ה' אייר
אידן מאמינים בני מאמינים ווייסן און גלייבן אז מפני חטאינו גלינו מארצינו, אידן זענען פארטריבן געווארן פון הייליג לאנד ווייל זיי האבן געזינדיגט פארן באשעפער. שוין נאנט צו צוויי טויזענט יאר וואס מיר געפונען זיך אין גלות צווישן פארשידענע פעלקער, אין מיר האבן זיך געלאזט שחט'ן, פארברענען, כדי נישט צו פארלייקענען אין די אמונה. אידן אין אלע דורות האבן געליטן יסורים נאר צוליב דעם ווייל זיי זענען אידן, מען האט פון זיי געשפעט, אפגעלאכט פון די אידישע אמונה. מען האט זיי גע'רודפ'ט נישט צוגעלאזט צו גוטע פרנסות, עס זענען געווען פלעצער ווי אידן האבן געמוזט טראגן א געלע לאטע אלס א סימן אז זיי זענען אידן, אלע יסורים און פייניגונגען וואס זיי האבן געליטן האט זיי נישט אוועק גערירט פון די ריינע אמונה אין בורא כל עולמים. אדרבה די צרות האבן נאך מער געשטארק די אידן און זיי געגעבן קוראזש זיך צו האלטן פעסט ביי די אמונה אין ליב האבן דעם הייליגן באשעפער. אין די שווערסטע צייטן, די שווערסטע גזירות וואס אידן האבן נאר מיטגעמאכט, האבן זיי געווארט און געהאפט אז אט אט איז שוין נאנט דער טאג וואס השי"ת וועט שוין שיקן משיח צדקינו, מאמעס האבן איינגעפלאנצט אין זייערע קליינע קינדער, ווען זיי זענען נאך געווען אין וויגעלע דעם "אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח", און די אמונה האט זיי געגעבן כח און מוט אויסצוהאלטן די אלע ביטערע שווערע צייטן.
אידן האבן אבער אויך געוואוסט און געגלייבט אז אזוי ווי מיר ווארטן אויף ביאת המשיח, נאך פיל מער וויל השי"ת אונז אויסלייזן פון דעם שוערן גלות. די גמרא זאגט אז דריי מאל אין טאג שרייט כביכול דער באשעפער אזוי ווי א לייב "וויי איז צו די קינדער וואס צוליב זייערע עבירות האב איך חרוב געמאכט דעם בית המקדש, און איך האב זיי פארטריבן צווישן די פעלקער", ווען אידן זאגן אמן יהא שמיה רבה, זאגט השי"ת "וואס האט דען א טאטע פון דעם וואס ער האט פארטריבן זיינע קינדער פון זיין טיש" (דאס מיינט מען פון בית המקדש).
מיר גלייבן באמונה שלימה אין די ווערטער וואס משיח צדקינו האט געזאגט פאר ר' יהושע בן לוי, וואס האט אים געפרעגט "ווען קומט שוין דער הער משיח" האט משיח גע'ענטפערט "היום" היינט אויב די אידן וועלן תשובה טאן, דער רמב"ם זאגט "עס זענען שוין אדורך אלע פאראויס געזענע צייטן וואס די חכמים האבן געזאגט אז משיח וועט קומען און היינט ווענדט זיך דאס נאר אין אונז אויב מיר וועלן תשובה טאן, דעמאלט וועט משיח קומען במהרה !
דאס געוואלדיגע סכנה פון צואיילן די גאולה פאר די צייט
אין אלע דורות האבן כלל ישראל געוואוסט ווי גרויס עס איז די סכנה אויב אידן פראבירן זיך אליין אויסצולייזן פון גלות, און עס איז פאר ערליכע אידן אפילו נישט איינגעפאלן עובר צו זיין אויף
די הארבע שבועה פון שלא ידחקו את הקץ, וואס דער שטראף דערפון איז "אני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה".
מיר ווייסן אז די "בני אפרים" האבן זיך געאיילט ארויסצוגיין פון מצרים פאר די צייט, און זיי זענען אלע גע'הרג'עט געווארן דורך די פלשתים, ווייל זיי האבן עובר געווען אויף די שבועה.
נאכ'ן חורבן בית המקדש איז געווען א אידישער קעניג מיטן נאמען בר כוזיבא (בר כוכבא) אידן האבן געמיינט אז ער איז משיח, און האבן מלחמה געהאלטן מיט די רוימער מלוכה, עס האט זיך אויסגעלאזט מיט שווערע שחיטות פון הונדערטער טויזענטער אידן.
