געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בן טוב
שר האלף
תגובות: 1222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »


אין עטס גייטס מיך זאגן אז טראמפ איז משוגע.....
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

זייער וואונדערליכע אנעקדאטן דאס @הכל הבל !
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

@הכל הבל מקען נישט איבעראל אריין קומען מיט א ריזיגער שכח, אבער ערגעץ מיז מען דאך זאגן, דו ביסט עמעיזינג!!!
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

די הויז איז אויף ריסעס... באוערס איז שוין אפגע’פסק’נט....
@הכל הבל האט ממש נישט וואס צו טון זונטאג חוץ אונז מהנה זיין...
שמחת פורים
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 8:44 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת פורים »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 6:50 pm
דוויין זשאנסאן האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 6:48 pm
הכל הבל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 6:14 pm
אויב איז דא אן אינטערעסע קען מען פרובירן אריינצוקומען פון צייט צו צייט מיט נאך קורצע אנעקדאטן/עפיזאדן איבער די פארצייטישע אמעריקא און אירע פירער
יא ס'איז זייער אינטערסאנט!
אקעי אז דזשאנסאן וויל הערן וועט מען דערמאנען אויך א קרישקעלע איבער פרעזידענט דזשאנסאן

פרעזידענט דזשאנסאן האט זייענדיג אן אמטירנדע קאנגרעסמאן סערווירט אלס פילאט אין די צוויייטע וועלט קריג

נאכן אויפשטייגן אויף א פליגער וועלכע האט זיך געזאלט ארויסלאזן אויף א באמבארדירונג מיסיע האט זיך דזשאנסאן דערמאנט אז ער דארף דרינגענד באזוכן א פריוואטע צימער און האט פארלאזט די פליגער

ווען ער האט זיך צוריקגעקערט איז שוין די פליגער געווען אין די לופטן און איז מער קיינמאל נישט צוריקגעקומען נאר האט אראפגעקראכט אומברענגענדיג אלע מאנשאפט דערויף
א דאנק!! זייער אינטערעסאנט.

גראדע איך האב עס אויך אסאך מאל, אז איידער איך דארף ארויספארן אויף א באמבארדירונג מיסיע מוז איך דרינגנד באזוכן א פריוואטן צימער.
פארוואס נאר פורים? א גאנץ יאר פריילאך!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ווען וויליאם מקינלי איז געלאפן צו קאנגרעס אין אהייא'ס 18'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט ער באקומען פון זיין אפאנענט א געוויסע סארט רויטע בלום

מקינלי האט געזיגט אין די פארמעסט אבער זינט דאן איז אים אריין אן איינרעדעניש אין קאפ אז די בלום איז די מזל וואס טוט אים באגלייטן און געווען איבערציגט אז דאס איז צו פארדאנקן זיין געוואונס

די מזל פון די סארט בלום האט אים פארגעזעצט צו באגלייטן אריין אין ווייסן הויז ווען מקינלי איז געווארן ערוועלט אלס אמעריקא'ס 25'סטע פרעזידענט און ער האט אייביג געהאלטן א וואזע מיט די בלומען אויפן אוועל אפיס טיש

אין א הייסע טאג אין סעפטעמבער למספרם האט זיך פרעזידענט מקינלי באגריסט מיט שטיצער אין באפעלא ניו יארק און א קליין מיידל האט דאן געפרעגט פונעם פרעזידענט אויב זיקען באקומען זיין פערזענליכע בלום וואס איז געווען ספעציעל באהאפטן צו זיין אנצוג

אן צופיל חשק האט דער פרעזידענט אראפגענומען די בלום און עס אהינגעגעבן פארן קינד און פארגעזעצט צו גיבן די האנט פאר נאך עטליכע מענטשן אין די ליניע וועלכע האט זיך געשלענגלט ביז ער האט זיך באגעגנט מיט א מאן וועלכע האט אים קאלטבלוטיג געשאסן אין בוי

מיט אכט טאג שפעטער איז פרעזידענט מקינלי דערקלערט געווארן טויט און וויצע פרעזידענט טעאדאר רוזוועלט האט איבערגענומען די לייצעס פון די רעגירונג

מקינלי אז נישט געווען אמעריקא'ס איינציגסטע פרעזידענט צו זיין פארגלייבט אין זאכן און פיל מער איז באקאנט וויפיל געוויכט פרעזידענט רעיגען פלעגט לייגן אויף סיגנאלן וואס ער האט באקומען פון אנדיערע פלאנעטן

