דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע:אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

זעהט נישט אויס אז טורנהיים זאל אפילו וויסן וויפיל פרעזידענטן זענען געווען אין אמעריקא, ווער רעדט נאך פון זייערע נעמען...
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

בוקמארקד! בעסער אזוי כשמו כן הוא....
א בעסערער אייוועלט, קיפ אייוועלט גרעיט.
די ביסט בעסער ווי גוט.
שקויעך! אין גיי אן ארגינעל!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

טאמעס דזשעפערסאן

חלק א'


Thomas Jefferson.jpg
Thomas Jefferson.jpg (3.95 KiB) געזען 1414 מאל






נישט ווייט פון שארלעסוויל ווירדזשניע האט געוואוינט א פארפאלק, פיטער דזשעפערסאן מיט זיין פרוי דזשענע רענדאלף, מרת דזשענע איז געווען א מיטגעליד אין די שטאלצע רענדאלף משפחה אפשטאמיגע פון די סקאטישע און ענגלישע קעניגליכע פאמיליע'ס, מר' פיטער איז געווען א סוקסעספולע פארמער און געלונגענער סורווייער (סורווייער איז א מין מאטאמאישע וועג פון רעכענען טעריטאריעס, ואכמ"ל, קוקט אויס אז דעמאלטס איז עס געווען א גוט גייענדע פאך), וואס האט געמאכט די ערשטע אקוראטע מעפ פון די 'פראווינץ אף ווירדזשניע'

אינעם דאטום י"ט ניסן ה' אלפים תק"ג (ולמספרם Apr. 13 1743) איז ביי זיי געבוירן געווארן דעם דריטן קינד זייערע, טאמעס האט מען אים א נאמען געגעבן, דער קליינער טאמעס האט זייער ליב געהאט צו שפילן פידל, ביי די ניין יאר האט ער אנגעפאנגען גיין אין שולע ווי ער האט שטודירט לאטייניש און גריכיש, ביי די 14 יאר האט ער זיך אריינגעלייגט אין נאך שפראכן ווי אויך אין מאטאמאטיקס, און די זעלבע צייט איז זיין פאטער געשטארבן זייענדיג אין עלטער פון 49 יאר, דריי יאר שפעטער האט ער פארלאזט זיין היים צו גיין אין קאלעדזש, וואס איז געווען אין וויליאמסבורג די הויפשטאט פון ווירדזשניע

נאך דריי יאר אין קאלעדזש האט אינזער טאמי באשלאסן צו שטודירן געזעץ, אין יענע צייט זענען נאך נישט געווען קיין אפיציעלע געזעץ שולעס, מען פלעגט זיך גיין לערנען פריוואט ביי א לויער. טאמעס האט אפגעמאכט צו גיין לערנען ביים ערשטען אמעריקאנע געזעץ פראפעסער דזשארדזש וויט, ער האט געלערנט פאר פינף יאר אינטער פראפעסער וויט (מער ווי דאפלט די צייט וואס געווענליכע לויערס פלעגן לערנען), ביי די 24 יאר איז ער שוין געווען איינע פון די מערסט געלערנ'סטע לויער'ס אין אמעריקע

ביי די 27 יאר האט דזשעפערסאן אנגעהויבן זיין באליבסטע ארבעט פון זיין לעבן, דאס איז געווען דאס בויען פון זיין באוויסטן הויז וואס ווערט גערופן מאנטיסעלא ( באגלייט איז א בילד פונעם הויז :)


Monticello.jpg
Monticello.jpg (63.17 KiB) געזען 1414 מאל



ער האט עס געבויט אויף א שטח וואס זיין פאטער האט אפגעקויפט אין יאר 1735, ארום די הויז זענען געווען גאנצעטע שטחים פון פעלדער ווי האט געהאלטן א קיימא לן פון 130 אפריקאנע קנעכט וואס האבן שווער געארבעט פאר אים

דורכאויס זיבן יאר האט ער פראקטיצירט געזעץ געווינענדיג רובה דרובה פון זיינע קעיסעס, אינצווישן האט ער חתונה געהאט צו אן אלמנה, זי איז געווען איינע פון די רייכסטע פרויען אין ווירדזשניע, די חתונה איז פארגעקומען אום Jan. 1 1772, דאס פארפאלק האט געהאט 6 קינדער, 4 פון זיי זענען געשטארבן גאר יונג, א פיפטער איז געשטארבן נאך בחייוו פונעם פאטער, נאר איינע פון זיי האט איבערגעלעבט דעם טאטן

די אנפאנג פון דזשעפערסאן'ס פראפעשענל לעבן איז געווען טאקע ווען די בריטישע האבן דורכגעפירט די 'סטעמפס עקט' וואס האט ארויפגעלייגט א שטייער אויף אלע פאפירענע דאקימענטן אין די אמעריקאנע קאלאניס, דאס האט געגעבן ברענשטאף צו די רעוואלאציענערישע גייסט וואס האט ארום גענומען אמעריקאנער, דעמאלטס איז ארום געגאנגען א סלאגאן 'נאו טעקסעישן וויטאוט רעפערסעטעישן', אידיש גערעדט: ענק האבן נישט קיין רעכט ארויפצולייגן שטייערן אויף אונז אן אונז געהעריג רעפעזענטירן.