אין די צייטן פון רמב"ם איז אויפגעשטאנען א מענטש אין לאנד תימן און האט זיך פאררופן אלס משיח, ער האט באוויזן גרויסע מופתים, האט דער רמב"ם אפגעשריבן א בריוו צו די אידן פון תימן, און האט זיי געווארענט אז דער איז א פאלשער משיח און מען זאל זיך אפשאקלען פון אים ווייל אויב נישט וועט מען ליידן ביטערע צרות. אזוי איז טאקע געווען, דער פאלשער משיח האט פאראורזאכט גרויסע צרות פאר די אידן אין תימן, אין די אלע קהלות וואס האבן מיט אים מיטגעהאלטן זענען ר"ל פארניכטעט געווארן.
אזוי זענען געווען נאך עטליכע משיחי שקר וואס ווערן באשריבן אין סדר הדורות, דור אחר דור און נאך פון וועלכע עס האט זיך נאר אויסגעלאזט צרות פאר כלל ישראל.
דער גרויסער אומגליק וואס איז געקומען אויף כלל ישראל דורך דעם משיח שקר באקאנט מיט די ראשי תיבות ש"ץ ימ"ש, וועלכער האט פארנארט א גרויס טייל פון אידישן פאלק צו גלייבן אין אים, און האט באוויזן אותות ומופתים. ביז השי"ת האט געהאלפן און די אמת'ע צדיקי הדור האבן אויפגעוויזן אז ער איז מזלזל אין איסורי דרבנן, האבן זיי באשלאסן אז ער איז א פאלשער משיח. און צוביסלעך טאקע איז אנדעקט געווארן אז ער איז א מסית ומדיח און טוט אפ אלע עבירות שבתורה. און צום סוף האט ער זיך טאקע גע'שמד'ט, אבער ליידער האבן די אידן געליטן גרויסע צרות פון די כת ש"ץ נאך אסאך דורות דערנאך, און ליידער אן א שיעור אידן זענען געווארן מינים און אפיקורסים.
די ציוניסטישע באוועגונג
אין אלע דורות האבן אידן געוואוסט אז דאס איז א מורא'דיגע סכנה און א הארבער איסור אז אידן זאלן זיך נעמען א גאולה פאר די צייט.
די ציוניסטישע באוועגונג איז געגרינדעט געווארן מיט נאענט צו הונדערט יאר צוריק, דורך אן אסימילירטער איד מיט'ן נאמען טיאדאר הערצל שר"י, ער האט געפלאנט איבער צו ארבעטן דאס געשטאלט פון אידישן פאלק אז אידן זאלן זיך מער נישט פירן איינזאם און אנדערש ווי אלע פעלקער פון דער וועלט. ער האט פעסטגעשטעלט אז די גאנצע שנאה פון די גוים צו די אידן איז נאר דערפאר ווייל די אידן פירן זיך אנדערש, זיי האלטן א תורה און מישן זיך נישט אויס מיט די גוים.
דער אפיקורס הערצל שר"י האט אויסגעארבעט א פלאן אז אלע אידן זאלן זיך אפ'שמד'ן און ווערן קריסטן, אין זיינע בריוו'ן שרייבט ער, ער שטעלט זיך שוין פאר דעם טאג ווען די גלעקלעך פון דעם קלויסטער אין וויען וועלן קלינגען און די אידן וועלן זיך טובל'ן צו ווערן קריסטן.
ווען דער עוכר ישראל האט געזען אז זיין פלאן איז נישט מעגליך דורכצופירן, דאס אידיש פאלק וועט קיינמאל נישט אויפטוישן זייער אמונה, האט ער זיך געטראכט א פרישן פלאן. אידן זאלן באקומען א אייגענע מלוכה, אהין וועלן זיי אויסוואנדערן פון אלע לענדער, דארט וועלן זיי אראפווארפן פון זיך דעם שווערן עול (יאך) פון תורה, זיי וועלן מער נישט זיין אונטערדריקט
אונטער די גוים זיי וועלן הייבן קעפ און זיין גלייך ווי אנדערע מענטשען, א אייגן לאנד, א אייגענע שפראך, מיט א מיליטער מיט א פאן.
צו זיין נייעם פלאן האט דער עוכר ישראל צוגעצויגן א צאל אסימילירטע אידן פון די משכילים און צוזאם האבן זיי געגרינדעט די ציוניסטישע באוועגונג און האבן אנגעהויבן צו פרעדיגן זיין פינסטערן פלאן אין די עפענטליכקייט.
צוליב זיינע פארבינדונגען מיט מלוכה הויפטן האט ער געוואלט אויספועלן אז אידן זאלן באקומען דאס לאנד אונגאנדע, א לאנד אין די שווארצע אפריקע, דארט האט ער געפלאנט צו באזעצן דאס אידישע פאלק.