דזשאען קוויגלי איז געווען א פרוי פון סאן פראנציסקא קאליפארניע וואס האט זיך געקענט מיט פרוי רעיגען און זיך געהאלטן פאר א שטערן זעעהר און נאך וואס מען האט געשאסן רעיגען האט די ערשטע פרוי איר געפרעגט אויב זי וואלט געקענט זעהן פון פאראויס אז עס גייט קומען און עס פרובירן צו פארמיידן

קוויגלי האט איר פארזיכערט אז זי קען אזאנס באווייזן אויב וואלט זי געקוקט אין די ריכטיגע צייט און אויב זי וואלט געווען טייל פון די ווייסע הויז שטאב

אין 1985 למספרם האט פרעזידענט רעיגען אויפגענומען זיין טרעזשורי סעקרעטאר דאנאלד רעיגען אלס די ווייסע הויז שטאב הויפט אבער צוויי יאר דערויף האט יענער געדארפט רעזיגנירן נאך צופיל אמפערייען מיט די ערשטע פרוי און אויך צוליב זיין ראלע אין די איראן קאנטרא סקאנדאל וועלכע האט געפלאגט די אדמיניסטראציע

איידער דאנאלד רעיגען האט אנגענומען זיין נייע פאסטן איז ער געווארן איינגעמאלדן דורך רעיגען געהילף מייקל דיעווער איבער קוויגלי און איר ראלע אויף די ווייסע הויז פאליסי און סטראטעגיע

די געוועזענע שטאב הויפט האט שפעטער באשולדיגט אז יעדע איינציגע באשלוס וואס די רעיגען'ס האבן געפאסט האט געדארפט צו ערשט באקומען די באשטעטיגונג פון קוויגלי וועלכע פלעגט אנפרעגן ביי די שטערן'ס און אנדערע פלאנעטן אויב זיי זענען איינשטימיג דערמיט
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4296
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער אינטרעסאנט הבל.

יעדער פון די פרעזידענטן איז בעצם געווען קוריאז משוגע, כ׳מיין האסט טאקע נישט בעסער וואס צו טוען מיטן טאג?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
שעטנז
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

הבל KEEP IT UP!!!!!
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איז געווען אזעלכע וואס האבן געמיינט אז פרעזידענט ענדרו דזשאנסאן (דער ערשטער דזשאנסאן) איז יא געווען פולשטענדיג דיסציפלינירט און פעלערלאז אבער היסטאריע פארציילט אונז אנדערש

די צווייטע איינשווערונג צערעמאניע פון פרעזידענט עיברעהעם לינקלאן איז געווען געסקעדזשועלט צו ווערן אפגעהאלטן אונטערן פרייען הימל ווי די שטייגער אבער א גאר פארכמורעטע וועטער פון ווינטן און רעגן וואס האט אנגעברענגט א שטארקע בלאטע האט עס געמאכט אוממעגליך און מען האט באשלאסן אריבערצופירן די צערעמאניע אינווייניג אין די סענאט

לינקאלן'ס ערשטע וויצע פרעזידענט האניבאל העמלין האט רעטייערט און דער נייער וויצע פרעזידענט ערוויילט ענדרו דזשאנסאן איז ערשינען צו די איינשווערונג און זיך געטראפן און א גאר דומפיגע סענאט זאל וואו די ווענטילאציע סיסטעם האט געארבעט אזוי פלייסיג ווי די היינטיגע וויצע פרעזידענט ארבעט צו ביים גרעניץ און די זאל וואס איז געווען איבערגעפולט מיט מענטשן האט רעפלעקיטרט די וועטער פון אינדרויסן מיט א שמוץ אריבער

דזשאנסאן איז אריינגעפאלן א מאכטלאזער אין די סענאט נאכן זיך נישט שפורן אמבעסטן אין די וואכן בעפאר ליידנדיג פון הויכע היץ און די שטיקענדיגע לופט האט בלויז פארערגערט זיין צושטאנד און ער האט געמוזט זאפארט אדרעסירן די פראבלעם

די לעזונג איז געקומען אין פארעם פון דריי גלעזער וויסקי וועלכע האבן געטוהן דאס זייעריגע און ווען דזשאנסאן האט אריינשפאצירט צו די רעדע האט ער שפאצירט זיג זאג און זיך אנגעלעהנט אויף די האנט פון העמלין