דזשעפערסאן איז געווען איינע פון די פריעסטע שטיצער פון דעם געדאנק זיך צו דערקלערן זעלבסשטענדיג פון בריטאניע, ער איז געווארן ערוועלט צום ווירדזשניע קאנגרעס אין יאר 1768, אין 1775 האט ער אנטייל גענומען אין די צווייטע קאנטינענטל קאנגרעס וואס האט געגרינדעט די קאנטינענטל מיליטער (די מיליטער וואס האט רעוואלצעיאנירט קעגן די בריטישע) און געשטעלט דזשארדזש וואשינגטאן אלס קאמענדער אין טשיף אבער קאנגרעס'עס וויכטיג'סטע ארבעט איז געפאלן אויף דזשעפערסאן

אין June 1776 האט קאנגרעס געשטעלט פינף מענטשן צו שרייבן די 'דעקלערעשן אף אינדעפענדענס' (שטימט נישט מיט דעם וואס איך האב אויבן געשריבן אז מען האט עס געשריבן אין July, איי געס סאיז מיין מיסטעיק), דזשעפערסאן איז געווען איינע פון זיי, די קאמיטע האט טאקע אויסגקליבן אונזער דזשעפערסאן צו שרייבן די ערשטע ווערסיע פון די דעקלערעשן אף אינדעפענדענס, וואס ווערט היינט באטראכט ווי די שענסטע און מאכטפול'סטע שרייב ווערק אויף פרייהייט און גלייכבארעכטיקייט. הגם די עווענטועלע ווערסיע איז געווען היפש ארום געטוישט פון דאס וואס ער האט געשריבן דאך זענען די שטערקסטע ווערטער פונעם דעקלערעשן פון זיין ווערסיע:

"We hold these truths to be self-evident, that all men are created equal, that they are endowed by their Creator with certain unalienable Rights; that among these are Life, Liberty, and the pursuit of Happiness."

נאכן שרייבן די 'דעקלערעשן אף אינדעפענדענס' האט ער זיך צוריק געקערט צו זיין היימשטאט ווירדזשניע ווי ער האט ווייטער געדינט אינעם
ווירדזשניע קאנגרעס.

אין 1777 האט ער געשריבן די "ווירדזשיניע סטעטשו אף רעלידזשעס פרידעם" וואס טיילט אפ רעליגיע פון גאווערמענט, וואס האט שפעטער צושטאנד געברענגט א חלק פון די ערשטע אמענדמענט צו די קאנסטעטאשן "פרידעם אף רעלידזשן", וואס דאס ערמעגליכט אונז יודן אנצוגיין מיט אונזער רעליגיע דא אין אמעריקע אומגעשטערט פאר לאנגע יארן, די באשעפער זאל העלפן אויף ווייטער

אום June 1 1781 איז דזשעפערסאן ערוועלט געווארן צו זיין די צווייטע ווירדזשניע גאווערנער, ביי די ענדע פון זיין צווייטן טערמין איז ער געווען געצווינגען צו אנטלויפן פון זיין הויז צוליב די בריטשע וואס האבן אים שיעור פארכאפט, הגם ער האט נישט געהאט קיין ברירה האבן זיינע פאליטישע קעגנער אים אראפגעריסן אלץ פחדן פארן אנטלויפן

נאך זיין צווייטן טערמין האט ער מער נישט געוואלט לויפן פאר נאך א טערמין, וועלנדיג אינגאנצן אויפגעבן אויף זיין קאריערע און זיך צוריק קערן צום פריוואטן לעבן הנאה האבנדיג פון אלעס ארום, און פארברענגן מיט זיין פאמיליע



פארוואס האט זיך דזשעפערסאן צוריק געקערט צו פאליטיק?
און וואס האט ער אלץ אויפגעטון?
ליינט אין טאמעס דזשעפערסאן חלק ב'
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גאר אינטערסאנט בעסער!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

א דאנק, איך האף אבער אז דאס איז נישט פעיק ניוז..
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע:עראונד דע קארנער

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

א ריזן שכוח. עכט אינטערסאנט. קיעפ איט אן.
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

