אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

אידישע וועלט אויסגאבעס און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

שש שש שש ששש ... שא!!

מורי ורא בושם!

מיר שטייען נאך אונטערן רושם פון די געהויבענע פייערדיגע קאכעדיגע הייסע ווארעמע טעג, ימי החנוכה העעל"ט, וואס מיר אלע האבן זיך דערנענטערט צום בוכ"ע, און זיך דעווארעמט די נשמה'לע אונטערן שאטן פון די הייליגע לעכטעלעך.

ווי ריכטיג און ווי ליכטיג איז ענק פארצושטעלן א פלאם פייערדיגן סידי, מיט א קאך און א ברען. א אמת'ע חסיד'ישע דביקות'דיגע סידי, מיט אלע מפרשים און מטעמים.

און דאס מאל זאלט עט'ס נישט זיצן! פאר אזא סידי ברויך מען זיך אויפשטעלן!!

אז מ'זאגט קאך און ברען, מיינט עס וויז'ניץ. און אז מ'זאגט וויז'ניץ מיינט עס:

הרה"ח ר' יעקב יודא דאסקאל הי"ו

המכונה ר' יענקי דאסקאל.
(וועגן די נ' אינעם יעקב, עיין בארוכה בשמועסניהם של ידידי בית אייוועלט – 'דרעזנער-שמעלצער' ותמצא נחת).

ר' יענקי איז ברייט באקאנט איבער די גארער וועלט אלץ חסיד'ישער ווארעם הארציגער בעל מנגן, אבער גאנץ ווייניג ווייסן אז זיינע ניגונים זענען גאר באקאנט און פארשפרייט.

למשל דעם אלטן 'הכל יודוך' קענט איר מסתמא. אזוי אויך דעם "ברוך הוא אלו' אשר טוב גמלנו' וכו', און אזוי נאך אסאך ניגונים. לעצטע יארן זענען מיר פארפלייצט געווארן מיט זיין 'ויהי נועם' (דורך מאטי שטיינמעץ), און זיין 'ביד היוצר' האט נישט אנגעטוהן קיין קליינעם היט. ווער רעדט  נאך פונעם 'ויהי זרעי' וואס האט אפגעקלינגען און אפגעזינגען אין די ימי החנוכה. (בפרט נאך די מורא'דיגע מעשה וואס איז פארשפרייט געווארן איבערן ניגון, וואס יענקי האט פארציילט בפני מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א).

יענקי איז פון די איינציגסטע היינטיגע קאמפאוזער'ס וואס זיינע ניגונים ווערן געזינגען אין אלע חצרות הקודש ביי די געהויבענסטע מעמדים!

און ווען ס'קומט צו זינגען... אוי ווי דער האקט שטיקער! דער האט א שטימע... מתוק מדבש איז נישט דאס ווארט! זיס ווי ציקער, מיט א פעסטקייט און קלארקייט. און ער לייגט אראפ א ניגון מיט א מורא'דיגע חן און געשמאק, פון א געדרייטע חזנות, דורכאויס הארציגע ניגונים, ביז הייבן א עוילעם ביזן הימלען און טומלען.

ר' יענקי איז נישט סתם א זינגער, און אפי' נישט א פשוט'ער 'בעל מנגן'. יענקי איז דערהויבנקייט!! העכערקייט!! ריינקייט!!! דביקות!! התעלות!! התעוררות!!

איז ווי גליקלעך זענען מיר ענק צו פארשטעלן אזא סידי, וואס פארמאגט 14 הערליכע חסידישע ניגונים, קאמפאוזט ביי יענקי'ן און נאך גרויסע מלחינים, און אלעס געזינגען דורך יענקי, מיט זיין מתיקות'דיגן זיסן שטימע.

אבער דא קומט'צעך די קרעדיט, אבער די גאנצע, פארן באליבטן ניק @אידישע קאפ. דער אידישע קאפ איז געווען די גאנצע אידישע קאפ פונעם סידי, פשיטא כמשמעא. פונעם אידישן קאפ ביזן שיך בענדלעך. ער איז געקומען מיט די איידיע, ער האט צאמגעשטעלט די ליסטע, ער האט געבויעט די סדר פון די ניגונים, ער האט צאמגעקליבן די אינפארמאציע פון די ניגונים, בקיצור, די גאנצע סידי, מרישא לסיפא, האט ער געטוהן, הוא ראשון והוא אחרון ומבעלדיו אין כאן לא סידי ולא שמתא!