ווען עס איז געקומען די רייע אויף דזשאנסאן צו גיבן זיין אייגענע רעדע וועלכע האט געזאלט זיין קורץ אוןנישט מער פון 7 מינוט האט ער גערעדט און גערעדט און אלע האבן מיטגעהאלטן וואס עס קומט פאר און נאך 17 מינוט האט העמלין געצויגן זיין אנצוג פון הונטן און דזשאנסאן האט געכאפט די וואונק און געענדיגט זיין אלקאהאלישע רעדע

ביים ווערן איינגעשוואוירן האט עס געדויערט לענגער ווי געווענליך ווייל ער האט זיך געמוטשעט ארויסצוזאגן די שבועה קלאר און ביים ענדע זיך הויך צופייערט זאגנדיג אז ער קושט די בייבל פארנט פון זיין לאנד אמעריקא

און ווען עס איז געקומען איינצושווערן די ניי ערוויילטע סענאטארן איז ער שוין געווען אזוי צופידלט אז די סענאט קלוירק האט עס געטוהן אנשטאט אים

אינצווישן האבן זיך די הימלען אויסגעקלארט און מען האט באשלאסן ארויסצוגיין און פארזעצן די צערעמאניע און הערן די רעדע פונעם פרעזידענט אינדרויסן אבער לינקלאן וועלכע האט מיטגעהאלטן דזשאנסאן'ס בייבל קוש האט אנגעזאגט פאר סענאטאר דזשאן הענדערסאן וועלכע איז געווען די מארשאל וואס האט אנגעפירט מיט די פראגראם אז ער זאל זיכער מאכן אז דזשאנסאן טרעט נישט נאנט צום מיקראפאן

סענאטאר זכרי' טשענדלער האט געזאגט נאכן אינצידענט אז דזשאנסאן האט זיך געמאכט אזוי צו שפאט אז אויב וואלט ער געהאט א לאך וואלט ער זיך דארט באגראבן פאר שאנדע

לינקאלן האט אויך קאמענטירט זאגנדיג אז עס איז געווען א שווערע לעקציע פאר זיין וויצע אבער ער איז זיכער אז עס וועט מער נישט פאסירן

האט עס טאקע מער נישט פאסירט?

די ענטפער ווערט דעבאטירט דורך היסטאריקער ווען פילע פון זיי מאכן די באשולדיגונג באשריבן דורך א סענאטאר פון יענע צייט וועלכע האט געשילדערט אין א בוך ווי אזוי די איינשווערונג פון פרעזידענט דזשאנסאן איז צוגעגאנגען

סענאטאר סטוארט פארציילט אז איז דזשאנסאן געווען אין א האלב אנגעטרוקענע צןשטאנד זינט ער איז אנגעקומען אויף וואשינגטאן אלס וויצע פרעזידענט

נאך די אטענטאט אויף פרעזידענט לינקאלן האט סטוארט אינאיינעם מיט סענאטאר פוט און הויפט סופרים קאורט ריכטער טשעיס זיך ארויסגעלאזט זוכן נאך וויצע פרעזידענט דזשאנסאן

ווען זיי זענען אנגעקומען האט דזשאנסאן זיך אביסל געזוימט און דאן אריינגעלאזט די דעלעגאציע וועלכע האבן געפונען א וויצע פרעזידענט בארוועס און טיילווייז געקליידעט

דזשאנסאן'ס האר איז געווען צושויבערט און פארפלעקט מיט בלאטע און שמוץ און זיינע אפלען האבן ארומגעוואנדערט צומישט גיבנדיג אלע צייכנס פון אן אנגעטרונקענע מאן

ווען מען האט אים ערקלערט אז מען דארף אים איינשווערן אלס פרעזידענט האר ער זיך דערקלערט פולשטענדיג גרייט

סטוארט איז דאן געגאנגען איינמעלדן פאר קריגס סעקרעטאר עדווין סטענטאן איבער די אנטוויקלונגען און אים אריבערגעברענגט צו דזשאנסאן'ס קווארטיר און אריינקומענדיג האבן זיי געפונען דזשאנסאן שלאפן

זיי האבן שווער געארבעט אין צו ערוועקן, אים אנגעקליידעט די בעסטע מעגליך לויט די אומשטענדן, אראפגעפירט די טרעפ און געפירט צום ווייסן הויז

אינצווישן האט מען אינפארמירט פאר א שערער און א דאקטאר אריבערצוקומען אין איילעניש און מען האט אים אפגעשוירן, ארומגעוואשן און צוגעפאסט א נייע אנצוג פארן נייעם פרעזידענט אבער עס האט געדויערט עטליכע שטונדן ביז נאכמיטאג צייט ווען דזשאנסאן איז געווען רייף צו ווערן געזעהן דורך כאטש עטליכע דרויסנדיגע וועלכע זאלן קענען עדות זאגן אז אמעריקא האט א נייע פירער ביים רודער
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:11 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
ס׳וועט זיין בעסער
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט זיין בעסער »