טאמעס דזשעפערסאן

חלק ב'


Thomas Jefferson.jpg
Thomas Jefferson.jpg (3.95 KiB) געזען 1348 מאל




נישט האבנדיג וואס צוטון מיט די ליידיגע צייט האט דזשעפערסאן אנגעהויבן שרייבן זיין איינציגסטע בוך וואס ער האט געשריבן אין זיין לעבן מיטן נאמען 'נאטיצן פון די סטעיט אף ווירדזשיניע', אינדערצייט וואס די ציל פון די בוך איז געווען ארויסצוברענגן די היסטארי אין קולטור פון ווירדזשניע, קען מען אבער זען פונעם בוך זיין וויזיע וואס ער האט געהאט אויף די וועלט און זיין פאליטישע פילעזאפיע

פון זיין בוך האט מען אויך געקענט זען זיין קאנטערוועסיאלע שטעלונג אויף ראסע און קנעכט'שאפט, ער אליין האט פארמאגט צענדליגע קנעכט דורכאויס זיין גאנצע לעבן

אזוי ווי רויב ווייסע אמעריקאנער אין יענע צייט האט דזשעפערסאן געהאט שטעלונגן וואס מען וואלט היינט אנגערופן געהעריג ראסיסטיש, ער האט געגלייבט אז שווארצע זענען ווייניגער חשוב ווי ווייסע, פיזיש און גייסטיש, ער האט געהאלטן אז צו פרובירן בטל צו מאכן קנעכטשאפט וואלט ווען געווען א פארברעך צו מענטשהייט, ער האט געהאלטן אז די איינציגסטע וועג זיי צו באפרייען וועט זיין דורך זיי צוריק שיקן צו זייערע לענדער ווייל זיי קענען נישט לעבן א נארמאלע לעבן אזוי ווי די ווייסע.

אינעם דאטום Sep. 6 1782 האט א שרעקליכע טראגעדיע באטראפן אונזער טאמעס'ן, זיין באליבטע בני בית איז געשטארבן אין עלטער פון 34 יאר, דאס איז געווען זייער א שווערע קלאפ פאר אים און ער האט נישט געקענט צוזיך קומען פאר חדשים

נאך חדשים פון קלאגן האט ער אפגעמאכט צוריק צו גיין צו פאליטק, קוקט אויס אז ער האט זיך געוואלט דיסטרעקטן פון זיינע צרות (נישט פארגעסן אז ער האט שוין געהאלטן נאכן פארלירן אפאר קינדער רח"ל)
אין June 1783 איז ער צוריק געגאנגען קיין פילידעלפיע צו פירן די ווירדזשניע דעלעגאציע צו די קאנפעדערעט קאנגרעס, אין 1785 איז ער געשטעלט געווארן צו זיין די מיניסטער אויף פראנצויזישע אנגעלעגנהייטן אנשטאטס בענדזשעמין פרענקלין, זיין ארבעט איז געווען צו פארהאנדלען אויף הלוואות און טרעיד מיט פריוואטע מענטשן און רעגירונג איסטאנצן פון פאריז און אמסטערדאם

נאכן וויילן פינף יאר אין יוראפ האט ער זיך צוריק געקערט קיין אמעריקע אין די ענדע פון יארע 1789, פארשטייענדיג אסאך בעסער אויף וואס ער דארף דאנקבאר זיין אז ער וואוינט אין אמעריקע, אזוי ווי ער האט געשריבן צו זיין פריינד דזשעמס מאנרא, "באשעפער..! ווי ווייניג ווייסן די מענטשן פון מיין לאנד וואספארא ברכה זיי פארמאגן אין זייער באזיס וואס קיין איין אנדער מענטש אין די וועלט האט נישט"

דזשעפערסאן איז אנגעקומען קיין אמעריקע אין Nov. 1789 ווי ער איז געוואר געווארן אז דזשארדזש וואשינגטאן איז ערוועלט געווארן צו זיין דער ערשטער אמעריקנער פרעזידענט, און אז ער האט אים געשטעלט צו זיין אויסערן מיניסטער

חוץ פון דזשעפערסאן האט וואשינגטאן געהאט נאך א ראטגעבער וועם ער האט זייער געטראסט, דאס איז געווען העמילטאן די טרעדזשערי סעקרעטערי, די צוויי האבן געהאט גאר דיפרענט שטעלונגען אויף די וויכטיגסטע אישוס, זיי זענען זיך זייער שווער דורך געקומען אויף די וויכטיגע ענינים

אום Jan. 5 1794 האט דזשעפערסאן רעזיגנירט זייענדעג אויפגעברויזט אויף די ענדלאזע קריגערייען, איבערלאזנדיג פאליטק צום צווייטן מאל און ער איז זיך צוריק געגאנגען צו זיין מאנטיסעלא הויז און צו זיין פארם

