Re: עיברעהעם לינקאלן, העלד אדער מאסן מערדער?
Programming האט געשריבן:בבקשה האט געשריבן: נאך א נקודה, מענטשען מיינען, אז אויב וואלטען די קאנפעדערעסט געווינען די מלחמה, דאן וואלטן נאך די שווארצע געווען קנעכט, לא דובים ולא יער, פריער אדער שפעטער וואלטן אויך די קאנפעדערעטס איינגעזעהן אז קנעכטשאפט איז נישט קיין יושר. פוק חזי אין אלע אייראפישע לענדער וועלעכע האבן אלע פריער אדער שפעטער אויפגעגעבן קנעכטשאפט, און דאס אלעס אן קיין מלחמות.
אייראפע האט פארבאטן קנעכטשאפט פיל בעפאר אמעריקע. אמעריקע איז עד היום אין גאר אסאך הינזיכטן פיל מער צוריק געשטאנען ווי די איבריגע מערב וועלט, און אויב וואלטן די קאנפעדערעיטס געווינען איז בכלל נישט אויסגעשלאסן אז קנעכטשאפט וואלט שוין נישט אנגעגאנגען היינט, אפגערעדט פון סיוויל רייטס.
מיט וואס איז אמעריקע היינט צוריקגעשטאנען?
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑ פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)