@הכל הבל
טענקס א מיליאן,

זייער שיין באשריבן מיט א לייכטע דאזע הומאר ווי נאר הבל קען.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ס׳וועט זיין בעסער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 11:47 am
@הכל הבל
טענקס א מיליאן,

זייער שיין באשריבן מיט א לייכטע דאזע הומאר ווי נאר הבל קען.
יישר!
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

@הכל הבל הערליך!
עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו צולייגן דאטומ’ס, בפרט ביי אומבאוויסטע פרעזידענטן פאר אונז אומעדיוקעטירטע....
אוועטאר
בלעקבארד
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 21, 2013 5:40 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעקבארד »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 11:27 am

האט אנגעזאגט פאר סענאטאר דזשאן הענדערסאן וועלכע איז געווען די מארשאל וואס האט אנגעפירט מיט די פראגראם אז ער זאל זיכער מאכן אז דזשאנסאן טרעט נישט נאנט צום מיקראפאן
amazing

was there a microfone already those times?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרעזידענט ביל טעפט האט געמאכט היסטאריע מיטן זיין דער סאמע איינציגסטע פרעזידענט אין די אמעריקאנע היסטאריע וועלכע האט אויך סערווירט אלס הויפט סופרים קאורט ריכטער

ווייניגער ווייסן אבער אז טעפט האט אויך געמאכט היסטאריע מיטן ווערן דער ערשטער און דערווייל לעצטער אמעריקאנע פרעזידענט צו ווערן פארכאפט אין די צייט וואס ער האט סערווירט אין ווייסן הויז

די דראמאטישע פארכאפונג פונעם אמעריקאנע פירער איז געקומען צו א פרידליכע ענדע ווען א גרופע עליטע קרעפטן האבן באוויזן ארויסצוראטעווען דעם פרעזידענט אין א גאר געוואגטע און העלדישע קאמאנדא אקציע איינשטעלנדיג זייערע אייגענע לעבנס אין געפאר

נישט אלע היסטאריקער זענען איינשטימיג אין די ווארהייט פון די געשיכטע אבער ווי עס לויטעט האט דער פרעזידענט וועלכע האט געוואויגן מער פון 350 פונט זיך געטראפן שטעקן אין די ווייסע הויז וואנע און נישט געקענט ארויסזעהן זיין קערפער פון דארט ביז ווייסע הויז געהילפן האבן נאך אימערמידליכע ארבעט אים באוויזן צו באפרייען פון דארט

היסטאריקער שטימען איין אז טעפט האט פארמאגט א קאסטום מעיד וואנע צוליב זיין גרויס און טייל פון זיי נוצן טאקע די פאקט אפצושלאגן די געשיכטע זאגנדיג אז די ריזיגע וואנע איז געווען דארט פון גאר אין אנהויב און דעריבער איז שווער צו גלויבן אז ער איז געווען פארכאפט דערין

קורצליך נאך די וואלן 1908 למספרם וואלן האט די קאפיטאן פון אן אמעריקאנע קריגס שיף וועלכע האט גענומען דעםם נייעם פרעזידענט אויף א רייזע צו באזוכן די פאנאמא קאנאל באגריפן אז אויב וועט ער האלטן דעם פרעזידענט צו לאנג אויפן שיף וועט עס עווענטועל זונקן און ער האט פארארדנט אז מען זאל אויסזוכן א פאסיגע וואנע צו אקאמאדירן דעם פרעזידענט

נאכן קלאר ווערן אז דערווייל איז נאכנישט פארהאן אויפן מארקעט איינס פון א צופרידשטעלנדע מאס האט א פירמע אין מאנהעטען ערצייגט א ספעציעלע באסיין וואס איז געווען די גרעסטע וואס מען האט נאר אמאל געמאכט פאר אינדיווליועלע באנוץ

די מאסיווע באסיין איז געווען 7 פיס לאנג, 41 אינטשעס ברייט און געוואויגן א גאנצע טאן און איז געווען גענונג גרויס פאר 4 מענטשן צו זיצן דארט באקוועם