דריי יאר דערויף טראץ דעם וואס ער האט זיך געשוואוירן אז ער איז פערטיג מיט פאליטיק האט אים די רעפאבליקאנע פארטיי נאמינירט צו זיין זייער קאנדידאט (די אנדערע פארטיי האט דעמאלטס געהייסן די פעדרעליסט פארטיי), אין יענע צייטן פלעגט מען נישט אזויפיל קאמפיינען, דזשעפערסאן איז געבליבן מער ווייניגער אגאנצע צייט אינדערהיים, אריינקומענדיג א נאנטע צווייטער אינטער עדעמס וואס דאס האט געמיינט אין יענע צייט אז מען ווערט אטאמאטיש וויצע פרעזידענט

חוץ פון אנפירן די סענאט האט דזשעפערסאן כמעט גארנישט געטון, זיין פריינדשאפט מיט עדעמס האט זיך היבש אפגעקילט צוליב פאליטישע מיינוגס פארשידנהייטן, דאס האט געפירט צו דעם אז עדעמס האט אים נישט געגעבן צופיל מאכט

ביי די 1800 וואלן האט עדעמ'ס פארטיי די פעדרעליסט פארטיי, נישט געוואלט שטיצן עדעמס צוליב זיין ווירטשאפט, וועגן דעם איז אויסגעקומען אז דזשעפערסאן און אראן בור האבן ביידע באקומען 73 עלעקטארלס, נאך לאנג פארצויגענע שלאכטן אין קאנגרעס האט קאנגרעס באשטעטיגט דזשעפערסאן פאר פרעזידענט

די 1800 וואלן זענען געווען א ביישפיל פאר אנדערע לענדער איבער די וועלט, זייענדיג די ערשטע מאל וואס איין פארטיי גיבט איבער די מאכט פאר א צווייטע פארטיי

אין Mar. 4 1801 איז טאמעס דזשעפערסאן איינגעשוואוירן געווארן צו דינען אלץ דריטע אמעריקאנע פרעזידענט

דזשעפערסאן האט געהאט גאר א סוקסעספולע ערשטע טערמין, אויספירנדיג זייער אסאך זאכן

נאך פיר יאר האט ער גרינגערהייט געווינען ווידערוויילונג, אבער ביי זיין צווייטן טערמין זענען זאכן שוין נישט געפארן אזוי גלאטיג, ער איז דורך געפאלן מיט כמעט אלעס וואס ער האט פרובירט אויפצוטון

נאכן ענדיגן זיין צווייטן טערמין האט ער זיך צוריק געקערט צו זיין מאנטיסעלא הויז, ווי ער האט זיך פערזענליך אפגעגעבן אויף צו שטעלן די "יוניווערסעטי אף ווירדזשיניע"

אינעם דאטום July 4 1826 איז דער דריטער אמעריקאנע פרעזידענט טאמעס דזשעפערסאן געשטארבן אין עלטער פון 83 יאר איבערלאזנדיג א געוואלדיגע לעגעסי

טאמעס דזשעפערסאן ווערט אנערקענט אלץ איינער פון די 'פאונדינג פאדערס' פון אמעריקע
לעצט פארראכטן דורך בעסער אזוי אום מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 10:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע:אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

מורא'דיג אינטערסאנט, זיך צי באלעקן מיט יעדע שורה!
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע:אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

בעסער אזוי האט געשריבן: טאמעס דזשעפערסאן

חלק ב'


Thomas Jefferson.jpg


אין June 1783 איז ער צוריק געגאנגען קיין פילידעלפיע צו פירן די ווירדזשניע דעלעגאציע צו די קאנפעדערעט קאנגרעס, אין 1785 איז ער געשטעלט געווארן צו זיין די מיניסטער אויף פראנצויזישע אנגעלעגנהייטן אנשטאטס בענדזשעמין פרענקלין, זיין ארבעט איז געווען צו פארהאנדלען אויף הלוואות און טרעיד מיט פריוואטע מענטשן און רעגירונג איסטאנצן פון פאריז און אמסטערדאם

נאכן וויילן פינף יאר אין יוראפ האט ער זיך צוריק געקערט קיין אמעריקע אין די ענדע פון יארע 1789, פארשטייענדיג אסאך בעסער אויף וואס ער דארף דאנקבאר זיין אז ער וואוינט אין אמעריקע, אזוי ווי ער האט געשריבן צו זיין פריינד דזשעמס מאנרא, "באשעפער..! ווי ווייניג ווייסן די מענטשן פון מיין לאנד וואספארא ברכה זיי פארמאגן אין זייער באזיס וואס קיין איין אנדער מענטש אין די וועלט האט נישט"

