבל בימי הסליחות, אפילו בערב ראש השנה ועשרת ימי תשובה, מותר [ובדליכא חזן אחר שרי אפילו בראש השנה ויום הכיפורים]".

מוצאי ראש השנה (ויו"כ): האב איך געהערט איז דא א עקסטערע ענין אז די יאר זאל זיך גוט אנהייבן (אינו יודע מקורו) צוליב דעם דאווענט נישט אן אבל פאר'ן עמוד מוצאי ר"ה אין ק"ק סאטמאר.
נאך מער האב איך געהערט אז ר' ישראל חיים מנשה פר"מ ראב"ד פלעגט נישט לאזן אן אבל צוגיין צום עמוד צו מעריב מוצאי יו"כ, מעגליך צוליב דעם טעם אדער אפשר צוליב וואס מוצאי יו"כ איז א יו"ט .
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ימים שהאבל אינו מתפלל לפני העמוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

פון אלע מנהגים מיינסטו פון אלע קהילות?

חב"ד

א אבל ל"ע דאווענט ניט פארן עמוד שבת, יו"ט חול המועד און ר"ח
אבער חנוכה פורים דאווענט ער יא אבער ניט הלל
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: ימים שהאבל אינו מתפלל לפני העמוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

zugurnish האט געשריבן: פון אלע מנהגים מיינסטו פון אלע קהילות?

חב"ד

א אבל ל"ע דאווענט ניט פארן עמוד שבת, יו"ט חול המועד און ר"ח
אבער חנוכה פורים דאווענט ער יא אבער ניט הלל

עשרת ימי תשובה דאווענט א אבל יא אין חב"ד

ערב שבת מנחה יש מקומות שהאבל מתפלל לפני העמוד. אמשינאוו ועוד
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ימים שהאבל אינו מתפלל לפני העמוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן: פון אלע מנהגים מיינסטו פון אלע קהילות?

חב"ד

א אבל ל"ע דאווענט ניט פארן עמוד שבת, יו"ט חול המועד און ר"ח
אבער חנוכה פורים דאווענט ער יא אבער ניט הלל

עשרת ימי תשובה דאווענט א אבל יא אין חב"ד

דו פרעגסט?

די ענפער איז יא

(דער רבי זי"ע ווען ער האט געדאווענט נאל די פטירה פון דער רביצין
האט ניט געדאווענט פארן עמוד תענית תשעה באב נדחה

אבער דארטן איז געווען א אנדער סיבה ווייל דער רבי ריי"צ האט געזאגט צום רבי אז ער זאל פירען ווי זיין טאטע דער רבי רשב
און דאווענען שחרית תשעה באב מיט טלית און תפילין
און דאס האט דער רבי געטאהן בצנעה אלע יארן)
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ימים שהאבל אינו מתפלל לפני העמוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן: ערב שבת מנחה יש מקומות שהאבל מתפלל לפני העמוד. אמשינאוו ועוד

אין חבד אויך
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: ימים שהאבל אינו מתפלל לפני העמוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

קוועטש האט געשריבן: אויב איינער קען צוצייכענען אויב עס איז שוין דא אן אשכול ביטע שמעלצן

נישטא גענוג ספרים? וואס איז מיט דעם פון פנ"ו און ווייטער https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=46540&pgnum=6
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17381
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ימים שהאבל אינו מתפלל לפני העמוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אין בעלזא

די טעג וואס מ'זאגט נישט תחנון מדינא דשו"ע גייט א אבל נישט צו, נישט שחרית און נישט מנחה מעריב.
ובתוכם גאנץ חודש ניסן, ערשטע צוועלף טעג פון סיון וכו'

אזוי אויך פונעם ערשטן טאג סליחות ביז נאך סוכות.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35754
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ימים שהאבל אינו מתפלל לפני העמוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בפרי מגדים סי' תרע"א, פארוואס זאגט ער אז דער אבל קען נאר דאווענען ביז ברוך שאמר ביום שיש בו הלל?
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (30.22 KiB) געזען 774 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אברעימל
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2017 12:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברעימל »

קוועטש האט געשריבן: אין ק"ק באבוב דאווענט מען ביז הלל און ביי הלל נעמט איינער איבער

כפי ידיעתי בק"ק באבוב אין האבלים מתפללים לפני העמוד כלל בר"ח וחנוכה אף במנחה מעריב.
(וכן בעשי"ת)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35754
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ימים שהאבל אינו מתפלל לפני העמוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דא איז דער מהר"ם מינץ וואס איז דער מקור פון דעם ט"ז ס' תרע"א ס"ק ח'

ס'איז ווערט צו אדורכלערנען די גאנצע תשובה אינעווייניג, הויבט זיך אן מיט א שאלה אז ס'איז געווען ווער ס'האט געוואלט אז ביום שיש בו מילה זאל אן אבל ל"ע נישט דאווענען.

זאלן אלע אידישע קינדער זוכה זיין לברך שהחיינו מתוך שמחה.
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (152.57 KiB) געזען 692 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20351
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: ימים שהאבל אינו מתפלל לפני העמוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

דאס אז א אבל דאווענט פארן עמוד האט א מקור?
איינער זאגט מיר אז עס איז בלויז א מנהג
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35754
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ימים שהאבל אינו מתפלל לפני העמוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

moishy56 האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:56 am
דאס אז א אבל דאווענט פארן עמוד האט א מקור?
איינער זאגט מיר אז עס איז בלויז א מנהג
רמ"א יו"ד שע"ו
"ומי שיודע להתפלל כל התפילה מתפלל" "אבל בימות החול מי שיודע להתפלל מתפלל ויותר מועיל מקדיש יתום"
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”