די "מאנהעטען וואנע פראיעקט" האט געבויעט עטליכע שטיק דערפון און אינסטאלירט איינס אין ווייסן הויז, א צווייטע אין זיין ברודער'ס הויז אין טעקסאס וואו ער פלעגט גיין אויף וואקאציע און א דריטע דריטע "וואנע פאורס 1" האט מען אריינגעשטעלט אויף די פרעזידענטליכע יאכט שיף

נאך וואס טעפט האט פארלאזט די ווייסע הויז און זיך געצויגן קיין קאנעטיקוט האט ער זיך אריינגעצויגן אין א האטעל צימער וואס איר וואנע איז געווען גענוג גרויס פאר א געווענליכע מענטש צו קענען שווימען דערין

צוויי יאר דערויף האט ער ווידער געמאכט נייעס ווען ער האט זיך אויפגעהאלטן אין א ניו דזשערסי האטעל און פארגעסן זיכער צו מאכן אז די וואנע איז געמאסטן לויט זיין מאס

ער האט זיך אריינגעזעצט דערין און הים ראה פארפלייצנדיג די צימער מאכנדיג זייער וועג אראפ דורך די פאדלאגע וועלכע איז אויך געווען די דאך פונעם סאלאן וואו געסט זענען געזיצן איין שטאק אראפציה און באקומען א פרייע שויער
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אוגוסט 09, 2023 11:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

איך קען נישט סטאפן צו לאכן... ברענג נאך מעשיות.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 6:06 pm
פרעזידענט ביל טעפט האט געמאכט היסטאריע מיטן זיין דער סאמע איינציגסטע פרעזידענט אין די אמעריקאנע היסטאריע וועלכע האט אויך סערווירט אלס הויפט סופרים קאורט ריכטער

ווייניגער ווייסן אבער אז טעפט האט אויך געמאכט היסטאריע מיטן ווערן דער ערשטער און דערווייל לעצטער אמעריקאנע פרעזידענט צו ווערן פארכאפט אין די צייט וואס ער האט סערווירט אין ווייסן הויז

די דראמאטישע פארכאפונג פונעם אמעריקאנע פירער איז געקומען צו א פרידליכע ענדע ווען א גרופע עליטע קרעפטן האבן באוויזן ארויסצוראטעווען דעם פרעזידענט אין א גאר געוואגטע און העלדישע קאמאנדא אקציע איינשטעלנדיג זייערע אייגענע לעבנס אין געפאר

נישט אלע היסטאריקער זענען איינשטימיג אין די ווארהייט פון די געשיכטע אבער ווי עס לויטעט האט דער פרעזידענט וועלכע האט געוואויגן מער פון 350 פונט זיך געטראפן שטעקן אין די ווייסע הויז וואנע און נישט געקענט ארויסזעהן זיין קערפער פון דארט ביז ווייסע הויז געהילפן האבן נאאך אימערמידליכע ארבעט אים באוויזן צו באפרייען פון דארט

היסטאריקער שטימען איין אז טעפט האט פארמאגט א קאסטום מעיד וואנע צוליב זיין גרויס און טייל פון זיי נוצן טאקע די פאקט אפצושלאגן די געשיכטע זאגנדיג אז די ריזיגע וואנע איז געווען דארט פון גאר אין אנהויב און דעריבער איז שווער צו גלויבן אז ער איז געווען פארכאפט דערין

קורצליך נאך די וואלן 1908 למספרם וואלן האט די קאפיטאן פון אן אמעריקאנע קריגס שיף וועלכע האט גענומען דעםם נייעם פרעזידענט אויף א רייזע צו באזוכן די פאנאמא קאנאל באגריפן אז אויב וועט ער האלטן דעם פרעזידענט צו לאנג אויפן שיף וועט עס עווענטועל זונקן און ער האט פארארדנט אז מען זאל אויסזוכן א פאסיגע וואנע צו אקאמאדירן דעם פרעזידענט

נאכן קלאר ווערן אז דערווייל איז נאכנישט פארהאן אויפן מארקעט איינס פון א צופרידשטעלנדע מאס האט א פירמע אין מאנהעטען ערצייגט א ספעציעלע באסיין וואס איז געווען די גרעסטע וואס מען האט נאר אמאל געמאכט פאר אינדיווליועלע באנוץ

די מאסיווע באסיין איז געווען 7 פיס לאנג, 41 אינטשעס ברייט און געוואויגן א גאנצע טאן און איז געווען גענונג גרויס פאר 4 מענטשן צו זיצן דארט באקוועם