את חטאי אני משכיר, אז כ'בין געווען היבש ביזי. און@איינס איז אויך געווען ביזי (מיטן מעכטיגן פארמעסט, און נאך). איז געקומען דער @אידישע קאפ, און מיר אנגעכאפט ביים אויער, און @איינס ביים גארגל, און צוזאמען אריינגעשלעפט בכוח אינעם פראיעקט, אונז זאלן מיטארבעטן מיט איהמ'ן מיט גוטן צו מיט קידושין! (גראדע ווען מיין אויער איז געווען נאנט צו איינס גארגל האביך געהערט וואס טוהט'צעך אינעם גארגל... פיינע נייעס דארט!). און נאר אדאנק איהם, און פארשטייצעך אדאנק דעם אלמעכטיגן ג-ט, שטייען מיר דא, אין א מזל'דיגע שעה, הנה זה באה עם הצאן.

און ווען איך קום אריין דא ווי א גרויסן חכם, עפנט'ס נאר דעם בוקלעט וואס אונזער וועלט באליבטער @איינס האט אהערגעשטעלט! מייסטער איז נישט דאס ווארט! אויבן אן איז נישט דאס ארט! און קוגל איז נישט דא טארט! @איינס האט שוין קונה בעל שם טוב געווען דא אלץ דער געטרייעסטער באליבסטער חשובסטער תוכנ'דיגסטער ניק, וואס איז אלעמאל דא אהערצושטעלן רייכע אינפארמאטיווע פראגראמען, אויפן העכסטן קוואליטעיט, פיל מיט תוכן הארץ און רייכקייט. די אייוועלט פארמעסט יוכיח, וואס ווען איינס איז אריין אינעם בילד (תרתי משמע) איז עס ארויפגעשפינגען מיט 100 שטאפלען העכער. און ווי פלעגט נאך יענער אלטער איד זאגן: ווי איינס איז נאר דא איינס!

שוין לאמיר נישט אויפהאלטן, טוצעך אן דעם גארטל, ויהי נועם וכו' ויהי זרעי וכו' און אשירה ואזמרה מיט א פרישקייט און א וויזשניצע קאך!

@אידישע קאפ, שעם זיך נישט, קום אריין מיט א קלארקייט! איינס, דו ווארט א סעקנד..

[offtopic] [align=center]הבהרה והתנצלות[/align]
די אישי קעסטלעך פונעם סטודיו האט'צעך שוין לאנג צופלאצט פון די אומצאליגע בקשות און דרשות, געשרייען און טענה'רייען, פארלאנגען און געזאנגען, רעיונות און כשרונות, געדאנקען און געשאנקען, פון אומצאליגע געלונגענע מוזיקאלישע חשוב'ע ניק'ס, וואס קומען אלץ אויף מיט געדאנקען פאר סידי'ס, עידית שבעידית, איינס בעסער און שטערקער פונעם צווייטן.

אבער נישט אלעמאל קומען מיר אן צו ענטפערן און זיך וויסנדיג מאכן פון אלע חשוב'ע ניק'ס וואס שיקן געדאנקען אדער אפי' גרייטע סידי'ס.

און מיר קענען קיינמאל וויסן אפשר זענען די'ע ניק'ס חשוב'ע אידן אדמורי"ם און רבנים, ראשי קהילה פרנסים און דיינים, צו חשוב'ע משפיעים און בעלי דרשנים!

אלזא, בעטן מיר איבער אלע ניק'ס, און מיר טוהען זיך אנטשולדיגן פון טיפן הארצן. האפנטליך אז מ'וועט נאך אנקומען צו אלעס.

מ'מוז פארשטיין אז געווענליך ארבעט מען אויף א סידי2/3 יאר. קאלעקשן עממ... כל שכן אזעלעכע פראפעשעניל'ע סידי'ס וואס אייוועלט פרעזענטירט, וואס פאקט איין אלע סידי'ס מימות יהושע בן נ', און מ'לייגט אריין אסאך אידישע קעפ און מחשבה זאל זיין השוה לכל חולי הנפש, (און ציווישן אונז גערעדט..מ 'צאלט אונז שוין קיין געהאלט א האלבע יאר... שששש), איז אוודאי געדויערט עס אביסל צייט.

נ.ב. מיר פלאנען מאכט א דעיט ווען ס'קומט ארויס א סידי וכדומה, איינמאל א חודש/2 וואכן וכדומה. זאל עס נישט ווערן באררינג וכדומה. פרטים וועלן נאכפאלגן וכדומה.