אזוי ווי די פירער פון די ציוניסטישע באוועגונג האבן פארשטאנען אז אידן וועלן נישט וועלן אהין גיין, האבן זיי אונטערגעהעצט די מלוכה לייט און גוי'שע מאסן אין די אייראפעאישע מדינות אויף די אידן. זיי האבן אויפגעהעצט די געמיטער פון די אנטיסימיטישע עלעמענטן אין יעדן לאנד אז אידן זענען נישט געטרייע בירגער, זיי בונטעווען, זיי זענען שפיאנען, און גראבן אונטער די זיכערהייט אין זייער מדינה. און דאס האט דערפירט צו פילע צרות און הריגות און פארשידענע לענדער אין אייראפע.
די פירער פון ציוניזם הערצל שר"י און נורדיו שר"י, האבן שפעטער איינגעזעהן אז זייער פלאן צו פירן אידן קיין אוגאנדע וועט זיך נישט איינגעבן, האבן זיי באשלאסן צו טוישן דעם פלאן אז אידן זאלן גיין קיין ארץ ישראל און דארט אויפשטעלן א אזוי גערופענע אידישע מדינה. זיי האבן געוואוסט אז אידן גליסטן און שטרעבן צום הייליגן לאנד, האבן זיי געהאפט אז דער צי קראפט פון ארץ ישראל וועט צוציען אלע אידן פון אלע לענדער, ארויפצוקומען קיין ארץ ישראל.
אזוי ווי דאס רוב פון אידישן פאלק זענען נאך דעמאלט געווען שומרי תורה ומצוות, און דער רשע האט פארשטאנען אז זיי וועלן נישט האבן קיין צוטרוי צו אים ווייל ער איז געווען א גוי גמור, האט ער באשלאסן צו צוציען צו זיך א טייל פון די פרומע רבנים, און דורך זיי וועט ער קענען צוקומען צו די פרומע ערליכע אידן. ער האט געוואוסט אז אין ארץ ישראל וועט די מאכט זיין ביי די פרייע וועלכע זענען פעאיגער צו פירן די מלוכה און זענען מער באקאנט און דיפלאמאציע. ער האט געוואוסט זיכער אז די פרומע וועלן ממילא זיין אונטערטעניג פאר די פרייע, דאס איז דער הויפט ציל פון די ציונים.
אלע גדולי ישראל די אמת'ע גאונים און צדיקים וועלכע האבן געלעבט אינעם דור ווען די ציונים האבן זיך געגרינדעט, זענען ארויסגעקומען מיט גרויסע איסורים אויפן שטארקסטן אופן קעגן די נייע טומאה. די גאונים און צדיקים האבן געציטערט פון די באוועגונג און פאראויס געזאגט אז אויב עס וועט פארוויקליכט ווערן זייער פלאן און זיי וועלן גרינדן א אידישע מדינה, איז דאס א מורא'דיגע סכנה פאר כלל ישראל. א דאפעלטע סכנה, סיי בגשמיות - פון די ארומיגע לענדער וועלכע וועלן פירן מלחמות און פארגיסן אידיש בלוט, און ווער ווייסט וויפיל אידישע קרבנות וועלן פאלן צוליב דעם עובר זיין אויף די שבועה "שלא יעלו בחומה" אזוי ווי חז"ל האבן געווארענט "אני מתיר את בשרכם" ח"ו אז אידיש בלוט וועט ווערן הפקר. און א סכנה ברוחניות - אז די ציונים וועלן אויסרייסן די אמונה פון די אידישע הערצער און וועלן איבער מאכן דאס געשטאלט פון כלל ישראל, צו ווערן ר"ל א פאלק אזוי ווי אלע פעלקער אן קיין תורה און אן קיין אמונה.
די גדולים פון יענעם דור האבן קלאר געזאגט "דער ציל פון די ציונים איז נישט געווען צו האבן א מדינה און אלס מיטל צוצוקומען דערצו האבן זיי אויסגעריסן די תורה און אמונה פון אידן",
נאר זייער ציל איז געווען אויסצורייסן תורה און אמונה פון אידישע קינדער, און די מדינה איז א מיטל זיי זאלן דאס קענען דורכפירן.
דער בוכ"ע זאל העלפן במהרה אז דורכ'ן מלך המשיח זאלן זיי בטל ווערן (ווייל דורך די אומות איז דאך א סכנה פאר אידן, דער בוכ"ע זאל זיך מרחם זיין) אבער אין דעם קען גארנישט מסופק זיין ווער עס גלייבט אז ס'איז דא א באשעפער, אז פאר ביאת המשיח מוז דאס בטל ומבוטל ווערן כעפרא דארעא די גאנצע מלוכה. (מדברי רבינו הק' זי"ע ס"ג נשא תשכ"ז)