די "מאנהעטען וואנע פראיעקט" האט געבויעט עטליכע שטיק דערפון און אינסטאלירט איינס אין ווייסן הויז, א צווייטע אין זיין ברודער'ס הויז אין טעקסאס וואו ער פלעגט גיין אויף וואקאציע און א דריטע דריטע "וואנע פאורס 1" האט מען אריינגעשטעלט אויף די פרעזידענטליכע יאכט שיף

נאך וואס טעפט האט פארלאזט די ווייסע הויז און זיך געצויגן קיין קאנעטיקוט האט ער זיך אריינגעצויגן אין א האטעל צימער וואס איר וואנע איז געווען גענוג גרויס פאר א געווענליכע מענטש צו קענען שווימען דערין

צוויי יאר דערויף האט ער ווידער געמאכט נייעס ווען ער האט זיך אויפגעהאלטן אין א ניו דזשערסי האטעל און פארגעסן זיכער צו מאכן אז די וואנע איז געמאסטן לויט זיין מאס

ער האט זיך אריינגעזעצט דערין און הים ראה פארפלייצנדיג די צימער מאכנדיג זייער וועג אראפ דורך די פאדלאגע וועלכע איז אויך געווען די דאך פונעם סאלאן וואו געסט זענען געזיצן איין שטאק אראפציה און באקומען א פרייע שויער
איך האב געמיינט אז אלע היסטאריקער נעמען עס אן אלס א לעגענדע.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4451
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »


איך קען נישט כאפן צו די אלע מעשיות זענען טאקע אזוי פאני אדער עס האט מיט @הכל הבל'ס פעדער
אוועטאר
בית שמאי
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:42 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית שמאי »

יישר כח @הכל הבל !
"אייוועלט איז זייער א פיינע פלעטפאורם, ס'איז אויסגעהאלטן, ס'איז כשר." (וועלוועל פעלדמאן)
אוועטאר
שקר גמור
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

מוראדיג אינטרעסאנט הבל! די איינציגסטע פרעזידענט צי ווערן פארכאפט... בד''ו דאס איז געווען די מאנהעטען פראיעקט וואס איז געווען פון די גרעסטע אמעריקאנע מעלעטערישע סודות?...
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4296
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

הבל יו אר די בעסט!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בנימין העריסאן איז געווען די 23 'טע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן און ער איז אריינגעקומען אין ווייסן הויז נישט לאנג נאך וואס טאמאס עדיסאן האט ערצייגט די ליכט בירנע

נאך וואס העריסאן האט אמאל געכאפט א שאק ביים אנרירן א סוויטש האט שוין די עלעקטעריציטעט טראומא באגלייט די ערשטע פאמיליע פאר די נאכפאלגענדע יארן און זיי האבן מער נישט געוואטל אויסלאשען אדער אנצונדן די עלעקטער

די ווייסע הויז האט זיך געדארפט באנוצן מיט שבת נישט אידן אויך אין די וואכן טעג ארויסצוהעלפן די פרעזידענט אין דעם געביט און עס האט אפט פאסירט אז דער פרעזידענט איז געגאנגען שלאפן אין א ליכטיגע שלאף צימער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דער זעקסטער אמעריקאנער פרעזידענט דזשאן עדעמס איז געווען בארימט מיט זיין העכערע סארט עבודה ווען ער פלעגט שוין גיין צו טבילה אין די גאר פריע פארטאגס שטונדן

די איינפיר פונעם פרעזידענט צו כאפן די פארטאגס שווים איז נישט געווען קיין געהיימעניס און עס ווערט פארציילט א געשיכטע איבער די דזשורנאליסט אנע ראיעל וועלכע האט באוויזן צו פאקן פרעה ביים וואסער און זי האט פארכאפט זיינע קליידונג וואס איז געליגן ביים ברעגאון זיך אנטזאגט עס אומצוקערן סיידן דער פרעזידענט גייט איין צו ענטפערן אירע פראגן און אזוי ארום האט זי באקומען אן אינטערוויו לעבעדיג פון וואסער
אוועטאר
שעטנז
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

יוליסוס גרענט איז דער איינציגסטער אמעריקאנער פרעזידענט (?ביזדערווייל?) צו ווערן ארעסטירט!
יא! נאך דינענדיג אויף זיין אמט איז ער געווארן ארעסטירט פאר'ן...... רייטן צו שנעל אויף זיין פערד......
זעה מער דא
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן און אדמיניסטראציעס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קאנאדישע פרוי וועלכע האט געשיקט רייסין גיפט אין א בריוו צו טראמפ איז געווארן פאראורטיילט צו 22 יאר טורמע
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”