די רעדאקציע.. [/offtopic]
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 11:01 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע קאפ »

ביד היוצר - יעקב דסקל
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 6:06 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer.jpg
Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer.jpg (66.64 KiB) געזען 4095 מאל


Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer3.jpg
Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer3.jpg (102.38 KiB) געזען 4095 מאל


Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer2.jpg
Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer2.jpg (70.4 KiB) געזען 4095 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 1:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer6.jpg
Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer6.jpg (119.02 KiB) געזען 4093 מאל


Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer5.jpg
Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer5.jpg (112.67 KiB) געזען 4093 מאל


Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer4.jpg
Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer4.jpg (123.94 KiB) געזען 4093 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 10:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer7.jpg
Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer7.jpg (101.59 KiB) געזען 3473 מאל


Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer9.jpg
Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer9.jpg (118.74 KiB) געזען 4091 מאל


Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer8.jpg
Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer8.jpg (101.28 KiB) געזען 4091 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 6:05 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer10.jpg
Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer10.jpg (150.79 KiB) געזען 4089 מאל


Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer12.jpg
Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer12.jpg (118.71 KiB) געזען 4089 מאל


Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer11.jpg
Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer11.jpg (122.51 KiB) געזען 4089 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 11:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer14.jpg
Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer14.jpg (119.99 KiB) געזען 4087 מאל


Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer13.jpg
Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer13.jpg (131.16 KiB) געזען 4087 מאל


Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer15.jpg
Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer15.jpg (133.98 KiB) געזען 4087 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 11:01 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer17.jpg
Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer17.jpg (75.77 KiB) געזען 4085 מאל


Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer16.jpg
Yanky Daskal - B'Yad Hayotzer16.jpg (113.32 KiB) געזען 4085 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
lynch
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 1:21 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lynch »

!!!!wowowowowowowow thanks
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

Wow wow wow

א ריייייזיגען ישר כח פאר די חשובע ניקס וואס געבן זיך אוועק פארן פראעקט!!
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2900
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

יישר כח גדול עד למאוד!!!!
די 'ניגון לעלוב' האט מיר א ר' נחמן בידערמאן חסיד געזאגט אז רד"ש פון לעלוב האט געזאגט אז דעם ניגון האט מען געזונגען אינעם בית המקדש בשעת'ן טון די עבודה!!!
ער זאגט מיר אז ווען מען זונגט עס ביי הרב נחמן קאכט ער אויף אן אויסטערלישן אופן וואס פארכאפט אלע אוועזענדע אינעם פייער.
לעצט פארראכטן דורך באנאנא אום דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 11:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע:פריש'ידער

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

א הערצליכן דאנק פאר דעם רייכן פראיעקט
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
בן דותא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 27, 2020 4:32 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דותא »

יעי!!!

גיימיר עס אנצונדען אויף ריפיט!

א דאנק פאר אלע וועלכע האבן אריינגעלייגט כח און צייט!
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע:אין טאש

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

באמת א גרויסן יישר כח פאר די אלע וואס געבן זיך אוועק מהנה צו זיין אזוי פיל אידישע קינדער שלא על מנת לקבל פרס.
זאלט איר אלע זיין געבענשט.
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע:מונקאטש

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

wow wow wow
א מאסיווע ארבעט.
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1900
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

Thanks
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יישר כח
וי אזוי דאונלאעד מען דאס? עפעס ארבעט עס נישט ביי מיין גוגל דרייוו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4940
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

גראפיקס איז עפעס נישט נארמאל!!

איז "לולא תורתך" א ספעלינג מיסטעיק?
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8137
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ממה נפשך האט געשריבן: גראפיקס איז עפעס נישט נארמאל!!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן: גראפיקס איז עפעס נישט נארמאל!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע קאפ »

ממה נפשך האט געשריבן: גראפיקס איז עפעס נישט נארמאל!!

איז "לולא תורתך" א ספעלינג מיסטעיק?


איי געס...
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

פיינע נייעס!!!!!

יא מעי מיי דעי, מיי וויק, מיי מאנט, מיי יער, ענד מיי לייוו.....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

כא כא כא האט געשריבן: פיינע נייעס!!!!!

יא מעי מיי דעי, מיי וויק, מיי מאנט, מיי יער, ענד מיי לייוו.....

ווי אזוי דאנלאדעט מען דאס? איך רייט קליק אויף די פייל ס'געבט א אפשען דאונלאדעט, ס'ווייזט ס'דאנלאעט א זיפ פייל און דארט ענדיגט זיך די מעשה כ'ווייס נישט וואו ס'איז אהינגעקומען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5685
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "ביד היוצר" - ר' יעקב יודא דאסקאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

press ctrl J you should see it and press show in folder
שרייב תגובה

צוריק צו “אייוועלט פרעזענטירט”