דזשעפערסאן איז אנגעקומען קיין אמעריקע אין Nov. 1789 ווי ער איז געוואר געווארן אז דזשארדזש וואשינגטאן איז ערוועלט געווארן צו זיין דער ערשטער אמעריקנער פרעזידענט, און אז ער האט אים געשטעלט צו זיין אויסערן מיניסטער



בין איך נייגעריג צוויי זאכן
1 - פארוואס בענדזעמין האט עס אויפגעגעבן, איך מיין אז ער האט מצליח געווען, ניין?
2 - מ'האט איהם געמאכט אויסערן מיניסטער אן זיין וויסן?
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

ווי איך פארשטיי איז עס נישט געווען א אישו פון נישט מצליח זיין, איי געס ער האט שוין געהאט אויפגעטון וואס ער האט געדארפט

ס'איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ווען דזשעפערסאן איז אנגעקומען קיין פראנקרייך איבערצונעמען פרענקלין, האט אים די פראנצויזישע אויסערן מיניסטער געפרעגט צו ער איז געקומען ריפלעיסן פרענקלין, האט אים דזשעפערסאן געענפערט "קיינער קען נישט ריפלעיסן פרענקלין, איך בין סך הכל זיין נאכפאלגער.."


הגם די נעקסטע ארטיקל איז שוין מער ווייניגער אפגעשריבן מען דארף עס נאך צוענדיגן, האפנטליך צווישן היינט און מארגן, ואתכם הסליחה

כ'האב נישט ליב צו לאזן הענגן דעם עולם, כ'האב גלייך אנגעהויבן ארבעטן אויף עס, ליידער האט זיך עס פארשלעפט
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

קאנטרי מאוד האט געשריבן: 2 - מ'האט איהם געמאכט אויסערן מיניסטער אן זיין וויסן?

ער האט נישט געוויסט אז דזשארדזש וואשינגטאן איז ערוועלט געווארן בכלל, איי געס ס'איז נאך נישט געווען קיין וואטסעפפ..

ס'איז אנטערסאנט אז מען האט אים נישט געשיקט א בריוו אדער עפעס. קען זיין איך האב ראנג פארשטאנען, אבער אזוי האט עס מיר אויסגעקוקט
(--ווערטערלאז--)
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

קאנטרי מאוד האט געשריבן: זייער אינטערסאנט, אייוועלט איז פיל "בעסער אזוי"...

דער עדעמס איז א איד? שושנה, אביגיל,בלויז אידישלעך?


Bible names
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

דזשעמס מעדיסאן




James Madison.jpg
James Madison.jpg (4.13 KiB) געזען 1218 מאל




אין א הייזקעלע אין פארט קאנוועי, ווירדזשיניע האבן געוואוינט א פארפאלק, דזשעמס מעדיסאן סיניער מיט זיין פרוי ניעלע, אינעם טאג כ' אדר ה' אלפים תק"ג (ולמספרם Mar. 16 1751) איז ביי זיי געבוירן געווארן א קינד, מען האט אים א נאמען געגעבן דזשעמס אזוי ווי דעם טאטן, דאס קינד איז געווען דער עלצטער פון 12 קינדער וואס וועלן עווענטועל געבוירן ווערן

דזשעמס איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיינע עלטערן אין די מאנטפעליער הויז אין ארענדזש קאונטי, ווירזשיניע (די פלאץ איז היינט צוטאגס אפן פאר באזוכער, ס'האט גערטנער און שיינע זאכן צו זען)



Montpelier.jpg
Montpelier.jpg (46.54 KiB) געזען 1218 מאל





בייי די אכצן יאר האט דזשעמס פארלאזט זיין שטוב צו גיין לערנען אין די 'יוניווערסעטי אף ניו דזשערסי'. נאכן גראדואירן האט זיך מעדיסאן אנגעהויבן אריינלייגן אין די ענין פון באציאונגען צווישן די אמעריקאנע קאלאניס אין די בריטישע, וואס איז אין יענע צייט געווען א הייסע נושא נאכדעם וואס די בריטישע האבן דורכגעפירט די באוויסטע 'סטעמפס עקט' (פאר מער איבער דעם ליינט אין די פאריגע ארטיקלען), ווען ווירדזשיניע האט זיך געגרייט אנצופאנגען די רעוואלאציע איז מעדיסאן אריינגעשטעלט געווארן און די ארענדזש קאונטי מיליצע גרופע איינטיילצונעמען אין די רעוואלאציע, למעשה וויבאלד ער איז געווען צו נידעריג און אויך היבש א שוואכע מענטש האט ער אפגעמאכט איבערצולאזן די מיליטער און אריינגיין אין פאליטיק, אין 1776 האט ער רעפרעזענטירט ארענדזש קאונטי ביי די 'ווירדזשיניע קאנסטעטושן קאנווענשן' ווי מען האט זיך צאמגענומען צו ארגעניזירן א נייע סטעיט גאווערמענט וואס זאל נישט זיין אינטערגעווארפן צו די בריטישע

