-
ציטיר
- 0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך תנא בתרא
»
Jobless האט געשריבן:
געדענקסט נאך האט געשריבן:
תנא בתרא האט געשריבן:
מ'האלט שוין ב"ה ביי 2.2 מיליאן!
און די קומענדיגע 5 שעה [b] דארף מען אנקומען צו 3 מיליאן דאללער
. אידן, רופט אייך אן גאר ווארעם![/b] Screenshot 2021-02-15 183551.jpg
איך האב שוין לאנג די קשיא, וואס הייסט אין די קומענדיגע 5 שעה דארף מען אנקומען, וואס געשעהט אויב נישט ?וועט מען נאר האבן 2.2 מילליאן.אוי וויי, א געפערליכע מעשה.כ'מיין וואס איז דעי דארף מען אנקומען ווי כאילו ס'איז באמת דא עפעס א דעדליין אדער לימיט דא ??(איך מיין נישט פאפא הגם ס'איז סתם אזוי אן אינטערסאנטער קאמפיין אז גרויסע קהילה וועלכע פארמאגט הונדערטער חסידים מיט אייגענע גבירים און שטיצער פון די מוסדות זאל פראקלעמירן א קאמפיין פאר די גאנצע שטאט, אבער שוין )
געטראכט די זעלבע. היבש א רייכע חסידות
על ראשון ראשון:1) ס'וואלט בכלל נישט געווען קיין געפערליכע מעשה אויב מ'וואלט נאר געמאכט 2.2, די מציאות איז אבער אז מ'חלומ'ט גרויס קומט מען אן בס"ד.2) די אייגענע גבירים זענען שוין פונלאנג אויסגעזעקלט (ווי שאפט מען דריי מעלאנעס פון אייגענע גבירים?)3) היבש א רייכע חסידות, אבער די מוסדות איז אריינגעפאלן אין א לאך פון עטליכע מיליאן טאללער.