Re: ויהי אחרי המגיפה: די שארית הפליטה נאך די קריג
https://www.centropa.org/photo/alexande ... -mitzvah-0
זעהט אויס צו זיין גאר א פרומער און זאגאר חסידישער איד - ווייסט איינער מער פרטים?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אחרון של פסח האט געשריבן: נאכן קריג האט געוואוינט אין קאשוי א איד מיטן נאמען שמשון גראסמאן וואס ער פלעגט קומען קיין מיהאלאוויץ - וואס איז נאנט צו קאשוי - צו שחט'ן פאר די ארטיגע אידן. אפשר האבן זיי א שייכות.
אגב אין קאשוי איז נאך יעצט דא א ארגענעזירטע קהלה, עטליכע יאר צוריק האבן זיי נאך געהאט א רב און עס איז נאך געווען מנין די הייליגע טעג.
יוראפ האט געשריבן: באקומען אין אישי
עס דאכט זעך מיר אז דאס איז אין רוים און דער אין צענטער איז ר' אייזיק מאשקאוויטש, ר"י מאור הגולה
איינער האט עפעס מוסיף אדער צו גורע זיין פון דעם?
קהילת יקנה''ז האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן: באקומען אין אישי
עס דאכט זעך מיר אז דאס איז אין רוים און דער אין צענטער איז ר' אייזיק מאשקאוויטש, ר"י מאור הגולה
איינער האט עפעס מוסיף אדער צו גורע זיין פון דעם?
וואלט פאסיג געווען צו עפענען א באזינדערע אשכול איבער הג"ר אייזיק מאשקאוויטש, ר"י מאור הגולה, כל הקודם זכה.
אונגארישע הייזער האט געשריבן:קהילת יקנה''ז האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן: באקומען אין אישי
עס דאכט זעך מיר אז דאס איז אין רוים און דער אין צענטער איז ר' אייזיק מאשקאוויטש, ר"י מאור הגולה
איינער האט עפעס מוסיף אדער צו גורע זיין פון דעם?
וואלט פאסיג געווען צו עפענען א באזינדערע אשכול איבער הג"ר אייזיק מאשקאוויטש, ר"י מאור הגולה, כל הקודם זכה.
די ישיבה מאור הגולה האט ר' יצחק אייזיק מאשקאוויטש זצ"ל אויפגעשטעלט אין רוים גלייך נאכן קריג, שפעטער האבן זיך א חלק פון די תלמידים אריבערגעכאפט קיין ענגלאנד וואו זיי זענען אריין לערנען אין ישיבת מתיבתא, און א אנדערע חלק זענען געגאנגען מיט ר' אייזיק קיין מאנטריאל.
חמרא טבא האט געשריבן:ערליכע יוד האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:
אגב דעם בריוו פון קראסנא רב זעה איך נישט איר וואלט געקאנט געבן א מראה מקום וואו איך קאן דאס טרעפן?
חמרא טבא האט געשריבן: אינטרעסאנט מיין עותק האט עס נישט
חמרא טבא האט געשריבן: איך האב דעם אוסף מכתבים וואס איז געדרוקט געווארן אין דייטשלאנד און ס׳האט נישט דעם בריוו פונעם קראסנא רב
ערליכע יוד האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן: איך האב דעם אוסף מכתבים וואס איז געדרוקט געווארן אין דייטשלאנד און ס׳האט נישט דעם בריוו פונעם קראסנא רב
איר האט מיר אפשר נישט גוט פארשטאנען, די בריוו ווערט נישט געברענגט אינעם "אוסף מכתבים" היות אז דער אוסף מכתבים איז בלויז בריוו פונעם "אמרי אמת" און נישט בריוו וואס זענען געשיקט געווארען צום "אמרי אמת".
די בריוו קען מען טרעפען אין ספר קודש הילולים אופ'ן קראסנא רב.
קיקיון האט געשריבן: הרה"ח ר' שלמה זלקא קארן עמד לימין הרה"ק מסקווירא זי"ע בקיום הכולל ובנין המקוה
הרב יודא אייזען מנהל בית תבשיל כשר שע"י משרד דתי עמד לימין הרה"ק מ'באבוב זי"ע
הרב אברהם מאנדלבוים ז"ל, גבאי דביהמ"ד הגדול בלאנדסבורג אולי ?
הרב ישעי' יואל אונגאר יד ימינם של הרה"ק מסקווירא זי"ע ולהלבחל"ח בנו ממלא מקומו שליט"א
covfefe האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן: הרה"ח ר' שלמה זלקא קארן עמד לימין הרה"ק מסקווירא זי"ע בקיום הכולל ובנין המקוה
הרב יודא אייזען מנהל בית תבשיל כשר שע"י משרד דתי עמד לימין הרה"ק מ'באבוב זי"ע
הרב אברהם מאנדלבוים ז"ל, גבאי דביהמ"ד הגדול בלאנדסבורג אולי ?
הרב ישעי' יואל אונגאר יד ימינם של הרה"ק מסקווירא זי"ע ולהלבחל"ח בנו ממלא מקומו שליט"א
איר ווייסט וועמענס זוהן דער הרב יודא אייזען איז געווען?
אחרון של פסח האט געשריבן: תמונה מספר 3
דער איד מיט די ספר תורה איז שארמאש'ער רב ז"ל