זייענדיג אין די ווירדזשיניע לעגיסלעטאר האט ער זיך באקאנט געמאכט מיט טאמעס דזשעפערסאן שפעטערדיגע פרעזידענט, אלץ פאליטישן האט מעדיסאן געפייט פאר רעליגיעזע פרייהייט האלטנדיג בשיטה אז עס איז א רעכט וואס יעדע מענטש פארמאגט פון ווען ער ווערט געבוירן

אין 1780 איז מעדיסאן געווארן א ווירדזשיניע דעלעגאט צום קאנטינענטאל קאנגרעס אין פילידעלפיע, נאך דריי יאר האט ער איבערגעלאזט קאנגרעס און זיך צוריק געקערט צום ווירדזשיניע אסעמבלי

ווען די אמעריקאנער האבן זיך דערקלערט זעלבסשטענדיג פון בריטאניע, האט מען צום ערשט אנגענומען די 'ארטיקלס אפ קאנפעדערעשן' אלץ די קאנסטעטושן פון די ניי געגרינדעטע מדינה, די ארטיקלס זענען געווארן איבערגעמאכט אין 1781 און עס האט געגעבן מער ווייניגער די גאנצע מאכט פאר די סטעיט רעגירונגען, וואס עס איז געשען איז אז די פעדעראלע קאנגרעס האט פארלוירן כמעט די גאנצע כח זייערע און לכבוד דעם האבן זיי אויך נישט געקענט גרינדן א נאציאנאלע מיליטער

איז געקומען אינזער מעדיסאן, נאכן שטודירן וויאזוי אנדערע רעגירונגען גייען אן, און איז געקומען צום אויספיר אז כדי די יוניאן זאל מצליח זיין דארף מען האבן א שטארקע פעדעראלע רעגיגרונג וואס זאל העלפן די סטעיט רעגירונגען, ער האט געהאלטן אז צודעם דארף מען האבן א סיסטעם פון עקסטערע ברענטשעס אין גאווערמענט אזוי אז קיין איין ברענטש זאל נישט האבן א גרעסערע כוח פונעם צווייטן

אום May 1787 האבן זיך צאמגענומען די דעלעגאטן פון יעדע סטעיט אין פילידעלפיע ווי דזשמעס מעדיסאן האט פארגלייגט זיין אזויגעריפענע "ווירדזשיניע פלאן", פאר א גאווערמענט צוטיילט אין דריי פליגלען, לעגיסלאטיווע פליגל (קאנגרעס און סענאט), עקזעקעטיוו פליגל (פרעזידענט און זיין קאבינעט), דזשודישיעל פליגל (קארט סיסטעם).

עס האבן זיך אנגעהויבן דעבאטעס אהער אין אהין, אין די זעלבע צייט האט זיך מעדיסאן אפגעשריבן נאטיצן פון גוטע געדאנקען וואס ער האט אויפגעכאפט פון די ארגומענטן ביי די דעבאטעס, וואס דאס האט אים געהאלפן פארבעסערן די קאנסטעטושן

איינמאל די נייע קאנסטעטושן איז געווארן אפגעשריבן, האבן עס די סטעיטס געדארפט באשטעיטיגן, וואס דאס איז פארשטייט זיך נישט געווען קיין לייכטע זאך, געוויסע סטעיטס האבן געהאלטן אז די פעדעראלע רעגירונג וועט האבן צופיל מאכט, די שטיצער פונעם קאנסטעטושן האבן זיך געריפן די פעדרעליסט, די קעגנער האבן זיך גערופן די אנטי-פעדרעליסט

מעדיסאן האט געשפילט א שטארקע ראלע אינעם באשטעטיגונגס פונעם קאנסטעטושן, ער האט אפגעשריבן א סעריע פון 85 באשרייבונגען אינטערן קעפל "די פעדרעליסט", ארויסברענגנדיג זיין שטיצע פאר די קאנסטעטושן

נאך לאנגע דעבאטעס אהין און צוריק האבן די מעמבערס פונעם קאנסטעטושענל קאנווענשן אינטער געשריבן די קאנסטעטושן, דאס איז געווען אין Sep. 17 1787, עס איז ערשט אריין אין קראפט חדשים שפעטער ווען די סטעיטס האבן עס באשטעטיגט, דאס איז געווען אום June 24 1788

אין 1789 איז ער ערוועלט געווארן צום נייע קאנגרעס ווי ער האט געדינט פאר 10 יאר, אין קאנגרעס האט מעדיסאן געארבעט אויף די באוויסטע ביל אף רייטס דאס זענען 10 אמענדמענטס צו די קאנסטעטושן וואס טוען אראפשטעלן די פאנדעמונטאלע רעכטן פון יעדן אמעריקאנע בירגער, א שטייגער ווי פרידעם אף ספיטש, פרידעם אף רעלידזשן, וכו' וכו'. עס איז געווארן באשטעטיגט דורך די סטעיטס אין יאר 1791

מעדיסאן און זיין פריינט טאמעס דזשעפערסאן האבן זיך געטראפן אין א סיטואציע ווי זיי האבן געהאט מיינוגס פארשידנהייטן מיט כמעט אלעס וואס די פעדרעליסט פארטיי האט געהאלטן, א שטייגער ווי די אישו צו עס זאל זיין א נאציאנאלע באנק צו נישט, די פעדרעליסט האבן געהאלטן אז יא מען דארף געבן מער מאכט פאר די פעדעראלע רעגירונג, ווידעראום מעדיסאן און דזשעפערסאן האבן געהאלטן אז מען דארף עס לאזן פאר די סטעיטס

דעריבער האבן זיי באשלאסן צו גרינדן אן אייגענעם פארטיי,וואס איז געווארן אמעריקע'ס ערשטע אפאזיציע פארטיי, זיי האבן עס א נאמען געגעבן די דעמאקראטישע-רעפאבליקען פארטיי (נישט זיך צומישן מיט די היינטיגע פארטייען)

אין 1794 האט מעדיסאן חתונה געהאט צו זיין פרוי דאולי, א רייכע אלמנה מיט איין קינד

דורכאויס די יארן האט זיך די פריינדשאפט צווישן מעדיסאן און דזשעפערסאן געשטארקט, ווען דזשעפערסאן איז ערוועלט געווארן האט ער נאמינירט מעדיסאן צו זיין סעקרעטערי אף סטעיט, זייענדיג אויף די פאזיציע האט ער געהאלפן אפקויפן די לואיזיאנע טעריטאריע פון די פראנצויזן, וואס איז געווארן איינע פון די סטעיטס, מיטן אפקויפן די לואיזיאנע טעריטאריע איז אמעריקע געווארן דאפלט גרויס פון וואס עס איז געווען

אין 1807 האבן מעדיסאן און דזשעפערסאן ארויפגעלייגט אן עמבארגא אויף פראנקרייך און בריטאניע, די צוויי לענדער זענען געווען אין קריג, אמעריקע האט זיך געהאלטן נייטראל, זייענדיג גערעגט אויף אמעריקעס באשלוס האבן ביידע לענדער אנגעהויבן אטאקירן אמעריקאנע שיפן

למעשה האט די עמבארגא מער געשאדט פאר אמעריקע ווי פאר די צוויי לענדער, צוליב דעם האט עס דזשעפערסאן אראפגענומען פארן פארלאזן אפיס

ביי די 1808 וואלן איז מעדיסאן געלאפן קעגן דעם פעדרעליסט קאנדידאט טשארלס פינקני, אום Nov. 4 1808 איז דזשעמס מעדיסאן ערוועלט געווארן צו זיין די פערדע אמעריקאנע פרעזידענט

אריינקומענדיג אין אפיס האט אים אפגעווארט אן א שיעור פראבלעמען אין אויסערן פאליטיקס, די בריטישע און די פראנצויזן האבן נישט געהאלטן ביים אויפגעבן, זיי האבן ווייטער אטאקירט אמעריקאנע שיפן, און די בריטישע האבן אנגעהויבן שטיצן די אינדיאנע-אמעריקאנע קעגן די אמעריקאנע גאווערמענט

אין 1812 האט מעדיסאן דערקלערט קריג קעגן בריטאניע אלץ נקמה פאר זייערע מעשים, אמעריקע איז נישט געווען גרייט צו גיין אין קריג, קאנגרעס האט נישט געהאלטן ביים באשטעטיגן געלט פארן קריג, געוויסע סטעיטס האבן נישט געלאזט זייערע מענטשן אנטייל נעמען אינעם קריג וואס זיי האבן גערופן די "מעדיסאן וואר", טראצדם האט אמעריקע געהאט גאנץ פיינע נצחונות דא און דארט

אינצווישן איז מעדיסאן געלאפן פאר ווידערוויילונג קעגן דווייט קלינטאן, וואס איז אויך געשטיצט געווארן דורך די אנטי קריג אפטיילונג אינערהאלב מעדיסאנ'ס פארטיי, מיט דעם אלעם האט מעדיסאן באוויזן צו געווינען א צווייטן טערמין

אין Aug. 1814 איז מעדיסאן געצווינגען געווען צו פארלאזן וואשינגטאן די סי, נאכדעם וואס די בריטישע האבן אינוואדירט דאס ארט און פארברענט בילדינגס אריינגערעכנט די ווייסע הויז, ענדליך זייענדיג אויסגעמיטשעט פון קריג האבן די פאראייניגטע שטאטן מיט די בריטישע אינטערגעשריבן א שלום אפמאך מיטן נאמען די "טריטי אף ג'ענט"

נאכן דינען צוויי טערמינען אין אפיס האט מעדיסאן פארלאזט וואשינגטאן די סי, ער האט זיך צוריק געקערט צו זיין מאנטפעליער הויז צוזאמען מיט זיין פרוי ווי ער האט זיך ווייטער אפגעגעבן מיט ציווילע צוועקן, טראץ זיינע שוועריקייטן אלץ פרעזידענט איז מעדיסאן געבליבן רעספעקטירט אלץ א געוואלדיגער טראכטער, קאמיוניקעטער און שטאטסמאן

אין June 28 1836 איז ער געשטארבן אין עלטער פון 85 יאר פון א הארץ פראבלעם

דזשעמס מעדיסאן ווערט אנערקענט אלץ איינער פון די 'פאונדינג פאדערס' פון אמעריקע, און בעיקר אלץ "פאטער פון די קאנסטעטוציע"
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע:אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

דער דעליווערט סחורה אויף מעס פראדאקשן.... האבעך נאכנישט צייט עס אדורכציליינען אסר דאנקן שארף מען שוין אויף די פרישע ווארע,
א גרויסן יישר כח
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער שיין און אינפארמאטיוו! ש'כח
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

הערליך שיין! גאר געשמאק און קלאר באשריבן!
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

אפגעלעזט ביז אהער, זייער שיין אין געשמאק.
מיר ווארטן אויף נאך.
שקויעך בעסי.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

הער אויס, איך האב אנגעהויבן באשרייבן דעם נעקסטן פרעזידענט, למעשה האב איך געפילט אז די וועג וויאזוי איך האב באשריבן די ערשטע פיר איז אבסל בארינג, ס'פעלט קאליר, קען זיין ס'איז צו קורץ, מעגליך אז מ'ברויך מער פארברייטערן אין געוויסע דעטאלן

היות דאס שרייבן לאנגע ארטיקלן קומט מיר נישט אן גרינג, האב איך עס געלאזט לויפן פאר יעצט, עמער זען וואס ווייטער

אדרבה קומט'ס אריין מיט געדאנקן וויאזוי עס צו פארבעסערן, מעגליך צולייגן מער בילדער? איי דאנט קנאו
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

איך פארשטיי נישט צו שרייבן אבער איך ענדזשאי א גוטן ארטיקל, און איך האב באמת הנאה געהאט ביז אהער, פליז קיפ איט אפ.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

זייער גוט געווען ביז אהער, גיי ווייטער אן
אני ישנה ולבי ער
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

ווי ביז יעצט איז אויך גוט בפרט אז ס'קומט מער האפט

אז די ווילסט צולייגן איז לייג צו אנעקדאטן פון די תקופה אדער למשל ווי גרויס איז דעמאלס געווען די מעפ פון יונייטעד סטעטס מלחמות פאליטיק מענטשן וואס זענען דעמאלס געווען באוויסט

יעדע זאך האט טיפער אבער אפי' נאר פון אויבן אויף איז זייער גוט
והעיקר "פיקטשערס"
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2914
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

דעם שבת ווערט 20 יאר פון ווען קלינטאן האט ארויסגענומען די סקווירא אידן פון תפיסה.

כ'זע 'השבוע' פון שיכון סקווירא האט אינטערוויעד די סקווירא מעיאר דערוועגן.

אויך געזען 'אורות' וואס קומט היינט ארויס וועט פרעזענטירן א שמועס מיט די פיר איד.

'השבוע' שמות תשפ"א
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

זייער אינטערעסאנט צו ליינען
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע:אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

יישר כח בעסער זייער אינטערסאנט, גיי אן

אפשר מאך א נייע אשכול בלויז פאר די באשרייבונגען, און דא לאז פאר שמועסן
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2914
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

שמארטיקל האט געשריבן: יישר כח בעסער זייער אינטערסאנט, גיי אן

אפשר מאך א נייע אשכול בלויז פאר די באשרייבונגען, און דא לאז פאר שמועסן

viewtopic.php?f=3&t=45882
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”